חינוך אין די היימישע מוסדות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טיפטראכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך טיפטראכטער »

מושי לערנט אין סאטמארע חדר אין בארא פארק, ער דאווענט, לערנט, און טוט וואס אלע קינדער טוען.
פארוואס טוט ער דאס אלעס? ווייל אויב נישט גייט ער ברענען אין גהינום.
זיין רבי האלט אין איין אריינבאקן אין די קינדער: די הייליגע באשעפער האט אונז געגעבן א תורה וואס מ׳מוז פאלגן, אויב מ׳היט נישט די תורה גייט מען ברענען אין גהינום. און די רבי לערנט אויס פאר די קינדער וואס מ׳דארף און וואס מ׳טאר נישט טון לויט זיינע השגות.
מושי מאלט זיך אויס די אייבירשטער אלץ א זייער שטרענגע און שרעקעדיגע גאט, מאכט ער אפ אז ער מוז פאלגן די תורה, ער וויל נישט ברענען אין א גרויסע הייסע פייער.

ער גייט אריין אין ישיבה, ער טראכט צו זיך אז ער גייט זיין א ערליכע בחור, לערנען בהתלהבות, דאווענען מיט מנין אייביג וכו׳.
מושי איז 16 יאר אלט, זיין מח איז שוין גרעסער, ער האט שוין אייגענע שכל.
און זיין מח היבט אן צו פרעגן:
די איינציגסטע סיבה פארוואס איך היט די תורה איז ווייל א גאנץ לעבן האט מען מיך געזאגט אז מ׳מוז, און איך האב עס געגלייבט אזוי ווי יעדע קינד גלייבט אלעס וואס א ״גרויסע טאטע״ זאגט.
די קאטאליקן גלייבן אין יאשקע ווייל מ׳האט זיי געזאגט אלץ קינד אז דאס איז די אמת.
מוסלעמענער, בודהיסטן, וכו׳.
ער פאנגט ע״ס אן דורכטון, ער וויל דערגיין וואס די אמת איז.
ער היבט אן ליינען און הערן פון קלוגע מענטשן, מענטשן וואס טוען דורך די זאכן.
און ער זעהט אז ס׳גארנישט אזוי פשוט.
ער איז שוין אכצן יאר אלט. נאך אסאך טראכטן קומט ער צו די מסקנה אז ס׳איז דא א גאט. און די תורה קוקט אויס צו זיין די ריכטיגע דרך.
אבער וואס די תורה איז ווייסט ער נישט.
אין חדר און אין ישיבה האט מען ע״ס געמאכט פאר א שווערע זאך, וואס פאר יעדע קליינע עבירה באקומט מען גהינום.
ער טראכט צו זיך אויב דאס איז אידישקייט, איז עס אוממעגליך אנצוהאלטן.
ער האט פרובירט צו רעדן צו בחורים צו זען ווי אזוי זיי קענען זיין אזוי ערליך, און פרובירט צו דורכגיין מיט זיי פארוואס זיי האלטן וואס זיי האלטן.
אבער כמעט אלע בחורים זענען געווארן אויפגעשוידערט אז ער פרובירט צו נאכגיין וואס איז אמת.
לדוגמה לאמיר אנכאפן א שמועס וואס מושי האט געהאט מיט זיין חבר שלום, ווען ער האט פשוט געוואלט פארשטיין וואס איז ריכטיג.

מושי: שלום, ווי אזוי ווייסטו אז וואס מ׳האט דיך אויסגעלערנט אין חדר איז ריכטיג, אלע אנדערע רעליגיעזע מענטשן האט מען אריינגעבאקן עפעס אנדערש. האסט שוין דורכגעטון אלע רעליגיעס צו וויסן אז אידישקייט איז אמת?

שלום: (אויפגעשוידערט) וואס הייסט? מ׳טאר נישט אזוי רעדן, אוודאי איז עס אמת, ביזט משוגע?

מושי: ווי אזוי ווייסטו אז ס׳איז אמת?

שלום: מושי, וואס איז מיט דיך?

אזוי גייט עס, רוב בחורים זענען באקוועם ווי אזוי זיי זענען, און טראכטן אפילו נישט אז ס׳קען זיין אז זיי דינען א פאלשע רעליגיע.
אבער נישט מושי. מושי וויל וויסן וואס די אמת איז.
ווי מער ער טראכט הייבט ער אן צו פארשטיין אז ס׳איז דא זייער אסאך זאכן וואס מ׳קען נישט אדיר איז שווער צו פארשטיין.
ער האט אסאך דורכצוגיין, אבער ס׳גייט נעמען אסאך צייט.
ס׳גייט דורך צייט, און מושי ווערט שוואכער און שוואכער אין אידישקייט, ביז ער לאזט אלעס אפ.
ווייל ער האט נישט קיין תורה.
די תורה וואס מ׳האט אים אויסגעלערנט האט אים געגעבן א שנאה צו גאט.
אוטאמאטיש יעדע מטל ער האט געלייגט תפילין, זיך איינגעהאלטן פון רייכערן אין שבת, האט ער געטראכט, פארוועם טו איך דאס? פאר א גאט וואס געבט מיך גיהנום פאר יעדע קלייניגקייט? וואס לאזט נישט הנאה האבן פון לעבן? אלעס איז אסור. ס׳איז זייער שווער פאר אים.
היינט היט ער שוין גארנישט.
אבער ער זוכט נאכאלץ די אמת.
ער וויל פילן א טעם אין א מצוה, אבער ער קען נישט. ער וויל טרעפן די גאט וואס ער גייט ״וועלן״ דאווענען צו אים, טון מצות פאר אים וכו׳.



רוב מענטשן טראכטן נישט און גייען דורך זייער לעבן ווי אזוי מ׳האט זיי געזאגט.
אבער ס׳דא בחורים וואס טראכטן.
אזוי פיל נשמות זענען שוין פארלוירן געגאנגען פשוט ווייל זיי האבן אנגעקוקט גאט אלס שלעכט. און ווען זיי האבן פרובירט צו פארשטיין האט מען זיי געזאגט נישט צו פרעגן. אבער ווען מ׳זאגט נישט צו פרעגן מאכט עס נאר ווייניגער גלייבן וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט.
ווען די ראש ישיבה אסר׳ט עס די קארדס, איז עס זייער שווער פאר א בחור, בחורים היינט הערן אסאך מוזיק, און ווען דו נעמסט עס אוועק פון זיי, נעמסטו אוועק זייער לופט.
די ראש ישיבה הערט נישט אויס קיין מוזיק אזוי סאך ווי בחורים.
די ראש ישיבה פארשטייט נישט ווי שווער ס׳איז פאר א בחור נישט אוסצוהערן מוזיק.
און די זעלבע מיט אלע אנדערע זאכן וואס מ׳אסר׳ט.
די ראש ישיבה פארשטייט נישט ווי שווער ס׳איז צו אויפהערן רייכערן, ווייל די ראש ישיבה האט נישט גערייכערט. ווי אזוי קענסטו באשטראפן א בחור פאר דעם ווען דו פארשטייסט נישט ווי שווער ס׳איז?

אנשטאטס אויסלערנען אז מ׳דארף היטן די תורה, ווייל אויב נישט גייט מען ווערן באשטראפט.
אנשטאטס אסר׳ן יעדע זאך וואס קען צוברענגען צו א א.ג. עבירה.
באק אריין אין קינדער א ליבשאפט צו גאט, זיי זאלן נישט וועלן טון עבירות נישט וועגן זיי האבן מורא, נאר ווייל זיי האבן ליב די אייבירשטער.
אז מ׳געבט אריין א ליבשאפט צום באשעפער וועט זיין א עליות הדורות.
און בעיקר לאזן יעדעם טראכטן, טראכטן איז א געזונטע זאך פאר מענטשן.
און אויב ער נעמט א אנדערע וועג ווי דיך, רעספעקטיר אים ווי אזוי ער איז.
ער איז געקומען צו די מסקנה אז דאס איז זיין וועג, נישטא קיין סיבה אים אראפצוקוקן.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שלום עליכם!!! זייער א שיינע שטיקל, ס'איז א גוטע התחלה...

און צום נושא, אודאי איז נישט ריכטיג צו זאגן פאר איינער וואס האט קשיות, טראכט נישט, פאר א סיבה האט די רמב"ם אפגעשריבן א ספר מורה נבוכים,
אבער מיט אלע תריצים מוז מען נאכאלטס מאכן אידישקייט געשמאק, ווייל אהן דעם וועט זיך גארנישט האלטן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

טיפטראכטער האט געשריבן:אנשטאטס אויסלערנען אז מ׳דארף היטן די תורה, ווייל אויב נישט גייט מען ווערן באשטראפט.
אנשטאטס אסר׳ן יעדע זאך וואס קען צוברענגען צו א א.ג. עבירה.
באק אריין אין קינדער א ליבשאפט צו גאט, זיי זאלן נישט וועלן טון עבירות נישט וועגן זיי האבן מורא, נאר ווייל זיי האבן ליב די אייבירשטער.
אז מ׳געבט אריין א ליבשאפט צום באשעפער וועט זיין א עליות הדורות.
און בעיקר לאזן יעדעם טראכטן, טראכטן איז א געזונטע זאך פאר מענטשן.
און אויב ער נעמט א אנדערע וועג ווי דיך, רעספעקטיר אים ווי אזוי ער איז.
ער איז געקומען צו די מסקנה אז דאס איז זיין וועג, נישטא קיין סיבה אים אראפצוקוקן.
די תורה אליינס שרייבט אז מען זאל איר היטן ווייל אויב נישט גייט מען ווערן באשטראפט. כן כתוב בפרשת בחוקותי ובמשנה תורה. אויב די תורה אליינס זאגט עס, וויאזוי מעגסטו באהאלטן די אינפארמעישן פון די קינדער? דו מאכסט אייגענע חשבונות אז עס ברענגט נישט קיין גוטס. דער כותב התורה האט אויך געוואוסט דער פשוטע חשבון און פונדעסטוועגן עס אריינגעשריבן. איי עס איז צו שווער צו הערן, דאס איז נישט דיין דאגה. געב איבער וואס מען הייסט דיך און שוין. גראדע דער כותב התורה פירט אויך די וועלט און עס איז זיין אחריות. דו קענסט נישט אויסקרויזן די תורה צו איבערגעבן די תורה. עס שטייט קלאר אין די תורה וויאזוי מען דארף עס איבערגעבן.

נאך א נקודה, וואס מיינסטו מיטן אריינגעבן א ליבשאפט צום אייבירשטען? הכרת הטוב?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קיינער האט נישט גערעדט פון לייקענען עונש, אדער גיהנם
הגם מען קען יא זאגן אז עס איז בלויז אמונה הכרחיות,

די נקידה איז וויפול מען קנאקט עפעס אריין און קאפ, און וואס איז די זאך וואס מען זאגט כסדר איבער
שכר איז אויך עפעס וואס שטייט אין די תורה, מען קען דאס שטערקער פרעדיגן ווי עונש
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

דו רעדסט פון א אנדערע נקודה, אז מען זאל רעדן מער פון שכר ווי פון עונש. יכול להיות. הגם די תורה רעדט גראדע סאך ברייטער פון עונשים ווי פון שכר. און שכר גייט צוזאמען מיט עונש בדרך כלל. אבל יש לדון בזה.

אונז רעד מיר פון מחנך זיין קינדער לקיים מצות ה’ דורך אהבת ה’ און נישט דורך שכר ועונש. און אויף דעם האב איך מעיר געווען. וואס האלסטו אויף די נקודה?
טיפטראכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך טיפטראכטער »

חדשים האט געשריבן:
טיפטראכטער האט געשריבן:אנשטאטס אויסלערנען אז מ׳דארף היטן די תורה, ווייל אויב נישט גייט מען ווערן באשטראפט.
אנשטאטס אסר׳ן יעדע זאך וואס קען צוברענגען צו א א.ג. עבירה.
באק אריין אין קינדער א ליבשאפט צו גאט, זיי זאלן נישט וועלן טון עבירות נישט וועגן זיי האבן מורא, נאר ווייל זיי האבן ליב די אייבירשטער.
אז מ׳געבט אריין א ליבשאפט צום באשעפער וועט זיין א עליות הדורות.
און בעיקר לאזן יעדעם טראכטן, טראכטן איז א געזונטע זאך פאר מענטשן.
און אויב ער נעמט א אנדערע וועג ווי דיך, רעספעקטיר אים ווי אזוי ער איז.
ער איז געקומען צו די מסקנה אז דאס איז זיין וועג, נישטא קיין סיבה אים אראפצוקוקן.
די תורה אליינס שרייבט אז מען זאל איר היטן ווייל אויב נישט גייט מען ווערן באשטראפט. כן כתוב בפרשת בחוקותי ובמשנה תורה. אויב די תורה אליינס זאגט עס, וויאזוי מעגסטו באהאלטן די אינפארמעישן פון די קינדער? דו מאכסט אייגענע חשבונות אז עס ברענגט נישט קיין גוטס. דער כותב התורה האט אויך געוואוסט דער פשוטע חשבון און פונדעסטוועגן עס אריינגעשריבן. איי עס איז צו שווער צו הערן, דאס איז נישט דיין דאגה. געב איבער וואס מען הייסט דיך און שוין. גראדע דער כותב התורה פירט אויך די וועלט און עס איז זיין אחריות. דו קענסט נישט אויסקרויזן די תורה צו איבערגעבן די תורה. עס שטייט קלאר אין די תורה וויאזוי מען דארף עס איבערגעבן.

נאך א נקודה, וואס מיינסטו מיטן אריינגעבן א ליבשאפט צום אייבירשטען? הכרת הטוב?
גערעכט. די תורה רעדט אסאך וועגן עונשים.
אבער פאקט איז אז היינטיגע צייטן זענען אונז זייער שוואך פאר דעם, און אויב מ'וואלט געגעבן מלקות און ד' מיתות היינטיגע צייטן, וואלטן נישט געווען קיין אמתע ערליכע אידן. ס'וואלט נישט געווען קיין נאנטקייט צו גאט.

ליבשאפט צום באשעפער מיין איך צו זאגן אז אנשטאטס בעיקר רעדן וועגן וואס גייט געשען אויב מ'טוט "נישט" וואס ער הייסט, זאל מען מחנך זיין די קינדער ווי גוט ס'איז צו זיין ערליך, די שיינקייט פון אידישקייט.
טיפטראכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך טיפטראכטער »

חדשים האט געשריבן:דו רעדסט פון א אנדערע נקודה, אז מען זאל רעדן מער פון שכר ווי פון עונש. יכול להיות. הגם די תורה רעדט גראדע סאך ברייטער פון עונשים ווי פון שכר. און שכר גייט צוזאמען מיט עונש בדרך כלל. אבל יש לדון בזה.

אונז רעד מיר פון מחנך זיין קינדער לקיים מצות ה’ דורך אהבת ה’ און נישט דורך שכר ועונש. און אויף דעם האב איך מעיר געווען. וואס האלסטו אויף די נקודה?
אוודאי דארף מען רעדן פון שכר ועונש, אבער מאך נישט אז מ׳זאל היטן די תורה נאר וועגן דעם, אויב איינער היט די תורה ווייל ער האט מורא, קען עס נישט צו לאנג אנהאלטן.
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

יעצט פארשטיי איך אזויפיל בעסער מיין מאן, ווען ער האט מיך געבעטן זיך צו סטאפן שערן = ווייל ער וויל היטן נאר די תורה וואס מען האט געגעבן אויפן בארג סיני.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך אין די ישיבות בנוגע די נושא, אבער צווישן חברים און גוטע אידן האב איך שוין אסאך מאל געפרעגט קשיות וועגן אידישקייט, און איך געדענק נישט אז איינער זאל מיר ענטפערן אז מ'טאר נישט אזוי רעדן, ס'איז כפירה זיי שטיל, געוויסע וועלן זיך טענה'ן געוויסע וועלן פרובירן צו ענטפערן, געוויסע וועלן נישט וועלן הערן, אבער אז מ'זאל שטיל מאכן האב איך נישט געהאט, קען זיין איך האב נישט גערעדט צו גענוג מענטשן.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך פרנס החודש »

אדער האסטו נישט געפרעגט קיין שטארקע פראגעס
Don’t ask unless you want to hear the answer.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אלעס ווענדט זיך לכאורה וויאזוי מ'פרעגט, אז מ'פרעגט ווייל מ'וויל וויסן וועט מען דיר פרובירן צו ענטפערן על פי רוב, אז מ'פרעגט לקנטר סתם אויף אונטערצורייסן וועט מען טאקע באקומען אויף צוריק אזעלכע תירוצים און ס'איז פארשטענדליך.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך פרנס החודש »

זייער פארשטענדליך אז ווער עס האט נישט וואס צו ענטפערן וועט שרייען אז יעדער וואס פרעגט שניידנדע פראגעס מיינט לקנטר, וואס דען זאל ער ענטפערן?
איך האב אמאל געפרעגט איינער פון די גאר חשובע רבנים פון וויליאמסבורג וועגן די זאכן, זאגט ער מיר דאס ער ווייסט נישט אבער ער האט א כלל פון שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך. פרעג איך אים: הייסט דאס איך זאל פרעגן די וואס ווייסן יא? זאגט ער מיר: ניין, ניין, נישט דאס האב איך געמיינט[emoji3166][emoji3166][emoji34][emoji3526][emoji21]
איך האב אמאל פרובירט צו כאפן א שמועס מיט מיין ראש ישיבה שליט״א איבער די זאכן איך האב אפגעמועסט א צייט מיט אים און איך בין געזיצן מיט אים אין אפיס, נאך א צוויי מינוי גיט ער א רוף אויס: קריך נישט! זיץ און לערן! ווער עס זיצט און לערנט האט נישט קיין פראגעס!!!
אזוי האב איך גערעדט מיט צענדליגע רבנים און אלע זענען געגאנגען אויף דעם מהלך. נאכדעם ווען איך רעד מיט אלגעמיינע מענטשן איבער די זאכן זאגען זיי אז זיי פארלאזען זיך אויף די רבנים ווייל די רבנים ווייסען אלעס און אויב האב איך פראגעס זאל איך גיין צו די רבנים ווייל זיי קענען אלעס ענטפערן..[emoji48][emoji48][emoji48][emoji48][emoji48][emoji48][emoji48][emoji48]
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש: איך בין זיכער אז דו האסט נאכנישט געטראפן דעם ריכטיגן רב (מענטש) וואס וועט דיר יא קענען ...!פארענטפערן אלע דיינע קושיות ואיבעיות. בטוב טעם ודעת. אן שרייען אפיקורס אדער כופר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך פרנס החודש »

יא, זיכער אזוי…[emoji38]איך בין ארומגעלאפן ווי א משוגענער צו יעדע רב וואס מען האט מיר געשיקט. גיי צו אים, גיי צו יענעם, ער ווייסט אאאאאללעס! און עס איז אלס די זעלבע גארבידש. נאר איך בין נאכנישט געגאנגען צו די ״ריכטיגע״ [emoji34][emoji34][emoji34]
Don’t ask unless you want to hear the answer.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

דארפסט פרובירן ביי די מער מאדערן ארטאדאקס רבנים קענסט פרובירן דא ביי ר' דוד באשעווקין
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך פרנס החודש »

פאר די געלט קען איך שוין גיין צום גלח!!!
איך האב געזוכט איינער וואס קען בארעכטיגן ״אונזערע״ השקפות, נישט די טריפה׳נע אנשויאונגען פון די פוסחים על שתי הסעיפים!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פרנס החודש האט געשריבן:פאר די געלט קען איך שוין גיין צום גלח!!!
איך האב געזוכט איינער וואס קען בארעכטיגן ״אונזערע״ השקפות, נישט די טריפה׳נע אנשויאונגען פון די פוסחים על שתי הסעיפים!
וועל, אויב די זיכסט אז תורה און מדע זאלן שטימען, מיזט נאכפארשן ביי די וואס גלייבן אין ביידע, ה"ה די מאדערן ארטהאדאקס.
די קענסט נישט זיכן א ענטפער אויף תורה ומדע ביי איינער וואס גלייבט נישט אין סייענס, אדער עכ"פ גלייבט אז די תורה דארף נישט שטימען מיט די סייענס, ה"ה די חרדים.

משל למה הדבר דומה, די נוברדוק'ער וואס איז געגאנגען אין פארמאסי און געבעיטען פאר נאגלעך.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

אבער איך האב נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אז ביי אונז נעמט מען אן אז די תורה דארף נישט שטימען מיט די פאקטן, און די רבנים האבן מיר דאס אויך נישט געזאגט, זיי האבן מיר נאר געזאגט פרעג נישט קיין קשיות און שוין !!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך פרנס החודש »

עצי שטים האט געשריבן:שלום עליכם!!! זייער א שיינע שטיקל, ס'איז א גוטע התחלה...

און צום נושא, אודאי איז נישט ריכטיג צו זאגן פאר איינער וואס האט קשיות, טראכט נישט, פאר א סיבה האט די רמב"ם אפגעשריבן א ספר מורה נבוכים,
אבער מיט אלע תריצים מוז מען נאכאלטס מאכן אידישקייט געשמאק, ווייל אהן דעם וועט זיך גארנישט האלטן
די ריכטיגע מהלך לשיטתי איז צו זאגן פאר די אלע 16 יעריגע קינדער נישט ח״ו צו זיין פארנומען צו טראכטן איבער די אלע נארישקייטן, נאר אויסנוצן יעדע מינוט פון די ימי הבחרות צו הנאה האבן פון דעם אייבערשטנס וועלט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
פארשפארט