מיין דרשה פארן כינוס נשי כלל ישראל

בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

מיין דרשה פארן כינוס נשי כלל ישראל

שליחה דורך בעל בעמיו »

מיין דרשה פארן כינוס נשי כלל ישראל

בעל בעמיו

טייערע אידישע טעכטער,

די רבנים הגאונים שליט"א האבן באשלאסן צוזאם צו נעמען די טייערע פרויען, די עקרות הבית. מיר האבן געזען פאר וויכטיג אייך צו בעטן ארויסצונעמען הייליגע צייט פון אייער שוין-אזוי-אויך גאר פארנומענע טאג. מיר האבן פארלאנגט פון אייך צו נעמען בעביסיטערס, אפלאזן אייער מוטערליכע אויפגאבען, און שפענדן עטליכע שעות ביי א כינוס. פארוואס האבן מיר אייך דאס געבעטן? וואס איז אזוי קריטיש וויכטיג אז מיר האבן דאס געמוזט פארלאנגן פון אייך? דער ענטפער איז, צוליב צוויי סיבות.

הכרת הטוב פאר די נשים צדקניות

די ערשטע סיבה איז כדי אויסצודריקן אונזער הכרת הטוב צו אייך, הייליגע טייערע נשים צדקניות. איר, אידישע מאמעס, זענט דער יסוד פון אידישקייט. איר זענט די סיבה פארוואס כלל ישראל שטייט. ווען נישט אייך איז נישט דא קיין כלל ישראל. עס קומט זיך ענק אן הכרת הטוב פארן אויפשטעלן אזא הערליכע און ערליכער אידישער דור ווי מיר פארמאגן היינט.

אויף דער פסוק כה תאמר לבית יעקב, דרש'נען חז"ל אלו הנשים. בית יעקב מיינט מען די פרויען. דארף מען פארשטיין פארוואס ווערן פרויען דווקא אידענטיפיצירט מיט יעקב אבינו? דער ענטפער איז זייער פשוט. יעקב אבינו האט געהאט צוועלף קינדער, און דער תורה הקדושה לאזט אונז הערן אז בית יעקב זענען די פרויען וואס זענען מגדל א דור מיט קינדער. א יעקב אבינו אן א לאה אמנו און א רחל אמנו, קען נישט אויפשטעלן א הערליכע שטוב פון י"ב שבטי ק"ה.

די וויכטיגסטע זאך פאר כלל ישראל איז די קומענדיגע דורות. אויפציען דעם קומענדיגען דור איז דאס חשוב'סטע, וויכטיגסטע, און הייליגסטע וואס עס איז דא. און וועמענ'ס פליכט און קרעדיט איז עס? די הייליגע פרויען פון כלל ישראל. איר זענט די סיבה פארוואס עס איז אויפגעוואקסן א דור פון יראים ושלימים, און איר זענט די סיבה פארוואס די קומענדיגע דור וועט אויך אזוי אויפוואקסן.

איר, הייליגע מאמעס פון כלל ישראל, זענט אדורך די ניין חדשים פון טראגן אונזערע קינדער, מיט אלע צער און שוועריקייטן וואס דאס ברענגט מיט. איר זענט אדורך דעם פיין פונעם געבורטשטיל. איר זענט אויף מיט די קינדער אינמיטן די נאכט, זינגענדינג מיט זיי די אלף בית. איר לערנט זיי אויס וויאזוי זיך צו וואשן נעגל וואסער און זאגן אשר יצר. איר מאכט זיכער אז די קינדער האבן וואס צו עסן. איר פארברענגט מיט זיי שעות ביים דאקטאר זיכער צו מאכן אז זיי זענען געזונט. אייער גאנצער לעבן דרייט זיך ארום די קינדער, און שפעטער די אייניקלעך. איר פארברענגט פיר אין צוואנציג שעה א טאג מיט די פרעשור פון די קינדער, איר און נאר איר זענט די וואס האבן אויפגעשטעלט דעם הייליג דור וואס מיר האבן היינט, און איר זענט די וועלכע בויען אויף דעם קומענדיגען דור.

אלזא, א הילכיגען יישר כוח אייך! עס איז אייער קרעדיט און מיר קענען אייך נישט גענוג באדאנקן דערויף.

דער טעות וואס מיר האבן געמאכט אלע יארן

עס איז אבער דא נאך א סיבה פארוואס מיר האבן אייך איינגעלאדנט היינט נאכט. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר ווילן אייך איבערבעטן. עס קומט אייך אן אנטשולדיגונג אויפן פארגאנגענהייט ווען מיר רבנים האבן נישט אנערקענט די וויכטיגע ראלע וואס איר שפילט אין אויפשטעלן כלל ישראל.

את חטאינו אני מזכיר. מיר מוזן מודה זיין אז מיר רבנים האבן געמאכט א טעות די אלע יארן. אין די לעצטע עטליכע צענדליגע יאר, זענען מיר פארנומען טאג און נאכט אייך צו מאכן שפירן שלעכט. יעדעס מאל וואס מיר האבן געדארפט אויפטרעטן מיט א דרשת התעוררות, האבן מיר ענק געמאכט די ציל פון אונזער תוכחה. ווען אימער א טראגעדיע האט פאסירט, האבן מיר תיכף געטייטלט דעם שולד פינגער אויף אייך אז איר זענט די גורם. אויב האבן מיר אמאל געוואלט ארויסווייזן אז מיר זענען פרומער פון א צווייטער קרייז אדער א צווייטער רב האבן מיר דאס געטון דורך'ן ארויפלייגן פרישע גדרים וסייגים אויף אייך.

ליידער ליידער האבן מיר פארגעסן אז איר זענט דאס אויסדערוועלטע פון כלל ישראל, אויף אייך שטייען די דורות! אבער אנשטאט אז מיר זאלן דאס איינזען, האבן מיר, די רבנים גאונים וצדיקים שליט"א, געטון דאס פארקערטע. מיר האבן געפאדערט פון ענק זיך צו פארבעסערן, און כסדר שווערער געמאכט ענקער לאסט.

מיר נוצן די פרויען צו פארדעקן די השחתה פון די רבנים

אבער דער אמת איז אז דאס נישט די איינציגסטע סיבה פארוואס מיר דארפן אייך איבערבעטן. דער ביטערער אמת איז אז מיר דארפן אייך איבערבעטן ווייל מיר האבן אייך גענוצט אלץ א שעיר לעזעזאל כדי מיר זאלן נישט דארפן טראכטן פון אונזערע אייגענע חטאים און שוואכקייטן. מיר האבן פון אייך פארלאנגט אלס מער און מער און די זעלבע צייט וואס מיר זעלבסט זענען נישט געווען גרייט אוועקצוגעבן פון אונזער תאוות הכבוד קיין זוז כל שהוא.

הייליגע טייערע מאמעס פון די הייליגע אידישע קינדערלעך, עס ציטערט מיר דאס צו זאגן אבער ההכרח לא יגונה. נישט נאר וואס מיר רבנים האבן אייך גענוצט אלס די אויסשליסליכע ציל פון אונזער מוסר און תוכחה, האבן מיר דאס געטון אין די זעלבע צייט וואס מיר האבן בידיים צעשטערט אייער שווערע ארבעט פון אויפציען ערליכע אידישע קינדער. און להוסיף חטא על שבר, זיכער צו מאכן אז איר זענט אונז נישט חושד אין חרוב מאכן אייער שווערע הארעוואניע, האבן מיר תיכף זיכער געמאכט אייך צו באשולדיגן אין די חרבנות וואס מיר האבן אנגעברענגט.

איר טייערע מאמעס האבן פון קינדווייז אן אריינגעלייגט אין די קינדער די מידות פון איידלקייט און די וויכטיגקייט פון שלום. איר האט זיי שטענדעג ערצויגן און מחנך געווען אז דרך ארץ קדמה לתורה און צו מדות טובות. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? פאר אונזער תאוות הכבוד האבן מיר אריינגעברענגט אין ענקערע קינדערלעך שנאה אויף אנדערע אידן, פאר מינדערוויכטיגע שטותים האבן מיר אריינגעברענט ענקערע קינדער אין אונזערע מחלוקת'ן. מיר האבן נישט געטראכט קיין צוויי בעפאר'ן נוצן ענקערע איידעלע קינד צו גיין מצער זיין, שלאגן, און פארברענען אנדערע אידן. און דערנאך האבן מיר זיך אויפגעשטעלט אן קיין בושה און ענק מוסר געזאגט אז די סיבה פארוואס קינדער גייען אראפגיין פון דרך איז ווייל זייערע מאמעס האבן אינטערנעט.

איר טייערע מאמעס האבן שטענדיג ערצויגן די קינדער מיט א תשוקה צו לערנען, מיט א חשק און רצון צו לויפן און ישיבה אריין. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? מיר האבן זיך געווארפן מיט ענקערע קינדער ווען איר האט זיך געבעטן און געוויינט צו אונז אז מען זאל זיי אננעמען אין א ישיבה אז זיי זאלן קענען לערנען די הייליגע תורה. לא שמענו אליכם, מיר האבן אייך געלאכט אין פנים. און דערנאך האבן מיר געהאט די חוצפה צו באשולדיגן אייך זעלבסט אין זיך אנברענגן דעם פראבלעם מיט די אייגענע הענט מיטן נישט זיין גענוג צניעות'דיג.

איר טייערע מאמעס האבן אריינגעלייגט אין אייערע קינדער אן אהבת ישראל. איר האט זיי אויסגעלערנט איבער הרבה דרכים למקום און איבער די צוועלף הייליגע שבטים וועלכע האבן געדינט דעם רבוש"ע יעדער אויף זייער דרך. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? ווען אייער זון איז אביסל עלטער געווארן און איז געווען אייגענארטיג און באזונדער האבן מיר אן טראכטן צוויי זיי פארשיקט פון ישיבה, ארויסגעטראסקעט אן קיין רחמנות כדומן על פני השדה, און מיר האבן נישט געגעבן קיין איין מינוט מחשבה פאר אייערע טרערן און די צער פון אייערע קינדערלעך. און דערנאך האבן מיר מיט בלעכענע פנים'ער אייך געטאדעלט איבער די סארט גלעזער אדער תפילין בייטלעך אדער סטיל רעקלעך וואס איר קויפט פאר אייערע קינדער.

איר טייערע מאמעס האבן געהאט בלויז איין ציל: אויפצוצוען ריינע הייליגע ערליכע אידישע קינדער. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? נישט נאר וואס מיר האבן קיינמאל נישט מטכס עצה געווען אדער גערעדט איבער די מטמאי הילדים וואס לאקערן אויף ענקערע קינדער. נישט נאר וואס מיר האבן פארקוקט די מלמדים אויף וועלכע עס זענען געווען קלא דלא פסק אז זיי זענען טיף טיף פארזונקן אין קדושה ענינים. ולא עוד אלא, מיר האבן גאר געארבעט שווער אז די וועלכע האבן אויסגענוצט ענקער צוטרוי אין זיי צו באלעסטיגען ענקערע קינדער זאלן פארבלייבן פראנק און פריי און ווייטער האבן די זעלבע צוטרוי און צוטריט רח"ל. און דערנאך האבן מיר אייך אנגעשריגן און גע'מוסר'ט אז איר טוט אן די קינדער הויזן און העמדער וואס רייצן אויף די מושחתים.

איר טייערע מאמעס האבן פרובירט אויפצוציען א דור וואס איז מכבד און רעספעקטירט די אייגענע עלטערן, עלטערע אידן, פירן זיך אויף איידל ווי עס פאסט. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? מיר האבן גענוצט ענקערע קינדער אנטקעגן אייך פאר אונזערע רצוניות. מיר האבן געלערנט ענקערע קינדער אז איר זענט נישט גענוג גוט. מיר האבן אין זיי אריינגעפרעדיגט אז זיי קענען נישט האבן קיין צוטרוי צו די אייגענע עלטערן, מיר האבן זיי געזאגט אז זייערע עלטערן נוצן כלים טמאים, מיר האבן צוגעלאזט און געשטיצט א מערכה וואס איז מחזק קינדער צו חוצפה און סורר ומורה זיין אין זייער אייגענע עלטערן. מיר האבן געזאגט פאר די קינדער אז די עלטערן פירען זיך אויף ווי בהמות, אן אכט געבן וויאזוי מיר זענען מחריב די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין. און דערנאך, ווען איר האט אנגעהויבן באמערקן דעם חורבן, וואס האבן מיר געטון? מיר האבן אייך געזאגט אז עס איז ענקער שולד! עטס זענט נישט גענוג גוט! אייער אויפפירונג איז מעכב משיח! ענק טוען נישט גענוג פאר אייערע קינדער!

מיר, די רבנים שליט"א, האבן געהאט דאס חוצפה און עזות אייך צו זאגן מוסר! מיר האבן זיך נישט געשעמט אייך צו מאכן שפירן שלעכט איבער די חינוך פון ענקערע קינדער! מיר זיצן על מי מנוחות, מיר געבן זיך נישט אפ מיט אונזערע קינדער אין א יאר ווי איר געבט זיך אפ אין איין טאג, און מיר האבן בלי שום בושה ענק געזאגט אז אייער חינוך איז פעלערהאפטיג! שאל נא, פרעגט נאר אונזערע קינדער, וועלכע וואקסן אויף אין די שטיבער פון די רבנים הגאונים והצדיקים שליט"א, וויפעל צייט מיר, זייערע עלטערן, האבן זיך אפגעגעבן מיט זיי. קיין איינער פון אונז רבנים האט זיך נישט אפגעגעבן מיט אונזערע קינדער א משהו פון וואס יעדע מאמע דא געבט זיך אפ מיר אירע קינדער אויף טאג טעגליכן פארנעם. אבער דאס האט אונז נישט אפגעהאלטן פון אייך אראפצוקלאפן כסדר אז ענק זענען נישט גוט און עס איז אייער שולד אז אייערע קינדער וועלן חלילה אפפארן.

אונזער בושה איז דאך עד אין לשער. מיר ווייסן נישט ווי זיך צו באהאלטן. אנשטאט מיר זאלן אייך העלפן מיט אייער עבודת הקודש, האבן מיר עס גאר שווערער געמאכט, אזוי ווייט אז איר האט געדארפט מחנך אייערע קינדער אז אונזער התנהגות — דער התנהגות פון קנאה, שנאה, מחלוקת און כבוד — זאל זיך נישט אנקלעבן אין ענקערע קינדער.

און דעריבער האבן מיט אייך צוזאמגערופן היינט, זיך מודה ומתודה זיין פאר די שרעקליכע עוולה וואס מיר האבן געטון צו אייך, און אייך איבערבעטן דערויף.

דער היינטיגער כינוס איז א ביישפיל פון השחתה

פאקטיש איז די היינט נאכטיגער אסיפה א גאר גוטער ביישפיל פון אונזער השחתה. דער היינט נאכטיגער אווענט איז באשלאסן געווארן אדורך אפאר עסקנים, וואס האבן לכאורה א געלט אינטערעסע, אבער האבן דאס געמאכט ווי עפעס א הייליגער אווענט. איך וויל אייך מיטטיילן אביסל וואס עס האט זיך אפגעטאן אונטער די קוליסן:

ווען די עסקנים האבן אנגעהויבן ארומגיין צו די רבנים, איז דער ערשטע דאגה פון די רבנים געווען ווי אזוי גייט דאס מיר אפעקטירן. ווי גיי איך זיצן. גייט מיינס א חסיד רעדן. גיי איך עפעס האבן דערפון. אויב יא, פיין, וועל איך אוודאי מיטשטיין און ארויסנעמען מיין כבוד. אויב נישט, אויב זאל חלילה וחלילה מיין קרוין ווערן גערירט איין טראפעלע, דעמאלט איז דער היינט נאכטיגער אווענט קעגן די תורה. דעם תירוץ פארוואס עס איז אסור וועט מען שוין טרעפן. אבער אויב זאלן מיינע תאוות נישט ווערן פארפילט, דעמאלט דע העק וויט איט.

איר פארשטייט? היינט נאכט וואס דארף צו זיין א נאכט ווי מיר זאלן פארלאנגען פון ענק זיך שטארקן איבער ענקערע נסיונות פון נוצן א סמארטפאון אדער אנטאן דעם שייטל וואס איר האט ליעב, קען נאר צושטאנד קומען אויב די תאוות פון די רבנים ווערן פארפילט ביזן לעצטן טראפּ.

טעג און וואכן פאר די אסיפה האבן די עסקנים פארברענגט דאס אהערצושטעלן. אויב מיינט איר אז די טעג און וואכן האט מען פארברענגט דאס מערסטע צייט מיט אדורך טראכטן וואס מען גייט רעדן, אדער ווי אזוי ענק צו העלפן, האט איר א גרויסער טעות. דער גרעסטער טייל פון די הכנות איז געווען איבער תאוות פון אונז רבנים. די עסקנים האבן עוסק געווען לילות כימים זיכער צו מאכן אז אונזערע תאוות ווערן פארפילט הונדערט און איין פראצענט, ווייל אויב נישט, אך און וויי, מיר וואלטן דאס גע'אסר'ט ווי חזיר.

און יעצט נאכדעם וואס אונזערע תאוות זענען פארפילט, נאכדעם וואס מארגן גייען מיר קענען לעקן דאס ביינדל אין די פיקטשער בוקס, שעמן מיר זיך נישט צו בעטן פון ענק מאמעס זיך נישט נאכצוגעבן אייערע רצוניות.

בכלל, ווי אזוי מיינט איר אז דער כינוס איז אראנזשירט געקומען? צענדליגער אינגעלייט האבן גענוצט זייער סמארטפאון דאס צו ארענזשירן. וואכן לאנג האט מען דאס געפאמפט אויף די וועב זייטלעך. טיקעטס האט מען פארקויפט אנליין. מארגן גייען מיר ארומשיקן די בילדער אויף אלע אנליין פורומס, פון די נייעס זייטלעך ביז אונזער אייגענע אימעיל סיסטעמען. וויל דאס איז זייער וויכטיג פאר אונז. די פיקטשערס ווי מיר רבנים האבן כבוד איז וואס געבט אונז כוח און געזונט. מיר וועלן נוצן דעם אינטערנעט פאר זאכן וואס איז אונז וויכטיג, בשעת מיר וועלן שארף פארלאנגען פון אייך נישט צו נוצן דעם אינטערנעט פאר זאכן וואס זענען וויכטיג פאר אייך.

ווייל ענקער עבודת הקודש פון מחנך זיין ענקערע קינדער איז פאר אונז בכלל נישט וויכטיג. מיר קערן נישט איבער אייער מיה און פלאג. מיר רבנים קערן נישט אויב איר מוטשעט זיך. מיר האבן נישט קיין שום רצון צו מאכן ענקער לעבן גרינגער.

אונז האמיר געהאט דאס עזות ענק איינצוטיילן ווי אזוי זיך אנצוטאן. אונז האמיר ענק מסביר געווען אז איר זענט שולדיג אין די נסיונות פון די מענער! איר פארשטייט? איר הערט ווערטער? אונז מענער קענען נישט ביישטיין אונזערע נסיונות, ממילא זענען מיר גוזר אויף ענק בייצושטיין ענקערע נסיונות! אונז וואס קיין איין נסיון זענען מיר נאכנישט בייגעשטאנען, קיין איין קליינע נסיון האבן מיר נישט דעם כוח צו ביישטיין, פארלאגן פון ענק פרויען בייצושטיין איינע פון די גרעסטע נסיונות פאר א פרוי!

דער אינטערנעט ברענגט נישט אונטער אידישקייט, אלעס אין זכות פון די אידישע מאמעס

מאמע טייערער, מיר האבן געגרייזט! עס איז געקומען די צייט אז איר זאלט זיין די וואס פירן דעם חינוך פון ענקערע קינדער. עטץ טוטס א געוואלדיגן ארבעט.

דער היינטיגער דור איז אן ערליך, לעכטיג דור! א דור ווי א הויכע ניינציג פראצענט קינדער בלייבן על דרך התורה והעבודה. ווי כמעט יעדעס קינד בלייבט א שומר שבת. דאס איז אלעס צו פארדאנקען ענקער טרערן און ארבעט, אידישע מאמעס.

חטאנו וטעינו. מיר זענען מודה אין אונזער טעות! שוין צוויי-צענדלינג יאר וואס מיר רבנים שרייען אז דער אינטערנעט גייט אראפפירן ענקערע קינדער פון אידישן וועג. געלויבט קודשא בריך הוא ושכינתי' אז דאס איז נישט געשען. פארקערט גאר, אסאך טענה'ן אז במשך די לעצטע צוויי-צענדלינג יאר פאלן ווייניגער קינדער אראפ פון דרך! מען קען זיך דינגען דערויף, און דאס דארף א טיפערע באהאנדלונג, ואי"ה עוד חזון למועד, אבער דאס איז זיכער אז דער מאסן אויסוואנדערונג מיט וואס מיר האבן אייך דערשראקן, איז קיינמאל נישט געשען.

מאכט אויף אייערע אויגן און קוקט אויף די קינדער וואס זענען אראפ פון דרך און איר וועט דארט טרעפן קינדער פון שטובער ווי די עלטערן האבן קיינמאל נישט באזוכט דעם אינטערנעט און קינדער וואס די עלטערן האבן אינטערנעט צוטריט טאג טעגליך. א טייל קומען פון שטובער ווי די מאמע גייט אנגעטאן אפ טו דעיט, און טייל פון שטובער ווי די מאמע גייט אנגעטאן מיט א שפיצל און שמירט זיך קיינמאל נישט. מיר האבן נישט קיין הארטע באווייזן, אבער עס זעהט נישט אויס אז די קינדער פון איין מין שטוב פארן אפ מער פון די קינדער פון אנדערע מינע שטובער. אויב עפעס יא, זעהט אויס אז עס זענען דא מער קינדער פון פארמאכטע שטובער וואס זענען ליידער אראפ פון דרך. קען זיין אז עס איז נישט אזוי. אבער דאס איז זיכער אז קיינער קען נישט ווייזן אז קינדער פון מאמעס וואס האבן אינסטעגרעם פארן אפ מער ווי די קינדער פון די מאמעס וואס האבן נאר דעם צאינה וראינה.

נביאיך חזו לך שוא. מיר רבנים, די עיני העדה, האמיר זיך טועה געווען. דער אינטערנעט האט נישט אינטערגעברענגט אידישקייט. און דאס איז אלעס צו פארדאנקען ענק אידישע מאמעס!

מיר רבנים האבן נישט גוט אפגעשאצט דעם עתיד. איר אידישע מאמעס האבן געוויזן אז איר האט די כלים און כוחות מחנך צו זיין ערליכע אידישע דורות, נאמנים להשם ולתורתו, נישט קיין חילוק די נסיונות הדור!

איר האט דעם ריכטיגן שליסל פון חינוך!

עס איז געקומען די צייט וואס אונז רבנים גיימיר זיך טוישן. פון היינט און ווייטער גייען מיר מער ענק נישט זאגן וואס צו טאן. און ענגליש איז דא א ווארט: If it ain't broken, don't fix it. דער אידישער חינוך פון ענק מאמעס איז נישט צובראכן. אויב עפעס איז דער חינוך און די בתי חינוך פון אונז רבנים עפעס וואס דארף א תיקון גדול.

גזירות וחרמות פון מענער אויף פרויען איז א טעות

הייליגע מאמעס, בבושת פנים קומען מיר צו ענק בעטן מחילה. מיר זעהן איין אז די אלע גזירות וחרמות פון די אלע יארן זענען געווען א טעות. בפרט דארפן מיר ענק איבערבעטן פארן ענק טריטען אויף א נידעריגערן שטייגער ווי מענער.

מיט די אינטערנעט תקנות האמיר מיר מער מחמיר געווען אויף פרויען. עס זענען אפילו דא קהילות וואס לאזן בכלל נישט קיין פרויען האבן סמארטפאונס. דער פרוי מעג פירן א שטוב, מעג אפילו פירן א ביזנעס, אבער זי טאר נישט האבן די כלים איר צו העלפן. דער מאן? ער מעג. ווייל ער אוודאי האט דאך אסאך ווייניגער נסיונות פונעם פרוי...

מיר לאזן אייך נישט דרייווען, ווייל איר וועט דאך אוודאי גיין אויף טריפה פלעצער. מענער גייען פשוט נישט אויף אזעלכע פלעצער...

אויב האבן חשובע רבנים מתקן געווען אן עירוב אז איר זאלט קענען ארויסגיין פון דערהיים שבת, האבן מיר עס אוודאי גע'אסר'ט. נאך אלעם, קען דאס אונז רבנים, מענער, ברענגען נסיונות! מיר זענען נישט גרייט זיך צו שטארקן אויף אונזערע נסיונות, דעריבער דארפן ענק חשובע פרויען זיך שטארקן אויף ענקערע נסיונות.

מענער גייען ארויס יעדע נאכט צו "מנחה מעריב", גייען צום שיעור ווי מען לערענט און פארברענט. זיי האבן וואכנאכטס, קומזיצן, פארן אויף קברי צדיקים, ועוד ועוד, בשעת פאר ענק פרויען האבן מיר גע'אסר'ט יעדע סארט פארברענג. יעדער פלעי איז אסור, יעדער קאנצערט איז מעכב ביאת משיח צדקינו. אויב ווילן ענק קוקן סטעטוס פון "שעף חיה", ווארפן מיר ארויס ענקערע קינדער פון די מוסדות.

בשעת מיר רבנים פארן אויף וועקאציע בארבע פינת העולם, און מיר זיצן אין הערלעכע פאלאצן אין רייכע געגנטער, ווי מיר רוהן זיך אויס פון די שווערע ארבעט פון ענק זאגן מוסר, זענען ענק מאמעס פארנומען אינדערהיים מיט די שווערע ארבעט פון זיך אפגעבן מיט ענקערע טייערע קינדערלעך. בשעת מיר מיט אונזערע קינדער וואוינען אין גרויסע שיינע דירות, זיצן ענק אין קליינע דירות מיט קינדער-געבענטשטע משפחות, אבער מיר האבן נאך די העזה ענק צו זאגן אז זיך גיין אפרוהן אפאר טאג אין פלארידע איז א דבר אסור — בו בזמן ווען מיר רבנים זיצן טאקע אין דעם גע'אסר'טען פלארידע אדער די אלפן בערג.

דער גורל וואס מיר האבן באשלאסן פאר אייך פרויען איז צו זיצן אינדערהיים און זיך פלאגן מיט די קינדער. אבער אויב דארפט זיך אויסלופטערן אביסל, האבן מיר זיכער געמאכט אז איר זאלט נישט קענען.

איר דארפט אונז פארשטיין. די אלע תקנות ווערן געמאכט פון רבנים, מענער. מיר פארשטייען דעם מאן, מיר פארשטייען אז א מאן דארף האבן זיין אַוטלעטס. אבער איר פרויען? זיצט אינדערהיים און האט נישט קיין שום הנאת עולם הזה.

דער היינטיגער כינוס איז א סעמפל דערפון. דער כינוס איז פאררופן געווארן דורך מענער, דער ועד פון דער אסיפה איז מענער, אפילו די רעדנער פון היינט נאכט זענען נאר מענער! קיין איין פרוי האט נישט דעם זכות הדיבור צו פרויען! ווייל איר פרויען זענען נישט גענוג קלוג, איר פארשטייט נישט, איר ווייסט נישט. מענער האבן באשלאסן אז מען גייט רופן פרויען צו א כינוס, כדי די מענער זאלן ענק קענען זאגן וואס צו טוהן. מיר מענער וועלן אייך מחנך זיין און הייסן וואס איר מעגט און וואס איר טארט נישט.

צעברעכן אידישע שטובער מאכט אז קינדער זאלן ליידער אפפארן

אבער עס גייט נאך אביסל טיפער פון דעם.

א חלק פונעם פלאן פון היינט נאכט, דער תוצאה וואס מיר ערווארטן איז, אז איר נשים צדקניות זאלן אהיים גיין פון דא דערשראקן און צורידערט, כדי איר זאלט נעמען עקשאן. מיר דארפן אייך דא מסביר זיין אז פאר די עתיד פון ענקערע קינדער, קען אייער מאן נישט האבן קיין סמארטפאון.

איך רעד שוין נישט פונעם שקר וואס ליגט אונטער דעם, ווי אויבן דערמאנט, אבער דער חוצפה פון אייך אנהעצן אויף ענקערע מענער אונטער דעם מאנטל פון עתיד דורותינו איז עד אין לשער.

נאך יארן פון פראפגענדירן אנטקעגן סמארטפאונס, נאך אלע כינוסים, נאך אלע ווארענונגען, נאך אלע סטראשונגען, האבן נאך אלץ דער גרויסער רוב פון די מענער סמארטפאונס. נאכן פראבירן צו נוצן די קינדער אלץ שטעקן, גייט מען היינט נאכט נוצן אייך פרויען. דער פלאן איז אז נאך אלא שרעקעדיגע דרשות גייט איר אהיים גיין און לייגן פרעשור אויף אייער מאן אוועקצולייגן זיין סמארטפאון.

וואס מיינט איר גייט פאסירן דערנאך? שלום בית'ער גייען זיך צוברעכן. אייער היים גייט ווערן א war zone. איר גייט פארלאגן פון אייער מאן עפעס וואס ער גייט אייך נישט נאכגעבן. איר גייט ווערן צובראכן און ער גייט ווערן פארווייטונגט. צום בעסטענס פאל, גייט אייער מאן באהאלטן דעם סמארטפאון פון אייך. אבער א סמארטפאון גייט ער האבן. ער גייט נישט אויפגעבן אויף קוקן סטאטוס, זיין אויף גרופעס מיט זיינע חברים, און דעם צוויי-מינוטיגן טעגלעכן חיזוק קליפ פון זיין משפיע. אנדערע וועלן זיך סתם אזוי אנפייפן און נוצן דעם סמארטפאון אפענערהייט, און דער שלום בית אין ענקער שטוב גייט גיין אגאנג.

דער היינטיגער כינוס איז פאררופן אונטערן מאנטל פון עתיד דורתינו. מען גייט ראטעווען די דורות. עס איז נישטא קיין גרעסערער חורבן הדורות פון האבן שטיבער ווי עס הערשט נישט קיין אהבה ואחווה.

קינדער וואקסן אויף געזונט ברוח ובנפש ווען זיי וואקסן אויף אין א ווארעמע אטמאספער. ווען זיי זעהן עלטערן וואס רעספעקטירן איינער דעם אנדערן. ווען זייער היים איז א פלאץ ווי זיי פילן זיך רואיג. ווען זייער היים איז א סעיף זאון, ווי זיי פילן זיך באקוועם און אפגעווארט. ווען זייער טאטע און מאמע האבן זיך ליעב אהבת נפש.

דאס גייען מיר היינט צו ברעכן. אונטער דעם נאמען עתיד דורתינו גייען מיר שאפן מחלוקת אין ענקערע שטובער, אזוי אז ענקערע קינדער גייען וועלן אנטלויפן.

פארן עתיד פון ענקערע דורות, גייען מיר צוברעכן אייער שלום בית!

אנשטאט אונז רבנים זאלן זיין פארנומען מיט זאגן דרשות און האבן כינוסים אויף ריכטיגע שלום בית, וואס איז דער יסוד פון האבן גוטע קינדער, אנשטאט מיר רבנים זאלן האלטן אין איין אויפאדערן אז אין ענקער שטוב זאל הערשן הארמעני, אנשטאט מיר זאלן רופן פראפעשינאלס וואס זאלן ענק געבן די כלים ווי אזוי מחנך צי זיין די קינדער, זאגן מיר דרשות וואס גייט דאס אלעס צוברעכן.

וויפל ווארעמקייט גייט שוין זיין אין א שטוב ווי דער מאמע איז ברוגז אז דער טאטע האט א סמארטפאון און דער טאטע איז ברוגז אז דער מאמע דרייט אים דעם קאפ? וויפל שלום בית קען זיין אין א שטוב ווי דער מאן באהאלט פונעם ווייב זיין סמארטפאון און צווינגט אים צו לעבן א באהאלטענעם לעבן פון איר? און פון אזא הויז, ווילן מיר אז עס זאלן ארויסקומען געזונטע ערליכע קינדער!?

און מיר פארקויפן דאס גאר אלץ ראטעווען דעם דור!

אויב עפעס, דארף מען ראטעווען דעם דור פון אונז רבנים! מען דארף ענק ראטעווען פון אונז כדי איר זאלט האבן די גראדע געדאנקענגאנג און די כוחות הנפש מחנך צו זיין ענקערע קינדער מיט א נארמאלען חינוך.

מיר גייען זיך טוישן

דאס טוישט זיך היינט. פון היינט מאל אן, גייען מיר זיך אריינלייגן ראשו ורובו ווי אזוי אייך צו העלפן מחנך זיין אונזערע קינדער. פון היינט און ווייטער גייען מיר אויפהערן מיטן ענק נעמען אויף א כסדר'דיגען גילט טריפ. פון היינט מאל אן גייען מיר אייך נאר געבן חיזוק. מיר גייען אייך געבן די כלים צו קענען אויפציען א דור נאמן.

מיר רופן דא אויס מיט פאטאס: יעדע מאמע וואס זיצט דא גייט אריין אין גן עדן תחת כסא הכבוד. קיינער דא גייט נישט זעהן דעם טיר פון גיהנום, נישט קיין חילוק ווי אזוי זי גייט אנגעטאן אדער מיט וואספארא כלים זי באנוצט זיך גרינגער צו מאכן איר לעבן. די צער און עגמות נפש, די פלאגענישן און לאנגע נעכט, די כוחות הגוף והנפש וואס עטץ האטס געגעבן פאר די קינדער, דאס אלעס גייט גראד ארויף אין הימל. דאס גאנצע פמליא של מעלה שטייט און קוקט ווי אזוי איר הייליגע מאמעס טוהן ענקער שליחות בשלימות. יעדער מינוט וואס איר זענט אויף ביינאכט, איז נאך א מלאך. יעדע באטל וואס איר געבט פאר א קינד געבט אייך צו נאך גן עדן. יעדן סאפיר וואס איר קאכט, יעדע פעמפער, יעדעס מאל גיין צום דאקטער, יעדעס קיש פאר א קינד, די שווערע ארבעט יעדן צופרי צו גרייטן די קינדער צו כאפן דעם באס, אלעס וועט אייך אקעגן קומען אויף יענע וועלט.

ווען איר אידישע מאמע גייט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט דער בית דין של מעלה ארויפלייגן אויף די רעכטע זייט פונעם וואגשאל אלע אייער פלאג און מיה, שוועריקייטן און מיטמאכענישן, דאס ליעבשאפט און איבערגעגעבקייט צו די קינדער, צענדליגער יארן הארעוואניע, כוח און מוח, געוויין און געבעט, די לאנגע טעג און וואכן, חדשים און יארן, אלע מצות ומעשים טובים פון אייערע קינדער און קינד'ס קינדער. אויף דער לינקער זייט גייט זיין אייער סמארטפאון מיט אייער שייטל, און אפשר אפאר לשון הרע'לעך. דער וואגשאל וועט אראפקנאקען אויף דער רעכטער זייט פון דעם שווערן וואג! דער בית דין של מעלה וועט פסק'נען גן עדן אן טראכטן צוויי.


גלייבסט מיר טייערע אידישע מאמעס, מיר רבנים קענען אפילו נישט משיג זיין דאס שווערע ארבעט וואס איר טוט. עס איז נישט מעגליך פאר אונז וואס זיצן על מי מנוחות דאס צופארשטיין. אונז וואס מיר זענען פארנומען מיט מיך, זיך און איך קענען זיך נישט פארשטעלן וואס עס מיינט זיין א מאמע וואס איז פארנומען יומם ולילה מיט יענעם. צוליב דעם גייען מיר אויפהערן ענק צו קריטיקירן, און אנהויבן ענק צו העלפן מיט וואס מיר קענען.

כדי מחנך צו זיין געזונטע ערליכע קינדער, דארף מען האבן א רואיגע מאמע. אויב עפעס איז דער גורם פאר קינדער זיך צו זיכען אנדערע דרכים, איז עס אנגעצויגענע שטובער. אויב עפעס איז דער גורם אז אונזערע קינדער בלייבן ביי אידישקייט, איז עס רואיגע שטובער. ווי מער אידישקייט איז שיין, אלץ מער ווילן די קינדער בלייבן. ווי שווערער אידישקייט איז, אלץ מער ווילן זיי אנטלויפן דערפון.

פארן עתיד פון די קומענדיגן דור, דארפן מיר האבן מאמעס וואס האבן די כוחות הגוף והנפש צו טוהן די שווערע ארבעט פון מחנך זיין די קינדער אין א באטעמטע אטמאספער. כדי דאס צו האבן, מוזן מיר זיכער מאכן אז די הייליגע מאמעס באקומען זייערע געברויכן. זיי קענען ניצן אלע מיטלן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן זיך צו פארגרינגערן דאס לעבן, בתוכם דער אינטערנעט. זיי דארפן זיך קענען אויסבלאזן אויף גרופעס, ליינען סטעטוס, גיין אנגעטאן ווי אזוי עס מאכט זיי פילן גוט, זיך באטייליגן ביי מסיבות און קאנצערטן וואס נעמען זיי אביסל אוועק פון די אנגייענדיגע פרעשור.

מאמעס דארפן קער נעמען פון זיך כדי זיי זאלן קענען קער נעמען פון די קינדער!

רעזאלוציעס פונעם כינוס

צוליב דעם האבן מיר רבנים באשלאסן די פאלגענדע החלטות פונעם היינט נאכטיגן אסיפה:

1. מיר גייען ענק מער נישט איינטיילן אויב איר מעגט האבן אינטערנעט אדער א סמארטפאון. אדרבה, אויב א מאמע דארף עס האבן זיך צו פארגרינגערן דאס לעבן, כה לחי. אויב א מאמע דארף עלי עקספרעס צו קויפן קליידער פון דערהיים פאר אירע קינדערלעך און נוצן די צייט וואס עס וואלט גענומען צו גיין צום געשעפט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, איז אוודאי חשוב און טייער אז זי זאל נוצן דעם אינטערנעט. אויב דארף די מאמע וואטסעפפ כדי צו פארברענגען אויף גרופעס זיך ארויסצובלאזן נאך א שווערן טאג, איז אודאי רעכט אז זי זאל אזוי טוהן.

2. איר זענט מער נישט שולדיג אויף די טראגעדיעס וואס געשען ליידער פון צייט צו צייט. איר זענט דאס טייערסטע וואס כלל ישראל פארמאגט און ענקער אויפפירונג פארמיידט גאר טראגעדיעס. פון היינט און ווייטער, נאך יעדן טראגעדיע, גייען מיר פארלערנען דעם משנה אין אבות: חרב באה לעולם על ענוי הדין, ועל עיוות הדין, ועל המורים בתורה שלא כהלכה; מארד קומט אויף דער וועלט צוליב רבנים וואס האלטן אפ א פסק דין, צוליב רבנים וואס פארדרייען דעם דין, און צוליב רבנים וואס פסקענען נישט ווי די הלכה — רבנים וואס זענען מתיר אן איסור אדער אסר'ן א זאך וואס איז מותר! מיר וועלן פילעווען אין די גמרא (שבת) וואס זאגט: אם ראית דור שצרות רבות באות עליו, צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל; אויב זעהט מען א דור וואס האט אסאך צרות, דארף מען זיכן ביי די דיינים, ווייל אלע טראגעדיעס וואס קומען אויף דער וועלט, קומט נאר צוליב די דייני ישראל!

3. מיר גייען זיך מער נישט ווארפן מיט ענקערע נשמות. מיר געבן ענק א גארענטי אז אלע ענקערע קינדער גייען קענען זיין אין ישיבה. מיר וועלן מאכן זיכער אז יעדע ישיבה איז צוגעשטעלט פאר יעדן בחור. אין ספעציעלע פעלער, וועלן מיר זיכער מאכן אז אייערע קינדער קומען אן צום ריכטיגען פלאץ. אבער איר האט אונזער הבטחה אז כי לא ידח ממנו נדח, מיר גייען נישט אוועקווארפן קיין איינעם פון ענקערע קינדער. יעדעס קינד וועט ווערן באגלייט מיט אלעם וואס ער דארף.

און איך וויל מסיים זיין מיט די גמרא (שבת) וואס זאגט: ואין הקדוש ברוך הוא משרה שכינתו על ישראל עד שיכלו שופטים ושוטרים רעים מישראל; דער אייבערשטער וועט נישט מאכן רוהן זיין שכינה אויף כלל ישראל ביז עס וועלן זיך ענדיגן די שלעכטע שופטים ושוטרים ביי כלל ישראל. אין וועמענס זכות וועלן מיר יא אויסגעלייזט ווערן, בזכות נשים צדקניות נגאלו, דער גאולה שלימה גייט נאר קומען בזכות די הייליגע מאמעס פון כלל ישראל, וואס זענען מחנך א דור וואס איז ראוי מקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב בימינו אמן.
פאר קאמענטארן שרייבט צו: baalbamov@gmail.com
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

Wowאזא גוטע דרשה? Next level
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

זייער גוט זאגסטו.

איינער שרייבט אויף וואטסאפפ:

”אלע רבנים וואס האבן אזויפיל איבריגע צייט און זענען ביזי נאר מיט די פרויען זאלן עפענען א ישיבה פאר די הונדערעטער בחורים וואס דרייען זיך ליידיג אין די גאסן אין זיך אפגעבן מיט זיי וועלן זיי מער אויפטון!!!”
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ממש הפלא'דיגע דבורים, הגם עס איז יש מקום לחלוק אויף געוויסע חלקים, איז אבער די עיקר געדאנק געוואלדיג און ריכטיג
עס איז נאר א שאד אז די האסט אויסגעכאפט די דרשה וואס די וויענע רב האט זיך געהאט אנגעגרייט פאר די היינט נאכטיגע אסופה, יעצט וועט ער שנעל מוזן טוישן און אויפקומען מיט א נייע דרשה... lol

הרב בעל בעמיו, די מיסט אריינקומען אפטער...
עס מוז נישט זיין אזוי לאנג און אויסגעפיצט, מיר זענען מסכים פאר קלענערע ארטיקלען אויב קומט עס מער אפט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

עצי שטים האט געשריבן:הרב בעל בעמיו, די מיסט אריינקומען אפטער...
עס מוז נישט זיין אזוי לאנג און אויסגעפיצט, מיר זענען מסכים פאר קלענערע ארטיקלען אויב קומט עס מער אפט...
קוק דא אנהייב שטיקל
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

אין מילים.

איך האב אסאך געטראכט וועגן די רעזולטאטן פון די כינוס און וואס עס גייט מיר עפעקטירן. עס איז נישט געווען אזוי געשמאק. אבער פאר אזא דרשה האב איך מיר נישט גערישט. עס האט זיך שוין אלעס געלוינט.

גיי מיר דאס ארויספרינטן פאר די בני בית צו לעזן.

יישר כח. שמך נאה לך כמו שנאמר לא יטמא בעל בעמיו להחלו.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

איך בין גרייט צו sponsor די פארשפרייטונג פון די חשובע דרשה. ווער עס קען טון דערין וועל איך באצאלן העפליך.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

כ'האב געמוזט אריינקומען צעברעכן מיין לייק קנעפל פאר די הייליגע דברים כדברונות ווען רבי'ס מיט מיליאנען דאלארן אין ריעל עסטעיט האבן נישט קיין אנדערע מצוות נאר צו פייניגן אידישע מאמעס און זיי העצן קעגן זייערע מענער און אנשרעקן ביז דעם זיבעטן ריפ איבער זייערע קינדער.
איך וועל זאגן מיין דרשה:
טייערע מאמע, דו ביסט גוט, דו טוסט א הייליגע ארבעט לויט די בעסטע פון דיינע מעגליכקייטן, אז דו מאכסט אמאל א טעות איז אויך נישט געפערליך. דו מעגסט ווייטער זיין אויף אינסטאגראם פאלאוען אפאר סעלף העלפ גורוס וואס געבן דיר חיזוק, זיי העלפן דיר איבערקומען דיין טראמאטישע יוגנט און געבן דיר נוצליכע כלים וויאזוי צו דיעלן מיט סטרעס און ענקזייעטי.
מעגסט ווייטער זוכן מציאות אויף געפ. ס'איז אפילו נישט קיין עוולה דו שמייכלסט פון לאה פארסטערס טיכל טוסדעי צווישן ווישן איין פעקל און דער אנדערער און אריינלייגן נאך א לאוד אין די דרייער.
מעגסט אפילו זען ברכי זשאפי'ס מוזיק ווידעאס און חי קאגאנס קאנצערטן אויף יו טוב. דו ביסט פערפעקט וויאזוי דו ביסט. דיין מאן איז פערפעקט וויאזוי ער איז און דו זאלסט אים נישט נאכקוקן. ער טרייט זיין בעסט סיי ווי. דיינע קינדער זענען לעכטיג און וועלן ווייטער זיין לעכטיג. דיין בחור'ל מעג האבן א סענסע קליפ ווי ער הערט געגנבעטע טרעקס פון בבליפא וואס ער האט באקומען פון זיין חבר. זיין טאג איז גענוג לאנג אז אפילו ער זעט אמאל די אונטערן אויף א קאנווערטעד עם פי טרי פייל איז עס אויך א גוטע זאך.
אלעס איז גוט. אידישקייט איז גוט. דאס לעבן איז גוט. נעם א טיפן אטעם, אלעס איז אין בעסטן ארדענונג, דו טו נאר ווייטער וואס דו טוסט די בעסט.
די ענד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך!!!
געליינט יעדע ווארט צוויי מאל
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

נאך א מזל אז רוב סאפער פאוער רבנים זענען קאראפטירט, אזוי קען מען שרייען, הע דו ליידיגייער די זאג מיר נישט קיין מוסר,

אבער ווינע רב האט נישט קיין פאלאצען און ווארפט זיך נישט מיט בחורים, און די זעלביגע איז, דאך זיך, מיט פאפא רב און נאך צענדיגלע קלענערע רבנים מיט דיינימ'לך,
פארפאלען רובם הגדול פון די היימישע מנהיגים האלטן, מיט אן אמת, אז אינערנעט מיט סמאטפאונס זענען א חורבן און זיי מיינען ערענסט.
און די האלסט אנדערש דאן קום אריין מיט קלאר מיט דיין שיטה,
נישט זאג, נע די קאראפטירטע רבנים האבען ב"ה געטראפן אויף ארויפצוורפן די צרות הדור
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך פיניע »

זיי האבן שוין פראבירט מיט די מענער, וועפענייזט די חדרים, אין אינדאקטרענירט די קינדער. צייט איי געיס די מאביליזירן די פרויען אנטקעגן די מענער. פאר אונז בלייבט איבער צי זיצן אין וואטשן די פריעק שוי.
Free country, authoritarian town
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

moody האט געשריבן:נאך א מזל אז רוב סאפער פאוער רבנים זענען קאראפטירט, אזוי קען מען שרייען, הע דו ליידיגייער די זאג מיר נישט קיין מוסר,

אבער ווינע רב האט נישט קיין פאלאצען און ווארפט זיך נישט מיט בחורים, און די זעלביגע איז, דאך זיך, מיט פאפא רב און נאך צענדיגלע קלענערע רבנים מיט דיינימ'לך,
פארפאלען רובם הגדול פון די היימישע מנהיגים האלטן, מיט אן אמת, אז אינערנעט מיט סמאטפאונס זענען א חורבן און זיי מיינען ערענסט.
און די האלסט אנדערש דאן קום אריין מיט קלאר מיט דיין שיטה,
נישט זאג, נע די קאראפטירטע רבנים האבען ב"ה געטראפן אויף ארויפצוורפן די צרות הדור
די עיקר פראבלעם וואס רבנים האבן מיט סמארטפאונס איז אז זיי האבן שוין מער נישט די ווארט ביים ציבור.
זיי זעען עס ווי א דירעקטע שטער פאר זייער תאוות השררה, כבוד וממון.
זיי האבן געארבעט ביטער שווער זיך ארויף צודראפן אויפן לייטער, און דא קומט א כלי וואס גיבט יעדעם אייניגע רעכטן. היו לא תהיה!

אפשר דער סקולענער מיינט עס לש"ש.
ר' שמואל ניימאן איז דאך מחולק.
אלו ואלו דברי אלוקים חיים ופוק חזו מאי עמא דבר.
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

דו כאפסט אן דעם סקולענער ווייל ער איז באקאנט אלץ א תם, דער אמת איז אבער אז רוב רבנים האלטען אזוי, און רוב רבנים זאגען עס נישט וועגן זייער תאוות השררה וממון, נאר זיי מיינען עס ערענסט,
-
ווי קען מען הערן/ליינען ר"ש ניימאן'ס שיטה?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מיין דרשה פארן כינוס נשי כלל ישראל

שליחה דורך קל וחומר »

moody האט געשריבן:דו כאפסט אן דעם סקולענער ווייל ער איז באקאנט אלץ א תם, דער אמת איז אבער אז רוב רבנים האלטען אזוי, און רוב רבנים זאגען עס נישט וועגן זייער תאוות השררה וממון, נאר זיי מיינען עס ערענסט,
-
ווי קען מען הערן/ליינען ר"ש ניימאן'ס שיטה?
אפשר קענסטו מיר אנצייגן איין רב/רבי וואס נעמט נישט קיין געלט פון מענטשן וואס פארמאגן א סמארטפאון?

וואס טוט זיך מיט אלע פאליטיקלעך מיט וואס זיי זענען באשעפטיגט? איז דאס אויך לש"ש?
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

מ'כאפט נישט אן סקולענע רבי ווייל ער איז א תם. ער איז פונקט אזא תם ווי אסאך אנדערע רבי'ס.

נאר וואס דען? משאצט עס אזוי; וועלכע רבי וואלט אוועק געגעבען אלצדינג, אפילו טאמער קיינער וועט קיינמאל נישט וויסען אים צו גיבן קרעדיט?! נאר צו ראטעווען השם'ס תורה!!

סקולענע רבי פאלט אריין אין די קאטעגאריע. על כל פנים אזוי האלט די וועלט פון אים. ס'קען זיין אז נאר א תם קען דאס באווייזען. אבער ס'איז נישט זיין תמימות וואס רעדט דא. ס'איז פשוט אז ער מיינט עס אמת'דיג.

פאפא, וויען, ביידע סאטמאר, ביידע באבוב, רוב וויזניץ, וכו'. זיי זענען לכאורה נישט רבי'ס וואס וואלטן זיך מוסר נפש געווען אויב קיינער גייט קיינמאל נישט וויסען דערפון זיי צו געבן קרעדיט. קען זיין אז אט דאס מיינט 'נישט זיין קיין תם'. אבער אז מ'איז אויפריכטיג ווייסט מען אז זיי מיינען פשוט שררה, כבוד און ,ego. מ'ווערט נישט קיין רשע מרושע דערפאר. אבער אז מ'שרייט א קאפ אונזער ווייבער ווען מ'מיינט עס נישט באמת אמת'דיג איז מען יא א רשע מרושע.

גראדע רבי שמואל ניימאן קען זיין וואלט זיך מוסר נפש געווען צו העלפען כלל ישראל אפילו קיינער גייט קיינמאל נישט וויסען אים צו גיבן קרעדיט.

מ'קען קיינמאל נישט וויסען וואס ליגט אין די נשמה פון א רבי. אבער כלל ישראל האט א שמעק. ווי די נועם אלימלך זאגט פאריגע וואך. די מלאכים ווייסען נישט די מחשבה פון א מענטש אבער זיי האבן א שמעק אויף א תפילה אויס ס'איז גוט אדער נישט. און וועגן דאס קען מען נישט דאווענען און אראמיש. ווייל דארט ארבייט נישט די שמעק. עיי"ש. ס'איז דא מושג פון שמעקען. ס'מיינט נישט smelling cells. ס'מיינט מ'קען דערקענען עפעס אן קענען טאפן פונקט וואס. פונקט ווי שמעק האט מען ביז לעצטענס נישט געקענט טאפן. בקיצור, כלל ישראל שמעקט די רבי'ס און איך מיין אפילו א שטאלצע וויענע איד גייט נישט זאגן אויף הרב מ'וויען שליט"א אז ער וואלט געשטארבן פאר הונגער און סיביר, ווען קיינמאל גייט קיינער נישט וויסען ס'איז געווען ער, אבער ער איז זיך מוסר נפש אבי נישט מכשיל צו זיין צען טויזענט אידן מיט אינטערנעט. (און טאמער לעבט ער איבער גייט קיינער קיינמאל נישט וויסען אז ער האט געקענט ראטעווען די אידן פון אינטערנעט..) אבער סקולענע רבי אפשר יא.

אויך וואלט וויענע רבי זיך אויס געטענהט מיט גאט אויב ער איז זיך מגלה צו אים בסנה און זאגט אים אינטערנעט איז גוט. סקולענע רבי נישט.איינער מיינט זיך. איינער מיינט גאט. ביידע זענען שטארקע תם'ס און מיין opinion.

ווי האט רב שטיינמאן געשריגען אויף די ראשי ישיבה. ס'איז אלץ גאווה גאווה גאווה. אוודאי איז ויגבה לבו בדרכי ה', אבער דאס איז ווען ס'איז ווי יהושפט, ווען זיינע מעשים איז געווען אנטקעגן זיך אליין. Selfless. פארקערט ער וואלט זיך געקענט אסאך שאדען מאכן.

אבער מ'קען נישט זיין קיין שר ושופט צו פארדרייען טויזענטע פרויען זייער קאפ ווען ס'איז ממש נאר פון א פארדארבענע גאווה

פוק חזי וועלכע רב וואלט אוועק געגעבען זייער שול אויב ס'וועט אוועק נעמען צען טויזענט סמארטפאונס פון דעם עולם. כמעט קיינער. אלעס איז ego און שררה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

יענטס געלעכטער… עולם השקר במלוא מובן המילה… וויפיל שלום בית גייט ארויסקומען פון דעי כינוס? וויפיל אפגעפארענערע קינדער וואס גייען האלטן אז אלעס איז איין שטיק שקר גייט ארויסקומען פון דעי כינוס? יעדער רבי, רב, קומט נאר ווען ער ווייסט אז עס איז פאר זיין כבוד. וועגען דעים זענען אנדערע רביס נישט געקומען ווייל זיי האבן מורא געהאט אז זייען נישט באקומען גענוג כבוד. אלעס איז איין שטיק בלאף, שקר. און דער עולם מיז נעבעך נאכגיין כצאן לטבח… נעבעך נעבאך.

איך כהאלט אז דער וועקער דארף שרייבן אן ארטיקל אופצודעקען דעים שלייער פון די רבי׳ס, רבנים, וואס מיינען נאר זייער כבוד און געלט…
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאסל ראקאווער: דו האסט עס גוט מסכם געווען. נאר דער פראבלעים מיט סקולענע רבי (זצ"ל) וואס רעדט וועגן קאמפיוטערס, אינטערנעט און סמארטפאונס איז נישט ווייל ער איז א תם (קאפ). נאר ווייל ער איז אזא צדיק תמים וואס האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט געקוקט אויף א קאמפיוטער אדער אינטערנעט. ער האט קיינמאל נישט געהאט אדער געניצט א סמארטפאון. ער האט נאר געהערט וואס אנדערע האבן איהם געזאגט. וויענער רב/רבי איז אפשר נישט אזוי קארופט ווי א סאך אנדערע רבנים. אבער ער האט אויך פניות און חשבונות פון גאווה און שררה.

אין וויען איז א מנהג (קדמונים) אז אום ז' אדר, משה רבינו'ס יארצייט זאגט דער רב א הספד אויף די אלע צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן דעם פארגאנגענעם יאר. דעם יאר וואס הרב שטיינמאן איז נפטר געווארן האט ער אויך געזאגט א דרשה. און נישט דערמאנט הרב שטיינמאן. א איד וועלכער איז געווען א מרביץ תורה לרבים פאר צענדליגער יארן. און א מסתפק במועט. וואס האט נישט געדארפט פאר זיך מער ווי א שטיקל טרוקן ברויט און וואסער. און א פשוט'ע בעט. און א טיש און בענקל וואו ער איז געזיצן און געלערנט תורה לשמה.נאר ווייל זיינע אמת'ע דיבורים האבן נישט געשטימט מיט די סאטמאר'ע פאליטיק האט ער איהם בכלל נישט דערמאנט. דאס ווייזט אז ער איז אויך נישט אזא צדיק'ל ווי ער שטעלט זיך אהער...!
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

berlbalaguleh האט געשריבן:יאסל ראקאווער: דו האסט עס גוט מסכם געווען. נאר דער פראבלעים מיט סקולענע רבי (זצ"ל) וואס רעדט וועגן קאמפיוטערס, אינטערנעט און סמארטפאונס איז נישט ווייל ער איז א תם (קאפ). נאר ווייל ער איז אזא צדיק תמים וואס האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט געקוקט אויף א קאמפיוטער אדער אינטערנעט. ער האט קיינמאל נישט געהאט אדער געניצט א סמארטפאון. ער האט נאר געהערט וואס אנדערע האבן איהם געזאגט. וויענער רב/רבי איז אפשר נישט אזוי קארופט ווי א סאך אנדערע רבנים. אבער ער האט אויך פניות און חשבונות פון גאווה און שררה.

אין וויען איז א מנהג (קדמונים) אז אום ז' אדר, משה רבינו'ס יארצייט זאגט דער רב א הספד אויף די אלע צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן דעם פארגאנגענעם יאר. דעם יאר וואס הרב שטיינמאן איז נפטר געווארן האט ער אויך געזאגט א דרשה. און נישט דערמאנט הרב שטיינמאן. א איד וועלכער איז געווען א מרביץ תורה לרבים פאר צענדליגער יארן. און א מסתפק במועט. וואס האט נישט געדארפט פאר זיך מער ווי א שטיקל טרוקן ברויט און וואסער. און א פשוט'ע בעט. און א טיש און בענקל וואו ער איז געזיצן און געלערנט תורה לשמה.נאר ווייל זיינע אמת'ע דיבורים האבן נישט געשטימט מיט די סאטמאר'ע פאליטיק האט ער איהם בכלל נישט דערמאנט. דאס ווייזט אז ער איז אויך נישט אזא צדיק'ל ווי ער שטעלט זיך אהער...!
אינטערעסאנט אז די ברענגסט רב שטיינמאן. דייקא זיינע הוראות אויף גאווה און רבנות האב געלינקט דא אויבן.

קען זיין אז וויענע רב האט אים נישט מספיד געווען ווייל ער האט געהאלטן אז רב שטיינמאן וואלט אים (וויענע רב) סתם פארשריגען פאר א בעל גאווה. כמבואר ב'האלינק לעיל. האט ער געפילט guilty פון אים, און guilt blocks love האט ער אים אנשטאט פיינט געהאט.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

כאב גראדע געהאט געוואטשט די צוגעצייכענטע עונה פון שבבניקים, כ'אב אבער נישט צאמגעשטעלט אז דאס קומט פון הרב שטיינמן :lol:
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

@בעל בעמיו

דיין דרשה איז ארום געפארן אויף צענדליגע פרויען גרופעס און אסאך האבן באקומען inspiration.
איך האב זיך געדארפט איינהאלטן פון דערציילן אז דאס האט נישט אן עכטער רב געשריבן.
.I got voices in my head.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

פון וואנעט ווייסטו אז ער איז נישט קיין עכטער רב??
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

וואט א דרשה! די מעמד האט זיך גוט פארצויגן האט מען געמוזט קאטן פונקט דעם דרשה......!? די וויכטיגסטע פון די נאכט! שוין..... נישט באשערט.....
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ווען גייט מען מאכען א כינוס הרע בנים? און זאגען פאר די אלע אויפצוהערן קוקען אויף נשים. אויסער דעם דארף מען זיי זאגען אז דער באשעפער האט נישט געמאכט א טעות מיט דעם וואס ער האט באשאפן פרויען..

איך האב א שכן אן אזויגערופענע ראאאאאאוו. איך וויל נישט פורש זיין בשמו אבער דער חכם גייט אפעציעל מיט'ן שיטה אז אלע צרות אין די היינטיגע צייטען זענען די נשים שולדיג. ווען עס מאכט זיך עפעס על כל צרה שלא תבוא לייגט ער אלעס ארויף אויף די נשים

יענע פעקל? נשים
קאוויד? נשים
מענטשען גייען ל"ע פון די וועלט? אוודאי די נשים
פרנסה פראבלעמען? נשים
רעבנים ווערן נפטר ל"ע? ווייטער די נשים

וכו' וכו' וכו'

אבער די אלע וועלען דיר מתיר זיין א שטיקל חזיר יום כפור שחל בשבת "איף די פרייס איז רייט"
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט