באריס דזשאנסאן זאגט זיך אפ- אנאליז

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

באריס דזשאנסאן זאגט זיך אפ- אנאליז

שליחה דורך שאלתיאל »

בריטישע פרעמיער באריס דזשאנסאן האט היינט (דענערשטיג) געמאלדן אין א סטעיטמענט צום פאלק אז ער זאגט זיך אפ פון אמט. נעכטן האט ער נאך געלייקנט קאטעגאריש אז א רעזיגנאציע איז אין פלאן און האט צוגעזאגט צו קעמפן ביזן סוף אבער היינט האט ער זיך געבויגן צו די שווערע דרוק וואס איז געלייגט געווארן אויף אים און אין ליכט פון די כאאטישע פאליטישע סיטואציע וואס איז ענשטאנען אין די לעצטע טעג האט ער געמאלדן אז געים איז אווער ''עס איז געקומען א צייט פאר א נייע פירער, דערנאך וואס איך האב נישט מצליח געווען איבערצורעדן מיינע קאלעגן אז עס לוינט נישט צו טוישן די איצטיגע רעגירונג''.

ווער איז באריס דזשאנסאן?
באריס דזשאנסאן איז א קאלירפולע פאליטיקאנט מיט א געשליפן פיסקל און א קאפ אויף די פלייצעס. ער איז אן אמעריקאנער געבוירענע און א געלערנטע מאן, א געוועזענע דזשורנאליסט פארן טיימס פון וועלכע ער איז אפגעזאגט געווארן נאכן פובליצירן פאלשע נייעסלעך. און יאר 2008 איז ער געלויפן פאר מעיאר אמט אין הויפשטאט לאנדאן אין ראם פון דער קאנסערוואטיווע פארטיי, ער האט געווינען די וואלן און האט געדינט אלץ מעיאר צווישן 2008 -2016.

אין לויף פון די שטורעמישע ברעקזיט וואלן האט זיך דזשאנסאן ארויסגעשטעלט צו זיין פון די פירער פון די LEAVE באוועגונג וועלכע האט געשטיצט די ברעקזיט און די אפטיילונג פון ענגלאנד פון דער אייראפעאישער יוניאן און דערפאר איז ער געווען דער הויפט קאנדידאט איבערצונעמען דער קאנסערוואטיווער פארטיי פירער און דעמאלטסידיגער פרעמיער דעיוויד קמעראן וועלכע האט זיך קעגנשטעלט צום ברעקזיט און איז געווען געצווינגן זיך אפצוזאגן נאך דער נידערלאגע. אין ענדע האט דזשאנסאן זיך ארויסגעצויגן פון פארמעסט און דער פארטיי האט אויפגענומען טערעזא מעי צו דינען אלץ פרעמיער. מעי האט אויפגענומען דזשאנסאן אלץ אויסערן מיניסטער אין איר רעגירונג. מעי האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיטן שווערע ירושה וואס זי האט באקומען נעמליך דער עקספלאסיוו טעמע פון ברעקזיט. זי איז צוריסן געווארן צווישן איר אייגענע שטעלע וואס איז געווען אנטי ברעקזיט און צווישן דער באשלוס פון דער מערהייט פאלק אין שטיצע פון ברעקזיט. אין 2018 האט דזשאנסאן רעזיגנירט פון מעי'ס רעגירונג און פראטעסט אויף איר דיעל מיט דער אייראפעאישע יוניאן וועלכע ער האט געהאלטן אלץ אן שלעכטע און דערנידעריקע.

זיך מוטשענדיג געפערליך און נישט קענענדיג דילן מיטן הייסע ''ברעקזיט'' קארטאפל האט מעי געמאלדן אין 2019 אז זי זאגט זיך אפ פון אמט. דער קאנסערוואטיווע פארטיי האט אויפגענומען דזשאנסאן אלץ פארגייער און ער איז איינגעשוואורען געווארן אלץ 55'טע פרעמיער פון ענגלאנד. שפעטער אין יאר אין א פראוו צו ברעכן דער דעדענד און לעזן דער ברעקזיט קריזיס האט ער געפירט צו פרישע וואלן אין וועלכע ער האט אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג און זיין פארטיי האט באקומען א גרויסע מערהיייט. באלד נאך דער וואלן האט דזשאנסאן געברענגט דער ברעקזיט דיעל צום פארלעמענט וועלכע האט איר סוף סוף באשטעטיגט און אין 31 יאנואר 2020 , נאך עטליכע שטורמישע 'ברעקזיט' יארן וועלכע האבן צוטיילט ענגלאנד אין צוויי איז בריטאניע אפיציעל ארויס פון דער אייראפעשן יוניאן. דאס איז לכאורה זיין שטארקסטע דעגרייכונג צו אויספירן דער ברעקזיט הלכה למעשה און ארויסגעשלעפן ענגלאנד פון אונטער די נעגל/שוץ (ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט דערויף) פון דער אייראפעאישע יוניאן.

וואס האט יעצט פאסירט?
אין אנפאנג האט דזשאנסאן גענאסן פון א שטארקע פאפולאריטעט צווישן די בריטישע מאסן. דאס האט זיך געטוישט בעיקר נאך די קאוויד עפידעמיע וועלכע האט אים ארויגשטעלט זייער שלעכט סיי מיט זיינע קעגנזייטיגע החלטות וועלכע האבן זיך געטוישט יעדן טאג און סיי מיט די סקאנדאלן וועלכע האבן אנגעהויבן ארויסשפראצן כסדר. דער מידיע וועלכע האט אים נישט געגליכן האט שווער געארבעט אים אראפצוברענגען און כסדר אויפגעדעקט נאך און נאך סקאנדאלן. צום ערשט מיט די אויפדעקונגען איבער דער מאסענשטעבליכע קאוויד רעגולאציעס פארלעצונגען דורך דזשאנסאן און זיינע נאנטע ווי זיי האבן געהוליעט ביי פריוואטע פעסטיוואלן אין צייט וואס די ענגלישע בירגערס זענען געווען אונטער א שווערע לאקדאון און שפעטער מיט נאך אנדערע סקאנדאלן.
דער יעצטיגע קריזיס איז געקומען דערנאך וואס ער האט געשטיצט א פאליטישן וועלכע איז באשולדיגט געווארן אין Sexual harassment, דאס האט צוגעברענגט אז צוויי פון זיינע הויכראנגיקע מיניסטארן, דער פינאנץ מיניסטער און דער געזונטהייט מיניסטער האבן זיך אפגעזאגט אנהייב וואך. דאס האט צוגעברענגט צו א דאמינא עפעקט און א כוואליע פון רעזיגנאציעס האבן נאכגעפאלגט, אזויפיל ווי 50 בעאמטע פון זיין רעגירונג האבן רעזיגנירט אים איבערלאזנדיג אליין אן קיין שטיצע. נעכטן נאכט האט א דעלעגאציע פון הויכראנגיקע שישקעס פון זיין פארטיי אריינגערעכנט זיינע נאנטסטע פארבינדעטע באזוכט דאונינג 10 און אים משכנע געווען צו רעזיגנירן און פארמיידן דער שאנדע. ווי עס קוקט וועט זיין פארגייער זיין מיסטער בען וואלעס דער יעצטיגע פארטיידיגונגס מיניסטער.

צום שלוס
דזשאנסאן האט א פובליק אימעדזש פון א קלאון און צוזאמען מיט זיין פאוני האר סטייל האט ער זיך ערליך פארדינט דער טיטל 'דער ענגלישע טראמפ'. פונקט ווי טראמפ האבן זיינע קעגנערס אים נישט געוויסט ווי צו 'אויפעסן' און אנעמען זיין קאלירפולע פערזענליכקייט, די מידיע האט אים אלץ ליב געהאט אראפלייגן אלץ ''קאנטערווערסיאלע'' פערשוין מיט ''קאנטערווערסיאלע'' נישט פאליטעקלי קארעקט אויסדרוקן. אבער אין פאקט, אונטער דער הומאריסטישע מאסקע באהאלט זיך א קלוגע אונטערגעציפטע כאריזמאטישע מענטש מיט א גראדע קאפ און א ריאליסטישע בליק אויף דער מציאות. דזשאנסאן איז געווען א פירער, א שטארקע, אבער איז געפאלן צוליב נארישקייטן ווען ער האט געמיינט ער קען נעמען די לעבן לייכט, טון וואס ער וויל און לאכן אויפן המון. ער איז א פארלוסט פאר ענגלאנד אבער בעיקר פאר דער קאנסערוואטיווע פארטיי וואס בלייבט אן קיין שטארקע פערזענליכקייט וואס וועט זיי פירן קעגן דער לעיבער פארטיי און דזשערמי קארבין וועלכע ווערט אלץ פאפולער. ער איז א פארלוסט פאר דער אידישע געמיינדע צו וועלכע ער איז שטענדיג געשטאנען צו זייער זייט אין זיינע אלע פאסטנס איבערהויפט קעגן די אנטיסעמיטישע עפידעמיע אין דער לעיבער פארטיי אין איבער גאנץ ענגלאנד.

זעה דא זיין חנוכה מעסעדזש פאר די אידישער געמיינדע https://www.youtube.com/watch?v=5kxDCv85FXc
זיין פסח מעסעדזש https://www.youtube.com/watch?v=wfPC-ctFIaY
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

זייער שיין און קלאר אנאלאזירט

באריס איז טאקע א גאון אבער זיין עיקר פראבלעם איז אז ער איז לויז, נישט קאנווענשענעל און אויך א שטיקל שיכור

למשל, מהאט אים שטארק אינטערגעציפט די לעצטע פאר טעג וועגן זיין רילעשאנשיפ מיטן קעי. דזשי. בי. שפיאן אלעקסאנדער לעבעדעוו, בעיקר אויפדעם וואס זיייענדיג אויסערן מיניסטער האט ער זיך געטראפן מיט לעבעדעוו פריוואט און דאס נישט געהעריג באריכטעט

זיינע באזוכן ביי די לעבעדעווס אין זייער פאלאץ אין איטאליע לאזט איבער א שלעכטן רושם (ביי איין עפיזאד האט מען אים געזען דעם נעקסטן אינדערפרי אינעם עירפארט אין איטאליע נאך האלב שיכור), און סשמעקט כאילו ער איז שטילערהייט געווען פאניע בראט מיט די רוסן, וואס איז שטארק איראניש ווייל אין אמתן און לפנים, איז דזשאנסאן געווען א דארן אין אויג פאר די רוסן, למשל לגבי אוקריינע וכו׳, כאטש וואס לגבי ברעקזיט האט ער בעצם יא געדינט די רוסישע אינטערעסן

דעם אמת, ווי אלעמאל, איז שווער צו וויסן

וועלט פירער זענען סה״כ מענטשן און פעלערהאפטיג, און סאיז א שאד אויף באריס אז צום סוף האבן אים די נארישקייטן ווי שיכרות וכו׳ אינטערגעברענגט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

איך האלט נישט אז סהאט מיט שיכרות לכאורא איז זיין גאנצע חטא אז ער איז א ווייסע מאן
סוועט נאך קומען א צייט וואס נאר שווארצע פרויען וכדו׳ וועלן קענען זיין פרעזידענט/פריים מיניסטער
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

סבא דבהתא האט געשריבן:איך האלט נישט אז סהאט מיט שיכרות לכאורא איז זיין גאנצע חטא אז ער איז א ווייסע מאן
סוועט נאך קומען א צייט וואס נאר שווארצע פרויען וכדו׳ וועלן קענען זיין פרעזידענט/פריים מיניסטער
וואס איז שלעכט מיט שווארצע פרויען?
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

איך האב ח"ו גארנישט קעגן שווארצע פרויען
נאר איך האב אויך גארנישט קעגן ווייסע מענער
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

סבא דבהתא האט געשריבן:איך האב ח"ו גארנישט קעגן שווארצע פרויען
נאר איך האב אויך גארנישט קעגן ווייסע מענער
כזעה נישט ווי שווארץ אדער ווייס קומט דא בכלל אריין, מדארף עלקעטן לידערס באזירט אויף פעאיגקייט

נ.ב. דיינע באמערקונגן שמעקן פון עקסטרעם רעכט ראסיסטישקייט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דזשאן אליווער האט אים פיין צענומען ווען ער איז געווארן פריים מיניסטאר. מיט א לינקע פרעספעקטיוו פארשטייט זיך.
https://youtu.be/dXyO_MC9g3k
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

כלבאשבוע האט געשריבן:
סבא דבהתא האט געשריבן:איך האב ח"ו גארנישט קעגן שווארצע פרויען
נאר איך האב אויך גארנישט קעגן ווייסע מענער
כזעה נישט ווי שווארץ אדער ווייס קומט דא בכלל אריין, מדארף עלקעטן לידערס באזירט אויף פעאיגקייט
that's what he said
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

כלבאשבוע האט געשריבן:
סבא דבהתא האט געשריבן:איך האב ח"ו גארנישט קעגן שווארצע פרויען
נאר איך האב אויך גארנישט קעגן ווייסע מענער
כזעה נישט ווי שווארץ אדער ווייס קומט דא בכלל אריין, מדארף עלקעטן לידערס באזירט אויף פעאיגקייט

נ.ב. דיינע באמערקונגן שמעקן פון עקסטרעם רעכט ראסיסטישקייט
דאס ברענגט ער דאך ארויס.

כ'מיין אז דו ביזט דא די עקסטרעמער וואס שפרינגט אויף ווען ס'דאכט זיך בלויז אז מ'האט עפעס גערעדט קעגן שווארצע פרויען.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

כלבאשבוע האט געשריבן:
סבא דבהתא האט געשריבן:איך האב ח"ו גארנישט קעגן שווארצע פרויען
נאר איך האב אויך גארנישט קעגן ווייסע מענער
כזעה נישט ווי שווארץ אדער ווייס קומט דא בכלל אריין, מדארף עלקעטן לידערס באזירט אויף פעאיגקייט
שיכרות ווייזט אויף כאראקטער נישט פעאיגקייט איך וועיל ענדערש אויס אז די ראש המדינה זאל זיין פעאיג ער מוז נישט דוקא האבן די בעסטע מדות.

רוב מענטשן העטן ענדערש ווילן איינער וואס קען שיסן טעלערס אויפן וואנט און אוועקכאפן דרייווערס ווי 9% אינפלאציע און $5 א גאלאן געז.

אודאי קען מען נישט אינגאנצן אוועקוקן פון כאראקטער און ביי טראמפ איז נניח אז ער זאל טאקע נישט זיין בראש, אבער באריס איז נישט אזוי געפערליך, סאיז גוט אז א מענטש האט אביסל קאליר.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

כלבאשבוע האט געשריבן:
סבא דבהתא האט געשריבן:איך האב ח"ו גארנישט קעגן שווארצע פרויען
נאר איך האב אויך גארנישט קעגן ווייסע מענער
נ.ב. דיינע באמערקונגן שמעקן פון עקסטרעם רעכט ראסיסטישקייט
נאך א מזל מען קען נישט דן זיין מיטן חוש הריח, עכ"פ ביז משיח קומט 8-)
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

בּוֹרִיס הַבְּרִיטִי!
קוּל וְשַׁמְרָן.
פֶּרַח וּפְּרִיטִי.
טְרַאמְפּ מְשֻׁדְרָג.
בּוֹלְד וְגַם בְּלוֹנְדִּי.
סֵדֶר בַּמֶּרֶד.
אוֹי לִי בְּלוֹנְדוֹן:
כָּל מְסִבָּה נִגְמֶרֶת.

צור ארליך
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אויפן שוועל פון א שטוינענדע פאליטישע קאמבעק?

קוים דריי מאנאטן זענען אריבער זינט באריס דזשאנסאן המכונה בלשון חיבה 'ברוך יונתן' האט רעזיגנירט א פארשעמטע פון פרעמיער אמט און שוין רעדט מען ערנסט פון א קאמבעק דערנאך וואס זיין נאכפאלגער אלץ פרעמיער האט היינט רעזיגנירט פון אמט בלויז 44 טעג נאכן איינשווערונג. זיין נאכפאלגער פרעמיער(ין) ליז טראס וועלכע איז אויפגענומען געווארן צום אמט דורך אינערליכע וואלן אינערהאלב די קאנסערוואטיווע פארטיי האט היינט רעזיגנירט דערנאך וואס איר פינאנציעלע פראגראם האט געליטן שטוינדענדע דורכפאל אין די אינפלאציע אין ענגלאנד איז זייער געשטיגן. זי האט דערביי באשטימט א טריבע מיילסטאן: די קערצסטע טערמין פון א פרעמיער אין די בריטישע היסטאריע.
עס איז באשטימט געווארן אלגעמיינע בליץ וואלן אויף אין א וואך ארום. דזשאנסאן'ס פארבינדעטע טענה'ן אז ער פלאנט צו לויפן פאר פרעמיער. אין ליכט פון די אומעטיגע פאָלס איבער די לאגע פונעם קאנסערוואטיווע פארטיי קעגן די לעיבער פארטיי און די מאנגל פון פאפולערע קאנדידאטן קען זיך נאך דזשאנסאן טרעפן צוריק וועלקאם אין די פארטיי וואס האט אים געצווינגן צו רעזינגירן בלויז מיט 3 מאנאטן צוריק.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

למעשה האט באריס דזשאנסאן זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט,
די נייע פריים מיניסטער איז רישי סונאק Rishi Sunak
פארשפארט