עס איז מיר נאך אלס מער מסתבר צו זאגן אז ער האט א חוש צו עפעס אזוי ווי קאָלד ריִדיִנג וכדומה, די טעכניק(ן) מיט וואס סייקיקס, מענטעליסטס ודכוותייהו באנוצן זיך מיט, ווי איידער זאגן ״רוה״ק״, אובערנאטורליך אא״וו.שאלתיאל האט געשריבן:מי אני, איך הער וואס די זאגסט אבער דארפסט נעמען אינאכט אז:
1. דער מענטש וואוינט אין אן אנדערע קאנטינענט פון דעם רבי'ן און ער האט זיך נאך קיינמאל געטראפן פערזענליך. צופעליג האט ער זיך געפינען אלץ גאסט אין זעלבן שטאט.
2. דער רבי פירט אן א ריזיגע חסידות פון טויזענטע מענטשן, קוים וואס ער קען זיינע אייגענע מענטשן
3. דער מענטש איז באקאנט אלץ שארפע מתנגד צום רבי'ן, אזוי ווייט אז ער טרעט נישט אריין אין די שטיבל פון די חסידות אין שטאט וואו ער וואוינט
4. בלויז ער און זיינע בני בית האבן געוויסט דערפון
5. עס איז דעמאלט געווען אין אנהייב פון דעם מחלה און ס'איז נישט געווען ניכר אויף אים בכלל. דער מענטש אליין האט מיר געזאגט אז ס'נישט מעגליך אז ער האט געקענט וויסן דערפון.
6. איך ווייס נישט פונקט וואס איז דאס רוח הקודש, איך האב בעיקר געמיינט צו זאגן אז עס (קוקט אויס עכ"פ) נישט בדרך הטבע.
דערפאר איז מיר שווער אנצונומען דיינע הסברים
עס איז סתם אזוי מן הראוי לציין אין דעם טעמע בכלל צו דוד הום׳ס באקאנטע מימרא לגבי אמונה בנס [פרטי] שמספרים.