סיפורי צדיקים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די אשה חכמה אקסיאָטיא פון פליאוס האט געהאט געלערענט אפלטון׳ס רעפּאָבּליק און געקומען קיין אטענס לערנען אין זיין אקאדעמי. כדי נישט צו דארפן צוקומען צו ווערן א הויכע-קלאס זונה וואס האט געקענט זיין אַן אינטעלעקטועל בחברותא מיט הויכע-קלאס מענער [א העטאַיראַ], האט זי זיך פארשטעלט ווי א מאן כל זמן זי האט דארט שטודירט.
***
***
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: סיפורי צדיקים
איך האב נישט געוויסט אז די פיליזאפן זענען געווען אזוי נידריג?מי אני האט געשריבן:די אשה חכמה אקסיאָטיא פון פליאוס האט געהאט געלערענט אפלטון׳ס רעפּאָבּליק און געקומען קיין אטענס לערנען אין זיין אקאדעמי. כדי נישט צו דארפן צוקומען צו ווערן א הויכע-קלאס זונה וואס האט געקענט זיין אַן אינטעלעקטועל בחברותא מיט הויכע-קלאס מענער [א העטאַיראַ], האט זי זיך פארשטעלט ווי א מאן כל זמן זי האט דארט שטודירט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איינער פין די פיליזאפן זענען נגזר געווארען מען זאל זיי אויפהענגן רח"ל. האט ער געהערט ווי זיינע תלמידים רעדן זיך אדורך וועגן זיין קבורה, ווייל אויב נישט וועלען איםַ די פייגל אויפעסן. האט ער זיי געזאגט, אז פאר די פייגל איז דא א פשוט'ע עצה, מען זאל אים לייגן א שטעקען אין די האנט, אזוי וועט ער פארטרייבן די פייגל. האבן אים די תלמידים געזאגט, אז ווען ער איז טויט פילט ער נישט, און קען נישט פארטרייבן די פייגל! האט דער רבי געזאגט, אויב איך פיל נישט, וואס גייט ענק אהן אויב די פייגל עסן מיין פלייש?
עד כאן המעשה.
איינער האט ערגעץ געזען די מעשה?
עד כאן המעשה.
איינער האט ערגעץ געזען די מעשה?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: סיפורי צדיקים
מיינע מלמדים פלעגן פארציילן אז אריסטו איז 'דורכגעפאלן'. אפשר קען @מי אני אריינקומען מיט די מעשה? איז עס אמת אדער סתם חסידיגראפיע?כרם זית האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז די פיליזאפן זענען געווען אזוי נידריג?מי אני האט געשריבן:די אשה חכמה אקסיאָטיא פון פליאוס האט געהאט געלערענט אפלטון׳ס רעפּאָבּליק און געקומען קיין אטענס לערנען אין זיין אקאדעמי. כדי נישט צו דארפן צוקומען צו ווערן א הויכע-קלאס זונה וואס האט געקענט זיין אַן אינטעלעקטועל בחברותא מיט הויכע-קלאס מענער [א העטאַיראַ], האט זי זיך פארשטעלט ווי א מאן כל זמן זי האט דארט שטודירט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
אין מיין די רעדסט פין דער באקאנטע מעשה וואס מען פארציילט אין חב"ד, יעצט בין איך נישט א פיליזאף.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא הא׳ביך צוגעברענגט די סיפור. איך ווייס נישט צי ס׳שטימט מיט וואס היסטאריקער נעמען אָן אז אריסטו איז געווען אלכסנדר׳ס לעהרער ביז אלכסנדר איז געווען 16 יאר. און אלכסנדר האט ערשט חתונה געהאט ביי די 28. אריסטו האט זיך נאכדעם אויך געדרייט בחצר המלכות? (ווי אויך איז אריסטו דאן געווען 57 יאר אלט. 3 יאר פאר זקנה לפי המשנה באבות פ״ה מכ״א. זקן נואף איז דאך סתם אזוי מהני שאין הדעת סובלתן כדאיתא בפסחים קיג:)
***
אלס בחור, נאך די ערשטע וועלט קריג, פלעגט זיך ווערנער הייזענבערג פיזיש שלאגן אויף די גאס מיט קאמוניסטן.
***
קארל פרידריך גאַוּס פלעגט נאר דרוקן זיינע מאטעמאטישע פּרוּפס טאמער האט ער געהאלטן אז זיי זענען ״קב ונקי״ אין זיינע אויגן. איינמאל איז קאַרל דזשעקאָבּי (דער ״צווייט-בעסטע״ מאטעמאטיקער בימיו) אים געקומען באזוכן און געזאגט פאר גאַוּס א מאטעמאטישער חידוש מיט וואס ער איז אויפגעקומען. איז גאַוּס געגאנגען צו זיין שאפע און ארויסגענומען פון דארט א פאפיר אויף וואס ער האט דאס שוין געהאט געשריבן און מקדים געווען. האט אים דזשעקאָבּי געזאגט, ״א שאד דו האסט דאס נישט געדרוקט. האסט שוין געדרוקט שוואכערס פון דעם.״
יאנאש בּאָליאַי (וואס פלעגט איבערנעמען און ערפילן זיין טאטע וואלפגאנג׳ס מאטעמאטיקס פראפעסאר פאזיציע אלט זייענדיג נאר 13 יאר) האט געשיקט צו גאַוּס זיין אויפטוה איבער נאַן-יוּקלידיען דזשיאמעטריס. גאַוּס האט אים צוריקגעשריבן אז עס איז מורא׳דיג אבער דאס משבח זיין איז אזוי ווי זיך אליינס משבח זיין ווייל ער האט שוין געשריבן אין דעם נאר נאכנישט געדרוקט. עס האט זייער צובראכן בּאָליאַי.
ניוטאן פלעגט אויך נישט דרוקן אפט און ווען ער פלעגט דרוקן פלעגט ער אפטמאל דרוקן אנאנים. יאָהאַן בּערנאָלי פלעגט זיי אבער אפטמאל דערקענען אז זיי זענען פון ניוטאן, זאגענדיג ״איך דערקען דעם ארי דורך זיין דריסה״.
***
אלס בחור, נאך די ערשטע וועלט קריג, פלעגט זיך ווערנער הייזענבערג פיזיש שלאגן אויף די גאס מיט קאמוניסטן.
***
קארל פרידריך גאַוּס פלעגט נאר דרוקן זיינע מאטעמאטישע פּרוּפס טאמער האט ער געהאלטן אז זיי זענען ״קב ונקי״ אין זיינע אויגן. איינמאל איז קאַרל דזשעקאָבּי (דער ״צווייט-בעסטע״ מאטעמאטיקער בימיו) אים געקומען באזוכן און געזאגט פאר גאַוּס א מאטעמאטישער חידוש מיט וואס ער איז אויפגעקומען. איז גאַוּס געגאנגען צו זיין שאפע און ארויסגענומען פון דארט א פאפיר אויף וואס ער האט דאס שוין געהאט געשריבן און מקדים געווען. האט אים דזשעקאָבּי געזאגט, ״א שאד דו האסט דאס נישט געדרוקט. האסט שוין געדרוקט שוואכערס פון דעם.״
יאנאש בּאָליאַי (וואס פלעגט איבערנעמען און ערפילן זיין טאטע וואלפגאנג׳ס מאטעמאטיקס פראפעסאר פאזיציע אלט זייענדיג נאר 13 יאר) האט געשיקט צו גאַוּס זיין אויפטוה איבער נאַן-יוּקלידיען דזשיאמעטריס. גאַוּס האט אים צוריקגעשריבן אז עס איז מורא׳דיג אבער דאס משבח זיין איז אזוי ווי זיך אליינס משבח זיין ווייל ער האט שוין געשריבן אין דעם נאר נאכנישט געדרוקט. עס האט זייער צובראכן בּאָליאַי.
ניוטאן פלעגט אויך נישט דרוקן אפט און ווען ער פלעגט דרוקן פלעגט ער אפטמאל דרוקן אנאנים. יאָהאַן בּערנאָלי פלעגט זיי אבער אפטמאל דערקענען אז זיי זענען פון ניוטאן, זאגענדיג ״איך דערקען דעם ארי דורך זיין דריסה״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אפלטון האט דעפינירט א ״מענטש״, אין דעם טעקסאנאמי פון בע״ח, אלס א לעבנספארעם אָנע פעדערן וואס גייט אויף צוויי פיס. האט דייאַדזשיניס געברענגט א טשיקען, אויסגעפליקט אירע פעדערן, און געזאגט, ״קוקסט! אפלטון׳ס מענטש!״
אפלטון האט דאן געטוישט זיין דעפיניציע פונעם טעקסאנאמי פון ״מענטש״ צו א לעבנספארעם אָנע פעדערן וואס גייט אויף צוויי פיס און האט פלאכע ברייטע נעגל.
אפלטון האט דאן געטוישט זיין דעפיניציע פונעם טעקסאנאמי פון ״מענטש״ צו א לעבנספארעם אָנע פעדערן וואס גייט אויף צוויי פיס און האט פלאכע ברייטע נעגל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
וואס פשט? אפלטון האט נישט געהאלטען פין שכל און השארת אדער קדמות הנפש?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי איך פארשטיי איז דאס פשוט אלס די טעקסאנאמי פונעם מענטש: אין/פון וועלכע סוג/כלל פון בע״ח איז ער א מין (פרטי) פון. ענליך צו ווי אזוי אין ביאלאגישע טעקסאנאמי כהיום זענען אונז בתוך דעם קלאס פון מעמעליאַ, דעם אָרדער פון פּריימעטס, דעם פאמיליע פון האמינידעי אא״וו. דאס איז פשוט נישט אזוי מדוייק און ראפינירט (ווי אויך סתם אזוי אומריכטיג…).
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: סיפורי צדיקים
דערמאנט מיך די גמרא אין חולין בסוגיא דטריפת איבער דער עסקן בדברים וועלכע האט אויסגעפליקט די פעדערן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פּלוּטארך דערציילט אויף ארכימידוס אז ווען ער פלעגט זיך באדען אין די מרחצאות פלעגט ער פון די פארע וכדומה מאלן שׁעיפּס וכו׳ אויף זיך און אויסרעכענען זייערע דזשיאמעטריק פּראפּערטיס.
ווען דער רוימישער גענעראל מארקוס קלאָדיאוס מארסעליאוס האט איינגענומען סירעקיוס האט א סאלדאט געוואלט ברענגען ארכימידוס צום גענעראל. ארכימידוס האט אבער געהאלטן אינמיטן ארבעטן אויף א דזשיאמעטריק פראבלעם און אפגעזאגט. זיינע לעצטע ווערטער זענען געווען ״צושטער נישט מיינע סירקעלס״.
***
דר. חנה ארענדט.
***
דעקארט, ווען ער איז געווען א קינד, האט מען אים געלאזט שלאפן ביז שפעט זייענדיג אז ער איז געווען א שוואך קינד. ער פלעגט אפט בלייבן אין בעט און קלערן איבער פילאזאפישע שאלות.
דאס האט מעגליך גורם געווען זיין טויט ווען אויף די עלטער איזער געווען די לעהרער פון פילאזאפיע פאר די מלכה פון שוועדן און זי האט זיך געשטעלט אז דאס זאל זיין דוקא פארטאגס.
ווען דער רוימישער גענעראל מארקוס קלאָדיאוס מארסעליאוס האט איינגענומען סירעקיוס האט א סאלדאט געוואלט ברענגען ארכימידוס צום גענעראל. ארכימידוס האט אבער געהאלטן אינמיטן ארבעטן אויף א דזשיאמעטריק פראבלעם און אפגעזאגט. זיינע לעצטע ווערטער זענען געווען ״צושטער נישט מיינע סירקעלס״.
***
דר. חנה ארענדט.
***
דעקארט, ווען ער איז געווען א קינד, האט מען אים געלאזט שלאפן ביז שפעט זייענדיג אז ער איז געווען א שוואך קינד. ער פלעגט אפט בלייבן אין בעט און קלערן איבער פילאזאפישע שאלות.
דאס האט מעגליך גורם געווען זיין טויט ווען אויף די עלטער איזער געווען די לעהרער פון פילאזאפיע פאר די מלכה פון שוועדן און זי האט זיך געשטעלט אז דאס זאל זיין דוקא פארטאגס.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: סיפורי צדיקים
ולמה נקרא שמו ארכי מידות? משום דהיה להוט כל כך במידות וחשבונות.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז פארגעקומען א מאטעמאטישע פארמעסט אין וועלכעס יאָהאַן בּערנאָלי און זיין זוהן דניאל האבן אנטייל גענומען. דניאל איז ארויס דער געוואונער פון די פארמעסט. דאס האט באנג געטוהן יאָהאַן אזש אז ער האט ארויסגעווארפן דניאל פונדערהיים. (אפשר א ראיה צו די חולקים על ר׳ יוסי בר חוני בסנהדרין קה:).
יאָהאַן האט אויך געהאט פלאגיאירט פון זיין זוהן דניאל. ווי אויך האט ער זיך געהאט צוקריגט מיט זיין ברודער דער מאטעמאטיקער יעקב.
***
לעאנהערד אוילער איז מחמת א פיבער געווען בלינד אויף איין אויג (ווען יוסף לעגרענדזש האט איבערגענומען זיין פאזיציע האט ער געשריבן בחוזק אז די אוניווערסיטעט האט געטוישט אַן איין-אויג מאטעמאטיקער פאר א מאטעמאטיקער מיט צוויי). אויף די עלטער איז ער אינגאנצן בלינד געווארן אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון ארבעטן ווייטער און ארויסגעבן נאך געפינסן. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס העלפט אים אין א וועג אז ער האט נישט קיינע דיסטרעקשאנס.
***
פּיער סימאן לאפּלאס איז געגאנגען קיין פאריז שטודירן מאטעמאטיקס. ער האט זיך געטראפן מיט זשאן בּאפּטיסט ד׳אַלעמבּערט ווילענדיג אז ער זאל אים לערנען. ד׳אַלעמבּערט האט נישט געהאט קיין נערוון פאר אים און אים געגעבן גאר א שווערע מאטעמאטיקס בוך דורכצוטוהן, גלייבענדיג אז ער איז נישט ביכולת דערצו. אפאר טעג שפעטער איז אבער לאפּלאס געקומען אים צוריצוגעבן דעם בוך זאגענדיג אז ער האט דאס פארענדיגט. ד׳אַלעמבּערט האט אים נישט געגלייבט אבער נאכ׳ן אים פארהערן דערויף זיך איבערצייגט.
ענליך האט פאסירט מיט סאָפיאַ קאָוואַלעווסקאַיאַ ווען זי האט זיך געטראפן מיט קארל וויערסטראס. (איר איינטריט צו מאטעמאטיקס איז געווען פון מאטעמאטישע צעטלעך וואס מ׳האט געקלעבט אויף די וואנט פון איר צימער אנשטאטס וואָלפּעיפּער נישט האבענדיג גענוג.)
סאָפי דזשערמעין פלעגט שרייבן צו מאטעמאטיקער מיט א מענערישע פסודענים, וועלענדיג זיי זאלן נעמען ערענסט וואס זי זאגט.
ווען מ׳האט געזאגט און פראטעסטירט פאר דוד הילבערט קעגן דאס געבן א פאזיציע פאר עמי נאָטער אין גאטינגען אוניווערזיטעט, טענה׳נדיג ״וואס וועלן סטודענטן טראכטן אז זיי דארפן לערנען ביי די פיס פון א פרוי?!״ האט ער גע׳ענטפערט, ״אונז זענען אַן אוניווערזיטעט; נישט קיין בית המרחץ!״
***
עוואריסט געלויס איז געווען א ראדיקאל אין אסאך ענינים. ווען ער איז געווען 20 האט ער זיך צוקריגט מיט איינעם וואס יענער האט אים געטשעלענדזשד צו א דיוּל. די נאכט פאר דעם, וויסענדיג אז די מצב איז ביטער, האט ער אפגעשריבן א לאנגע מאטעמאטישע אפהאנדלונג [געלויס טעאריע]. ער איז טאקע געשטארבן פון די וואונדן פון יענעם דיוּל. פאר ער איז געשטארבן האט ער געזאגט פאר זיין ברודער, ״וויין נישט! איך דארף האבן מיין קוראזש צו שטארבן ביי די 20.״
***
יוסף סילוועסטער, הגם ער האט גאר גוט געקענט ביים קעימבּרידזש מאטעמאטיקס פארמעסט אין די 1830׳ס, האט ער נישט געקענט באקומען א פאזיציע דארט וויבאלד זייענדיג א איד האט ער נישט געוואלט אקצעפטירן די 39 ארטיקלען פון די קירכע וואס ער האט געדארפט אויף צו באקומען די פאזיציע.
ער האט זיך גערופן דעם ״אדה״ר פון מאטעמאטיקס״ וויבאלד ער האט א נאמען געגעבן צו אסאך מושגים דערין בדורו.
***
דער מאטעמאטיקער גאדפרי העראלד האַרדי איז געווארן שוואך סוף ימיו און דערפאר געווארן דעפּרעסט. ער האט פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד דורכ׳ן נעמען אַן אָווערדאָס אבער עס איז נישט געלונגען און אים פשוט געמאכט נאך מער קראנק ונפל למטה. ווען חברים זענען אים געגאנגען באזוכן האט ער געזאגט, ״איך וואלט ווען נאכאמאל באגאנגען זעלבסטמארד אבער איך טויג נישט דערצו.״
***
דורך דעם וואס מ׳האט אפגעזאגט דעם מאטעמאטיקס לעהרער פון ניִלס הענריק אבּעל, וויבאלד א סטודענט וואס ער האט געשלאגן איז געשטארבן אכט טעג שפעטער, האט מען אויפגענומען אלס לעהרער תחתיו בּערנט האָלמבּאָ. ער האט שטארק געמוטיגט אבּעל צו גיין ווייטער אין זיינע שטודיעס און דאדורך איז ער געשטיגן. ער איז דער וואס האט געוואוזן אז מ׳קען נישט סאַלוון א קווינטיק, א פּאלינאמיעל וואס די העכסטע דעגרי/עקספּאָנענט דערין איז 5, אזוי ווי מ׳קען צב״ש סאַלוון א קוואַדרעטיק, וואס איר העכסטע עקספּאָנענט איז נאר 2. וע״ע כאן.

דאס זענען נאטיצן וואס טשארלס דארווין האט געשריבן איבער די פארדינסטן און פארלוסטן פון הייראטן בעפאר ער האט געהייראט זיין קאזין עממאַ וועדזשוואָד:מי אני האט געשריבן:Friedrich Nietzscheמי אני האט געשריבן:מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
This is the Question:
Marry
Children—(if it Please God)
Constant companion, (& friend in old age) who will feel interested in one,
object to be beloved & played with - better than a dog anyhow
Home, & someone to take care of house
Charms of music & female chit-chat
These things [are] good for one’s health - but terrible loss of time
My God, it is intolerable to think of spending one’s whole life, like a neuter bee, working, working, & nothing after all.— No, no won’t do.— Imagine living all one’s day solitarily in smoky dirty London House
Only picture to yourself a nice soft wife on a sofa with good fire, & books & music perhaps — Compare this vision with the dingy reality of Grt. Marlbro’ St.
Marry—Marry—Marry Q.E.D.,
Not Marry
Freedom to go where one liked
choice of Society & little of it
Conversation of clever men at clubs
Not forced to visit relatives, & to bend in every trifle
[not] to have the expense & anxiety of children
perhaps quarelling
Loss of time
cannot read in the Evenings
fatness & idleness
Anxiety & responsibility
less money for books &c
if many children forced to gain one’s bread.— (But then it is very bad for ones health to work too much)
Perhaps my wife won’t like London;
then the sentence is banishment & degradation into indolent, idle fool—
It being proved necessary to Marry
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
ער האט זיך געהאלטן אגנאסטיק. מאנכע זאגן צוליב די ווייב זיינע וואס איז געווען שטארק רעליגיעז (נאך א חסרון פון מערידזש ). דאכצעך ער פלעגט אפילו גיין אין קירכע צוליב איר.מצפצף האט געשריבן:If it passes God.
דארווין איז געווען א מאמין?
לעצם הענין, מיין איך אז ס'איז מער א אויסדרוק אויף א אומזיכערע זאך, און טראגט לאו דוקא א טעאלאגישע משמעות. ענליך צו 'ברוך השם' היינט.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: סיפורי צדיקים
ער שרייבט בעסער ווי א הינטל.
געב עס אפאר יאר דארווין, און די הינטל איז א מענטש...
געב עס אפאר יאר דארווין, און די הינטל איז א מענטש...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מיט דעם קען מען טייטשן די גמרא בר״ה ד. אמר רב יוסף ואיתימא רבי יצחק מנלן דאחמיץ [דריוש בן אחשורוש] מהכא (נחמיה ב ו) ויאמר לי המלך והשגל יושבת אצלו מאי שגל אמר רבה בר לימא משמיה דרב כלבתא ע״ש. והיינו, ווי ״שגל״ קען מיינען סיי מלכה און די ״ווייב״ פונעם מלך און סיי כלבה. און פון דעם זעה׳מיר אז ער איז ״נחמץ״ געווארן וואס חמץ ווענדט זיך אין דעם אז עס וואַרט און איז זיך יא מתמהמה אויף צייט, וממילא איז ״שגל״ דא געווען ביידע…
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: סיפורי צדיקים
אזוי פארשטייט מען ווי אזוי אתרחשתתא איז פון עטליכע יומענ'ס דעוועלעפט געווארן אין איינס...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
***
סאָרען קירקעגארד. ועיין לעיל. ***
דער פראנצויזישער מאטעמאטיקער געסטאן דזשוּליא האט ל״ע געהאט פארלוירן זיין נאז אינעם ערשטן וועלט מלחמה, און האט דעריבער א געהאט א strap העכער זיין נאז. ביים צווייטן וועלט מלחמה האט ער קאלאבארירט מיט די נאציס ווען זיי האבן איינגענומען פראנקרייך לגבי דרוקן מאטעמאטיקס וכדומה. נאכ׳ן מלחמה האט מען אים נישט באשטראפט דערפאר (אחוץ אים סוספענדירן פאר אפאר וואכן) מכח זיין וואונד אויפ׳ן פנים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פרענסיס גאָלטאן האט געשריבן אויף זיך אז ווען ער איז געווען 4 יאר אלט האט ער שוין געקענט ליינען עני ענגלישע בוך און ליינען לאטייניש און פראנצויזיש. ער האט געקענט עדדן עני סומע און מאָלטיפּלייען עני נומער ביי אן איִווען נומער ביז 10.
ווען ער איז געגאנגען באזוכן אפריקע האט אים די הויפט פון איינע פון די שבטים אים געגעבן א פרינצעסן פאר א ווייב פאר די נאכט. זי איז געווען אינגאנצן באשמירט מיט פוטער און רויטע קלעי כמנהגם. ער איז געווארן פארעקעלט פון איר זיין שמוציג און איר ארויסגעווארפן פון זיין געצעלט בפני המלך.
***
סוף ימיו פון קורט גאָדעל האט ער נאר געוואלט רעדן צו אנדערע מענטשן דורך א טעלעפאן, אפילו וואו זיי זענען געווען אפאר פיס אוועק פון אים.
***
דר. בּענויט מאַנדעלבּראט.
***
וואס דער מאטעמאטיקער דר. גבריאל דיראק האט געשריבן אויפ׳ן מאטעמאטיקער פּערסי העיוואָד: מ׳האט אים גערופן מיט׳ן כינוי ״פּוּסי״ אנשטאט ״פּערסי״ על שם זיינע שנאלצן וואס האבן אויסגעזעהן אזוי ווי די וויסקערס פון א פּוּסי-קאץ. ***
אַפּוּלעיאוּס.
***
ווען ער איז געגאנגען באזוכן אפריקע האט אים די הויפט פון איינע פון די שבטים אים געגעבן א פרינצעסן פאר א ווייב פאר די נאכט. זי איז געווען אינגאנצן באשמירט מיט פוטער און רויטע קלעי כמנהגם. ער איז געווארן פארעקעלט פון איר זיין שמוציג און איר ארויסגעווארפן פון זיין געצעלט בפני המלך.
***
סוף ימיו פון קורט גאָדעל האט ער נאר געוואלט רעדן צו אנדערע מענטשן דורך א טעלעפאן, אפילו וואו זיי זענען געווען אפאר פיס אוועק פון אים.
***
דר. בּענויט מאַנדעלבּראט.
***
וואס דער מאטעמאטיקער דר. גבריאל דיראק האט געשריבן אויפ׳ן מאטעמאטיקער פּערסי העיוואָד: מ׳האט אים גערופן מיט׳ן כינוי ״פּוּסי״ אנשטאט ״פּערסי״ על שם זיינע שנאלצן וואס האבן אויסגעזעהן אזוי ווי די וויסקערס פון א פּוּסי-קאץ. ***
אַפּוּלעיאוּס.
***
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער מאטעמאטיקער הענרי פּוֺינקארעי האט געזאגט אויף זיך אז זיין זכרון ״איז נישט שלעכט״. אבער מ׳האט געזאגט אויף אים אז ער האט געהאט א בעסערע זכרון ווי דער מאטעמאטיקער לעאנהארד אוילער, וואס אוילער האט געקענט נאכזאגן בע״פ ווירדזשיל׳ס פיוט עיניִד וואס באשטייט פון כמעט 10,000 שורות. פּוֺינקארעי האט געקענט געדענקן פונקטליך וואו עפעס שטייט אין א בוך צום בלאט און שורה. ער האט נישט געקענט גוט זעהן אבער האט געקענט מיטהאלטן און געדענקן שיעורים אלס קינד און בחור אָן נעמען נאטיצן.
***
***
אלכסנדר גראָטענדיעק.
ער פלעגט איבערגעבן זיינע נאטיצן וואס ער האט געשריבן א גאנצע נאכט פאר זיין קאלעגע זשאַן דיאודאן, און ער פלעגט דאס פּרעזענטירן פאר׳ן ״בּוּרבּאַקי״ גרופע. ***