אכט מאל שטייט דער וואך דער שורש אין דער פרשה, דער ערשטער, וְהִשְׁבַּתִּ֞י חַיָּ֤ה רָעָה֙ (כו-ו), שטייט אין ספרא דער וואך (רמב"ן ברענגט עס),וְהִשְׁבַּתִּ֞י – שַׁבְּתֹתֶ֗יהָ – תִּשְׁבַּ֣ת - שָׁבְתָ֛ה בְּשַׁבְּתֹתֵיכֶ֖ם
. ר' יהודה לערנט מלשון ביעור, און ר' שמעון לערנט לכאורה מלשון מנוחה, אז די חיות וועלען זיך דרייען צווישען די מענטשען (לעתיד לבא), און וועלען זיין רוהיג און נישט אטאקירען. ר' שמעון גייט בכלל אין שיטה פין זיין רבי, רבי עקיבא, אז יעדעס זאך וואס שטייט אין די תורה דארף מען פראבירען מפרש זיין אויף מעשה נסים. ווי שטייט שבת מלשון מנוחה?והשבתי חיה רעה מן הארץ – ר' יהודה אומר: מעבירם מן העולם. ר' שמעון אומר: משביתן שלא יזוקו. ע"כ
אבער דער תרגום זאגט וַאֲבַטֵּיל חַיְתָא בִּשְׁתָּא, א לשון ביטול. דער תרגום טייטשט שבת מיט ביטול מערערע מאל. טאקע דער פסוק תַּשְׁבִּ֥יתוּ שְּׂאֹ֖ר מִבָּתֵּיכֶ֑ם (יב-טו) זאגט דער תרגום אויך תְּבַטְּלוּן חֲמִירָא מִבָּתֵּיכוֹן. ווי באקאנט האלט רש"י אז ביטול איז מטעם תשביתו, תוספות דארט אין פסחים ה ע"ב, האלט אז ביטול מטעם הפקר, ממילא מיינט אפשר תשביתו ביטול במציאות, דורך פארברענען לויט די שיטות וואס האלטען שריפה, אדער די אנדערע אופנים פין ביעור, אדער טייטש תשביתו – תבערו, אויסרוימען, אזוי ווי עס שטייט דארט אין תוס'. רש"י האלט אז עס מיינט ביטול בלב.
אכצען מאל שטייט אין די תורה דער שורש פין שבת באופן פועל, און דארט ווי עס רעדט זיך נישט וועגען שבת אדער שמיטה, זאגט דער תרגום בלשון ביטול. פין די אלע אכצען מאל שטייט אינגאנצען דער ווארט פינף מאל נישט לגבי דער טאג שבת, און אלע זאגט דער תרגום בלשון ביטול.
וואס הערט זיך מיט די אנדערע 13 מאל? ווי אויך אלעמאל וואס עס שטייט שבת אלץ א שם עצם?
איז אין תרגום דא זעקס אנדערע טייטשען אויף שבת. א', בטל. ב. שבתא (יום השבת). ג, יומא טבא (לגבי פסח). ד, מנוחה. ה, שבוען (וואכן). ו, שמיטה. 1. וַיִּשְׁבֹּת֙ בַּיּ֣וֹם הַשְּׁבִיעִ֔י, וְנָח בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה. 2, כִּ֣י ב֤וֹ שָׁבַת֙ מִכׇּל־מְלַאכְתּ֔וֹ, אֲרֵי בֵּיהּ נָח מִכָּל עֲבִידְתֵיהּ. 3, וַיִּשְׁבְּת֥וּ הָעָ֖ם בַּיּ֥וֹם הַשְּׁבִעִֽי, וּשְׁבַתוּ עַמָּא בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה. (יש גירסא ונחו בכת"י סוף מאה הי"ד דא, אין דער תרגום פין שי"ז שטייט אזויווי ביי אונז). 4, וּבַיּ֥וֹם הַשְּׁבִיעִ֖י תִּשְׁבֹּ֑ת, וּבְיוֹמָא שְׁבִיעָאָה תְּנוּחַ. 5, וּבַיּ֥וֹם הַשְּׁבִיעִ֖י תִּשְׁבֹּ֑ת בֶּחָרִ֥ישׁ וּבַקָּצִ֖יר תִּשְׁבֹּֽת, וּבְיוֹמָא שְׁבִיעָאָה תְּנוּחַ בִּזְרוּעָא וּבִחְצָדָא תְּנוּחַ. 6, וּבַיּוֹם֙ הַשְּׁבִיעִ֔י שָׁבַ֖ת וַיִּנָּפַֽשׁ, וּבְיוֹמָא שְׁבִיעָאָה שְׁבָת וְנָח. 7, מֵעֶ֣רֶב עַד־עֶ֔רֶב תִּשְׁבְּת֖וּ שַׁבַּתְּכֶֽם, מֵרַמְשָׁא עַד רַמְשָׁא תְּנוּחוּן נְיָחֲכוֹן. 8, וְשָׁבְתָ֣ה הָאָ֔רֶץ שַׁבָּ֖ת, וְתַשְׁמֵיט אַרְעָא שְׁמִטְּתָא. 9, אָ֚ז תִּשְׁבַּ֣ת הָאָ֔רֶץ, בְּכֵין תַּשְׁמֵיט אַרְעָא. 10, תִּשְׁבֹּ֑ת אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר לֹֽא־שָׁבְתָ֛ה, תַּשְׁמֵיט יָת דְּלָא שְׁמַטַת. (דערווייל האבען מיר געברענגט פיר פין די זעקס טייטשען, שפעטער צום סוף וועלען מיר בעזה"י מסביר זיין אלע טייטשען און חילוקים).
די אנדערע גירסא אויף וישבתו העם דאס איז דרייצען מאל וואס דער תרגום טייטשט נישט מלשון ביטול. אינטערעסאנט, וואס איז טאקע פשט?
מפרשים אויף תרגום אונקלוס מיטשען זיך ביז גאר צו זאגען א פשט. אין דער ספר ביאורי אונקלוס פראבירט ער צו זאגען, אבער עס דעקט נישט. ווי אויך אין דער ספר נפש הגר, איז ער מער מאריך אין פרשת בהר, און אין אנדערע פרשיות, און פראבירט צו זאגען אז ווען עס קומט בלשון ציווי שטייט מנוחה נאר ווען עס איז מותר אוכל נפש. איי לגבי יום כפור שטייט תשבתו שבתכם, און דער תרגום זאגט דארט אויך תנוחון ניחכון? זאגט ער ווייל עס איז א פועל. ע"כ. שווער אויף דעם איז, אז שבתכם איז נישט קיין פועל. און נאך קשיות אויף דער גאנצע כלל. וועלען שפעטער צוריק קומען צום תרגום. לאמיר קודם רעדען וועגען דער טייטש פין דער ווארט שבת.
דעת ראשונים
און די ספר השרשים פין ר' יונה אבן ג'נאח שרייבט ער אויף פסוקים וואס רעדען "נישט" וועגען דער טאג שבת, הענין הבטלה וההפסק וההכרת. דערנאך זאגט ער, וכבר נגזר מזה הענין כי בו שבת מכל מלאכתו (בראשית ב':ג') וישבות ביום השביעי (בראשית ב':ב') וישבתו העם ביום השביעי (שמות ט"ז:ל') שבת שבתון הוא לכם (ויקרא כ"ג:ל"ב) וביום השביעי תשבות (שמות כ"ג:י"ב) תשבתו שבתכם (ויקרא כ"ג:ל"ב) ושבתה הארץ שבת לי"י (ויקרא כ"ה:ב') כל ימי השמה תשבת (ויקרא כ"ו:ל"ה) אז תשבת הארץ (ויקרא כ"ו:ל"ד) את אשר לא שבתה בשבתתיכם (ויקרא כ"ו:ל"ה) הכונה בכל אלה המלות בטול המלאכה. ע"כ. איז ער כולל אלעס אונטער דער לשון בטול מלאכה. דאס הייסט אפילו לדעתו וואס אונטער דער ווארט "שבת" איז דא דריי סארט בטלה הפסק וההכרת, ווי צ.ב.ש. בטלה – תשביתו. הפסק - וְנִשְׁבַּת גְּאוֹן עֻזָּהּ (יחזקאל לג-כח). ההכרת - גַּם֩ זֶ֨רַע יִשְׂרָאֵ֜ל יִשְׁבְּת֗וּ (ירמיהו ל"א). אבער לגבי שבת מיינט עס עטוואס אנדרעש, ביטול מלאכה, איינמאל שטייט טאקע בפירוש דער ביטול מלאכה, כי בו שבת מכל מלאכתו, און דער תורה איז מפרש ביטול פין וואס, אבער אלע אנדערע מאל, אויב מען וועט טייטשען ביטול מלאכה, שטייט נישט בפירוש דער ווארט מלאכה, מען לייגט עס צו, כאילו א מקרא חסר. דער רד"ק האלט אויך אזוי אין שרשים, ווי ער שרייבט נאך ברענגען אלע פסוקים, כלם ענין הבטלה והפסק הדבר. ע"כ. אבער אין זיין ביאור אויף חומש אין בראשית שרייבט ער צוויי פשטים, איינס מלשון מנוחה, און איינס מלשון ביטול.
גאר אינטרעסאנט איז דער חזקוני (דער ספר איז כידוע א ליקוט פין ראשונים, דער ספעציפישע שטיקעל זאגען זיי איז פין ר"י קרא), וואס איז שווער ארויסצונעמען פין אים וואס ער האלט. ער שרייבט אזוי,
. אויבן אויף זעהט אויס כאילו ער האלט אז שבת איז מלשון ביטול, ער זאגט דאך קלאר "אינו מלשון מנוחה", אבער כד דייקת שפיר זעהט מען אז אפשר איז גאר געדרינגען פונקט פארקערט. דער חזקוני זאגט אז וויבאלט לגבי דער רבש"ע איז נישט שייך צו זאגען מנוחה, ווייל עס שטייט דאך לא ייעף ולא יגע, ממילא מיינט עס בעל כרחך ביטול מלאכה. איז משמע אז דער ווארט כשלעצמו ווען עס שטייט נישט לגבי דער רבש"ע, נאר לגבי דער טאג שבת, מיינט עס יא מנוחה. אוודאי קען מען טענה'ן אז דער חזקוני מיינט צו זאגען אז על הכלל כולו יצא, און איבעראל מיינט עס ביטול מלאכה. אבער מאי חזית? איפכא מסתברא.כי בו שבת – אינו לשון מנוחה, שהרי גבי הקב"ה כתיב: לא ייעף ולא יגע (ישעיהו מ':כ"ח), ובלא טורח ברא הוא את עולמו, אלא לשון הפסקה הוא, כמו: וישבות המן (יהושע ה':י"ב), וישבתו שלשת האנשים (איוב ל"ב:א'), ויום ולילה לא ישבותו (בראשית ח':כ"ב). פירוש: כי בו פסק לעשות בו כל מלאכה. ע"כ
דער חזקוני איז אויך ביטער שווער צו פארשטיין, עס שטייט בפירוש אין פסוק וינח ביום השביעי!! איז פארוואס קען מען נישט טייטשען שבת מלשון מנוחה? א תירוץ אויף דעם זעהט שפעטער נאך דער יריעות שלמה.
דעת הרמב"ן
דער רמב"ן זעהט אויך אויס צו האלטען אז שבת איז מלשון מנוחה. אין ויקרא כג-כד איז ער שטארק מאריך. ער זאגט דארט זיין חידוש אז יו"ט איז דא א מצוה צו רוהען, נישט צו זיין "ביזי" אגאנצע טאג אפילו מיט מלאכות המותרות.
. און דערנאך הנוגע לענינינו, לכך אמרה תורה:נראה לי שהמדרש הזה לומר שנצטוינו מן התורה להיות לנו מנוחה ביום טוב אפילו מדברים שאינן מלאכה, לא שיטרח כל היום למדוד התבואות ולשקול הפירות והמתכות ע"כ
. נישטא צו דרייען, ער זאגט קלאר אז שבתון מיינט נישט ביטול מלאכה, ווייל דעמאלס קען עס מיינען אז מען מעג זיין "ביזי" מיט מלאכות המותרות. דערפאר זאגען חז"ל אז שבתון מיינט מנוחה, טאטאלע מנוחה. מען קען אבער טענה'ן אז עס נישט על הכלל כולו יצא, נאר דא לגבי שבתון זאגט ער אזוי. ממילא איז עס נישט מוכרע.שבתון – שיהיה יום שביתה ומנוחה, לא יום טורח ועמל. וזה פירוש טוב ויפה. ע"כ. און דערנאך נאכאמאהל, אבל פירוש שבתון כך הוא, שתהיה לנו מנוחה מן הטורח והעמל כמו שבארנו. והוא ענין הגון וטוב מאד. ע"כ
דעת אבן עזרא
דער אבן עזרא דריקט זיך אויך אויס דער וואך, (ויקרא כ"ו:ל"ד) אז תשבת הארץ – ותמצא מנוחה למלאת את שבתותיה. ע"כ. ער זאגט דער ווארט, עס איז אבער נישט מוכרח אז ער מיינט עס צו טייטשען.
מנחם בן סרוק, וואס רש"י ברענגט כסדר, איז משמע אז ער טייטשט מלשון מנוחה. ער זאגט אין מחברת מנחם ווי פאלגענד,מנחם בן סרוק
. דער וואס קוקט אין זיין ספר ווייסט אז שני מחלקות מיינט צוויי טייטשען, אנדרעש אין גאנצען, נישט קיין האלבע מעשיות וכו'. און ער מאכט צוויי, ווייל ער האלט אז איין איז שטערען, און דער אנדערע איז רוהען.שבת – מתחלק לשני מחלקות: האחד: איך שבת נגש שבתה מדהבה (ישעיהו י"ד:ד'), ויום ולילה לא ישבתו (בראשית ח':כ"ב), משבית מלחמות (תהלים מ"ו:י'). השני: כי בו שבת (בראשית ב':ג'), אז תשבת הארץ והרצת את שבתתיה (ויקרא כ"ו:ל"ד). ע"כ
האבען מיר אין די ערשטע ראשונים שיטות לכאן ולכאן. אין די שפעטערע ראשונים, איז דא א ספר מחברת הערוך, וואס הגם געוועהנליך מאכט ער מערערע חילוקים און טייטשען אויף ווערטער, זאגט ער דא ווי דער ריא"ג און דער רד"ק. אויך איז דא א ספר חותם תכנית אויף נרדפים זאגט ער אויך אז עס טייטש ביטול, און ער זאגט א שיינע טייטש, אז וישבות ביום השביעי, מיינט אז הקב"ה וואס האט אלעס באשאפען בדיבור, האט אויפגעהערט רעדען צו באשאפען נייע זאכען, אזוי ווי עס שטייט וישבתו שלשת האנשים אין איוב לב, און עס מיינט הפסק אין דיבור.
אויך איז דא א ספר אהל מועד אויף נרדפים, ער זאגט דארט אז שבת טייטשט רוהען, ער רעכענט אויס צען נרדפים אויף נוח, רוהען, ובתוכם שבת. להשלמת הענין זענען די צעהן נרדפים, נוח, שקט, שובה (זעה שפעטער), שבת, נפש, שאנן, שבח, שכך, חלץ. איז דאך נאר ניין, פעלט דאך איינס צו מנין? קשיא.
ראיות פין אידיש טייטשערס
אויף דער זייטעל פין היברו יונעווערסיטי האבען זיי א כתב יד פין מאה הי"ח וואס הייסט מרפא לשון, עס איז א קונטרס אויף לשון קודש ווערטער וואס די ווערטער קענען טייטש זיין אויף אידיש. איך לייג דא דער בלעטעל, זעהט מען ווי ער טיייטשט רוהען. אויך דער בית יהודה טייטש רוהען. אויך איז דא א חומש בית דוד, דארט זאגט ער אויך רוהען.
מרפא לשון
חומש תורה ברורה
און חומש תורה ברורה האלט ער אז דער ווארט טייטשט שטערען, ער צייכענט צו זיין ספר תודת משה, דארט איז ער מברר דער זאך. דער איינציגסטער ראי' וואס ער ברענגט לגבי דער טאג שבת פין ראשונים איז פין דער חזקוני. וואס איז א שוואכער ראי' כאמור לעיל. אויך ברענגט ער א ראש יוסף אין פסחים. אבער כאמור, האלטען אויך אזוי דער ריא"ג און דער רד"ק אין שרשים. דער בעל תו"ב זאגט אויך, אז הגם אונקלוס זאגט ונח ווי פריער דערמאנט, איז פין אונקלוס נישט קיין ראי', ווייל אסאך מאל איז ער מתרגם "לפי הענין" נישט דער גענויער טייטש פין דער ווארט. אויף דער שאלה בולטת, און וואס איז דער ענין? זאגט ער גארנישט. (בשעתו איז געוועהן א פולמוס וועגען דעם, און איינער אין דער איד האט אטאקירט אז ער איז משנה פין דער מסורה, און שפעטער מפייס געוועהן).
אתה הראית לדעת, אז די זאך איז שנוי במחלוקת, אונקלוס, מנחם, איין שיטה אין רד"ק, רמב"ן (נישט זיכער), א"ע (נישט זיכער), אהל מועד, זאגען אז עס איז א לשון פין מנוחה. חזקוני (נישט זיכער), ריא"ג, רד"ק, האלטען עס מיינט ביטול מלאכה. מען קען אויך אפשר ברענגען א ראי' פין א מדרש רבה (י-ט), דער מדרש זאגט אויף דער ווארט וישבות אז עס מיינט אַסְטַאטִיבָה, און רש"י אויף מדרש (זעהט דא) טייטשט דער ווארט אסטאטיבה - מנוחה, אבער דער מתנות כהונה זאגט ביטול מלחמה, און דער מעריך (מנחם די לונזאנו) געברענגט אין עץ יוסף זאגט עס מיינט גאר בנינים. אבער פין רש"י זעהט אויס אז דער ווארט טייטשט מנוחה.
וועלען מיר בעזה"י טוהן צוויי זאכען, איינס אריין גיין אין דער שורש פין דער ווארט שבת, צוויי פראבירען מסביר צו זיין די שיטה פין אונקלוס.
שורש תיבת שבת
עס איז גאר אן אלטער דקדוק מחלוקת אויב ווערטער מוזען האבען דריי אותיות פאר א שורש, אדער ווייניגער איז אויך גענוג. דער רד"ק איז דער וואס האלט אז א שורש מוז האבען דריי אותיות. רש"י און אלע פאר רש"י, און אסאך נאך אים האלטען אבער אז א שורש קען זיין אפילו איין אות. זעהט למשל רש"י איכה (א-ד) ואין שורש בתיבה אלא הגימ"ל לבדה. דאס איז א באקאנטער מחלוקת, די וואס זענען רגיל צו לערנען אין חומש תורה ברורה, וועלען עס זעהן מבואר אין גאר אסאך דקדוק רש"י'ס. ר' שלמה פפנהיים, אין זיין ספר יריעות שלמה, וויל אויך טענה'ן אז א ווארט קומט פין איין אות, ווי ער שרייבט אין זיין הקדמה זיבן יסודות צו זיין ספר, און ער מאכט לאורך כל הספר פשט'לך אויף ווערטער, ער נעמט למשל א ווארט ווי "שך" און איז מסביר וויאזוי עס קומען פין דעם אשך, משך, נשך, שוך, שכך, שכן, שכם. זיין ספר איז הפלא'דיג אויף ווערטער, זיין ספר ווערט געברענגט אין מלבי"ם גאר אסאך, אמאהל בשמו, און אסאך נרדפים איז דער מלבי"ם מפרש ווי דער יריעות שלמה און זאגט אבער נישט אז עס קומט פין זיין ספר. אויך דער הכתב והקבלה בויט אויף זיינע יסודות אסאך. בדרך אגב, דער זאך אז עס איז נישטא קיין שמות הנרדפים, נאר יעדעס ווארט מיינט עפעס אנדרעש, איז ער פין די פייענירס. דער מלבי"ם גייט מיט דער יסוד מיט מסירות נפש. עס איז באקאנט אז דער ישמח משה זאגט אויף צוויי פלעצער אויך דער יסוד, אז שמות הנרדפים האבען אייביג אן אנדערע טייטש.
מנוחה טבעית ושאינה טבעית
עכ"פ זאגט דער יריעות שלמה (דף 440 ואילך) פיר נרדפים (זעה אויבען ניין אדער צען נרדפים פין אהל מועד), נח, שבת, נפש, רגע. וואס איז דער חילוק? איז דא תנועה און מנוחה. יעדער נברא קען האבען תנועה אדער מנוחה. דער אריגנאלער טבע איז מנוחה, און דער תנועה איז דער שינוי, אנדרעש. געוועהנליך איז דער תנועה מעורר א קשיא, פארוואס דער זאך רוקט זיך, משא"כ אויב א זאך רוהט, פרעגט מען נישט פארוואס, ווייל דאס איז זיין טבע'דיגע סטאטוס, עס רוהט. דאס מיינט מנוחה טבעית. אבער טאמער א זאך זאל זיך אייביג רוקען, צ.ב.ש. א זייגער, און עס רוהט, איז דער קשיא פארקערט, פארוואס עס רוהט, דאס מיינט מנוחה שאינה טבעית.
מנוחה - שביתה - נפישה
איז א מנוחה טבעית ווערט אנגערופען בלשון מנוחה, אבער א מנוחה שאינה טבעית ווערט אנגערופען בלשון שבת, ווייל דאס מיינט אז עס האט זיך געריקט, אבער זיך אפגעשטעלט, ווידער מנוחה מיינט אבער ווען ער זאל זיך אפילו נישט האבען קיינמאל געריקט. "רגע" מיינט ווען ער שטעלט זיך אפ צייטווייליג. "נפש" מיינט ווען איינער רוהט זיך אפ און זיין נפש קומט צוריק (דער חלק שטייט שוין אין רש"י אויף שבת וינפש). און דער יריעות שלמה זאגט "ושימושי שם "שבת" שהנחתו על הכניסה במעמד המנוחה ע"י בטול העסק וההפסקה ממנו, אמר "וישבות ביום השביעי" והיינו הפסק בהשתדלות הבריאה, כי לא היה שם מעצור מלברוא עוד, שהוא הנרמז במלת "מכל", שאמר "וישבות ביום השביעי מכל מלאכתו" "כי בו שבת מכל מלאכתו" וכו' " און ער ברענגט ווייטער דארט אלע לשונות פין השבתה ווי עס מיינט ביטול והפסק. ארויסצוברענגען דער נקודה, אז כלפי הקב"ה איז מער שייך צו זאגען שבת, הפסקה, אז ער האט מפסיק געוועהן פין די מלאכה ארויסצוברענגען דער גדלות השי"ת אז ער קען ווייטער באשאפען ברצונו ית'. מה שאין כן מנוחה לגבי דער בריאה וואלט געמיינט אז עס איז דא מנוחה טבעית וואס באשאפט נישט, און דאס קען מען נישט זאגען. עכ"ד. אויף זיינע ווערטער איז שווער דער זעלבע קשיא ווי אויף דער חזקוני, אז למעשה שטייט אין פסוק וינח ביום השביעי. און דער אמת דארט זאגט רש"י (שמות כ-י) . און עס קומט פין מכילתא. עכ"פ איז פין רש"י אויך משמע אז דער ווארט מנוחה פאסט נישט כלפי דער רבש"ע. און דער זעלבע זאגט רש"י אויף שבת וינפש. ווייל וינפש וואלט געמיינט עס איז צוגעקומען א נפש ווי רש"י זאגט דער פשט, און ממילא דאס איז זיכער נישט שייך כלפי מעלה. אבער שבת, טאמער זאל עס מיינען שביתה ממלאכה, פאסט מער. און דאס מיינט דער חזקוני. און לויט דער יריעות שלמה, איז אפילו אויב שבת זאל מיינען מנוחה, איז עס א לשון מנוחה וואס פאסט מער כלפי מעלה.וינח ביום השביעי – כביכול הכתיב בעצמו מנוחה, ללמד הימנו קל וחומר לאדם, שמלאכתו בעמל וביגיעה, שיהא נח בשבת. ע"כ
וינפש מלשון רצון
אגב, אין דער ספר חותם תכנית פריער דערמאנט, דארט טייטשט ער וינפש פין דער לשון אם יש את נפשכם, וואס דאס מיינט רצון, און וינפש מיינט אז נעשה רצונו (אחרונים זאגען אויך אזוי). לויט דעם איז פארענטפערט דער קשיא אויף וינפש כלפי מעלה, און דער מדרש זאגט עס טאקע נאר אויף וינח ביום השביעי, נישט אויף וינפש. רש"י אבער לערנט אז וינפש מיינט צוריק ברענגען דער נפש, ממילא זאגט רש"י "הכתיב על עצמו וינפש וכו'".
עכ"פ פין דער יריעות שלמה זעהט מען קלאר, אז דער ווארט שבת קען יא מיינען מנוחה, אבער דוקא דער סארט מנוחה וואס קומט פין א הפסק ממלאכה, נישט א מנוחה טבעית, וכאמור. און אויב מען וויל קען דאס אריין לערנען אין חזקוני אויך. ודו"ק.
דער יריעות שלמה איז ממשיך "ושורש שבת "שב" שהנחתו הראשונה על התשובה והחזרה לענין הראשון כמו יצוא ושוב, רצוא ושוב, ודומיהם הרבה מאוד. וכו'. ולהיות מענין שב התבטל מענין המתאחר וחזרה אל ענין הראשון בדרך כלל, ר"ל וכו', נבנה ממנו שם "שבת" בדרך סתם להוראת השביתה" ע"כ. און ער איז מאריך מער דארט. לערנט ער אז שבת – מנוחה, קומט פין שב, מלשון חזרה.
א נייע פשט אין דער שורש פין שבת
און לויט דעם, קען מען באמת זאגען אז עס קומט פין דער פסוק (במדבר י-לו) שׁוּבָ֣ה ה' רִֽבְב֖וֹת אַלְפֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל זאגט דארט רש"י, שובה י"י – מנחם תרגמו: לשון מרגוע, וכן: בשובה ונחת תושעון (ישעיהו ל':ט"ו). ע"כ. עס איז דא נאך פסוקים, דער רד"ק טייטשט ושבתי בבית ד' אזוי, מאנכע טייטשען נפשי ישובב פין דער לשון. און עכ"פ לויט דעם איז פשוט אז שבת קען זיין מלשון מרגוע פין שובה ד'. און עס מוז נישט קומען דוקא פין דער לשון הפסק מלאכה. הגם עס איז גרינגער צו זאגען אז עס קומט פין דער שורש שבת – שטערען, ווייל דער תיו פין שבת איז פין דער שורש פין שבת, נישט ווי חלה, מלה, רקה, וואס קענען קומען מיט אדער אהן, א תיו. (שבת, תיו איז פין שורש אפילו לויט די שיטה פין די בעלי השנים, כמבואר בתשובות דונש דף 90 און רש"י שה"ש ד). אבער לויט דער יריעות שלמה וואס האלט ממילא אז דער גאנצע שבת – שטערען, קומט אויך פין דער שורש שב – צוריקקערען, ממילא איז דאך שוין נישט קיין חילוק צו מען גייט פין דער טאג שבת צו שבת שטערען, און פין דארט צו שב צוריקקערען, אדער מען גייט פין דער טאג שבת דירעקט צו שב – מרגוע, רוהען.
עכ"פ זעהט מען פין דער יריעות שלמה אז שבת איז דוקא יא מלשון מנוחה. האט מען נאך א גדול בדקדוק וואס האלט אזוי.
רש"ר הירש שרייבט, וישבת – "שביתה" אינה שם נרדף ל"מנוחה"; אין היא חוסר־פעילות גמור, אלא משמעותה להפסיק ממלאכה ולהמנע מלהמשיך בה ע"כ. האלט ער קלאר פארקערט. און פין אים זעהט שוין אויס אז ער קומט זאגען להיפוך פין א צווייטען, לכאורה מיינט ער להיפוך פין יריעות שלמה.
פיר קשיות אויף דער תרגום
יעצט וועלען מיר זיך אומקערען צום תרגום. ווי שוין דערמאנט, איז דער כלל אז אין תרגום אויף דער שורש שבת איז דא זעקס טייטשען.
א', בטל. ב. שבתא (יום השבת). ג, יומא טבא (לגבי פסח). ד, מנוחה. ה, שבוען (וואכן). ו, שמיטה.
א. בטל. דאס זאגט דער תרגום ווען שבת רעדט זיך נישט וועגען שבת אדער יו"ט אדער שמיטה. צ.ב.ש. לא ישבותו, תשביתו, והשבתי חיה רעה, אשביתה מאנוש. ב. שבתא (יום השבת). דאס זאגט דער תרגום אייביג לגבי יום השבת און יום כפור, ווען עס קומט בלשון שם דבר. חוץ תשבתו שבתכם לגבי יום כפור, דארט זאגט דער תרגום תנוחון ניחכון (קושיא א'). ג, יומא טבא, שטייט צוויי מאל אויף ממחרת השבת, לגבי עומר, להוציא מלבן. ד, מנוחה. ווען עס איז א פועל, שטייט אייביג א לשון מנוחה, חוץ צוויי פלעצער, 1, דער פסוק וישבתו (לויט אונזער גירסא), און 2, שבת וינפש. (קושיא ב'). און ביי שם עצם שטייט געוועהנליך שבתא לגבי יום השבת, חוץ אפאר מאהל לגבי יום טוב שטייט שבתון (און יום כפור תשבתו שבתכם, ווי פריער געפרעגט) און דער תרגום טייטש מלשון מנוחה. (קושיא ג'). ה, שבוען. שטייט לגבי וואכען, שבע שבתות, זיבן וואכען. לגבי שמיטה, שֶׁ֚בַע שַׁבְּתֹ֣ת הַשָּׁנִ֔ים, אין תרגום, שְׁבַע שְׁמִטָּן דִּשְׁנִין. און דא וואלט דער טייטש אויך געברויכט זיין וואכען, נאר א וואך פין יארען. נאר זעהט אויס אז לגבי א וואך פין יארען, ווערט עס אנגערופען שמטה אין אראמיש. ו. שמיטה. אלעמאל וואס עס שטייט דער ווארט שבת לגבי שמיטה, סיי אין בהר, און סיי אין בחוקתי אין די תוכחה, שטייט אלס דער לשון שמיטה. חוץ איין מאל אין בהר, שַׁבַּ֤ת שַׁבָּתוֹן֙ יִהְיֶ֣ה לָאָ֔רֶץ, נְיָח שְׁמִטְּתָא יְהֵי לְאַרְעָא. (קושיא ד').
זעהט מען אז דער תרגום האט א מהלך פין זעקס טייטשען וואס מען קען פארשטיין אין פשטות פארוואס ער האט די זעקס טייטשען. אבער פיר פלעצער איז שווער פארוואס ער איז חורג מדרכו, און איז מתרגם אנדרעש.
א תירוץ אויף דער תרגום
עס קען זיין א מהלך, אז אונקלוס האלט אז דער נאמען שבת, סיי לגבי דער טאג שבת, און סיי לגבי די ימים טובים וואס ווערען אנגערופען שבת אדער שבתון, דאס איז פסח, ר"ה, יו"כ, סוכות (שבועות ווערט נישט אנגערופען שבתון, דער א"ע האט א תירוץ אויף דעם – שמות טז-כג), איז מלשון רוהען, אדער צוליב דער מנוחה פין כביכול, אדער צוליב דער מנוחה פין דער אידען (א"ע ויקרא כג-לב) ווייל אין דער טאג דארף מען רוהען (וכדברי הרמב"ן לעיל), און שבת מיינט רוהען וכאמור. אבער נאכדעם וואס דער תרגום לאזט אונז שוין וויסען איינמאל דער לשון מנוחה לגבי דער טאג, שבת, פסח וכו', איז ער מתרגם אלע אנדערע מאל מיט דער לשון שבתא, ווייל עס ווערט א שם עצם פין דער טאג. ודו"ק. ממילא האט יעדעס יו"ט א טשאנס צו באקומען דער תרגום מנוחה איינמאל. לגבי שבת, וויבאלט עס שטייט אסאך מאל בלשון פועל, טייטשט ער אלע בלשון מנוחה, און אלע שם דבר'ס בלשון שבתא. אויף קושיא ב', שבת וינפש, איז דער תירוץ וויבאלט ער וואלט געברויכט זאגען נח ונח, זאגט ער שבת ונח. (עס איז אבער דאך שווער, ער וואלט געקענט זאגען נח ושקט, אזוי ווי ער איז מתרגם וינפש בן אמתך, וצ"ע. ואולי כלפי מעלה איז נישט שייך). און וישבתו העם, לערנט ער פשט, אז דער פאלק האט געמאכט שבת, נישט זיי האבען גערוהט. (לויט דער גירסא, דער בעסערע גירסא איז אבער ונחו). ממילא איז פארענטפערט קושיא א', לגבי יום כפור זאגט ער איינמאל תשבתו שבתכם, תנוחו ניחכון, און דער אנדערע צוויי מאל שבת שבתון לגבי יום כפור, זאגט ער שוין שבתא. ווייל נאר איינמאל דארף מען זאגען מלשון מנוחה. און ער האט בוחר געוועהן אין תשבתו שבתכם צו זאגען מלשון מנוחה, ווייל תשבתו איז א פועל. קושיא ג', איז אויך פארענפערט, יעדעס יו"ט שטייט איינמאל שבתון, ממילא איז דער תרגום מלשון מנוחה, ווייל איינמאל וויל ער מתרגם זיין מלשון מנוחה. ווי אויך קושיא ד', איינמאל וויל ער ארויסברענגען לגבי שמיטה דער לשון מנוחה, און דערנאך איז עס שוין א שם עצם, און איז אייביג מתרגם מלשון שמיטה.
זאל דער אויבערשטער שוין צו שיקען א שבת של מנוחה, יום שכולו שבת ומנוחה.