א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בעל בעמיו »

לכבוד האי ספרא רבה ר' מענדל הערש פאנעט הי"ו

מיט צער און ווייטאג קוק איך מיך צו צו דיין צער און ווייטאג. דו האסט אויפגעשטעלט א שיינעם ביזנעס, דו האסט געמאכט א רעוואלוציע אין אידישע ליין מאטריאל, בפרט ביי קינדער, און יעצט איז אלעס געגאנגען לטמיון, צוליב א סכסוך וואס דו האסט מיט דיין שותף. דו ביסט געבליבן בעירום ובחוסר כל, מיט גרויסע חובות. הקב"ה ימלא חסרונך.

עס טוט מיר אויך אביסל וויי אז מיינע קינדער וואס האבן אזוי ליעב געהאט דיינע מאגאזינען, גייען דאס מער נישט האבן. זיי האבן פארלוירן דאס בעסטע ליין מאטריאל וואס זיי האבן געהאט.

רבי מענדל הערש, דו גייסט יעצט פובליק מיט די השחתה וואס די האסט געזעהן ביי די דיינים און רבנים. דו שרייבסט און זאגסט דרשות ווי דו ביסט מגלה וואס עס האט זיך אפגעטאן אונטער די קוליסן. און איך וויל מיך אביסל באציען אויף דעם.

בתי דינים זענען קארופטירט. מיר אלע ווייסן דאס. עס איז נישטא קיין איבערזיכט אויף די בתי דינים, וואס דאס איז א סגולה פאר יחידי סגולה און קאנעקטעד מענטשן דאס אויסצונוצן פאר זייערע אינטערעסן.

נאטינג ניוז היר.

דאס גייט שוין אן יארן לאנג. יעדער מענטש מיט א ביבער הוט וואס האט א לעטערהעד פון א בית דין, קען טעראריזירן וועמען ער וויל. יעדער באיצטלא דרבנן קען נוצן אלע הויך-קלינגענדיגע לשונות ווי מסרב, עיקול, בית דין, מרים יד, מסור, וכל שום וחניכה דאית להם. אויב וואגסטו דיך נישט צו פאלגן דעם ביבער-הוט מענטש, מעג ער דיך מבזה זיין ברבים. פון איין מינוט צום צווייטן קענסטו דיך טרעפן אן קיין מוסד פאר דיינע קינדער און אן דעם וואס מענטשן זאלן וועלן האנדלען מיט דיר.

איך דארף דיר דאס נישט דערציילן. מבשרך תחזה. דו ווייסט וואס די ביסט אדורך אונטער די האנט פון די טעראר וואס האט דעם קלינגענדיגן נאמען "בית דין".

דאס איז נישט עפעס וואס איז געשען נעכטן נאכט און דאס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דיר. דאס גייט שוין אן יארן לאנג. בעלי זרוע מיט די הילף פון רבנים טוען מה שלבם חפץ, ואין פוצה פה ומצפצף! יעדער האט מורא צו רעדן. קיינער וויל נישט ווערן אן אפגעפרעגטער. קיין איין טאטע וויל נישט טרעפן זיינע קינדער אינדערהיים אן קיין חדר נאר ווייל ער האט חלילה געהאט מחשבות זרות אויף א איד וואס האט דעם טיטל הרב.

אבער ר' מענדל הערש, דו האסט געשטיפט דעם באן די אלע יארן!

צו קענען אנגיין מיט די קארופציע, דארפן די פירער האבן א בלינדן עולם. אן עולם וואס גלייבט אין זיי. אן עולם וואס זעהט אין זיי עפעס מער, עפעס גרעסערע כוחות. דער עולם דארף באקומען כסדר'דיגע איינשלעף מעדעצינען.

אז איר קוקט אין די וועלט פון דיקטאטורן וועט איר זעהן אז זיי באקומען די מאכט דורך האבן מענטשן וואס גלייבן אין זיי. זיי קאנטראלירן דעם מוח פון די מענטשן.

איינע פון די מיטלען צו פארמאכן די מוחות פון מענטשן איז דורך קאנטראלירן די אינפארמאציע וואס דער עולם באקומט. דער עולם קען נאר באקומען פאזיטיווע אינפארמאציע אויף דעם סיסטעם און די דיקטאטורן. האבן דעם בעלות אויף די צייטונגען און מאגאזינען איז דער ערשטער זאך וואס די דיקטאטורן פארלייגן זיך אויף.

דייינע אויסגאבעס, קינדליין און הונדערט, זענען געווען קאנטראלירט ביי שיינע אידן. זיי האבן געגעבן זייער הסכמה. זיי האבן דארט געשריבן. דארט האט מען געשטיפט דעם וואגן. אין דיינע אויסגאבעס זענען שיינע אידן געווארן באשריבן אויפן שענסטן אויפן. דארט האט מען דערציילט אותות ומופתים פון זיי. דארט האט מען געפרעדיקט אמונת צדיקים, אז מ'דארף גלייבן אין יעדן בעקיטשע איד. דארט האט מען שיין געמאכט דעם סיסטעם וואס דו באשמיצט יעצט.

אויב געדענק איך גוט, איז דארט אפילו געלאפן אן ארטיקל איבער די ארבעט פון א בית דין. ווי הייליג די רבנים פירן זיך אויף, ווי ערליך זיי האנדלען און ווי ערנסט זיי באהאנדלען שאלות און געפעכטן!

אין דיינע אויסגאבעס האט מען נישט געפינען קיין איין שלעכט ווארט אויפ'ן סיסטעם. קיין איין השחתה האט מען דארט נישט פארציילט. דארט האט מען נישט געלערנט די קינדער צו טראכטן. דארט האט מען נאר געפרעדיגט, אויסגאבע נאך אויסגאבע, בלינדע צוטרוי צו די בעלי זרוע.

אין דעם קינדליין האט מען נישט דערציילט פאר די קינדער אז בתי דינים פסק'נען נישט וואס די תורה הייסט. אז דער ולא תגורו מפני איש אדער דער איסור פון שוחד זענען שוין נישט קיין ארטיקל היינטיגע צייטן. אין דעם הונדערט האט מען קיינמאל נישט דערציילט פאר די קינדער אז עס זענען דא מענטשן וואס לאקערן אויף זיי. מ'האט דארט אכט געגעבן אויפן דעם סיסטעם אויפן חשבון פון די קינדער.

דאס איז פון ווי די רבנים און בתי דינים נעמען זייער כוח און מאכט. פון קינדווייז אן ווערן די קינדער געפיטערט אז מען טאר נישט האבן קיין קשיות. אז יעדער בנש"ק האט עפעס א כוח. אז יעדער שיינער איד פארשטייט בעסער פון דיר. אז יעדער רב קען טוהן וואס ער וויל און דו קענסט נישט האבן קיין טענות.

איר הערט ר' מענדל הערש, דו האסט זיי געגעבן דעם כוח צו טוהן מיט דיר די השחתה וואס זיי טוען יעצט מיט דיר!

ווען די השחתה וואלט נאר געווען ביי דיני תורות, החרשתי. אבער ליידער ליידער גייט דער השחתה אן כמעט אין יעדן אספעקט פון אונזער לעבן, פון כשרות ביז ישיבות. פון פעדעפיליע ביז מחלוקת. רבנים מעגן טוהן וואס זייער הארץ באגערט, און עולם גולם דארף דאס אננעמען ווי תורת משה מסיני!

קינדליין און הונדערט זענען געווען דער פאן טרעגער פון די רבנים!

יעצט ווען די זעלבע רבנים האבן אויסגעדרייט זייער געווער אויף דיר, ווען זיי האבן איינגעזען ברוחב בינתם אז פאר זייער אינטערעסן איז דיין געוועזענער שותף בעסער, קומסטו וויינען צו אונז?!

איך וויל נישט חלילה גיסן זאלץ אויף דיינע וואונדן, בפרט נישט בעת צר, ווען דיינע וואונדן זענען נאך אפן. די סיבה וואס איך שרייב צו דיר איז לתועלת העתיד.

יעצט ווען דו זיכסט עצות וואס צו טאן ווייטער, וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט:

דו האסט יעצט שני דרכים לפניך. איין דרך איז זוכן פרנסה אין דעם באקס וואס ווערט קאנטראלירט אדורך די זעלבע אידן וואס טיילן דיר אויס ציפקע צרות. דו קענסט זוכן מיטלען ווי אזוי ווייטער צו ברענגען פאר די קינדער וואס קינדליין האט געפרעדיגט. דו קענסט פראבירן א נייעם וועג ווי אזוי ווייטער צו פארהייליגן דיינע אונטערדריקער. אפשר נישט אין קיין מאגאזין, אבער אפשר גיין דיזשיטעל. דער תוכן וועט בלייבן דאס זעלבע, נאר דער מיטל גייט זיך טוישן.

דער אנדערער דרך איז טוישן דעם תוכן. פון היינט און ווייטער גייסטו מער נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער דעם טעראר, באשלייערט מיטן נאמען רבנים. דו גייסט מער נישט זיין דער וואס גייט פארהייליגן השחתה.

עס דא איז דא אסאך וואס אזא טאלאנטפולער אינגערמאן ווי דיר קען טוהן. דו קענסט שרייבן ביכער אויף וויסנשאפט וואס וועט ברענגען א תועלת פאר די קינדער. דו קענסט האבן ביכער אויף חשבון, ענגליש, אידישע און וועלטליכע היסטאריע, פיינענץ, ביזנעס, מאפע און נאך. אפשר קענסטו גאר אויפמאכן אן עפטער סקול פראגרעם אנליין ווי דו וועסט לערנען מיט די קינדער די זאכן. דו קענסט אויך האבן קלאסן אויף טאלאנט ווי נגינה און מאלן. דו קענסט לערנען קינדער שרייבן. עס איז דא א געוואלד זאכן וואס דו קענסט לערנען מיט די קינדער וואס איז נישט קיין לימוד צו פארשטאפן די קאפ פון די קינדער מיט שטותים און בלינדע צוטרוי צו רבנים און צום סיסטעם.

אפשר קענסטו מאכן אינטערעסאנטע קארטלעך אויף חשבון, ווי די קינדער וועלן זיך קענען לערנען עפעס וואס גייט זיי צוניץ קומען אין לעבן ווי איידער זיי זאלן טרעדן שומרים קארטלעך. קענסט מאכן קארטלעך איבער היסטאריע, וואס וועט געבן פאר די קינדער אסאך מער ווי די קארטלעך פון וויפל מצילי אש מעמבערס ס'איז דא אין קרית יואל און וויפל הצלה מעמבערס ס'איז דא אין אנטווערפן. קארטלעך פון לענדער אויף די וועלט און זייער לאקאציע, וועט געבן פאר די קינדער א געוואלד מער פון קארטלעך פון אידן מיט קאלערדיגע בעקיטשעס.

נאך בעסער. עס איז מעגליך דא א פארלאנג פאר א ישיבה וואס איז געשטעלט צו מחנך זיין פיינע ערליכע קינדער, ווי איידער א ישיבה וואס איז געשטעלט אז די בחורים זאלן מאכן א שם טוב פאר די ישיבה. דו קענסט זיין דער פיאנער. דער רעוועלוציאנער. דו קענסט עפענען א ישיבה שלא למצויינים. א ישיבה מיט בא'טעמ'טע מגידי שיעור, ווי יעדער בחור קען לערנען אין א ווארעמע סביבה.

עס זענען דא נאך אסאך וועגן מיט וואס דו קענסט עפעס אויפטוהן מיט דיינע טאלאנטן ווי איידער נוצן דיינע טאלאנטן צו שטופן דעם וואגן פון השחתה.

וועט זיך עס אויסארבעטן? איך ווייס נישט. דער סיסטעם גייט דיך אוודאי פייטן. זיי קענען זיין סוקסעספול. אבער עס איז נישט זיכער. דער שטערן יוכיח. עס איז זייער מעגליך אז דו וועסט דיך טרעפן מיט הונדערטער קינדער וואס זייערע עלטערן זענען גרייט צו באצאלן אז דו זאלסט זיי אויסלערנען עפעס זאכליך, נישט קיין חילוק וויפל איסורים וקול קורא'ס עס גייט זיין.

דו קענסט אבער זיך אויסוועלן דעם אנדערן דרך. דער דרך פון ווייטער שטופן דעם וואגן וואס איז דיר אריבערגעפארן. דו וועסט שטופן אז דער זעלבער וואגן זאל קענען אריבערפארן אנדערע אידן. דו קענסט באשלוסן צו קושן די האנט וואס האט דיר געשלאגן און לעקן די פיס וואס האט דיך געשטויסן.

קום אבער נישט נאכדעם וויינען צו אונז!

אויב גייסטו מיט דעם דרך, דארפסטו שוין אויפהערן צו באשמיצען דעס סיסטעם. דער סיסטעם געבט פאר איינעם וואס האט געליטן זייער א קליינעם גרעיס פיריעד ווען ער קען וויינען און שרייען. איינמאל דער צייט גייט פארביי, איז סיומא דלעלם. דו קענסט נישט מער קיינמאל נישט וויינען איבער די אכזריות וואס דו ביסט פאריבער. אויב גייסטו אנגיין מיט דיינע דרשות, גייען אפילו די פאר רבנים וואס האבן זיך אנגענומען פאר דיר דיך ווארפן איבערן דראנג. ווייל דער סיסטעם איז איבער אלעם, אפילו ביי די פאר דיינים וואס האבן פון צייט צו צייט א שטיקל דרייסטקייט צו גיין קעגן דעם שטראם.

אויב גייסטו אנגיין מיט אויפדעקן השחתה, גייסטו ווערן אן אפגעפרעגטער, א שגץ, איינער וואס טאר נישט האבן קיין השפעה אויף קינדער. רבנים וועלן דיר מער נישט שטיצן, זיי וועלן מער נישט געבן קיין הסכמות אויף דיינע ווערק.

עס איז מיין האפענונג אז דו וועסט אויסוועלן די קינדער איבער די רבנים. נארמאלקייט איבער השחתה. אמת'ע אידישקייט איבער א קארופטירטע סיסטעם.

אויב דו טוסט דאס, האף איך אז דו זאלסט מצליח זיין און דער אייבערשטער זאל דיר שיקן ברכה והצלחה, עושר ואושר.
נייגעריגע אינגערמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 11:18 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך נייגעריגע אינגערמאן »

שפתיים ישק
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

זייער גוט געשריבן. שטארקעע ווערטער.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך כרם זית »

דאס אלעס אויפן צד אז ער איז דער צדיק ממילא זענען די בתי דינים קאראפטירט. אודאי זענען דא שלעכטע רבנים און מענטשן אבער איך בין נישט אזוי איבערצייגט אז פאנעט איז נישט פון זיי.

יא ריינער איז גארנישט בעסער. בידיעה אז ער האט זיך באניצט מיט טעראר. אבער פאנעט איז אויך א רבישע אייניקל וד''ל.

איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אין זיין מפלה ח''ו אבער זענדיג ווי די דעת הקהל איז עפעס שטארק מיט אים, זיד מיך די בלוט ווי מען מאכט אים פאר דער צדיק, ווען איך ווייס אז ער האט בעולט געוויסע מענטשן מיט גרויסע געלט שאדן.

און פאר מיר איז עס א לימוד ווי פיל מען קען וויסן פון די גאס. ווען נישט איך קען דא אביסל די בעלי דינים וואלט איך אויך נאכגעטאנצן קק''ק.

נאכאמאל, זאל כלל ישראל האבן טיפע טאשן מיט גאלדנע רענדלעך, אבער זייט וויסן אז מען קען נישט וויסן!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'איז זייער א חשובע זאך צו פירן א 'אויפריכטיגע' ווערטשאפט. די פראבלעם איז אבער אז מ'דארף אויך אהיים ברענגען אויף שבת צו מאכן. און אלע אייערע 'אויפריכטיגע' ראיונות קענען נישט מצליח זיין צו זיין עפעס מורא'דיג פּראפיטעבל.

פרעגט אייך נאר גוט נאך וועלכע סעריע אויבערחכם קארטלעך האט געהאט מער סעילס די מער באלערנדע מיט ווערטפולע ידיעות אדער די הצלה און חתונה זאלן?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך טאמבל סאס »

שפריץ נישט אזויפיהל וועסטו נישט דארפן אזויפיהל אויף שבת צומאכן..און אגב פון די מיליאנען פון וואס ס'האט זיך גערעדט האט אויסגעקוקט אז מען האט גערעדט עפעס מער ווי סתם אויף וואס שבת צומאכן.

דו סאונדס ווי די חכמים וואס מאכן אוועק סוסטעינעבילעטי אקטיוויסטן מיטן אויסרייד אז מיר האבן זיבן ביליאן מענטשן צו פיטערן. גאט האט טאקע געזאגט פרו ורבו אבער וואו האט ער געזאגט אז די ציהל כשרט די מיטל?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

בתי דינים קארופטירט איז א שפיגל פין אונז.

אין סדום זענען נישט די בתי דין געוועהן קארופטירט, גאנץ סדום איז געוועהן קאראפט.

ממילא, פאר מען מאכט אז ברייטע סטעיטמענט אז בתי דינים זענען קאראפט, געדענק אז עס איז א סטעמפעל אויף אונז אלע.

אין זיין קעיס זעה איך נישט אזוי ווייט ווי א קאראפט סיסטעם פין בית דין, נאר א גבר אלים וואס האט אויסגענוצט דער סיסטעם פין א עיקול אים צו דערשטיקן. איך פארשטיי נישט אשר לאנדא, אבער עיקולים קומען ארויס יעדן טאג, און ווערען אנגעפיפען יעדעס טאג.

אין זיין קעיס האבן די גראסעריס נישט מורא געהאט פין דער עיקול, נאר פין דער גבר אלים אונטער דער עיקול. און אונז אלע קענען זיין זיכער, אז אהן דער עיקול וואלט ער געטוהן דער זעלבער מעשים תעתועים. אשר לאנדא האט פשוט געהאט דער זכיה צו זיין דער שטעקען פין דער גבר אלים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

איך מיין אז דער ערשטע סטעפ וואס יעדער איינע קען טוהן איז אויפהערען מכבד זיין בנש"קלעך אין שוהל און זיי אנהייבען אראפצוקוקען און עשירים זאלען אויפהערען זוכען זייערע כבוד ביי אזעלעכע סארט פיגארען.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דעת הקהל איז א וויכטיגע ארטיקל מצליח צו זיין. טויש, אמת'ע טויש איז מצליח געווענליך דורך א וועג פון קמעא קמעא, ארגאניש, נישט בייגנדיג דעם בוים צופיל אויפן אנדערן זייט. נישט קיין נפקמ ווי גערעכט מ'האלט מ'איז.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

בורו פארק האט געשריבן:איך מיין אז דער ערשטע סטעפ וואס יעדער איינע קען טוהן איז אויפהערען מכבד זיין בנש"קלעך אין שוהל און זיי אנהייבען אראפצוקוקען און עשירים זאלען אויפהערען זוכען זייערע כבוד ביי אזעלעכע סארט פיגארען.
די פראבלעם איז אז אסאך רעבישע אייניקלעך ווערן עשירים און אסאך עשירים פרובירן צו ווערן רעבישע אייניקלעך....
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

זייער א טיפע פוינט.

איך קען נישט הרב פאנעט פערזענליך. איך האב אבער אייביג ארויפגעקוקט אויף דעם איד. אלץ איינער וואס קען אזוי גוט אונזער סיסטעם און האט גענוצט די סיסטעם אליינס איר צוביסלעכווייז אויסצוברייטערן. זיין פארגעטערן די סיסטעם איז געווען מיט א כוונה צו אויפטון פון אינעווייניג. די נושאים וואס איז דארט געווארן אויסגעשמועסט איז געווען מלא חידושים פאר אונזער סיסטעם. ער האט אנגעפילט אונזערע קינדער'ס קעפ מיט וויסענשאפט און ברייטע פארשטאנד. עס האט געלערנט א וועג פון טראכטן וואס זיי האבן נישט באקומען ערגעץ אנדערש אין די סיסטעם.

עס קען זיין איך בין ראנג מיט מיין מיינונג אין זיינע כוונות אבער דאס האט אויטאמאטיש פאסירט. אויב גייט ער עס נעמען אינדרויסן פון די סיסטעם וועט עס ווייט נישט האבן די ווייטגרייכענדע אפעקט ווי ביז יעצט. עס וועט ווערן א מלחמה אקעגן פאנעט, אקא וויסענשאפט, וואס וועט נאר מער פארמאכן אונזער סיסטעם.

פון די אנדערע זייט קאסט עס די פרייז וואס ער צאלט יעצט. אוי לי מיצרי ויוצרי.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בורו פארק האט געשריבן:איך מיין אז דער ערשטע סטעפ וואס יעדער איינע קען טוהן איז אויפהערען מכבד זיין בנש"קלעך אין שוהל און זיי אנהייבען אראפצוקוקע
איז דאס נישט נידריגע סטיריא טייפ און bigotry?!?


אינטעראסאנט קיינער פין די וואקישע דא צווישען אינז האט נאך נישט מוחה געווען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ער מיינט לכאורה בנש"ק אלץ בנש"ק. פארשטייט זיך א בנש"ק א אדם חשוב אין זיין אייגענע רעכט איז ראוי פאר כבוד.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

ליידער
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

דברים נכונים ואמתיים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך כרם זית »

איז אפשר זאל ער ארויסגעבן ''וועקערליין'' פאר קינדער?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

היסטאריע האט געשריבן:ער מיינט לכאורה בנש"ק אלץ בנש"ק. פארשטייט זיך א בנש"ק א אדם חשוב אין זיין אייגענע רעכט איז ראוי פאר כבוד.
פארוואס טראכסטו דאס דער אלגעמיינער בנש"ק אלץ בנש"ק איז וויינגער חשוב וואו איך און דו?!?
פארוואס עפעס דארף ער ווערן "אראפגעקיקט"?!?
דו זעסט נישט אין דעם די בייעס און סטיריא טייפ!!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

בין איך דער איינציגסטער וואס נאכן איבערקוקן פאנעטס טענות האב איך נישט געטראפן קיין שום ערנסטע אינדיקאציע (ווער רעדט נאך פון באווייז) פון קארופציע ביי די דין תורה?
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כלבאשבוע האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס נאכן איבערקוקן פאנעטס טענות האב איך נישט געטראפן קיין שום ערנסטע אינדיקאציע (ווער רעדט נאך פון באווייז) פון קארופציע ביי די דין תורה?
יא, לכאורה ביסטו דער איינציגסטער.

(און אז ער האט אונטערגענומען די וויכטיגע ארבעט אראפצוציען די הויזן פון די פארדארבענע דיינים קומט זיך אים שוין קרעדיט).
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

יהורם האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס נאכן איבערקוקן פאנעטס טענות האב איך נישט געטראפן קיין שום ערנסטע אינדיקאציע (ווער רעדט נאך פון באווייז) פון קארופציע ביי די דין תורה?
יא, לכאורה ביסטו דער איינציגסטער.
אקעי. עפעס באווייזן איז דא?
יהורם האט געשריבן:(און אז ער האט אונטערגענומען די וויכטיגע ארבעט אראפצוציען די הויזן פון די פארדארבענע דיינים קומט זיך אים שוין קרעדיט).
איך טענה שוין יארן אז מהדרין'ס יאגורט האט מיר פארדארבן די מאגן און אראפגעצויגן די הויזן, כ'האב נאר נישט קיין באווייז.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בי''ד בית יוסף האט געלייגט א עיקול. אבער נישט געוואלט געבן א זיצונג בשום אופן עס דן צו זיין. און אלע אנדערע בתי דינים האבן נישט געוואלט אראפנעמען אזא עיקול, אדער אפי' געבן א זיצונג עס דן צו זיין. לויט ווי ער צייגט האבן די ספרא דדיינא'ס אנגעדרייט אלעס צו האלטן די רבנים ריין.

די שאלה איז נאר צו די קארופציע איז ביי די ספרא דדיינא'ס און שוואכערע בית דין אדער ביי די גרויסע רבנים.

איר וועט נאר אנערקענען אין אזא זאך אויב ס'וועט ווערן 'אפיציעל' באריכטעט אין מיט יארק טיימס. סתם הארטע באווייזן איז ביי אייך נישט נוגע.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך טאמבל סאס »

דערפאר האב איך קיינמאל נישט אנגערירט קינדליין. איך האב תיכף באמערקט דא שמעקט פון ריין גויאישקייט על טהרת הקודש. נו מילא איז דאך שוין ספיידערמען בעסער..

אגב, איינער האט א פיקטשער פון מר פאנעט? וויזוי קוקט ער אויס? כוויל וויסן צו כ'קענעם?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט