השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" השכלה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" השכלה?

שליחה דורך שמן למאור »

די נושא קען אפשר אויפרעגן אדער ארויסברעגן בייז בלוט ביי געוויסע חברים וידידים דא, נישט יעדן טאג עפענט זיך אן אשכול וואס ברענגט אינטער פראגע צייכן די אויסגעהאלטנקייט פון אונזער באליבטע פלאטפארמע דא, אבער איך מיין באמת קיינעם נישט צו טריגערן, איך וויל פשוט דורכטון א נושא וואס באדערט מיר שוין באמת פאר א שיינע שטיק צייט, און איך וויל בלויז הערן וויאזוי מען קען עס אנקוקן פון א צווייטע קוק ווינקל, איז לאמער גראד ציגיין צום נושא

שוין פון אלטס אינג בחור'ל, ווען איך האב נאר געליינט אין די היסטאריע ביכער איבער די תנועת ההשכלה, האט מיר אייביג געבאדערט דעם קשיא, וואס האבן זיי געהאט צו פארקויפן?
מען ליינט די געפערליכע נסיונות וואס האט דאן געבאשזעוועט, גאנצעטע שטעט זענען פארכאפט געווארן אין השכלה, פארשטעלטע משכילים גרויסע תלמידי חכמים זענען אין געהיים געגאנגען אין ישיבות און פארשפרייט זייערע ביכער, און גאר די גוטע קעפ זענען געווען די וואס זענען ערשט פארכאפט געווארן, די צדיקים פונעם דור האבן געפירט א מלחמה כבידה, און די חתם סופר האט געמאכט דעם באקאנטן טיילונג

און איך שטיי אין איך שטוין? וואס האט שוין געקענט שטיין אין זייערס א ספר, וואס זאל אזוי אויפשאקעלען די יסודות הדת? אביסל ווייסט מען וואס זיי האבן געוואלט, די עולם זאל לערנען אביסל שפת המדינה, גיין מער גויאישע קליידונג, מאכן א געהעריגע אוועקגעשטעלטע חדר פאר אינגלעך, און א בית חינוך לבנות פאר מיידלעך, איינפירן אידישע צייטונגען, לערנען נ"ך מיט דיקדוק, מיט נאך אפאר שנוים, נו... וואס איז די גרויסע השכלה דא? ווי מאנכע ווייזן אהן, איז די היינטיגע חסידישע עולם גאנץ נאנט צו וואס משה מענדלסאהן און נפתלי הירץ וויזל האט געוואלט איינפירן

@יידל האט דא געשריבן
דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש, פון צייטונגען און מאגאזינען און אידיש און אין ענגליש, ביז זייגערס אין שולן, פון שאוערס אין מקוה ביז כשר'ע רעסטוראנטן, פון אידישע פיקציע און נאוועלן ביכער ביז לימודי חול למחצה לשליש ולרביע פאר די קינדער, פון א כמעט-גענצליך-אייראפעאישער לבוש ביז דאס אפלאזן מנהגים א שטייגער ווי שמש-קלאפן און פון חינוך מעטאדן ביז שלום בית מעטאדן
און איך וועל צילייגן אז אין אסאך חדרים לערנט מען שוין היינט אויך נ"ך, און געוויסטע פלעצער לערנט מען אפילו דיקדוק...

נו זעמער דאך היינט אלע משכילים, טא וואס האט אויסגעפעלט די טיילונג? איז דאס טאקע געווען אלעס וואס זיי האבן פארקויפט? אביסל צוצעפיצן אידישקייט? ארויפברענגען די ניווא פון אינטעליגענטס ביים עולם צו א העכערע דרגה? דאס איז געווען אזא חורבן הדור?

זאל היינט איינער אריינקומען אין א ישיבה מיט א רבנישע געשטעל, און צאמנעמען אפאר בחורים'לעך, נאך דערצו די מציונים פון די ישיבה, און אנהייבן צו האקן א קאפ, אז זיי זאלן גיין שטאדירן אין קאלעדזש, אדער זיך אנטון דזשינס הויזן, ניטאמאל וועלן זיי שענקן א האלבע בליק אויף יענעם, ניטאמאל וועלן שוואכע בחורים אויסהערן אזא איינעם, וואס האסטו צו פארקויפן? פארוואס זאל א מצליח'דיגע בחור אפלאזן אידישקייט און ווערן א משכיל??

און מיר ווייסן אויך אז צעווישן די משכילים זענען געווען אסאך גאר ערליכע אידן תלמידי חכמים, וואס האבן טאקע בלויז געזיכט די איינע מטרה צו פארבעסערן אידישקייט, אבער מיר ווייסן אז רוב פון זיי, איז גארנישט געבליבן פון זייערע דורות, אונז היימישע חסידישע אידן און אפילו די ליטווישע קרייזן שטאמען אלע פון ארטעדאקסן, וואס האבן זיך בפירוש אפגעטיילט פון די משכילים אויף די ראט פון די צדיקים ומנהיגים פון יענע דור, אבער די קינדער און איינעקלעך פון די משכילים זענען שוין היינט גאר ווייט פון זייערע זיידעס, גאנצעטע שטעט זענען געווארן אפגעווישט פון אידישקייט אדאנק די תנועת ההשכלה

און איך שטיי ווייטער און איך וואונדער זיך, פארוואס דארף מען אפפארן אויב די מטרה איז נאר צו פארבעסערן געוויסע קלייניקייטן? פארוואס האבן זיך די דורות פון די משכילים נישט געהאלטן פינקט אזוי ווי די ערשטע דור פון די ערליכע פרימע משכילים?

וואס איז שוין געשטאנען אין די געפערליכע ביכער?

און נישט פשט אז די טיילונג האט עס גורם געווען, מען האט זיי אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, ממילא האבן זיי זיך געשפירט אויסגעשפילט און האבן זיך נישט געקענט האלטן, בכלל נישט! זיי האבן געהאט א גאנצע אייגענע אידישקייט, גאנצע שטעט פון טויזענטע אידן האבן זיך געפירט אויפן דרך ההשכלה, זיי האבן געהאט שולן, מוסדות, אייגענע רבנים, פאלעטישנס, א גאנצע פארנעם, אויב עפעס זענען זיי אין א געוויסע זין געווען בעסער אוועקגעשטעלט ווי די ארטעדאקסן, און דאך, מיט דעם אלעם, איז פון אלעס גארנישט געבליבן.

איך האב געכאפט א שמועס לעצטנס מיט מיינס א אלטע גוטע חבר נאך פון ישיבה, ער איז א שטארקע פרימער אבער האט דאך א גלאטע קאפ און מען קען כאפן מיט אים א אויפריכטיגע און אינהאלטסרייכע שמועס,
ווען מען קומט טאקע אהן צו פארבאטענע שטחים ווי מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור, פארמאכט זיך טאקע זיין קאפ... וואס מען טאר נישט טאר מען דאך נישט..., אבער ביז דארטן קען מער ריהוג שפאצירן און דורכטון מכל הבא ליד
הכלל, האב איך ארויפגעברענגט פאר אים די וועבזייטל "קאווע שטיבל" און איך האב אים פארציילט וויפול שעות ע"ג שעות איך פארברענט מיט א תענוג רוחני דורבלעטערנדיג אלטע באלערענדע אשכולות, ווי עס איז דא אן אוצר רחבה מני ים פון חכמה מדע ותבונה אין ממש יעדע הינזוכט וואס איז נאר דא תחת השמש, און איך פארצייל אים אויך אז איך זעלבסט שרייב אויך אמאל אין שטיבל...

ער קוקט מיר אהן אזוי מיט גרויסע אויגן, "קאווע שטיבל"?!?!? א שטיק השכלה!! דאס האט דאך די חתם סופר גע'אסר'ט, די וועקער איז געהעריג פון די ספרים חיצונים וואס מען דארף פארברענען!!!
די גייסט ווערן א געהעריגע משכיל!!!
איך האב מיך צירוקגע'טענה'ט און עס איז געגאנגען אהער און אהין
און דא האט ער אראפגעלאזט דעם באמבע.. ווייסטו אז פון די דורות פון די משכילים איז גארנישט געבליבן? ווילסטו אויך אז פון דיינע אייניקלעך זאל גארנישט בלייבן? ווילסטו אז בשעת'ן פירן דיין סדר פסח ביינאכט אלטס עלטערע איד זאלן דיינע איר אייניקלעך אריינשפאצירן מיט זייערע סמארטפאונס און מיט זייערע גויאישע גירלפרענדס?

דא האט ער מיר געכאפט, ניין! איך זיך נישט קיין אפגעפארענע דורות, איך קען באשטיין אז זיי זאלן בלייבן ערליכע אידן, אפשר טאקע נישט אריינגעטינקן אינעם סיסטעם, אבער דאך זאלן זיי זיין וואוילע אידן,

איך פרעג אים, ביסטו נעריש? דאס איז השכלה? השכלה האט פארקויפט ביכער מיט זאכן וואס האבן באמת געקענט פארכאפן די נשמות פונעם דור, אבער וואס האט דאס אלעס א שייכות מיט קאווע שטיבל, א פשוטע זייטל ווי מען טוט דורך כל מני שיינע ענינים?

און דא איז אונזער פריערדיגע נושא ארויפגעשווימען, מיין חבר שרייט חי וקיים, אז די השכלה ביכער האבן טאקע נישט פארקויפט עפעס מער ווי די וועקער, זיי האבן אסאך חוזק געמאכט פון די מנהיגים און פון די ערליכע רבנים, זיי מיינען נאר זיך, זייער כבוד און טרוים, די רבנים זארגן זיך נישט פאר אונז, זיי זוכן נאר צו געוועלטיגן אויפן עולם מיט זייערע איבריגע חימרות און איבעגעטריבענע גזירות, זיי האבן אוועקגעמאכט יעדע מנהג, א שטייגער ווי תגלחות נשים ועוד, זאכן וואס האט טאקע נישט קיין געהעריגע מקור, זיי האבן אסאך געהאקט אויפן פארקרימטן סיסטעם וואס איז פארהאנען, זיי האבן אויגעוויזן מיט שכל און באווייזן אז אסאך פשוטע אנגענומענע זאכן ביי אונז זענען פשוט פאלטש, ממש ווי... קאווע שטיבל, און וואס איז געווען די עיקר? אז עס האט אריינגעברענגט א לצנות און א קאלטקייט צי כל הקדוש לנו,

נישט פשט אז זיי זענען געקומען מיט א קורצע מאנעפעסטא פון פופצן סעיפים פון וואס מען דארף פארבעסערן ביי אידישקייט, און זייער ביכער האבן בלויז באשריבן עצות מיט מהלכים וויאזוי אויסצופירן די פארבעסערונגען, בכלל נישט, עס איז געווען פיל מיט ביטול און שפעט אויף כל הקדוש לנו,

איינער וואס האט געליינט די משכילישע ביכער איז קאלט געווארן, פארפאלן, ער האט געקענט בלייבן א ערליכע איד, ווייטער האלטן תורה ומצות, ער האט ווייטער געקענט האלטן אז מעמד הר סיני איז יא באמת געשען, און אז גאט האט טאקע באשאפן די וועלט ביי בריאות העולם... אבער.. ער איז שוין געווען קאלט, וויאזוי קען ער ציטערן פון א עבירה? איז עס דען זיכער...? מען קען זאגן פארקערט? טשארלס דארווין'ס שיטה איז דאך אויך נישט אוועקצומאכן... האט דען נישט שפינוזה אויך א שטיקל פוינט? עפעס א חכם איז ער דאך אויך געווען... איך קען זיך טאקע דינגען... אבער צו ברענען און זיין ווארעם דערפאר? קען איך דען ארויפצווינגען אויף מיינע קינדער אזא פאנאטישע מהלך? איך בין דאך אויך נישט ממש זיכער...

בקיצור, די קינדער וואס וואקסן אויף ביי אזא טאטע... זעהן שוין ווי וויכטיג אידישקייט איז, יעדע זאך וואס די רב זאגט מאכט די טאטע אוועק מיט א ליצנות, "די רב איז קליינקעפיג, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט" יעדע אנגענומענע הייליגע מנהג, שרייט די טאטע אז עס האט נישט קיין מקור, עפעס איינער האט עס אויפגעטראכט און געצווינגען די עולם צו גיין דערמיט.., די קינד כאפט שוין גאנץ שנעל אויף וואס ער האט אליין צו טון.., די עיקר יסוד פון חינוך איז דאך, וויאזוי די טאטע פירט זיך אליין אויף, ווי ערנסט ער אליין נעמט די זאך, נא וואס קען מען שוין פאדערן פון אזא קינד וואס די גאנצע אידישקייט ביי זיין טאטע איז שוין אזא קאלטע זאך, אזא מהיכא תיתי,...ער גייט שוין א טריט ווייטער פונעם טאטן... און זיין זון גייט שוין צוויי טריט ווייטער... ביז זייערע אייניקלעך זענען שוין היינט טשאק שומער אדער בערני סענדערס...

איך בין געבליבן שטיל אין טיף אריינגעטראכט צו וואס מיין חבר האט מיר געזאגט... האט ער נישט קיין פוינט? איז נישט דאס ממש געווען דאס וואס האט אפגעווישט גאנצעטע שטעט פון אידישקייט? די קאלטקייט די קרירות די אויפגעקלערטקייט?
צו לוינט זיך מיר צו שטאדירן נייע זאכן, צו ליינען די אמת איבער די רבנים, נאכצוגיין די מקור פון מנהגים, צו ליינען איבער אוועלושן וכדומה, אויב עס קען מיר קאסטן מיינע דורות?

נו, וואס זאגט דער עולם דערצו? איז מיין חבר גערעכט? זאל איך אויפהערן צו ליינען און שרייבן אויף קאווע שטיבל?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

כ'מיין אז דו קומסט אלץ צוריק צום זעלבן דילעמע מיט וועלכע דו (און איך און אסאך אנדערע) מוטשען זיך. אוי לי אויב מען וועט נאכגיין און אנהייבן טראכטן און מטיל ספקות זיין און יעדער זאך און נישט גלייבן גארנישט און אוי לי אויב וועט מען גלייבן אלעס ווי א נאר און פארמאכן ס'קעפל און עס באדעקן מיט דיקע שיכטן צוויבל קוגל. דער קונץ איז צו טרעפן דער באלאנסירטע דרך הממוצע. מען קען דורכטון יעדער נושא אויף דער וועלט און איך גלייב אז אויף אלעס איז דא תשובות, און אויב ס'עגבערט עפעס א זאך איז נישט דא קיין שום סיבה צו פארשטאפן די קאפ און פארטרייבן די מחשבות. מען דארף נאר צוגיין מיט אן ענווה און מיט א צניעות, פאמעלאך, פאוואליע, און וויסן אז ס'נישט קיין סתירה צו חוקר זיין אבער און דער זעלבע צייט אנהאלטן דער זעלבע דרך חיים אפילו מען פארשטייט נאך נישט אלעס. אז מען טוט עס ריכטיג צום סוף ווערט מען נאר שטערקער אין אידישקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

די משכילים האבן פארלוירן דעמאלס, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין סטראקטשער פין אויפציען די קינדער צו זיין פרום.
טאקע ווייל די פאנאטישע האבן לוחם געוועהן קעגן האבן מאדערנע חדרים. ממילא האבן די קינדער באקומען א גוי'שע חינוך. און מה יעשה הבן?

יידל איז גערעכט אז אונז אלע זענען די משכילים פין אמאהל, און זאגן משכילים פוי, אהן האבן אן אהנונג וואס משכילים מיינט. גאר אסאך מישן משכילים מיט רעפארמער און לייגן ביידע אין איין קעסטעל. דאס איז אזוי ווי לייגן ביידע סאטמארע אין איין קעסטעל, געוואלד
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אפאר נקודות (מער אויף פשוט אויסצוקלארן):

א). ווען איך הער זאגן אז ״עס איז פון די דורות המשכילים גארנישט געבליבן״ מיינט מען לכאורה ממבט שלנו: ממבט הארטאדאקסיע - פון וואס אונז ארטאדאקסן (צי גאר אָלטרע-ארטאדאקסן) פאררעכענען אלס ״פארבליבען״. רילעיטעדלי מיינט מען אז זיי זענען כהיום נישט קיינע שותומ״צ, וואס אונז נעמען אָן אז זייערע עלטערן זענען יא געווען און וואלטן יא געוואלט. ווייל ווען מען באטראכט דאס ממבט הרעפארמער פון דעמאלטס, די מער ראדיקאלע משכילים, און אונז זאגן אויף זיי אז עס זענען פון זיי ״גארנישט געבליבן״, זעה׳מיר דאך אז זיי זענען דאך למעשה כהיום יא די גרעסטע אידישע באוועגונג אויפ׳ן כדור העולם.

וממילא פירט דאס אריין אין צו נאך צוויי נקודות בתוך דעם:
1). אדער רעדט מען פון די סארט ״שטאטוס-קוואָ״ אידן וואס זענען יא געווען (עכ״פ מער-ווייניגער) שותומ״צ און זענען געווען מעסיגע ״משכילים״ און מ׳טענה׳ט אז זייערע דורות זענען אדער געווארן רעפארם אדער גענצליך אסימילירט (וואס הגדרת ״אסימילירט״, סיידן מ׳רעדט פון ממש שמד׳ן אדער אטעאיזם גמורה, איז דאך ווייטער בעצם בתוך רעפארם).

2). אדער רעדט מען טאקע פון רעפארם גופא אבער מ׳טענה׳ט אז ביי זיי איז די דעפעקשאן ראטע פון אידישקייט מכל וכל לגמרי העכער און עס ״וועט״ פון זיי נישט פארבלייבן.

ב). דאס אלס פירט אריין אין צו דעם אז עס איז בעצם א סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט: ס׳איז נישט אז מ׳טענה׳ט אז (עכ״פ מעסיגע) השכלה איז אומריכטיג לשלעצמה, ווי איידער אז די (לאנג-טערמיניגע) תוצאות מזה זענען שעדליך לגבי די ״פארבלייבעניש״ פון די דורות אלס שותומ״צ. והא ראיה אז זיי זענען מודה אז די ״השכלה״ זאכן וואס מ׳האט אָנגענומען כדוגמותיו של @יידל זענען דברים טובים (ואפילו נחוצים). די פראבלעם איז נאר אז דאס גייט גיין נאך ווייטער וממילא איז שב ואל תעשה עדיף.

אויף די סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט איז טאקע דא אַן ארטיקל אין… יא… דער וועקער 16 ״העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות״ פון נתן פריינד. די געדאנק איז אז עבדות ה׳ באדייט נישט דוקא טוהן וואס איז די בעסטע אז די ״דורות זאלן פארבלייבן״; דאס איז איין טייל פון עבדות ה׳. די מטרה איז טוהן וואס מ׳שאצא איז רצון ה׳ מיט ועפ״י אמת. ווייל הגע בעצמך טאמער איז די מערסטע עלול אז די קינדער זאלן ״פארבלייבן״ טאמער איז מען זיך מתחבר מיט ״לב טהור״ זאל מען דאס טוהן? ער איז דאך אליין מודה אז ווי מ׳זעהט דרינגט בע״כ מאדערנקייט אריין אין יעדע געזעלשאפט און האט א השפעה אויף איר אלגעמיינע ״השכלה״ לעומת די פריערדיגע דורות אירע. עס איז אזא סארט בעל כרחך׳דיגע ״ירידת הדורות״. וממילא וואלט ער דען גע׳טענה׳ט אז ער דארף זיך יעצט מתחבר זיין צו לב טהור כדי אז זיינע צוקונפטיגע דורות זאלן כאטש זיין חרדים כהיום?

ג). די געדאנק בכלל רירט אָן אויף העגעל׳ס מהלך אין זיין היסטאריסיזם וואו היסטארישע פארשריט ארבעט עפ״י טיִסיס, אַנטיטיִסיס און סינטעטיס. דאס באדייט אז צום ערשט איז דא א טיִסיס און נאוועלע מהלך, דערנאך קומט קעגן דעם א רעאקציע פון אַן אַנטיטיסיס א (נאוועלע) פאזיציע דערקעגן. דערנאך קומט עס צו צו א סינטעטיס וואס איז א סארט השוואה און מזג פון זיי ביידע צוזאמען און איז עפעס ניי. (דערנאך הייבט זיך ווידעראמאל אָן דעם שפיל אין דעם אליין, וחוזר חלילה.)

מ׳קען זאגן אז דאס איז אויך די געדאנק בתוך ארטאדאקסיע. קעגן ״מאדערן״, מער לינקע און ״משכיל׳ישע״ (ווי אזוי אימער מ׳זאל דאס אויסטייטשן) ארטאדאקסיע, די טיִסיס, איז ארויסגעוואקסן אלס אַן אַנטיטיסיס דערצו חרדיזם/אָלטרא-ארטאדאקסיע. צוביסלעך ווערט דאס אבער (צוביסלעך) א סינטעטיס און מזג פון זיי ביידע - ועכ״פ ביי אונז חרדים נעמען מיר אָן בע״כ און אזוי באקראי׳דיג ״השכלה״׳דיגע מאדערנע פאזיציעס וכו׳ בלייבענדיג אבער נאך אלס ״רעכט״.

ד). ווי דער רמב״ם זאגט (עפ״י אריסטו) אז יעדעס מענטש איז משתוקק לחכמה כפי יכולתו, וואס דאס אנהאלט לכאורה אויך דאס דורש זיין אחר האמת וליתן דברים תחת כור המבחן, זעה איך נישט קיין וועג ווי איינמאל מ׳האט די יכולת אז מ׳זאל דאס קענען אפהאלטן; סיידן אז מ׳קען אין א מקצוע [מחקרי אלקיית] אריינלייגן לאגיש דערין אליין (עכ״פ פאר זיך) דעם געדאנק פון ״למעלה מהשגה״ וכדומה.

ה). דא האב איך געשריבן איבער הגדרת "השכלה" עפ"י קאנט, אז עס איז די געדאנק פון האבן די קוראזש און מעטשוריטי זיך צו "וואַגן" צו טראכטן פאר זיך, און די שייכות וואס עס האט צו אונז. אין אנדערע ווערטער, הגם אז יש לטעון אז עס איז באמת געשמאקער וכו', וויל מען דען אבער פארבלייבן א קינד?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" הש

שליחה דורך פרנס החודש »

מיש נישט השכלה מיט רעפארם, הגם דו קענסט פרעגן די זעלבע לגבי די ערשטע רעפארמער.
ווער האט דיר איין גערעדט אז פון די משכילים איז גארנישט געבליבן?
די ישיבה׳שע פון היינט זענען אין א געוויסן זין די פראדוקט פון השכלה, זיי זענען נישט אפגעפארן, אבער זיי שניידן די בערד וכו׳.
דאס זעלבע מיט די מזרחי און מאדערן ארטאדאקס.
און יא קאווע שטיבל איז א משכילישע פארום.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך מיין אז מ'ברויך קודם דעפינירן וואס השכלה האט געוואלט און געמיינט.
לויט די תשובות פון ר' שמשון הירש ז"ל, האט זיך נישט געהאנדלט פון לערנען אביסל מער, דקדוק, וכו' מ'האט פארהאנדלט איבער בלייבן שומרי תורה ומצות, שמירת שבת, און זיך אסימילרן להתדמות לגוי.

די אלע אנדערע פרטים פון לערנען מער, שטודירן זענען שוין געווען אמצעים צום ענדגילטיגן ציהל, און זעלבספארשטענדליך אז דאס איז געווארן די צענטער פון די מחלוקת.

ערגעץ געליינט (אדער געהערט) אמאל: סאקמער רב ז"ל האט אמאל געזאגט ביי אן אסיפת מלמדים, אז ער האלט אז ס'איז א עוולה אז מ'לערנט נישט קיין נ"ך, מ'האט עס טאקע געמוזט אסר'ן אין אייראפע צוליב וואס די משכילים האבן עס פארכאפט אלץ זייער לימוד, אבער ס'איז זייער וויכטיג אז קינדער זאלן לערנען נ"ך אין זיך באקענען מיט די אידישע היסטאריע.

און אויב דו וועסט אריינקוקן אין וועלכע ספר ס'רעדט נאר דערפון וועט מען זיך באגעגענען מיט א ענליכע מעסעדזש.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מי אני האט געשריבן:ב). דאס אלס פירט אריין אין צו דעם אז עס איז בעצם א סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט: ס׳איז נישט אז מ׳טענה׳ט אז (עכ״פ מעסיגע) השכלה איז אומריכטיג לשלעצמה, ווי איידער אז די (לאנג-טערמיניגע) תוצאות מזה זענען שעדליך לגבי די ״פארבלייבעניש״ פון די דורות אלס שותומ״צ. והא ראיה אז זיי זענען מודה אז די ״השכלה״ זאכן וואס מ׳האט אָנגענומען כדוגמותיו של @יידל זענען דברים טובים (ואפילו נחוצים). די פראבלעם איז נאר אז דאס גייט גיין נאך ווייטער וממילא איז שב ואל תעשה עדיף.

אויף די סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט איז טאקע דא אַן ארטיקל אין… יא… דער וועקער 16 ״העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות״ פון נתן פריינד. די געדאנק איז אז עבדות ה׳ באדייט נישט דוקא טוהן וואס איז די בעסטע אז די ״דורות זאלן פארבלייבן״; דאס איז איין טייל פון עבדות ה׳. די מטרה איז טוהן וואס מ׳שאצא איז רצון ה׳ מיט ועפ״י אמת. ווייל הגע בעצמך טאמער איז די מערסטע עלול אז די קינדער זאלן ״פארבלייבן״ טאמער איז מען זיך מתחבר מיט ״לב טהור״ זאל מען דאס טוהן? ער איז דאך אליין מודה אז ווי מ׳זעהט דרינגט בע״כ מאדערנקייט אריין אין יעדע געזעלשאפט און האט א השפעה אויף איר אלגעמיינע ״השכלה״ לעומת די פריערדיגע דורות אירע. עס איז אזא סארט בעל כרחך׳דיגע ״ירידת הדורות״. וממילא וואלט ער דען גע׳טענה׳ט אז ער דארף זיך יעצט מתחבר זיין צו לב טהור כדי אז זיינע צוקונפטיגע דורות זאלן כאטש זיין חרדים כהיום?
די ארטיקל אין די וועקער האב איך נישט געליינט, אבער מען קען זיין מחולק מיט דער נקידה דא, און טענה'ן אז נישט אלעמאל מוז מען טון אדער זאגן וואס איז ריכטיג און אמת, אויב עס קען האבן אן עפעקט אויף דורות,

קען טאקע זיין אז געוויסע מנהגים האט נישט קיין מקור, און די באשעפער גיבט נישט קיין איבריגע שליקעץ צו די טיסט עס יא אדער נישט, אבער דאך אויב וועסטו אנהייבן צו רעדן און פארציילן און אפקולן די מצב צו "הייליגע זאכן" קען עס האבן א שלעכטע עפעקט, טא וואס פעלט עס אויס, טו וואס "מען טוט" און פארטיג,

איך זאג נישט אז איך וויל גיין ווערן לב טהור כדי אז מיינע אייניקלעך זאלן כאטש זיין דאס וואס איך בין יעצט, ווייל אני לכשעצמי האב נישט קיין פראבלעם צו גיין ווייטער פון וואס איך בין יעצט, איך קען טאקע יא באשטיין צו טון די ריכטיגע און אמת'ע זאך, די פראבלעם איז טאקע נאר די קינדער, וואס זען אז די טאטע איוואלווט זיך שנעלער ווי די געזעלשאפט ארים, וואס דאס קען האבן א נעגאטיווע ווירקונג, און קען ציברענגען אז ער זאל זיך נאכמער דערווייטערן, און אויף א שנעלערע טעמפא
אבער דאס אז גאנץ כלל ישראל איוואלווט, און מיינע קינדער וועלן זיך ציזאמען אויך איוואלוון, מיט דעם בין איך היבש ציפרידן... אדרבה...

די נקידה איז צו בלייבן מיט די חרדישע מעינסטריעם סעסייעטי, וואס על פי דרך הטבע גייט נישט אזוי שנעל אינטערגיין, נישט קיין נפק"מ וואס עס גייט אלס נאך אריבערגיין אויף אונז, און וויפול די המון עם וועט זיך ציזאמען טוישן דורכאויס די יארן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פרנס החודש האט געשריבן:מיש נישט השכלה מיט רעפארם, הגם דו קענסט פרעגן די זעלבע לגבי די ערשטע רעפארמער.
ווער האט דיר איין גערעדט אז פון די משכילים איז גארנישט געבליבן?
די ישיבה׳שע פון היינט זענען אין א געוויסן זין די פראדוקט פון השכלה, זיי זענען נישט אפגעפארן, אבער זיי שניידן די בערד וכו׳.
דאס זעלבע מיט די מזרחי און מאדערן ארטאדאקס.
און יא קאווע שטיבל איז א משכילישע פארום.
איך האב אסאך געזיכט און גענישטערט איבער די חילוק פון השכלה ביז רעפארם, און איך האב נאכאלטס נישט אזוי ווייט ארויס די חילוק עד הסוף, אדרבה אויב קענסטו מיר אנווייזן ווי איך קען זען מער אין דעם ענין, וואלט איך הנאה געהאט

וויאזוי איך פארשטיי עס איז, אז השכלה האט בכלל נישט געזיכט אויסצורייסן תורה ומצות, זיי האבן נישט געזיכט צו טוישן די תרי"ג מצות, נאר אלעס חוץ פון דעם האהן זיי יא געוואלט טוישן, והיינו, מנהגים, לבוש, שפראך, לימודים, וכדומה,

די רעפארמער האבן שוין יא געוואלט טשעפענען מיט די תורה זעלבסט, זיי האבן געפיקט און געטשאזט וואס פון שו"ע איז וויכטיג, און וואס איז פארצייטיש און מען מוז עס אפדעיטן צו די היינטיגע פארשטאנד

די ישיבה'שע זענען לאו דוקה די פרי עמלו פון השכלה, ווי געשמועסט זענען אונז אויך נשפע געווארן פון השכלה, גראדע איז ביי זיי דא מער זאכן, אזוי ווי שערן די בערד ועוד, אבער די ליטווישע וועלט בימיהם האבן אויך היבש לוחם געווען מיט השכלה, עס איז באקאנט ווי די חפץ חיים האט פארציילט איבער איינער וואס האט אים פראבירט צו פארכאפן צו השכלה

מזרחי בעצם זענען לאו דוקה נישט קיין ארטעדאקסן, עס איז דא ביי זיי אסאך לעוועלס, אין די עיקר איז די פאר יסודות אין אהבת הארץ, אבער חוץ מזה איז דא געניג פראקציעס ביי זיי,
דאכצעך אז רב קוק וואס איז פון די מזרחי, האט זיך געהאלטן פאר א ארטעדאקס

מאדערן ארטאדאקס איז אויך נישט ממש השכלה, דאס איז פרי עמלו פון ר' שמשון רפאל הירש
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

דאס זארג אז די דורות זאלן בלייבן אידן שמעקט מיר ווי א לויטער מענטשליכע עגאאיסטישע שטרעבן, ווייל פאר'ן רבוש"ע דארפן מיר זיך דאך נישט זארגן, נישט אזוי?
טיילונג איצט!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

לכבוד הרב עצי שיטים, שעומדין לעולמי עולמים בדורות ישרים ומבורכים.

איך וויל פארשטיין דיין פראבלעם. לאמיר זאגן בדרך משל אז דו ווילסט ווערן מער מאדערן און היטן תורה ומצות כדרך אחינו יוצאי ישיבת רבינו יצחק אלחנן. און דו מיט דיין משפחה גלידערן זיך אריין אין זייער א געגנט. און דו זאגסט פאר דיינע קינדער אז פון היינט און ווייטער זענען מיר מאדערן ארטאדאקס און מיר גייען זיך פירן לויט זייערע מנהגים און פאלגן אלעס וואס אונזער נייע רב הייסט. איר גייט אין זיי אריינבויען אהבת השם און א רצון צו היטן זיין תורה. געב אין זיי ווייטער אריין א חינוך מיט מסירת נפש אזויווי דיין טאטע און דיינע רבי’ס האבן אריינגעלייגט אין דיר. חוץ מזה, גייען זיי באקומען די פעלזן פעסטע תורה טרייע חינוך וואס זייערע געבוירענע מאדערן ארטאדאקס חברים באקומען. וויאזוי פונקטליך גייען זיי אנקומען צו אז בשעת'ן פירן דיין סדר פסח ביינאכט אלטס עלטערע איד זאלן דיינע איר אייניקלעך אריינשפאצירן מיט זייערע סמארטפאונס און מיט זייערע גויאישע גירלפרענדס?

איי האסטו מורא כשישאלך בנך מחר לאמור מה זאת. וואס איז געשען אז דו האסט דיך געטוישט פון ביז היינט. ואף אתה אמור לו כהלכות קאווע שטיבל. זיי אים מסביר דיין שיטה מיט א קלארקייט אז עס זאל נישט בלייבן קיין ספיקות. עס זאל זיין קלאר די חילוק פון תגלחת נשים און חילול יום טוב. רעד נישט קיין איין ווארט אקעגן רבנים. ער זאל ווייטער אננעמען וואס די נייע רב זאגט. מיט’ן אייבירשטענס הילף וועסטו זען ערליכע יידישע דורות.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

נוח האט געשריבן:יישר כח @עצי שטים פאר די שיינע שמועס, און @מי אני האט שוין גאר שיין ארויסגעברענגט כמה נקודות.

א) ס'קומט מיר צומאל אויס צו שמייכלען ווען איך הער ענליכע ארגומענטן אויפ'ן שטייגער פון "ווער עס טראכט, פארט אפ פון וועג", און די וואס מאכן דעם ארגומענט כאפן נישט אז זיי פרעגן זיך אליינס אפ, ווי יעדער בר דעת פארשטייט. אויב איז זייער וועג אזא וואס אויב מ'נוצט דעם קאפ ברענגט עס אז מ'זאל פארלאזן דעם וועג, איז דאך פשט אז ס'איז פאראן א שרעקליכע פראגע צייכן דא.

שטעל דיך פאר א מוסולמענער זאל דערקלערן ברבים "יעדער מוסולמענער וואס האט פרובירט צו זיין קליגער, און האט געטראכט וועגן פראבלעמען אין די מוסולמענישער רעליגיע און קולטור איז צום סוף נעבעך קיינער פון זיינע קינדער נישט געבליבן קיין מוסולמענער!" וואס וואלט דיר דאס געמאכט טראכטן אויף די מוסולמענער רעליגיע...??

איז דעריבער, קודם כל זאל דער אנטי-טראכטער שנעל באהאלטן דעם ארגומענט, ווייל נישט נאר איז עס נישט קיין טענה קעגן טראכטן קריטיש, נאר פונקט פארקערט, ס'שטעלט זיין גאנצע אידעאלאגיע און זיינע שיטות און מהלך החיים אונטער א גרויסע פראגע צייכן. וואס גייט פאר ביי אים אז יעדער וואס נוצט זיין קאפ האלט זיך נישט דארטן?!


ב) נאכדעם קומט צו נאך א נקודה וואס הייסט א self fulfilling prophecy. עס איז דאך קלאר אז ביי די מער עקסטרעמע איז דא א גרעסערע קאנצענטראציע פון לומדי תורה און מחמירים אויף דקדוקי מצוות. און די סיבה איז נישט ווייל זיי זענען הייליגער אדער ערליכער, נאר ווייל זייער לעבנסשטייגער לאזט זיי נישט עפעס אנדערש, און זייער אידעאלאגיע פארלאנגט א ישיבה לעבן, א כולל לעבן וכו', און ממילא איז פאראן ביי זיי א גרעסערער כמות פון עניני אידישקייט. אויב ביי די משכילים איז דא נאך אפציעס וואו א בר הכי קען מצליח זיין, ער קען זיין א דאקטער, אן אדוואקאט, וכו' וכו', וועט זייער פראצענט פון רבנים און לומדי תורה זיין קלענער (כאטש ס'איז דא גאונים וצדיקים ביי זיי אויך), דארף זייער עולם התורה צוקומען אויך צו די לומדי תורה אינעם חרדישן מחנה וואו למעשה איז רוב לומדי תורה קאנצענטרירט.

יעצט ווען די עקסטרעמיסטן פירן א מלחמה קעגן משכילים און השכלה, און מאכן א טיילונג וכו', רייסן זיי אוועק פון די משכילים א שטיק אידישקייט וואס זיי דארפן כדי צו קענען אנהאלטן זייער אידישקייט. איז וואס טוען די חרדים? מ'האקט אפ פון זיי, מ'שפייט זיי אויס, מ'שרייט אז זיי גייען זיך שמד'ן וכו'. איז מה יעשה הבן ולא יחטא אז דו האסט אים מיט די אייגענע הענט אפגעריסן פון שורש?


ג) יעצט די שאלה וואס הייסט אז פון חרדים איז יא געבליבן און פון די משכילים איז נישט געבליבן? איך וואלט געזאגט א טענה פארקערט. נאכ'ן ליינען די ציטאט וואס דו ברענגט פון @יידל, ווי למעשה זענען מיר היינט דאס וואס די אמאליגע משכילים האבן געוואלט, קען דאך דער אמאליגער משכיל שרייען אז פון זיינע דעמאלטדיגע קעגענערס זענען גארנישט געבליבן! הייסט די פשוט'ע פאקט אז מיר גייען אלטמאדישע קליידער ווי אמאל מאכט אז ס'איז פון די אמאליגע יא "געבליבן"?


ד) און פארוואס זאל מען נישט זאגן אז די היינטיגע מאדערן ארטאדאקס איז די ירושה פון די אמאליגע משכילים. אדער אפילו די קאנסערוואטיווע מאוומענט, וואס איז פאקטיש די גרעסטע אידישע גרופע!


ויש עוד הרבה לדבר, אבל עתה אשים קנצי למילין, ועוד חזון.
א) די טענה איז בכלל נישט דא, אז מען זאל נישט דורכטון די ריכטיגקייט פון די אידישע רעליגיע, ווייל אויב יא קען מען זען ווי לעכעריג עס איז, דאס קומט טאקע צו לאכן,
בנוגע די אמת פון תורה ומצות דאס קען מען טאקע דורכטון, און דאס זאל מען דורכטון, די שאלה איז איינמאל די זעסט שוין אז דאס איז אמת, וואס טוט זיך אבער מיט אלע ציגעלייגטע זאכן, מיט די "צוגעלייגטע שטותים", די זאכן קען מען פון איין זייט גרינג אוועקמאכן, אבער פון די אנדערע זייט האלט עס למעשה אידישקייט, יא, די מנהגים, די רבנים, די אמונת חכמים וכ' האלט די סטרוקטור אין פלאץ

ב) איך הער דיין טענה פארוואס דאס איז געווען די גורם פאר זייער פארטילונגונג, אבער יש מקום לדון, צו עס האט זיי געפעלט געניג תלמידי חכמים, אפשר במשך הזמן טאקע, אויב איז דאס טאקע די סיבה, איז טאקע נישטא היינט אזא חשש

ג) לאמיר דאס אויסקלארן, ווייל איך זע אז נישט יעדער כאפט די נקידה דא, אודאי איז השכלה חיי וקיים, אונז זענען גאר די משכילים, אבער פון די אמאליגע משכילים איז נישט געבליבן כמעט קיין ערליכע דורות שומרי תו"מ,
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, האב איך נישט קיין פראבלעם מיט עצם השכלה, איך האב א פראבלעם מיט אפגעפארענע דורות, ווען רוב מנין ובנין פון די שומרי תורה ומצות נעמען אהן השכלה דאן וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם, ווען די ערליכע רבנים וואלטן דאס אינדאסירט, וואלט כלל ישראל נישט אינטערגעגאנגען, והאי ראיה אז היינט זעמער אלע משכילים, די פראבלעם איז ווען מען גייט אוועק פון די ערליכע אנגענימענע כלל ישראל

איז דא וואס טענה'ן אז טאקע נאר די טיילונג איז געווען די גורם אז זיי זאלן אפפארן, נישט אז זיי האבן זיך אפגעטיילט נאר מען האט זיי מרחק געווען,
אויף דעם זאג איך לאו דוקה, אויב גייט עס צו מיט א כח פון שנוים וואס געשען במשך הזמן צוזאמען מיט די הסכמה פון די רבנים און רוב כלל ישראל גייט דערמיט, דאן האט עס א קיום, אבער אויב נישט, נאר אפאר יוצאי דופן'ס אדער אפילו אסאך גייען זיך אויף זייער אייגענע וועג איז עס א רעסעפי פאר דיזעסטער

ד) די היינטיגע מאדערן ארטעדאקס איז לכאורה נישט קיין תוצאה פון השכלה, נאר א אייגענע בריאה און איז טאקע געווען זיך צו שלאגן מיט השכלה, אזוי מיין איך,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צקון לחש האט געשריבן:דאס זארג אז די דורות זאלן בלייבן אידן שמעקט מיר ווי א לויטער מענטשליכע עגאאיסטישע שטרעבן, ווייל פאר'ן רבוש"ע דארפן מיר זיך דאך נישט זארגן, נישט אזוי?
לאו דוקה, ער וויל אויך אז מיינע דורות זאלן בלייבן שומרי תו"מ, און אויב איז דא א מהלך זיי צו האלטן, אפילו די מהלך שטייט לאו דוקה אין די תורה, וואלט לכאורה די רבוש"ע אויך געוואלט אז איך זאל זיך אזוי פירן, נישט אזוי?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עצי שטים האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:ב). דאס אלס פירט אריין אין צו דעם אז עס איז בעצם א סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט: ס׳איז נישט אז מ׳טענה׳ט אז (עכ״פ מעסיגע) השכלה איז אומריכטיג לשלעצמה, ווי איידער אז די (לאנג-טערמיניגע) תוצאות מזה זענען שעדליך לגבי די ״פארבלייבעניש״ פון די דורות אלס שותומ״צ. והא ראיה אז זיי זענען מודה אז די ״השכלה״ זאכן וואס מ׳האט אָנגענומען כדוגמותיו של @יידל זענען דברים טובים (ואפילו נחוצים). די פראבלעם איז נאר אז דאס גייט גיין נאך ווייטער וממילא איז שב ואל תעשה עדיף.

אויף די סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט איז טאקע דא אַן ארטיקל אין… יא… דער וועקער 16 ״העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות״ פון נתן פריינד. די געדאנק איז אז עבדות ה׳ באדייט נישט דוקא טוהן וואס איז די בעסטע אז די ״דורות זאלן פארבלייבן״; דאס איז איין טייל פון עבדות ה׳. די מטרה איז טוהן וואס מ׳שאצא איז רצון ה׳ מיט ועפ״י אמת. ווייל הגע בעצמך טאמער איז די מערסטע עלול אז די קינדער זאלן ״פארבלייבן״ טאמער איז מען זיך מתחבר מיט ״לב טהור״ זאל מען דאס טוהן? ער איז דאך אליין מודה אז ווי מ׳זעהט דרינגט בע״כ מאדערנקייט אריין אין יעדע געזעלשאפט און האט א השפעה אויף איר אלגעמיינע ״השכלה״ לעומת די פריערדיגע דורות אירע. עס איז אזא סארט בעל כרחך׳דיגע ״ירידת הדורות״. וממילא וואלט ער דען גע׳טענה׳ט אז ער דארף זיך יעצט מתחבר זיין צו לב טהור כדי אז זיינע צוקונפטיגע דורות זאלן כאטש זיין חרדים כהיום?
די ארטיקל אין די וועקער האב איך נישט געליינט, אבער מען קען זיין מחולק מיט דער נקידה דא, און טענה'ן אז נישט אלעמאל מוז מען טון אדער זאגן וואס איז ריכטיג און אמת, אויב עס קען האבן אן עפעקט אויף דורות,

קען טאקע זיין אז געוויסע מנהגים האט נישט קיין מקור, און די באשעפער גיבט נישט קיין איבריגע שליקעץ צו די טיסט עס יא אדער נישט, אבער דאך אויב וועסטו אנהייבן צו רעדן און פארציילן און אפקולן די מצב צו "הייליגע זאכן" קען עס האבן א שלעכטע עפעקט, טא וואס פעלט עס אויס, טו וואס "מען טוט" און פארטיג,

איך זאג נישט אז איך וויל גיין ווערן לב טהור כדי אז מיינע אייניקלעך זאלן כאטש זיין דאס וואס איך בין יעצט, ווייל אני לכשעצמי האב נישט קיין פראבלעם צו גיין ווייטער פון וואס איך בין יעצט, איך קען טאקע יא באשטיין צו טון די ריכטיגע און אמת'ע זאך, די פראבלעם איז טאקע נאר די קינדער, וואס זען אז די טאטע איוואלווט זיך שנעלער ווי די געזעלשאפט ארים, וואס דאס קען האבן א נעגאטיווע ווירקונג, און קען ציברענגען אז ער זאל זיך נאכמער דערווייטערן, און אויף א שנעלערע טעמפא
אבער דאס אז גאנץ כלל ישראל איוואלווט, און מיינע קינדער וועלן זיך ציזאמען אויך איוואלוון, מיט דעם בין איך היבש ציפרידן... אדרבה...

די נקידה איז צו בלייבן מיט די חרדישע מעינסטריעם סעסייעטי, וואס על פי דרך הטבע גייט נישט אזוי שנעל אינטערגיין, נישט קיין נפק"מ וואס עס גייט אלס נאך אריבערגיין אויף אונז, און וויפול די המון עם וועט זיך ציזאמען טוישן דורכאויס די יארן
זייער ריכטיג. עס איז דא א מבוכה (און טאקע אָנגעהויבן דורך די משכילים… ועיין בספרו של דר. דוד ביאלע) וואו אפצוטיילן ״(אידישע) רעליגיע״ פון ״(אידישע) קולטור״ און ווי ווייט איינס איז ענטענגעלט אינעם אנדערן. רעליגיע איז דאך כמשמעו וואס איז אנגעוואנדן אין דת ביחס צו ג-ט אא״וו, משא״כ קולטור איז שוין א ברייטערע הגדרה ובנוגע די ווייטערע מנהגים, נאָרמעס עטיטוּדס אא״וו, וועלכע קענען טאקע האבן א שורש ויסוד בתוך הרעליגיע אבער זענען (עכ״פ ברבות הימים ובמשך הזמן, שוין) נישט דוקא אָנגעוואנדן אין דעם.

קומט אויס אז לכאורה איז די זארג דא אז אויב, אין אונזער געמיינדע וואו די חלק הרעליגיע איז אסאך מער מקושר מיט׳ן חלק הקולטור, מאכט מען אוועק די חלק הקולטור [די מער חלק ה״שטותים״] איז דאס מער עלול לגרום אז זיינע דורות זאלן בועט זיין אין ביידע וויבאלד זיי זענען דאך אזוי שטארק האנט-אין-האנט. דאס איז וויבאלד מ׳איז דאך למעשה נאך בתוך דעם געמיינשאפט צוזאמען מיט די דורות, וממילא בועט זיין אינעם חלק הקולטור און דאס אפטיילן פונעם חלק הרעליגיע ברענגט א דיסאנענס וואס מאכט מ׳זאל טאקע נישט וועלן בלייבן מיט׳ן חלק הקולטור - זיך נישט עווענטועל עוואלוון צוזאמען מיט׳ן עוואלושאן פונעם קולטור.

(ואגב, מענין לענין באותו ענין דערמאנט עס מיר פון די זארג איך האב ארויסגעברענגט דא, וואו דאס׳ן אלעס כובש זיין די חכמה און אמת קען צום סוף ברענגן דעם רעזולטאלט אז מ׳זאל אין דעם אלעם בועט זיין - דעם קולטור ווי אויך די רעליגיע בתוכה.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

@נוח נאכאמאל, מען רעדט יא פון איינער וואס זיכט דוקה עכטע אידישקייט, ואם כל זה וועט זיך די אטענטישע אידישקייט נאר האלטן אויב מען איז אין די אויבנדעמאנטע סארט סעסייעטי,
אזוי ווי די האסט געברענגט פריער, איז די ראטע פון די דורות וואס האלטן זיך שומרי תורה ומצות, די העכסטע ביי ארטעדאקסישע, און נאכמער ביי די אלטרא-ארטאדאקסישע
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עצי שטים: איך האב (נאך) נישט געליינט וואס די אנדערע מגיבים האבן געהאט צו זאגן איבער די נושא. איך וועל פרובירן פארענטפערן דיין ערשטע שאלה, וואס הייסט השכלה, און וואס איז די שעדליכקייט דערפון? פארוואס זענען אלע גדולי ישראל ארויס אין א מלחמה אקעגן דעם?! ס'זעהט דאך אויס ווי א נארמאלער פארלאנג, מ'זאל זיך לערנען די שפראך פון לאנד, און לערנען א ביסל היסטאריע און סייענס. דער תירוץ איז, אז די וועלכע האבן עס אנגעפיהרט האבן געהאט אן אג'ענדא, א ציל וואס זיי האבן געוואלט דערגרייכן. וויבאלד אידן וועלן זיך לערנען די צו רעדן און ליינען די (גוי'אישע) שפראך. און זיי וועלן אויך זיין געבילדעט, און זיי וועלן זיך קליידן ווי די גויים, וועלן זיי מיט די צייט זיך אויסמישן מיט די גויים און אננעמען זייערע מנהגים, און זיך אפלאזן פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.

איך וועל ברענגען א משל פון וואס שפיעלט זיך אפ היינטיגע צייטן. ס'איז דא א מענטש נפתלי מאסטער. ער אליין איז א געוועזענער ישיבה בחור.. ער איז דער הויפט פון אן ארגאניזאציע "יאפפעד"... די ארגאניזאציע טוט "לכאורה" שתדל'ן ביי די סטעיט געזעץ געבער אין אלבאני אז מ'זאל טוישן דאס געזעץ פאר ישיבות און סקולס, כדי צו פארבעסערן די וועלטליכע בילדונג. וואס ער זאגט, איז נישט גוט וויאזוי ס'ווערט געלערנט אין די ישיבות און חדרים. דאס זעהט דאך אויס ווי א נארמאלער פארלאנג, און ער מיינט גאר די טובה פון די אידישע באפעלקערונג. דער פראבלעם הייבט זיך אן אז ער אליינס איז היינטיגע צייטן נישט קיין ערליכער איד, און ער האט אן אג'ענדא, ער וויל אז די רעגירונג זאל צווינגען די ישיבות און חדרים צו לערנען אזעלכע סובדזשעקטס וועלכע זענען אומ-נוצליך פאר ערליכע אידישע קינדער, אזוי ווי "ארטס" (וואס מיינט טעאטער שפילן און אנדערע דראמא'ס), אדער אז מ'זאל לערנען (אזוי ווי אין די גוי'אישע סקולס) איבער האמאסעקסואליטי און טראנס-דזשענדעריזם, אויך די אפיקורס'ישע טעאריעס איבער עוואלוציע, וועלכע זענען קעגן אונזער אמונה.

דיין צווייטע שאלה. צי איז קאווע שטיבל השכלה? דער ענטפער איז א גרויסער און הילכיגער ניין...! דער ציל פון קאווע שטיבל איז צו ברענגען אינפארמאציע און אויסשמועסן פאקטן און סברות, אויך אויפדעקן די פאלשקייטן און ליגנטס וואס א טייל אזוי גערופענע מנהיגים ווילן אריינבאקן אין די מוחות פון צאן מרעיתם.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

די הנחה אז פון די משכילים איז גארנישט געבליבען איז נישט ריכטיג, ס'איז סה"כ א חרד'ישע טאלקינג פוינט.
די מאדערן ארטהאדאקס, מזרח'יסטן און ליטווישע out of town'ers זענען אלע אייניקלעך פון די משכילים.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: מ'מיינט נישט אין פיזישן זין. זיכער זענען דא אייניקלעך פון זיי. נאר אין רוחניות'דיגן זין. פון זייער פראגראם, אג'ענדא. און זייער ציל האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם. נאר די אנדערע עקסטריעם איז אויך נישט גוט. אז אידן זאללן זיין אזוי דום און אומ-געלערנט. זיי קענען אפילו נישט די שפראך פון לאנד. ווער רעדט נאך פון מעטה און סאושל סטאדיעס. ס'איז פשוט א חילול ה'.

איך האב געזעהן א קליפ ווי א רעפארטער פרעגט פון עטליכע יונגעלייט אויב זיי ווייסן עפעס איבער ..."די פראטאקאלן פון די זקני ציון"...האבן זיי אלע געצויגן מיט די פלייצעס און נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. זיי האבן געמיינט אז ס'רעדט זיך עפעס וועגן ציונים...לאל
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

נוח האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן: וויאזוי פונקטליך גייען זיי אנקומען צו אז בשעת'ן פירן דיין סדר פסח ביינאכט אלטס עלטערע איד זאלן דיינע איר אייניקלעך אריינשפאצירן מיט זייערע סמארטפאונס און מיט זייערע גויאישע גירלפרענדס?
מ'קען נישט אוועקנעמען די מציאות אז ביי די מאדערנע זענען דא מער וואס פארן אפ.
פון וואו נעמסטו דאס?
וואס מיינט פארן אפ?
איז דא א סטאדי דעראויף?
אויב איז אמת, פארוואס טאקע?
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

מי אני האט געשריבן:אפאר נקודות (מער אויף פשוט אויסצוקלארן):

א). ווען איך הער זאגן אז ״עס איז פון די דורות המשכילים גארנישט געבליבן״ מיינט מען לכאורה ממבט שלנו: ממבט הארטאדאקסיע - פון וואס אונז ארטאדאקסן (צי גאר אָלטרע-ארטאדאקסן) פאררעכענען אלס ״פארבליבען״. רילעיטעדלי מיינט מען אז זיי זענען כהיום נישט קיינע שותומ״צ, וואס אונז נעמען אָן אז זייערע עלטערן זענען יא געווען און וואלטן יא געוואלט. ווייל ווען מען באטראכט דאס ממבט הרעפארמער פון דעמאלטס, די מער ראדיקאלע משכילים, און אונז זאגן אויף זיי אז עס זענען פון זיי ״גארנישט געבליבן״, זעה׳מיר דאך אז זיי זענען דאך למעשה כהיום יא די גרעסטע אידישע באוועגונג אויפ׳ן כדור העולם.

וממילא פירט דאס אריין אין צו נאך צוויי נקודות בתוך דעם:
1). אדער רעדט מען פון די סארט ״שטאטוס-קוואָ״ אידן וואס זענען יא געווען (עכ״פ מער-ווייניגער) שותומ״צ און זענען געווען מעסיגע ״משכילים״ און מ׳טענה׳ט אז זייערע דורות זענען אדער געווארן רעפארם אדער גענצליך אסימילירט (וואס הגדרת ״אסימילירט״, סיידן מ׳רעדט פון ממש שמד׳ן אדער אטעאיזם גמורה, איז דאך ווייטער בעצם בתוך רעפארם).

2). אדער רעדט מען טאקע פון רעפארם גופא אבער מ׳טענה׳ט אז ביי זיי איז די דעפעקשאן ראטע פון אידישקייט מכל וכל לגמרי העכער און עס ״וועט״ פון זיי נישט פארבלייבן.

ב). דאס אלס פירט אריין אין צו דעם אז עס איז בעצם א סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט: ס׳איז נישט אז מ׳טענה׳ט אז (עכ״פ מעסיגע) השכלה איז אומריכטיג לשלעצמה, ווי איידער אז די (לאנג-טערמיניגע) תוצאות מזה זענען שעדליך לגבי די ״פארבלייבעניש״ פון די דורות אלס שותומ״צ. והא ראיה אז זיי זענען מודה אז די ״השכלה״ זאכן וואס מ׳האט אָנגענומען כדוגמותיו של @יידל זענען דברים טובים (ואפילו נחוצים). די פראבלעם איז נאר אז דאס גייט גיין נאך ווייטער וממילא איז שב ואל תעשה עדיף.

אויף די סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט איז טאקע דא אַן ארטיקל אין… יא… דער וועקער 16 ״העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות״ פון נתן פריינד. די געדאנק איז אז עבדות ה׳ באדייט נישט דוקא טוהן וואס איז די בעסטע אז די ״דורות זאלן פארבלייבן״; דאס איז איין טייל פון עבדות ה׳. די מטרה איז טוהן וואס מ׳שאצא איז רצון ה׳ מיט ועפ״י אמת. ווייל הגע בעצמך טאמער איז די מערסטע עלול אז די קינדער זאלן ״פארבלייבן״ טאמער איז מען זיך מתחבר מיט ״לב טהור״ זאל מען דאס טוהן? ער איז דאך אליין מודה אז ווי מ׳זעהט דרינגט בע״כ מאדערנקייט אריין אין יעדע געזעלשאפט און האט א השפעה אויף איר אלגעמיינע ״השכלה״ לעומת די פריערדיגע דורות אירע. עס איז אזא סארט בעל כרחך׳דיגע ״ירידת הדורות״. וממילא וואלט ער דען גע׳טענה׳ט אז ער דארף זיך יעצט מתחבר זיין צו לב טהור כדי אז זיינע צוקונפטיגע דורות זאלן כאטש זיין חרדים כהיום?

ג). די געדאנק בכלל רירט אָן אויף העגעל׳ס מהלך אין זיין היסטאריסיזם וואו היסטארישע פארשריט ארבעט עפ״י טיִסיס, אַנטיטיִסיס און סינטעטיס. דאס באדייט אז צום ערשט איז דא א טיִסיס און נאוועלע מהלך, דערנאך קומט קעגן דעם א רעאקציע פון אַן אַנטיטיסיס א (נאוועלע) פאזיציע דערקעגן. דערנאך קומט עס צו צו א סינטעטיס וואס איז א סארט השוואה און מזג פון זיי ביידע צוזאמען און איז עפעס ניי. (דערנאך הייבט זיך ווידעראמאל אָן דעם שפיל אין דעם אליין, וחוזר חלילה.)

מ׳קען זאגן אז דאס איז אויך די געדאנק בתוך ארטאדאקסיע. קעגן ״מאדערן״, מער לינקע און ״משכיל׳ישע״ (ווי אזוי אימער מ׳זאל דאס אויסטייטשן) ארטאדאקסיע, די טיִסיס, איז ארויסגעוואקסן אלס אַן אַנטיטיסיס דערצו חרדיזם/אָלטרא-ארטאדאקסיע. צוביסלעך ווערט דאס אבער (צוביסלעך) א סינטעטיס און מזג פון זיי ביידע - ועכ״פ ביי אונז חרדים נעמען מיר אָן בע״כ און אזוי באקראי׳דיג ״השכלה״׳דיגע מאדערנע פאזיציעס וכו׳ בלייבענדיג אבער נאך אלס ״רעכט״.

ד). ווי דער רמב״ם זאגט (עפ״י אריסטו) אז יעדעס מענטש איז משתוקק לחכמה כפי יכולתו, וואס דאס אנהאלט לכאורה אויך דאס דורש זיין אחר האמת וליתן דברים תחת כור המבחן, זעה איך נישט קיין וועג ווי איינמאל מ׳האט די יכולת אז מ׳זאל דאס קענען אפהאלטן; סיידן אז מ׳קען אין א מקצוע [מחקרי אלקיית] אריינלייגן לאגיש דערין אליין (עכ״פ פאר זיך) דעם געדאנק פון ״למעלה מהשגה״ וכדומה.

ה). דא האב איך געשריבן איבער הגדרת "השכלה" עפ"י קאנט, אז עס איז די געדאנק פון האבן די קוראזש און מעטשוריטי זיך צו "וואַגן" צו טראכטן פאר זיך, און די שייכות וואס עס האט צו אונז. אין אנדערע ווערטער, הגם אז יש לטעון אז עס איז באמת געשמאקער וכו', וויל מען דען אבער פארבלייבן א קינד?
א תגובה מלא חכמה ותוכן
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" הש

שליחה דורך קל וחומר »

וואס איז דאס דורות?
ווער זאגט אז מ'מעג דאס לכתחילה אויסשטעלן (בהדי כבשי דרחמנא ל"ל)?
אפשר איז אונזער פליכט טאקע צו מבער זיין די קוצים וואס האלטן אין איין שפראצן אין אונזער גארטן און זענען אומשטאנד צו חרוב מאכן אלעס?
וואס מיינע קינדער וועלן טוהן איז סיי ווי נישט אין מיינע הענט און איך גלייב אז מיינע אור אייניקלעך וועלן זיין צעהן מאל קלוגער ווי מיך (אין א וועלט פון פארגעשריטענע AI - אורים ותומים) און וועלן סיי ווי מאכן די החלטה וואס וועט נויגן צום אמת.

הכלל, די סארט חשבונות פון דורות איז מער אזא סארט סטראשע פון קאפ אין וואנט מענטשן וואס זוכן צו ווארפן זאמד אין די מח און אפשטעלן א ברייטערן טראכטגאנג וואס קען פארבעסערן אונזער געזעלשאפט, קולטור און לעבנס שטייגער.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

נוח האט געשריבן: א תגובה אן קיין חכמה און תוכן, און נישט ערווארטעט פון א קלוגע איד וואס פאלט דא אריין צום ערשטן מאל נאך זעקס חדשים
עס איז נישט קיין תגובה, עס איז א קאמפלימענט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

חדשים האט געשריבן:
נוח האט געשריבן: מ'קען נישט אוועקנעמען די מציאות אז ביי די מאדערנע זענען דא מער וואס פארן אפ.
פון וואו נעמסטו דאס?
וואס מיינט פארן אפ?
איז דא א סטאדי דעראויף?
אויב איז אמת, פארוואס טאקע?
פּוּ ריסערטש האט דורכגעפירט און ארויסגעגעבן 9 יאר צוריק א שטודיע אויף אידענטום אין אמעריקע. זיי שרייבן אין די הקדמה:
Within all three denominational movements, most of the switching is in the direction of less-traditional Judaism. The survey finds that approximately one-quarter of people who were raised Orthodox have since become Conservative or Reform Jews, while 30% of those raised Conservative have become Reform Jews, and 28% of those raised Reform have left the ranks of Jews by religion entirely. Much less switching is reported in the opposite direction. For example, just 7% of Jews raised in the Reform movement have become Conservative or Orthodox, and just 4% of those raised in Conservative Judaism have become Orthodox
זיי שרייבן אין פ״ב:
Rates of intermarriage vary considerably among the major U.S. Jewish movements or denominations. Virtually all Orthodox respondents who are married have a Jewish spouse (98%), and most married Conservative Jews also have Jewish spouses (73%). Half of Reform Jews who are married have a Jewish spouse. Among married Jews who have no denominational affiliation, 31% have a Jewish spouse
הגם פאר רעפארם בעצם איז דאך דאס נישט בעצם קיין פראבלעם (אזוי ווייט) מעיקרא; עס הייסט נישט פאר זיי דוקא ״אוועקגעפאלן״.

זיי שרייבן אין פ״ג:
Nearly nine-in-ten Orthodox Jews (87%) and two-thirds of Conservative Jews (69%) describe being Jewish as very important in their lives. Far fewer self-identified Reform Jews say being Jewish is very important to them (43%)
ווייניגער פון זיי שפירן א קשר און באלאנגען צום ״זיין א איד״ ווי איידער קאנסערוואטיוון אדער ארטאדאקסן (הגם דאס איז, אין א וועג, דאך בעצם א חלק פונעם רעפארם מהלך בכלל). ובנוגע רעליגיע און קולטור און זייער קשר הנ״ל זאגן זיי טאקע אז טאמער אידענטיפיצירט זיך א איד ווי ״נישט רעליגיעז״ אבער פארט א חלק פון א אידישע דענאמינעישען איז ער מער מצוי צו זיין רעפארם ווי איידער קאנסערוואטיוו אדער ארטאדאקס. (די וואס זענען פארהייראט צו גוים אדער האלטן זיך נישט רעליגיעז זענען מער מצוי צו נישט אויפציהען די קינדער אלס ״אידן״, אין עני פארעם, בכלל.)

בתוך מאדערן-ארטאדאקסיע האט נישמה ריסערטש געוויזן אז די פון די מער לינקע ווערן זייערע קינדער אין אלגעמיין נאך לינקער מיט ריגאַרד צו רעליגיע.
BD91DB73-5BC0-4D7D-8EB8-C03E5AC73CB0.jpeg
״פארוואס״ קען מען שוין דן זיין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואס הייסט דאס "ס'גארנישט געבליבן פון זיי?" זיי אדער זייערע קינדער, צו אייניקלעך וכו' האבן פארלוירן דעם כח גברא?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט