די וועלט? יא! די מידיע? זיי לאזן נישט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

די וועלט? יא! די מידיע? זיי לאזן נישט!

שליחה דורך גבור חיל »

יאפ, מ'האלט מיר נאכדעם, ער האט געזאגט פאר די וועלט, פאר א ריכטער, פאר א דזשורי, און די חברה האבן אים געגלייבט. יאפ מ'האט אים געגלייבט אויף כוחות און איר געפונען שולדיג.

א מאן וועמען מען האט פאר זעקס יאר נאכאנאנד באשולדיגט, אפגעזאגט מאווי רולעס, גע'הרג'ט זיין נאמען גע'רצח'ט זיין פאמיליע, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען לריק, בלויז ליגענט און שלעכטיגקייט פון א נארסאסיסטישע אביוזער.

יאפ, די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן דעם טרייעל לעבעדיג, על אפם ועל חמתם פון די פארשאלטענע מעין סטריעם מידיע בלוט זויגערס, יעדער האט געזעהן די עווידענס, אלעס איז פובליק, אלע עדות, אלעס אלעס, גרויסע קאמערעס האבן אלעס געשפילט לעבעדיג, די וועלט האט מיטגעהאלטן געשפאנט, און די וועלט האט דורכגעזעהן די ווילדע נידערטרעכטיגע ליגענטס, און דזשאני האט געוואונען.

אבער זינט די פסק, זינט די אורטייל אז יא, א דזשורי איז געזעצן גאנצע זעקס וואכן, אלע שמוץ וועש האט מען שיין אויסגעפאקט אויפן טיש, אלעס איז געווען אינדרויסן, און די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם האט אים געגעבן גערעכט און איר געפונען שולדיג. זי איז אן אביוזער. ער איז א קרבן.

וואס טוט די מידיע בלוט זויגערס? א ים מיט ארטיקלען און שטיקלעך וואס פרובירן מיט כוח צו פארטושן די מוחות און אריינצווינגען דעם ציבור אין טוישן זייערע מיינונגען. טורד'ס פ"ר טיעם פרובירט מיט אלע כוחות און די גאנצע דעמידזש קאנטראל מאשין איז אויף די העכסטע אלערט.

די נידערטרעכטיגע שקרנים און ראציגע כזבנים קומען אויף יעדע אוטלעט און פרובירן צו זאגן, ניין מענטשהייט, די מענטשהייט לעבט אין א טעות. אינגערמאן, האסט געזעהן די גאנצע טרייעל? נעה האסט נישט גוט געזעהן. לאמיך דיר זאגן וואס האסט געזעהן.

עמבער, איר לויער, וואס אגב ווען איך בין ווען דזשאני דעפפ וואלט איך געקלאגט די עווער ליווינג אפפאל פון דעם צודרייטן עלעין, עמבער'ס לויער, וואס האט אן קיין שום בושה באשולדיגט די געריכט, דזשורי, און בראש כל חוצות אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע דעפעימט דזשאני, און אויב דזשאני איז אחראי אויף וואלדמאן'ס סטעיטמענט, דאן איז עמבער אחראי אויף דעם צודרייטן לויערס סטעיטמענט, אבער נישט דאס איז די פוינט יעצט.

עמבער, איר לויער, די גאנצע מעין סטריעם מידיע זינגט און וויינט מיט קראקאדיל טרערן אז רחמנא ליצלן, דאס ברענגט אונטער די גאנצע 'מי טו' מאוומענט, דאס נידערט אלע פרויען קרבנות, דאס הרג'ט די מוסדות.

אפגערעדט פון די פאקט וואס אן א שיעור, ליטערלי אן א צאל פרויען קרבנות, דאמעסטישע וויילענס, פארגוואלדיקטע און אלע סארטן קומען ארויס זאגן, לא מיט א גימל, א שקרן טאר מען נישט גלייבן נישט קיין חילוק די מין, נישט קיין שום סיטבעק, איך פיל מיך נישט שלעכט, כ'האב נישט קיין טראומא, רעד נישט אין מיין נאמען, גיי הענג דיך און נעקסטטיים זאג נישט קיין ליגענט. עס זאגט נישט גארנישט אויף די מאוומענט און גיי אהיים.

אבער חוץ פון דעם. פאר זעקס גאנצע יאר. זעקס יאר! האט מען דעם דזשאני דערביטערט די יארן. מ'האט געגלייבט עמבער. ער איז געווען גילטי אנטיל פראווען אינאסינט, מ'האט איר געגלייבט, נישט אים.

יעצט ווען די גאנצע וועלט האט געזעהן, מ'האט איר געכאפט ביים ליגענט, די געריכט האט איר געכאפט, די מענטשהייט האט איר געכאפט, יעצט איז א פראבלעם? יעצט הרג'ט מען קרבנות פון דאמעסטישע אביוז?? אנשטאט קלאפן סלח לנו און די מעין סטריעם מידיע זאל מאכן א ריזיגע אפאלעדזשי פארטי פאר דזשאני, און זאגן ליסען, מ'האמיר דיך באוואשן פאר זעקס יאר, אבער מ'זעמיר נישט געווען גערעכט, מ'האמיר געמאכט א טעות דאסמאל, אונז זעמיר געווען ראנג, ניין. מ'טאר אים נאכאלץ נישט גלייבן.

וואגן זאל זיך איינער צו זאגן אז מ'טאר נישט גלייבן א פרוי נאך אן אורטייל, נאך די רעקארדינג'ס וואס ס'איז דא, נאך די עווידענס און עדות וואס די וועלט האט געזעהן, יוש, כ'וויל אפילו נישט טראכטן, מ'וואלט יענעם געהאנגען אויפן פרידאם טאוער פאר צעהן יאר אין צו.

ממש דאס בלוט זידט מיר און קאכט מיר. יעצט, נאך דאס אלעס, און נאך אלץ נישט? וואס דארף א מענטש וואס גייט דורך די זעלבע, ער האט נישט די צעהן מיליאן דאלער צו אויפנעמען קאמילע וועזקעז און זיידי בען טשו, ער האט נישט די רעקארדירונג, ער האט נישט די מעגליכקייט, וואס איז מיט אים? געענדיגט? מער נישט דא קיין שום האפענונג פאר מענער קרבנות? איז דאס ריכטיג? איז דאס מענטשליך? איז דאס נארמאל? וואס דארף א מאן טון? זיך נעמען דאס לעבן? סיריעסלי? נאך אלעס און זי איז ווייטער גערעכט?

ס'נישט אז מען האט איר נישט געגלייבט אנהייב, און נאך לאנגע פארצויגענע קלאגעס האט מען ענדליך געזעהן אז זי איז גערעכט, מען וויינט נישט פארוואס מ'האט איר נישט געגלייבט ווען זי האט געזאגט אמת, מ'וויינט נישט פארוואס מען האט איר פאר'משפט אן א געריכט. מען וויינט פארוואס מען גלייבט איר נישט נאך וואס זי איז א קלארע שקרן. מען וויינט פארוואס מען גלייבט איר נישט נאך וואס זי האט אויפגעמאכט שוידערליכע עפיזאדן צו רייטן און באקומען פובליסטי פון עכטע קרבנות. דאס שרייען די קרבנות. פארוואס האסטו געמאכט געלט אויף מיין צער?! פארוואס האסטו געהאט כבוד און פובליסיטי פון מיין ווייטאג?! אבער איך דארף איר גלייבן ווען די וועלט האט געזעהן די אמת? איך דארף איר גלייבן נאכ'ן הערן און זעהן די עדות מיט מיינע צוויי פליישיגע באליס? אַיאָ אר יו פאר ריעל???

בכלל קומט מיר אויס ווי די אומווערדיגע שרייבער האט קיינער ניטאמאל גענומען די מיה בכלל צו כאפן א בליק אויפן טרייעל אדער קוקן די עווידענס, מ'האט באקומען די מעמאו פון עמבערס טיעם באגלייט מיט א שיינעם פדיון און מ'גייט וואשן די מוחות.

אינגערמאן, דו ווייסט אז עמבער האט געזאגט מערערע מאל ליגענט אונטער א שבועה בפני כל עם ועדה? האסט מיטגעהאלטן וואס דארט האט פאסירט? ניין? אקעי, לאמיר איבערגיין געציילטע אינצידענטן.

איינע פון די אינצידענטן איז געווען ווען ער האט איר אנגעבליך אנגעשלאגן די ביינער אין די פענטהאוז, און איבערגעלאזט אסאך דעמעדזש.

זאגט עדות דער פראנט דעסק זיצער אז ער האט איר געזעהן א טאג דערויף, קיינע צייכענעס. אייזיק בערוש האט איר געזעהן געציילטע שעות נאכדעם, קיינע צייכענס.

דריי פאליציי אפיצירן וואס זענען דארט געקומען גלייך נאך די אינצידענט האבן נישט געזעהן קיינע צייכענס אויף איר און קיינע פראפערטי שאדנס. זי זאגט אז דזשאני האט געגאסן וויין אינעם האלוועי, באדי קעם ווידעא פון די פאליציאנטן צייגט קיין שום וויין.

די נעקסטע טאג האט זי געפיילט פאר א ריסטרעינינג ארדער. זי איז אנגעקומען אין געריכט מיט א גרויסע צייכן אויפ'ן פנים, געזאגט אז זי האט נישט גערופן די מידיע.

5 מענטשן האבן איר געזעהן פאר דעם, קיין צייכן אויפ'ן פנים. באדי קעם ווידעא, קיין צייכן אויפ'ן פנים בעפאר.

זי האט געזאגט אז זי האט נישט געוואוסט אז TMZ וועט דארט זיין, א געוועזענער מענעדזשער פון TMZ דער 15 מינוט אוו פעים קעניג, זאגט אז זיי האבן באקומען פונקטליכע אינסטרוקציעס אז זיי גייט דארט זיין און אז זיי דארפן אפכאפן די צייכן אויף איר רעכטע באק.

אין א דעפאזישן פון 2016 האט זי זיך בטעות ארויסגעכאפט זאגענדיג TMZ העז בין עלערטעד, און שנעל געלייגט די הענט אויפ'ן פנים כאפנדיג וואס זי האט דא געטון.

ווינדער איבער ווינדער, נעקסטע טאג איז די צייכן אויפן פנים פארשוואונדן.

א צווייטע מעשה איז אנגעבליך געווען אין היקסוויל, וואו דזשאני איז אנגעבליך געווארן גאר בייז ווייל זי האט זיך געדרייט מיט א צווייטע פרוי, און אנגעבליך אנגעכאפט יענע פרוי'ס הענט און געזאגט אז ער גייט עס צוברעכן. דערנאך האט ער איר פארגוואלדיקט און צושטויסן דעם טרעילער וואו זיי זענען געווען און די מענעדזשער איז געווען גאר בייז.

צוויי פון אירע עדות אליינס האבן געזאגט אז זיי האבן נישט געזעהן דזשאני אנכאפן קיינעם. דער בייזער מענעדזשער פון היקסוויל איז געקומען עדות זאגן אז די טרעילער איז געווען פיין, נאר א לייט פיקסטשער איז געווען צובראכן און מ'האט באצאלט 60 טאלער און פערטיג. אויכעט האט ער נישט מיטגעהאלטן דזשאני שרייען אויף קיינעם.

נעקסטע אינצידענט איז אוסטראליע. עמבער טענה'ט אז דזשאני האט איר פארגוואלדיקט מיט א באטל, דזשאני טענה'ט אז עמבער האט פארשניטן זיין פינגער מיט א באטל. עמבער זאגט אז דזשאני האט זיך צושניטן זיין פינגער ווען ער האט צושמעטערט א טעלעפאן אויפן וואנט.

טראץ די בילדער פון יענעם אינצידענט איז נישטא קיין שום בילד פון א צובראכענע טעלעפאן. וואס איז יא דא איז צובראכענע גלאז אויפן פלאר וואס דזשאני זאגט אז עמבער האט געווארפן אויף אים צושניידנדיג זיין פינגער.

דזשאני האט געקריגן ערנסטע טריעטמענט, מערערע דאקטוירים זענען דארט געווען און אנגעבאטן מעדיצינישע הילף פאר עמבער פרעגנדיג אויב אלעס איז אקעי, זי האט נישט געדארפט.

זי האט אליינס געזאגט פאר איר עקטינג קאווש אז דזשאני האט זיך צושניטן די פינגער פון א באטל. דאקטוירים האבן עדות געזאגט אז דזשאניס ווערסיע שטימט מיט די וואונד.

נעקסטע מעשה מיט די סטעפס, עמבער זאגט אז דזשאני איז געשטאנען פארענט פון איר שוועסטער, וועלכע איז געשטאנען ביי די טרעפ און איר געוואלט אראפשטיפן, און וועגן דעם האט זי אים די ערשטע מאל געשלאגן.

די שוועסטער זאגט אבער אז זי איז געשטאנען מיט די ריקן צו די טרעפ, און דזשאני איז ארויפגעקומען פון אונטן און איר געשטיפט פון די בעק. גיימיר אויסלאזן די קעיט מאס מעשה און עדות'שאפט...

דזשאניס זיכערהייט וועכטער האט עדות געזאגט אז עמבער איז דעמאלטס געווען גאר בייז, און האט געשלאגן דזשאני אויבן פון די טרעפ אן קיין שום פראוואקאציע. אה, און עמבער'ס שוועסטער האט אויך אזוי דאן פארציילט פאר איר חבר'טע און בעל בית ביי וועם זי איז דעמאלטס איינגעשטאנען. יענער האט איר אגב געבעטן מיט טרערן אז זי זאל טון די ריכטיגע זאך און פארציילן די אמת.

וכן ווייטער און ווייטער, כ'האב נישט קיין צייט און כוח צו שרייבן אלע ליגענטס און שקרים וואס האט זיך ארויסגעשיילט, וויאזוי אירע אייגענע עדות האבן זיך סותר געווען מיט איר.

זי האט נישט קיין שום מעדעצינישע רעקארד פון קיין שום אינצידענט. זי האט נישט קיין בילדער פון אירע וואונדן.

זי האט א בילד פון אויסגעגאסענע וויין און האט עדות געזאגט צוויי מאל אויף די זעלבע בילד אז עס איז פון צוויי באזונדערע אינצידענטן. זי האט צוויי בילדער פון זיך און עדות געזאגט אז עס איז באזונדערע בילדער, ס'איז אין פאקט די זעלבע בילד.

און אזוי ליגענט נאך ליגענט, סתירה נאך סתירה, איינס נאכן צווייטן. א וואונדער אז די וועלט גלייבט איר נישט? א וואונדער אז די דזשורי האט איר נישט געגלייבט? און די מעין סטריעם מידיע? ווייטער מיט זייערע קרעפלעך. מ'מוז איר גלייבן.

יעצט זאג מיר נישט די לאנדאן פסק, חוץ פון דעם וואס די ריכטערס זון ארבעט פאר די בעל בית פון די סאן, קעגן וועם די אנקלאגע איז געווען, איז עס פשוט נישט געווען קעגן עמבער הערד. זי איז נישט געווען קיין פארטי דארט, און מ'האט נישט געקענט עדות זאגן קעגן איר, מ'האט זיך געמוזט האלטן צו די סאן.

זי האט אויפגעטרעטן דארט, עדות געזאגט, און די ריכטער האט אנגענומען איר טעסטעמאני, און זיי האבן נישט געקענט אפפרעגן איר טעסטעמאני, ווייל זי איז נישט קיין פארטי, מ'האט זיך געדארפט האלטן נאר צו די סאן. די אמעריקאנער ריכטערין האט טאקע געזאגט ביי די טרייעל אז זי האלט אז ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל דארט.

הנוגע לענינינו? גארנישט. עס שיילט זיך ווידעראמאל ארויס די גרויליגקייט פון די מעין סטריעם מידיע. זיי אינטערעסירט נישט דעם אמת, זיי אינטערעסירט נישט די מענטשהייט. זיי זענען דא פאר זייערע פארשאלטענע אגענדעס, און וועלן באגראבן די מענטשהייט פאר דעם ציל. זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט.

זיי וויינען און שרייען היתכן די טרייעל איז געווען לייוו, פארוואס האט די גאנצע וועלט געקענט מיטהאלטן. ביטש?? יא! ווען נישט דעם וואלטן מיר געגעסן ענקערע קרעפלעך און קיינמאל געוויסט דעם אמת! ווען נישט דעם וואלט דזשאני דעפפ נישט געהאט קיין שום שאנס. א נס האט ער געהאט אז די וועלט האט דאס געזעהן, און די וועלט זעהט די אמת'ע פרצוף פון די מידיע.

זעלטן וואס עמך קאנסערוואטיוון און ליבעראלן זענען צוזאמען אויף איין מיינונג אויף סאציאלע מידיע. זעלטן וואס ליבעראלע קינדער לויבן א פאקס נויז האוסט פארן זאגן דעם גראבן אמת אין פנים! גלייבסט נישט? קוק די ריפלייס צו פאקס נייעס און צו גוד מארנינג אמעריקע.

לאמיר נישט פארגעסן, פאליציי לייט, דאקטוירים, פסיכאלאגן, פראפעסיאנאלן, וועטעראנען אלעס זאגט ליגענט. יעדער זאגט ליגענט אונטער א שבועה. קעיט מאס איז ארויסגעקומען פאר כבוד... אחד היה הטורדער, איין טראפעלע אמת איז נאך איבערגעבליבן, די קעניגן פון אפפאל לאנד, עמבער טורד!
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

הערליך שיין גבור חיל !
האסט מיר גענומען אויף א טריפ-נִשׂגָב מיט די באשרייבונג, צו דיין נקודה ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגער אז MSM שטייט פאר: מעין סטריעם מארקעטינג.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

נוח האט געשריבן:כ'האב פראבירט צו כאפן דיין אויפברויז דא ווען די זעלבע מעינסטרים מידיא האט דאך אונז געגעבן שטאפל ביי שטאפל פון די דזשאני דעפ טרייעל און יעדער איז געווען אויפ'ן זעלבן פעידזש.

אז א כלב'טע האט געשריבן א פאלטשן ארטיקל אינעם וואשינגטאן פאוסט מיינט דאס שוין אז אלעס איז אפגעפרעגט? פארקערט, דאס אז דזאני דעפ האט געווינען ווייזט אז טראץ די לעצטיגע אויפוואכונג צו גלייבן פרויען איז נאך אלץ דא יוסטיץ ווען דער מאן איז גערעכט.

כאפ מיך נישט ביים ווארט, ס'איז נישט קיין עולם התיקון. אבער כ'כאפ נישט דיין אויפברויז דא.

עניוועי, געלייקט האב איך דיר ווייל כ'האב הנאה פון דיין פּעשאן און דיין שרייבעריי.
כ'ווייס נישט וועלכע מידיע דו האסט געזעהן, אבער איך האב געזעהן אז אנהייב טרייעל האבן זיי זיך פרובירט צו האלטן אביסל צו די פאקטן, שפעטער בערך אין די דריטע וואך האט עמבער אפגעזאגט איר PR טיעם און אויפגענומען א צווייטע. דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע סחורה, און די אפפאל האט געשלאגן דעם פען...

דורכאויס די לעצטע וואכן פונעם טרייעל האב איך געליינט פולע ארטיקלען, אנגעהויבן אינעם ניו יארק טיימס, וואוג, די טיימס, גארדיען, יו עס עי טודעי, וכו' וכו' מלא שקרים וכזבים, ניטאמאל זיך געהאלטן צו די פאקטן, סתם געמישט און געחושט און אויפגערעגט די מענטשהייט. אני הקטן האב מיך געאימעילט מיט א שרייבער פון איינע פון די ארטיקלען נאך בשעת'ן טרייעל.

פי כמה האט זיך עס פארערגערט נאכן ווערדיקט, ווען נישט איין כלב'טע האט געשריבן אינעם פאוסט, נאר א באנדע כלבים האבן זיך געלאזט הערן איבעראל, און לאזן זיך נאכאלץ הערן. בליק ארום אביסל.

בנוגע די יוסטיץ סיסטעם ביסטו טאקע גערעכט, כ'בין שטארק פרייליך אז יוסטיץ האט געזיגט, און כ'זעה נישט וואו אינעם ארטיקל איך זאל זיין בייז אויפ'ן יוסטיץ סיסטעם.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

דא איז א שטיקל אינעם לאס אנדזשעלעס טיימס, שוין יעצט פארמעקט שטייצעך, איבער דזשעיסאן מעמאוע'ס אויפטריט. דער האט נישט אויפגעטרעטן ביים טרייעל. ניטאמאל די פאקטן האבן זיי איינגעזאמעלט. א שרעק!
IMG_20220607_181319_451.jpg
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
פארשפארט