מזל טוב הערמאַן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

מזל טוב הערמאַן!

שליחה דורך הבל וריק »

ס'איז א הערליכן טאג ביים היימישן פאלק. אט קומט די 'בעטטער העלף' פון כלל ישראל צו פאָרן, אויף א גרינעם דינסטאג, הערן שליים און וויי געשרייען פון הונטער די קוליסן, אויף הויכהילכער איבערן גארער סטאדיום וואס ר' שרגא בטהרה האט אראנזשירט.

מיטאמאל, ווי א דינער אינמיטן העלן כינוס טאג הילכט א בת קול אפ.

רעסטוראנען שטילן אראפ, שטיבלעך ווערן פארקופּקעט, וואטסעפ פארפלייצט, און די ווייבלאזע געסער קומען צו אן אפשטעל.

עלטערע לייט זעצן זיך פאמעליך, יונגע הערצער קלאפן שנעל, קנאה פאר'סמ'ט, א פּלאַפּל ברעכט אויס אויף די מאמע באָסעס, און ביי די מענער אויף די טעלעפאנען א געפילדער.

וואס פאסירט??? באפירקלן די פראגע-צייכנס די פאמיליע גרופּעס. "אוי אידישע צרות" קרעכצט שוין א זויערע פרוי.

דער פלינקער איידעם שטעלט שנעל ארויף דעם לינק.
נישט קיין טראגעדיע ברוך השם, פילייכט א פארברעך.

נישט מער און נישט ווייניגער, א היימישער אינגערמאן, א געהעריגע עמך איד, האט געווינען די מעגא מיליאן לאטערי. כמה מאות טובות.

די יהדות החרדית איבער די גארער וועלט איז שאקירט. און פאראייניגט אויף דעם קריטישן פראגע: ווער איז הערמאן קאַהאן?

איי נאו הים!! שרייבט א קווינס/מיהאלדי בחור,
"דאווענטעך ביי אונז" דערקלערט א טאהשער מתפלל,
"איי קנאו די פעמעלי" שרייט א ווייבל אויף די פארענטשעס, "מיין שוואגער'ס קאזין" זאגט דער בחור'ל ביים מעריב פאברענג. די שטאט פארט אויף רעדער.

"ס'איז עפעס וואס רעדט אריין אין יעדענס לעבן" ערקלערט א מבין אויף קול מבשר.

כלל ישראל איז ווירקליך שאקירט.

----


טאג נאך טאג, יאר נאך יאר, שמיטה נאך שמיטה, ברכת החמה נאך ברכת החמה, פארן באסעס מיט טרייע ארבעטסלייט פארברענגן ס'רוב לעבנסטעג אין מאנהעטען. מיט גרויסע העדפאונס איבער קליינע גמרא'לעך דרימלען זיי הין און צוריק, אין די פריע און שפעטע שטונדן פון טאג. 'גזירה מן בשמים היא' זאגן די ארבעטסלייט "וואס טוט מען נישט פאר פרנסה".

"אדם לעמל יולד" זאגט שטענדיג דער עלטערער ר' וועלוועל (א מענעזשער) ווען ער זעהט א פרישער יונגערמאן אנהייבן זיין קאריערע אויף דעם סאמען באס רוט וואס ער נעמט שוין פופציג יאר.

וואס זאגט וועלוועל אויף הערמאן, זיין שכן פונעם אנדערן גאַס? "וואס טוט יעצט אזא יונגערמאן מיטן לעבן?"

וועלוועל'ן מוטשעט דעם רעאליטעט. ווי קען דען זיין אזא מעגליכקייט עקזיסטירן, נעמליך, א לעבן אהן פלאג.

-----


(ר') ליפא מערץ האט זיך א שיינעם נאמען אינערהאלב די געזעלשאפט ערווארבן. "א עכטע עושר" זאגן די פאלשע מענטשן. "סעלף מעיד מען" רופן אים די שדכנים. "ער קומט פון גארנישט, די טאטע א שלעפער - עני ואביון, און די מאמע א פאָני לעידי".

זענען אלע אבער איינשטימיג אז ר' ליפא האט עס געמאכט. אויפן גאס איז ער נאמען, אין קאנטרי א פערזענליכקייט, אין שוהל א בארעמהאציגער, און ביי זיך אין הארץ - זעלבסט זיכער. פיינע קינדער האט ער פונקט אויך. א "לא נתקבל" האבן די מערץ אויגן נאכנישט באגעגנט.
אן איידעם האט ער א פרומען אפגעטראפן פון די סמעטענע ישיבות, פאר א מחותן זיך געלאזט קאסטן; א מגיד שיעור גענומען, און דעם זוהן אויף עלי הכהן האדעווען געשיקט.

שווער שלעפט אבער ליפא צונויף די שווערע מיליאנען וואס קאסט אים ס'לעבן. ביי געמיינזאמע, צווייפלהאפטיגע באַלן זיצט ער אפ דורכאויס די יאר, מיט פארשידענע אדעלייט פון די העלט קעיר אינדאסטריע, וואו מ'ווארפט די גראבע בייכער פאר געלעכטער, אויף דער מינדסטער א וויץ. זייגן זייגט ער ארויף צו אליעזר'ן אן ארכי נגיד און "ריעל דיעל" וועטרעאן, און אליעזר זעלבסט צו יואלי'ן - באקאנט אין שטאט אלס "סאַליד סאַליד". וזה הכלל "די מער די מאה די מער די דעה".

וואס זאגט ר' ליפא אויף דעם מאדנעם געשעניש? ער שוינט. "דער מענטש ווייסט דאך נישט די ווערד פון א דאלער" זאגט ליפא.

קען טאקע זיין אז דער ביליגער הערמאן האט היינט מער פון אים אבער ר' ליפא האט עפעס איבער אים, נעמליך, ער פארשטייט ס'ווערד פון א דאלער.


-----

חעסקי איז א געוועזענער פיינע בחור וואס חלומ'ט פון געלט. באלד נאך שבע ברכות האט ער ס'פרישע באגלייטערין זיינעם אוועקגעזעצט און לעבנסלענגליכע רייכטום פארשפראכן. 'שים נא ידך תחת ירכי' האט ער יוטי'ן באפוילן, און אזוי געזאגט: דעם כולל כאלעטל וואס הענגט דא איז נישט פאר מיר און נישט פאר דיר, געלט איז מיין באגער און אונזער צוקונפט. פלארידע, קענקוּן, א ווינטערייזט אין קאנטרי, א פּול אין עירמאנט, פלינקע קארן, פרישע שייטלעך, שיך און פאסיקלעך, רעסטוראנען, דינסטן, בריליאנטן, און פירסט קלעס טרעוול - דאס איז די אורזאך פארוואס אונזערע טיפּות זענען זיך צוזאמענגעקומען. שנירעלעך זענען אויף יוטי'ס באקן אראפגערינען און די צוויי האבן זיך געהאלזט ביז די טיפע נאכטשטונדן.

קען מען יוטי'ן גרינג פארשטיין. א דריטע אין א שטוב פון נײַן האט זי ביי די פריעד'ס זיך געהאדעוועט, אויפן צווייטן שטאק פונעם שטארק פארצוימטן בראונסטאון אויף היוז סטריט. א סימבאל פון פשטנות איז די פריעד שטוב, וואו דער ארבעטסלאזער פאטער האט דערקלערט א זעראו טאלעראנץ פאליסי אויף לוקסוס. סיידן א ברוינעם שאנק זילבערווארג און אפאר פארבליבענע 'פארברענג' באטלעך פון פורים צו פורים, איז ווירקליך קיין שפּור פון לוקסוס נישט צום האַבן. לוקסוס העט מען האבן אויף יענעם וועלט זאגט הרב פריעד שטענדיג.

ברוין און גרויע קליידער האט די הויכע יוטא'לע פון די קליין וואוקסיגע שוועסטער אראפגעירשנ'ט. ביי יאר צוועלף איז יוטא'לע, די צניעות לעידי'ס טאכטער אליינס, געווען פון די אויסגעלאסענסטע אין שולע צוליב די שווערע דרוק וואס די בגדים האבן אויף איר געיורענע גלידער געלייגט. און טאקע שוין דאן האט זיך ביי יוטאלען געפייגלט אין קאפ. אנגעהויבן האט זיך עס מיטן גלוסטן בלויז די שכנטע מאַלי'ס קליידער און ביסלעכווייז האט איר די גאנצע לאנדא לעבנסשטייגער אנגעהויבן שמעקן. שטענדיג איז די בעלעבתישע מאַלי געגאנגען גוט אנגעטוען. די בריפקעיס, די שיך, די העדבענד, אלס האט געקלאפט. ביי מאַלי'ן האבן זוממער און ווינטער געשפילט אן אקטיווע ראלע אינעם ווארדראוב.

זוממער צייט אין הויף, זיצענדיג אינעם קליינעם באלאן שווימבאסיין האט יוטא'לע נישט אויפגעהערט טראכטן פון מאַלי'ס קאנטרי.

אפילו א יום טוב ביי די לאנדא'ס איז שענער געווען. אינדערצייט וואס ביי זיי האט מען זיך געאמפערט אויף א בלויען שלאק ס'רוב פונעם ימים נוראים, האבן די לאנדא'ס אהערשטעלט א סוכה וואס אלע איינוואוינער זענען געקומען קוקן. און פורים איז מען ווידעראמאל געקומען קוקן אויף די שטראם פון מאביל'ס און בעטלער שטופעניש.

יוטי האט קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס זיי קענען נישט האבן אזא גוט לעבן ווי די לאנדא'ס אבער ביי איר טאטע איז דער מיסטער לאנדא געווען אפגעפרעגט. "א פויער" האט אים מענדל בער גערופן. נו ווער וויל דען זיין א פויער.
אבער ווען יוטי איז ארונטערגעוואָקסן איז איר מיטאמאל קלאר געווארן אז זי וויל יא.
נאכט נאך נאכט האט זי זיך אין דעם קליינעם מעדעצין שפיגל באטראכט, נאכן באד. א דראנג איז אין איר אריין אויסצוזעהן שיין.
זאל זיין א פויער האט זי איין נאכט אין קעמפ אן אנגעשלאסענע אפגעמאכט.
נמאס איז איר דעם ארעמען פריעד לעבן געווארן, און זי האט אין דעם פאטער'ס וועגן ווידערגעשפעניגט.

דער פרומער מענדל בער האט שווער געשלינגען דעם טאכטער'ס מאדערניזירונג אבער האט שלום געמאכט מיטן מצב און מיטן טאכטער און מיט א פאסיגן איר פארהייראט. צוויי רויטע ליבע צייכענעס האט היינט יוטי אויף איר סטאטוס, און "שפירט גוט" כלשונה.

אלנפאלס, דער חעסקי איז שטארק איבערגענומען פון דעם לאטערי געשיכטע, ער איז גראדע אויך א מעמבער אינעם וועכנטליכן ראפעל און זאגט "הלואי אויף מיר געזאגט"

-----


קינה, תחינה, ליום הכינוס:

אוי דאלער,
אוי מאה,
אוי עניות,
אוי וויי,
איי געלט,
איי מטבע,
אויס וועלט,
אֲהָהּ ר' שייע,
------


און א מזל טוב טייערע יונג-הערמאן,

א גוטן טאג האט דיר באטראפן,
קען די שווער זיין אנטוישט,
די ווייב באלד אנטלאפן,
די שוויגער אויפגעברויזט,
די הארץ זיין צובראכן,

היום ילדתיך,
א פרישע לעבן באקריגן,
תשמיע אמרי פיך,
זינג ארויס דיין ניגון,
כלל ישראל וויל הערן,
די פרייד אונטער די טרערן,
הפיל פּור,
פון א גורל א גביר,
א הימל געשריי,
ס'לעבן א דריי,
אזוי איינס צוויי,
זאלסטו זיין א גוטן געבער,
גוט אויסניצן די שבר,
מ'נעמט גארנישט מיט אין קבר,
אבער איין מחאה,
א וואונדער קלאר,
וואס פעלט דען פון זיבן רעדלעך א יאר,
ביסטו דאך א שטיקל בּאָם,
פארן נעמען דעם לאָמפּ סאָם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דו קומסט אדער דו גייסט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מזל טוב הערמאַן!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

די מעשה מיט דעם @הבל וריק איז אזוי, דער איז א מייסטער שרייבער, זיין ליצנות איז ערשט קלאסיג און היפש בייסיג צומאל, ודא עקא קומט ער אריין דא די לעצטע פאר יאר איינמאל א זומער וזהו, אנלעסס ער שרייבט אינטער אנאנדערן ניק.
דאס איז א מעסטער פיעס!!!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זיינע אבזערווירונגען, ליטערערי באהאנדלונגען, און אימפּליסיט/סאָבּטל קריטיִקס איבער די דגוש אין אונזער געמיינדע אויף די טרוים פון מאטעריעליזם (מער ווי סתם נישט האבן דאגת הפרנסה און די ערשטע שטאפלען פון מאסלאוו'ס היארארכיע) און סאָשעל קעפּיטעל לעומת א צווייטן, און אז דאס איז וואס די געמיינדע באטראכט אלס די סעלף-עקטועליזעישאן אויף וואס מענטשן קוקן ארויס אויף אלס אַן ענד ציהל, זענען אלע איום ונורא! וכמו קהלת שקרא "הבל הבלים" על הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איי איז דאס גוט! :lol: :like
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: מזל טוב הערמאַן!

שליחה דורך הבל וריק »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די מעשה מיט דעם @הבל וריק איז אזוי, דער איז א מייסטער שרייבער, זיין ליצנות איז ערשט קלאסיג און היפש בייסיג צומאל, ודא עקא קומט ער אריין דא די לעצטע פאר יאר איינמאל א זומער וזהו, אנלעסס ער שרייבט אינטער אנאנדערן ניק.
דאס איז א מעסטער פיעס!!!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
א דאנק! ס'נעמט מיר צייט צו שרייבן. מאכט זיך נאר דא דארט א געלעגנהייט. פארוואס זוממער צייט פונקט, ווייס איך נישט..
פארשפארט