היסטאריע האט געשריבן:
מעשה ג'
וועגען דער "חוף הנפרד" אין אשדוד. (איינער ווייסט וואס דארט איז געוועהן?)
איך ווייס נישט וועגן וועלעכער עסקן רעדט זיך אינעם קונטרס הויכוחא רבא, אבער אין ישיבה האב איך געהאט א ידיד אן אשדודער 15 יאהר צוריק און ער האט מיר פארציילט איבער א מחלוקה אין אשדוד צווישען גערע עסקנים און אנדערע איבער דעם חוף הנפרד,
קודם כל הקדמה, אין ארץ הקודש איז פארהאן (כמעט) אין יעדע שטאט וועלעכע ס'איז פארהאן א ביטש, א חוף ים, איז על פי געזעץ אויכעט פארהאנען אן אפטיילונג וועלעכע איז געאייגנט צו זיין על פי גדרי הצניעות,
אין רוב שטעט, איז פארהאן איין אפטיילונג פאר די פרומע, וועלעכע 3 טעג אין וואך איז געאייגנט בלויז פאר מענער און 3 טעג בלויז פאר פרויען,
אין שטאט נתניה דאכט זיך אז ס'איז אפגעטיילט פארמיטאג און נאכמיטאג, (-3 טעג אין וואך די מענער פארמיטאג און די פרויען נאכמיטאג, און די אנדערע 3 טעג פארקערט)
אין שטאט טבריה איז פארהאן 2 אפגעטיילטע עקסטערע פלעצער איינס נעבן די אנדערע,איינע געאייגנט פאר די מענער און די אנדערע פאר די פרויען, וועלעכע קענען ביידע זיין אפן אלע טעג פון וואך.
בכדי זאל מען טאקע קענען גענוסן פונעם ים אויכעט אויף דעם אופן, אן צו ח"ו זיך רוקן קיין זיז כל שהוא פון גדרות שגדרו ראשונים, פארשטייט זיך אז די רבנים פון א יעדע שטאט זענען עוסק א יעדע אנפאנג זומער אינעם עניין פון כשרות החוף הנפרד,
ד. מ. אז די טעכנישע עניינים ווי צ.ב.ש. די לענג פון די מחיצות, ביז ווי טיף אריין אין ים, מ'זאל נישט אריין-שווימען פון די אנדערע אפטיילונגען וועלעכע שטייען נישט בגדרי הצניעות, א. א. וו.
פארשטייט זיך אז אין יעדע שטאט איז פארהאן עסקנים וואס זענען דאס מסדר עצהיו"ט, און איין מאהל ס'איז מסודר, רופט מען אראפ די רבנים זיי זאלן זעהן אז ס'איז אלעס געמאכט ווי ס'ברויך צו זיין,
און דערנאך חתמ'נען די רבנים אויפ'ן כתב הכשר פאר'ן א.ג.: "חוף הנפרד",
(-איך ווייס נישט אויב אין אלע שטעט אין ארץ ישראל ארבעט דאס אזוי, אבער אין אשדוד יא)
איינע פון די הויפט עסקנים אין אשדוד אין אט דער עניין, איז געוועזן (און אפשר נאך אלטס) ידיו רב לו אויכעט אינעם פאבליק-טראנספאטאציע אפטיילונג (תחבורה ציבורית)
ווי פארשטענדליך, אין אזעלעכע שטעט ווי אשדוד, וואס איז פארהאן געגענטער וועלעכע זענען געאייגנט אינגאנצן בלויז פאר די פרומע צו וואוינען, און געגענטער וועלעכע ס'וואוינען בלויז פון די נישט פרומע, און געגענטער וואס איז געמישט מיט פרומע און נישט פרומע איינוואוינער, ברויך'ן די אנפיהרער פון די באסעס קאמפעני, האבן א מענטש וואס זאל פירן זייער שייכות צום ציבור היראים לדבר ה', סיי בנוגע די באסעס וועלעכע זענען געמאכט געווארן צו פאהרן ארויס פון שטאט צו אנדערע שטעט, און סיי וועלעכע זענעו געמאכט צו פאהרן פון איין געגענד צו אן אנדערע אינעם זעלבן שטאט, איז דער יודעלע האט געהאט דער שייכות מיט דער וואס מ'דארף בכדי מסביר צו זיין וועלעכע באדערפענישן דארפן ערפולט ווערן לצורך תושבי העיר.
עד כאן ההקדמות.
איינע פון די יאהרן, האבן די עסקנים נישט מצליח געוועהן זיך אדורך צו קומען מיט'ן ראש העיר, צו מיט זיינע מנהלים וועלעכע זענען ממונה אויף דעם עניין פונעם תיקון החוף הנפרד כהלכה,
און געוויסע זאכן וואס די עסקנים האבן געפאדערט, האט דער ממונה מטעם די שטאט נישט געפאלגט, איך ווייס נישט אויב ס'איז געוועהן בדווקא אדער בטעות, אבער למעשה האבן זיי זיך נישט אדורך געקומען,
יענע עסקן איז ארויסגעקומען מיט א מעלדונג, אז וויבאלד די שטאט וויל נישט זיך צו שטעלן צו די געברויכן פונעם פרומען ציבור, איז דער חוף הנפרד נישט כשר דאס יאהר.
און צוליב דעם, האט יענער צוגעלייגט, וועלן די שטאטישע באסעס נישט האבן די קביעות'דיגע באס וועלעכע פלעגט זיין צוגעשטעלט יאהר יערליך לטובת די וואס ווילן גענוסן פונעם נאטורליכן ים.
(-די קאמפעניס וואס שטעלן צו די שטאטישע באסעס, האבן נישט קיין אהנונג וואס טוהט זיך, און דער עסקן ער איז זייער איינציגסטער שייכות צום פרומע ציבור)
איינע פון די אנדערע עסקנים אין שטאט, האט גערעדט צו איינע פון די רבנים פון שטאט, און געפרעגט 'הכצעקתה' איז טאקע דער 'חוף הנפרד' אזוי נישט כשר אז מ'קען נישט געבן די כשרות דאס יאהר?
האט דער רב מסביר געוועהן אז דער עסקן וועלעכע נעמט די רבנים א יעדעס יאהר צו זעהן אז אלעס איז אין ארדענונג ע"פ הלכה, האט פשוט נישט גערעדט צו זיי אין די נושא די זומער,
האט יענע עסקן פארשטאנען אז מ'קען עפעס ערלעדיגן, האט ער צוזאמגערופן אלע רבנים וואס פלעגן חתמ'נען אלע יאהרן אויפ'ן כשרות החוף (דאכט זיך מיר אז זיי רופן זיך 'ועד רבני הקריות')
און ווען זיי זענען אראפגעקומען אויפן שטח פונעם חוף, האבן זיי געזעהן אז די מחיצות שטייען אזוי פעלזן פעסט ווי אלע יאהרן און אלע אנדערע עניינים זענען אויכעט ב"ה אויפ'ן בעסטען אופן, און שוין, די רבנים האבן גע'חתמעט אויפן כתב הכשר,
ווי איך פארשטיי איז אין יענע יאהר געטוהן געווארן גרויסע בוי ארבעט און מ'האט פון פריש געבויט אין אסאך אנדערע חופים אין אשדוד, און דער (געווענליכער) עסקן האט געוואלט אריין כאפן מ'זאל שוין פארלענגערן די מחיצות ביז טיפער אריין אין די ים, און נאך עטליכע תיקונים וואס זענען נישט געטוהן געווארן, בעיקר צוליב שווערע מיליאנען וועלעכע ס'וואלט געקאסט דאס צו טוהן, און ער האט געוואלט אז מיט דעם וואס מ'גייט דאס נישט נוצן וועט מען לייגן דרוק אז מ'זאל דאס יא אויפטוהן, למעשה איז געקומען זומער, און דער ממונה פון שטאט האט אנגעפיפן דער ערשטער עסקן, און שוין דער אנדערער עסקן האט פארחתמ'עט די רבנים, און ובא לציון גואל.
דער ערשטער עסקן איז געוועהן זייער אויפגערעגט אויף דער וואס האט אראפ-גערופן די רבנים, און בכלל אויף זיין פלאן וואס האט למעשה נישט געארבעט,
און ער האט ערלעדיגט אז די שטאטישע באס וואס פלעגט פאהרן פון די היימישע געגענד ביז'ן חוף הנפרד און צוריק, זאל נישט דינען דעם ציבור אין יענע זומער.
ווי איך פארשטיי, איז יענער עסקן (געוועהן יענטסמאהל, און אפשר נאך אלטס) פון די גאר נאנטע מענטשן צום גערער רעבינ'ס זוהן פון אשדוד ר' שלמה צבי אלטער,
און אויף אלע אנדערע רבנים וואס האבן געחתמעט אויפ'ן כתב הכשר, האבן זיי זיך נישט אזוי שטארק אויפגערעגט, ווייל זזיי האבן דן געוועהן אז מסתמא האבן זיי נישט געכאפט אז מ'האנדלט אויף דעם וכו'
איינע פון די חתימות האט זיי זייער אויפגערעגט, והיא, די חתימה פון הגרש"ד הכהן גרוס, רב פון חסידי גער אין אשדוד, און פון די מעהר ארויפגעקוקטע רבנים אין שטאט.
זייערע טענה אויף עם איז געוועהן אז וויבאלד ער האט געוואוסט די פלאן פון די עסקנים צו פארבעסערן די כשרות און צו פאדערן מעהר בעסערע חומרות, וואלט ער נישט געדארפט חתמ'נען אויפ'ן הכשר,
עד כדי כך גבה טורא בינייהו פונעם גערע-אשדוד'ע-רב צום גערע-רעבינ'ס-זוהן באותה פרשייה, אז דער לעצטער האט מחדש געוועהן אויפ'ן ערשטער די באקאנטע ווארט:
"המעביר בניו בין גזרי ים סוף,
את רודפיהם ו
את שונאיהם בתהומות טבע, -
'את' לרבות תלמידי חכמים"
למעשה אין יענע זומער, איז געוועהן א חוף הנפרד מיט'ן הכשר פון אלע רבנים, און קיין שטאטישע באסעס פון אין אשדוד צום חוף הנפרד איז נישט געוועהן,
פון אלע אנדערע שטעט, די שטאטישע באסעס וועלעכע פאהרן קיין אשדוד איז די לעצטע סטאפ (אזוי ווי אלע יאהרן אין די זומער חדשים) געוועזן ביים חוף הנפרד.
דער רש"צ אלטער, איז געוועזן להשמיד אויף הרב גרוס, (קען זיין וועגן נאך פרשיות) און ער האט כמעט געפועלט ביי זיין פאטער ארויס-צו-ווארפן דעם רב גרוס פון זיין פאזיציע,
אבער אנשי שכל הישר פון אין דער גערער רעבינ'ס שטוב האבן עם בארוהיגט, און למעשה איז הרב גרוס יא געבליבן.
איך ווייס נישט וועגן וועלעכער עסקן רעדט זיך אינעם 'ויכוחא רבא' אז ער האט געוואלט ערלעדיגן אזא זאך ווי אסערן פרסומי תועבה,
און ס'מאכט מיר נישט צו פיהל סענס אז ס'זאל קענען געשעהן אזא זאך לו יצוייר ליצמאן שר"י וואלט דאס געשטיצט.
און אינעם ויכוח אליינס איז דאס נאר געקומען בדרך אגב, צו מסביר זיין אז דעם גערער רעבין שליט"א האט צומאהל פריערדיגערע התחייבות'ן, אפילו ווען ס'קומט דער עניין פון מניעת תועבה.
איך הער.