פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אזוי ווי די ראש הקהל הרב שמעקעדיג האט געבעטן זיך צו האלטן צום נושא וועל איך נאר שנעל רוספאנדן בקוצר הדברים,
(אגב מען מעג שוין מעביר זיין שמעקעדיג פון זיין פאסטן, איך מיין אז אויב קומט ער נישט אריין מיט עפעס א זאפטיגע ארטיקל ביז תשעה באב, וועט מען פארריפן פרישע וואלן)
יהורם, דיין אריינגעבויטע מענטשליכע געפילן און מאראל, קומט נישט פון די תורה, עס איז עפעס וואס די ביסט געבוירן מיט, און יעדע כופר האט אויך די געפילן, כמבואר ברמב"ם אז אהן די תורה וואלט מען אויך געהאט מאראלישע ווירדן, פשוט פון געפיל און שכל, און ווי די אטעאיסטן ווייזן אהן זענען די כופרישע מדינות מער ציווילעזירט מיט ווייניגער רציחות וגניבות וכדומה ווי די רעליגיעזע מדינות
און דיינע געפילן קענען קלאר זיין און קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק, כמבואר למעלה
וואס די טוסט סך הכל איז, אז די דערשטיקסט דיינע געפילן און די ביסט זיך מפקיר דיין מאראל צו די אוטאריטעט פון די תורה, די ביסט מכריע וואס איז ריכטיג לויט וואס די תורה זאגט, אפילו דיין געפיל דעקטירט אנדערש,
פינקט ווי די ברלנדיסטן...
עס איז נישט קיין מאראלישע מחלוקה, נישט אז זיי האבן נישט קיין מאראל און די יא, עס איז פשוט א מחלוקה אויב דאס איז תורה'דיג אויסגעהאלטן צו נישט, יעצט הגם איך האלט אויך אז עס איז נישט תורה'דיג אויסגעהאלטן, קען איך אבער פארשטיין פון וואו זיי קומען, און פארוואס זיי האלטן אז דאס איז יא די דבר השם,
עס קומט אראפ צו א פשוטע מחלוקת הפוסקים, צו עפעס איז די דבר השם אדער נישט, נישטא קיין סיבה פארוואס צו ווערן צעהיצט, מער ווי ווען מען איז דאן אויב די דבר השם איז צו לערנען קאמען קאר
ודי בזה

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

כדי נישט צו פארדרייען די טעמע וועל איך דיר ענטפערן אין אישי.עצי שטים האט געשריבן:אזוי ווי די ראש הקהל הרב שמעקעדיג האט געבעטן זיך צו האלטן צום נושא וועל איך נאר שנעל רוספאנדן בקוצר הדברים,
(אגב מען מעג שוין מעביר זיין שמעקעדיג פון זיין פאסטן, איך מיין אז אויב קומט ער נישט אריין מיט עפעס א זאפטיגע ארטיקל ביז תשעה באב, וועט מען פארריפן פרישע וואלן)
יהורם, דיין אריינגעבויטע מענטשליכע געפילן און מאראל, קומט נישט פון די תורה, עס איז עפעס וואס די ביסט געבוירן מיט, און יעדע כופר האט אויך די געפילן, כמבואר ברמב"ם אז אהן די תורה וואלט מען אויך געהאט מאראלישע ווירדן, פשוט פון געפיל און שכל, און ווי די אטעאיסטן ווייזן אהן זענען די כופרישע מדינות מער ציווילעזירט מיט ווייניגער רציחות וגניבות וכדומה ווי די רעליגיעזע מדינות
און דיינע געפילן קענען קלאר זיין און קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק, כמבואר למעלה
וואס די טוסט סך הכל איז, אז די דערשטיקסט דיינע געפילן און די ביסט זיך מפקיר דיין מאראל צו די אוטאריטעט פון די תורה, די ביסט מכריע וואס איז ריכטיג לויט וואס די תורה זאגט, אפילו דיין געפיל דעקטירט אנדערש,
פינקט ווי די ברלנדיסטן...
עס איז נישט קיין מאראלישע מחלוקה, נישט אז זיי האבן נישט קיין מאראל און די יא, עס איז פשוט א מחלוקה אויב דאס איז תורה'דיג אויסגעהאלטן צו נישט, יעצט הגם איך האלט אויך אז עס איז נישט תורה'דיג אויסגעהאלטן, קען איך אבער פארשטיין פון וואו זיי קומען, און פארוואס זיי האלטן אז דאס איז יא די דבר השם,
עס קומט אראפ צו א פשוטע מחלוקת הפוסקים, צו עפעס איז די דבר השם אדער נישט, נישטא קיין סיבה פארוואס צו ווערן צעהיצט, מער ווי ווען מען איז דאן אויב די דבר השם איז צו לערנען קאמען קאר
ודי בזה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ער איז א מטורףמנחם ציון האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=92ZeAuo0E2g
איך פארשטיי שוין פארוואס די עולם דארטן איז געפאלן פאר דעם שטות אז ער איז ממש א נביא,
ווייל עס שטייט "מיום שחרב בית המקדש ניתנה הנבואה לשוטים"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- גוצא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
קוקענדיג אויף דעם תחקיר שטעלט זיך ארויס א בילד פון א שרעקליכער מטורף, אזש אז עס איז שווער צו פארשטיין וויאזוי נארמאלע מענטשן קענען זיין זיינע נאכפאלגער׳ס, ומכלל לאו אתה שומע הן.
די פרוי מיט וועמען זיי שמועסן צום סוף איז עס יא אביסל מסביר, וויאזוי בעלי תשובה זענען נישט פריי און נישט פרום ממילא ווערט דער חלל אנגעפילט דורך אזעלכע קהילות ווי שובו בנים, אבער פארט, פאר אפילו נאר א האלב נארמאלער מענטש מוז דאך זיין א גבול ביז וויפיל מען קען סובל זיין טירוף און שגעון.
א גרויס חלק פון זיין סאדיסיזם איז געהעריג נאכגעמאכט נוצרי׳שע מנהגים, ער פארלאנגט פו זיינע אנהענגער זיך צו האלטן צו אבנארמאלע און אוממענטשליכע קדושה גדרים, גענצליכע פרישות א בחינה ווי די גלחים, און זיין גאנצער שפיל אז ער האט מודה געווען און איז בכוונה געגאנגען אין גלות און אין תפיסה כדי מקבל צו זיין בזיונות ויסורים און מכפר זיין אויף דעם דור איז ממש Straight outta jesus.
מיך באדערט אז זיי בא׳טיטול׳ן אים אלץ א ״משיח שקר״, ער איז א פשוט׳ער נואף ומטורף און ס׳איז א בושה פאר אלע היסטארישע משיחי השקר אים אריינצולייגן אינעם זעלבן קאטאגאריע!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 20, 2021 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
א חשוב'ער רב האט מיר געבעטן, אז ער וויל זען די תחקיר אויף ברלנד, ס'איז אים זייער וויכטיג צוליב א קעיס אין וואס ער ארבעט אצינד. ער האט מיר געבעטן אז איך זאל עס אים אריבערברענגען. איך קען אים אבער נישט עפענען יוטוב אדער אנדערע נייעס טשענלס. איך דארף עס דאונלאודן און אים ווייזן.
קען דאס איינער אהערברענגען אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו, אזוי אז איך זאל עס קענען וויייזן פאר יענעם רב?
יישר כח.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
היות ס'איז זייער וויכטיג פאר די קעיס, קען דער חשוב'ער רב גיין אויף די חשוב'ער סייט יוטיוב אדער די דערהויבענע סייט כאֳן, און ער וועט קענען פונקטליך זען וואס פעלט זיך אויס.מאן האט געשריבן:א חשוב'ער רב האט מיר געבעטן, אז ער וויל זען די תחקיר אויף ברלנד, ס'איז אים זייער וויכטיג צוליב א קעיס אין וואס ער ארבעט אצינד. ער האט מיר געבעטן אז איך זאל עס אים אריבערברענגען. איך קען אים אבער נישט עפענען יוטוב אדער אנדערע נייעס טשענלס. איך דארף עס דאונלאודן און אים ווייזן.
קען דאס איינער אהערברענגען אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו, אזוי אז איך זאל עס קענען וויייזן פאר יענעם רב?
יישר כח.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
זאג דעם רב אז ער זאל מיר קאנטעקטן אין אישי, איך האב אים נאך אסאך אנדערע וויכטיגע זאכן צו ווייזןמאן האט געשריבן:א חשוב'ער רב האט מיר געבעטן, אז ער וויל זען די תחקיר אויף ברלנד, ס'איז אים זייער וויכטיג צוליב א קעיס אין וואס ער ארבעט אצינד. ער האט מיר געבעטן אז איך זאל עס אים אריבערברענגען. איך קען אים אבער נישט עפענען יוטוב אדער אנדערע נייעס טשענלס. איך דארף עס דאונלאודן און אים ווייזן.
קען דאס איינער אהערברענגען אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו, אזוי אז איך זאל עס קענען וויייזן פאר יענעם רב?
יישר כח.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
האלא. ביסט אויף קאווע שטיבל, מיר פארשטייען דיר. קענסט בעטן אז מען זאל דיר עס שיקן אין דראפבאקס פריוואט, דארפסט עס נישט שיקן צום רב.מאן האט געשריבן:א חשוב'ער רב האט מיר געבעטן, אז ער וויל זען די תחקיר אויף ברלנד, ס'איז אים זייער וויכטיג צוליב א קעיס אין וואס ער ארבעט אצינד. ער האט מיר געבעטן אז איך זאל עס אים אריבערברענגען. איך קען אים אבער נישט עפענען יוטוב אדער אנדערע נייעס טשענלס. איך דארף עס דאונלאודן און אים ווייזן.
קען דאס איינער אהערברענגען אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו, אזוי אז איך זאל עס קענען וויייזן פאר יענעם רב?
יישר כח.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ווער מיר יעצט געוואר אין חלק ג' אז די פרוי וואס וויינט און שרייט אויף ברלנד אין די אויספארשונגס צימער, איז גאר די ווייב פון דעם תמימות'דיגן נחמן שלום, דער וואס האט טאקע זוכה געווען צו קריכן אין זען ווי ברלנד שטיפט אין עולם האצילות, מסתמה איז די מעשה פון זיין ווייב געשען פאר די מעשה פון די היצץ ונפגע, ווייל דאן איז ער שוין געווען אויף ברלנד'ס שלעכטע זייט,
עס איז ממש גרויליג ווי זי לייגט אראפ מיט דאטאלן וואס ברלנד האט געטון צו איר, די צונג אין איר מויל פאר אפאר מינוט.... פעך!!! עקל!!! דער מנוול!!!
און ער זאגט מיט א פרעכקייט, לא היה ולא נברא, און זי קען עס ממש נישט אויסהאלטן!
און לויט ווי זי פארציילט איז עס פשוט געווען בשעת א קבלת קהל, בשעת איר אייגענע מאן איז געשטאנען אינדרויסן!!! שומו שמים!
זי פארציילט אז זי האט נאך טראמע דערפון עד היום, נעבעך
און די רציחות... היפאקריטיע און אכזריות שאין כדגמתו, ער מעג אלעס טון, אבער ווען יענער טוט, שיקט ער זיינע שליחים צו רצח'ענען,
און די בעטן הימלשרייענדע פרייזן פאר מופתים... וואס ארבייטן נישט... איינער מוז נעבעך פארקויפן זיין הויז ווייל ער דארף נעבעך א ישועה, און בלייבט דערנאך אהן א הויז און אהן קיין ישועה, א שווינדלער איינס אין די וועלט
א סקים פון 130 מליון שקל!!!
די גאנצע זאך פון התישנות פארשטיי איך נישט, פארוואס ביי רציחה נישט און ביי עבירת מין יא, וואס איז א נפק"מ וויפול יאר עס איז אדורך, אן עבירה בלייבט אן עבירה
בכלל די גאנצע געדאנק אז ער דרייט זיך נאך היינט ארום פראנק אין פריי דארטן ביי רחוב חומה השלישית אויפן מרפסת, ארומגענומען מיט זיינע שטיצערס, ווייזט אויף עפעס גרויסע לעכער אין די געזעץ סיסטעם פון מדינת ישראל,
אזא איינער וואלט מען געדארפט אריינשליידערן אין א באהאלטענע תפיסה, צישפארן די שלאס און אוועקווארפן די שליסל, ער איז א געפערליכע סכנה פאר די מענטשהייט,
אנשטאט באקומט ער אפאר חדשים תפיסה, און ער ווערט נאך באפרייט פרי ווייל די תפיסה האט שוין נישט קיין פלאץ,
סארא ליצנות!!!
(איך מיין אז ער האט מער שאדן געטון ווי וועבערמאן, נישט אזוי? און בשעת וועבערמאן שמאכטעט אפ פאר 70 יאר צו וואס, אין א אמעריקאנע טורמע, דרייט זיך ברלנד ארים ווי א פרייע פויגל)
וועמען טרייבט מען שפאס פון דא? פון די נעבעכדיגע וויקטימס? פון די צוקומפטיגע?
ס'ממש לית דין ולית דיין דארטן?

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ניין, נחמן שלום פארציילט פריער אז דאס האט שוין פאסירט נאכדעם וואס ער איז געקומען פארהאלטן ברלנד'ן אויף וואס ער האט געזעהן. דאס איז אזא מין אכזריות'דיגע שאוי פון פאוער און אנשרעקונג, אים צו ווייזן אז ער עט די ענד אף די דעי OWNED ער אים מיט זיין ווייב צוזאמען און קען טוהן מיט זיי כל מה שלבו חפץ.. פעך!
כ'איז מיר געפאלן ווי מרס הורוביץ דרוקט זיך אויס דא, נו שוין 'עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה' עמיצער ברויך עס אדאפטירן פאר זיין חתימה דא. (איך בין נאכנישט גרייט פטור צו ווערן פון מיינס - ס'איז צו אשטארק ווארט!)
אבער דא איז מיר נאכאמאל ארויפגעקומען די מחשבה אז אויב אזעלכע מענטשן ווי צוקר אין די אנדערע האבן געקענט קומען שרייען צו ברלנד מיט היסטעריע אוי ואבוי אשת איש און דאס איז געווען די מכה בפטיש אבער די ציווי צו הרגענען א מענטש (און נישט איינס), א 16 יעריגע בחור'ל, דאס האט זיי נאכנישט אויפגעשאקלט, דארף א מענטש זיך פרעגן די אמת, אויב די מענטשן האבן חרטה געהאט אדער בועט געווען אין ברלנד מחמת וואס זייערע מצפון האנושי האט געזאגט אז וואס ער טוהט איז אומ-מאראליש (און איט העפענס טו בי אז די תורה אגריעט מיט זיי אויפדעם)? אדער נאר ווייל דער תורה זאגט דאס איז אומ-מאראליש, און זינט דער זינד אינוואלווד אגרעסיע, וואס זיי גלייכן אזוי, און דער אנדערער זינד אינוואלווד אהבה וואס זיי מאנגלען אזוי, האט זיי נאר די צווייטע זינד בארירט. און אז מען האלט שוין דא ווייס איך שוין נישט וועלכע סארט קנאה ס'האט געברענט אין זיי.. קנאת פנחס אדער קנאת קרח, נאר לעניני מין...
אדער קען פשוט זיין זיי זענען עלטער געווארן און אסאך מענטשן כאפט עס, די נארמאלקייט, שפעטער אין לעבן..

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
אויב משומר האט נאכנישט געפנט יוטיוב פארן רב איז נאדיר די ערשטע צוויי אויף גוגל דרייוומאן האט געשריבן:א חשוב'ער רב האט מיר געבעטן, אז ער וויל זען די תחקיר אויף ברלנד, ס'איז אים זייער וויכטיג צוליב א קעיס אין וואס ער ארבעט אצינד. ער האט מיר געבעטן אז איך זאל עס אים אריבערברענגען. איך קען אים אבער נישט עפענען יוטוב אדער אנדערע נייעס טשענלס. איך דארף עס דאונלאודן און אים ווייזן.
קען דאס איינער אהערברענגען אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו, אזוי אז איך זאל עס קענען וויייזן פאר יענעם רב?
יישר כח.
https://drive.google.com/uc?id=1qfeRsCi ... t=download
https://drive.google.com/uc?id=1L_sODr2 ... t=download
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
טאקע נישט אויפגעכאפט ווי נחמן שלום זאגט עס,טאמבל סאס האט געשריבן:ניין, נחמן שלום פארציילט פריער אז דאס האט שוין פאסירט נאכדעם וואס ער איז געקומען פארהאלטן ברלנד'ן אויף וואס ער האט געזעהן. דאס איז אזא מין אכזריות'דיגע שאוי פון פאוער און אנשרעקונג, אים צו ווייזן אז ער עט די ענד אף די דעי OWNED ער אים מיט זיין ווייב צוזאמען און קען טוהן מיט זיי כל מה שלבו חפץ.. פעך!
כ'איז מיר געפאלן ווי מרס הורוביץ דרוקט זיך אויס דא, נו שוין 'עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה' עמיצער ברויך עס אדאפטירן פאר זיין חתימה דא. (איך בין נאכנישט גרייט פטור צו ווערן פון מיינס - ס'איז צו אשטארק ווארט!)
אבער דא איז מיר נאכאמאל ארויפגעקומען די מחשבה אז אויב אזעלכע מענטשן ווי צוקר אין די אנדערע האבן געקענט קומען שרייען צו ברלנד מיט היסטעריע אוי ואבוי אשת איש און דאס איז געווען די מכה בפטיש אבער די ציווי צו הרגענען א מענטש (און נישט איינס), א 16 יעריגע בחור'ל, דאס האט זיי נאכנישט אויפגעשאקלט, דארף א מענטש זיך פרעגן די אמת, אויב די מענטשן האבן חרטה געהאט אדער בועט געווען אין ברלנד מחמת וואס זייערע מצפון האנושי האט געזאגט אז וואס ער טוהט איז אומ-מאראליש (און איט העפענס טו בי אז די תורה אגריעט מיט זיי אויפדעם)? אדער נאר ווייל דער תורה זאגט דאס איז אומ-מאראליש, און זינט דער זינד אינוואלווד אגרעסיע, וואס זיי גלייכן אזוי, און דער אנדערער זינד אינוואלווד אהבה וואס זיי מאנגלען אזוי, האט זיי נאר די צווייטע זינד בארירט. און אז מען האלט שוין דא ווייס איך שוין נישט וועלכע סארט קנאה ס'האט געברענט אין זיי.. קנאת פנחס אדער קנאת קרח, נאר לעניני מין...
אדער קען פשוט זיין זיי זענען עלטער געווארן און אסאך מענטשן כאפט עס, די נארמאלקייט, שפעטער אין לעבן..
אויב אזוי איז זייער שווער צו פארשטיין פארוואס ער האט נאך אריינגעלאזט זיין ווייב צו דעם מנוול, נאכן זיך דאס איבערצייגן מיט די אייגענע אויגן
אבער ווי געשמועסט איז שווער פאר א אפענע קאווע שטיבל שרייבער דן צו זיין איינער וואס איז ליידער פארכאפט אין א קולט
און ווייטער פארסטו מיטן וועלן פארשטיין די חילוק פון די רציחה ביזן זנות,
כאילו די תאוות פון ברלנד האט עפעס מיט אמת'ע אהבה וואס ער האט געהאט צו די נשים...נעבעך, און דאס פעלט פון די קנאים דארטן
ווען ער האט זיי ווען ליב, וואלט ער זיי נישט אומגליקלעך געמאכט מיט זנות, ער איז א פשוטע פראסטע בעל תאווה
ווען עס האט זיך געהאנדלט ביי מארד קען עס נאך די קאפ פון א קולט מעמבער פארשטיין, ווי געשמועסט און פריערדיגע תגובות איז מאראל געבינדן לויט וואס די תורה און גאט זאגט, און ווי די מיידל איז אזוי שיין מסביר דארטן, איז ברלנד ממש אזוי ווי די סנהדרין, און עס איז ממש ווי א ציווי פון גאטס מויל צו זייערע אויערן, עס איז פארט דא אזא מושג אין די תורה, ווי אומברענגען א עובר עבירה
אבער ווען מען כאפט אים ביי אייגענע תאוות און זנות, פרעגט דאס שוין אפ די גאנצע הנחה אז ער איז בכלל א צדיק און אז גאט פארציילט אים וואס צו טון, עס איז נישטא קיין שום מקום בתורה פאר א היתר אויף זנות
הגם מען קען נאכאלטס זאגן טענות אזוי ווי דוד המלך, אדער יהודה וכ' ..העכערע זאכן.. מען פארשטייט נישט קיין צדיקים.., אבער זעט אויס אז דאס איז שוין געווען געניג אפילו פאר די קולט מעמבערס צו דערשמעקן די סירחה דא
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
שמחת הברית לבנו של ר' נחמן שלום, שימש כמוהל רבי ראובן נאקר, ובברכות כובד הרב יום טוב חשין
https://twitter.com/moshe_nayes/status/ ... 5349843968

אמת מארץ תצמח
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
נאך וואטשן די דריי חלקים פונעם תחקיר איז מיין ריוויו ווי פאלגענד : נחמן שלום און זיין ווייב זענען היראו'ס, ישראל רוזנר איז פיינע נייעס (חוץ זיין רי"ש וואס כ'גלייך נישט), צחי הורביץ איז א געשמאקע אידל, עס איז נישטא קיין צדק אויף דער וועלט און דעם ווער איך איבערגעצייגט מער מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי, און בערלאנד? אויף אים איז די מערסטע פאסיג די צונאמען מיט וועלכע מען האט אין גערופן אלץ קינד, ווי די רעבעצין האט איבערגעגעבן, 'היטלער בערלאנד'.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
בעני מחלב פון בערלאנד'ס מאפיאנערן אין א דעבאטע מיט רביב דרוקר
https://fb.watch/dK4apFAl4n/
https://fb.watch/dK4apFAl4n/
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך ווארט שוין פאר חלק ד' פונעם תחקיר, איך האב פארשטאנען אז עס וועט זיין פינעף חלקים, איינער ווייסט מער פרטים?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
נסים שטרית געפינט זיך נישט אינערגעץ נעבעך. מ'האט אים צעשטיקלט און צעמאלן.מאן האט געשריבן:אפשר איז מען מברר צו מושי קליינערמאן געפינט זיך אין די זעלבע פלאץ ווי ניסים שטרית?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.