אום יולי 12 למספרם איז ערווארטעט אז נאסא וועט ארויסלייגן די ערשטע בילדער פון די נייע טעלעסקאופ. עס וועט זיין די טיעפסטע בליק וואס דער מין האנושי האט נאר אמאל אריינגעבליקט אין ספעיס. עס איז ערווארטעט דורכדעים צו באטראכטן ממש די ערשטע מינוטן פון יצירת מעשה בראשית.
אויכעט איז עס אויסגעשטאטעט מיט ספעציעלע געצייג צו קענען אויפכאפן אנדערע פלאנעטן פון גאר ווייטע שטערנס, און זוכן פאר סימנים פון אויסערוועלטליכע לעבן, זיי רישן זיך פאר גרויסע אויפדעקונגען.
דשעימס וועבב - נייעסטע דיעפ ספעיס בילדער
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
א גרויסע דאנק פארן מיטטיילן די נייעס יעצט שיק אריין א לינק וואו מען וועט קענען זעען די אנטוויקלונגען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוד שריפטליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
https://www.jwst.nasa.gov/content/webbL ... tdown.htmlדוד שריפטליך האט געשריבן:א גרויסע דאנק פארן מיטטיילן די נייענייעס יעצט שיק אריין א לינק וואו מען וועט קענען זעען די אנטוויקלונגען
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
נאך א שטוינענדע פארטאכלעווען קרוב צו 10 ביליאן דאלאר און 25 יאר פון ארבעט דורך די גרעסטע אינשענירן און סייענטיסטן גרייט מען זיך שוין ענדליך צו שניידן די פירות פונעם וועלטס מערסט פארגעשריטענע טעלעסקאופ
די פראיעקט איז א צוזאמענארבעט פון די גרעסטע ספעיס אגענטורן איבער די וועלט פון אמעריקע אייראפע און קאנאדע.
די סיבה פארוואס עס האט גענומען אזויפיל צייט און געלט איז ווייל אנדערש ווי די ביז איצטיגע האבבעל טעלעסקאופ וועלעכער פליעט ארום גאנץ נאנט צום כדור הארץ און מען קען עס כסדר מעינטעינען און פאררעכטן מיט א מענטשליכע רייזע, איז אבער די דשעימס וועב אויסגעשטעלט צו ארביטן ארום די זון אין גאר א ווייטע מרחק פונעם כדור הארץ און מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע וועט נישט זיין מעגליך אהינצישיקן פאררעכטיגונגס מיסיעס, במילא האט מען געמוזט יעדע זאך טעסטן און זיכערמאכן אז עס וועט ארבעטן כראוי ווייל אויב נישט איז נישט דא קיין וועג צירוק.
די סיבה פארוואס עס מוז בדוקא זיין אין אזא ווייטע ארביט איז די גאר שטארקע סענסיטיווקייט וואס די ספעציעלע געצייג – וועלכע זענען געאייגנט צו אויפכאפן גאר האקעלע אינפרארעד ליכט - האבן קעגן סיי וואספארא היץ.
די טעלעסקאופ איז אויסשטאפירט מיט 4 ספעציעלע מאשינען וואס יעדע איינס פון זיי איז געאייגנט צו מעסטן אנדערע מיני ליכט שטראלן אויף אנדערע אופנים, כידוע ליכט שטראלן פליען אויף א געוויסע ספיעד ד.מ. אז ווי טיפער אריין מען קוקט אין ספעיס אלס עלטער איז די אביעקט וואס מען זעט, לדוגמע די זון זעט מען 8 מינוט צירוק די נענסטע שטערן איז בערך 4 יאר. די ביז יעצטיגע ווייטסטע שטערן וואס האבבעל האט געקענט אויפכאפן איז 12.9 ביליאן ליכט יאר אוועק ד.מ. מען זעט עס יעצט לויט ווי סהאט אויסגעקוקט אזוי לאנג צירוק (איך גיי נישט יעצט אריין אין די גאנצע נושא ווי אלט די וועלט איז, און וויאזוי מיר אידן דארפן זיך באציען צי דעם, איך גלייב סאיז שוין אויסגעשמיעסט געווארן דא איך רעד יעצט פון א בלויזע ריינע סיאנטיפישע קוקווינקל) אצינד מיט די וועב, וועט מען קענען צוריקוקן א שטוינענדע 13.6 ביליאן יאר צוריק דאס קומט אויס לפי חשבונם בלויז 200,000,000 - 150,000,000 יאר נאכן בריאה (ביג בענג), וואס דאן האבן זיך געענדיקט די דארק עידש פונעם אוניווערס און די ערשטע ליכט שיין האט זיך אנגעהויבן.
די הויפט נושאים וואס וועלן שטודירט ווערן:
1) די פארמאציע פון די ערשטע ליכט שטראלן
2) פארמאציע פון די ערשטע שטערנס
3) פארמאציע פון ערשטע גאלאקסיס
4) פיזישע און כעמישע צוזאמשטעל פון אנדערע פלאנעטן און מעגליכקייט פאר אויסערוועלטליכע לעבן פארעמס.

א גרויסע ישר כוח פארן האלטן אינפארמאטיוו עס איז בלויז אינטרעסאנט אנצומערקן פאר ווער עס איז אביסל באקאנט מיט היסטאריע ווייסט צו זאגן אז איינע פון די זאכן וואס זענען געווען א פארמעסט לענגאויס די קאלטע קריג יארן צווישן אמעריקע און סאוויעטן פארבאנד איז געווען ווער עס איז מער פאראויס אין space יעצט מיט עטליכע צענדליגע יאר שפעטער פון אונטערגאנג פון די געווזענע רעזשים און ווידער פארמירונג פון די היינטיגע רוסישע פעדעראציע וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס די רוסן טוען אדער טוען נישט אין
די נושא
די נושא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דשעימס וועבב - נייעסטע דיעפ ספעיס בילדער
זיי האבן א בודזשעט פון 24 ביליאן, מיט איבער 17,000 ארבעטער.
זייי זענען נאך אזוי אקטיוו ווי בי ענד עיטש

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783