הרה"צ ר' דוד טרענק זצ"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
הרה"צ ר' דוד טרענק זצ"ל
איך האב מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א ארטסקרול גליון פאר קינדער, און געטראפן ווי זיי באשרייבן אביסל איבער איינער ר' דוד טרענק לכבוד זיין דריטע יארצייט. זיי האבן געברענגט אפאר מעשיות פון אים, און עס האט מיר זייער שטארק געכאפט. וועל איך דא ברענגען אפאר פון די סיפורים און אביסל שרייבן איבער זיין דמות, הגם עס איז שווער צו באשרייבן איינער וועמען איך האב בכלל נישט געהערט פון אים ביז אפאר וואכן צוריק. דאך במקום שאין איש וועל איך אים פראבירן אביסל צו באשרייבן, אזוי אז אנדערע אידן זאלן כאטש וויסן אז עס האט געלעבט אזא דערהויבענע איד בתוכינו, און זיך קענען אפלערנען פון זיינע מעשים.
ר' דוד איז געבוירן אין בארא פארק און איז אויפגעצויגן געווארן אין די ליטווישע ישיבות. ער האט געעפנט א ישיבה פאר שוואכע בחורים אין לעיקוואד, אזעלכע וואס קיינער האט נישט געוואלט ארייננעמען האט ער גענומען צו זיך, און מיט א ליבשאפט און אהבה זיי אויפגעבויט און אוועקגעשטעלט אויף די פיס.
דא איז א ווידיא מיט א קורצע ביאגרעפיע פון אים.
https://youtu.be/IK6A3awXR5Q
די דמות זיינער איז געווען א קאכעדיגע און א לעבעדיגע, ער פלעגט זיך קענען היבש ביסל משוגע מאכן מיט א פעסטע ביטול היש (עפעס דערמאנט ער מיר אביסל פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל, וואס פלעגט אלטס זאגן, "מען דארף זיין פריש, געזינט, און משוגע"). איך שטעל דא ארויף א זיסע קליפ וואס איך האב געטראפן אויף יוטוב ווי ער זאגט א תורה אין א פיצא שאפ אין לעיקוואד... אביסל ארויסצוהאבן די דמות זיינער.. צוקער זיס.
נאך א זיסע קליפ ווי ער שפילט סיימאן סעז....
און דא האט איר א אלטע קליפ ווי ער מאכט זיך משוגע ביי א שבע ברכות פון א תלמיד, לקיים את מצות שמחת חתן כלה.
ער האט געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל, און ארויסגעוויזן אסאך ליבשאפט צו יעדע תלמיד זיינע, און אזוי אריינגעברענגט אין זיי א געשמאק און א ליבשאפט צו אידישקייט. בכלל איז ער געווען שטארק אויסגעצייכנט אין די מדה פון אהבת ישראל.
ער איז אוועק בערך דריי יאר צוריק נאכ'ן נישט זיין געזונט א שטיק צייט.
די באקאנטע יואל גאלד וואס גיבט ארויס די שיינע יוטוב קליפס איז געווען זיינס א תלמיד, און האט מיט צוויי וואכן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכע קליפ צום דריטן יארצייט, ווי ער רעדט פון ר' דוד, און אינטערוויוט זיין ווייב. א מאסט וואטש.
https://youtu.be/_vala9QGU6E
אין די אויבנדערמאנטע גליון האב איך געליינט די פאלגנדע מעשיות:
א תלמיד וואס האט געלערנט ביי אים מיט אפאר יאר פריער, און איז אריבער לערנען קיין באלטימאר, האט אים אנגערופן מיט א בהלה זאגנדיג אז ער איז באגאנגען א שרעקליכע עוולה אין די ישיבה, און מען וויל אים ארויסווארפן. ר' דוד האט אים געזאגט אז ער זאל זיך שוין אריינזעצן אין ביה"מ און זיך זעצן לערנען און די זאך וועט ווערן מסודר. יענער האט געזאגט, "רבי, דו פארשטייסט נישט, עס איז נישטא וואס צו טון, יעדער ווייסט שוין דערפון." ר' דוד האט בלויז איבערגעזאגט, "טו וואס איך הייס דיר און עס וועט ווערן מסודר".
די בחור האט זיך אריינגעזעצט אין ביה"מ איבער א גמרא און פראבירט צו לערנען, אביסל שפעטער יענע נאכמיטאג זעט דער בחור פליצלונג ווי ר' דוד אליין שפאצירט אריין אין ביה"מ! ר' דוד האט הפנים גענומען זיין קאר און איז געפארן א וועג פון דריי שעה פון לעיקוואד קיין באלטימאר, ארויסצוהעלפן זיין תלמיד. פארשטייט זיך אז נאכ'ן רעדן מיט די הנהלה האבן זיי שוין געלאזט די בחור בלייבן אין ישיבה, מיט אן הבטחה אז ער וועט זיך פארבעסערן. ר' דוד האט געגעבן א האלדז ארום דעם בחור, און איז צוריקגעגאנגען צו זיין קאר... מיסיע אקאמפלישט!
נאך אן ענליכע מעשה:
א ברוקלינער ביזנעסמאן מיטן נאמען לעררי ספייוואק, אן אלטע תלמיד פון ר' דוד, האט אים אמאל אנגערופן מיט א פראבלעם. ר' דוד האט אים געזאגט אז ער וועט אים צוריקרופן. נאך וואס עס איז אריבער א שטיק צייט און ער האט נישט באקומען קיין טעלעפאן רוף, האט ער זיך אנגעהויבן צו וואונדערן, אבער האט נאך געווארט צו זען אפשר דאך וועט ער זיך דערמאנען צו רופן.
אויף איינמאל באקומט ער א באזז פון זיין סעקרעטאר אז איינער מיטן נאמען טרענק איז דא פאר דיר, ער זאגט אז עס איז וויכטיג. "לעררי" האט זיך ר' דוד אנגערופן אריינשפאצירנדיג אין אפיס, איז האב דיר געמוזט גיבן א האג. "ווען א קינד איז אין א צרה קומט די טאטע צו גיין"...
די מעשיות צייגן די געוואלדיגע קאנעקשן וואס ער האט געהאט מיט יעדן תלמיד, אפילו יארן שפעטער.
איינער האט מיר דערציילט אזא מעשה איבער אים.
ער פלעגט אריין קומען אין ישיבה יעדן טאג און באגריסן די סעקרעטארי. ביז מ'האט באמערקט אז ער באגריסט איר אפילו ווען זי איז נישט דארט, ער האט אויף איר אפילו נישט געקוקט...
ר' דוד פלעגט אפט פאסטן, יעדע יום כיפור קטן, בה"ב, פארשידענע יארצייטן און אויך לזכות פון תלמידים וואס האבן זיך געמוטשעט. אבער אלעס אהן קיין טאראראם און פירסום, ער האט זיך אוועקגעזעצט צו נאכטמאל פונקט ווי סיי וועלכע טאג, קיינמאל נישט דערמאנענדיג אז ער האט געפאסט יענעם טאג.
אבער אפילו ער איז געווען אזוי נזהר אין די ענין פון אכילה האט ער געהאט נאך א "חומרא".
איין נאכט האט זיין רביצין אנגעגרייט בעיקד זיטי פאר נאכטמאל און עס בטעות געבאקן אין א פליישיגע אויוון. ער האט גערופן א רב צו פרעגן א שאלה, און איינמאל ער האט געהערט אז עס איז מותר האט ער עס געגעסן מיט אפעטיט, באווארפנדיג זיין ווייב מיט קאמפלימענטן ביי יעדע בייס. ער האט קלאר ארויסגעהאט אז אפגעזען די אייגענע חומרות און זהירות אין די ענין פון אכילה, אבער ווען עס קומט צו די נושא פון מצער זיין א צווייטן און בפרט די אייגענע ווייב, קומט בכלל נישט אריין די אייגענע חומרות, און מען דארף האבן די קאפ אויפן פלאץ צו וויסן וואס איז וויכטיגער.
נאך א מעשה:
אפאר חדשים נאך ר' דוד איז אוועק, איז א אינגערמאן פון לעיקוואד וואס האט געטון אין ריעל עסטיעט, געגאנגען צו א גוי'אישן געגנט אפצוקויפן א הויז וואס האט אים אויסגעזען אינטערסאנט. אריינקומענדיג אינעם הויז זעט ער צו זיין גרויס וואונדער ווי עס הענגט אויפן וואנט א גרויסע שיינע בילד פון ר' דוד.
די גויאישע פרוי, די אייגענטומער פונעם הויז, האט אים געזאגט אז "דאס איז מיין רבי". רבי טרענק איז געווען מיין היראו!
זי האט מסביר געווען אז זי האט געארבייט אלס די פאסטמייסטער אין אדעלפיע ניו דשזערסי - א געגנט נעבן לעיקוואד, די שטאט ווי רבי טרענק האט געדינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה פאר לאנגע יארן. און היות עס איז געווען א קליינע שטעטל איז נישט געווען קיין היים דעליווערי פאר די פאסט, נאר אנשטאט דעם האט יעדער אליין געקומען אויפפיקן די פאסט. הרב טרענק'ס שמייכל, אויפריכטיגקייט, רעספעקט, און מענטשליכקייט האט איר אזוי באאיינדרוקט, אז זי האט אים געזען אלס איר ראביי.
א יאר נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען א בוך איבער די לעבן און שאפן פון ר' דוד מיטן נאמען just love them.
עס איז העכסט רעקאמענדירט.
דא קען מען זען די עד פון ווען די בוך איז ארויסגעקומען, ווי די תלמידים רעדן אביסל פונעם רבין.
די באקאנטע זינגער און קאמפאזירער דזשאוי נאוקאם האט דאן ארויסגעגעבן א ספעציעלע ניגון לכבוד די ערשיינונג פונעם בוך.
זאל מען כאטש וויסן אז אזעלכע אידן האבן זיך געדרייט ביי אונז אונטער די פיס, און עס דרייען זיך נאכאלץ אזעלכע אידן ביי אונז. און מען זאל זיי זען אויסצוניצן און קענען בחייהם.
זאל זיך נאר פארמערן אזעלכע מחנכים און גוטע אידן ביי אונז, וועלן מיר שענער אויסזען.
פארשטייט זיך אז מען האט דא נאר דערמאנט מקצת שבחו כפי שידינו מגעת, און הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן, דאך אבער זאל דאס ניצן ווי א עפענונג אריין אין די ליכטיגע דמות וואס דער איד האט אלץ פארקערפערט אין זיך, און זאל זיין השפעה און ליבשאפט זיך ווייטער פארשפרייטן צווישן אידן.
יהא זכרו ברוך, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לכבוד דער ראש ישיבה ר' דוד, קום איך צוריק דא אביסל.
איך האב אים אביסל געקענט, נישט קיין סאך. איך בין נישט געווען פון זיין קאסטומערס, איך האב געלערנט אין 'עליט' ישיבות. אבער זיין אהבת ישראל איז נישט געווען באגרעניצט צו זיין תלמידים, אדער מענטשן מיט פרבלעמן וואס דארפן זיין הילף. ביז ער איז קראנק געווארן, פלעג איך דאווענען לעבן אים אום ר"ה און יוהכ"פ אין ב.מ.ג. א פאר זיצן גערוקט. איך האב דארט נישט געשמועסט מיט אים, אבער איין מאל איז מיר צוגעקומן אן איזראעלי יונגערמאן וואס דאווענט דארט און ער פרעגט מיר אויף עברית, "מי זה האיש הגבוה עם הזקן הלבן העומד לידך בתפלה?" איך פרעג אים וואס ער האט דארט באמערקט, זאגט ער מיר, "הילדים שלך שישבו מסביבך השתובבו קצת כדרך הילדים. הוא הסתכל עליהם וראיתי על פניו איזה אהבת ישראל איזה אהבת חנם, רק לראות ילדי ישראל נהנים זה עם זה." איך האב יענעם מסביר געווען אז דאס איז דער מוסטער פון אהבת ישראל בדורינו.
איך בין אמאל געזעסן מיט אים ביי א קידוש, און ער האט ארום גערעדט די זאכן וואס מיר דארפן טון פאר בחורים היינט. ער האט מסביר געווען די נויטיגקייט פאר א ישיבה פאר ארויסגעפאלענע. האב איך אים א פרעג געטון, "האט מען אמאל מצליח געווען מיט א ישיבה וואס האר ארבעטן און לערנן אינאיינעם?"
"ניין, עס ארבעט זיך נישט אויס אויף צו לאנג," האט ער מודה געווען.
פרעג איך אים, "אויב אזוי, פארוואס ווייטער פראבירן א וועג וואס ארבעט נישט?"
"וואס זאל מען יעצט טון?! גארנישט?! לאזן סתם פריי ווערן?!" ענטפערט נאטורלך און גלייך.
ער האט געוואלט רעדן בשבח פון א בחור (אן א נאמן, פארשטייט זיך), און ער האט גערעדט ווי שטארק ער האט געארבעט אז יענער בחור זאל לייגן תפילין איין איינציגסטע טאג. נאכגעלאפן, געטראפן דא, געטראפן דארט, ביז ער האט אים ענדליך געטראפן. ממש כפי תומו פארציילט.
ער האט געוואוסט וואס צו זאגן פאר יעדעם. ער האט געהאט א געשטעל פון א משוגענער, אזוי ווי מ'זעט אין די ווידיאוס. זיין ברודער ר' זאב אין פלעטבוש איז אויך אזא בחינה (פרעג זיך נאך אויף אים, עס איז כדאי). אבער ער האט געהאט פול קאנטראל אויף וואס ער האט געזאגט און אויף וואס ער האט נישט געזאגט. ער האט גערעדט די העכסטע אין די צימער, און עס איז געווארן א לעגענדע ווי ער פלעגט זיך אויפשטעלן ביי די קאנווענטשענס פון תורה ומסורה און אגודה און שטארק מוחה זיין אויף די ענין פון ארויסווארפן בחורים פון ישיבות אן אן אחריות.
אמאל איז א בחור פון זיין ישיבה אין אדעלפיא (די ישיבה האט געהאט גאר שוואכע בחורים, אמאל פון שוואכער שטובער, און אמאל גליטשעדיגע, און ער האט מיט זיי גע'ארבעט) געגאנגן צו די מאוויס (די יונגער דור ווייסט שוין נישט דערפון. פרעג דיין עלטערן) פרייטאג צו נאכט. פלוצלונג זעט ער ר' דוד זיצן לעבן אים, ווי ער דערמאנט אים אז די עסן איז נישט כשר אין די מאווי טע'אטער. דערנאך איז ער פארשוואונדן געווארן, אהיים געגאנגן צופוס.
עס איז נאך דא פיל צו רעדן, א חלק דערפון קען מען טרעפן אין די בוך Just Love Them, וואס האט פארקויפט טויזענטער קאפיס אין לעיקוואד און ארום. אדרבא, מ'זאל עס טאקע איבערזעצן אויף אידיש, למען ידעו דורותיכם.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
טאקע א שכח פאר @ליטוואק פארן ארויסהעלפן מיט די צוגרייטונג פונעם ארטיקל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
דערמאנט אביסל די מעשה פון ר' אהרלע מקושניץ ז''ל וועלכע האט זיך געשטעלט ביים טיר פון טעאטער און תמימות'דיג געפרעגט א איד וועלכע איז אריינגעגאנגען: ''וואו קענסטו אריינגיין אין א שטיב וועלכע האט נישט קיין מזוזה?''ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אמאל איז א בחור פון זיין ישיבה אין אדעלפיא (די ישיבה האט געהאט גאר שוואכע בחורים, אמאל פון שוואכער שטובער, און אמאל גליטשעדיגע, און ער האט מיט זיי גע'ארבעט) געגאנגן צו די מאוויס (די יונגער דור ווייסט שוין נישט דערפון. פרעג דיין עלטערן) פרייטאג צו נאכט. פלוצלונג זעט ער ר' דוד זיצן לעבן אים, ווי ער דערמאנט אים אז די עסן איז נישט כשר אין די מאווי טע'אטער. דערנאך איז ער פארשוואונדן געווארן, אהיים געגאנגן צופוס.
איך מיין אז אויסער די תמימות ליגט אין דעם אויך חכמה. ווען יענער האט באמערקט דער רבי ביים טיר האט ער שוין פארשטאנען אז דער רבי וועט אים אויסמוסר'ן פארן גיין אין אזא פלאץ, האט ער זיך זיכער ארומגענומען מיט שטארקע תירוצים פארוואס ער מעג יא. אבער דא קומט דער רבי מיט אזא אומגעראכטנע תמימות'דיגע שאלה, אויף וועלכע ער האט זיך נישט געראכטן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Rabbi Shamai Blobsteinשמעקעדיג האט געשריבן: וואו קען מען טרעפן די אידן? איך לויף......
קוקט מיר אויס גאנץ ענליך צו וואס @עצי שטים האט באשריבן הרב טרענק זצ"ל.
דער ר' שמאי איז א צדיק פון א איד, א מוסטער פון אהבת ישראל און א אש להבה.
פירט א ישיבה וואס נעמט אריין בחורים וואס קיין שום ישיבה נעמט זיי נישט אן, ליטערעלי בחורים פון די גאס, אדער ווי מ'וואלט זיי גערופן ביינינז, "גאסן יונגען". שטעלט זיי צו חברותות, בדרך כלל יונגעלייט, נעמט נישט קיין פרוטה אחת פון די בחורי חמד, און מ'לערענט פלייסיג מיט זיי פאר עטליכע שעות אין טאג און דערנאך דאווענט מען מנחה.
אויב ווילסטו מיטהאלטן, קענסטו גיין יעדן טאג פון בערך 11:30 אין ברייערוואד ביי ר' יעקב קליין'ס (דזשעק קליין) שול אויף ברייערוואד אף קאלידזש רד. און קענסט אויך האבן די זכי' צו לערנען מיט א בחור, וועסטוך מחי' זיין און מיט דיין ווארעמקייט וועסטו מקרב זיין ליבליכע אידישע קינדערלעך! וואס קען דען זיין בעסער פון דעם!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
דו דערמאנסט מיר ישיבה כוכבי אור וואס פלעגט זיין סטאנציאנירט אין די הויף פון אנשי ברייערוואוד און אויך געדענק איך פאר די ישיבה האט זיך געעפנט די בחורים האבן געוואנדערט פון איין בית מדרש צו די אנדערע איבער מאנסי ווייל די אזוי גערופענע סיסטעם האט זיי נישט אקצעפטירט אויב ווילסטו כאפן מער א ניכטערן בליק פון וואס מען רעדט איז כדאי דו זאלסט וואטשן די נייע מוזיק ווידיא לך לך פון מענדל ראטה וואס ברענגט דאס גאר גוט ארויסדער גאלדענער אדלער האט געשריבן:Rabbi Shamai Blobsteinשמעקעדיג האט געשריבן: וואו קען מען טרעפן די אידן? איך לויף......