שמעון וואלף האט געשריבן:
דער וואס בויעט די שטאט דארף נישט קיין וואלן אבער ס'נישטא קיין ירושה ביי דעם.
די רב וואס די ב"מ האט אויפגענומען אין וומ"ס האט טאקע די זעלבע דין מר"א דאתרא ווי מהר"א אין קר"י
מ'לאזט עפענען קהילות? על אפם וחמתם האט מען געעפענט. קיינער ברעכט נישט אינטער; מהר"א קען בלייבן מרא דאתרא אין זיין קהילה און בית מדרש און זאל נישט טשעפענען אנדערע אידן וועט ער נישט צוריק כאפן.
איך זעה אז מענטשן האבן נישט די מינימום וויסענשאפט וואס דאס מיינט א מרא דאתרא, אדער ווילן זיי נישט וויסן..
וועל איך פרובירן אביסל עס צולייגן אויף קליין געלט בעז"ה.
ווען די ראשי קהילה פון סיי וועלכע שטאט/שטעטל מאכן אפ א גרינע דאנערשטאג אז זיי ברויכן א רב זאל עס זיין אויבער-נאנאש צו אינטער-ווישאווע צו גרויסוואדיין אדער קליינווארדיין גייען די ראשי קהלה ארויס אויף די יארכע צו אפיר זיכן א שטיקעלע תלמוד חכם צו אויב זאל די ספעציפישן שטאט זיין א גרויס חלק פון א געוויסע חסידות וועלן די ראשי קהלה אריינגיין צו יעדעם רבי'ן אין זיך שואל עצה זיין וועם מען זאל קרוינען אלץ רב אין די רבי וועט זיי צושטעלן א שיינעם שידוך וואס זאל זיין דעם רב.
איינמאל דער תלמוד חכם'ל איז עולה לגדולה אין ווערט געקרוינט אלץ אפיציעלע מרא דאתרא להלכה ווערט ער דער אויסשליסליכע בעל בית אויף דעם שטאט על פיו יסעו ועל פיו יחנו ער קאנטראלירט די שחיטה ער איז דער איינציגסטער מסדר קידושין אין שטאט פארשטייט'צעך אז ס'האבן געקענט זיין נאך בתי מדרשים אין שטאט אבער אלעס איז געווען אינטער זיין השפעה אין לפי רוחו ווען די אור החסידות האט זיך פארשפרייט איבער דעם גל גלאבאלע אייראפע'ישע קאנטענענט אין א באדייטענדע צאל פון א געוויסע קהילה זענען געווען חסידיש געשטימט האט מען אינטער די קהילה פארמירט א חסידישע בית המדרש ווי רביה"ק הדברי יואל זי"ע פלעגט אין סאטמאר אריבערגיין צום אשכנזי'שע שוהל דרש'נען געציילטע שבתים אין יאר חיסידישע שטיבעלעך האבן זיך געמערט אין יעדע שטאט אין געוויסע רבי'ס זענען ניטאמאל געווען די רב אין שטאט לדוגמה, דער חוזה אין לו לובלין איז געווען רבי ווען די ראש הברזל איז געווען דער מרא דאתרא, ווילאנג מען האט זיך אינטערגעווארפן אינטערן מרא דאתרא איז נישט געווען קיין שום פראבלעם, ווי פארשטענדליך קען מען נישט עפענען א פרישע קהילה אויב דער רב איז נישט מסכים אין איז מקפיד דערויף, איך וועל נישט ברענגען די מראי מקומות אין די פוסקים עס איז מיר גענוג דאס וואס די היסטאריע צייגט, סיגוט... מונקאטש... ועוד ועוד ואכמ"ל.
אויב עס זענען יא אויפגעשטאנען אזאנע וואס האבן מורד געווען אנטקעגן די מרא דאתרא איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס אין עס איז געפלויגן קול קורא'ס אין חרמות קעגן דעם יעניגער וואס האט באשלאסן צו מורד זיין.
די טעקניקל חלק וויזוי עס האט גע'ארבעט דאס אויפנעמען א נייעם רב איז צוגעגאנגען דורך צוויי פון די וועגן ווי פאלגענט.
איינס. די ראשי קהילה האבן זיך פארשמעקט איינעם אין די בני קהילה האבן אלע מסכים געווען אין מקבל מרות געווען אין געווען נאה להם ונאה לעולם ושלום על ישראל
אויב האט זיך געמאכט אז א מיעוט גלייכט נישט דעם תלמוד חכם'ל אויב איז עס בפשטות א מיעוט האט מען נישט געמאכט דאס גע'נער פונעם גאנצע קהילה אין מען האט זיי געלאזט אויסגעבן דאס כעס על עצים ואבנים.
צוויי. אויב זעהט מען אז די מצב איז ביטער אין די קהילה אין מיאוס צופראסקעט איבער דעם ניי איינגעליידענטע תלמוד חכם'ל/בנש"ק אין מען זעהט זיך נישט ארויס פון די בלאטע ווען מען ווייסט נישט צו רוב קהילה גלייכט דעם יונגערמאן מאכן די ראשי קהלה אפ אז גענוג מיט די מחלוקת אין פירוד לבבות אין מען שטעלט אויף די וואלן בוטקעס אין מען טיילט בעלאטן פארן עולם אין ויסעו מען שמייסט דעם ציבור צו די וואלן אין דורך דעם ווערט מען געוואר צו דער געליידענטער האט א רוב וואס וועט מקבל מרות זיין פון אים אקורשט דאס איז געווען די מציאות אין סאטמאר ביי רביה"ק הדברי יואל זי"ע, אויב געווינט ער אדער עס געלונגט אים צו באקומען די רחמנות פון די מתים ווי אינזער ירים הודו עפענט מען דעם פלעשל יין שרף אין מען ווינטשט דעם ניי געקומענע מרא דאתרא א היליכיגן מזל טוב....