טעקסעס שיסעריי - א טיימליין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

טעקסעס שיסעריי - א טיימליין

שליחה דורך עולם הזה »

מיט יעדע פארבייגייענדע שעה ווערט די אפיציעלע פאליציי ווערסיע אפדעיטעד און פארראכטען. סך הכול איז שוין די מעשה פארראכטן געווארן צוועלעף מאל

נאכן דורך ליינען די אפיציעלע עי.פּי. טיימליין שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע האר אויפשטעלנדע פאקטן וויאזוי דער רוצח האט געקענט אויסקוילען 19 קינדער און 2 טיטשערס גענצליך אומגעשטערט.

קורצע סך הכול:
-די געווענליכע סקול סעקיורוטי גאַרד האט זיך נישט געפונען אויפן ארט.
11:28 - א טיטשער עפענט און לאזט אפען די טיר געביידע.
11:33 - דער שיסער שטורעמט אריין אינעם ‏בנין.
11:35 - די פאליציי לויפן אריין גלייך נאך איהם, און ווארטן א שעה און צען מינוט פארן קלאַס שליסל.
12:50 - די פאליציי עפענט די קלאַס צימער און דער’הרג׳ט דעם שיסער.
מאפע.jpeg
פאלגענד איז די פרטיות׳דיגע טיימליין:

יאָוואַלדי טעקסעס

ארום 11:00 - ראַמאָס (18 יאר אלט) שיסט זיין זעקס און זעכציג יעריג באבע אין איר היים ווי ער האלט זיך אויף, א שכן זעהט די געשאסענע פרוי וועלכע ווייזט אויפן אייניקל אז ער האט דאס געטוען, בשעת ער פליעט אוועק מיט א פיק-אפ טראק. דער שכן׳ס פרוי אלאמירט די פאליציי איבער א שיסעריי.

11:27 – א ווידיאו ווייזט א טיטשער (אומאידענטיפיצירט פארן פאבליק) עפענט אויף די דרויסענדיגע שולע טיר.

11:28 – די טיטשער שפאצירט ארויס צום גאס און נעמט א טעלעפאון און גייט צוריק אריין אין בנין, לאזאנדיג די טיר אפען.

11:28 – ראמאס (דער שיסער) קראַכט זיין פיק-אפ טראק אין א דיטש נעבן די בית הלויות וואס איז אין בעק פון די סקול, צוויי מענשען וועלכע קומען ארויס פונעם בית הלויות צו זעהן וואס דא איז געשעהן, זעהן דער שיסער מיט אן עי.אר.15 סארט רעוואלווער און א זעקל וואפן, זיי ווערן געציעלט אבער ס׳געלונגט זיי צוריק אריינצולויפן אן כאפן א קויל. א פארפאניקטער טיטשער קומט דארט אן און ריפט 911.

11:30 – 911 באקומט די פאון קאלל איבער א קאר-קראך און אז ס'איז דא א באוואפנטער מאן ביי די שולע.

11:31 – די שיסער הייבט אן שיסן און צילט די סקול פון די סקול פארקינג לאט. פאליציי קומען אן צום בית הלויות. די שיסער לויפט ארום די סקול בילדינג.

11:32 – ער שיסט ווייטער אויפן סקול, און לויפט אין ריכטונג פונעם אפען געבליבענע טיר.

11:33 – דער שיסער לויפט אריין אין בנין און שיסט אויף צוויי שכנות'דיגע צימערן, קלאס 111 און קלאס 112 ער שיסט אריבער הונדערט רונדעס.

11:35 – דריי סיטי פאליציאנטן שטראמען אריין דורך דעם זעלבן אפענעם טיר, נאך פיר אפיצירן פאלגן זיי נאך. צוויי פון זיי באקומען מילדע וואונדען.

11:37 – פרישע 16 רונדעס שיסערייען ווערט געהערט, ס'איז נאכנישט קלאר פון וועלכע זייט דאס איז געווען.

11:51 – א פאליציי סאַרדזשענט קומט אן צום סצענע.

