קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:וויאזוי מאכט מען אים שאדן די פרנסה? זיי מסביר ביטע, אז די ארוינים בעטן פון זייערע חסידים נישט צו אדווערטייזן צו זייערס א מתנגד, הייסט שאדן געמאכט פרנסה? אזוי ארבעט א חסידות ביזנעס! שעפעלע, שפילן יעצט נרדף איז צו שפעט, וויל ער זיין אין ביזנעס, דאן זאל ער טון ביזנעס ווי יעדע אויסגאבע, וויל ער זיין א פאשקעוויל, good luck מיי פרענד און שריי נישט נרדף און וויין וועגן אונטערברענגען זיין פרנסה.

אז ער וויל זיך שלאגן יאלא לאמיר זען ווער איז שטערקער.
די ארונים בעטן זייערע חסידים צי סטאפן אדווערטייזן???

דו האסט געהערט די רעקארדירונג פונעם מזכיר ווי ער סטראשעט א זאלי געשעפט אייגענטומער מיט'ן אונטערברענגען פאר'ן אדווערטייזן אין וואכנשריפט?

איך גלייב אז דאס זיך שלאגן איז זיין ביזנעס דעסישן, פינקט ווי די התנצלות איז געווען, און מסתם לוינט אים עס, איך פרעג וואס איז דאס אריינמישן די תורה, כאילו משלאגט זיך איבער השכלה??

זאג קלאר, מ'שלאגט זיך ווער סאיז גערעכט בנוגע די מזוזות מאנגל, און איך אלס חסיד מוז האלטן אז ר' אהרן איז די גרעסטע בקי אין די מזוזות אינדוסטריע, און ער מיינט ח"ו קיין נגיעות, כדרכו בקודש,

און לאז די תורה רוען דארט ווי זי איז,
יא יא שעפעלע, פאליטיק איז נישט קיין נייע זאך אין סאטמאר, די יעצטיגע מלחמה פירט זיך שוין זייט תש"ס טאמער דו ווייסט נישט, טאמער דו וויינסט אז דער בעל הוואכנשריפט בלוטיגט אויס, דעמאלס קען איך אים געבן משה פריעדמאן'ס נומבער, ער קען אים בעטן עדווייז, געלט, אדער ביידע אינאיינעם,

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט? עס איז דא א מחלוקה און די ארוינים זענען נישט קיין קעלבלעך, קענסט מיר מסביר זיין פון דיין וויינען ווי דו ווילסט אנקומען? די פאקט איז אז די ארוינים זענען כל דאלים גבר אין קרית יואל און זענען די רוב מיט נפשות אויך, ווילסט זיך שלאגן? גא אהעד, אבער וואס וויינסטו וואס? ווילסט ארומשיקן א פאשקעוויל שוין פאר 10 יאר צו מענטשן אן זייער רשות די פאשקעוויל יעדע וואך אין זייער פאסט קעסטל, און יעצט זאגט מען גענוג איז גענוג, ער האט איבערגעצויגן די שטריקל מיט חוזק מאכן פון עניני קדושה, און די ארונים וועלן טון אלעס אין די וועלט אז ער זאל דאס אויפהערן, אז ער וויל קען ער עס שיקן נאר פאר זאליס אין בני יואל'ע מענטשן און שלום על ישראל, קיינער נעמט אים נישט צו קיין פרנסה, ער נעמט זיך עס אליינס צו בידים, א מעבד עצמו לדעת!

פארוואס זאג איך עס, וועגן איך האב שוין פארפירט 10 יאר צוריק פארוואס מען לאזט אים צו, שוין 10 יאר וואס ער שיקט פאשקעווילן פאר קרית יואל'ע אידן, אין א אנדערע שטאט וואלט מען אים פארברענט לעבעדיגערהייט... וד"ל,
פריי דיך אז מען האט אים נישט אויסגעפאנטשט די ווינדאוס פון זיין הויז.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בקיצור, א לענגערע ווערסיע פין די דרשה, "אז אזוי האט מען געטיען אין ארשוויע,קראלי, אין סאטמאר".

טעראריזם איז די אפיציעלע כשר'ע מהלך, און ער איז א צדיק ווייל ער האט נישט פארברענט לעבעדיגערהייט, אזוי ווי די שוואגער זיינער,

אבער למען השם, וואס ווילסטו פין די געשעפטן??? האט ער נישט קיין רעכט צו פאלגן זיין קהילה, נאר ווייל דו קענסט טעראריזירן??? וואס ווילסטו פין די משפחות וואס ווילן חתונה מאכן דארט ווי זייערע דיינים לאזן? האבן זיי נישט קיין רעכט צי5 די באטייליגטע פון זייערע קרובים, אלעס ווייל דו קענסט טעראריזירן מיט פרנסות וכדומה?

דער בעל הוואכאנשריפט קוקט נישט אויס צו זיין קיין גרויסע רחמנות דא, ווי די פילע באצאלטע עדס זענען מעיד, אבער וואס דרייסטע א קאפ, וועגן פאשקעווילן, השכלה? ווען צום מערסטנס חוזק'ט ער אפ פין די קהילה וואס פייניגט זיין ליינער באזע,

אה..... גערעכט ערגעץ אנדערש וואלט מען פארברענט שוין 10 יאר צוריק... טאקע צדיקים...
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

שעפעלע, וויין נישט קאזאק הנגזל יעצט, די ארונים מעגן זיך 100 פראצענט פראטעקטן, יעדע חסידות אין די גאנצע וועלט וואלט אים אונטערגעברענגט פונעם ערשטן טאג, איינער וואס שיקט 10 יאר יעדע וואך פאשקעווילן איז נישט קיין רחמנות, די מיליאן דאלאר קשיא איז וויאזוי האט מען אים צוגעלאזט 10 יאר אין איין צי, ער האט איבערגעצויגן די שטריקל און זה הוא, סארי.

טאמער האט ער נישט גענוג סופפארט פון זאליס וואס זאלן אים שטיצן, דעמאלס איז עס זיין פראבלעם און ער זאל טראכטן פון פלען בי, אדער קענסטו דא וויינען ווי א קליין קינד וואס גייט דיר גארנישט העלפן, ווען די בלאט האט זיך געעפענט האבן זיי געהאט גענונג ארונים סופפארטערס אז טעראר האט נישט געהאלפן.

טאמער די זאליס האבן נישט קיין חסידים וואס גייען קאפ אין וואנט וואס שרעקן זיך נישט פון טעראר איז קיין חסידות, איך ווייס נישט וואס יא, און וועגן חתונות די זעלבע זאך,
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

געווען צייטן אמאל וואס מ'האט געקענט פירן א נארמאלע שמועס דא. די קינדערישע געשרייבאכץ איז טו מאטש
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
און פארוואס האט דער ביליגער עם הארץ ז"ל אויפגעהערט צו ניצן די מצות פון לאנג איילענד ווייץ?
שקר וכזב, קהילות סאטמאר והגלילת נעמט ווייטער פין לאנג איילענד אזוי רוב רובו מצה בעקערייען, פינקט ווי אלע יארן,

יא, סמאכט זיך אמאל אז ס'רעגנט נעמט מען נישט פין לאנג איילענד, נאר פין אנדערע סטעיטס, און סהאט זיך געמאכט אזוי אפאר יאר צוריק, אבער קיינמאל איז ח"ו נישט געווען אפילו א קלער צי נעמען פין די גאר פראבלעמאטישע אריזאנע פעלדער ווי די ווייץ וואקסן נישט נאטירלעך מיט רעגן וואסער,
איך גיי מיך נישט קריגן מיט א מציאות, קודם ביסטו מודה אז ווען עס רעגענט נעמט מען ערגיץ אנדערש, אמאל איז דאס אויך נישט געווען, די בעסטע דזשאק אז רוב רובו נעמען פון לאנג איילענד

א מילתא דעבידי לגלויי, רוף אן בעקערייען און פרעג פון ווי זיי נעמען, נישט אלע פון אריזאנע, אבער לאנג איילענד נעמט קיינער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעראריזם גייט אן בתוקפו אין קרית יואל, אין דער האט טענות אויף א פורים צייטונג,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעם בריוו האבן די טעראריסטן ארימגעשיקט צי אלע וואס מאכן חתונה דעם קימענדיגען זימער,
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפ

שליחה דורך moneyminded »

אינטערסאנט
Screenshot_20220522-013727_Adobe Acrobat.jpg
Screenshot_20220522-013539_Adobe Acrobat.jpg
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 01, 2021 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

שליחה דורך וואסער »

0000.jpg
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

וואסער האט געשריבן:
0000.jpg
ווען די מצב וואלט טאקע געווען וויאזוי די זאליס לייגן עס אראפ אז די וואכנשריפט איז פול מיט באצאלטע אדווערטייזמענטס, וואלט לכאורה נישט אויסגעפעלט א פרישע חיזוק בריוו...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כ'האב קיין איינונג וואס די מצב איז דארט אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן ענערג'י און ארבעטן אריין. איך מיין דאס איז א נייע זאך ביי די זלונים וואס ביז היינט האט זיי נישט געפאסט צו שרייבן אזוינע צעטלעך. נישט אז זיי האבן נישט געשריבן אנדערע נער'ישע צעטלעך אבער זיך אראפצולאזן און מודה זיין ברבים אז זיי דארפן זיך מחזק זיין און דעפענדן, דאס געדענק איך נישט.
עמיר ווארטן צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן.
פצעי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 30, 2022 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך פצעי »

איך בליק זיך אזוי ארום אין דעם אשכול אין איך האלט מיט ווי די חסידי רז"ל וויינען מיט קראקאדייל טרערן ווי כאילו זיי זענען אזאנע צדיקים אין קענען נישט פארנעמען טעראר אין זיי ווייסט ניטאמאל וואס דאס מיינט... אין פארשטייען בכלל נישט וואס מען וויל פון די וואכענשריפט'ס לעבן האבן, ער איז דאך א בלויזע וועכענטליכע צייטונג אין ער טוהט גארנישט שלעכט... אין די פורים אפטיילונג, נו ס'דאך נאר א פורים אפטיילונג.....

נו לאמער אייך נעמען אויף א רייזע אין זיך מצייר זיין וואס עס וואלט פארגעקומען אויב אזא א.ג. אומשולדיגע צייטונג קומט ארויס וועכענטליך אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג..

א ספעציפישע אין אומקליגע אברך פון די עדת מהר"א וואס האלט אז מען ברויכט אביסל צופיקסן די זאליס מאכט אפ א גרינע דאנערשטאג אז ער וועט ארויסגעגעבן אזא צייטונג וואס וועט טרייבן ליצי לצנות פון די זאליס אין אלעס וואס איז ביי זיי הייליג.. זיינע איידיעס וועלן זיין ווי פאלגענט.

בית המדרש הגדול - ראדני.
בית המדרש הגדול - הופער. ( וואס פארדינט זיך באמת די טיטל אנדערש ווי 5 גארפיעלד וואס איז די סייז פון א בית המדרש וואס מהר"א האט צענדליגע אזאנע אין קרית יואל א לצנות פאר זיך ).

ער וועט טרייבן לצנות פון די זאליס איבער זייער מערכה קעגן דעם עירוב.

ער וועט שטיצן וויזניץ ווילי מיטן האלטן זיין זמן.

פון צייט צו צייט אריינווארפן קלארע לצנות קעגן רז"ל.

יעדע הייליגע זאך וואס רז"ל מאכט זיין עולם אויפמערקזאם וועט ער טרייבן לצנות לאמער מאכן א משל לאמער זאגן אז ס'דא א מאנגעל אין מזוזות מאכט נישט אויס צו ס'אמת צו נישט וועט ער טרייבן לצנות צרורות פון דעם וכדו' לזה.

אין להכעיס וועט ער זיך צוזאמשטעלן מיט די עקסטרעמיסטישע קאמאן קאור באוועגונג נישט ווייל עס ברענגט אים עפעס נאר פשוט ווייל עס פליקט אריין די זאליס ביזן זיבעטן ריפ.

לאמער זיך אפשטעלן דא כאטש מען קען גיין ווייטער אין ווייטער הזמן יכלו והם לא יכלו ווי נידעריג די וואכענשריפט איז גע'גאנגען נאר צו צוברעכן קהילת מהר"א אין קרית יואל צו אלעס מסביר זיין ברחל בתך הקטנה וועט זיך אויספעלן ביכער לאמער זיך אפשטעלן אין זיך פארשטעלן אויב דאס קומט פאר אין וויליאמסבורג קעגן רז"ל מיט די אלע לצנות נאר אויפן פארקערטן זייט....

וואספארא איסורים וחרמות עס וואלטן ארויסגעקומען מען וואלט ארויסגעשלעפט די אלטע רבנים פון זייערע פוקסן לכער אין געשיקט קול קורא'ס טערעראזירט דעם שטאט געפליקט צעטליך גע'אסר'ט געשעפטן... גלייבט מיר זיי קענען... עירוב יוכיח...

מען וואלט דעם בעל הצייטונג באשריגן אין די גאסן ערגער ווי די קלויזענבורגע ווייבלעך... יצחק שטערן וואלט געבאקן זלמן לייב פילאפ וואלט געשריבן אין די רויך וואלט גע'גאנגען עד לב השמים..

אבער... אויב לאמער זאגן אז זייער קהילה וואלט געווען אזוי געדולדיג ווי די ארוינים אין קרית יואל אין וואלטן געשלינגען אין זיך פארביסן די ליפן אין נישט ארויסגעגאנגען אין א מערכה קעגן אים כאטש וואס עס קומט זיך פארן בעל הצייטונג ערליך.

צוריק צום קורצקעפיגע אינגערמאן... ער טייטשט עס אויס גאר אנדערש, ער טייטשט עס אויס ווי די ראשי קהלה פון רז"ל זענען לעמעלעך אין האבן מורא אים צו קאנפראנטירן, ער נעמט פון דעם חיזוק צו גיין ווייטער...

פאר פורים וועט ארויסקומען א פורים אפטיילונג מיט באהאטענע אין אפענע לצנות פון רז"ל, א דוגמה..

די עיקר קעפל וועט שרייען... "דער בערל ווייס" ( כאפסט וועם כ'מיין יא? ) אן ארטיקל פיל מיט שטיות והבל אבער דער עיקר איז די קעפל.

די קומענדיגע שרייענדע קעפל וועט זיין "ה' יבקש את הנרדף" מיט א לענגערע ארטיקל איבער נאטינג אבער ווער עס כאפט, כאפט.

אינעם פורים אפטיילונג וועט ער טרייבן טריפע לצנות פון די מערכה קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג מיט א גרויליגע אפענקייט אין אויף א שרעקליך קינדערישע לעוול.

פארשטייט זיך, וואס האט ער שוין געטוהן?? כ'מיין ס'דאך נאר א פורים אפטיילונג... וואס צוקראצ'סטע זיך אזוי.... מה כל הרעש?!

והמיבן יבין ווען דער זעלבער זאך האט זיך באמת אפגעשפילט אין קרית יואל אויפן פארקערטע זייט אויף א גרויליגן אופן..

נחום היימליך האט עס געזאגט פאר יעדער וואס וויל אים אויסהערן אז זיין איינציגע אין ענדגילטיגע ציהל איז צו צוברעכן די הנהגה אין קרית יואל פון מהר"א אין ער האט גע'עפענט דעם וואכענשריפט נאר פאר דעם ציהל.

די קרית יואל'ע קהלה האט געשוויגן אין געליטן פאר יארן אין מיט זיין פורים אפטיילונג האט ער איבערגעטראטן די ליניע נאכן רויטן ליניע אין וואס עס קומט יעצט אויף אים האט ער ערליך פארדינט, איך האב איין טענה אויף די קהילה אין קרית יואל.. וואס האט אייך גענומען אזוי לאנג?? דאס וואס איר טוהט יעצט דארפט איר שוין טוהן פאר יארן צוריק!

ודי למיבן... וק"ל... וקצרתי...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

די פרעכקייט פון באשולדיגן די ארוינים אין 'טעראר' איז נעקסט לעוועל.

די זאליס קענען באמת לעבן א רואיג לעבן אין קרית יואל סיי פריוואט און סיי די קהילה, זיי קענען דאווענען ווי זיי ווילן, מאכן מעמדים וואו און ווי גרויס זיי ווילן, זיי קענען אפשפארן ראודס, זיי קענען מחנך זיין זייערע קינדער וויאזוי זיי ווילן און ווי זיי ווילן, זיי קענען קויפן פלייש ווי זיי ווילן, זיי קענען חתונה מאכן ווי זיי ווילן, זיי קענען האבן זייער אייגענע צייטונג, זייערע אייגענע האטליין'ס, זיי מוזן זיך נישט צושטעלן צו מהר''א אין קיין שום פאל!

פארשטייט זיך אבער אז אינטערברעכן זיין הנהגה און שטערן זיינע פעולות איז נישט אריינגערעכנט אין די רעכטן פון תושבי קרית יואל, סיי ביי קהילת מהרז''ל און סיי ביי זיין אייגענע קהילה, און איינער וואס זוכט דווקא צו שטערן די הנהגה פון סיי וועלכע קהילה עס זאל נאר זיין, שטויסט זיך אן אין א שטייפע מלחמה.

די איין איינציגע זאך וואס מהר''א פארלאנגט יא איז אז ער זאל זיין די אחריות אויף די סידור קידושין. איין זאך.

יעצט, איך גיי יעצט אננעמען אז די גאנצע סידו''ק שטעלונג פון מהר''א איז אומבארעכטיגט, אבער הזאת טעראר יקרא? סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג זאל זיך אויפשטעלן זאגן אן א בושה אז 'די הנהגה איז פשוט געבויעט אויף על חרבך תחיה'?? ביזט ערנסט?

דו ווילסט טאקע וויסן וואס מיינט טעראר? ווען יענער בויעט זיין אייגענע ביהמ''ד ביזטו פארנומען אריינצוגעבן מסירות יעדע מינוט. ווען יענער עפנט א מוסד מאכסטו זיכער אז די מוסד זאל ווערן פארמאכט מיט מיליאנען דאלאר אין שאדנס און טויזענטער קינדער אויפן גאס.

די חוצפה פון די זאליס גייט נאך ווייטער. איינע פון זייערע טענות איז אז 'מהרא מיינט אז מ'האלט נאך אין די סמך יארן'.... הייסט אזוי, ווילאנג די סאטמארע הויפטשטאט איז געווען וויליאמסבורג, און די זאליס זענען געווען בעה''ב אין וויליאמסבורג און די ארוינים זענען געווען די צוקלאפטע נרדפים, דאן האבן די זאליס געטון ככל העולה על רוחם, זיי האבן ליטערלי געטון וואס זיי האבן געוואלט, זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט, סיי פאר פריוואטע מענטשן און סיי פאר די קהילה בכלליות. אבער ווען די מצב האט זיך איבערגעדרייט, און די ארוינים זענען ידם על העליונה מיט א מאכטפולע מאשין, דאן הייבט מען זינגען 'האלא ס'איז אנדערע צייטן היינט, אמאל זענען די זאכן געווען נארמאל, היינט דארפסטו מיך לאזן לעבן רואיג, ס'שוין נישט די סמך יארן'...

גוט מארגן ר' זאלי, נאך גוט טאקע אז די ביזט למעשה אויפגעשטאנען פון דיין שלאף, כאטש עס איז טאקע געקומען צוליב'ן זיין א מינאריטעט און א צווייטע קלאס בירגער - אזויווי די משנה זאגט כל המבטל את התורה מעושר סופה לבטלה מעוני - אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל, אבי דו פארשטייסט שוין היינט די געוואלדיגע רשעות און עוולות וואס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג פונעם מיאריטעט קעגן די מינאריטעט, און אויב זאל איך דארפן נעמען א פייוו אוער קלעסס אין הלכות נארמאלקייט און הלכות טעלארירן יענעמ'ס רבי און יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין אייגענע קהילה, וואלסטו נישט געוואלט איך זאל עס לערנען ביי דיר....

קום מיך נישט יעצט איינטיילן ווען מ'מעג יא און ווען מ'מעג נישט. ווייל דו זאלי זאגסט אז נאר אין די סמך יארן איז טעראר געווען ערלויבט, און די ארויני האלט אז טעראר איז פארבאטן סיי אין די סמך יארן און סיי אין די פ' יארן, ס'נישט קיין שום חילוק! און דאס איז די סיבה פארוואס די ארוינים באגייען זיך אזוי שיין צו די זאליס און לאזן זיי טון וואס זיי ווילן.

און אויב איינער האלט אז א פארלאנג צו האבן אחריות אויף סידור קידושין איז טעראריזם, זעמיר גרייט צו הערן די ארגומענט, אבער נישט פון אזעלכע וואס האבן געטון כל מיני טעראר. דו, זיי מוחל זיץ איין, און טו תשובה אויפן עבר, און פריי דיך אז דו קומסט כאטש עפעס אפ מדה כנגד מדה (לשיטתך) נאך אויף דעי וועלט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די דרך הלימוד פון ש. וו. האט אויפגעלעבט
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שמעון וואלף האט געשריבן:די דרך הלימוד פון ש. וו. האט אויפגעלעבט
און וואס איז מיט י. ג. דער פול טיים שרייבער אויף הייד פארק?

זאללן ביידע נשמות האבן א עלי'
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

signout האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר
100% אגרי. וואס מיינסטי אבער צו זאגן אז מרז"ל'ס מוסדות דארפן זיך רעכענען דערמיט, און פארוואס נאר רוב?
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

signout האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר
גערעכט, מ"ד נידערמאן דארף צוקומען צו נ"מ אינדיג זיך צו טרעפן מיט מעיאר עדעמס

אבער איך ווייס פון 3 םטארס וואס האלטן אן די טראדיציע נישט אריינעמען די בלאט
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

8ac09ab2fb674a7dbb0f9c7defc56503.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זעט אויס אז דער עולם לייענט פעסט דורך די וואכנשריפט, אז זיי ווארפן ערשט יעצט ארויס די אלטע וואכנשריפט פין 4 וואכן צוריק,

אבי מזאגט אז די וואכנשריפט מערכה ארבעט זיך נישט אויס,
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זעט אויס אז דער עולם לייענט פעסט דורך די וואכנשריפט, אז זיי ווארפן ערשט יעצט ארויס די אלטע וואכנשריפט פין 4 וואכן צוריק,

אבי מזאגט אז די וואכנשריפט מערכה ארבעט זיך נישט אויס,
קוק נאכאמאל, עס קוקט נישט אויס ווי ס'האלט נאך פיר וואכן ליינען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זעט אויס אז דער עולם לייענט פעסט דורך די וואכנשריפט, אז זיי ווארפן ערשט יעצט ארויס די אלטע וואכנשריפט פין 4 וואכן צוריק,

אבי מזאגט אז די וואכנשריפט מערכה ארבעט זיך נישט אויס,
קוק נאכאמאל, עס קוקט נישט אויס ווי ס'האלט נאך פיר וואכן ליינען...
דאן וואס לייגסט יעצט בילדער ווי מ ווארפט ארויס אלטע וואכנשריפט?

אדער מיז מען אננעמען אז דער וואס האט גענומען דעם בילד, האט זיך אוודאי איינגעהאלטן 4 וואכן עס צי פארשפרייטן...
פארשפארט