סיפורים נפלאים פין גערער רבי שליט"א

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

סיפורים נפלאים פין גערער רבי שליט"א

שליחה דורך היסטאריע »

ליינענדיג דער וויכוחא רבא וואס איז דא נתפרסם געווארען, האב איך געקלערט, עס איז שאד נישט מיטצוטיילען פאר'ן עולם די ענינים נפלאים וואס שטייען דארט געשריבען. הגם די שרייבערס פין די קונטרס ווילען בעיקר ארויס ברענגען וואס די חסידים פין גערע רבי האלטען, זענען אבער מיר געוועהן העכסט אינטרעסאנט די פאר מעשה'לך וועגען דער רבי אליין. עס ווייזט זיין אנושיות אויף א שטארקע אופן, וואס איז נישט אזוי באקאנט.
מעשה א'
כבוד בית גער
בשעה דער פרשה פין בערלינער, בין איך (הרב פרץ ר"ב) אריין צום רבי און געפרעגט, ברלינר האט דאך אונטערגשריבען בוררות ביי רב באב"ד (לכאורה ר' נפתלי מאיר פין טארטיקוב), פארוואס שלאגט מען זיך מיט א מענטש וואס איז מסכים צו גיין אין דין תורה? האט דער רבי געפרעגט, דער באב"ד ווייסט וואס מיינט גער? ער פארשטייט וואס דאס איז גער? האב איך גענטפערט, וואס איז דער שאלה? ער ווייסט וואס דאס איז די תורה! נישט וואס איז גער. עס איז דא א שולחן ערוך, און דאס קען ער! פארוואס דארף ער וויסען וואס דאס איז גער אדער דער כבוד פין בית גער?
(ווען דער רבי פרעגט מיר, רנ"מ באב"ד וואלט זיך געבויגן פאר אביסל טעראר, נישט געזארגט).
דערנאך האט דער רבי געפרעגט, וויפיל פראצענט גיבסטו אז גער זאל געווינען די דין תורה? האב איך גענטפערט, 90 פראצענט. צולייגענדיג, אז דווקא אין דין תורה איז דא מער האפענונג אז גער זאל געווינען. ווייל אין געריכט וועט לכאורה ברלינר געווינען. אבער דער רבי האט זיך געהאלטען ביי זייניגע, אז מען זאל נישט גיין צו דין תורה, זאגענדיג, אויב גער וועט פארלירען, וואס וועט זיין מיט כבוד בית גער? בעסער גיין אין קארט! (לכאורה איז פשט ווייל אין קארט אפילו מען פארלירט איז נישטא אזא גרויסע בזיון).
מעשה ב'
א ענליכע מעשה.
ווען עס איז געוועהן די מחלוקת וועגען דער בעלות אויף א בית המדרש, צווישען גער און רב מנדלסון פין חב"ד אין ערד, האט מאיר גלוזמן דער משב"ק פין גערע רבי גערופען רבי בצלאל ווקסלשטיין, (געוועהן דער גרעסטע דיין אין גער דעמאלס, שפעטער האט מען אים מסלק געוועהן צוליב זיין נישט וועלען עובר זיין די הלכה), און דער משב"ק האט געזאגט אז דער רבי אין נעבען אים, און וויל וויסען אויב גער האט א שאנס צו געווינען אין א דין תורה. האט ר' בצלאל געזאגט אז גער האט 50 פראצענט שאנס. האט דער רבי געזאגט "אויב אזוי ווען מען גיין אין געריכט".
מעשה ג'
לשם שמים?
פאר אסאך יאר צוריק האט א עסקן א גערע חסיד פין אשדוד, געוואלט אויפטוהן אז מען זאל אוועקנעמען די מיאוס'ע אדווערטייזמענט'ס פין די גאסען, ער האט שוין געפועל'ט ביי פארשידענע פרייע חברי כנסת אז זיי זאלען מסכים זיין אויף דעם, מיט דער אויסרייד אז עס איז א סכנה פאר דרייווערס וואס ווערען נמשך נאך דער סיין. אלץ איז שוין געוועהן מסודר מצד די חברי כנסת. אבער דוקא ח"כ יעקב ליצמן, וואס זיין הילף פאר דער ענין האט קריטיש אויסגעפעלט, האט נישט מיט געשטימט. און האט זיך ארויסגעדרייט אז ער דארף דער רבי'ס הסכמה אויף דעם. האט דער עסקן מיר (ר' פרץ ר"ב) געבעטען איך זאל באקומען דער רבי'ס ברכה אויף דער פראיעקט, מציל צו זיין אידישע קינדער פין זעהן מיאוס'ע בילדער.
בין איך אריין צום רבי'ן, און פארגעלייגט דער ענין. האט דער רבי מיר געזאגט, "ער (דער עסקן פין אשדוד) מיינט נישט לשם שמים", און האט נישט געוואלט געבען זיין הסכמה אז ליצמן זאל מיט יענעם מיטארבעטען.
איך האב פראבירט זאגען פאר דער רבי, וואס איז א חילוק אויב מען מיינט לשם שמים אדער נישט? סוף סוף וועלען אידישע גאסען זיין ריין פין שלעכטע בילדער! אבער דער רבי האט זיך ג'עקשנ'ט און נישט געוואלט געבען זיין הסכמה, ווייל יענער מיינט נישט לשם שמים.
שפעטער איז מיר נתברר געווארען אז דער עסקן איז "פארברענט" געווארען ביים רבי'ן, צוליב אן אנדערע מעשה וועגען דער "חוף הנפרד" אין אשדוד. (איינער ווייסט וואס דארט איז געוועהן?)
מעשה ד'.
סנדקאות יעדעס טאג.
צוליב אזעלכע מעשה'ליך, האב איך נישט געוואלט געבען פאר דער רבי קיין סנדקאות ווען מיין זוהן איז געבוירען. אבער פונקט אין דער טאג פין מיין זוהן'ס ברית איז נישט געוועהן נאך ברית'ן. אלע משמשים, האבען מיר געבעטען אז איך זאל געבען פאר דער רבי סנדקאות. ר' יוסף שיף האט מיר גערופען צענליגע מאל און געזאגט אז פאר די רבי איז חשוב צו האבען סנדקאות יעדעס טאג. איך האב אבער געזאגט אז איך וויל סנדקאות פאר מיר מחמת א ענין. דער רבי האט נישט גערעדט מיט מיר פאר א חודש און א האלב. ביז אונז האבען מיר זיך איבערגעבעטן.
מעשה ה'.
בעסער רבית ווי היתר עיסקא.
זייענדיג דער גבאי פין דער גמ"ח, האב איך געהאט א פלאן, יעדער אברך זאל איינלייגען 300 שקל א חודש צו דער גמ"ח, און ווען ער וועט קויפען א דירה וועט ער באקומען א הלוואה פין 300 טויזענט שקל. וויבאלט דער זאך איז פארבינדען מיט א שאלה פין רבית, האב איך געוויסט אז מען וועט דארפען אונטערשרייבען א היתר עיסקא. ווען דער רבי האט געהערט פין דער רעיון, האט ער גאר שטארק הנאה געהאט פין דער רעיון, און געוואלט אז דער זאך זאל ווייטער אויסגעפירט ווערען, אבער געזאגט, אז וויבאלט דער בית ישראל האט נישט אונטערגעשריבען א היתר עיסקא, ממילא ווען מען דא אויך נישט אונטערשרייבען קיין היתר עיסקא. (נאר טוהן דער זאך אהן א היתר עיסקא). ווען איך האב מיר פארעקשנ'ט אז עס איז גאר א שטארקע שאלה פין רבית, און קען אפילו זיין א דאורייתא, האט דער רבי געזאגט, אז טאמער מען מאכט עס מיט א היתר עיסקא, איז ער קעגען דער גאנצע רעיון!
מען האט מיר געבעטען איך זאל פראבירען אריין גיין און פראבירען מסביר זיין אז דאס איז נישט קיין שפיל, נאר א איסור ממש, און עס איז נישטא קיין ברירה און מען קען עס נישט טוהן אהן א היתר עיסקא.
בין איך אריין צום רבי'ן, מיט א שו"ע יו"ד, און געוויזען אין הל' רבית ק"ס סעיף ט', דער רמ"א און ב"י, וואס פין דארט קומט אויס אז עס איז רבית קצוצה וואס איז א דאורייתא. הערשט דעמאלס ווען דער רבי האט געזעהן וואס שטייט בפירוש, האט ער חוזר געוועהן פין זיין התנגדות און געזאגט בשפה רפה, "אויב די ווילסט קענסטו אונטער שרייבען א היתר עיסקא". למעשה איז דער רעיון נישט נתגשם געווארען.
מעשה ו.
ראש ישיבה איז א רודף
פאר אסאך יאר צוריק, בין איך אריין צום רבי'ן, און געזאגט אז עס איז דא אסאך בחורים וואס האבען נישט קיין סיפוק פין לערנען בקיאות, און מצד זייער טבע זענען זיי מער געשטימט צו לערנען עיון, און מען זאל טרעפען פאר זיי א אנדערע מהלך אין לערנען. דער רבי האט געפרעגט וואס איך בין מציע. האב איך פארגעלייגט, אז עס זאל זיין א קבוצה וואס זאל לערנען שטאטער די גמרא און הערן א שיעור פין ראש ישיבה, אזוי וועט ער אויך קענען געבען שיעורים.
דער רבי האט געזאגט אין א כעס. "בשום פנים ואופן, ער איז א רשע מרושע!" אויף דער שאלה פארוואס? האט דער רבי געזאגט "ער רודף'ט מיר שוין דרייסיג יאר".
האב איך פארציילט פאר דער רבי, אז דער ראש ישיבה האט מיר אליין געהייסן פרעגען דער רבי וועגען א נאמען פאר מיין טאכטער, און ווי זעהט דער רבי אז ער איז רודף?
האט דער רבי געזאגט, ער גראבט מיר אונטער דער בענקעל כסדר.
מעשה ז'.
מפייס זיין ווען יענער איז גערעכט
אמאהל אין א שמועס האט דער רבי מיר געזאגט, אז ער האט ריעל עסטעיט אין צפון, וואס עס איז דא אויף דעם א דין ודברים מיט א געוויסע מענטש, און דער רבי וויל איך זאל יענעם מפייס זיין. האב איך געפרעגט דער רבי, דער ריל עסטעיט אין צפון איז ווערט גאר ווייניג, און דער זעלבער מענטש אבער, האט אויף דער רבי אסאך שטערקערע טענות וועגען א אנדערע שטיקעל ריעל עסטעיט, וואס איז אין סענטער, און איז ווערט אסאך, און עס מאכט סענס מיט אים זיך דורכקומען אויף אלעס. האט דער רבי געזאגט, "דער ריעל עסטעיט אין סענטער איז דאך באמת מיינס". (והמבין יבין).
מעשה ח'.
דער תורה פין רבי
מיט דער אייגינע אויגען האב איך געזעהן, ווי שמעון רוטשטיין, דער איידעם פין רבי, ברענגט פאר די רבי די שמועסן וואס מען האט אים צוגעגרייט פאר דער קומענדיגע שבת. דער רבי האט עס איבערקגעקוקט פאר צוויי מינוט, און געשריבען אויף טשעק אויף איין שטיקעל, און א עקס אויף דער אנדערע, און גלייך צוריק געגעבען צו רוטשטיין. און פין דארט גייט עס צו ר' יצחק מאיר טאומן ער זאל זאגען דער "איבערשמועס".
איך פערזעהנליך האב אמאהל געהאט דער נענסטער פלאץ מעגליך צום רבי'ן חנוכה ביינאכט. און איך האב געוואלט הערען פין זיין מויל ווי ער זאגט דער "שמועס". און קען מעיד זיין אויף זיכער, אז פין דער גאנצע שמועס וואס מען האט שפעטער מפרסם געוועהן, האט דער רבי אפשר געזאגט צען ווערטער....
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

א שכוח פארן מסדר זיין!
אין די מעשיות ווייסט מען דאך שוין
מען דארף אויך ווען ברענגען פרישע
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

היסטאריע האט געשריבן:
מעשה ה'.
בעסער רבית ווי היתר עיסקא.
זייענדיג דער גבאי פין דער גמ"ח, האב איך געהאט א פלאן, יעדער אברך זאל איינלייגען 300 שקל א חודש צו דער גמ"ח, און ווען ער וועט קויפען א דירה וועט ער באקומען א הלוואה פין 300 טויזענט שקל. וויבאלט דער זאך איז פארבינדען מיט א שאלה פין רבית, האב איך געוויסט אז מען וועט דארפען אונטערשרייבען א היתר עיסקא. ווען דער רבי האט געהערט פין דער רעיון, האט ער גאר שטארק הנאה געהאט פין דער רעיון, און געוואלט אז דער זאך זאל ווייטער אויסגעפירט ווערען, אבער געזאגט, אז וויבאלט דער בית ישראל האט נישט אונטערגעשריבען א היתר עיסקא, ממילא ווען מען דא אויך נישט אונטערשרייבען קיין היתר עיסקא. (נאר טוהן דער זאך אהן א היתר עיסקא). ווען איך האב מיר פארעקשנ'ט אז עס איז גאר א שטארקע שאלה פין רבית, און קען אפילו זיין א דאורייתא, האט דער רבי געזאגט, אז טאמער מען מאכט עס מיט א היתר עיסקא, איז ער קעגען דער גאנצע רעיון!
מען האט מיר געבעטען איך זאל פראבירען אריין גיין און פראבירען מסביר זיין אז דאס איז נישט קיין שפיל, נאר א איסור ממש, און עס איז נישטא קיין ברירה און מען קען עס נישט טוהן אהן א היתר עיסקא.
בין איך אריין צום רבי'ן, מיט א שו"ע יו"ד, און געוויזען אין הל' רבית ק"ס סעיף ט', דער רמ"א און ב"י, וואס פין דארט קומט אויס אז עס איז רבית קצוצה וואס איז א דאורייתא. הערשט דעמאלס ווען דער רבי האט געזעהן וואס שטייט בפירוש, האט ער חוזר געוועהן פין זיין התנגדות און געזאגט בשפה רפה, "אויב די ווילסט קענסטו אונטער שרייבען א היתר עיסקא". למעשה איז דער רעיון נישט נתגשם געווארען.
די מעשה איז לכאורה נישא געשען.
אין די קונטרס שטייט אז הרב נפתלי נוסבוים האט מסכים געווען אז מ'דארף דא א היתר עיסקא.
ער איז נאך גענוג א ת"ח צו פארשטיין אז א היתר עיסקא וואלט לכאורה נישט געהאלפן דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ער איז נאך גענוג א ת"ח צו פארשטיין אז א היתר עיסקא וואלט לכאורה נישט געהאלפן דא
לכאורה מיינסטו צו זאגן, ער איז גענוג תלמוד חכם צו פארשטיין אז מען דארף האבן א היתר עיסקא.

און אויף דעם זאג איך, די פארשטייסט נישט דער מעשה. גערע רבי איז נישט קיין גרויסע תלמוד חכם, און וויבאלט עס איז דא א קפידא פין בית ישראל קעגן היתר עיסקא, האט זיין עמעראצישע שכל פארשטאנען אז עס איז בעסער צו טוהן דער זאך אהן היתר עיסקא, און האבן א פראבלעם פין רבית, ווי איידער מיט היתר עיסקא און טוהן עפעס קעגן א גערע ענין.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

היסטאריע האט געשריבן:
מעשה ג'
וועגען דער "חוף הנפרד" אין אשדוד. (איינער ווייסט וואס דארט איז געוועהן?)
איך ווייס נישט וועגן וועלעכער עסקן רעדט זיך אינעם קונטרס הויכוחא רבא, אבער אין ישיבה האב איך געהאט א ידיד אן אשדודער 15 יאהר צוריק און ער האט מיר פארציילט איבער א מחלוקה אין אשדוד צווישען גערע עסקנים און אנדערע איבער דעם חוף הנפרד,
קודם כל הקדמה, אין ארץ הקודש איז פארהאן (כמעט) אין יעדע שטאט וועלעכע ס'איז פארהאן א ביטש, א חוף ים, איז על פי געזעץ אויכעט פארהאנען אן אפטיילונג וועלעכע איז געאייגנט צו זיין על פי גדרי הצניעות,
אין רוב שטעט, איז פארהאן איין אפטיילונג פאר די פרומע, וועלעכע 3 טעג אין וואך איז געאייגנט בלויז פאר מענער און 3 טעג בלויז פאר פרויען,
אין שטאט נתניה דאכט זיך אז ס'איז אפגעטיילט פארמיטאג און נאכמיטאג, (-3 טעג אין וואך די מענער פארמיטאג און די פרויען נאכמיטאג, און די אנדערע 3 טעג פארקערט)
אין שטאט טבריה איז פארהאן 2 אפגעטיילטע עקסטערע פלעצער איינס נעבן די אנדערע,איינע געאייגנט פאר די מענער און די אנדערע פאר די פרויען, וועלעכע קענען ביידע זיין אפן אלע טעג פון וואך.
בכדי זאל מען טאקע קענען גענוסן פונעם ים אויכעט אויף דעם אופן, אן צו ח"ו זיך רוקן קיין זיז כל שהוא פון גדרות שגדרו ראשונים, פארשטייט זיך אז די רבנים פון א יעדע שטאט זענען עוסק א יעדע אנפאנג זומער אינעם עניין פון כשרות החוף הנפרד,
ד. מ. אז די טעכנישע עניינים ווי צ.ב.ש. די לענג פון די מחיצות, ביז ווי טיף אריין אין ים, מ'זאל נישט אריין-שווימען פון די אנדערע אפטיילונגען וועלעכע שטייען נישט בגדרי הצניעות, א. א. וו.
פארשטייט זיך אז אין יעדע שטאט איז פארהאן עסקנים וואס זענען דאס מסדר עצהיו"ט, און איין מאהל ס'איז מסודר, רופט מען אראפ די רבנים זיי זאלן זעהן אז ס'איז אלעס געמאכט ווי ס'ברויך צו זיין,
און דערנאך חתמ'נען די רבנים אויפ'ן כתב הכשר פאר'ן א.ג.: "חוף הנפרד",
(-איך ווייס נישט אויב אין אלע שטעט אין ארץ ישראל ארבעט דאס אזוי, אבער אין אשדוד יא)
איינע פון די הויפט עסקנים אין אשדוד אין אט דער עניין, איז געוועזן (און אפשר נאך אלטס) ידיו רב לו אויכעט אינעם פאבליק-טראנספאטאציע אפטיילונג (תחבורה ציבורית)
ווי פארשטענדליך, אין אזעלעכע שטעט ווי אשדוד, וואס איז פארהאן געגענטער וועלעכע זענען געאייגנט אינגאנצן בלויז פאר די פרומע צו וואוינען, און געגענטער וועלעכע ס'וואוינען בלויז פון די נישט פרומע, און געגענטער וואס איז געמישט מיט פרומע און נישט פרומע איינוואוינער, ברויך'ן די אנפיהרער פון די באסעס קאמפעני, האבן א מענטש וואס זאל פירן זייער שייכות צום ציבור היראים לדבר ה', סיי בנוגע די באסעס וועלעכע זענען געמאכט געווארן צו פאהרן ארויס פון שטאט צו אנדערע שטעט, און סיי וועלעכע זענעו געמאכט צו פאהרן פון איין געגענד צו אן אנדערע אינעם זעלבן שטאט, איז דער יודעלע האט געהאט דער שייכות מיט דער וואס מ'דארף בכדי מסביר צו זיין וועלעכע באדערפענישן דארפן ערפולט ווערן לצורך תושבי העיר.

עד כאן ההקדמות.

איינע פון די יאהרן, האבן די עסקנים נישט מצליח געוועהן זיך אדורך צו קומען מיט'ן ראש העיר, צו מיט זיינע מנהלים וועלעכע זענען ממונה אויף דעם עניין פונעם תיקון החוף הנפרד כהלכה,
און געוויסע זאכן וואס די עסקנים האבן געפאדערט, האט דער ממונה מטעם די שטאט נישט געפאלגט, איך ווייס נישט אויב ס'איז געוועהן בדווקא אדער בטעות, אבער למעשה האבן זיי זיך נישט אדורך געקומען,
יענע עסקן איז ארויסגעקומען מיט א מעלדונג, אז וויבאלד די שטאט וויל נישט זיך צו שטעלן צו די געברויכן פונעם פרומען ציבור, איז דער חוף הנפרד נישט כשר דאס יאהר.
און צוליב דעם, האט יענער צוגעלייגט, וועלן די שטאטישע באסעס נישט האבן די קביעות'דיגע באס וועלעכע פלעגט זיין צוגעשטעלט יאהר יערליך לטובת די וואס ווילן גענוסן פונעם נאטורליכן ים.
(-די קאמפעניס וואס שטעלן צו די שטאטישע באסעס, האבן נישט קיין אהנונג וואס טוהט זיך, און דער עסקן ער איז זייער איינציגסטער שייכות צום פרומע ציבור)
איינע פון די אנדערע עסקנים אין שטאט, האט גערעדט צו איינע פון די רבנים פון שטאט, און געפרעגט 'הכצעקתה' איז טאקע דער 'חוף הנפרד' אזוי נישט כשר אז מ'קען נישט געבן די כשרות דאס יאהר?
האט דער רב מסביר געוועהן אז דער עסקן וועלעכע נעמט די רבנים א יעדעס יאהר צו זעהן אז אלעס איז אין ארדענונג ע"פ הלכה, האט פשוט נישט גערעדט צו זיי אין די נושא די זומער,
האט יענע עסקן פארשטאנען אז מ'קען עפעס ערלעדיגן, האט ער צוזאמגערופן אלע רבנים וואס פלעגן חתמ'נען אלע יאהרן אויפ'ן כשרות החוף (דאכט זיך מיר אז זיי רופן זיך 'ועד רבני הקריות')
און ווען זיי זענען אראפגעקומען אויפן שטח פונעם חוף, האבן זיי געזעהן אז די מחיצות שטייען אזוי פעלזן פעסט ווי אלע יאהרן און אלע אנדערע עניינים זענען אויכעט ב"ה אויפ'ן בעסטען אופן, און שוין, די רבנים האבן גע'חתמעט אויפן כתב הכשר,
ווי איך פארשטיי איז אין יענע יאהר געטוהן געווארן גרויסע בוי ארבעט און מ'האט פון פריש געבויט אין אסאך אנדערע חופים אין אשדוד, און דער (געווענליכער) עסקן האט געוואלט אריין כאפן מ'זאל שוין פארלענגערן די מחיצות ביז טיפער אריין אין די ים, און נאך עטליכע תיקונים וואס זענען נישט געטוהן געווארן, בעיקר צוליב שווערע מיליאנען וועלעכע ס'וואלט געקאסט דאס צו טוהן, און ער האט געוואלט אז מיט דעם וואס מ'גייט דאס נישט נוצן וועט מען לייגן דרוק אז מ'זאל דאס יא אויפטוהן, למעשה איז געקומען זומער, און דער ממונה פון שטאט האט אנגעפיפן דער ערשטער עסקן, און שוין דער אנדערער עסקן האט פארחתמ'עט די רבנים, און ובא לציון גואל.
דער ערשטער עסקן איז געוועהן זייער אויפגערעגט אויף דער וואס האט אראפ-גערופן די רבנים, און בכלל אויף זיין פלאן וואס האט למעשה נישט געארבעט,
און ער האט ערלעדיגט אז די שטאטישע באס וואס פלעגט פאהרן פון די היימישע געגענד ביז'ן חוף הנפרד און צוריק, זאל נישט דינען דעם ציבור אין יענע זומער.

ווי איך פארשטיי, איז יענער עסקן (געוועהן יענטסמאהל, און אפשר נאך אלטס) פון די גאר נאנטע מענטשן צום גערער רעבינ'ס זוהן פון אשדוד ר' שלמה צבי אלטער,
און אויף אלע אנדערע רבנים וואס האבן געחתמעט אויפ'ן כתב הכשר, האבן זיי זיך נישט אזוי שטארק אויפגערעגט, ווייל זזיי האבן דן געוועהן אז מסתמא האבן זיי נישט געכאפט אז מ'האנדלט אויף דעם וכו'
איינע פון די חתימות האט זיי זייער אויפגערעגט, והיא, די חתימה פון הגרש"ד הכהן גרוס, רב פון חסידי גער אין אשדוד, און פון די מעהר ארויפגעקוקטע רבנים אין שטאט.
זייערע טענה אויף עם איז געוועהן אז וויבאלד ער האט געוואוסט די פלאן פון די עסקנים צו פארבעסערן די כשרות און צו פאדערן מעהר בעסערע חומרות, וואלט ער נישט געדארפט חתמ'נען אויפ'ן הכשר,
עד כדי כך גבה טורא בינייהו פונעם גערע-אשדוד'ע-רב צום גערע-רעבינ'ס-זוהן באותה פרשייה, אז דער לעצטער האט מחדש געוועהן אויפ'ן ערשטער די באקאנטע ווארט:
"המעביר בניו בין גזרי ים סוף, את רודפיהם ואת שונאיהם בתהומות טבע, - 'את' לרבות תלמידי חכמים"
למעשה אין יענע זומער, איז געוועהן א חוף הנפרד מיט'ן הכשר פון אלע רבנים, און קיין שטאטישע באסעס פון אין אשדוד צום חוף הנפרד איז נישט געוועהן,
פון אלע אנדערע שטעט, די שטאטישע באסעס וועלעכע פאהרן קיין אשדוד איז די לעצטע סטאפ (אזוי ווי אלע יאהרן אין די זומער חדשים) געוועזן ביים חוף הנפרד.

דער רש"צ אלטער, איז געוועזן להשמיד אויף הרב גרוס, (קען זיין וועגן נאך פרשיות) און ער האט כמעט געפועלט ביי זיין פאטער ארויס-צו-ווארפן דעם רב גרוס פון זיין פאזיציע,
אבער אנשי שכל הישר פון אין דער גערער רעבינ'ס שטוב האבן עם בארוהיגט, און למעשה איז הרב גרוס יא געבליבן.

איך ווייס נישט וועגן וועלעכער עסקן רעדט זיך אינעם 'ויכוחא רבא' אז ער האט געוואלט ערלעדיגן אזא זאך ווי אסערן פרסומי תועבה,
און ס'מאכט מיר נישט צו פיהל סענס אז ס'זאל קענען געשעהן אזא זאך לו יצוייר ליצמאן שר"י וואלט דאס געשטיצט.
און אינעם ויכוח אליינס איז דאס נאר געקומען בדרך אגב, צו מסביר זיין אז דעם גערער רעבין שליט"א האט צומאהל פריערדיגערע התחייבות'ן, אפילו ווען ס'קומט דער עניין פון מניעת תועבה.
איך הער.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ובכלל בעניין קונטרס ה'ויכוחא רבא'
זאגט מיר איינער, אז דער גערער רבי אליינס האט אויכעט באקומען ספיקות אין אמונת צדיקים נאכ'ן אדורך ליינען דעם קונטרס
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

היסטאריע האט געשריבן:
ער איז נאך גענוג א ת"ח צו פארשטיין אז א היתר עיסקא וואלט לכאורה נישט געהאלפן דא
לכאורה מיינסטו צו זאגן, ער איז גענוג תלמוד חכם צו פארשטיין אז מען דארף האבן א היתר עיסקא.
ניין, איך האב מיר נישט טועה געווען.

הרב נפתלי נוסבוים איז גענוג א ת"ח צו וויסן אז היתר עיסקא וואלט דא נישט געהאלפן. דייקא אזוי.
זיי מברר וויאזוי היתר עיסקא ארבעט און דו וועסט זען אז עס איז א דבר פשוט אז אין אזא פאל העלפט עס נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הרב נפתלי נוסבוים איז גענוג א ת"ח צו וויסן אז היתר עיסקא וואלט דא נישט געהאלפן. דייקא אזוי.
זיי מברר וויאזוי היתר עיסקא ארבעט און דו וועסט זען אז עס איז א דבר פשוט אז אין אזא פאל העלפט עס נישט.
ביטער זיי מסביר וואס איר ווילט, וואס איז דער פראבלעם פון אזא היתר עיסקא?

ווייל אויב איר מיינט צו זאגען אז דער גמ"ח האט נישט קיין געשעפטען, איז ביי אלע גמ"חים איז דא דער זעלבע פראבלעם, און אלע מאכען נאך אלס היתר עיסקא. לכאורה איז דא עפעס א תירוץ אויף דעם. איך מיין אז מ'פארלאזט זיך אויף דער געשעפטען פון דער וואס פירט דער גמ"ח. עיין בברית יהודה (מהגאון רבי יעקב בלוי זצ"ל) שמשמע כן. על כל פנים אלע גדולים פון דער פריערדיגע דור האבען נישט געהאט א פראבלעם פון א היתר עיסקא ביי א גמ"ח.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

וואס הייסט די גמ"ח מאכט נישט קיין געשעפטן. נישט דא א גמ"ח וואס מאכט נישט קיין געשעפטן און טאקע פארדעם יעדע פאר יאר איז דא א גמ"ח וואס גייט bellyup. אזויוויַ להבדיל ביי געשעפט לייט וואס אינוועסטירן *OPM און זענען reckless.

אבער לאמיר טראכטען א מינוט. טאמער איז די געלט נאר געגעבן געווארן על דעת צדקה (דאס טייטש אז ווען א פרעמדע מענטש נישט פון די קהלה. אדער מער קלאר - א גוי, קומט צו די גמח און וויל מאכן די זעלבע דיעל גיט מען עס אים נישט. ווייל ס'איז נישט קיין גוטע דיעל נאר ס'איז צדקה פראגראם.) און דער גמח פארלירט געלט אויף די פראגראם איז דאך עס נישט קיין נשך. ס'איז צדקה בדרך כבוד. אוודאי קען מען עס נישט פסק'נען בציבור ווייל מ'דארף יורד זיין לחדרי בטן און נאר א רבי קען דאס וויסען. גאר פארקערט, ווען ער האט געהערט אז מ'וויל א היתר עסקא האט ער פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צדקה פאר די חברה האט ער בכלל נישט געוואלט. ווי פארשטענדליך. און טאקע משום הא האט ער אפשר שפעטער געזאגט אז מ'זאל יא מאכן. קיין שאלה אויף גערע רבי איז עס זיכער נישט ווייל ס'איז תלוי און די פיינענשעל terms צו פארשטיין וואס די שקלא וטריא איז.

למעשה איז די גאנצע היתר עסקא א מהפך קערה על פיה. אבער דאס איז נישט די מדובר דא ועוד נדבר על זה במועד אחר.

*Other People's Money
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ניין, נישט ווייל א גמ"ח מאכט נישט קיין געשעפטן, דאס איז פונקט אזוי אסור ביי פריוואטע מענטשן.

ווען א גמ"ח גיבט צוריק מער ווי זיי בארגן, העלפט א היתר עיסקא.

דא אבער איז עס נישט אזוי. עס איז הלווני ואלווך, זיי גיבן נישט קיין ריוח, זיי בארגן אים צוריק געלט.

וויאזוי איז די נייע הלוואה געווארן די פירות פון די אריגינעלעם געלט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אבער אויב די צווייטע הלוואה איז א צדקה וואס מ'טוט נאר פאר בני קהלה איז דאך עס נאר אלץַ א צדקה.

אויב די זאגסט אז ס'איז יא ריבית טאר קיינער נישט נעמען קיינמאל קיין הלוואה פון זייער קהלה. ווייל קלאר איז די quid pro quo תהא חסיד שלי ואני אתן הלוואה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:אבער אויב די צווייטע הלוואה איז א צדקה וואס מ'טוט נאר פאר בני קהלה איז דאך עס נאר אלץַ א צדקה.

אויב די זאגסט אז ס'איז יא ריבית טאר קיינער נישט נעמען קיינמאל קיין הלוואה פון זייער קהלה. ווייל קלאר איז די quid pro quo תהא חסיד שלי ואני אתן הלוואה.
טאמער די צווייטע הלוואה איז א חיוב אויף דער גמ"ח צו געבן פאר יעדער מעמבער, וואס ווערט א מעמבער דורך בארגן געלט פאר די גמ"ח, איז עס אן אפמאך פון רבית. דער ביאור הגר"א רופט עס אן 'רבית דברים', אבער אין רעק"א אין שו"ע ווייזט זיך אויס אז עס איז רבית קצוצה.

האסט א שאלה, אבער די תירוץ איז גאנץ לייכט. ער ווערט א חסיד פאר אסאך סבות, און קיינער ווערט אויס חסיד ווען די גמ"ח פארמאכט זיך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב נאר געליינט 3 פון די ..."סיפורים נפלאים"... איך מיין אז זיי זענען געשריבן געווארן (און די גאנצע מאמר) בלשון בתמיה. אדער, בעסער געזאגט בלשון סגי נהור.! סאררי. דאס איז די מסקנא וואס איך נעם ארויס. ווייל ס'איז ..."איתמחי גברא ואיתמחי קמיע"... ווער ס'פארשטייט פארשטייט. (קרעדיט מהר"א קר"י שליט"א.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אבער אויב די צווייטע הלוואה איז א צדקה וואס מ'טוט נאר פאר בני קהלה איז דאך עס נאר אלץַ א צדקה.

אויב די זאגסט אז ס'איז יא ריבית טאר קיינער נישט נעמען קיינמאל קיין הלוואה פון זייער קהלה. ווייל קלאר איז די quid pro quo תהא חסיד שלי ואני אתן הלוואה.
טאמער די צווייטע הלוואה איז א חיוב אויף דער גמ"ח צו געבן פאר יעדער מעמבער, וואס ווערט א מעמבער דורך בארגן געלט פאר די גמ"ח, איז עס אן אפמאך פון רבית. דער ביאור הגר"א רופט עס אן 'רבית דברים', אבער אין רעק"א אין שו"ע ווייזט זיך אויס אז עס איז רבית קצוצה.

האסט א שאלה, אבער די תירוץ איז גאנץ לייכט. ער ווערט א חסיד פאר אסאך סבות, און קיינער ווערט אויס חסיד ווען די גמ"ח פארמאכט זיך.
איך האלט מיך פאר א שטיקל,,"ידען"... אין הלכות רבית (מסכת חיי). איך האלט אז דער ליטוואק איז גערעכט. איך האב נישט געזעהן דעם הגהות רעק"א.
ריבית דברים איז עס זיכער. כ'בין נישט אזוי זיכער אז ס'הייסט ריבית קצוצה.
אהוב את האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אהוב את האמת »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
ער איז נאך גענוג א ת"ח צו פארשטיין אז א היתר עיסקא וואלט לכאורה נישט געהאלפן דא
לכאורה מיינסטו צו זאגן, ער איז גענוג תלמוד חכם צו פארשטיין אז מען דארף האבן א היתר עיסקא.
ניין, איך האב מיר נישט טועה געווען.

הרב נפתלי נוסבוים איז גענוג א ת"ח צו וויסן אז היתר עיסקא וואלט דא נישט געהאלפן. דייקא אזוי.
זיי מברר וויאזוי היתר עיסקא ארבעט און דו וועסט זען אז עס איז א דבר פשוט אז אין אזא פאל העלפט עס נישט.
עי' בקונטרת שבספר קיצור דיני ריבית המצויים בפרק י"א ד"ד (פון הג"ר משה שטערנבוך) ווי ער איז מבאר א אופן היתר.
ס'איז טאקע נישט אזוי פשוט.. אבער מיט א היתר עסקה דכולו פקדון ועוד ארבעט ער אויס א מהלך..
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, נישט ווייל א גמ"ח מאכט נישט קיין געשעפטן, דאס איז פונקט אזוי אסור ביי פריוואטע מענטשן.

ווען א גמ"ח גיבט צוריק מער ווי זיי בארגן, העלפט א היתר עיסקא.

דא אבער איז עס נישט אזוי. עס איז הלווני ואלווך, זיי גיבן נישט קיין ריוח, זיי בארגן אים צוריק געלט.

וויאזוי איז די נייע הלוואה געווארן די פירות פון די אריגינעלעם געלט?
דער פראבלעם איז שוין אדורך געדראשען געווארען דורך דער פוסקים פון דער פריערדיגע דור בתוכם דער שו"ת מנחת יצחק, ר' יעקב בלוי אין ספר ברית יהודה, און יבלחט"א ר' משה שטרנבוך שליט"א. דאס וואס איר האט אדורך געלערנט גמרא איזהו נשך מיינט נאך נישט אז איר קענט אלעס ביז צו פסקנ'ן.
אהוב את האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אהוב את האמת »

כדרכו של הליטוואק....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זוך דא נישט זיך צו בארעכטיגן אדער פירן קיין וויכוחים, אבער איך וויל נישט אז קיין מכשול זאל ארויסקומן.

ממילא זאג איך אייך אז ר' משה שטרנבוך, מיט אלע מכבתים אין זיין ספר,רעדט פון אן אנדערע מציאות, ווי מ'צאלט רבית ממש. עס איז נישט קיין הלווני ואלווך, אן אנדערע מציאות אין גאנצן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זוך דא נישט זיך צו בארעכטיגן אדער פירן קיין וויכוחים, אבער איך וויל נישט אז קיין מכשול זאל ארויסקומן.

ממילא זאג איך אייך אז ר' משה שטרנבוך, מיט אלע מכבתים אין זיין ספר,רעדט פון אן אנדערע מציאות, ווי מ'צאלט רבית ממש. עס איז נישט קיין הלווני ואלווך, אן אנדערע מציאות אין גאנצן.
קוק אריין נאכאמל אין זיין תשובות ותמצא נחת
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: סיפורים נפלאים פין גערער רבי שליט"א

שליחה דורך טמיר »

@ליטוואק זאגט (מסתם) זייער גוט, אבער עס קומט בכלל נישט אריין דא. לערן נאכאמאל דורך די מעשה בעיון דערנאך קוק איבער דיין תגובה אויב מען דארף יא היתר עיסקא אדער נישט.
די געדאנק פון די מעשה איז געווען אז איינער האט מעדיף געווען צי פאראויסגיין מיט די פלאן "אהן" אן היתר עיסקא ווי איידער מיט, ווייל די זיידע ז"ל האט נישט געמאכט קיין היתר עיסקא [SMILING FACE WITH OPEN MOUTH AND SMILING EYES]
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, נישט ווייל א גמ"ח מאכט נישט קיין געשעפטן, דאס איז פונקט אזוי אסור ביי פריוואטע מענטשן.

ווען א גמ"ח גיבט צוריק מער ווי זיי בארגן, העלפט א היתר עיסקא.

דא אבער איז עס נישט אזוי. עס איז הלווני ואלווך, זיי גיבן נישט קיין ריוח, זיי בארגן אים צוריק געלט.

וויאזוי איז די נייע הלוואה געווארן די פירות פון די אריגינעלעם געלט?
כ'קען נישט גוט הלכות ריבית, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי @ליטוואק ולאו מטעמיה.

ווייל אויבנאויף איז יעדע "הלווני ואלווך" צוויי מאל ריבית, די צווייטע הלוואה אויפן ערשטען און די ערשטען אויפן צווייטן.

היתר עיסקא וואלט לכאורה געדארפט העלפן אז די הלוואה וואס די גמ"ח געט זאל נישט זיין קיין ריבית אויפן ערשטן הלוואה (פ"וו זאל עס דארפן זיין דירעקטע פירות פון די ארגינעלע געלט??, ס'לכאורה גענוג אז די ערשטע הלוואה איז געווען 'מחצה פקדון' וואס דעריבער קומט זיך פארן נותן געוויסע רווחים פון די גמ"ח'ס אינוועסטירונגען. וואס אין אויסטויש געט מען אים א אנדערע ווערדפולע זאך, קרי; א הלוואה)

אבער אויפן אנדערן חלק וועט עס אוודאי נישט העלפן, דהיינו אז די הלוואה וואס דער מעמבער געט פארן גמ"ח (אדער די רווחים וואס קומט זיך אים לויטן היתר עיסקא) איז לכאורה ריבית אויפן צווייטן הלוואה וואס די גמ"ח געט אים. און דער מעמבער איז א נותן ריבית און די גמ"ח מקבלי ריבית.
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

עטס אלע האבען ב"ה פיינע קעפ און טוען אדורך דער נושא בעיון רב, אבער אזעלעכע סארט גמ"ח'ען גייען שוין אן יארן אין ארץ ישראל, און די גדולי הפוסקים האבען שוין אדורכגעטוהן די נושא אין אלע הינזיכטן, די ערשטע הלואה די צווייטע הלואה, און זיי האבן אויסגעארבעט אז מ'קען נאכאלס מאכען א היתר עיסקא פרטי (נישט א אלגעמיינע).
פארשפארט