מהרז''ל'ס קאמפיין צו ברענגן געסט אויף יום טוב

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:ניטאמאל האט מען די תאווה עס זאל זיין גוטע בילדער...
אז דער רבי איז דער מנהיג הקהילה ווי איידער דער אפגאט פין די פארטיי, צי וואס פעלט דען אויס גיטע בילדער?!
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

אלס אן אינדערויסענדיגע בין איך נייגעריג. טאמער געבט מהרז''ל עסן, וועלן די מענטשן וואס קומען צוליב דעם זיין פון זיין אייגענע מענטשן, אדער פון מהר''א'ס חסידים?
פון די מהר''א ניקס זעט אויס אז מען נעמט אוועק פון זייערע רבי זיין חסידים.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

פאלגזאם האט געשריבן:אלס אן אינדערויסענדיגע בין איך נייגעריג. טאמער געבט מהרז''ל עסן, וועלן די מענטשן וואס קומען צוליב דעם זיין פון זיין אייגענע מענטשן, אדער פון מהר''א'ס חסידים?
פון די מהר''א ניקס זעט אויס אז מען נעמט אוועק פון זייערע רבי זיין חסידים.
ווי זעהסטו?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

signout האט געשריבן:מ'האט צוגעלייגט היי יאר אין קרית יואל 2 גאלעריען מער ווי פאריאר אין עס איז שוין יעצט נישטו מער קיין זיצן צו דינגען, דעיס נישט קיין גזמאות, רוף אריין צו קהל'ס אפיס אפילו פאר געלט איז נישטו קיין זיץ, איך שוין די מענטשן וואס שטייען 6 שעה אין די דורגעאנג
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

פאלגזאם האט געשריבן:אלס אן אינדערויסענדיגע בין איך נייגעריג. טאמער געבט מהרז''ל עסן, וועלן די מענטשן וואס קומען צוליב דעם זיין פון זיין אייגענע מענטשן, אדער פון מהר''א'ס חסידים?
פון די מהר''א ניקס זעט אויס אז מען נעמט אוועק פון זייערע רבי זיין חסידים.
יאפ, צוגעטראפן. דאס הייסט אפילו די בילדער פון די נעילת החג וועט אויך זיין חסידי מהר''א...
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מיליאנער האט געשריבן:

אין סדר פון ימי החג ביי רז"ל איז די לענגסטע פאראגראף די באגלייטן מוצאי יו"ט

נעבעך
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

אין א ערשטמאליגע זאך האט מען געמאכט א ספעשיל סטעיזש אין מהרז''ל וועט שטיין ביי די קארנער אזווי וועט זיין בעסערע בילדער
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

האט מהר''א געהאט עפעס א דורכפאל אדער א פארלוסט אין קאורט לעצטנס?
די מצב זעהט עפעס אויס באמאכט.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ליצים
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

פאלגזאם האט געשריבן:האט מהר''א געהאט עפעס א דורכפאל אדער א פארלוסט אין קאורט לעצטנס?
די מצב זעהט עפעס אויס באמאכט.
איז דאס די בעסטע וואס די קענסט ענטפערן אויף די ליצנות אז א קהלה יראים ושלימים וואס האבן נאך געזען אמתע צדיקים, און קוקן ארויס אויף שבועות נאר צוליב די באגלייטן און די סטעידזש מוצאי יו"ט?
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

Hasidic
@hasidic_1
·
3h
טויזנטער אידן פין איבער ניו יארק זענען ערווארטעט צו וויילן דעם שבועות אין קרית יואל במחוצות אדמו''ר מסאטמאר מהר"א ווי די ריזן שיהל איז איבערגעפילט מיט טויזענטער זיצן.
אויך איז ערווארטעט שווערע טויזנטער אידן ביים מעמד באגלייטן מוצאי י"ט אין וויליאמסבורג פין אדמו''ר מסאטמאר מהרז"ל.
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
פאלגזאם האט געשריבן:האט מהר''א געהאט עפעס א דורכפאל אדער א פארלוסט אין קאורט לעצטנס?
די מצב זעהט עפעס אויס באמאכט.
איז דאס די בעסטע וואס די קענסט ענטפערן אויף די ליצנות אז א קהלה יראים ושלימים וואס האבן נאך געזען אמתע צדיקים, און קוקן ארויס אויף שבועות נאר צוליב די באגלייטן און די סטעידזש מוצאי יו"ט?
נו, האב רחמנות אויף זיי און שוין.
פארוואס טשעפענען די רחמנות'דיגע אידן וואס האבן נישט קיין שכל זיך צו קלאמערן ביים זעלבן רבי ווי דיר?
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

signout האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
פאלגזאם האט געשריבן:אלס אן אינדערויסענדיגע בין איך נייגעריג. טאמער געבט מהרז''ל עסן, וועלן די מענטשן וואס קומען צוליב דעם זיין פון זיין אייגענע מענטשן, אדער פון מהר''א'ס חסידים?
פון די מהר''א ניקס זעט אויס אז מען נעמט אוועק פון זייערע רבי זיין חסידים.
יאפ, צוגעטראפן. דאס הייסט אפילו די בילדער פון די נעילת החג וועט אויך זיין חסידי מהר''א...
אין סדר פון ימי החג ביי רז"ל איז די לענגסטע פאראגראף די באגלייטן מוצאי יו"ט

נעבעך
אין א ערשטמאליגע זאך האט מען געמאכט א ספעשיל סטעיזש אין מהרז''ל וועט שטיין ביי די קארנער אזווי וועט זיין בעסערע בילדער
קפ- די קלימאקס פין יום טוב - מעמד חיזוק הדת - געקענסלד

נאך וואס די עסקני קהילותנו ובראשם הפאטאגרעפערס שע"י קהילותנו הק' האבען זיך געגרייט צו מאכען א מעמד ניחום אבילם מעמד צו האבען כאטשיג 1 מאל א ציבור אויף יו''ט - ווי באשריבן אלס קלימאקס פין יו''ט,
ווי מ'וועט לויטן אויפשטעלן רבינו עט''ר שליט''א אויף דיספלעי ביים קארנער, צו קענען כאפען א 2 זייטע בילד, אין שוין רעזוועריט די דעקלעך פין די מאגזינען צו ווייזן אז אפילו בעצם יום טוב איז דא בזינות אבער מוצאי יום טוב איז דער קלימאקס כנהוג...

האט מען זיך געכאפט ווי איז זעמיר די גענאר פין שטאט, נישט גענוג ווי מ'איז מציע 6 סעודות פאר אלע געסט אין מ'דרייט אן א מאסיווע קאמפייןס צו קענען אנפולן א שוהל וואס פלעגט זיין פוהל פאר 15 יאר צירוק יעדע שבת, גייט מען נאך זיך עקספאוזען ברבים אויף בעדפארד עוו'

די משמשים בקודש וראה''ק האבען אין א באלדיגע שרייט גערופן די טשער רענטיג קאמפעני זאלען שוין אויפפיקן די סטעיזשעס,
אין יעצט קומען פאר בארוטונגען דורך עסקני קהילותנו, מיט מערכת, אין עדתינו, אינאיינעם מיט די געטרייע פאטאגרעפערס שע"י קהילותנו הק' ווי מען דיסקאסירט די פרישע פלאן וועלכע לויטעט א פארגרעסטע אין שענערע פיקטשער פין די אלפי משתתפים, ביים הויעכפונק פינעם קומענדיגע יום שבועות די מעמד באגלייטן בהשתתפות אלפי תשב"ר ונשי אנ"ש.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

א שמחה אין שטעטל!!!
IMG-20220603-WA0015.jpg
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

מהרז''ל פילאף טענהט למע נגרע, אלע דיינים קומען פראווען אין וויליאמסברוג יעדע יום טוב, מ'עפענט אויף שוהלען א גאנץ יאר, אין מ'דינגט זאלען אויף יום טוב, לעצטע יאר שבועות האט ער אפגעמאכט אז ער גייט פראווען אין די אויבערשטע שטאק פין די שוהל ווי ער דינט אלס דיין, למעשה האט ער עס געטראפען פארשפארט נאך א ארדער פין די הויכע פענסטער, יעצט אויף שבועות האט ער געדינגען א שוהל פין צד מהר''א
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

דער דיין ר' יח''מ פרידמאן ז"ל האט געהאט געעפנט א שוהל אויף ראס סט. ווי ער פלעגט פראווען יעדע שבת ויו''ט אויף א גרויסע פארנעם, דער דיין רמ''מ טירנויער ז"ל האט געעפנט א שוהל תורת משה און פלעגט קומען צו פארן יעדע יום טוב קיין וומסב''ג און ארויסדינגען די אימפעריעל זאל (נאכדעם וואס מהרז''ל האט אים נישט געוואלט פארדינגען קיין זאלן), רש''ל וויינבערגער פראוועט אין פאיע ווי ער דינט אלס רב, די אנדערע דיינים פראווען אין די לאקאל בתי מדרשים ווי זיי דינען אלס דיין, א שטייגער ווי רח''ק גוטמאן וואס פראוועט לאנגע הקפות אין סאוט אכט, און אלע פראווען עס אפצושטעלן האט נישט מצליח געווען, סוי יעצט איז געקומען די רייע אויף מהרז''ל פילאף, וועלכע האט לעצטנס געעפנט די נייע שוהל מכלל יופי.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

געפעלט מיר 'ביהמ''ד באר האמונה' :lol:

באר האמונה האט עס אפגעדינגען אויף שלש סעודות פון די ארוינים פונקט ווי רז''ל פילאפ...

ס'איז אזויווי די ארוינים זאלן שרייבן אז די סיום פון יסודי התורה וועט פארקומען באולם השייך לר' יודי מאנדל (עטרת אברהם).
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך קוק מיר אזוי צו, מיטהאלטנדיג די טענהרייען דא, איך קען נישט פארשטיין די ציהל פון די קריגערייען, מ'פרובירט אויפציווייזן אז מהר"א האט מער מענטשן יום טוב? איינער האט געהאט א הווה אמונא אז נישט? ס'מאכט אים נישט זיין א גרעסערע רבי ווי זיין ברודער, די זאלי פארטיי איז אויסגעשטעלט אויף א אנדערע וועג בכלל, ער האט קיינמאל נישט פרובירט צו זיין דאס וואס זיין ברודער איז ער וויל דאס נישט און ער איז נישט געמאכט פאר דעם, ווען ער טוט ווען דאס וואס זיין ברודער טוט ווען, וואלטן זיינע מענטשן געקענט בלייבן ביים עלטערן ברודער, זיי האבן דאס נישט געוואלט, מאכסט א גאנצע מצב פון אביסל סעודות וואס ער מאכט אביסל מער אנצופולן זיין בית מדרש, מ'קען שוין מיינען ער ווערט יעצט קלענער פון יאוואזשנא?

חוץ המעשה וואס איך ווייס נישט צו ס'איז דא איין סאטמארער וואס האט געטוישט פארטיי די לעצטע צעהן יאר, ס'איז סאך הכול נאטורלעכע וואוקס, אויב מהר"א האט געהאט מער מענטשן לכתחילה טוישט זיך עס נישט, און מהרז"ל די זעלבע, די פראצענט פון בירטה קאנטראל איז די זעלבע ביי ביידע גלייב איך, סאו זיי וואקסן צוזאמען, ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן נאכאמאל און נאכאמאל ווער ס'האט מער מענטשן ווען ס'האט זיך בעצם גארנישט געטוישט, און יעדער ווייסט אז די וועג וויאזוי די צוויי פארטייען זענען געבויעט זענען אינגאנצן אנדערש, ס'מאכט נישט אויס ווער ס'האט מער מענטשן אום שבועות אדער ביים באגלייטן.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

האסט א פוינט, קיינער האלט נישט אז איינער טוישט צד, אבער די פוינט אז מהרז''ל'ס צד איז געבויט אנדערש ביזטו נישט גערעכט, זיין ציבור איז טאקע נישט אינטערסירט אין אים אבער די רבי מיט די קאמפעני באוויינען עס זייער שטארק, און וועגן דעם פראבירן זיי צו טוהן זאכען וואס קיינער טוט נישט צו שלעפן געסט אויף יום טוב, שוין יארען צוריק האט נפתלי בלומענפעלד געהאלטן א דרשה אין קווינס אז מ'רייסט אים אראפ פארוואס די בחורים קומען נישט צו טיש https://youtu.be/oPo6R02_zFA אבער עפעס העלפט עס נישט, אין אויב איז דעיס נישט גענוג האבען זיינע פרומע לעצטנס אנגעהויבן א מערכה מיט אים (ער האט זיי געהאדעוועט אלע יארן) אבער דעיס איז שוין א זייטיגע פוינט.
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

די סיבה פארוואס הרב אהרן האט מער מענטשען ביי זיינע צערעמאניעס איז זייער פשוט דארט פרעידיגט מען שוין פין כתה א' אז מען דארף דאווענען ביי די רבי שליט“א און עס גייט מער און מער ווי עלטער מען ווערט
1 פון די סיבות איז פשוט אז ווען די ארונים ווערן ווען נישט נתחנך אז די רבי איז הייליג וואלט ווען ביי די אלע מאדנע פרשות פון הרב אהרן די קהילה צופאלען
נמשל ביי די גיוס אויערבאך פרשה וואס יעדע קאלטע ארוני האט געבליטיגט אויף די צודריידקייט פון הרב אהרן אבער אזוי ווי די רבי איז הייליג האבן די הייסע ארונים נישט געפרעגט קיין קשיות
און ביי מהרי“י וואס די קהילה ווערט געפירט אזוי ווי די רבי האט געוואלט פעלט נישט אויס צי פרעידיגען ווי הייליג די רבי איז און אז מען מיז דאווענען דארט
און נאך אלטס דאווענען שווערע טויזענטער יודען אין ראדני שבועות און מען קען נישט אריינשטעקען קיין נאדעל דארט
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

סתם נאנסענס גענטפרט, ביים ויואל משה/דברי יואל אדער ביים ברך משה האט מען אויך געפרעדיגט, פארוואס האט דער עולם געוואקסען דארט יעדע יאר און דא דארף מען טיילן סעודות כדי דער עולם זאל קומען? רוב פון די אידן האבען נאך געלערנט אלס קינד אין חדר ווען מהר''א איז נאכנישט געווען רבי, סוי ווי פינקטליך האט מען געפרעדיגט? ביי ר' טודרוס זילבער פרעדיגט מען אויך? נאכמער, אויב רעדסדטו פון פרעדיגן, עפן אמאל אויף דער איד אדער זיינע אימעלס מערכת, עתדתינו, האטליין אא''וו, די כוחות וואס מ'לייגט דארט אריין צו פרעדיגען פארשעמט נישט די גרעסטערע פרעדיגער, און מיט דעם שטייט ער גראדע בעסער ווי מהר''א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום signout, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

signout האט געשריבן:דער דיין ר' יח''מ פרידמאן ז"ל האט געהאט געעפנט א שוהל אויף ראס סט. ווי ער פלעגט פראווען יעדע שבת ויו''ט אויף א גרויסע פארנעם, דער דיין רמ''מ טירנויער ז"ל האט געעפנט א שוהל תורת משה און פלעגט קומען צו פארן יעדע יום טוב קיין וומסב''ג און ארויסדינגען די אימפעריעל זאל (נאכדעם וואס מהרז''ל האט אים נישט געוואלט פארדינגען קיין זאלן), רש''ל וויינבערגער פראוועט אין פאיע ווי ער דינט אלס רב, די אנדערע דיינים פראווען אין די לאקאל בתי מדרשים ווי זיי דינען אלס דיין, א שטייגער ווי רח''ק גוטמאן וואס פראוועט לאנגע הקפות אין סאוט אכט, און אלע פראווען עס אפצושטעלן האט נישט מצליח געווען, סוי יעצט איז געקומען די רייע אויף מהרז''ל פילאף, וועלכע האט לעצטנס געעפנט די נייע שוהל מכלל יופי.
איך כאפ נישט וואס די ווילסט דא
די ארונים האבען פארשפארט אלע זייערע בתי מדרשים שמחת תורה ווען הרב אהרן האט געפירט אין וויליאמסבורג און קיינער האט נישט געמעגט פירן אליין
משא“כ די זאליס האבען געלאזט פירן אלע רבנים (מען האט ס“ה נישט געגעבן קיין איינגענע זאל פאר מאנטריאלע דיין וואס איז געקימען פין מאנטריאל צי פירען הקפות אין וומס“ב) ווען זיי ווילען ווען קענען זיי פונקט אזוי פארשפארן די בתי מדרשים
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ייעעקקבב האט געשריבן: 1 פון די סיבות איז פשוט אז ווען די ארונים ווערן ווען נישט נתחנך אז די רבי איז הייליג וואלט ווען ביי די אלע מאדנע פרשות פון הרב אהרן די קהילה צופאלען
נמשל ביי די גיוס אויערבאך פרשה וואס יעדע קאלטע ארוני האט געבליטיגט אויף די צודריידקייט פון הרב אהרן אבער אזוי ווי די רבי איז הייליג האבן די הייסע ארונים נישט געפרעגט קיין קשיות
אז די רעדסט שוין פין גיוס, מהרז''ל שעמט זיך היינט מיט די איפה יוסלע גיוס מערכה, ער האט זיך שוין לאנג אפגעשאקעלט פין די שקרים איבער גיוס ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט ווי פאלטש אין איבערגעטריבן די מערכה איז געפארען, די גאנצע גיוס מערכה ביי מהרז''ל שלאפט היינט, די גאנצע פרומע לאגער פין מהרז''ל איז היינט צוקריגט מיט אים, ווי ריפסטו עס זיי בלוטיגן אויף זיין צידרייטקייט
פארשפארט