און איך האלט אז ווער עס היילט זיך ביי א טעראפיסט און שפענדט אוועק טויזנטערס פאר דעם און נישט ביי עפעס א האליסטישן עקספערט פון אזיע וואס קלאפט מיט א פויק וואס גיט ארויס קלאנגען און ברענגט צאם ענערגיעס פון אלע 4 עקן וועלט, איז א נאר...עצי שטים האט געשריבן:איך גיי נישט דא פארטיידיגן עפעס וואס איך אליין האלט נישט אזוי, איך האלט אז ווי לאנג די עובר קען נישט אליין לעבן אהן די מאמע, איז ער נאכנישט קיין קינד,סאנטיאגא האט געשריבן:וויאזוי הארגעט מען א זאך וואס לעבט נאכנישט? פארוואס ציילט זיי נישט די צענזוס? פארוואס האבן זיי נישט קיין לוויה? קענסט ביטע ארויפשטעלן איין דאטא צענטער וועלכע רעכנט אריין פיטעסעס אין די אפיציעלע טויט ציפערן?עצי שטים האט געשריבן: די מציאות איז אז "יעדע" אבארשן ענדיגט זיך מיט א טויטע בעיבי, און טאמער האלט מען אז א עובר איז א מענטש, נישט קיין נפק"מ פארוואס צו וועגן רעליגיע אדער סייענס, הרג'עט מען טאג טעגליך טויזענטער טויזענטער קינדער,
ווייסט וויפיל "לעבנס" ווערן קיינמאל נישט קיין בעביס? ארום 55% פערטילייזט אייער גייען לטמיון פאר ס'ווערט א זייגאוט. ווער פונקטליך איז שולדיג אויף די מארדן? און לויט דיר זענען אלע מיסקערידזשעס אויך מארד. יעדע שטיק זומען האט א פאטענציאל, איך זעה נישט פארוואס א מענטש וואס מאכט קיינמאל נישט איינעם טראגעדיג איז נישט קיין מערדער, וואס הייסט? ער שיסט ארויס ביליאנען מייקראסקאפיק צעלן אין זיין לעבן וואס פון די צעלן ווערט עווענטועל א מענטש, וואס א חילוק בעבי, פיטעס, עמבריא, זייגאוט, זרע, ס'איז דאך די זעלבע זאך. ז'רע ז'ייגאוט...
דערקלערן מציאות'ער קען איך אויך, אבער ס'איז דא פאקט און ס'איז דא מיינונג. און איך האב דיר געזאגט א פאקט, די מאריאטעיט פון אנטי אבאורשעניסטן זענען נישט פראו לייף. פינטל. זיי זענען אנטי טשויס. און ווי קארלין דריקט זיך אויס אנטי פרוי. זיי ווילן אויף יעדעם ארויפצווינגען צו די הייליגע מצוה פון פרו ורבו.
כ'האב נישט געהייסן קיינעם פארן אין ערגעץ, איך ברענג סך הכל ארויס אז זיי זענען היפאקריטן וואס געבן נישט קיין הוד פאר לעבן און פאר דעם גייט זיי נישט אן וויפיל מענטשן פגר'ן פון גאן וויילענס, זיי וועלן אלס האבן די בעסטע תירוצים פארוואס די ביקס איז נישט די פראבלעם דא נאר די מענטש. אבער פלוצים ווען ס'קומט צו יענעמ'ס בויך נאר דארט זענען זיי זייער סימפאטיש פאר אן אומשולדיגע "בעבי" די מאס פון א פלוים.
איך האב בלויז געשריבן וואס די פרא לייף חברה האלטן, אז די מציאות פון מענטש הייבט זיך אהן ביים פערטעלייזעשען, גלייך ווען עס הייבט אהן צו וואקסן, איי פרעגסטו ווער איז שילדיג אין די אייער וואס גייען לטמיון? קיינער נישט! עס געשעט, אזוי ווי א מיסקערידש איז נישט קיין מארד, עס איז א זאך וואס געשעט ליידער, מענטשן שטארבן אויך פון הארץ אטאקעס, עס הייסט אבער נאכנישט קיין מארד,
עס איז דא אסאך מענטשן וואס זענען פשוט פרא לייף, רוב דערפון האלטן עס טאקע וועגן זייער רעליגיע, אבער זיי האלטן באמת אז יעדע אבארשן איז רציחה
די מציאות איז אז זיי היילן קראנקע! שנעלער, פראקטישער, און ביליגער ווי א דאקטער!
א געשעפט האסטו מיט זיי! ס'איז דא זאכן וואס איז אביעקטיוו אמת און ס'איז דא פערזענליכע (subjective) אמת. זאגן אז לעבן הייבט זיך אן ביי פערטיליזעישן איז קיין צד נישט. ווייל ס'איז זיך סותר מיט סייענס, איך פארשטיי אז יענע קריסטליכע גלח האט געזאגט אנדערש, אבער ווער איז ער צו האלטן? ס'איז סוביעקטיוו. איז וואס, ער איז נישט באלעבאס אויף די מציאות, ס'אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג וואס ער און זיינע נאכפאלגער טענה'ן איז מציאות. ווייל וויסן זאלסטו פילע פון זיי זענען ניטאמאל גענוג עדזשוקעיטעד ארויסצוהאבן וואס מאכט א זאך א מציאות. איך האלט אז מענטשן זענען אפגעשפיגלט אין מזלות. האלט עס שטארק אן געזונטערהייט אבער דאס צו נוצן אלס א פלאסיבל זייט אין א פאליטישע דעבאטע? פראבלעמאטיש.
Facts don't care about your feelings
אויב אזויפיל אייער ווערן נישט קיין עיבורים וואס איז די פוינט פון די גאנצע מערכה אויב גייען נעבעך אזויפיל עיבורים לאיבוד? ס'זעהט אויס ווי אן אומלעזבארע פראבלעם. נו לאז גאט עס האנדלן ווייל ער פארטיליגט נאך אזויפיל ווי די א.ג. מערדער.. פראו לייף מיי פוט
ראנג. א הארץ אטאקע איז א פאטאלע אינצידענט. נישט קיין מארד. א מיסקערידזש לויט די לאגיק איז. קענסט זאגן ס'איז אן אונס האסט נאך אבער אלס געטאן א פעולה וואס האט געענדיגט א לעבן. איך וואלט עס ענדערש צוגעגליכן צו אויסשטעקן א ווענטילעטאר.