פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
היינט איז געלופטערט געווארן אויף ישראל'ישע טעלעוויזיע די ערשטע חלק פון א דעטאלירטע תחקיר איבער 'פרשת אליעזר ברלנד' דורכ'ן תוכנית 'המקור' פון רביב דרוקר.
די תוכנית איז די גרינטליכסטע תחקיר ארויסגעגעבן ביז היינט איבער די גאנצע פרשה, און דאכצעך די גרינטליכסטע תחקיר אויף סיי וואספארא 'שערורייה פנים-חרדית'.
זיי האבן לענגערע אינטערוויוס מיט יו"ט חשין, צביק'ה צוקר (ברלנד'ס איידעם), נחמן שלום, און נאך געוועזענע קהילה מיטגלידער. פילם רעקארדירונגען פון שמועסן וואס יו"ט חשין האט אפגעהאלטן מיט ברלנד'ס זוהן 'נחמן' ווי ער פארציילט האר-אויפשטעלנדע אויפדעקונגען, ווי אויך פרישע הקלטות פון חדר חקירות.
די גרעסטע חידוש, איז דאס אויפדעקונג אז ברלנד האט שוין געפירט רומנים מיט פרויען אזוי פרי ווי אין תשמ"ב! פערציג יאר צוריק! כאטש מער סיפורי אהבה און נישט קיין סיפורי אונס.

דאסמאל איז עס א פיינע דעטאלירטע תחקיר, וואס לאזט נישט איבער קיין ספיקות איבער וואספארא סאדיסט בערלאנד איז. איך פלעג גראדע אמאל האלטן פון אים (נישט פון די פרומקייטן, נאר סתם וועגן זיין אויסערגעווענליכע בקיאות אין אלע הינזיכטן) און איך בין שרעקליך אומבאקוועם דערמיט היינט צוטאגס ווען זאכן שווימען צום אויבערפלאך.
א וידיאו ווי ער זאגט אליין אז ער האלט אז מ׳דארף איהם געבן סקילה
https://www.youtube.com/watch?v=KW_PHRaBEHI
https://www.youtube.com/watch?v=KW_PHRaBEHI
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
תוהו ובוהו א דאנק פאר'ן שערן. אָנבעליוועבלי שאקינג! ס'איז מיר כמעט געקומען צו וויינען ווען צום סוף פארציילט איינע פון די פרויען ווי א מענטש איז פשוט געשטארבן פון איינע פון די צומות וואס ברלנד האט אויף יעדן אימפוזד פאר א צייט נאכוואס א דזשוק איז אים פלוצים איין טאג אריין אין קאפ.
אויך איז אינטערסאנט וואס טיקולסקי מערקט אן אז די נושא פון שידוכים (און גירושין), מיט וואס בערלאנד האט זיך אבסעסיוולי באשעפטיגט, אז לדעתו זענען דאס די ערגסטע קילקולים וואס ער האט אנגעמאכט. קילקולים וואס מען קען נישט פארריכטן.
כ'שטעל מיך פאר אז ענליכעס, אבער אויף א קלענערעם סקעיל, גייט אויך פאר אין אנדערע, מער היימישע קהילות, וואס כ'וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער די קהילות זענען נאך צו קליין, קענען נישט די גויאישע שפראך אדער האבן נישט די חילוני לשעבר'דיגע חוצפה צו בועט זיין. און דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש און וועגן אויפגעבן דעם אנכיות אבי צו זיך מסתופף זיין תחת רגליו השחורים והטחורים פון צדיק (ליטעראלי) ועולם כמנהגו נוהג.
יהורם, איך האב אים געזען אין אומאן אלס אינג בחורל. קען זיין דעמאלס האב איך נישט פארשטאנען קיין סאך האב איך נישט אויפגעכאפט זיין בקיאות אבער כ'האב אים געזען זיך אזוי ווארפן און שרייען, און מאכן די מאדנע הוויות, און זיינע חסידים, בריונים האקן שטיקער פון מענטשן האב איך תיכף געזען אין אים א מחבל און צורידערטער פארשוין ענדערש ווי א מענטש וואס זיין פלאץ איז אין א קלויז. אז דו וועסט פרעגן די טאראדישאנעל, ערנסטע, באזעסענע ברסלבער וועסטו זען אז זיי האבן שוין פיהל יארן צוריק דערקענט אין אים עפעס פרעמד און אים אויסגעמיטן.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
עה, דאס איז אלץ נארישקייטן. אדער האט ער אַמין ספליט פערסאנליטי אוואו איין האלב איז נישט באוואוסטזיניג פון צווייטן האלב אבער מיר קוקט מער אויס אז ער זאגט אלעס היפאטעטיקלי: אויב זיי פיהלן בצער, אויב זיי קענען נישט שלאפן ביינאכט, אויב האב איך זיי טאקע אזוי בא-עוולט.. (איי מין וועלכע מענטש טוט אזעלכע זאכן און דארף קודם אדורכגיין די גאנצע פראצעדור (מסירה, ארעסט, משפט און תפיסה) בעפאר ער זאל איינזעהן אז ער האט בעוולט זיינע קרבנות?) אויב די שופט וויל מיך געבן תפיסה.. אויב ער וויל מיך געבן סקילה.. ער זאגט ער האט חרטה אויף דעם וואס זיי האבן געשפירט אויסגענוצט.. וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? ער זאגט נישט ער האט חרטה פאר'ן זיי מאנס זיין. ער וואלט געדארפט טרעפן א בעסערע וועג עס צו טוהן אזוי אז זיי זאלן נישט האבן געשפירט אויסגענוצט? פארוואס? אזוי אז זיי זאלן אים נישט האבן פאר'מסר'ט?עמקות המחשבה האט געשריבן:א וידיאו ווי ער זאגט אליין אז ער האלט אז מ׳דארף איהם געבן סקילה
https://www.youtube.com/watch?v=KW_PHRaBEHI
"דאס איז די שאנס צו בעטן מחילה.." דער רעפארטער ברויך אים דערמאנען צו רעדן וועגן בעטן מחילה און דאָך קען ער זיך נישט נאכגיבן זיי צו עקשולי בעטן מחילה. און פארגעסט נישט, דאס זאגט ער אלעס וויסענדיג אז אונטער אים שטייט סייווי א מעכטיגע אפאראט וואס וועט נישט צולאזן מ'זאל אים געבן תפיסה, אפגערעדט סקילה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
האר אויפשטעלנד!!!
ס'נישט נארמאל וואס דער ברלנד האט אפגעטון צו מענטשן,
די גאנצע זאך מאכט מיר פאר סאם ריזן גרויסע ספיקות אין אלע צדיקים ביז די בעש"ט ארויף,
היינט איז דא טעלעוויזן מיט תחקירים, וואס דעקן אויף די מעשיות, אבער אמאל??
וואס מען זעט דא קלאר פון די תחקיר, איז אז עס קען זיין א מענטש וואס דאווענט שעות ארוכות, פאסט תעניתים, און איז א גאון עולם ממש, און רעדט ווי די גרעסטע קדוש, פראוועט "אותות ומופתים" פאר די חסידים, ממש א "ריבניצער" אדער א "קדישת לוי", אבער דאך קען ער זיין א שטיק טינופות, א רשע מרושע, און דאך ווערט די עולם פארקויפט פאר אים גאר שטארק, ביז מען האלט אז ער איז ממש גאט אליין...
עס מאכט מיר זייער א אומאיינגענעמע געפיל... אפשר איז ר' נחמן מברסלב אליין אויך געווען אזוי? אפשר איז דאס געווען פשט פון די התנגדות נגדו?? ח"ו איך זאג נישט אז אזוי איז געווען... אבער ווער ווייסט? קען מען דען וויסן וואס און ווער האט זיך געדרייט אין זיין בעדראום?
פארשטייט זיך אז עס איז היינט דא און עס איז אייביג געווען עכטע ריינע ערליכע צדיקים, אבער אז היינט קען זיין אזא איינער, דאן מהיכא תיתא אז מיט יארן צירוק איז נישט געווען די זעלבע, גיי ווייס ווער איז געווען ערליך און ווער נישט
איי וועסטו זאגן אז אויב עס איז געווען אזאנס וואלט עס ארויסגעקומען?.. כמיין אז מען דארף נישט זיין צו קליג צו פארשטיין אז אזא זאך וואלט אמאליגע צייטן געקענט טויזענט מאל גרינגער ווערן אינטערגעווארפן אינטערן קארפעט,
און אפילו אויב בשעתו איז יא געווען "עפעס" שמיעות, און געוויסע אידן וואלטן זיך געלאזט הערן, וואלט מען היינט נאר געוויסט צו פארציילן אז געוויסע אנדערע צדיקים, האבן פשוט נישט פארשטאנען דעם "דרך" פון די צדיק, אדער אז מחלוקת פון צדיקים איז "העכערע זאכן"...
איינער קען מיר בארוהיגן?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
- געפינט זיך: אין ארץ הקודש
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
ליידער קען איך דיר נישט בארואיגן, ס'זעהר שווער צי וויסן וואס יענער טוט ביי זיך אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט און ער קען אויסזעהן ווי דער צדיק הדור, אבער אין אמת'ן איז ער א גרויסע בעל עבירה, און ס'שוין גיוועהן לעולמים אז מ'האט געמיינט אויף עימיצן אז ער איז א צדיק און ס'נתגלה געווארען צום סוף זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז א רשע וכו', וו.צ.ב.ש שמשון כופר וואס יעדער האט געמיינט אז ער איז א גרויסע צדיק און א סאך קינדער האבען גילערנט ביי עהם און זענען ליידער אפגעפארען ווועגן עהם ביז דער אלטער רבי פון חב"ד האט אנטדעקט זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז א משכיל,
און האט שוין געזאגט ר' מענדל פון וויטעבסק ז"ל, ניינציג פראצענט פון די רבי'ס אין אונזער דור זענען שקר (און דאס האט ער געזאגט אין זיינע צייטן!).
און האט שוין געזאגט ר' מענדל פון וויטעבסק ז"ל, ניינציג פראצענט פון די רבי'ס אין אונזער דור זענען שקר (און דאס האט ער געזאגט אין זיינע צייטן!).
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
ווער איז שמשון כופר?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
- געפינט זיך: אין ארץ הקודש
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
א משכיל וואס האט זיך פארגעשטעלט אלטס אן ערלעכע מלמד דרדקי פון ווילנא וואס פלעגט שיקען בחורים לערנען אין בערלין און האט פארציילט פאר די עלטערען אז זיי לערנען אין א ישיבה ביז ער איז געקוממען מיט א גרופע חסידים פון ווילנא צו ליאזנא צו דער אלטער רבי פון חב"ד און ער האט אנטדעקט זיין פרצוףכרם זית האט געשריבן:ווער איז שמשון כופר?
איך האב געמיינט אז ס'גענוג א באוואוסטע מעשה
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
סיריעסלי? כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען. דו גלייכסט צו א משכיל צו ברלנד? ס'איז שוין פיהל לייכטער צו ציען א קאמפאריסאן צווישן טאהשער רבי, וואס איז כידוע אויך געווען אבסעסיוו מיטן חטא הידוע און ביי אים אין חצר דרייען זיך נאך היינט די גרעסטע מנובלים, מושחתים, משכב זכור'ניקעס און בועלי אשת איש, ווי איידער א משכיל וואס האט געשיקט בחורים לערנען קיין בערלין..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ער זאגט אויך נאר אויב איז דאס אן עבירה וואס ער פארדינט זיך סקילה דערויף איז ער מסכים.. די וויץ איז אז סקילה (אפשר נישט גענוי אבער א מיתת בי"ד) באקומען נאר די יחידים (וואס נעמען זיך אויף אויף די קריוודעס באגאנגען קעגן יחידים - כולל אזוינע וואס ברלנד האט געטוהן) וואס טרעטן ארויס פון די געמיינדע און די רולס (ווער ס'באקומט סקילה אויף וועלכע עבירה וכו') ווערן געשריבן דורך די ראשים, א"כ וועלן זיי דאך אוודאי מאכן די רולס לויט ווי ס'גוט פאר זיי. איי די תורה זאגט דאך יא אז אשת איש בחנק? נו, אויפדעם קומט מען אויף מיט עצות ותחבולות. נישט אנרירן די ווייב נאר איינמאל א יאהר. סוד הנחש. משיח בא באיסור. עולם האצילות. סארא לאקשן צו פארקויפן און אפקויפן.עמקות המחשבה האט געשריבן:א וידיאו ווי ער זאגט אליין אז ער האלט אז מ׳דארף איהם געבן סקילה
https://www.youtube.com/watch?v=KW_PHRaBEHI
וואס האט מיך פארעקלט איז ווי ער זאגט אז אויב פיהלט עמיצער אז די תאוות און נסיונות זענען גרויס ברויך ער נעמען א מעסער און שטעכן זיינע אייגענע עלטערן ווייל זיי זענען שולדיג. איי מין וואספארא מין דיפרעיווד, און טוויסטעד מטורף ברויך א מענטש צוזיין קיינמאל נישט צו בליעמען זיך אליינס נאר אלעמאל טרעפן עמיצער אנדערש, אינקלודינג זיינע אייגענע עלטערן אדער קינדער. אויף אן אנדער אָרט פארציילן זיי אז ער האט פארארדנט מען זאל זיין זוהן שמעטערן דעם קאפ אין די אספאלט. דאס קומט ארויס פון צופיהל פּאשען און פלעגן די געפיהלן (קרעדיט קאך_לעפל).
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
נאך א מזל אז דעם "סוד פונעם נחש" איז צום סוף ארויסגערינען...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
כ'שטעל מיך פאר אז ענליכעס, אבער אויף א קלענערעם סקעיל, גייט אויך פאר אין אנדערע, מער היימישע קהילות, וואס כ'וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער די קהילות זענען נאך צו קליין, קענען נישט די גויאישע שפראך אדער האבן נישט די חילוני לשעבר'דיגע חוצפה צו בועט זיין. און
דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש
וועלעכע קהילה מיינסטו?
דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש
וועלעכע קהילה מיינסטו?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
צו זען די תחקיר אויף יוטוב
https://youtu.be/rSfqXkW-GTw
https://youtu.be/rSfqXkW-GTw
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
א נארישע צאמשטעל, עס איז נישט געווען קיין נארמאלער באזעסענע מענטש וואס האבן נישט אין דעם פארשוין געזעהן א צורידערטער ווילדער אקס שוין יארן צוריק. מדות מושחתות האט מען אייביג געזעהן ביי אים, און וואס נישט.עצי שטים האט געשריבן: וואס מען זעט דא קלאר פון די תחקיר, איז אז עס קען זיין א מענטש וואס דאווענט שעות ארוכות, פאסט תעניתים, און איז א גאון עולם ממש, און רעדט ווי די גרעסטע קדוש, פראוועט "אותות ומופתים" פאר די חסידים, ממש א "ריבניצער" אדער א "קדישת לוי", אבער דאך קען ער זיין א שטיק טינופות, א רשע מרושע, און דאך ווערט די עולם פארקויפט פאר אים גאר שטארק, ביז מען האלט אז ער איז ממש גאט אליין...
עס מאכט מיר זייער א אומאיינגענעמע געפיל... אפשר איז ר' נחמן מברסלב אליין אויך געווען אזוי? אפשר איז דאס געווען פשט פון די התנגדות נגדו?? ח"ו איך זאג נישט אז אזוי איז געווען... אבער ווער ווייסט? קען מען דען וויסן וואס און ווער האט זיך געדרייט אין זיין בעדראום?
פארשטייט זיך אז עס איז היינט דא און עס איז אייביג געווען עכטע ריינע ערליכע צדיקים, אבער אז היינט קען זיין אזא איינער, דאן מהיכא תיתא אז מיט יארן צוריק איז נישט געווען די זעלבע, גיי ווייס ווער איז געווען ערליך און ווער נישט.
מען קען נאך מער מאריך זיין, ועוד חזון למועד אי"ה.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
און ווער זאגט דיר אז היינט טוהן עס נישט רבי'ס וכו'? ווען ברלנד האט נישט אריכות ימים וואלט מען קיינמאל נישט געוויסט אלע מעשה'לעך.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אדרבה זיי מאריך, ווייל צו מיר זעט עס נישט אויס ווי עס איז דא אזא חילוק,אינטערסאנטער האט געשריבן: א נארישע צאמשטעל, עס איז נישט געווען קיין נערמאלע באזעסענע מענטשן וואס האבן נישט אין דעם פארשוין געזעהן א צורידערטער ווילדער אקס שוין יארן צוריק. מדות מושחתות האט מען אייביג געזעהן ביי אים, און וואס נישט.
מען קען נאך מער מאריך זיין, ועוד חזון למועד אי"ה.
דו האסט עפעס אזא איינרעדעניש כנראה, אז ר"ר אלימלך מליזענסק אדער דער בארדיטשובער, זענען געווען באזעסענע געלאסענע מענטשן, וואס האבן פשוט געדינט דעם באשעפער ווי נארמאלע מענטשן,
אפשר איז די גר"א געווען אזוי, אפשר אויך די נודע ביהודה, אבער עס איז קלאר אז איינער וואס האט צוגעקוקט די עבודה פון די קדושת לוי האט געהאלטן אדער אז ער איז א וואנזיניגער, אדער אז ער איז פשוט מופשט פונעם עולם הזה.
עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...
ווער רעדט נאך פון עליית נשמה אדער אנדערע מאדנע התנהגות'ן
אדרבה קוק אפילו אויף היינטיגע צדיקים וואס רוב וועלט האלט יא פון זיי, נעם רצ"מ זילבערבערג, אדער דער אמשינאווער רבי, אדער ראחמאסטריווקא רבי פון א"י, אלע פון זיי האבן שטארקע קריצן, גארנישט אזוי אנדערש ווי ברלנד.
די איינציגסטע חילוק איז אז דא איז מען געוואר געווארן די שמוץ,
ווען עס קומט ווען יעצט ארויס קלארע עדות'ן מיט מעשיות אויף איינע פון די דריי אויבנדערמאנטע היינטיגע צדיקים, וואלט מען שוין אויך געזאגט, אז שוין יארן וואס יעדער זעט אז דער איז א צערידערטער ווילדער אקס,
דו רעדסט פון מדות מושחתות, קען מען דען רעדן אזוי אויף א "צדיק"?? ס'איז דאך "העכערע זאכן".
די ווייסט אז די "הייליגע" דברי חיים פלעגט געבן פעטש, יא, אזעלכע געזונטע פעטש סתם אבי פאר מענטשן, נאר וואס דען? ער פלעגט דורך דעם אויס'פועל'ן גרויסע ישועות פאר מענטשן, פונקט אזוי ווי ברלנד פועל'ט ישועות דורך זיינע וועגן...
האבן זיך נישט גענוג צדיקים געריסן ביי די קעפ? מחלוקת מיט לשון הרע? גארליצער רב פלעגט בארעדן רבי'ס פאר שעות ארוכות... און... ס'איז אלעס העכערע זאכן...
כמעט אלעס וואס ברלנד טוט קענסטו טרעפן אנדערע צדיקים וואס די האלטסט יא פון זיי, וואס האבן געטון די זעלבע זאך.
חוץ פון די נידריגע מעשיות מיט אשת איש, וואס דאס וואלט מען אויסגעמעקט פון די היסטאריע ביכער ווען עס געשעט ווען ביי איינע פון די "צדיקים".
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע האט געשריבן:און ווער זאגט דיר אז היינט טוהן עס נישט רבי'ס וכו'? ווען ברלנד האט נישט אריכות ימים וואלט מען קיינמאל נישט געוויסט אלע מעשה'לעך.
קודם כל האט קיינער טאקע נישט געזאגט אז רבי׳ס טוען עס נישט. עס איז זייער מעגליך אז פארשידענע רעבעלעך למיניהם טוען יא באגוואלדיגן פרויען אדער בחורים און מען געפינט טאקע אויס יעדע שטיק צייט איבער נאך אנדערע וואס האבן געטון אומווערדיגע זאכן מיט זייערע חסידים. אבער בערלאנד איז אנדערש ווי אלע אנדערע רבי׳ס וויבאלד ער איז אן ארכי מנוול וואס האט עס געטון אומאויפהערליך. עס איז נישט די מעשה איבער איין אדער צוויי פרויען, נאר ער האט געפירט ראמאנסן מיט הונדערטע פרויען אין זיין קהילה מאכנדיג זיי אומגליקליך אויף שטענדיג. נאכמער פון דעם, ער האט דאס ניטאמאל באהאלטן פון זיינע מענטשן נאר ער האט פשוט געלאזט אלעמען וויסן אז א צדיק איז העכער ווי די תורה און אז ער מעג טון וואס ער וויל. ער איז א מסוכנ׳דיגער מענטש און א קולט פירער וואס האט געמאכט הונדערטע משפחות גלייבן אין אים און אזוי האט ער גענומען אדווענטידזש פון זיי און אויסגענוצט פיזיש, גייסטיש, פינאנציאעל, און [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
@עצי שיטים מסופקני צו דו וועסט טרעפן נאך א פאל אין היסטאריע פון א אנגעזענע רבי וואס האט צובראכן אזויפיל שטובער, אומגליקליך געמאכט אזויפיל מענטשן און אנגעזייעט כאאס און חורבן ווי אליזער ברלנד. אמת אז איבעראל טרעפט מען מאדנע הנהגות אבער אז די קוקסט אין טאטאל אויפן גרויסן בילד זעסטו, ליבשאפט, גוטס, חסדים, הילף פאר א יעדן איד, עבודת השם, אויפטואונגען פארן כלל וכו' משא"כ ביי דעם מנוול.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
ביסט היבש מגזם. נישט הונדרעטער, נישט צענדליגער. ער האט יא באהאלטן. צאנזער רב האט אויך געזאגט ער איז א חוטא.אבער בערלאנד איז אנדערש ווי אלע אנדערע רבי׳ס וויבאלד ער איז אן ארכי מנוול וואס האט עס געטון אומאויפהערליך. עס איז נישט די מעשה איבער איין אדער צוויי פרויען, נאר ער האט געפירט ראמאנסן מיט הונדערטע פרויען אין זיין קהילה מאכנדיג זיי אומגליקליך אויף שטענדיג. נאכמער פון דעם, ער האט דאס ניטאמאל באהאלטן פון זיינע מענטשן
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
רוב חסידים היינט זענען נישט קיין חסידים פון זייער רבי ווייל זיי האבן איינגעזעהן עפעס ספעציעל אין אים. זיי זענען געבוירן אין די קאמיוניטי, שיקן די קינדער דארט אין די מוסדות, זיך באקוועם געמאכט דארט אין די בית מדרש, מיט די מנהגים און נוסח התפילה א. א. וו.. טאמער די רבי האט נאך עפעס צו פארקויפן למשל, קען גוט רעדן, שמייכלן, זינגן אדער פרימעצן איז עס א באנוס, אבער נישט פארדעם איז ער דארט. מ'איז דארט ווייל אזוי איז עס באקוועם. טאמער קומט ארויס שמועות אז די רבי איז א שגץ איז דאס נאכנישט גענוג סיבה מ'זאל איבערלאזן דאס פלאץ.נוח האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א נייע תחקיר אין א"י אויף הר' אליעזר בערלאנד און אלע זיינע שרעקליכע מעשים וואס איז ממש תסמר שערות אנוש. פארשטייט זיך אז ליידער ליידער זענען נאך רוב מנין ובנין פון זיינע חסידים געוואוירענע חסידים און האבן אים נישט איבערגעלאזט ווי עס איז די שטייגער פון מאמינים אין כאריזימאטישע פיגורן.
https://www.youtube.com/watch?v=rSfqXkW-GTw
אבער מיין גרעסטע חידוש פון די נייע תחקיר איז די אמאליגע געשוואוירענע חסידים וואס האבן איינגעזען ווער ער איז און האבן אים איבערגעלאזט. איך האלט אז זיי זענען ממש העלדן, און אז רוב רובם חסידים פון סיי וועלכן רבי וואלטן נישט איבערגעלאזט זייער רבי מחמת שום סיבה בעולם וואס האט נישט צו טון מיט א עוולה וואס איז געטון געווארן קעגן זיי אליין.
א מענטש וואס איז א חסיד פון סיי וועלכער רבי דארף זיך אליין פרעגן אויב וואלט אזעלכע זאכן אויפגעדעקט געווארן אויף מיין רבי וואלט איך געווען פון די מיעוט שבמיעוט וואס וואלטן אים איבערגעלאזט, אדער וואלט איך ווייטער געגאנגען מיט'ן שוואונג און געטראפן יעדע מין פארדרייטע תירוץ בעולם ווייטער צו גלייבן אין דעם.