בן נון האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:אין ישראל זעלבסט הערשט פרייהייט פאר אראבער, נאר אין פאלעסטינע פירט מען זיך איינזייטיג, דערפאר מיין איך אז די קענסט רוהיג שטיצן איזריעל
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
די איזרעילי-אראבס האבן פונקטליך די זעלבע פרייהייט עד הסוף?
די טענה וואס פארט אייביג ארום אז די פאלעסטינער זענען גרעסערע רוצחים, וואס איז אמת, האט נישט קיין שייכות מיט אינטערדריקעניש פון אראבער, און באלאנגט נישט אין א דעמאקראטישע סאסייעטי. און דעם סוגיא טרעפט מען זייער אפט די וויאלעישאן פונעם אלטן כלל, דהיינו אז two wrongs don't make one right, און מ'קען זיך נישט באהאלטן אינטער דעם ווען מ'באגייט אומרעכט.
יא אלע אראבער'ס האבן די זעלבע פרייהייט אין ישראל, ברעינג מיר איין זאך וואס זיי האבן ווייניגער רעכט ווי די יודן.
נאך מער ס'דא שטעיט ווי לויט די ישראל'ישע געזעץ, נאר אראבער'ס זענען ערלויבט אריין ציגיין אבער יודן נישט.
זאג די מיר ווער האט נישט קיין רעכטן אין ישראל, די אראבער אדער די יודן?
עס איז דא א געזעץ אין ישראל אז אידן קענען אייביג מאכן אן עליה וואס דאס איז א ראסיסטישע געזעץ
וויבאלד ס'איז די איינציגסטע יודישע לאנד מיז זיין אזא געזעץ, משא"כ אראבערס האבן געניג לענדער ווי צי גיין
ישראל האלט אן עימברגא ארום עזה וואס קאסט הינדערטער לעבנס יאר יערליך
עזה איז געזעצליך נישט קיין חלק פון ישראל, און אז א צווייטע לאנד הייבט אן א מלחמה מיט דיך האסטו אלע רעכטן זיך צי באשיצן
און ישראל שעמט זיך נישט די רעכטע לאגער מיט אפענע ראסיזעם ווי רופען אלע אראבער מחבלים
על הצד ס'איז אמת, איז אמעריקא פינקט אזא ראסיסטישע לאנד, וויפיל אנטעסימיטיזם aoc, rashida trleib, מיט אלע אירע אנטעסעמיטישע חבר'טעס
ועוד
ועוד
ועודועוד
יעצט לאמיר זעין ווי גרויסע אנטעסעמיטין די אראבישע לענדער זענען.
כמעט נישטא קיין איין יוד אין רוב אראבישע לענדער, בשעת הקמות המדינה זענען געוועין הינדרעטע טויזענטע צי מער, איר ווייסט פארוואס? מען האט זיי געפייניגט און גע'רודפ'ט ציליב די מדינה, זענען זיי אנטלאפן, דאס איז אהבת ישראל, וואס?
יודן טארן נישט ארייןקימען אין אסאך אראבישע לענדער.
זיי שטיצן טעראר אקעיגן יודן
וויפיל טעראר אטאקעס האבן יודן געמאכט אויף אראבערס?
מען קען עס ציילן מיט איין הענט, און מען בלייבט נאך מיט טשעינזש.
וויפיל האבן די אראבער געמאכט אויף יודן, קיינער האלט שוין נישט חשבון ווייל מען האלט שוין ביי הינדרעטע טויזענטע
פרעידיגן ראסיזם איז מותר און ווערט געשטיצט דורך די אראבער.
פרעידיגן ראסיזם איז נישט ערלויבט אין ישראל.
געניג מיט די זעלבסט שנאה, די ווייסע גוי גייט אינז נישט מער ליבן האבן ווען מיר טאנצן מה יפית, און מיר קלאפן על חטא שלא חטאנו.
און ס'איז בכלל נישט אויפגעקלערט און קיל זיך צי ביקען צי די ליבעראלע משוגעת'ן.
אהוד ברק= יהודי שונא עצמו
בערני סענדערס=סעלף העיטינג ג'ו