דער עתיד פון היימישע אידנטום - וואס שאצט איר פאר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב מורא אז די פותח האשכול לעבט אין א באבל, די סיסטעם פארט א מחיה אז ס'גייט א רויעך, עטליכע אידן זיצן אויף קאווע שטיבל און מ'האקט אויף די סיסטעם און די וועבזייטל חלומ'ט אוועק, בשעת אייוועלט וואס פארטרעט די סיסטעם בומט אוועק, און דארט זיצן דאך די אינגעלייט וואס האבן שוין יא געהעריגע עקסעס צו די אינטערנעט, אפילו די וואס זיצן אויף וואטסעפפ גרופעס און שעלטן די סיסטעם זיצן למעשה אינעם סיסטעם, מ'שטעלט זיך אהער צו קענען טון שידוכים זיך צו קענען משדך זיין מיט א צווייטן וואס שטעלט זיך אהער...

די חרדישע ציבור וואקסט אזוי שנעל צו דעקן די געציילטע וואס לאזן עס איבער, אפילו אויב פון יעדע פאמיליע זאלן צוויי איבערלאזן בלייבסטו מיט נאך אכט וואס זענען נאך דארט, ס'איז לעצטנס מער אין סטייל ביי מענטשן וואס האבן נישט ליב די סיסטעם צו טון וואס מ'וויל אבער די קינדער ווייטער שיקן קיין סאטמאר, העכסטנס האט מען צוויי טעלעפאון'ס און מ'זאגט אן די קינדער זאלן נישט אויסזאגן פאר זייערע חברים אז זיי געווען אין פלארידא פסח, מ'זאגט שוין יארן אז ס'גייט קומען א טויש, און די סיסטעם עסט זיך מער איין ווי א יאר ס'גייט אריבער, סאו מיין אפיניאן איז אז די סיסטעם איז הער טו סטעי פאר כאטש נאך צוואנציג דרייסיג יאר ווייניגסטנס, חוץ ס'וועט קומען גרויסע ערדציטערנישן וואס וועט אויפשאקלען וועלטן, און דאן ביסטו אויך נישט פארזיכערט מיט גארנישט....
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב דאס אלעס גענומען אין באטראכט ביים שרייבן מיין תגובה,
זייער שטארקע נקודות איך בין מסכים מיט אלעם וואס די שרייבסט, אוון איך בין זייער צופרידן מיט דעם וואס דו ברענגסט ארויס אזוי קלאר די וויכטיגע נקודות.

כנראה דאס דו האסט פארשטאנען כוונת הפותח אז עס וועט זיין א גרויסע עולם וואס וועט אראפ פון וועג און אלעס וועט צופאלן. דאס איז טאקע אבסורד פארצוזאגן. אויך באטראכסטו ווי אזוי די סיסטעם גייט אן מיט א שטארקייט על אף די לעצטיגע שטרויכלונגען און שוועריגקייטן, מיט דעם אלעם זענען מיר מסכים. נאר ווען מיר רעדן איבער א טויש מיינען מיר דאס די emphasis אויף רעליגיע און קהילה/חסידות וועט פארוואסערט ווערן און צוביסלעך וועט מען זיין מער פארנומען מיט ר' ישעי' בן ר' משה און ביזנעס, און ממילא איש כל הישר בעיניו יעשה דווקא מיט די היימישע פלעיוואר, און די כח פון די רבנים פארשוואונדן. און דאס האלט שוין דווקא יא אינמיטן פאסירן, יעדעס יאר ווערט די פייער אפגעקילט, ותוצאותיו מי ישורנה. איך האלט דווקא נישט אז מען גייט ווערן רעפארמער און האבן פרויען רבנות, נאר עס גייט ווערן א מין מאדערן ארטאדאקסיע מיט א קערעסטיר/ אונגארישע פלעיוואר.

איבער די צווייטע נקודה: יעצט גייט די סיסטעם אן מיט א שטארקייט, ריכטיג, אבער אין די לעצטע דריי יאר זענען זיי דורכגעפאלן מיט געוואונען דעת הקהל, און עס האלט היינט אן ״נאר״ דורך סאציאלע דרוק ווייל מיט די פראפאגאנדע זענען זיי מאסיוו דורכגעפאלן, און אזא סיסטעם קען לאנג נישט אנהאלטן וויבאלד זיי קענען עס נישט פילאזאפיש בארעכטיגן און זיי זענען נישט גענוג שטארק ארויפצוצווינגען זיך אויפן עולם, און ממילא גייט עס מוזן לויזער ווערן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס ווענדט זיך אויב הרב בערל טויבער וועט ארויסגיין פון די פעמילי ביזנעס און באקומען אן עכטן דזשאב. און (איינער פון די) סקולענע רבי'ס וועט ווערן א מגיד שיעור (דער וועלכער קען יא לערנען) אין א גרויסע ישיבה.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

זעי איך דא יעצט אין עולם הביצים אז דער איד אימעיל ערלויבט זיך שוין מאדערענע עדס...
זיכער וועט מארגן קומען אן אנטשילדיגונג? אדער גאר הייבן זיי אן צי טאלערעיטן ברייטערע עדס?
ימים ידברו
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

איך וויל זיך נאך אמאל באדאנקן פאר די חשוב'ע משתתפים אין דעי אשכול.
ליידער בין איך נישט אזוי גוט אין שרייבן ממילא איז מיר געווען שווער זיך ארויסצוברענגן.
איך האב נישט אזוי ווייט מכוון געווען אויף "דער סיסטעם" נאר ליבערשט אויף "דאס אידישע גלויבן".
ס'קען זיין אז איך לעב אין א באבל, אבער איך קלער אז צווישן די קלוגע בתוכינו ווערט די אמונה ווי א יאר שפעטער, מער 'קאלערפול' (לאמיר עס אנרופן אזוי) און ס'איז אינטערסאנט צו שפעקולירן וואס וועט זיין אין פופציג יאר ארום??
פארוואס פעלט אויס צו שפעקולירן? צוויי סיבות;
1) פאר fun.
2) אויב נעמען מיר אהן אז אין פופציג יאר ארום וועלן בהכרח זיין פארשידענע אפיציעלע רעפארמען בתוכינו בענין אמונות ודעות, דאן קענען מיר שוין יעצט אנהייבן לעבן דערמיט!
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
לאמיר זאגן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך לאמיר זאגן »

צ/ק
דער איצטיגער בילד וועט אוודאי נישט אנהאלטן זייער לאנג. זאכן גייען זיך דראסטיש טוישן. לדעתי וועט קומען דער טאג און די עסטאבלישמענט אידישקייט וועט צעפאלן, און אידישקייט וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון דעם 'יחיד', יעדער יחיד וועט דארפן פאר זיך בוחר זיין אויף וועלכן וועג ער וויל שפרייזן און פון וועלכע בורות ער וויל שעפן. דאס זיך שיצן אונטער'ן 'סיסטעם' פארטוך וועט מער נישט זיין קיין אפציע.

פארשטייט זיך אז דאס וועט קאסטן שווערע קרבנות, א סך פון די וועלכע האבן נישט דעם 'רוקן ביין' און קענען בלויז זיין אידן ווען מיין סביבה איז אידיש, וועלן אוועקפאלן פון אידישקייט.

איי, וואס קען מען טון? געוואלד! אידישקייט גייט אונטער!

זארג נישט, דער אויבערשטער פירט זיך זיין וועלט, ער ווייסט וואס ער טוט, אלעס וועט אנקומען צו זיין תיקון. דו אבער, טו וואס דו האסט צוטון, און זיי בוחר פאר דיר אויף וועלכן וועג 'דו' ווילסט 'באמת' גיין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סבא דבהתא האט געשריבן:זעי איך דא יעצט אין עולם הביצים אז דער איד אימעיל ערלויבט זיך שוין מאדערענע עדס...
זיכער וועט מארגן קומען אן אנטשילדיגונג? אדער גאר הייבן זיי אן צי טאלערעיטן ברייטערע עדס?
ימים ידברו
סבא דבהתא: דער איד און עולם הביצים קענען טאלערירן מאדערנע עדס ביי זיך. נישט ביי יענעם. ווען סיי ווער זאלל דאס טון אדער שרייבן, וועט ער ווערן פארדאמט אלס שייגעץ און רעפארמער. און ציוני...!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: דער עתיד פון היימישע אידנטום - וואס שאצט איר פאר?

שליחה דורך כרם זית »

נתקטנו מוחות הביצים.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

לאמיר זאגן האט געשריבן:צ/ק
דער איצטיגער בילד וועט אוודאי נישט אנהאלטן זייער לאנג. זאכן גייען זיך דראסטיש טוישן. לדעתי וועט קומען דער טאג און די עסטאבלישמענט אידישקייט וועט צעפאלן, און אידישקייט וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון דעם 'יחיד', יעדער יחיד וועט דארפן פאר זיך בוחר זיין אויף וועלכן וועג ער וויל שפרייזן און פון וועלכע בורות ער וויל שעפן. דאס זיך שיצן אונטער'ן 'סיסטעם' פארטוך וועט מער נישט זיין קיין אפציע.

פארשטייט זיך אז דאס וועט קאסטן שווערע קרבנות, א סך פון די וועלכע האבן נישט דעם 'רוקן ביין' און קענען בלויז זיין אידן ווען מיין סביבה איז אידיש, וועלן אוועקפאלן פון אידישקייט.

איי, וואס קען מען טון? געוואלד! אידישקייט גייט אונטער!

זארג נישט, דער אויבערשטער פירט זיך זיין וועלט, ער ווייסט וואס ער טוט, אלעס וועט אנקומען צו זיין תיקון. דו אבער, טו וואס דו האסט צוטון, און זיי בוחר פאר דיר אויף וועלכן וועג 'דו' ווילסט 'באמת' גיין.
לענ"ד (אויב היסטערי איז א גוטע אינדיקעיטאר אויפן עתיד) די יסודות אמונת היהדות וועט זיכער בלייבן, א סיסטעם וועט נאך אלס זיין נאר סוועט זיך עדשאסטן צום מצב המקום והזמן.

וואס ס'וועט זיך לכאורה טוישן זענען געוויסע פרטים (וואס זענען נישט אפן נגד התורה ווי למשל עוולאשן, אלטקייט פונעם וועלט, וכדו') וואס היינט יעדער וואס הייבט נאר אן מרמז צו זיין אויף דעים איז שוין א גאנצע כופר וועט דעמאלט זיין א לכתחילא.

לדוגמא בשעת קופערניקוס איז ארויסגעקומען מיטן הילא סענטריק שיטה, זענען אסאך ארויסגעקומען אז סאיז כפירה און היינט איז עס שוין א לכתחילא אפי' ביי די אלטרא ארטאדאקסן.
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

:lol: ביז איך האב געכאפט וואס דו מיינסט מיט עולם הביצים.....
אבער איך האב בלויז א נקודה אנצומערקן אז ווען מען רעדט וועגן די סיסטם איז אלס זענען דא מענטשן וואס האקן און שימפן אויפן סיסטעם אבער ווען עס קומט למעשה שטעלן זיי זיך צו צום סיסטעם סיי מיט די חסידישע קולטור ....... סיי מיט חתונה מאכן מיט די הויעכע סטאנדארט מיטן שנארן פון די גאנצע שטאט ...... נישט לאזן די קינדער זיך טרעפן א ליב האביר מיט וועם צו דעיטן נאר מען מאכט ערעינדזט מעריזש ........ און נאכדעם דארף מען האלטן הרחקת אויך אין די ריינע צייטן וכו וכ'ו. און אלעס דרייעט זיך שוויגער און ........ דער זעלבער אינגערמאן וואס האקט אויפן סיסטעם ווען זיין טאכטער ווערט נענטער צו אכצן הערט ער אויס בלויז א לערן בחור וואס דרייט זיך אגאנצן טאג אין ישיבה מיט א שמאטע כאלאט און טאר גארנישט האבן מיט די ציוויליזירטע וועלט א פאון ...... דרייוון.... רחמנא לצלן..... ארבעטן אפגערעדט....... אבער א טאג נאך שבע ברכות אז ער וועט נישט קענען ברענגן פרנסה וועט מען צווינגן געבן א גט מיט אלע אלימות וכ'ו וכ'ו
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: דער עתיד פון היימישע אידנטום - וואס שאצט איר פאר?

שליחה דורך פרנס החודש »

צקון לחש האט געשריבן:איך וויל זיך נאך אמאל באדאנקן פאר די חשוב'ע משתתפים אין דעי אשכול.
ליידער בין איך נישט אזוי גוט אין שרייבן ממילא איז מיר געווען שווער זיך ארויסצוברענגן.
איך האב נישט אזוי ווייט מכוון געווען אויף "דער סיסטעם" נאר ליבערשט אויף "דאס אידישע גלויבן".
ס'קען זיין אז איך לעב אין א באבל, אבער איך קלער אז צווישן די קלוגע בתוכינו ווערט די אמונה ווי א יאר שפעטער, מער 'קאלערפול' (לאמיר עס אנרופן אזוי) און ס'איז אינטערסאנט צו שפעקולירן וואס וועט זיין אין פופציג יאר ארום??
פארוואס פעלט אויס צו שפעקולירן? צוויי סיבות;
1) פאר fun.
2) אויב נעמען מיר אהן אז אין פופציג יאר ארום וועלן בהכרח זיין פארשידענע אפיציעלע רעפארמען בתוכינו בענין אמונות ודעות, דאן קענען מיר שוין יעצט אנהייבן לעבן דערמיט!
די גלויבן גייט זיך לכאורה מער נישט טוישן צו פיל, ווייל עס מאכט מער נישט אויס, דער עולם גלייבט סיי ווי נישט מער.
א גוטע ביישפיל וואס קומט מיר יעצט אין קאפ איז די מעשה פון איד אין לעיקוואד וואס האט געדרייט מיט גאווערמענט געלטער און מ׳האט אים געפאקט. זענען געקומען אלע רבנים און ראשי ישיבות פון לעיקוואד און אונטערגעשריבן אויף א שנאר צעטיל וואס צווישן אנדערע איז דארט געשטאנען ״הצדיק ר׳ —— שהוא נקי מכל חשש עון.״ אין אנדערע ווערטער א גראבע ליגנט.
שטיי איך און איך וואונדער זיך ווי אזוי די רבנים האבן קיין פראבלעם מיט ״מדבר שקר תרחק״ מער ווייניגער גענומען גאנץ פרשת משפטים און ארויסגעווארפן פון פענסטער. קום מיר נישט יעצט זאגן אז די חברה גלייבן אין די תורה, נאר עס פאלט זיי נישט ביי צו רעדאגירן פרשת משפטים ווייל עס פעלט פשוט נישט אויס, פארוואס זאל מען טוישן ווען מען קען זיך פשוט אנפייפן?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש: די חשוב'ע רבנים האבן נישט דאס געמיינט צו זאגן. זיי האבן געמיינט צו זאגן אז ער איז נקי מכל חשש עוון פון האבן א סמארטפאון. אדער אינטערנעט. און זיין ווייב גייט נישט קיין רויטע טורבאן. און די קינדער פארן נישט אויף קיין שייגעץ בייקס...!
פארשפארט