א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

שליחה דורך פרנס החודש »

פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק האט געלעבט אין צפת א רב מיטן נאמען הרב יוסף קארו, ער האט איינגעזען די וויכטיגקייט פון א ספר וואס זאל צוזאמברענגען אלע הלכות מנהגים און דינים וואס זענען נוגע פאר א איד. די ארבעה טורים האט שוין אוועקגעשניטן אלע דינים וואס זענען נישט נוגע היינטיגע טעג, און מיט דעם ספר האט רב קארו אויפגעטון אז ער האט ארויסגענומען אלע אומנויטיגע אריכות׳ן און מחלוקת׳ער און ברוך השם עס איז געווארן אנגענומען אין גאנץ כלל ישראל.

שטייען מיר היינט אפאר הונדערט יאר שפעטער און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז דא א שטארקע חלל אין פיל הינזיכטן וואס דער שולחן ערוך דעקט נישט מערסטנס צוליב וואס געוויסע זאכן זענען נישט געווען נוגע אין זיינע צייטן. און ממילא הערשט א שטארקע צומישעניש אין די ענינים ,זה אומר בכה וזה אומר בכה און עס פירט ליידער צו גרויסע פילוגים אין כלל ישראל. צום ביישפיל פעלט פון שולחן ערוך די וויכטיגע הלכות פון משיח וכדומה וואס אמאל איז עס נישט געווען נוגע, אבער היינט מיט די טענה פון חב״ד אז זייער רבי איז משיח און מיט די גרונדונג פון די נייע מדינה און די סאטמארע חרם דערויף דערזעט מען זיך מיט א גרויסן חלל וואס ברויך ערפילט ווערן כדי צו פארמיידן מחלוקת און צומישעניש אין כלל ישראל.

לעצטנס האב איך געזען געוויסע קול קורא׳ס וואס האבן אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון אזא נייע שולחן ערוך. א ביישפיל ווי די קול קורא איבער לעיס טאפ וואס זאגט מיר נישט צו עס איז אסור מחמת שעטנז, חרישת שור וחמור יחדיו, אדער עפעס אנדערש, איז עס א דאורייתא, דרבנן, אפשר גאר מצד מנהג שנהגו הנשים מצד נדר. און קודם האב געוואלט אפירהאלטן די רבנים פארן פארזען צו געבן מראי מקומות, אבער איך האב געכאפט אז די פראבלעם איז אז די זאכן ווערן בכלל נישט דערמאנט אין שולחן ערוך און ווי קען איך האבן טענות אויף זיי?

ממילא קום איך ארויס מיט א שטארקע רוף צו די רבנים ארויס ורומים מיט א נייע שולחן ערוך כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון צופאלן אויף שטיקער.

פאלגנד אז א טיילווייזע ליסטע פון הלכות וואס ברויכן בארבייט ווערן אין דעם נייעם שולחן ערוך:
הלכות התגרות באומות
די דינים פון כאפן בילדער ביי פרויען אסיפות
הלכות פון ס.ד. קארטלעך אין ישיבות
די הלכות פון התחברות לרשעים
אלעס איבער די לימודים אין די ישיבות (לימודי חול וכו׳)
הלכות סכנה לגבי די וואקסינען און עלעקטריק סקוטערס
הלכות פון געבורט קאנטראל

יכלו הזמן והם לא יכלו ממילא ענדיג איך דא ואידך פירושא זיל גמור.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

שליחה דורך פרנס החודש »

IMG_0123.jpg
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז שוין דא א נטעי גבריאל, ער האט אלע היינטיגע הלכות איך האב אפילו געזען לעצטנס א גאנצע באנד אויף הלכות יום הולדת,
מען דארף אים טאקע בעטן ארויסצוגעבן עקסטערע בענדער אויף הלכות סימס, בילדער, ציונות, ועוד...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

שליחה דורך פרנס החודש »

די שטארקייט פון שולחן ערוך איז דווקא אז עס איז געווארן אנגענומען אין כלל ישראל.
איך וויל צוזאמנעמען אלע רבנים און צוזאמען זאל מען דורכטון די אלע נושאים העומדים על הפרק און נאכדעם זאל מען מאכן א כינוס כלל ישראל ווי מען וועט אננעמען די נייע שולחן ערוך.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווער איז דאס יוסף קארו?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

שליחה דורך פרנס החודש »

קוק אויף וויקיפידיה, איך האב זיך נאכנישט אויסגעלערנט צו ברענגען לינקס. קענסט פשוט אריינלייגן ״יוסף קארו״ עס קומט גלייך ארויף.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אוי ווי ס'בענקט זיך נאך @יאיר'ן...

לינק
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פרנס החודש האט געשריבן:די שטארקייט פון שולחן ערוך איז דווקא אז עס איז געווארן אנגענומען אין כלל ישראל.
איך וויל צוזאמנעמען אלע רבנים און צוזאמען זאל מען דורכטון די אלע נושאים העומדים על הפרק און נאכדעם זאל מען מאכן א כינוס כלל ישראל ווי מען וועט אננעמען די נייע שולחן ערוך.
די האסט א שטיקל טעות, די מיינסט אז די שו"ע איז געווארן אנגענומען דורך יעדעם,
ווי נאר די שו"ע איז ארויס, האט ר' משה איסרליש פון קראקע גלייך אפגעשריבן זיינע הגאות אויפן שו"ע, ווי ער הערט זיך נישט אויף צו קריגן בכל ד' חלקי השו"ע, דערנאך האט דער ב"ח געשריבן זיין חיבור ווי ער דינגט זיך אויך גאר אסאך מיטן שו"ע, ובכן די טורי זהב, מגן אברהם, ש"ך, ועוד ועוד, יעדער האלט זיך זיין פסק, און קריגן זיך אסאך מאל מיט יעדעם,

פינקט אזוי וועט זיין ווען מען זאל ווען מאכן היינט א שו"ע, גלייך וועט א צווייטע דיין שרייבן א חיבור פארקערט, נו, מה הועילו חכמים בתקנתן? קען מען זיך שוין קריגן אהן קיין שו"ע...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

שליחה דורך פרנס החודש »

אמאל איז געווען נאר ספרדים און אשכנזים ממילא האבן מיר מחבר און רמ״א. אין די נייע שו״ע וועט זיין פינף אדער זעקס הגהות, איינס פאר יעדע דענאמינאציע עס גייט אויסקוקן בערך אזוי:

סימן תתתר״ן
סעיף א
אסור לדבר בשפה שאינו יהודית
הג״ה אף בלשון יהודית אסור אם היא שפת מינים
הג״ה ויש אוסרים לדבר בשפה הנקרא יידיש כי היא שפת הכופרים הנקראים יידישיסטן וי״א כי היא שפת הגרמנים
הג״ה מצוה מן המובחר לדבר בלשון עיברית שהיא הנקראת לשון הקודש ואם אינו יודע לשון הקודש ידבר בלשון ארמית ואם אינו יודע ארמית עכ״פ ידבר בלשון ערבי שדברו בה בני תימן עוד מזמן יכניה
וי״א שצריכים לדבר בשפת אנגלית מלבד בתפילה שיכול להתפלל בכל לשון שירצה וכן נוהגים ואין לשנות וכל המשנה ידו על התחתונה
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש: ייש"כ פאר בארירן דעם (אנגעווייטאגטן) סאבדזשעקט. נאר (לפענ"ד) די אלע ..."הלכות"... וואס דו רעכנסט אויס. אויסער, אפשר 2, וואלטן נישט דעבאטירט געווארן אפילו דורך הרב יוסף קארו. דער מחבר פון שו"ע. ווייל זיי זענען אייגן-געמאכטע בויכווייטאג. אפשר דורך פרומע עמי הארץ, וועלכע וויללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. און זיי האבן מורא אז דאס אידישקייט וועט (ח"ו) אונטערגיין אן זייערע פאררוקטע מיינונגען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש האט געשריבן:אמאל איז געווען נאר ספרדים און אשכנזים ממילא האבן מיר מחבר און רמ״א. אין די נייע שו״ע וועט זיין פינף אדער זעקס הגהות, איינס פאר יעדע דענאמינאציע עס גייט אויסקוקן בערך אזוי:

סימן תתתר״ן
סעיף א
אסור לדבר בשפה שאינו יהודית
הג״ה אף בלשון יהודית אסור אם היא שפת מינים
הג״ה ויש אוסרים לדבר בשפה הנקרא יידיש כי היא שפת הכופרים הנקראים יידישיסטן וי״א כי היא שפת הגרמנים
הג״ה מצוה מן המובחר לדבר בלשון עיברית שהיא הנקראת לשון הקודש ואם אינו יודע לשון הקודש ידבר בלשון ארמית ואם אינו יודע ארמית עכ״פ ידבר בלשון ערבי שדברו בה בני תימן עוד מזמן יכניה
וי״א שצריכים לדבר בשפת אנגלית מלבד בתפילה שיכול להתפלל בכל לשון שירצה וכן נוהגים ואין לשנות וכל המשנה ידו על התחתונה:
והתאחדות הרבנים ד'שאראש פאטאק, הוידו-נאנאש, ו'קעניער מעזעי אומרים שצריך דוקא לדבר ולהתפלל בלשו הונגרי (הגר). המעלה של השפה הקדשה הזו היא שאין בו/בה לא לשון זכר ולא לשון נקיבה (רחמנא ליצלן). ועוד כמה מלים של לשון הקודש ההונגרי נשתרבו בלשונות אחרים. כגון...טשילאר, קאקא(א)ש קעיק. ראפאגאש בארכעס וכדומה...!
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

אוי זענט עץ גוט אבער געדענק איין זאך אויב עס קומט ארויס היינטיגע צייטן א נייע שלחן ערוך וועט די ערשטע זאך זיין צו אסר'ן סמארטפון
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאר סמארטפאונס?! די רשימה פון וואס ס'איז אלץ אסור (פאר יענעם) איז לאנג ווי די גלות. פרעיג נאר ביי דעם (הייליגן) העטיעש פעטיעש'ער און סאראש גאטיאש'ער פון סאכדעסס אויף דיוויעזשן. איכ'ל נאר ברענגען א טיילווייזע רשימה...שייגעץ בייקס. רויטע טורבאנס, לאנגע פאנדיאלאוס,מוזיק קאנצערטן, פיצא און אייזקריעם סטארס,לאנגע שייטלעך, געפאסטע קליידער, שטרימפ אן א סיעם. (סיעם אן א שטרימפ איז מותר). ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. יא. דערמאנט... דף היומי...!
משה חאצקעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 11, 2022 4:04 pm

שליחה דורך משה חאצקעל »

בחורים בארואיגטס ענק..
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

נו א וודאי אזוי איך האב נאר געמענשנט סמארטפון ווייל דאס וועט נישט זיין לכאורה צופיל חולקים ווידעראום די אנדערע זאכן ווי סימס און פיצה וועט זיין יש אומרים וכ'ו וכ'ו. ביי די וועי נאך מיין חתונה האב איך געגעבן מיינע צוויי צענט וואס איך האלט וועגן סימס און די רעסט איז היסטערי......
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

berlbalaguleh האט געשריבן:נאר סמארטפאונס?! די רשימה פון וואס ס'איז אלץ אסור (פאר יענעם) איז לאנג ווי די גלות. פרעיג נאר ביי דעם (הייליגן) העטיעש פעטיעש'ער און סאראש גאטיאש'ער פון סאכדעסס אויף דיוויעזשן. איכ'ל נאר ברענגען א טיילווייזע רשימה...שייגעץ בייקס. רויטע טורבאנס, לאנגע פאנדיאלאוס,מוזיק קאנצערטן, פיצא און אייזקריעם סטארס,לאנגע שייטלעך, געפאסטע קליידער, שטרימפ אן א סיעם. (סיעם אן א שטרימפ איז מותר). ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. יא. דערמאנט... דף היומי...!
איך נישט געשריבן "בלויז" סמארטפון איך האב געשריבן די ערשטע
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

דוד שריפטליך האט געשריבן:נו א וודאי אזוי איך האב נאר געמענשנט סמארטפון ווייל דאס וועט נישט זיין לכאורה צופיל חולקים ווידעראום די אנדערע זאכן ווי סימס און פיצה וועט זיין יש אומרים וכ'ו וכ'ו. ביי די וועי נאך מיין חתונה האב איך געגעבן מיינע צוויי צענט וואס איך האלט וועגן סימס און די רעסט איז היסטערי......
וואס איז היסטערי, די סימס אדער די מערידזש? :lol: :lol: :lol: :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט