איך בין מסכים. די גאנצע מערכה לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל פאר אזא קלוגע מענטש.עצי שטים האט געשריבן:איך בין נאכנישט אזוי זיכער, די זאך האלט זיך נאך אינמיטן אויסקאכן, לאמיר עס גיבן צייט,בורו פארק האט געשריבן:דער אלע טענות וועגען שוחד און קלאר אין טאש פון איין בעל דין דארף מען קענען מכריח זיין מיט ראיות גמורות נישט מיט אייגענע השערות, און אויב דו האסט טאקע ראיות וועלען בית דין און קאורט לאזען אוועקגיין פון דער מפשר, אבער זעהסט דאך אז קאורט האט צורוקגעשיקט צו הרב בערגמאן און זיי האבען נישט געטראפען קיים שום שוחד דארט.עצי שטים האט געשריבן: אויך אויב ער נעמט שוחד? אדער פירט זיך נישט ערליך? אדער איז קלאר אין טאש פון איין בעל דין? אדער ציט סתם אויס די דין תורה אבי ער זאל מאכן געלט?
לויט ווי עס זעהט אויס גייט פאנעט צירוק גיין אין קארט
אגב עס זעט מיר נישט אויס אז ער איז געגאנגען צו קאורט ווייל ער האט נישט אזוי ליב געהאט די פסק פון בערגמאן, ער האט דאך נאכנישט גע'פסק'נט גארנישט
ער האט פשוט געוואלט אז זאכן זאלן זיך ריקן, און כפי הנראה האט בערגמאן דוקה אויסגעצויגן די זאך סיי פאר זיין אייגענע בענעפיט און אויך וועגן די בענעפיט פון ריינער
ער לייגט מן הסתם די גרינדונג צו קענען גיין אין קארט.
זעהט אויס זיין סטראטעגיע איז- אויב איך קען עס נישט האבן, וויל איך זיכער מאכן אז ער קען אויך נישט.