politically correct

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

politically correct

שליחה דורך שאלתיאל »

פאליטיקלי קארעקט איז אין די לעצטע יארן געווארן ווי א טייל פון דער לינקע פראגרעסיווע רעליגיע און זאגאר פון אירע יסודות הדת ממש מיט אן אייגענע תורה שבכתב ושבעל פה מיט פיל מער פון שס"ה לא תעשה און רמ"ח עשה, אייגנטליך האט עס נאך נישט קיין באשטימטע צאל וויבאלד עס האלט זיך נאך אינמיטן פארמירן, ווען איטליכן טאג קומען צו פרישע חוקים ומשפטים גדרים וסייגים כללים ופרטים הלכה למשה מסיני'ס קל וחומר'ס, גזירה שווה'ס און בנין אב'ס (ואם)...

די אלעם גוטן ווערן שטרענג אינפארסירט דורך די מידיע און אקאדעמיע זיצנדיג אין זייערע הויעכראנגיקע פאזיציע אלץ סנהדרין הגדול שבירושלים, ווי אויכט אלץ פסק אויספירער ביינעזאם.
אנדערש אבער פון די בית דין האלטן זיי זיך נישט צוריק און טראכטן נישט א ליאדע מינוט פארן גוזר זיין סקילה שריפה הרג וחנק אויף די פארברעכער וואס פארלעצן אירע געזעצן.

אלזא, לעידיס ענד דזשענטלמען, אה, איים סארי, מענטשן.. אה איים סארי, ארגאניזם.. קומט מיט מיר אויף א טראגי-קאמישן רייזע ווי מיר וועלן זיך באקענען מיט'ן פאליטקלי קארעקט, איר מאדנער געזעצן און כללים, און מיט א וועלט וואס ווערט משוגע.. אה איים סארי, 'שכלדיג באגרעניצט' פון טאג צו טאג. איך וועל נישט ערקלערן דער פונקטליכע טערמין וואס איז דאס 'פאליטיקלי קארעקט' נאר ענדערש אראפברענגען לעבעדיגע ביישפילן וואס ווערן פובליצירט אין די מידיע און אויפן וועב.
ביטע נישט לאכן הויך, ס'נישט פאליטקלי קארעקט.


1. אלץ אריינפיר וועלן מיר זיך באקענען היינט מיט א פראיעקט פון brandeis university אין באסטאן. דער פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך סטודענטן מיט די הילף פונעם אוניווערסיטעט. אין ראם פונעם פראיעקט איז דער אוניווערסיטעט מציע אן אלטערנאטיווע פאליטקילי קארעקטע שפראך אנצייכענדיג פארשידענע אפענסיווע ווערטער. לאמיר כאפן א בליק אויף טייל פון די פערל ווערטער (מן הקל אל הכבד):

צום ערשט זענען דא די מיאוס'ע ווערטער וואס זענען נישט 'דזשענדער אינקלוסיוו' ווי

- Policeman, congressman, mailman, landlord,

זיי זענען נישט אנגענומען וויבאלד זיי רעכענען נישט אריין דעם אנדערן דזשענדער. ענדערש באנוץ זיך מיט Police officer, congressperson, postal carrier, property owner.

- נישט נאר באנוץ זיך נישט מיטן ווארט nig...הס מלהזכיר נאר אפילו African-American איז אויך פסול! אנשטאט דעם זאג Black (מיט א קעפיטעל B!)


שפעטער איז דא די ציניש-קאלטבלוטיגע ווערטער וואס זיי רופן Ableist Language ווערטע וואס רעכענען אריין סטיגמעס איבער באגרעניצטע מענטשן ווי

- 'ס'געווען א משוגענע אווענט'. פארשעמסט די משוגעים.

-'דער אווענט הינקעט'. פארשעמסט די הינקעדיגע.

-וויקטים/איבערלעבער וויבאלד ס'קען ווייטאגן און ארויפברענגען טראומע'ס, ענדערש זאג Person who has experienced… Person who has been impacted by…

- Homeless person
נאר ענדערש Unhoused person, person without housing


- Illegal immigrant, illegal alien
ענדערש זאג Undocumented person

- 'זונה', ענדערש זאג sex worker

און אזוי ווייטער נאך אסאך ביישפילן מביישפילן שונות. כ'האף איר האט ארויס דעם געדאנק.


ווייטער האבן מיר די מער הארבערע שטנ'דיגע ווערטער וואס זיי רופן אן violent languge ווי צום ביישפיל, לייג צו קאפ

- Trigger warning וויבאלד 'ווארענונג' קען פארטייטש ווערן ווי עפעס גייט פאסירן און ס'קען דערשרעקן מענטשן.

-“Rule of thumb” וויבאלד די אויסדרוק שטאמט לכאורה פון א געזעץ אין ענגלאנד וואס פלעגט לאזן מענער שלאגן זייער ווייבער מיט א שטעקן וואס איז דינער פונעם אצבע (!).

-Picnic,
יא יא, אונטער דער אומשולדיג אויסזעענדע ווארט באהאלט זיך אן א צאל רשעות און ווייעלענס, איך פארשטיי נישט פונקט פארוואס אבער ס'ווערט משום איזה סיבה פארבינדן מיט א לינטש וואס ווייסע פלעגן
דורכפירן אויף שווארצע אין אמעריקע..

- אויב פלעגסטו זיך באנוצן ביז היינט מיטן פראז 'געהרג'עט צוויי פייגלעך מיט איין שאס' איז עס נאר ביז יעצט ווייל פון היינט און ווייטער גייסטו זיך נישט באנוצן מיט א פראז וואס 'נארמאליזירט' וווייעלענס קעגן בעלי חיים.

דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל די נייע שפראך וואס ברנאנדעיס טוט ראטן פאר אירע סטודענטן,
פאר מער בליקט אריין דא https://sites.google.com/brandeis.edu/p ... categories
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

און איך אמעארעץ האב געמיינט אז אפריקאן-אמעריקען איז די לשון נקיה פאר שווארצע יעצט ווער איך געוואר אז בלעקי איז גאר די איידעלע שפראך :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

א געוואלדיגע אויפטריט פון George Carlin איבער דעם ענין
https://youtu.be/kJuaMceXsQk
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

2. וואס פאסירט ווען פי.סי נעמט גענצליך איבער ס'שכל? וואס ס'האט פאסירט מיט קאנגרעסמאן עמנואל קאליבער.

יאנואר 4, 2021 האט קאליבער א דמאקראט פון מיזורי געפנט דער 117'טע קאנגרעס מיט א תפילה צו גאט ער זאל געבן קאנגרעס'ן כוח
איבערצוקומען סעלפישנעס, דעות קדומות און ער זאל היילן דער פארטייאישע קריגעריי פון יאר 2020, צוגענדיגט האט ער מיט די פאלגענדע ווערטער ''“We ask it in the name of the monotheistic God, Brahma, and (the) God known by many names, many different faiths “Amen, and Awomen.”.
וואס שטימט נישט דא?
די ווארט Amen האט נישט די מינדסטע שייכות מיט די ווארט man נאר ס'איז דער עברי'שע ווארט 'אמן'! נאר דער זכר זעענדיג די דריי אותיות man האט ער באלד צוגעלייגט and awoman טראץ וואס ס'הייבט נישט אן מאכן סענס און ס'קומט ניטאמאל אריין אינעם זאץ.

ליינט דא איבערן קאמישן עפעיזאד.

בען שפירא מאכט צימעס דערפון
https://youtu.be/dQqbc-uPUNQ
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

3. ענק קענען די טיפישע סארט מעשיות ווי דער אומשולדיג אויסזעענדע שטילע תמימות'דיגער שכן איז נאך יארן לאנג אויפגעדעקט געווארן אלץ גיפטיגע פיפיגע שפיאן פאר רוסלאנד?
אט דאס וואס האט פאסירט מיטן ווארט niggardly.

דער ווארט niggardly (אין אידיש 'קמצן') האט געלעבט לאנגע יארן רואיג און צופרידן. נישט קיין סאך האבן אים געקענט, א שטיל ווארט, א נחבא אל הכלים, ביז יענע 'שווארצע' טאג ווען די הימל איז צוזאמען געפאלן אויף אים און זיין לעבן איז חרוב געווארן.
ספעציעלע פי.סי קאמאנדא איינהייט האבן באלאגערט זיין הויז און אים ארעסטירט אויפן זינד פון באהאלטן אין זיך אן ענליכקייט צום ארכי-טעראריסטישע ווארט nigger עס האט נישט געהאלפן קיין בחייכונ'ס און קיין ביומיכונ'ס, ער האט זיך געבעטן און געשריגן אז ער האט נישט די מינדסטע שייכות מיטן פאברעכער, ער האט אפילו אויפגעוויזן אז מען האט אים פאבריצירט אסאך יארן בעפאר מען האט בכלל באשאפן דעם ווארט nigger אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, מען האט אים געקייטעלט און מיט גרויס פאמפע ארויפגעקלעבט אויף זיין רוקן א שילד מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות ''קאנטערווערסיאלע ווארט'' למען ישמעון ויראון ולא יזידון עוד, והעיר שושן נבוכה.

https://en.wikipedia.org/wiki/Controver ... _niggardly
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ווען ס'וואלט געווען א ווארט "האלאקאסטלי" פאר א גאר טייערע אייטעם, וואלסט עס אויך נישט ליעב געהאט
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

...
.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

4. ''דאס איז דער מינוט וואס אונז, די נישט ווייסע-סטודענטן קענען ברייט אפ-אטעמען, שטאלצירן מיט אונזער Endurance און אנהייבן זיך צו היילן'' האט Juliana Bennet א רעפרעזענטיוו אין דער סטודענטן פאראיין פון וויסקאנסין אוניווערזיטעט פייערליך דערקלערט נאך א סוקסעפולע געראנגל צו פארטרייבן דעם געמיינעם ראסיסט פון די אוניווערסיטעט.
איר ווילט אוודאי וויסן ווער איז אט דער געמיינע ראסיסט וואס האט אזוי אנגעצערנט די נישט-ווייסע סטודענטן אזש בלויז זיין פארטרייבונג האט ערלויבט די אנהייב פון זייער היילונג??

אן אומגליקליכן פעלזן שטיין..

דער מערקווערדיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אין וויסקאנסין אוניווערזיטעט. דער העלד פונעם געשיכטע איז א היסטארישע ריזיגע פעלזן שטיין וואס ליגט אינען מעדיסאן קאמפוס, דער שטיין מיטן וואג פון 42 טאן ווערט אנגערופן 'טשעמבערליין' אויפן נאמען פונען געאלאג טאמאס טשעמבערליין דער פריערדיגע פרעזידענט פונעם אוניווערזיטעט, עס איז א זעלטענע שטיין וואס איר עלטער ווערט געשאצט פונעם פרעקאמבריאן תקופה, דער פריערדיגסטע תקופה פון די וועלט מיט א געשאצטע 2 מליארד יאר צוריק.
אלזא, וואס האט דער שטיין זיך פארזינדיגט אז די שווארצע סטודענטן פאראיין האט זיך ארויסגעלאזט אין א קאמפף איר ארויסצטרייבן פונעם אוניוועריסטעט שטח?

עס איז אפירגעקומען אן אלטע קאלום פון א וויסקאנסין צייטונג פון יאר 1925 וואס האט געטענה'ט אז דער טונקעלע פעלזן שטיין איז געניצט געווארן אלץ נעגאטיווע שעלט ווארט פאר טונקל הויטיגע מענטשן. מען דארף אנצייכענען אז די היסטאריאנען פונעם אוניווערזיטעט האבן נישט געטראפן נאך עדות'ן צו דעם באשולדיגונג חוץ פון דעם הונדערט יעריגן צייטונג ארטיקל אבער גארנישט האט געהאלפן און באזירט אויף דעם קאלום איז דער אומשולדיג אויסזעענדע שטיין פארוואנדלט געווארן אין א אכזר'ישן ראסיסטישן אונטערדריקונג סימבאל און די נישט ווייסע האבן געפאדערט זיין קאפ. אין אוגוסט 6, 2021 איז דער היסטארישע פעלזן שטיין מגורש געווארן פונעם אוניווערזיטעט ( דער פראיעקט אפירצונעמען דעם שטיין האט געקאסט 50,000 דאלאר) ערלויבענדיג די נישט ווייסע סטודענטן ברייט אפאטעמען און זיך 'אנהייבן צו היילן'..

https://abcnews.go.com/US/wireStory/uni ... yl2EsTZrbg
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

שאלתיאל האט געשריבן:2. וואס פאסירט ווען פי.סי נעמט גענצליך איבער ס'שכל? וואס ס'האט פאסירט מיט קאנגרעסמאן עמנואל קאליבער.

יאנואר 4, 2021 האט קאליבער א דמאקראט פון מיזורי געפנט דער 117'טע קאנגרעס מיט א תפילה צו גאט ער זאל געבן קאנגרעס'ן כוח
איבערצוקומען סעלפישנעס, דעות קדומות און ער זאל היילן דער פארטייאישע קריגעריי פון יאר 2020, צוגענדיגט האט ער מיט די פאלגענדע ווערטער ''“We ask it in the name of the monotheistic God, Brahma, and (the) God known by many names, many different faiths “Amen, and Awomen.”.
וואס שטימט נישט דא?
די ווארט Amen האט נישט די מינדסטע שייכות מיט די ווארט man נאר ס'איז דער עברי'שע ווארט 'אמן'! נאר דער זכר זעענדיג די דריי אותיות man האט ער באלד צוגעלייגט and awoman טראץ וואס ס'הייבט נישט אן מאכן סענס און ס'קומט ניטאמאל אריין אינעם זאץ.

ליינט דא איבערן קאמישן עפעיזאד.

בען שפירא מאכט צימעס דערפון
https://youtu.be/dQqbc-uPUNQ
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=14410
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול געהערט די פאלגענדע געשיכטע לייג איך עס דא.

sara rode א 23 יעריגע מויד פון דייטשלאנד איז געפאלן אין שטארקע ליבע מיט איר boyfriend דיקי, זי פאברענגט מיט אים ווען זי קען נאר און זיי זענען שוין אזוי נאנט אז זי וויל זייער שטארק חתונה מיט אים,
דא אבער שטויסט זי זיך אן אין א אומערווארטעטע שטערונג, נעמליך אין דייטשלאנד איז פארבאטן געזעצליך חתונה צו האבן מיט איר boyfriend דיקי!
איר זענע זיכער נייגעריג צוו וויסן ווער איז אט דער דיקי וואס דער געזעץ אין דייטשלאנד ערלויבט נישט חתונה צו האבן מיט אים??

פליז וועלקאם: א שפילצייג פליגער...

ליינט דא איבער דעם ליבע געשיכטע צווישן שרה און איר שפילצייג פליגער.

פון דא גיי איך ארויס מיט צוויי רירענדע אפענע רופן, לקראת דעם pride month הממשמש ובא. 1. צום דויטשע רעגירונג, ביטע טוישט דעם געזעץ און ערלויבט שרה צו חתונה מיט איר באליבטע, עס איז דער רעכט פון יעדער מענטש צו חתונה מיט וועם ער וויל, אראפ מיט די דיסקרימינאציע און דעות קדומות. 2. צום LGBTQ געמיינדע, ביטע לייגט צו נאך אן אות פאר אט די מינאריטעט וואס ציען צו שפילצייג פליגערס.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

פאליטקלי קארעקט האט געריסן בלינדערהייט אויפן שאסיי מיט א שנעלקייט פון 200 ק"מ נישט קוקענדיג רעכטס אדער לינקס ווען זי האט זיך אנגעשטויסן אין ריאליטעט וועלכע איז געקומען צו פארן אין איר געגנווארט און האט עקספלאדירט. דער קראך האט אפגעהילכט ווייט אוועק, ברוכווארג איז געפלויגן אויף אלע זייטן, קריטיש פארוואונדעטע אויפן זייט פון שאסיי. פאליקטלי קארעקט, צעמזיקט, צעבלוטיגט און צוזעצט, הויבט זיך אויף און פארט ווייטער הינקענדיג אויף אלע פיר, ביז דער נעקסטע קראך..

5. lia thomas א סטודענט פון פענסילוועניע אוניווערזיטעט, האט זיך פארמאסטן במשך 3 יאר אין ראם פון די שווימען ספארט פארמעסטן אלץ א מאן ביז אין יאר 2019, איר דעגרייכונגען זענען געווען גוטע אבער נישט ספעציעלע אדער אויסערגעוווענליכע. אין זומער 2020 נאך וואס זי איז ארויס פון קלאזעט און זיך אידענציפיטירט אלץ טראנסדזשענדער פרוי איז זי ערלויבט געווארן זיך צו פארמעסטן אין ראם פון די פרויען אפטיילונג פון שווימען ספארט און דא האט זי אנגעהויבן צו ברעכן רעקארדן אויף רעכטס און לינקס. אין מערץ 2022 האט זי זיך באטייליגט אין א שווימען פארמעסט פון די NCAA Division I national championship ווי זי האט אפגעהאלטן עטליכע זיגן, געבראכן 2 רעקארדן און לייכטערהייט געווינען דעם גאלד מעדאל, צו לייכט... פאר עקזעמפל, ביי דער 1,500 מעטערדיגע פארמעסט האט זי געבראכן רעקארד מיט 15:59:71 מינוט ווען דער קומענדיגע נאך איר האט עס געמאכט מיט 38 סעקונדען (!) לענגער.
טאמאס איז טאקע אריבער הארמאנלישע טריטס צו פארשוואכערן איר testoeterone (די זכר'ישע הארמאנען) אבער פארט געניסט זי פון די ספעציעלע מעגליכקייטן וואס איר גוף שענקט איר אלץ בילאגישע זכר* וואס דאס האט איר עווענטועל געברענגט א שטארקע אויבערהאנט איבער די אנדערע פרויען אינעם פארמעסט ווען דערביי פארקלענערט זי זייערע מעגליכקייט איר צו קענען באזיגן סיי ווען אין די צוקונפט.

דער פארמעסט האט פאראורזאכט א שטורעם, און עס הערן זיך פיל קולות וואס קווענקלען אין די גאנצע מעשה און טענה'ן אז ס'שמעקט נישט גוט אין גוטן פאל און שטינקט פון שווינדל אין ערגערן פאל, פעמיניסטישע ארגעניזאציעס האבן אויסגעדרוקט זארג איבער די צוקופנט פון די פרויען ספארט וועלכע געפינט זיך אין געפאר פון אונטערדריקונג דורך טראנסדזשענדערים למיניהם וועלכע וועלן אויסנוצן זייערע ביאלאגישע אויבערהאנט צו אפהאלטן לייכטע זיגן אויפן חשבון פון די פרויען. די אלע טענות זענען באלד פארשטילט געווארן און די טוענים זענען תיכף ומיד באשולדיגט געווארן מיטן אלטערנאטיוון 'טראנספאביע' באשולדיגונג. (זעה דא ).

ווי איראניש איז געווען ווען caitlyn jenner וועלכע איז אליין א טראנסדזשענדער און א ספארטער האט זיך אויסגעדרוקט אז טאמאס איז ''פון די ערגסטע זאכן וועלכע האבן פאסירט צו די טראנס געמיינדע'' און אז מען דארף האנדלען מער יושר'דיג ווען ס'קומט צו טראנסדזשענדער אין ספארט און אין רעאקציע איז זי, דזשענער, גאר באשולדיגט געווארן אין 'טראנספאביע', (זעה דא ) און דאס ברענגט אונז, במאמר המוסגר, צו דער פאלגענדע פלפול בהלכות פי. סי : היכי דמי א מציאות פון ''א טראנסדזשענדער וואס איז טראנספאביק''?

6. אן ענליכע געשיכטע איז פארלויפן לעצטע וואך ווען אין א ביציקל פארמעסט אין סאוט-איסט לאנדאן זענען די ערשטע צווייי געווינער געווען טראנסדזשענדער פרויען, Emily bridges א טראנסדזשענדער פרוי וועלכע האט בלויז מיט א חודש צוריק זיך נאך פארמאסטן אין די מענער פארמעסטן און lily chant א טראנסגדשענדער פרוי וועלכע איז נאך אידענציפיטירט אלץ א מאן אין די אפציעלע שטאטוטן. נאר נאך די צוויי ביאלאגישע-מענער-אנגעבליכע- טראנס-פרויען איז געקומען די דריטע פלאץ פאר א ריכטיגע ביאלאגישע פרוי. ליין דא איבער דעם).

הצד השווה פון די צוויי געשיכטעס, און דא קום איך צוריק צום משל פון אויבן, איז די שוועריקייטן אין וועלכע פי.סי/ראדיקאל פראגרעסיע שטויסן זיך אן ביים אריבערגאנג פון אן אטאפישע פאנטאזיע צום הארטן ערד פונעם ריאליטעט. די יסורים זענען גאר ווייטאגליך, פון איין זייט שטייט דער ריאליטעט ווי ביאלאגישע מענער פארמעסטן זיך מיט פרויען און געוויינען לייכטערהייט צוליב זייער ביאלאגישער אויבערהאנט, און פון דער אנדערע זיין שטייט דער פאנטאזירטע פרינציפ פון אנעמען א מענטש וויאזוי ער אידענציפיטירט זיך און זיי טענה'ן דאך זיי זענען נשים.

* ליינט דא מער איבער טראנסדזשענדער און ספארט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אין וואשינגטאן סטעיט האבן די אינסטאנצן געהאלטן אז עס איז א גוטע געדאנק צו לייגן א באשולדיגטע מאלעסטער אין א פרויען טורמע באזירט אויף דעם וואס ער האט זיך 'אידענציפיטירט' אלץ פרוי.
וויאזוי האט זיך עס געענדיגט? פונקט ווי איר טראכט...


די פאלגענדע עפיזאדן זענען די מערסט שאקירנדע אין וועלכע איך האב זיך אנגעשטויסן ביז היינט און נישט אז ס'פארהאן א מאנגל פון שאקירנדע עפעיזאדן ווען ס'קומט צו פי.סי וואנזיניגקייט, עס איז
זייער א געדיכטע פארמעסט, אבער כ'מיין איר וועט מודה זיין אז עס פארדינט דעם טיטל מיט יושר.

7. האבי בינגהאם איז א בילאגישער זכר, א מאלעסטער וועלכע איז באשולדיט געוועארן אין מאלעסטן א 12 יעריג מיידל, ווען ער איז געקומען אפדינען זיין שטראף אין טורמע האט ער פארלאנגט צו זיצן דווקא
אין א פרויען טורמע זיך אנגעבענדיג אלץ א טראנסדזשענדער פרוי טוישענדיג זיין נאמען צו princec zoo andmore love. זיין פארלאנג איז נאכגעגעבן געווארן און נישט לאנג שפעטער האט ער גערעיפט א יונג באגרעניצט מיידל אין טורמע. (ליינט דא איבער דעם עפיזאד). אגב, לויט געוויסע באריכטן, אינעם טאג פון זיין באפרייאונג האט ער אפגעשוירן זיין שייטל און זיך צוריק אידענציפיטירט אלץ מאן..

8. דשאנאטאן ראבערטסאן איז אויך א זכר וואס האט זיך אנגעגעבן אלץ פרוי אין געגאנגען זוצן אין א פרויען טורמע אין קאליפארניע ווי דארט האט ער מאלעסטעד א פרוי.

די צוויי הימלשרייענדע עפיזאדן זענען בלויז א קליינע טייל פון די געשיכטעס וואס קומען ארויס לעצטנס און שפיגלן אפ א קריזיס וואס נעמט ארום די טורמעס איבערן לאנד אין שוץ פונעם פי. סי. וואנזיניגקייט.
דער פאקט אז אין עטליכע סטעיטס (וואשינגטאן, קאליפארניע, ניו דזשערסי, און נאך ) לויטן געזעץ קענען ביאלאגישע זכרים לכל דבר ועניין פאדערן צו זיצן אין א פרויען טורמע בלויז מיטן זיך אידענצפיטירן אלץ א פרוי,
מען פאדערט נישט זיי זאלן נעמען הארמאנען טריטס אדער אריבערגיין אפעראציעס צו טוישן זייער מין, זיי קענען זיך באלד אריינזעצן צווישן די פרויען כמות שהם, אזוי ווי זיי זענען, דאס אלץ באזירט אויף דעם וואס זיי ''אידענציפיטירן זיך'' אלץ פרויען. נו, מיט אזא גן עדן מה יעשה המאלעסטער ולא יחטא? אין קאליפארניע איז שוין אריינגעגעבן געווארן איבער 300 ריקוועסט פון טראנסדזשענדערס צו זיצן אין פרויען טורמעס ווען א דריטל
זענען מאלעסטערס לשעבר
(זעה דא ). אין פאקט זיצן היינט צוטאגס א געשאצטע 900 ביאלאגישע זכרים
למהדרין אין פרויען געאייגנטע טורמעס צווישן זיי פיל מאלעסטערס און אנדערע ערנסטע פאברעכער. אין פארשידענע טורמען האט מען זאגאר אנגעפאנגן טיילן contraception פאר די פרויען צו פארמיידן pregnacy.

פארשטייט זיך אז עס איז גיהנום פאר די הילפלאזע פרויען וועלכע דארפן זיך ספראווען מיט טאג טעגליכע סטראשעס אויף זייער פרידן מצד די מענער-פרויען ווועלכע זיצן מיט זיי אין ארעסט, אבער א פרוי איז א פרוי
און א טראנספאב איז דער וואס איז נישט מודה דערצו.

פאר מער לייענט דא און דא איבער דעם.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

9. ראזמירא ראבידא האט געמיינט זי גייט אוועקחלש'ן. אויפן ליין איז געווען מיסטער רעמינגער דער מנהל פון דער סקול ווי איר קינד לערנט, ברעידי, א 8'טע קלאס תלמיד אין קיל דיסטריקט, וויסקאנסין. רעמינגער האט איר נארוואס געמאלדן אז איר קינד ווערט אויסגעפארשט אויפן שילד פון [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באלעסטיגונג , Sexual harassment. ''איך בין געווען אין שאק'' האט מיסיס ראבידא געשילדערט שפעטער '' [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באלעסטיגונג איז rape, גילוי עריות,נישט פאסיגע פאטשקערייען וכדומה''.

איר שאק האט זיך געטוישט צו צארן ווען זי האט געהערט וואס איר זון האט געטון. זיין זינד איז געווען דאס וואס ער האט זיך אנטזאנגט צו רופן א טראנסדזשענדער תלמיד מיט Prounon They/Them און האט צוגאב באשיצט זיין חבר וואס האט זיך אויך אנטזאנגט צו רופן אזוי טענה'נדיג אז זיין חבר האט רעכט צו רופן יענעם וויאזוי ער וויל. דער סקול פארוואלטונג האט געהאלטן אנדערש און באשולדיגט דער 13 יעריגע ברעידי מיט נאך צוויי תלמידים און ''[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באלעסטיגונג'.
ליינט דא איבער דעם עפיזאד:
https://nypost.com/2022/05/14/kiel-wisc ... ng-pronoun
s/

10. דאקלען ארמנסטראנג האט נישט געכאפט וואס ער זעט פאר זיינע אויגן ווען א פאליציי אפיציר איז אים פארבייגעגאנגען אין מאלד, סאוט וועילס. ''איז עס א פרוי אדער א מאן'? האט ער זיך געווינדערט הויעך. דער פאליציי, א טראנסדזשענדער מיטן נאמען קאנאר פליר האט זיך געפילט ''וואלרנעבל, אין א פארלעגנהייט, און אין נויט'' צוליב דער פראגע און צוגאב האט דאס צוגעברענגט ער זאל מער נישט האבן קיין חשק צו דורכפירן זיין טעגליכע טור מיסיע. ארמעסנסטראנג איז באפוילן געווארן דורך די ארטיגע געריכט צו צאלן א קנס פון 590 פאונד און צוגאב צו 12 וואכן אונטער הויז ארעסט ביינאכט.
ליינט דא איבער דעם עפיזאד:
https://metro.co.uk/2020/01/29/transgen ... -12148439/


11. ראבערט האגלאנד פון קאנאדא איז ארעסטירט געווארן דערנאך וואס ער האט זיך אנטזאנגט צו רופן זיין יונגע טאכטער וועלכע האט זיך אידענציפיטירט אלץ טראנסדזשענדער זכר מיטן Prounon They/Them. לויט האגלאנד האט זיין טאכטער, א ריינע ביאלאגישע נקיבה, באשלאסן זיך אידענציפיטירן אלץ זכר נאכן וואטשן א פרא-טראנסדזשענדער מאווי. ווי ערשטוינט איז ער געווען ווען דער סקול האט מיטגעארבעט און איר אנגעהויבן באצייכענען אלץ Male און דערצו געמוטיגט דעם מיידל צו אדאפטן איר נייע אידענטיטעט. זיי האבן איר זאגאר ערלויבט זיך צו באנוצן מיט די מענער טוילעטס. האגלאנד וועלכע זארגט זיך פארן וואולזיין פון קינד איז געצווינגן געווארן דורכ'ן געריכט צוצשטימען צו דער ''דורכגאנג' וועלכע זיין טאכטער איז אריבער און פאל ער טוט עס נישט וואלט געווען פארמישט און א לעגאלע עבירה פון 'ווייעלענס אין דער פאמיליע'.
ליינט דא:
https://www.opindia.com/2021/03/canadia ... -daughter/


12. קייט סקאטאו, א 38 יעריגע פרוי פון Hitchin, Hertfordshire ענגלאנד, איז ארעסטירט געווארן קעגן אירע קליינע קינדער פארן זינד פון רופן אויף טוויטער א טראנסדזשענדער פרוי מיטן טיטל ''מאן'.
לייינט דא:
https://www.dailymail.co.uk/news/articl ... lling.html


דער וועלט פארט מיט א קרומקייט אויף 1000 מפ"ש און זאכן טוישן זיך מיט א בליץ שנעלקייט, אזוי אז זאכן וואס זענען בלויז 10 יאר צוריק לכולי עלמא געווען אן עקל און א גרויל אדער לכל הפחות מאדנע און נישט נארמאל איז שוין היינט פארהייליגט אז מען קען שוין גאר נישט טראכטן אנדערש, נאר צושאקלן מיטן קאפ. יעדער מינדסטע קלער פארקערט וועט ברוטאל אונטערדריקט ווערן דורך די פי.סיי און אירע שליחים.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

פאליקלי קארעקטנעס און היסטאריע

13. Caleb Francois איז א ''הויעכראנגיקע באמטע אין וואשינגטאן אוניווערזיטעט'' עכ"פ אזוי באטיטלט ער זיך אין אן ארטיקל וואס ער האט פובליצירט פאר עטליכע וואכן צוריק אין אן פרעסטזשפולען צייטונג. אין יענעם ארטיקל קלאגט ער ביטערליך אויף דער שווערע לאגע פון דער אוניווערזיטעט. אין רעאליטעט ווערט דער אוניווערזיטעט אויפן נאמען פון וואשינגטאן פארעכנט אלץ א ראדיקאלע פראגרעסיווע טעמפל, פרנסואה טענה'ט אבער אז באמת איז עס אנגעגעסן מיט ''איינגעוואקסענע סיסטעמאטישע ראסיזם''. באזונדערס קלאגט ער אויפן פאקט אז דער אוניווערזיטעט טראגט דעם ''ראסיסטישע קאלאניאליסטישע נאמען'' פונעם ערשטן פרעזידענט דזשארדש וואשינגטאן וואס האט -צוגאב פון זיינע אנדערע עוונות- פארמאגט קנעכט אין זיין באזיץ. עס האט דעם חסר דעה גארנישט געשטערט, און אויך נישט די צייטונג עדיטאריעל, אז דער ארטיקל איז פובליצירט געווארן אין א צייטונג מיטן נאמען.. וואשינגטן פאוסט..

זעהט דא https://www.washingtonpost.com/opinions ... -new-name/

ערנסט גערעדט, דער דאזיגע אנעקדאט איז נאר איין ביישפיל פון דער גרויסע פי.סי וואנזיניגקייט וואס גייט פאר. די פי. סי גווארדיעס באגענוגען זיך נישט מיטן סיזיפישער שווערע ארבעט פון אפרייניגן און מטהר זיין דעם ערד קוגל פון אירע פילצאליגע עוולות, דאס איז ווייט נישט גענוג, ווי עס פאסט פאר העלדישע רעכטן קעמפער בעיני עצמם, גייען זיי צוריקוועגס צוריק צום היסטאריע און קאטשענען זיך ארויף איר מיט א הייליג צארן ברעטשנדיג אויף אלע זייטן. מיט א צדקות'דיגע מינע טוען זיי אנצייכענען די 'נישט גוטע' און די 'נישט ריכטיגע' וואס שטימן נישט מיט 100 פראצענט מיט זייער אידעאלאגיע און דערנאך טוען זיי אלעס צו פארטיליגן זייער אנדענק אויף דער וועלט. לאמיר כאפן א בליק אויף עטליכע ביישפילן:

14. אין 2021 האט דער ערציאונג קאמיטע פון סאן פראנסיסקא געשטימט 6 קעגן 1 אין א וואוט צו טוישן די נעמען פון 44 סקולס (א דריטל) אין א פראוו צו רייניגן די שטאט פון ''קאנטערווערסיאלע'' נעמען וועלכע זענען געווען פארבינדן במישרין אדער בעקיפין מיט 'ראסיזם/שוביניזם/ קנעכטשאפט/subjugation פון מענטשן'. דער ליסט פון די ''קאנטערווערסיאלע '' פערשוינען רעכנט אריין : פרעזידענט וואשינגטאן, פרעזידענט אבראהאם לינקאלן, פרעזידענט טאמאס דזשעפערסאן, דער נאטור פארשער John_Muir, לאוער Francis_Scott_Key באוויסט אלץ קאמפאזער פון דער נאציאנאלע הימנע. אויך היינטיגע פערזאנען זענען אין דער 'שווארצע ליסטע' א שטייגער ווי קאליפארניע סענאטארטשע די דמעקאראטישע דיאנה פיינסטיין, איר זינד איז ווי פאלגענד: פאר 30 יאר צוריק ווען זי האט געדינט אלץ מעיאר פון סאן פראנסיסקא האט זי געטוישט א פאברענטע קאנפעדעראציע פאן וואס איז געווען א קביעות'דיגע טייל פון א פארשטעלונג קעגן איבער די שטאט ראט. עס האט נישט געהאלפן דער פאקט אז זי האט זיך באראטן פאר דעם מיט די אינסטאנצן אדער אז זי איז לאנגיעריגע קעמפערין פאר פרויען רעכטן.

לייענט דא https://www.cbsnews.com/news/san-franci ... g-schools/

15. דער 28'טע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן woodrow wilson ווערט פארעכנט דורך היסטאריאנען אלץ איינער פון די צען בעסטע פרעזידענטן וואס האבן געדינט אין אמט. ער האט געפירט אמעריקע אין צייט פון דער ערשטע וועלט מלחמה און ווערט פארעכנט צווישן די מייסדים פון דער מאדערנע ליבעראליזם און צוגאב האט ער באקומען דער נאבעל פרייז פאר פרידן צוליב זיינע אקטיוויטעטן אויפצושטעלן דער SDN . אה, ער האט אויך געדינט אלץ פרעזידענט פון דער פרינסטאן אוניווערזיטעט, ניו-דזשערזי. אין 2020 האט א ספעציעלע קאמיטע וואס די אוניווערזיטעט באמטע האבן אויפגעשטעלט, באשלאסן אראפצונעמען ווילסאנ'ס נאמען פון עטליכע געביידעס אינערהאלב די אוניווערזיטעט. פארוואס? צוליב זיין 'ראסיזם'. דאס זעלביגע האבן באשלאסן די דירעקטאריאן מיטגלידער פון Monmouth University וועלכע האבן געשטימט אייניג אראפצונעמען דער נאמען פון פרעזידענט ווילסאן פון זייערע געביידעס צוליב וואס זיין לעגאסי רעכנט אריין ראסיסיטשע פאליטיק. נעמט אין אכט אז ער האט געלעבט אין 1920 ווען רוב אמעריקאנער זענען געווען ראסיסטן.

לייענט דא https://www.princeton.edu/news/2020/06/ ... school-and
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

וואדראו ווילסאן פון די צען בעסטע פרעזידענטן?
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

מצפצף האט געשריבן:וואדראו ווילסאן פון די צען בעסטע פרעזידענטן?
נאמבער 6/9/11/13 https://www.c-span.org/presidentsurvey2 ... onid=39812
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אקעי, ס'צייט זיך אפדעיטן אביסל וואס גייט פאָר ביי אונזער פריינט אינעם קוריאזן 'פאליטיקלי קארעקט' קאלט.
ווי איר שטעלט זיך פאר, קיין טאג גייט נישט פארביי וואס דער דאזיגע קוואל גיבט נישט ארויס פרישע פערל-עפיזאדן. שטענדיג איינס בעסער (ערגער) פון צווייטן. דאס איז דאך ממש א מתנה וואס הערט נישט אויף גיבן, אבער ליידער איז דער וויץ ...גענצליך אויף אונזער חשבון.
ווייל די דאזיגע קאלט חוץ פון זיין מאדנע, וואנזיניג און לאכעדיג ביז גאר איז עס אויך זייער שרעקעדיג און געפארפול . אירע מיטגלידער און מיט-ארבעטער זענען נישט בלויז פאנאטישע דזשיהאדיסטן נאר אויך ברוטאלע בארבארן און ווען איינער פאלט אריין אין זייער נעץ, האנקערט זיך אריין אין א מינע, אדער שטרויכלט זיך אן אין א פאסטקע איז זיין לאגע ביטער. אהא, נאך ווי ביטער! ווייל די ''נאבעלע מענטשן- רעכט קעמפער'' ווייזן נישט ארויס דאס מינדסטע פארשטענדעניש און ווייסן נישט פון קיין מיטלייד אדער רחמנות. אָן עדים און אָן אזהרה: אחת דינו להמית. און ליבערשט דורך סקילה. אין צענטער פון שטאט. אין נאמען פון זייער פראגרעסיווע רעליגיע וועלן זיי נישט איינרוען ביז זיי האבן נישט פעסטגעשטעלט דעם טויט פונעם אומגליקליכן .
טויזענטע מענטשן האבן שוין פארלוירן זייערע קאריערע און זייער נאמען איז באשמוצט געווארן לעולמי עד אויפן מזבח פון פאליטיקלי קארעקט און קענסעל קולטור. פון קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא, ביז ארויף געשעצטע פראפעסארן, פון דורכשניטליכע ארנטליכע מענטשן ביז ארויפגעקוקטע ארטיסטן און אקטיוויסטן . אלע פון זיי האבן זיך געטראפן פלוצים בראטענדיג אויפן מאדערנע אטא-דע-פע אין צענטער פון גאס ווען די אינקוויזיטאר ליינט פאר זייער זינד. ע"פ רוב עפעס א נישטיגע אויסדרוק וואס שטימט נישט הונדערט פראצענט מיטן יעצטיגן דאקטארינע. איין אזא וויקטים איז געווען 'Jane' א זיבן יעריג מיידל פון קאליפארניע.


'' טשעלסי בויאל פון Mission Viejo, קאליפארניע האט נישט פארשטאנען פארוואס איר זיבן יעריגע טאכטער האט אויפגעהערט מאלעווען. די טאכטער דזשיין וועלכע פארמאגט ADHD דיסארדער, פלעגט טרעפן א רעטונג אָרט אין מאלעווען, מען האט איר שווערליך געזען אָן א מארקער אין האנט און דערפאר האט איר מאמע זיך געווינדערט פארוואס איר טאכטער'ל האט פלוצים פארלוירן די גלוסטעניש און אייפער דערצו. בלויז מיט מיט כמעט א יאר שפעטער איז זי געוואור געווארן די סיבה.

נישט נאר אינדערהיים נאר אויך אין שולע האט דזשיין געצייכנט אין יעדער געלעגנהייט, מאלערייען וועלכע זי האט געשאנקן אירע פריינדינעס. דאס זענען געווען די טעג וואס אפילו קלאס 1 קינדער האבן נישט געקענט נישט הערן די פראזע Black lives Matter. דזשיין האט געשריבן אט די ווערטער אויף א פאפיר. זי האט צוגעלייגט קאלירטע רונדעס אין שווארץ און ברוין וועלכע האבן פרעזענטירט קאלירפולע עטנישע פריינדינעס אירע.
ביז דא איז אלעס גוט. דאן אבער האט דזש'יין האט צוגעלייגט די ווערטער Any life. דאס האט צוגעברענגט זי זאל מער נישט מאלעווען.
איר דארפט פארשטיין, לויט די פאקרומטע קעפ, א סארט טענה ווי אז 'יעדער לעבן איז וויכטיג 'איז געפערליכע ראסיזם ווארום זי דערשטיקט לכאורה די ספעציפישע רעדע ארום די וויכטיגקייט פון די שווארצע לעבנס . פארשטייט זיך אז די קליין מיידל האט נישט געהאט קיין מושג דערפון, זי מיט איר תמימות האט נישט פארשטאנען פארוואס איר לעבן איז ווייניגער חשוב פון סיי וועמען אנדערש.
איר מאלעריי איז געגאנגען מיט א פריינדין צו איר א היים און דארט האבן די עלטערן עס באמערקט און עס געפינען ''אפענסיוו'. גענוג אפענסיוו צו קלינגען די מנהל זיך באקלאגן.
דער מנהל האט באשלאסן אז אזא עוולה קען נישט אריבערגיין בשתיקה. מען דארף ערציען דזשיין למען יישמעו ויראו ולא יזידון עוד. דזשיין איז געצווינגען געווארן זיך באשולדיגן פאר איר פריינדין פאר וועם זי האט געמאלען די בילד אבער נישט פרייוועט נאר אין פראנט פון די גאנצע שולע און אין אנוועזנהייט פון אלע תלמידים און לערערס. און צוגאב האט דער מנהל איר געהייסן בלייבן ביי ריסעס אין קלאס. און אויב נישט גענוג האט ער איר געאסר'ט צו מאלעווען פאר איר פריינדינס ווען זי געפינט זיך אין שולע.
דאס אלעס פאסירט ווען דאס קליינע האט ניטאמאל א מושג מיט וואס זי האט זיך פארזינדיגט.
די שולע אפישעלס האבן געהאלטן אז די עפיזאד איז גענוג הארב צו מאכן שעימינג פארן קליין מיידל אין פראנט פון גאנצע שולע אבער אין די זעלבע צייט נישט געפינען פאר וויכטיג צו אינפארמירן אירע עלטערן וואס דא איז פארגעגאנגען. בלויז נאנט צו א יאר שפעטער אין מערץ 2022 האט זי אויסגעפינען וואס דא איז פארגעקומען. א קורצע שמועס מיט איר טאכטער האט קלאר געמאכט אז זי האט נישט דאס מינדעסטע אננונג פארוואס עס איז איר זיך געקומען. ''עס איז געווען גענצליך בתמימות''- האט זי געזאגט ''און עס האט צובראכן מיין הארץ''.


https://redstate.com/kiradavis/2022/07/ ... r86y_uH3bg
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

א מאן איז אמאל געקומען צום דאקטאר, דער דאקטאר זאגט איר זענט זייער איבערוואגיק! עטלעכע טעג שפעטער קומט אן א לאוסאוט. וואס איז? ער איז שוואנגערדיג, און דער דאקטער האט נישט גענומען אין באטראכט אז מענער קענען אויך! Malpractice!
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

קהל'ס נער האט געשריבן:און איך אמעארעץ האב געמיינט אז אפריקאן-אמעריקען איז די לשון נקיה פאר שווארצע יעצט ווער איך געוואר אז בלעקי איז גאר די איידעלע שפראך :lol:
איזהו חכם הרואה את הנולד, איך זאג שוין יעצט ניגגע...
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: politically correct

שליחה דורך טמיר »

ווי איז @שאלתיאל? שוין לאנג נישט אריינגעקומען מיט די זאפטיגע מעשיות. זעט אויס ס'איז נישט אריינגעקומען גענוג לייקס? זיי פארדינען א העל פון אסאך מער לייקס
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך בין נישט זיכער וואס די לעצטיגע טרענס שיגעון האט מיט פאליטישע קאררעקנעס אבער אז מ'האט עס שוין יא ערווענט איז אינטערעסאנט צו וואוסן ווער ס'שטייט דערונטער און וואס זיי פארדינען דערפון... https://youtu.be/iS45Ykm61Wo
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נישט זיכער וואס די לעצטיגע טרענס שיגעון האט מיט פאליטישע קאררעקנעס אבער אז מ'האט עס שוין יא ערווענט איז אינטערעסאנט צו וואוסן ווער ס'שטייט דערונטער און וואס זיי פארדינען דערפון... https://youtu.be/iS45Ykm61Wo
אין די אשכול קאווער איך נישט די פראגרעסיווע שיגעונות גופא ( מיט וואס כ'האב נישט קיין פראבלעם ווי ערווענט) נאר בעיקר דער פאקט אז מ'צווינגט זיי ארויף אויף אונז און מ'באלמוטשעט דאס מענטשהייט. דער מיטל וויאזוי מ'טוט עס איז דורך די ''פאליטיקעל קארעקטנעס'' קולטור וואס אינפאסירט דאס אלעס.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט