"וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helathcare
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

אין די ברייטע מעדיצינישע וועלט איז Preventative Helathcare פון די וויכטיגסטע זאכן, גרויסע קאמיטעען פון מומחים זענען געשטעלט כסדר צו איבערגיין דאטא, און זוכן ווי מען קען פארמיידן טראגעדיעס און קרענק, ווי אויך וויאזוי מען קען פארבעסערן די רעספאנס און היילונגס מיטלען. נאך יעדע טראגעדיע פארשט מען אויס ווי די 'שוואכע פונקטן' זענען, און מ'לייגט צו אדער מ'טוישט דעם פראטאקאל צו פאררעכטן אז קומענדיגע מאל זאל זיין בעסער, דאס איז וויאזוי ערשטע הילף (Prehospital care) בפרט, און מעדעצין בכלל ווערט ערפינדען און פארבעסערט.
Preventative Healthcare
איז מער ווייניגער צוטיילט אין צוויי.
1) primary prevention;
מיטלען וויאזוי מען קען אינגאנצן פארמיידן א מעגליכע טראגעדיע, למשל וואקסינירן א באפעלקערונג כדי צו פארמיידן פאנדעמיעס, אדער פשוט וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ, צוריקצוהאלטן איינעם פון ח"ו פאלן.
2) secondary prevention;
טראגעדיעס וואס בדרך הטבע איז נישט מעגליך אינגאנצן אפצוהאלטן, אבער מען קען פרובירן צו מינימיזירן די שאדן, א גוטע משל איז קאר עקסידענטן, מען קען נישט אינגאנצן פארמיידן טעותים און וועטער אומשטענדן, אבער מען קען יא צולייגן "סיעט בעלטס" "עיר בעגס" און roadside railing אז ווען אן עקסידענט פאסירט ח"ו זאל די שאנסן צו איבערלעבן און זיך ראטעווען זיין פיל העכער.
אין דעם איז אויך אריינגערעכנט Education, ד.ה. אויסלערנען דעם ציבור זיך צו היטן פון סכנות, און איינשטעלן כללים וויאזוי זיך צו באגיין אין פעלער פון נויט א שטייגער ווי CPR און Heimlich maneuver.
אלע זיכערהייט רעגולאציעס און פראטאקאלן זענען געבויט מיט די צוויי רעיונות אין געדאנק, און גענומען פון פאקטישע פאסירונגען וואס מ'האט אנאליזירט, אדער פון חשבונות וואס מ'קען פשוט פארזען.
***
שמועסנדיג מיט א חשוב'ע עלטערע עסקן עטליכע יאר צוריק, האט ער מיר פארציילט אז ער האט געבויעט א געוויסע מוסדות געביידע א דריי-צענדליג יאר צוריק, און האט זיכער געמאכט אז מ'זאל נאכקומען יעדע זיכערהייט רעגולאציע ביזן סוף אפי' עס קאסט אסאך מער. אלס משל זאגט ער מיר, טוען רוב היימישע אינסטיטוציעס איגנארירן די פייער דעפארטמענטס פארלאנגן אויף וויאזוי 'אלע' ווענט מוזן זיין געבויעט, עטוואס צו פארמיידן אדער פארשטייטערן די צושפרייטונג פון פייער, לויט די רעגולאציעס פארלאנגט זיך געוויסע סארט מאטריאל און דיקקייט, אבער אסאך טוען עס איגנארירן און בױען אנדערש ווייל עס איז "ביליגער" "פראקטישער" און שפארט מער "פלאץ". ביי מיין געביידע אבער איז מען פארגעקומען יעדע פארשריפט אויף אזוי ווייט אז ווען די פייער אינספעקטאר איז אראפגעקומען האט ער נישט געפונען קיין איין 'וויאלעישן' אחוץ אז די פאמפ איז געווען קעגנאיבער די טיר....
"איך וויל קענען שלאפן רואיג ביינאכט וויסנדיג אז איך האב געטוען אלס מעגליך צו פארמיידן א טראגעדיע. איך פארשטיי נישט וויאזוי אנדערע נעמען נישט די זאכן ערנסט? ווי איז זייער אחריות?" האט ער צוגעלייגט מיט א זויערע מינע.
***
ליידער איז די נושא פון Prevention זייער נישט נפוץ במחנינו, און אסאך מינימאלע זיכערהייט פארלאנגען איז שטארק פארנאכלעסיגט, עס פארלאנגט זיך ארבעט און אויפוואכונג פון די ראשי הציבור כלפי די ציבור צו פארמיידן די קומענדיגע טראגעדיע, און איינשפארן אומנויטיגע עגמת נפש.
נאכן טוהן דערין א שטיק צייט האב איך אראפגעשריבן עטליכע זיכערהייטס פונקטן וואס דארפן דרינגענד אדרעסירט ווערן:
1) פייער זיכערהייט.
אין אסאך פון אונזערע שולן און חדרים (און אויך פריוואטע היימען און אפיסעס) פעלן די מינימאלע געצייג זיך צו ספראווען מיט א פייער, "פייער עקסטינגווישערס", "ספרינקלערס" און "סמאוק דעטעקטארס" זענען גלאטיג נישטא, אדער פארעלטערט און נישט פונקציאנירנד.
[אויך פעלט אין כמעט אלע בנינים דעטעקטארס פאר שעדליכע סובסטאנצן ווי געז - אבער דאס איז שוין נישט פארלאנגט דורכשניטלעך].
2) עוואקואציע פלענער.
דאס איז א גאר וויכטיגע חלק פון Prevention planning, ח"ו אויב א פייער, אויפרייס (פון געז אדער וואס), טעראר אטאקע, אדער סתם קולות טוט פאסירן אין א געשטאפטע בית מדרש למשל ביי א גרויסע חסידות ראש השנה אדער ימים טובים, קען די צומישעניש און בהלה אלס תוצאה אומברענגען און פארוואונדן פי כמה פון די עצם אומגליק, אן קיין געהעריגע עוואקואציע פלאן, איז די שאנסן פאר א Stampede גאר הויעך!
יעדע בית המדרש און חדר דארף א פראפעסיאנאלע עוואקואציע פלאן, פלאנירט דורך עקספערטן. עס דארף ווערן אויסגעלערנט פאר אינג און אלט, און אחראים דארפן זיין געשטעלט דערויף (דהיינו אז אויב ח"ו דארף מען אקטיוויזירן די פלאן, זענען דא א גרופע אינגעלייט ממונה צוצוהעלפן די ציבור און דירעקטירן). אין חדרים וואלט נישט געווען שלעכט צו פראקטיצירן א סעיפטי "דרילל" יעדע שטיק צייט [לשבח פון באבוב 48 בית המדרש, האב איך טאקע געזען דארט גרויסע פלאקאטן מיט א פונקטליכע מסודר'דיגע פלאן - קודאס, ומהם ילמדו].
3) סעיפטי פערסאנאל.
דאס אז טעראר און האס איז פארשפרייט איבער די וועלט איז קיינעם קיין נייעס, צו גאנס פארמערן אדער פארמינערן געוואלדטאטן און פאטאליטעטן וועל איך לאזן פאר די "פאליטיקאנטן" זיך צו שלאגן.
#למעשה לעבן מיר אין אמעריקא ווי גאנס איז גאנץ צוטריטלעך אין עטליכע סטעיטס און מאסן שיסערייען זענען מער אפט, דעריבער - ובפרט אונז אלס אידן וואס זענען מער אויסגעשטעלט צו שנאה און אטאקעס - דארפן מיר מער באשיצונג (וכבר היה לעולמים, עצי חיים פיטסבורג / פאוועי חב"ד).
יעצט צו אויפנעמען סעיפטי גארדס פאר יעדע מוסד באזונדער איז נישט פראקטיש משום כמה סיבות, פארוואס זאלן נישט זיין טרענירטע אינגעלייט מיט געווער (עכ"פ אין חדרים וישיבות און שבת ויו"ט אין בתי מדרשים) פונקט ווי מיר פארשטייען אז מיר דארפן הצלה אינגעלייט אין יעדע מצב, און מיר פארלאזן זיך נישט אויף EMS ווייל יעדע רגע מאכט אויס, די זעלביגע איז מיט זיכערהייט.
עס קען זיין די שומרים /שמירה אינגעלייט און אין חדרים קען עס זיין די קעכער אדער מענעדשער.
[עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אין א"י ווערן רוב טעראר אטאקעס אפגעשטעלט דורך פשוט'ע אזרחים מיט גאנס]
4) קעמפס.
מיט קעמפס מיין איך נישט צוצולייגן נאך א זיכערהייטס שוואכקייט, נאר די אויבנדערמאנטע פארזיכערונג מיטלען זענען אויסטערליש וויכטיג אין קעמפס מער ווי אין שטאט צוליב וואס עס נעמט פיל לענגער פאר זיכערהייטס אגענטורן צו רעאגירן.
ח"ו א גייסטיש צורידערטע יוגענטליכע אנטיסעמיט פון וועסט ווירזשיניע, מעין, אדער ווערמאנט קען פשוט אריינגיין אין א גאן געשעפט איינקויפן געווער, און פינעף שעה שפעטער איז ער אין מונקאטש קעמפ מיט 400 קינדער אין די 'סווימינג פול'...... פין רופן 911 ביז פאליציי קומט אן קען נעמען 5 מינוט.
נאכאמאל, פונקט ווי יעדע קעמפ (און באנגעלוי קאלאני - איך רעד פון קעמפס ווייל דארט האנדלט זיך מיט קינדער...) פארשטייט אז מען דארף אלס האבן הצלה "אָן סייט", אזוי אויך דארף מען האבן פארזיכערונג קרעפטן אָן סייט.
בכלל זענען דא קעמפס וואס נעמען פשוט'ע אחריות פאר לייכט, ביודעי ווייס איך פון עטליכע קלענערע קעמפס וואס האבן EMTs גע'חתמ'עט אויף זייער פאפירן אפי' זיי דרייען זיך בכלל נישט אין קעמפ, און מ'רופט זיי אריבער ווען עס איז דא אן 'אינספעקשען'.
אויך איז די שווימען אפט גענומען פאר לייכט און אסאך קעמפס האבן נישט גענוג לייף גארדס וויפיל עס פארלאנגט זיך (די באקאנטע פאראמעדיק משה העניג האט מיך פארציילט אז 6 יאר צוריק ווען ער איז געווארן לייף גארד אין קעמפ סטאלין האט ער די ערשטע טאג געזען אז די פּול איז זייער שמוציג, האט ער געהייסן איינעם אראפשווימען און היות ער האט עם נישט געקענט קלאר זען, האט ער פארשפארט די פּול און נישט געלאזט גיין שווימען, די סטעף האט זיך פרובירט טענה'ן אז "אלע יארן איז עס אזוי" אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט, נאך אפאר טעג האט מען אויפגערייניגט און ער האט געעפענט, צוויי וואכן שפעטער האט זיך א קינד דערטראנקן און משה האט עם געראטעוועט, ווען עס איז שמוציג, וואלט ער יענעם נישט באמערקט!).
***
מורי רבותי, מיר האבן שוין באמת געטרייע אגענטורן וואס געבן זיך אפ בלב ונפש פאר אונזער געזונט און זיכערהייט, מען דארף נאר אז זיי זאלן אנערקענען און ארבעטן אויף Prevention בעפאר עפעס פאסירט. לאמיר פארמיידן טראגעדיעס.
-זאל הצלה זיין פארנומען צו פארזיכערן אז יעדע מוסד איז מסודר מיט פייער קאנטראל, א גוט פלאנירטע עוואקואציע פלאן, און די נויטיגע עקוויפמענט פאר ערשטע הילף.
-זאל שומרים ארבעטן אויף די פערמיטס און טרענירונג און זיכער מאכן אז אונזערע חדרים, שולן, ישיבות, און קעמפס זענען [עטוואס] מער פארזיכערט.
***
פאר צוויי יאר צוריק האב איך אנגעהויבן טוהן דערין און פרובירט צו רעדן מיט עסקנים און אישי ציבור. אויך האב איך דאן געעפנט מיין טוויטער קאנטע ווי איך האב פרובירט ברענגען אויפמערקזאמקייט דערצו, אבער אנגעשטויסן האב איך זיך אין א וואנט פון תירוצים אדער גלאטיגע איגנארירונג.
איך וועל דא אראפברענגען עטליכע פון די [פוילע] תירוצים און עס אויסשמועסן:
עס איז אין לדבר סוף / למעשה דארף מען זיך ממילא פארלאזן אויפן באשעפער.
- פון השתדלות האט איר אמאל געהערט? איז פארוואס הצלה בכלל?
מ'קען נישט לעבן אין פאראנויע און פחד.
- דאס איז א נקודה, אבער נישט ריכטיג אנגעקוקט. אודאי דארף מען נישט לעבן אין פחד און זוכן פראבלעמען אונטער די ערד, אבער דאס מיינט נישט אז מ'מעג זיין פאסיוו צו אמת'ע געפארן.
בכלל איז אין די וועלט אנגענומען א סיסטעם פון שטאפלען (אין די אמעריקאנער מיליטער איז עס "דעפקאן 1-5") וואס דאס טוט אנדייטן די שטארקייט פון א געפאר, און לויט דעם טוען די זיכערהייטס כוחות ארבעטן. איך זע נישט פארוואס עס נישט איינפירן בערך, ד.ה. אז ווען די געפאר איז העכער דהיינו אז אידן זענען יעצט די ציל און אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען מער שכיח, דאן איז מען מער וואכזאם ווי געווענליך.
(נאך א שיסעריי האט מיר איין עסקן אפי' געענטפערט אז 'ס'גארנישט, מ'ווארט אפאר חדשים און די עולם בארואיגט זיך און מ'פארגעסט')
די פאליציי איז שולדיג.
- דאס הערט מען זייער אפט נאך א טראגעדיע, נאך די פיטסבורג שיסעריי, האבן מאנכע געטייטלט מיטן פינגער אויף די עף בי איי אז זיי האבן עפעס געוויסט, יעצט נאך מירון באשולדיגן שוין געוויסע די פאליציי אין אלעס. עס קען זיין ריכטיג אבער עס טוישט נישט אונזער התחייבות, אויב עפעס פארשטארקט עס נאר די פארלאנג דערפאר..... איראניש טוט די מענטאליטעט פון פשוט באשולדיגן א צווייטן בארואיגן די געוויסן און לאזט אנגיין ווייטער אן עפעס טוהן....
***
טייערע אידן זיצט נישט שטיל, רעדט צו אייערע עסקנים, רעדט צו די ממונים על הציבור, פרובירט צו ברענגען פאזיטיווע טויש, כי "בנפשינו" הדבר!
דער הִנֵּה לֹא יָנוּם וְלֹא יִישָׁן שׁוֹמֵר יִשְׂרָאֵל זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף כלל ישראל, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו. זאלן מיר זוכה זיין צו די גאולה בקרוב בביאת גואל צדק בב"א.
---------------------------------------------------------
האמת אגיד, רוב פונעם ארטיקל האב איך שוין געשריבן א שטיק צייט צוריק און עס איז געליגן אין מיין דרעפטס אינאיינעם מיט א טוץ אנדערע אומפארענדיגטע ארטיקלען אויף פארשידענס, געפלאנט האב איך עס ארויסצוגעבן אלס מיין טויזענסטע תגובה, אבער ווי אלס, האט זיך עס פארשלעפט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
וועד לשמירת הנפש
כ'האב פונקט געטראכט אז ב"ה אכשר דרא און כלל ישראל איז היינט באגאסן מיט א שפע פון כל מיני ארגינעזאציעס ברוחניות ובגשמיות, ס'שוין העכסט צייט אז עס זאל זיך שוין עפענען א ארגעניזאציע וואס גיט זיך אפ מיט סעיפטי פון כלל ישראל סיי לגבי בנינים און סיי לגבי צוזאמקומס אז עס וועט דארפן האבן א פראוועל פון דעם וועד, ווי צב"ש א אדמו"ר וויל פראווען א ריזיגע חתונה וועט די חתונה מוזן האבן א "אישור" פון --- וועד לשמירת הנפש" --- אויב דאס פלאץ איז גענוג צו קענען אקאמאדירן אזא גרויסע ציבור, פארשטייט זיך אויסגעהאלטען לויט די פארשריפטן פון די פייער דעפארטמענט וכדומה, מען זאל עס קענען נאכגיין מיט א פונקטליכע רעפארט וויאזוי עס שטימט די אפראוועל, און אויפן חתונה מודעה וועט מוזן זיין א זיגל פונעם וועד, און אויב נישט קען מען נישט אהין גיין...
היינט מאכט מען שוין אלעס בהידור רב [פאר דרייסיג יאר צוריק וויפיל מענטשן זענען געגאנגען מיט ציצית עבודת יד ? - קינדער זיכער נישט, תפילין אזוי מהודר איז נישט געווען אזוי שטארק ווי היינט וכו' וכו'],
די מצוה פון לא תעמוד על דם רעך, די מצוה פון ועשית מעקה לגגך, ושמרתם מאוד לנפשותיכם, איז נישט קלענער פון די אלע מצוות...
א איד איז אמאל אריינגעקומען צום וועלט בארימטען גאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל און איהם פארציילט אז זיין קינד איז ארויסגעפאלן פון א הויעכע פענסטער און ב"ה ס'איז איהם גארנישט געשעהן, און דער צדיק זאל איהם זאגן וואסערע קבלה טובה ער זאל זיך מקבל זיין צוליב דעם גרויסען נס ?
ר’ שלמה זלמן ענטפערט איהם "די קבלה טובה זאל זיין אז דו זאלסט ארויפלייגען גאר פעסטע און שטארקע אייזענע גראטעס ביים פענסטער...
קאמענטארן זענען איבריג...
ווען די גאווערמענט שטעלט א טאוול אין א מקום רבים וואס לייענט זיך:
More than 100 people occupancy is unlawful in order by the fire department
איז נישט סתם עפעס א צעטל אדער א מנהג ווי לאזן אמה על אמה זכר לחורבן...
איך מיין אז דאס וועט זיין דאס גרעסטע עילוי נשמה פאר די נעדרים ז"ל צו עפענען דעם וועלטליכען אידישן ארגעניזאציע...
מיינע ווערטער זענען כיהודא ועוד לקרא צו @פאליטיקאנטס ווערטער

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: "וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helath
ר' שמחה, גוט געזאגט, אבער די פראבלעם פון אזא 'פרישע' ארגאניזאציע איז אז ס'איז שווער צו אננעמען אז פארשידענע קרייזן און חסידות'ן וועלן זיך "אונטער בייגן" אונטער אזא ארגאניזאציע, נישט קיין חילוק ווי "זעלבסטשטענדיג" עס זאל נאר זיין (אויב עס איז בכלל מעגליך אזא זאך).
נעכטן האב איך געשמועסט מיט איינע פון די ערשטע הצלה וואלונטירן וואס האט מיטגעהאלטן יעדע טריט פון דערעפענונג פון הצלה אונטער ר' הערשל, און ער האט מיך פארציילט אז נאך עטליכע חדשים האט סאטמאר שוין געוואלט עפענען אן אייגענע הצלה ארגאניזאציע פאר זייער קהילה..... (ר' הערשל האט דאן אריינגעריסן אז עס וועט צוברענגן צו צומישעניש און גורם זיין פאטאליטעטן).
וואס יא, די יעצטיגע שוין אוועקגעשטעלטע 'אנגענומענע' ארגאניזאציעס ווי הצלה און שומרים, זיי זענען די וואס קענען דאס איינפירן.
אויך מוז דאס נישט קומען פון קיין ארגאניזאציע, די חוב ליגט אויף יעדע עסקן און איש ציבור וואס האט אן השפעה, צו טוען דערין, אז עס וועט זיין "אווערנעס" צו דעם, וועלן שוין די קהילה מיטגלידער פארלאנגן....

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ר' פאליטיקאנט
די זאגסט דברים של טעם, ליידער קוקען מיר אהן די אלע סעיפטי פראטאקאלן ווי דברים של הבל וואס די גוים אדער ציונים מאכן פשוט שווער צו מאכען דאס לעבן.
די סמאק דיטעקטערס זענען גאר וויכטיג טאקע, אבער מען ברויך עס טשעקען יעדעס יאר, און אויך די פייער עקסטינגווישער לויפט אויס.
דערנאך איז אויך דא סעיפטי זאכן וואס מענטשן זענען מחדש מדעתא דנפשיה וואס זיי ווייסן זיכער איז א סכנה, און דאס האט מיט אונזער חינוך הטהור וואס ציט אויף קינדער אהן א ריכטיגע דעת (קריטיקעל טינקינג), איז ממילא וויפיל מען איז מעורר פארט עס אויף טויבע אויערן.
אמאהל ביי שרפת חמץ פלעגט דער פייער דעפארטמענט טיילען סמאק דיטעקטערס מיט פאמפלעטען.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך האב היינט גערעדט מיט איינעם זאגנדיג אז ס’איז א מוראדיגע אומאחריות צו מאכן אזעלכע מעמדים אזוי צאמגעשטופט, זאגט ער מיר וואס הייסט די פאליציי איז שולדיג געווען ווייל זיי האבן צוגעמאכט א טיר! זאג איך אים אבער ס’וואלט נאך אלץ געווען א סכנה צו זיין דארט אפילו מיט א אפענע דורכגאנג ווייל מ’וואלט זיך געקענט טריפן דארט, אבער מ’דארף האבן אמונה! שרייעט ער, בינגא! דא האב איך אים שוין נישט געהאט וואס צו ענטפערן.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
'פרעווענשאן' איז נישט נאר נוגע פאר ציבור'ישע ענינים, נאר יעדן יחיד פאר זיך קען [און דארף] איינפירן אנגענומענע מיטלען אויף צו פארבעסערן און אפצוהאלטן פארמיידבארע פראבלעמען.
דאס איז א זאך וואס דארף כסדר חיזוק, ווייל בטבע העולם לאזט די מענטש נאך מיט די צייט, היות ער פילט נישט די וויכטיגקייט אויף די אייגענע הויט.
ווי אויבנדערמאנט איז אין די אלגעמיינע וועלט יא פאראן מער התעוררות דערצו, און "אווערנעס" פראגראמען לויפן כסדר, צו איז דאס אנאנסן אויפן טעלעוויזיע איבער "סעיף דרייווינג" אדער איבערצייגענדע עדס אויף די סאציאלע מידיא נעצן קעגן רייכענען, (וויפיל עס העלפט ווייס איך נישט). אבער משום איזה סיבה איז עס שטארק נאכגעלאזט אין די היימישע קרייזן, וועל איך פרובירן אראפשרייבן דאס וואס איך האב געזען וישמע חכם ויוסף לקח. אדרבה זאל די עולם צולייגן און יעדער פאר זיך קען פאררעכטן.
העלמעטס:
ווען איך בין געווען א קינד פלעגט מיין מאמע מיך שטראפן פאר'ן נישט אנטוען א העלמעט מיט'ן נישט לאזן פארן מיין בייק פאר צוויי טעג..... רוב רובא קינדער פלעגן פארן מיט העלמעטס, און שומרים האט געמאכט א בייק דרייוו ווי זיי האבן געגעבן העלמעטס בחינם, עפעס היינטיגע טעג זעט מען גאנץ ווייניג העלמעטס, איך ווייס נישט פארוואס אבער דאס איז וואס איך זע.
די סכנה פון בייקס איז נישט פרעמד - איך פערזענליך האב געהאט א חבר אין שפיטאל כמעט אויף יענער וועלט פון א בייק עקסידענט. דאס דארף יעדער זען צו איינפירן ביי זיך אינדערהיים.
סעיף דרייווינג:
לערנענדיג אין א"י האב איך נישט געקענט פארשטיין וויאזוי דרייוון איז אזא ספארט? ווען בחורים זענען געפארן איז עס געווען אזא שטיקל 'רעיסינג', יעדער האט זיך אויפגעטון ווי שנעל ער איז געפארן צו מירון און פאוסטן אויף סטעטוס סקרינשאטס פון 220 קמ"ש איז געווען א דבר פשוט.
אויפן תשעים האט מען ח"ו נישט געקענט זיצן אונטער א צווייטע קאר אפי' פאר א רגע, 'קאָטן' די פראָנט קאר איז געווען א חיוב, נישט קיין חילוק צו עס איז געווען א שארפן דריי אדער בארג ארויף און מען האט נישט געקענט זען די צווייטע לעין!
זאג אן דיינע קינדער, ווייז זיי "סעיפטי קאממערשעלס" אויף יוטיוב, זיי זיי מסביר אז א קאר איז א דריי טויזענט פונטיגער ראקעט געפירט דורך א מענטש. גיב זיי צו פארשטיין אז אפי' זיי זענען 'פראפעסיאנאלע דרייווער' זענען דא 'אנדערע' דרייווער אויפ'ן ראוד......
ערשטע הילף און צוטריטליכע מעדעצין:
א קינדער געבענטשטע משפחה בפרט דארף כסדר זיך מטפל זיין מיט מעדיצינישע אנגעלעגענהייטן, דא האט א קינד געכאפט א שניט, דא פילט איינער נישט גוט אינמיטן די נאכט. נישטא קיין סיבה די פרוי זאל נישט קענען די מינימאלע געזונטהייט מהלכים, וויסן ווען און וואס פארלאנגט א געהעריגע דאקטער, און פארשטיין ווען הצלה איז וויכטיג (אין איינער פון די וועקער'ס האט א פרוי געשריבן איבער דעם, דערציילנדיג פון א חבר'טע וואס איר קינד איז אוועק פון "דיהיידערעישען" אינמיטן די נאכט, דאס קינד האט נישט גוט געפילט און געוויינט, אבער זי האט נישט געקענט טרעפן די באָטי, און אנטשלאפן אינצווישן, ווען זי נעמט ווען א דריי שעה קורס אין פשוט'ע מעדעצין, וואלט זי געוויסט אז גיבן וואסער פאר א קינד מיט הויעכע פיבער איז קריטיש וויכטיג, און אויב דאס קינד טרינקט נישט רופט מען הצלה.)
דאס איז בלויז דריי וואס קומען אין געדאנק יעצט, אבער יעדער פאר זיך דארף זען צו טון וואס מעגליך צו לעבן בשלום ובשלוה און נישט ח"ו צוקומען לידי סכנה.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמחה'לע קאפשטיק: דו ווארטסט אז די רעבעס זאללן זיך אונטערבייגן און נעמען א ..."אישור"... פון עפעס א וועד פון פשוטי עם. מאך דיך נישט נאריש. אויסער דעם. וועללן געוויסע חסידות'ן אדער קהילות טענה'ן אז ..."ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע"... האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן. די ציונים (שר"י, עפ"ל, ימ"ש) האבן דאס איינגעפיהרט...לאל...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שמחה'לע קאפשטיק: דו ווארטסט אז די רעבעס זאללן זיך אונטערבייגן און נעמען א ..."אישור"... פון עפעס א וועד פון פשוטי עם. מאך דיך נישט נאריש. אויסער דעם. וועללן געוויסע חסידות'ן אדער קהילות טענה'ן אז ..."ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע"... האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן. די ציונים (שר"י, עפ"ל, ימ"ש) האבן דאס איינגעפיהרט...לאל...!
מען וועט זיי סטראשען אז מען וועט זיי צונעמען די חסידים און די געלט...
אזוי ווי זיי סראשען אז זיי וועלן ארויסווארפן אונזערע קינדער פון די מוסדות אויב מען האט נישט קיין אישור...
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
א גרויס חלק פון די פראבלעם איז די אלגעמיינע אומבאקאנטשאפט וואס איז דא אין די קאמיוניטי צו סטאטיסטיקס. ווען עס דא למשל א הויכע בארג מיט א סיין ביז וואו מען מעג גיין, וועסטו אייביג זען די חכמים וואס ווייסן אליין ביז וואו זיי קענען גיין, און געווענליך געלונגט זיי עס, זיי פאלן טאקע נישט, אבער ווען גענוג מענטשן פראבירן עס הערט מען פלוצלונג א מעשה.
ווען מען לייגט א צייכן עד פה תבא, נעמט עס שוין אריין אין חשבון אז אמאל פארלירט איינער די באלאנס פאר א מינוט, אמאל געבט איינער בטעות א קליינע שטופ, וכדומה. מען קען נישט אויסנוצן זיכערהייט ביזן סוף, אייביג קען זיך מאכן עפעס וואס מען האט נישט געקענט פאראויס רעכענען.

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ס’שוין דא א רבי וואס איז מסכים צו אונזערע פארשלאגן עכ"פ ווי @פאליטיקאנט האט ערווענט
דא האסטו כ"ק אדמו"ר מקארלין
http://www.bhol.co.il/news/1215442
יש"כ @נייגעריגער פונעם אנדערען אשכול
דא האסטו כ"ק אדמו"ר מקארלין
http://www.bhol.co.il/news/1215442
יש"כ @נייגעריגער פונעם אנדערען אשכול
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: "וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helathc
וויפיל פון ענק האבן א 'קארבאן מאנאקסייד' דעטעקטאר?
און א רויעך דעטעקטאר?
קאסט בערך $10 און האלט זיך פאר יארן!
קול מבשר ווען ער האט נישט קיין נייעס וועט ער געווענליך באריכטן איבער א אידישע פאמיליע אין שיקאגא אריינגעפירט אין שפיטאל מיט הויעכע קארבאן מאנאקסייד שטאפלען, אבער עס קען אויך געשען אין ניו יארק.
און א רויעך דעטעקטאר?
קאסט בערך $10 און האלט זיך פאר יארן!
קול מבשר ווען ער האט נישט קיין נייעס וועט ער געווענליך באריכטן איבער א אידישע פאמיליע אין שיקאגא אריינגעפירט אין שפיטאל מיט הויעכע קארבאן מאנאקסייד שטאפלען, אבער עס קען אויך געשען אין ניו יארק.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
קארבען דיטעקטערס קאסטען מער.
דאס איז היבש וויכטיג אז מען זאל טוישן די באטערי און מאכן זיכער עס ארבעט.
וואס געשעהט ביי אסאך, אז די באטערי הערט אויף, און עס פייפט, לעשט מען עס אויס אסאך מען נעמט עס אראפ אויף דערווייל ַַ..
דערפאר איז וויכטיג עס צו טוישן ווען עס ארבעט נאך..
דאס איז היבש וויכטיג אז מען זאל טוישן די באטערי און מאכן זיכער עס ארבעט.
וואס געשעהט ביי אסאך, אז די באטערי הערט אויף, און עס פייפט, לעשט מען עס אויס אסאך מען נעמט עס אראפ אויף דערווייל ַַ..
דערפאר איז וויכטיג עס צו טוישן ווען עס ארבעט נאך..
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: "וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helathc
אויף עמעזאן קאסט עס צווישן 10-20 דאלער.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: "וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helathc
לאור די לעצטיגע וועכענטליכע (סקול) שיסערייען, און נאך די באפעלא שיסעריי ווי די שיסער האט קלאר ארויסגעשריבן האס קעגן 'חסידים', ברענג איך דאס דא נאכאמאל אראפ.פאליטיקאנט האט געשריבן:
3) סעיפטי פערסאנאל.
דאס אז טעראר און האס איז פארשפרייט איבער די וועלט איז קיינעם קיין נייעס, צו גאנס פארמערן אדער פארמינערן געוואלדטאטן און פאטאליטעטן וועל איך לאזן פאר די "פאליטיקאנטן" זיך צו שלאגן.
#למעשה לעבן מיר אין אמעריקא ווי גאנס איז גאנץ צוטריטלעך אין עטליכע סטעיטס און מאסן שיסערייען זענען מער אפט, דעריבער - ובפרט אונז אלס אידן וואס זענען מער אויסגעשטעלט צו שנאה און אטאקעס - דארפן מיר מער באשיצונג (וכבר היה לעולמים, עצי חיים פיטסבורג / פאוועי חב"ד).
יעצט צו אויפנעמען סעיפטי גארדס פאר יעדע מוסד באזונדער איז נישט פראקטיש משום כמה סיבות, פארוואס זאלן נישט זיין טרענירטע אינגעלייט מיט געווער (עכ"פ אין חדרים וישיבות און שבת ויו"ט אין בתי מדרשים) פונקט ווי מיר פארשטייען אז מיר דארפן הצלה אינגעלייט אין יעדע מצב, און מיר פארלאזן זיך נישט אויף EMS ווייל יעדע רגע מאכט אויס, די זעלביגע איז מיט זיכערהייט.
עס קען זיין די שומרים /שמירה אינגעלייט און אין חדרים קען עס זיין די קעכער אדער מענעדשער.
[עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אין א"י ווערן רוב טעראר אטאקעס אפגעשטעלט דורך פשוט'ע אזרחים מיט גאנס]
4) קעמפס.
מיט קעמפס מיין איך נישט צוצולייגן נאך א זיכערהייטס שוואכקייט, נאר די אויבנדערמאנטע פארזיכערונג מיטלען זענען אויסטערליש וויכטיג אין קעמפס מער ווי אין שטאט צוליב וואס עס נעמט פיל לענגער פאר זיכערהייטס אגענטורן צו רעאגירן.
ח"ו א גייסטיש צורידערטע יוגענטליכע אנטיסעמיט פון וועסט ווירזשיניע, מעין, אדער ווערמאנט קען פשוט אריינגיין אין א גאן געשעפט איינקויפן געווער, און פינעף שעה שפעטער איז ער אין מונקאטש קעמפ מיט 400 קינדער אין די 'סווימינג פול'...... פין רופן 911 ביז פאליציי קומט אן קען נעמען 5 מינוט.
נאכאמאל, פונקט ווי יעדע קעמפ (און באנגעלוי קאלאני - איך רעד פון קעמפס ווייל דארט האנדלט זיך מיט קינדער...) פארשטייט אז מען דארף אלס האבן הצלה "אָן סייט", אזוי אויך דארף מען האבן פארזיכערונג קרעפטן אָן סייט.
רבותי שיקטס כאטש אימעיל צו אונזערע רעפרעזענטעטיווס.
פארוואס ווארט מען ביז'ן טראגעדיע געשעט??