ס'געווען א יונגערמאן וואס האט מזמן לזמן געהאט א רייבעניש מיט זיין ''שווער''... אז יענער האט אויפ'ן איידים אלץ געקוקט און געגרימעט מיט טענות, און ווידער דער איידעם האט געהאט נישט ווייניג בושות פונעם שווער, און ס'האט זיך שוין איבערגעגאסן.
איין טאג גארטעלט זיך אן דער איידים און טרעט צו – צום שווער און הייבט אן באהאנדלען דעם מצב; רעב שווער לעבן... ס'דא תרי''ג מצוות! מיט מנהגים און גדרים און תקנות... ובכן, יעדער איינער האט ביי זיך א ווייסע ליסטע פון מצוות, וואס דאס איז ביי עהם ממש א חוב קדוש; ווידער א צווייטע ליסטע, וואס מהיכי תיתי, ער שלונגט זיי איין בהיסח הדעת כלאחר יד...
א שטייגער – זעצט פאר דער יונגערמאן צום שווער – איך שטיי אויף פארטאגס און דאווען און לויף צום ארבעט, כדי אויסצוהאלטן די משפחה, און כ'פארדין ערליך געלט; ווען ס'קומט שבת ביים לייענען, מהיכי תיתי שמועס איך יא, און מיט א גארטל גיי איך נישט...
ווידער דער שווער זאל מאריך זיין, שטייט אויף 'נאך' חצות, א כפרה זמן קרי''ש ותפילה, א כפרה פרנסה פאר'ן שטוב, אבער רעדן שבת ביים לייענען? חס ושלום... מ'שושקעט און נוקעט אויף שטום לשון – ביז היסטערישע בזיונות...
פירט אויס דער יונגערמאן; לאמיר מאכן א פשרה; איך בין מקיים איין האלב תורה, און דו האלט די אנדערע האלב, און טרעט נישט אריין אין מיין שטח...
מענין לענין; האב איך שרייבער פון די שורות באמערקט א ענליכע זאך; בלויז ביים גיין אין מקוה ערב שבת!
ס'דא אזעלכע וואס באקומען א קראץ ביי איין ענין, ווי צום ביישפיל, זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי קען מען זיך אויסבלאזן די נאז אין שויער... ס'דאך ממש אומ'מענטשליך... אבער צו טרעטן אויף יענעמס פוס אויבן אין שול? אה דאס טוהט יענער יא.... ער פארשטייט בכלל נישט ווי ס'קומט אריין מענטשליכקייט ווען מ'איז עהם מעורר דערויף.
א צווייטער שרייעט שוין צום דריטן בחור; אז דו האסט גענוצט א האנטוך, זיי מוחל לייג עס אריין אינעם קאנטעינער פון די גענוצטע... זיי נישט קיין פוילער יונג! אבער אז איר וועט עהם בעטן א טובה – אייך אריינצולאזן אין מקוה מיט זיין קארטל, ער קען נישט ער טאר נישט, ער ווייסט נישט... גוט, איר וועט עהם בעטן ביים קאווע דעם פלעשל מילעך... ער יאגט זיך... ער הערט נישט...
א דריטער האט א קראץ ביים הערן איינעם מאכן א האפטשו!
ביסטו געזונט? איך דארף אטעמען דיין שלוקערצען?... פארוואס קענסטו נישט ארויסגיין אין פאליש מאכן האפטשוס... פארוואס קענסטו נישט האלטן שטיל דיינע היק'אופס... פארוואס דאס, פארוואס יענס... אבער פארוואס ער קען נישט פוצן זיין אייגענע פארפוילטע ציין, וואס יעדער אין היכל האט שוין זוכה געווען עס צו זען ביים הערן זיינע דברי דרך ארץ ומוסר – שלוש פעמים בתפילה.... ער האלט עפעס נישט פון דעם לוקסוס....
כ'האב מיר פונקט געטראכט...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
זייער א זיסע מעשה'לע, אבער נישט מיט א שווער און א איידים נאר א א רבי און זיין חסיד.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
חורבן הדור...
אלול איז שוין דא... אזוי זינגען אלע...
אבער נישט די מאסקיטאוס לרוב, וואס ווילן זיך נישט אזוי שנעל אפגעזעגענען פונעם זומער.
וויפיל עמער’ס בלוט האבן זיי אויסגעזויגען פונעם מענטשהייט, אז ס’איז א פחד. די קליינע בלוט זויגערס זענען אומשטאנד ווי געלערנטע רואה ואינו נראה’ס... זיך א כאפ ארויף געבן אויף איינעמס לייב, און עהם אויסציפן די אדערען, און אז ער כאפט זיך וואס האט פאסירט, איז ער שער קליינער גנב שוין לאנג ביים שכן...
דאס האט אויפגעוועקט גרויס חשק ביי די זיצונג פון עסקנים, אז מ’דארף עפעס טון דערוועגן.
באלד זענען אויפגעשפרונגען עטליכע יונגע צוציגערס. און האבן פארגעשלאגן א גרויסארטיגע מחאה, א הפגנה גדולה קעגן די עמבעסי פונעם שרו של עשיו, דער מלאך המאסקיטאוס! און מ’וועט אפשרייען זיין אפעטיט, אז כאטש ס’שוין טאקע סוף זומער, אבער אז מ’וועט עהם יעצט מבייש זיין בקריית חוצות, וועט ער צוויי מאל זיך איבערקלערן צו ס’לוינט זיך עהם קומענדיגע פרילינג ארויסשיקן זיינע שאבאביקעס אויף טעראר אקציעס.
די עלטערע פון די עסקנים האבן דווקא געקלערט אז דאס וועט נישט ארבעטן, ווייל צוזיין פאליטיקלי קארעקט וועט דאס ווארפן שלעכטע שיין אויף די מענטשהייט, כאילו מ’נעמט אוועק דאס פרייהייט פון די אינזעקטן. און ספעציעל וואס פאר זיי איז עס ממש צום לעבן... און דו מענטש קענסט דאך לעבן אן דעם טיפה כחרדל.
אבער געבליבן איז, אז מ’זאל אליינס איינשפאנען מאסקיטאו כאפערס, און אז ס’וועט זיין א גרויסע זאמל פון די חברה, וועט מען זיי אלע מאכן איין גרויסע ‘כל הנערים’...
פאר וואס ווען וואו, האט שוין דער ראש הזיצונג געכאפט א גיטן ציפ פון א בין, און האט פארגעסן פונעם מאסקיטאו, אז ס’געווארן א היבשע טיילונג אין זאל. יש אומרים בינען זענען די חורבן הדור, און יש אומרים ס’איז די מאסקיטאוס וואס זענען עושי מעשה זמרי.
די ערנסטקייט פונעם מיטינג האט געקענט פארשעמען די גרעסטע פרושים אין די דאזיגע אלול טעג... אז פון גרויס מיה איז מען קוים ארויסגעקומען מיט דעם איינעם החלטה, אז ס’נישטא וואס צו מאכן.
און די שרעקליכע פראבלעם איז אזוי שנעל אראפ פון טיש, ווי נאר ס’איז אריינגעקומען א פרישע ‘חורבן הדור’.... און די עסקנים זענען געווארן ווילד פארנומען מיט יענס. ולהאמאסקיטאוס מנוחה...