בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב געוואטשט נישט לאנג צוריק די דאקומענטרי לצאת מבוסייר ציוואס וואס @נחום הסופר האט געלינקט דא אויף קאווע שטיבל און ס'האט מיר געמאכט טראכטן. איך ווייס אז די בחורים האבן געליטן דארט. איך ווייס אז מסתמא האבן עס די מחנכים נישט געטוהן לשם שמים און איך ווייס אויך אז מיר אלע האבן געליטן א מעין זה אין אונזערע ישיבות אבער ס'האט מיר נאכאלס געמאכט טראכטן אולי יש דברים בגוי? אפשר איז עפעס דא א שמץ של אמת אין דער שיטה?

א מענטש וועט דאך געבוירן און לעבט מיט א סארט סעלף סענטערדנעס און אני ואפסי עוד. א חשיבות צו דער סעלף אהן א מאסגיבנדען פשט אדער גראונד. און דאס קען דאך פירן אז אויב געשעהט עפעס צו'נעם, עמיצער רידזשעקט אים, ער דערגרייכט נישט עפעס וואס ער האט זיך פאררעכנט פולי דעזערוועבל וכו', ווערט מען זייער צעבראכן ווייל מען האט געמיינט אז מ'איז עפעס ווייסעך וואס. אבער אז מען קומט און מען צעשמעטערט טאטאל דעם גאווה עצמית דורך פיזישע און גייסטישע השפלה פשוטו כמשמעו בלייבט דאך נישט איבער מער וואס צו צעברעכן. ווי אויך ווייסט דער מענטש אז יעצט פונדאסניי אויפצובויען דעם 'סעלף' ברויך ער עס בויען מיט עפעס באמת ווערטפול און חשוב לכשעצמו/ה, אן אַטריביוט אדער קוואליטי וואס מאכט דיך חשוב אביעקטיוולי, און נישט סתם ווייל דו ביסט געבוירן און דו האסטיך זייער ליב. און איינמאל מען איז בויעט אויף א שוויות עצמי צוליב אן איינגעקויפטע אייגנשאפט, אזאנס איז דאך שוין נישט שייך צו צעברעכן נאכאמאל דורך עמאציאנעלע השפלה. יא, ס'דא זאכן, ווי למשל געלט, וואס מ'קען אפשר צונעמען אבער אפי' אזוי, אויב די זאכן האסטו עררייכט צוליב א כישרון וואס דו ווייסט האסט געארבעט אויפדעם, איז ווידער שפירסטו גענוג קאנפידענט זיך אויסצולאכן און שטענדיג קענען זיך צוריק כאפן, ערהוילן און אנהויבן פונדאסניי. און וואו אדער ווען אין לעבן קען מען אזא אפעראציע דורכפירן אויב נישט אין ישיבה אין די בחורישע יארן?

דער אמת איז אפי' לאמיר שוין זאגן דער בחור איז נישט מצליח צו עררייכן עפעס אן אביעקטיווע כישרון אדער זאך קען מען נאכאלס נישט אזא איינעם צעקלאפן ווייל דאס אליינס, ווען א מענטש ווייסט אז מען האט אים שוין דאס גאנצע זעלבסט ווערדע צעקלאפט און ער גייט נאך אהן, ער לעבט נאך און איז דאס אלעס איבערגעקומען און ער דארף נישט אנדערע מענטשנ'ס הסכמות, איז גענוג צו ווידעראויפבויען זיין זעלבסט שוויות מיט עפעס וואס מען קען נישט מער צעברעכן. פארפאלן, דאס געפיהל פון זיך האבן אויסגעארבעט איז א סארט חיסון וואס ארבעט געגן משברים צו ס'איז יא אויסגעהאלטן צונישט.

און אפשר דאס אז סתם מענטשן פארשטייען דאס נישט קומט פון א מין קנאה, רוגזה און שטוינונג וואו ס'קען א מענטש וואס האט נישט גארנישט און ווייסט נישט גארנישט זיך נאך גרויסהאלטן און זיך נישט צוטוהן מאכן פון סנובּערי אדער אנדערע מאטריעלע חסירים וכו'?

וואס זאגט דער עולם?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: מ'קען נישט צו גלייכן שיטת נובהרדוק (וואס איך האלט איז אויך געווען א פאררוקטע שיטה) צו וואס איז פארגעגאנגען אין ישיבת בוסייר. נובהרדוק האט כאטש געהאט א ציל צו וואס זיי האבן געוואלט דערגרייכן דורך ביטול היש. אבער די אזוי-גערופענע מחנכים און אנדערע סטעף אין בוסייר זענען געווען פשוט'ע חזירים. אויסגעפאשעטע פרעסערס און סאדיסטן וועלכע האבן אויסגעפייניגט די אומ-שולדיגע און נעבעכ'דיגע בחורימ'לעך סתם לשם סאדיזם. און נאך אריינגעהויבן גרויסע געלטער. פון די עלטערן און רעגירונג. קוק אויף זייערע אויסגעפאשעטע צורות און גראבע בייכער און פארגלייך דאס צו די דוגלי שיטת נובהרדוק. איך בין נישט מסכים מיט אט די שיטה אויך. אבער דא רעדסטו פון סתם אביוזערס וועלכע דארפן אריינגעווארפן ווערן מאחורי סורג ובריח.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

שליחה דורך טאמבל סאס »

פון וואנעט ווייסטו אז די ארגינעלע נובהרדוק מחנכים האבן נישט געהאט פעטע בייכלעך און אויסגעפאשעטע צורות? וואס איז ראנג צו פאשען דעם בייכל נאכ'ן צעברעכן זיך דעם יש? לול

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עפעס איז דא א תגלית אז דער גאנצע שיטה פון די ליטווישע איז געבויט אויף א ספר וואס איינער מענדל לאפין האט פשוט גע'גנב'ט פין בענדזאמין פרענקלין.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

שליחה דורך כרם זית »

נישט געגנבט. איבערגעזעצט צו לשה''ק.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

וויאזוי איז דא מאטיוועישאן אן קיין סעלף? וואס געט די דרייוו אנצופאנגען נייע זאכן און צו דורכברעכן די טשעלענדשעס?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית האט געשריבן:נישט געגנבט. איבערגעזעצט צו לשה''ק.
כרם זית: איבערגעזעצט אן געבן קרעדיט פאר'ן אריגינאלן מחבר הייסט אויך געגנב'ט...!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

שליחה דורך כרם זית »

הונדרעט פראצענט. כ'האב אבער נישט געוויסט אז ר' מנדל לפין האט עס נישט קלאר געשריבן. אויב האט ער פארהוילן די פאקט איז עס א דאפאלטע עולה ווייל עס איז אויך גניבת דעת. כ'גלייב שווער אז דער פרי מגדים וואלט געגעבן א הסכמה אויף א ספר פון בנימין פרנקלין.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט