ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך שמן למאור »

געבויט אויפן באקאנטן ניגון פון ר' יו"ט ערליך ז"ל;

******

מיטן הילף פון באשעפער וועלן מיר דא ריידן
און דערציילן פון יענע פריידן

פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
עס קומט די תורה אויף דער וועלט

דער באשעפער פון דער וועלט דער גרויסער בורא
זוכט א חתן פאר זיין טאכטער די הייליגע תורה

פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
אלע חסידות'ן פון דער וועלט

דער באשעפער פרעגט ביי די חסידות'ן אלע
ווער וויל די תורה פאר א כלה

די חסידים פרעגן וואס און ווען
מען וויל נישט הערן מען וויל נישט זען

און פארוואס און פארווען
לאמיר זען וואס איז געשען

איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ געשמאק
גענומען פליען קיין בני ברק
און קיין מרכז וויזניץ געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגט מען צו אים הייליגע "שוואנצאנעס"
זאגט אונז נישט אויף דעם קיין לצנות
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט באטשי וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רעבע שיין
אז די רבי איז גאט אליין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין גור גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן גלייך ויסעו
און איז געקומען קיין ירמיהו
און די גורע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי מיר זיינען גרייט
זאגט אונז נאר וואס דארט שטייט
זאגט זיי דער מלאך לא תרצח
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט פורש וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביים וועד אליין
אז טויטן שאוליסטן דערף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
פלייכט פרובירט קיין ברסלב גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער גוט
ער איז געקומען קיין חומה השלישית
די ברלנדיסטן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי נשאל את הרב
ער וועט אונז זאגן הן או לאו
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חולק וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין סאטמאר גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער וואויל
ער איז געקומען קיין קרית יואל
און די סאטמארע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי מ'וועט עס גיבן א קלער
ווייזט נאר איין געזעץ אהער
זאגט דער מלאך ואהבת לרעך כמוך צו זיי
אלע אידן זענען גוט אפילו ס'נישט איי איי איי
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט האלא וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אז האסן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין סקווירא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן דארטן ער פליט
ער איז געקומען קיין קלינטען סטריט
די סקווירא די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער
זאגן זיי מיטן מאור עינים
עס מוז שטימען גארנישט פארדרייען
זאגט זיי דער מלאך מיט א געבעט
זמן תפילה נישט דאווענען צו שפעט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
נאר איין שפעטע מנין עס וועט זיין
ווער עס וועט א מנין אינעם מייל מאכן
א פייער וועט פארברענען זיינע זאכן
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די בעלזא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין
אין גרויסע שטיב איינער אליין
די בעלזא די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי לייג עס אויפן סקרין
מיר ווילן זען וואס צו טון
זאגט זיי דער מלאך לשון הרע ניין
בארעדן דעם מאחניווקער איז נישט שיין
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט גולם וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אז בארעדן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די באבובער גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן סווערט שוין שפעט
ער איז געקומען קיין פארטי עיט (48)
די באבובער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער
זאגן זיי פארצייל אונז נאר די פרייז
וואספארא געבאטן אהן קיין גרייז
זאגט זיי דער מלאך מחלוקת איז שלעכט
זיך נישט קריגן קיין געפעכט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
די ווייסט נישט טייערע וואוהין צו גיין
מיר האבן געזען ביים רבין אליין
זיך שלאגן ביז צו די ציין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די סאדוגורע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן אויף די בערג
קיין בני ברק אויפן ברעג
די סאדוגורע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי די ינוקא גיי פרעג
מיר רירן זיך נישט פונעם הייליגן וועג
זאגט זיי דער מלאך כיבוד אם
צירוקגעבן די מאמע אירע היים
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חבר וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די ינוקא אליין
אז ציברעכן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין צאנז צו גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן מיט האראוואניע
אנגעקומען קיין נתניה
די צאנז-קלויזענבורגע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי, זאג נאר יעצט
א פשעטל הויעך קלאר און פעסט
ששת ימים תעבוד זאגט ער ארויס פון מויל
גיין ארבייטן זיי נישט פויל
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט עמעהארעץ וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רבי אליין
אז שטיפן אין כולל דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די מאדערענע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין


אין מיטן וועג דער מלאך שטייט
זעט ער א מאדערענע איד א פראפעסער גייט
דער טי שורט זיינע לאנג און ברייט
האט ער זיך דערפרייט
די תורה האט ער אים דערלאנגט
און דער אידל האט בעדאנקט
גארנישט ער וועט פארדרייען
ארגינעל ער וועט עס פארדייען
ווארט נאר זאגט ער היילט זיך ניט
איך גיב אייך א רעסיט

קיין גלייכע פארל האט איר נישט
ווי די תורה מיט דעם איד
ביידע זיינען די בעסטע פריינד
ווייל מען האט זיי ביידע פיינט
אין איין בורא גלויבט דער איד
און קיין שלעכטץ טאן קאן ער נישט
און כבוד טאטע מאמע גיט
און ואהבת לרעך כמוך ער היט
ווי דער מלאך האט עס דערהערט
האט ער זיך צוריקגעקערט
און געזאגט אויפן הימל דארט
אז די תורה איז אויפן בעסטן ארט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך ברוינשטיין »

זייער א שיינע שטיקל פאעזיע, כ'האב געשמייכלט דא דארט און הנאה געהאט.

אבער גיב מיר א ברעיק מיט דעם מאדערנעם איד.
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך ישן מלא חדש »

שטארק הנאה געהאט אבער עס באדערט מיר פארוואס די לייגסט ארויף בערלאנד אויף ברסלב, פון די גאנצע ליסט אלע משוגעתן און מנהגים קומט פון די ראשי הקהילה אדער פון די רבי אליינס אדער זענען זיי מסכים בעיקיפון און נישט מוחה, דא אבער האט רובא דרובא ברסלב עים ארויס געשטויסן און געטהון כהלכה און מוחה געוועין איז פארוואס רופטסו די ****** אויף ברסלב?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הא הא זייער גוט! איך האב גראדע יא הנאה פון דעם מאדערנעם איד. א פשוט'ע איד אן א פשט'לך דער קוקט אויס צו זיין אן אמעריקאנער מאדערנער ארטאדאקסישער איד

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שיינע ארבעט.
לאחר המעשה קומען אפיר אלע חכמים קריטעקירן. די געדאנק איז אייזן און מ'קען דאס בעסער באפיצן

חזק ואמץ
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ישן מלא חדש האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט אבער עס באדערט מיר פארוואס די לייגסט ארויף בערלאנד אויף ברסלב, פון די גאנצע ליסט אלע משוגעתן און מנהגים קומט פון די ראשי הקהילה אדער פון די רבי אליינס אדער זענען זיי מסכים בעיקיפון און נישט מוחה, דא אבער האט רובא דרובא ברסלב עים ארויס געשטויסן און געטהון כהלכה און מוחה געוועין איז פארוואס רופטסו די ****** אויף ברסלב?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
גערעכט,
איך האב נישט געמיינט צו באזינגען גאנץ ברסלב פאר די חטאים פון בערלאנד, איך האב בלויז אינזינען געהאט דעם ספעציפישן כת אין ברסלב
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין האט געשריבן:זייער א שיינע שטיקל פאעזיע, כ'האב געשמייכלט דא דארט און הנאה געהאט.

אבער גיב מיר א ברעיק מיט דעם מאדערנעם איד.
ברוינשטיין: וואס ווילסטו? דו האסט שוין געהערט אז דער מאדערן ארטאדאקס פון ברענטוואוד לאנג איילענד זאלל זיך רייסן מיט דעם מ.א. פון פוירטשעיס? אז זיי זאללן זיך קריגן וויאזוי מ'טייטשט אויס די מ.או. שיטה?! אדער ווער ס'האט יא, אדער נישט געזאגט הלל אום יום העצמאות?! אדער אז דער מ.או. פון שיקאגא (אדער זיינע חסידים) האט געווארפן שטעינער אויף דעם העיליגן מ.או. פון על. עי? ביים ציון פון רש"ר הירש.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

גאר גוט. אייזן.

און דער מאדערנער איד? געוואלדיג. די היימישע דא קענען אפילו נישט אנערקענען אז א מאדערנע איד איז דער וואס איז מקבל די תורה. אונזער תורה איז פארדרייט מיט הוספות און ווער ווייסט וואס, די איינציגע וואס נעמען די תורה כמו שהוא, אהן קיין הוספות זענען די מאדערנע ארטאדאקסיע אידן. פארפאלען, אבער א פאקט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינמיטן וועג דער מלאך שטייט
זעט ער א א טשילער פון עירמאנט גייט
דאס געשטאלט זיינער פעש און ברייט
האט ער זיך דערפרייט
פאר די תורה ער גיבט א דאנק
און פאקט עס באלד אריין אין טראנק
אויף זיין סטעטוס א סעלפי ער לייגט
און פאר יעדן די תורה צייגט

זאגט אים דער מלאך, ניין ניין ניין
קענסל די ארדער כ׳וועל קיין פלעטבוש גיין
די באדערנע אידן מיט געשניצטע בערד
וועלן בעסער פארשטיין איר ווערד
זאגט דער טשילער, ניין ניין ניין
דו פארשטייסט נישט צו די ביזנעס מיין
איך גיי נאר צו די זאך טאן
פארקויפן די תורה אויף עמעזאן

דער מלאך מאכט א גאנצע טראסק
און דערלאנגט דעם טשילער אין פנים א פראסק
די תורה ארויס פון קאר ער רייסט
און אנטלויפט מיט די נשמה און גייסט
שטייט זיך דער אינגערמאן באפאטשט
א מאסיווע סקאנדאל מיט מלאכים דאס טייטשט
טוט ער זיך אן די זאקן די ווייסע
און גייט דערציילן פאר זיין רבי די מעשה

זאגט אים דער רבי אלעס איז גוט
ווער געבט בכלל פאר מלאכים א ש*ט
קוק אויף מיר ווי מיין לעבן עס גייט
ווייל קיין איין תורה אין מיין וועג עס שטייט
ווער עס טשעפעט מיר איך צוטרעט
איך האב בנינים און אסאך ריעל עסטעיט
לאז זיך פון די גאנצע זאך אפ
דארפסט די תורה ווי א לאך אין קאפ

דער אינגערמאן ער פאלגט ווי א קינד
און לויפט ארויס פון רבי׳נס הויז געשווינד
ער גייט זיך אהיים און פאקט זיך אויף
זיין רעקליינער אין בעקיארד הויף
קומט אים אין חלום זיין חשוב׳ע זיידע
און ער זאגט אים א סוד ישרים ועדה
אויב אזוי זעען אויס ענקערע רבנים
ווער קען אייך דן זיין? ווער קען ווייזן א פנים

ווייל נאר איין תורה האט דער איד
און אין דעם ער שטארקט זיך מיט
רבי׳ס און דיינים וואס זענען קארופטירט
לופטערן שיקן מען דארף וואס פריערט
און אזוי וועט מען אויסנוצן די שעות
און נישט אראפפאלן אויף אזא טעות
צו מיינען אז א מאדערנער פראפעסער
איז פון אונז חסידים עפעס בעסער...
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך פרנס החודש »

איז עס דען אזא טעות?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך זע אז די עולם באדערט אביסל די פאקט אז איך האב אראפגעמאלן דעם מאדערנעם איד אלס דעם תורה טרייע איד, איז לאמיך אביסל פראבירן צו בסביר זיין מיין כוונה

פרעג נאר סיי וועליכע פשוטע חסידישע איד, וועט ער דיר זאגן אז "זיין" מהלך החיים וויאזוי ער פראקטיצירט אידישקייט, איז די "ריכטיגע" און "עכטע" ווערסיע פון די אידישע גלויבונג,
ווען משה רבינו דארף ווען היינט אראפצוקומען און טייטלען מיט די פינגער ווער זענען איז די אמת'ן אידן וואס פירן זיך די מערסטע על פי תורה, וואלט ער בלי שום ספק געקומען קיין וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי און בארא פארק, און געטייטלט אויף די חסידישע אידן

די פאקט איז אבער ליידער, אז עס איז גאר ווייט פונען אמת, די חסידישע מהלך החיים, איז א קולטור וואס שטאמט טאקע פון די אידישע גלויבונג, אבער עס איז מיט גאנישט אנגעבינדן אין די תורה, בכלל נישט, די שו"ע איז בכלל נישט די מכריע אין אונזער מהלך החיים

איך וועל דא געבן דריי דגמאות, אביסל צו פארשטיין געבן וואס איך מיין,
1) דאווענען נאך זמן תפילה, א זאך וואס האט נישט קיין שום היתר אז מען זאל עס פארנאכלעסיגן סתם אזוי, און דאך זעט מען הונדרעטע היימישע חסידישע אידן, פון די סמעטענע, וואס די זאך איז אפילו נישט קיין עסק בכלל, יו"כ טוט מען אפילו נישט תשובה אויף דעם,
און הגם אינמיטן די וואך זענען אסאך יא מקפיד אויף דעם, אבער ווען עס קומט שבת איז די זאך ממש כלא היה, און די פאום האב איך עס טאקע ארויפגעלייגט אויף סקווירא וואס זיי דאווענען אפעציעל יעדע שבת 11 אזייגער, אבער ביי רוב חסידות'ן איז מען בכלל נישט מקפיד דערויף, אויזער אפאר אויפגעקלערטע "ליטוואקעס" פון די קהילה,
אלעס אהן קיין געהעריגע סיבה, חוץ פון ...אז "ביי אונז" האט מען נישט מקפיד געווען אויף דעם...
(אגב, ביי די ניגון האב איך נאר געלייגט איין עבירה ביי יעדן חסידות, ווייל אזוי גייט די ניגון, אבער אסאך פלעצער זענען געשלאגן מיט מערערע פון די אנדערע חטאים, ווי מחלוקת, לשון הרע, און רציחה, וואס איז א נחלת הכלל, ליידער)
2) שטיין בשעת'ן בענטשן, א זאך וואס איז קעגן א פשוטע הלכה אין שו"ע, אין דאך שטייען רוב ריבם פון חסידישע אידן ביים טיש, און בענטשן שטייעדיגעהייט, אפשר ווייל זיך אראפזעצן קען מפריע זיין אביסל די סדר פונעם שלחן הטהור, אזוי צו אזוי, האט עס נישט קיין שום געהעריגע היתר

3) עסן אין די סוכה ווען עס רעגנט, א זאך וואס איז קעגן די הלכה, בפרט די וואס מאכן א ברכה לבטלה, עס האט נישט קיין שום היתר, און עס שטייט קלאר אז דער וואס טוט עס איז א הדיוט,

די משלים זענען נאר אפאר פון זייער אסאך, ווי מען טרעט "אפעציעל" אויפן שו"ע מיטן באקאנטן סלאגאן "שו"ע איז געמאכט פאר גרים" מען זיכט בכלל נישט צו טון וואס די תורה הייסט, מען טוט וואס די געזעלשאפט און די קולטור פארלאנגען, אפגעזען אויב עס שטימט יא אדער נישט מיטן שו"ע

איך האב געהערט לעצטנס א ווערטל, אז ללכת גייט מאכן א נסיעה אויף שבועות צום הר סיני, ווי עס וועלן פארן א דעלעגאציע פון אפאר אידן פון יעדע חסידות, און מען וועט צירוקגעבן די תורה פארן באשעפער, באותו מקום ובאותו זמן,
ס'איז יענס געלעכטער

לא כן ביי די מאדערענע איד (מען קען אפשר זאגן א גרויס טייל ליטווישע, אבער זיי האבן אויך געוויסע משגעת'ן הגם סאך ווייניגער, די סיבה פארוואס איך האב בוחר געווען א מאדערענע איד, איז ווייל ביי די ליטווישע איז אויך גילטיג דעם פראבלעם פון "ששת ימים תעבוד")
די מאדערענע איד האט טאקע די זעלבע יצר הרע ווי די חסידים, ער קען אויך אמאל רעדן לשון הרע, אדער דאווענען נאך זמן תפילה, אבער ער ווייסט אז ער טוט אן עוולה, די שו"ע איז די מחייב ביי אים, ער ווייסט אז מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע, ווייל ער האט געהערט נעכטן די הארבקייט דערפון ביי א דרשה פון ר' פסח קראון אויף תורה עניטיים, אדער אויפן וועבזייטל פון די חפץ חיים העריטידזש פאונדעשען,

זיין רב האט פארגעלערנט משנה ברורה, ער ווייסט אז מען טאר נישט דאווענען נאך סוף זמן תפילה, וואס זאל ער טון, ער איז פארשלאפן, ער האט עס טאקע אינזינען ביי סלח לנו, און יו"כ וויינט ער אויף דעם

אבער איין זאך טוט ער נישט, ער רייסט נישט אויס גאנצעטע בלעטער פונעם שו"ע מיט אזא ליצנות'דיגן סלאגאן פון
"ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען אויף דעם"
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

גראדע אין די תורה שטייט אז מ'דארף אנהייבן ציילן ספירה ממחרת השבת, און די (דעמאלטסדיגע) רבנים האבן אויסגעריסן די תורה און געזאגט נאך די ערשטע טאג יום טוב! די זעלבע זאך מיט לאזן ברענען א פייער שבת.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

פארוואס זענען דא מענטשן וואס דוקא ביים היימישען ציבור טרעפט ער אלע עבירות (בדרך כלל האבען רוב די זעלבע עבירות מיט א צווייטע ניגון) אין ביים מאדערנעם איד זעהט ער ממש פארוועם משיח וועט געבן די תורה? ביי די מאדערנע קרייזן איז טאקע נישטו קיין מחלקות?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מיליאנער האט געשריבן:גראדע אין די תורה שטייט אז מ'דארף אנהייבן ציילן ספירה ממחרת השבת, און די (דעמאלטסדיגע) רבנים האבן אויסגעריסן די תורה און געזאגט נאך די ערשטע טאג יום טוב! די זעלבע זאך מיט לאזן ברענען א פייער שבת.
די רעדסט פון א צווייטע נושא אונגאנצן
די רעדסט פון די כח וואס די חכמים און רבנים האבן אויף די תורה

איך רעד פון זאכן וואס קיין שום רב אדער רבי וועט דיר נישט זאגן הויעך אדער אפעציעל אז מען מעג אזוי טון
נאר... אזוי טוט מען... אהן קיין סיבה

אדרבה, זאג מיר איין רב וואס זאגט קלאר אז די הלכה פון זמן תפילה האט עקספייערט, און עס גייט שוין נישט אהן היינט, אדער אז עס מיינט גאר עפעס אנדערש?
אויב טרעפסטו מיר אזא איינער, דאן פיין, עס איז פינקט ווי די ממחרת השבת וואס די ברענגסט, אדער ווי לאזן א פייער ברענען
אבער איך מיין אז עס איז נישט אזוי, מען טוט און פערטיג, און ווען מען פרעגט פשט פונעם רב/רבי/דיין, דרייען זיי מיטן צינג
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עצי שטים האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:גראדע אין די תורה שטייט אז מ'דארף אנהייבן ציילן ספירה ממחרת השבת, און די (דעמאלטסדיגע) רבנים האבן אויסגעריסן די תורה און געזאגט נאך די ערשטע טאג יום טוב! די זעלבע זאך מיט לאזן ברענען א פייער שבת.
די רעדסט פון א צווייטע נושא אונגאנצן
די רעדסט פון די כח וואס די חכמים און רבנים האבן אויף די תורה

איך רעד פון זאכן וואס קיין שום רב אדער רבי וועט דיר נישט זאגן הויעך אדער אפעציעל אז מען מעג אזוי טון
נאר... אזוי טוט מען... אהן קיין סיבה

אדרבה, זאג מיר איין רב וואס זאגט קלאר אז די הלכה פון זמן תפילה האט עקספייערט, און עס גייט שוין נישט אהן היינט, אדער אז עס מיינט גאר עפעס אנדערש?
אויב טרעפסטו מיר אזא איינער, דאן פיין, עס איז פינקט ווי די ממחרת השבת וואס די ברענגסט, אדער ווי לאזן א פייער ברענען
אבער איך מיין אז עס איז נישט אזוי, מען טוט און פערטיג, און ווען מען פרעגט פשט פונעם רב/רבי/דיין, דרייען זיי מיטן צינג
איך האב נישט ריכטיג געשריבן, לאמיר עס פארעכטן

די נושא וואס "איך" האב ציגעברענגט פונעם אידישקייט ווס. סיסטעם אשכול, איז די נושא פון די כח וואס די חכמים פארמאגן, צו ערפינדן "נייע" מצות, און צוצילייגן "נייע" גזירות "אויף" די תורה, אדער גאר מבטל זיין עקזעסטירענדע מצות,
דהיינו נאך וואס די תורה מיט די תרי"ג מצות זענען שוין געגעבן געווארן, האבן די חכמים, צוגעלייגט דורכאויס די יארן נאך שבע מצות דרבנן ווי ליינען די מגילה וכדומה, זאכן וואס איז נישט געווען א חלק פון די תורה בכלל, און כלל ישראל האט זיך נישט אזוי געפירט ביז זיי האבן עס ערפינדן

די נושא וואס @"מיליאנער" ברענגט, איז גאר עפעס אנדערש,
עס איז זאכן וואס פון די פסוק זעט אויס ווי עס מיינט איין זאך, אבער די תורה שבעל פה וואס מען האט אויך מקבל געווען מסיני ביי מתן תורה צוזאמען מיט די תורה שבכתב, האט גלייך מסביר געווען די ריכטיגע וועג וויאזוי אפצוליינען דעם פסוק
נישט פשט אז פאר יארן האבן די אידן נישט געהאט קיין פייער אין שטוב שבת, ביז די חכמים האבן ערפינדן א וועג עוקר צו זיין די תורה, (אזוי ווי זיי האבן געטון מיט הסבת נחלת, לדעת רש"י) אדער אז מען האט קודם געציילט ספירה ממחרת השבת ביז די חכמים האבן עס געטוישן מדעת עצמם,
נאר מתחילה האבן אונז אזוי מקבל געווען די תורה

ביידע נושאים האבן גארנישט ציטון מיט אונזערע אייגענע עקירת התורה ע"י דעם געזעלשאפט, וואס דאס קומט פאר אהן קיין שום תורה'דיגן אטאריטעט, בלויז ווייל.... מען פירט זיך אזוי...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

signout האט געשריבן:פארוואס זענען דא מענטשן וואס דוקא ביים היימישען ציבור טרעפט ער אלע עבירות (בדרך כלל האבען רוב די זעלבע עבירות מיט א צווייטע ניגון) אין ביים מאדערנעם איד זעהט ער ממש פארוועם משיח וועט געבן די תורה? ביי די מאדערנע קרייזן איז טאקע נישטו קיין מחלקות?
די ניקים וואס קענען נישט פארנעמען אביסעלע ווייטאגליכע אמת און אויפריכטיגקייט, קענען צירוקגיין צו די על חרבך תחי' אשכול, אדער צו די סידור קידושין אשכול, אדער גאר גיין געוואר ווערן די נייע מהלכים וויאזוי מהרז"ל גייט שלעפן דעם עולם צו זיך אויף יו"ט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@עצי שטים איך בין מסכים דערצו וואס דו זאגסט אז די מאדערנע זענען אין א געוויסן זין מער געטריי צום שולחן ערוך, אבער עס איז גארנישט יתכן אז זיי האבן עפעס מער שייכות מיט תורה און מצוות ווי דער פארפרומטער וואס דאווענט שפעט אין יאוואזשנא.

און גראדע, ביי די מאדערנע קרייזן גייט אן די זעלבע מחלוקת, פעמילי פייטס, פעדאפיליע, גניבה, מסירה, ווי ביי די חסידים, נאר ביי זיי איז דער דורכשניטליכער אינגערמאן מער אויפגעקלערט און דערפאר פירט ער זיך אויטאמאטיש מער תורה-טריי. דאס זעלבע איז אויך ביי א חסיד וואס רייסט זיך אויף גייט ארויס פון די גלייזן און הייבט אן לעבן ווי א באם (סמאוקן וויד, שיכור׳ן א גאנצע וואך, פרעסן ווי א דבר אחר) און דער מאדערנער איז פשוט ארגינעל מער אפן דעריבער וועט ער היטן אויף זיין זעלבסט רעספעקט. ס׳איז איין שורש.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך פרנס החודש »

שאלתיאל האט געשריבן:@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
דו האסט עפעס א מורא׳דיגער מנהג צו ווארטן ביז יענער איז זיך מסביר בטוב טעם ודעת און דערנאך מגיב זיין ווי כאילו דו האסט נישט געליינט דעם תגובה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

עצי שטים האט געשריבן: איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ געשמאק
גענומען פליען קיין בני ברק
און קיין מרכז וויזניץ געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגט מען צו אים הייליגע "שוואנצאנעס"
זאגט אונז נישט אויף דעם קיין לצנות
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט באטשי וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רעבע שיין
אז די רבי איז גאט אליין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין גור גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין
איך וואלט געטוישט וויזשניץ אחים מיט חב"ד דאס איז קלארער אז זיי האלטען זייער רבי אלטץ גאט
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך כרם זית »

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

@עצי שיטים, אויב ביזטו מחולק אויף די גאנצע חסיד'ישע באוועגונג, דאן פארוואס ביזטו פארנומען מיט יעדנ'ס שוואכקייטן? אויב וואלטן זיי נישט באקומען די תורה ווייל זיי טרעטן אויפ'ן שולחן ערוך דאן וועם גייט אן אז זיי הרגענען זיך צווישן זיך.

און גראדע איז א פשוט'ע שקר די בענטשן שטייעדיג, ביי מהר''א ביים טיש זעצט זיך די גאנצע פארעטשעס אראפ ביים בענטשן.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

עצי שיטים

זייער שיין צו לייענען, איך וואלט דיר געגעבן א לייק ווען נישט די ווארפסט אריין דיין אגענדע נישט צו טשעפען וועם די האסט ליב

איך האב נאך אפאר הערות, אבער אשאד די טינט מיט מענטשן וואס האבן א אגענדע
פארשפארט