privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך יידל »

איך זע אז די הנהלה האט זיך גענומען צו די עבודה פון איבערטייטשן די סייט אויף א ריינעם אידיש. פון "נושא חדש" איז געווארן "נייע אשכול", פון "שלח תגובה" איז געווארן "רעאגיר", און אזוי ווייטער. קודם וויל איך באדאנקען פאר די הנהלה פאר זייער געטריישאפט און איבערגעגעבענע ארבייט צו מאכן דעם סייט בא'טעמ'ט און באקוועם פאר אידיש רעדנדע.

איך האב נאר איין שאלה. די אמת איז אז איך בין נישט זיכער צו דיזען אשכול באלאנגט אינעם פראגרעס באריכט אשכול, אדער אינעם גראמאטיק פארום, און אז די גבאים ווילן, קענען זיי עס אריבעררוקן. מיין שאלה איז אזוי: ביים זיך איינשרייבן, קען יעדער זען אז פון אונטערן איינשרייבען פארום שטייט די פאלגענדע ווערטער: "כדי זיך צו קענען איינשרייבען, מיזט איר זיך קודם רעגעסטרירן. זיך צו רעגיסטרירן נעמט נאר אפאר מינוט, און עס געט אייך פילע מעגליכקייטן, אזוי ווי עפענען נייע אשכולות, שרייבן הודעות, געבן לייקס און נאך. פאר איר רעגיסטרירט זיך, ביטע מאכט זיכער אז איר האט דורכגעליינט די באניצען טערמינען און די פריוואטקייט פאליטיק און אז איר גייט איין אויף זיי."

איך ליין און איך וואונדער זיך. פריוואטקייט פאליטיק? עפעס א נייע פאליטיק וואס קאווע שטיבל פירט און איך ווייס נישט דערפון? איך לויף שנעל אריבער צו אייוועלט און איך זע אז דאס איז פשוט איבערגעזעצט פון "מדיניות הפרטיות" - privacy policy בלע"ז. הכלל. איז מיין פראגע ווי פאלגנד: וויאזוי זאגט מען פאליסי אין אידיש? ואת"ל פאליטיק - דאס איז דאך שוין מוקדש פאר politic?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך שמואל הלוי »

זעהט אויס אז די מנהלים האבן גענוצט גוגל טרענסעלעיט.

גוגל טייטשט גענוי אזוי: פּריוואַטקייט פּאָליטיק.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך יידל »

לפום ריהטא וואלט איך געזאגט אז פרינציפן איז א גוטער ווארט, אבער עס איז ווייט פון צו זיין די פונקטליכע איבערזעצונג פון policy. איך וואלט אפשר געטראכט איבערצוזעצן "פאליטיע" (פונקט ווי democracy איז דעמאקראטיע). איך זע אז אין dutch הייסט אויך פאליסי - פאליטיק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך ידען »

אין אידיש נוצט מען פאליסי.

ווי זאגסטו אינשורענס פאליסי?

ווילסט באשאפן א נייע ווארט? געזונטערהייט. היינט וועט אבער שוואך אויפגעכאפט ווערן , אויסער אויב ביסט א שרייבער אין שטערן...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך יידל »

וויינרייך ניצט אויך פאליטיק. אפשר האט עס די הנהלה דערשנאפט ביי וויינרייכ'ן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך ידען »

טעל מי איף איים ראנג.

אינשורענס פאליסי- פארזיכערונג פאליטיק
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך ישובניק »

פאליסי איז אויף אידיש פאליטיק (אינערן-פאליטיק, אויסערן-פאליטיק), אבער נישט אייביג. אויך פרינציפן (אויך "פאליטישע פרינציפן"), און פאר אינשורענס איז אפשר ריכטיג - פלאן.

עס זענען אויך דא א שלל ווערטער וואס מ'קען ניצן אין פארשידענע פאלן, צום ביישפיל, גרונט-געזעצן, פארשריפטן, ריכטליניעס, וכדומה.
הניק שלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:34 pm
געפינט זיך: אין היימישע קרעטשמע
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
קאנטאקט:

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך הניק שלי »

פריוואטקייט שטעלונגען
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך ישובניק »

פרינציפן איז אפשר פאסיגער, ווייל שטעלונג באדייט א דעה, פאזיציע, בליק.
פארשפארט