12:03 – א מיידל (נישט קלאר איר יארגאנג) מאכט א 911 ריף שעפשענדיג "כ׳געפין זיך אין קלאס 112" די קאלל האט אנגעהאלטן א מינוט מיט דריי און דרייסיג סקונדעס.

12:03 – נאך פליציאנטען גייען אריין אינעם געביידע, ברעגענדיג די ציפער צו א סך הכל פון 19 פאליציי אפיצירן שטיין אינעם האלוועי גלייך נעבן די קלאסן ווי די שיסעריי קומט פאר.

12:06 – א ווארטזאגר פאר די יאָוואַלדי סקול פאראיין גיבט ארויס א סטעיטמנט (פעיסבוק) "יאָוואַלדי סקול עלטערן: זייט וויסן אז אונזער סקול איז אונטער א פולקאמער לאקדאון צילוב שיסערייען אין די געגנט, זייט וויסן אז אלע קינדער און איינגעשטעלטע זענען פארזיכערט, די בניינים זענען פארזיכערט אין א לאקדאון סטאטוס. אייער קאפאראציע איז גאר וויכטיג און קיינער זאל נישט קומען צום גאנצען סקול-קאמפוס, מיר וועלן אייך לאזן וויסן ווי נאר די לאקדאון ווערט אראפגענומען.

12:10 – די זעלבע מיידל ריפט נאכאמאל 911 זאגענדיג אז ס׳איז דא אפאר אומגעקומענע.

12:10 – א גרופע פון יו.עס. מארשעלס קומען אן אויפן סצענע.

12:13 – די מיידל ריפט 911 צום דריטן מאל

12:15 – יו.עס. בארדער פאטראל טיעם קומט אן צום סצענע.

12:16 – די מיידל ריפט א פערטע מאל דאס מאל זאגענדיג אז ס'איז דא 8-9 קינדער וועלכע לעבן נאך.

12:19 – א מיידל פון צימער 111 ריפט 911 אבער לייגט גלייך אראפ ווען א דערנעבענדיגע חבר'טע בעט איר אראפצולייגן.

12:21 – פרישע שיסערייען ווערט געהערט פון קלאס צימער, די פאליציי גלייבט אז די שיסער שטייט ביים טיר פון איינע פון די צימערן, זיי מארשירן אראפ דעם קארידאר.

12:21 – דריי רונדעס שיסערייען ווערט געהערט אין א 911 קאלל. ביידע קלאס צימערן זענען פארשפארט, זיי ווארטן אז א סקול איינגעשטעלטע זאל ברענגען די שליסלעך.

12:36 – נאך א קינד ריפט 911 , אין די זעלבע צייט ריפט אן אנדערע מיידל און זי ווערט אנגעזאגט צו האלטן אפען די ליין און זיך האלטן גאר שטיל. די מיידל זאגט "ער האט געשאסן די טיר"

12:43 – זי בעט זיך ביים דיספעטשער "ביטע שיק יעצט אריין די פאליציי"

12:46 – "כ'הער די פאליציי דא אינדרויסן פון צימער"

12:47 – "כ'בעט זיך שיק זיי שוין אריין"

12:50 – די פאליציי עפענט די טיר מיטן שליסל, און דער'הרג'נן דעם שיסער. שיסערייען ווערט געהערט אין די 911 קאלל.

12:51 –ס׳ווערט געהערט פאליציי אפיצירן ברענגען ארויס קינדער פונעם צימער.

12:58 – מ׳הערט אויפן פאליציי ראדיא אז די שיסער איז גע׳הרג׳ט און אז די סיטואציע איז פאריבער.

**
יעצט איז דא נאך ארומיגע דעטאלן וואס מ׳קען נישט ארויסלאזן:

פאר צוויי חדשים צירוק איז פארגעקומען אן ״אקטיווע שיסער דריל״ אין די יאָוואַלדי הויך-שולע ווי דער יעצטיגער שיסער האט געלערנט.
דריל.jpg
די הויפט פאליציי וואס האט געגעבן די ארדער נישט צו שטורעמען די קלאס, נאר ענדערש ווארטן פארן שליסל, איז אויפגענומען געווארן פאר די פאזיציע פאר צוויי יאר צוריק, און האט געווינען א סיטי קאונסול זיץ מיט א קנאפע צוויי וואכן צוריק.

עס פעהלט א שיינע פאר מינוט פון די פאליציי סקענער.

בשעת די שיסעריי איז פארגעקומען האבן עלטערן פרובירט אריינצולויפן ראטעווען זייערע קינדער אבער זענען אראפגעהאלטען געווארן דורך פאליציי, אין איין פאל זענען איינע פון די עלטערן געקייטעלט געווארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עולם הזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איין ווארט: אומגלויבליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'ווייסט אויב די מיידלעך וואס האבן געריפן 911 האבן איבערגעלעבט?
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

חתם סופר: צוויי פון זיי האבן יא איבער געלעבט לויט די פאליציי.
אבער א צען יעריג מיידל איז יא פאטאל דערשאסן געווארן ביים מאכן די 911 קאלל.

איר טאטע האט 8:00 אזייגער ביינאכט נאכנישט געוויסט אויב זי איז פון די איבערלעבער צי נישט, ער האט געפאוסט: "כ'בעהט נישט קיין סאך, ס'איז שוין אריבער 7 שעה און כ'האב נאך גארנישט געהערט. ביטע העלפט טרעפן מיין טאכטער." ארום 11:00 האט ער געלאזט וויסן אז זי איז פון די אומגעקומענע.
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

קומט אריין פרישע אפדעיטס.

שטעלט זיך ארויס אז די קלאס-טיר ווי די שיסעריי איז פארגעקומען איז בכלל נישט געווען פארשפארט...

טעקסעס בעאמטע זענען גרייט ארויסציגעבען די פולע ווידיא פון די קארידאר ווי מ'קען זעהן די פאליצי, אבער ווי ס'קוקט אויס טיט די לאקאלע דיסטריקט אטערני בלאקירן דאס ארויסצוגעבען.

פון א בילד ארויסגעגבען פונעם קארידאר זעהט מען 11:52 פאליציי אפיצירן מיט געווער און איינער פון זיי מיט א פאנצער.
11.52.png
דער פאליציי הויפט האט זיך אפגעזאגט פון זיין סיטי קאונסל פאזיציע, נאכן זיין בלויז געציילטע וואכן אויף דעם אמט.
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

נעכטען איז ארויגעגעבן געווארן די ווידיא.

ממש שטוינענד, מ'זעהט ווי ער שיסט אויף צוויי מענטשן אינדרויסען פון בנין נאכ'ן קראכן זיין קאר, מיהערט א טיטשער רופן 911, דערנאך גייט דער שיסער אריין אין בנין, מ'קען אויך זעהן ווי א קינד דרייט זין איין אין קארידאר ממש פון אונטער איהם, און ווי נאר ער הייבט אן שטורעמען און שיסן די קלאס צימער אנטלויפט דאס קינד פאר זיין לעבן.
ממש געציילטע מינוטן דערויף זעהט מען פאליציאנטן לויפן גלייך צום קלאס צימער, אבער לויפן גלייך צוריק אוועק פון צימער נאכדעם וואס דער שיסער האט געציעלט אויף זיי.
פאר די קומענדיגער שעה און 10 מינוט זעהט מען נאך און נאך פאליציאנטן און אפיצירן קומען און גרייטן זיך צו שטורעמען די קלאס.

Surveillance Video
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

יא די ווידיא איז ממש שטוינענד צי זעהן די אומבאלומפערטקייט פון די פאליציי

איך מיין אז די אלע היימישע ישיבות זאלן אויפנעמען סעקיורעטי, לויט וויפיל בחורים זיי האבן שוין ארויסגעווארפן איז נישט אזוי ווייט אז סזאל פארקומען אזוינס. רחמנא יצילנו.
פארשפארט