סדום ועמורה - עין רואה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 20, 2021 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

סדום ועמורה - עין רואה

שליחה דורך מאן »

"אה, א גוטן, שלום עליכם..."
מיין ברודער ענטפאנגט מיר מיט אזא הארציגער שלום-עליכם. איך בין נאר וואס אנגעקומען אויף א שבת צום רבי'ן שליט"א און ער וואונטשט מיר אן מיטן גרעסטן געשמאק, אז איך זאל הנאה האבן שבת און קונה זיין אלע גוטע השפעות טובות. נו, איך ענטפער אוודאי "אמן" אויף זיינע ברכות און איך האף אויך א געשמאקער רואיגער שבת. נאך וואס ער פרעגט מיר אויס וואו איך שטיי איין, און צי אלעס איז מיר באקוועם, לאדענט ער מיר איין אויף א טעלער טשאלנט צו זיך אין אפיס, צו כאפן א געשמאקער שמועס און לערנען א שטיקל אור-החיים הק' אויף די פרשה.

מיין ברודער איז נישט סתם א ברודער. קודם כל זענען מיר זייער נאנט, מיר רעדן כסדר טעלעפאניש, און מיר לערנען אמאל בחברותא דורכ'ן טעלפאן. אויסער דעם איז ער דער אדמיניסטראטאר פון בית-המדרש, ער האט אינזינען אלע טעכנישע חלקים פונעם הויף און מאכט זיכער אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב. מיר פילן זיך אן טעלערס טשאלנט פון שמש-שטיבל, שפאנען אריין אין אפיס פון מיין ברודער, און ער נעמט ארויס פון פרידזשידער א פיינע קאוק, און מיר הויבן אן שמועסן.

"וואס זאגסטו נישט צו דעם?" פרעגט מיר מיין ברודער, קוקנדיג אויפן קאמפיוטער, "איינער שערט זיך אפ אליין". ער ווייזט מיר אויפן קאמערע פון בית-המדרש, ווי אזוי עס שטייט איינער אין א מנינים צימער, מיט א שער מאשינדל און שערט זיך אליין אפ דעם קאפ...

"אינטערעסאנט, ווער איז דאס?" – ער גיבט א נאנטערע בליק, "אה, דאס איז דאך חאצקל, דער קריאזער יונגערמאן וואס דרייט זיך ביי די נעכט... אה".

איך גיב א קוק, טאקע אינטערעסאנט, שטייט א יונגערמאן אליין אין א ליידיגע מנינים צימער, שערט זיך אליין אפ דאס קאפ, בשעת ער חלומ'ט נישט אז אין אן אנדערן צימער זיצן יונגעלייט און האלטן זיך אונטער אויף זיין חשבון. יענער האט נעבעך געזוכט א באהאלטענער וואונקל און דערווייל... נו שוין.

"נו אקעי" ענדיגט מיין ברודער צו, פארמאכנדיג יענעם סקרין. עס באווייזן זיך פילע קלענערע קעסטעלעך, פון אלע קאמערעס פון בית-המדרש, יעדן קעסטל אן אנדערן צימער. "וואס איז דאס?", פרעג איך אויף אן אינטערעסאנטער קעסטל.

"אה, דאס?" – דא שלאפן די געסט וואס זענען געקומען אויף שבת. ער פארגרעסערט דעם קעסטל, מען זעט פילע מאטראצן אויסגעלייגט אינעם צימער. אט אין א וואונקל שלאפט ר' דוד בער מיטן בארד ארויף, אויף איין בעט זיצט א בחור און עסט קוגל פון א קאנטעינער און אויף א צווייטער בעט קראצט זיך איינער די פיס. איך באטראכט דעם צימער מיט וואונדער און איך פרעג מיין ברודער, "די אלע געסט וואס קומען צום רבי'ן, ווייסן אז יעדע טריט ווערט נאכגעקוקט? – ווייסן זיי אז ווען זיי גייען שלאפן, וועט מען קענען זען יעדע ריק וואס זיי געבן זיך, און פונקטליך ווען די דאכענע וועט אויפדעקן זייער פוס, צי ווען זיי וועלן א גרויסן געניץ געבן?"

"יעדער קען זען אז ס'איז דא דארט קעמערעס און יעדער פארשטייט אז קעמערעס זענען פארהאן אין יעדע קאמערשל בילדינג, און טאמער איינער וויל נישט, מוז ער נישט אריינקומען אין דער בילדינג."

"אה, וואס איז די מהומה וואס מען זעט דא?" ווייז איך אן אויף איינע פון די קעסטלעך.

"דאס איז דער שמש שטיבל" ענטפערט מיין ברודער, בשעת ער פארגרעסערט דעם סקרין. עס באווייזט זיך א בילד פאר אונזער אויגן, מען זעט נחום יעקב, דער פרייליכער אידל פון בית-המדרש, שטייט אין צענטער אנגעטון מיט א גרינער קרוין וואס דער שמש פארקויפט כנראה, ער שטייט און דרשנ'ט דארט מיט די הענט אין די הייעך אויף אלע זייטן, בשעת פילע אידן פארזאמלען זיך ארום און האלטן זיך ביי די זייטן פאר געלעכטער...

"דאס איז א בילד איינס אין די וועלט... דאס מוז מען אראפנעמען, מען טאר עס נישט לאזן פארלוירן גיין"

"נע, קוק אהער..." ווייזט מיר מיין ברודער אויף אן אנדערן קעסטל. דאס זענען די קעמערעס נעבן די ביה"כ. דארט זעט מען דעם באקאנטן ברוגז'דיגער גאטס פארזארגער וואס זוכט אויף די עבירות פון די קהילה און גיבט אכטונג אויף קדושת המקום וד"ל, ווי ער שטייט שוין א לאנגע צייט ביי די ביה"כ, גייט אראפ און ארויף, נאכקוקנדיג מיט פארדעכטיקע בליקן יעדן ווער עס קומט אריין און גייט ארויס פון דארט... "מעשיגע מעטארע" – דער האט נישט וואס צו טון אין די ליידיגע נאכמיטאג שעה'ען, נאר נאכצולויפן דאס מענטשהייט און כאפן די עבירות... נו, ער רעדט זיך איין אז ער מיינט דעם באשעפער, זאל זיין אזוי.

"ווי לאנג שטייט ער שוין דא אזוי"? פרעג איך מיין ברודער. "לאמיר צוריקגיין די קעמערעס"... "איין-און-א-האלב שעה... משוגענער!"

"זאג, דו כאפסט אמאל עבירות דא אויפן סקרין?"

"אוי יואוי... – מאכט זיך כסדר, געווענליך איז דאס בחור'לעך אבער אמאל איז דאס ערנסטע מעשיות און נאך א מזל אז עס איז פארהאן אזא זאך ווי קאמערעס. אמאל כאפט מען גניבות. די קאמערעס קומען גוט צונוץ".

איך בין ארויסגעקומען פון דארט זייער צומישט און גאנץ שבת האב איך געטראכט פון דעם. פון איין זייט פארשטיי איך די נחיצות הענין, ווי שטארק עס פעלט אויס און וויפיל מען קען אויפטון דערמיט. פון די אנדערע זייט בין איך ערשיטערט און ערשטוינט. צו ווייסן מענטשן וואס מען טוט מיט זיי ווען זיי גייען אריין אין א בית-המדרש? – ווייסן מענטשן אז יעדע מאל דו זעצט זיך אוועק צו א לחיים מיט א חבר, קען דאס באטראכט ווערן דורך אנדערע מענטשן, וויפיל גלעזעלעך דו האסט שוין געטרינקען, און מיט וועמען דו קאלעצטס די צייט? – צו ווייסן מענטשן אז ווען א טאטע זעצט זיך אוועק מיט א זוהן לערנען שבת נאכמיטאג, און אינמיטן גיבט ער אים א שארפן פסק פארן רעדן ביים ליינען, קען מען דאס זען און באטראכטן און דאס מיטטיילן מיט אנדערע? – כאפן מענטשן אז ווען דו זעצט זיך אראפ ביים שמש בענקל, גרייט זיך צו שערן, זיצן צוויי קהילה איינגעשטעלטע און באמערקן ווי אזוי דער ראש-הקהל פון בית-המדרש זיצט אן דעם קאפל, מיטן שווארצן שירצל, גרייט זיך צו שערן?

יא, איך ווייס דעם ענטפער. "עה, עס איז נישט ממש אזוי, קיינער קוקט נישט, מען נוצט עס נאר אויב עס מאכט זיך עפעס א פראבלעם, קוקט מען דעמאלס איבער די קעמערעס בלא בלא בלא..." – ס'איז קלאר נישט אמת, איך ווייס פון מער פון איין בית-המדרש, וואו מענטשן קוקן אויף דעם כסדר, מען דעבאטירט עס און מען באמערקט עס.

לאמיר אייך מסביר זיין וואס עס קומט פאר: אין יעדע גרויסע בילדינג אין אמעריקע זענען פארהאן קעמערעס אין יעדע וואונקל, אבער ביי אונז איז דאס עפעס אנדערש. ביי אונז קאלעצט מען אין ביהמ"ד, מען טרינקט לחיים, מען שערט זיך, מען שמועסט, מען לערנט, מען דאווענט, מען גייט אין מקוה, מען רייכערט, מען עסט, מען טוט דארט אלעס. ס'קאסט נישט קיין געלט אריינצוקומען און מען זיצט דארט א גאנצן טאג. אין די זעלבע צייט זענען די גבאים די זעלבע שטיפערס ווי די גאנצע עולם, מען דארף נישט האבן קיין לייסנס צו האבן צוטריט צו די קאמערעס, מען דארף גארנישט אונטערשרייבן דערפאר, ביזט קיינעם גארנישט מחויב און דו קענסט טון וואס דו ווילסט.

פארוואס דארף א גאסט, וואס קומט צום רבי'ן און שלאפט אין א צימער דארט, פארוואס דארף ער ווערן אויפגעכאפט און יעדע דריי זיינער אינמיטן נאכט, אדער ווען ער דערוועקט זיך אינדערפרי און שטעלט זיך אויף מלא קומתו בלויז מיט די אונטערשטע בגדים... זאל ווערן רעקארדירט, מיט א הויכע מעגליכקייט אז דאס זאל ווערן איבערגעקוקט, פארוואס רבונו-של-עולם?

נו, וועלן מענטשן זאגן, אז יעדער וואס קומט אריין אין בנין, ווייסט און פארשטייט אז ער ווערט אויפגעכאפט. אבער ס'איז נישט ריכטיג, ווייל מענטשן כאפן נישט ווי ווייט דאס גייט, וואס מען זעט אלס און אז מען זעט עס טאקע... נישט, אז מען קען עס זען אויב מען וויל... איך זאג אייך צו, אז ווען מען וואלט געוואוסט, וואלט מען נישט געגאנגען שלאפן אין אזא פלאץ.

און ס'איז נישט בלויז אין איין בית-המדרש. ס'איז לכאורה אין כמעט יעדער גרויסער בית-המדרש אין די וועלט. מיר האט דערציילט איינער וואס איז געווען איינגעשטעלט אין א גרויסער שוהל, אז ער פלעגט זיך עקלען פון די התנהגות, בשעת די גבאים האבן געהאט צוטריט דורך זייערע פאונס, צו די סקרינס אין ביהמ"ד, און יעדע מינוט פלעגט קומען א מעסעדזש, "קוק יעצט אויף סקרין נומ. 17..." – דארט האט מען געקענט זען א קאמישע סצענע... אדער "ר' פלוני אין א טיפער פארזינקענער שמועס מיט ר' אלמוני, בדברים העוסקים ברומו של עולם..." – אמאל איז דאס געווען צוויי קאנקערענצן, אדער צוויי שונאים וואס פראבירן זיך אויסגלייכן, אדער סתם אזוי צוויי אינטערעסאנטע מענטשן, ברידער, טאטע'ס מיט קינדער, זיידעס מיט אייניקלעך... סתם אינטערעסאנטע פערזאנען...

אזעלכע מעסעדזשעס זענען אנגעקומען יעדן טאג, מען האט זיך אונטערגעהאלטן מיט די מתפללי בית-המדרש, אויף יעדע קאמישע זאך וואס איינער האט געטאן. אויב איינער האט אמאל באשייגעצט א דיין אין ביהמ"ד, איז דאס גראד איבערגעגאנגען און יעדער האט דאס געקענט זען.

פון סברה אויס בין איך זיכער, אז גוטע געזונטע סצענעס זענען שוין אראפגענומען געווארן פון די סקרינס פון שוהל, ווערן אוועקגעלייגט על כל צרה שלא תבוא. (למשל דעם רבינ'ס זוהן, וואס אנדערע האלטן אן אויג אויף די רביס'טעווע... מען וועט ארויסנעמען די גוטע שטיקלעך בעת מצוא, ווען ס'וועט אויספעלן, אדער אנדערע גוטע סצענעס וואס מענטשן ווילן סתם אזוי אוועקלייגן...)

איז דאס נארמאל? – מעג דאס אזוי זיין?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שיינע פוינט, און גוט ארויסגעברענגט דורך די שיינע משל פון דיין ברודער (געשריבן כאילו עס איז א אמת'ע מעשה)
עס איז נאר א שאד אז די עפענסט א שיינע אשכול מיט דיין טראלל ניק, די מוסלום פון קאזמיר... אזוי אז מען באקוקט דיר נאך מיט זיבן חששות.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

געווען אמאל א בחור אין ישיבה וואס איינער גאר א נאנטע משפחה איז אים נעבעך פלוצים אוועק, (איך געדענק נישט גענוי די פרטים, קען גאר זיין אז עס איז געווען איינע פון די עלטערן) דער בחור האט פון גארנישט געחלומט. פארשטייט זיך אז מען האט אראפגערופן א ספעציעלע ערפארענע טעראפיסט וואס האט אים אריינגערופן אין א פריוואטע צימער און אים דארט איבערגעגעבן די שרעקליכע פאסירונג.
נא, וואס מיינט איר האבן אלע מגידי שיעורים און מנהלים געטון?
דאס האב איך געהערט קראנט פון אן אינסיידער, ער פארציילט ווי דער עולם האט איבערגעקוקט די אייס און פונקטליך שטודירט וויאזוי די גאנצע סצענע...
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ווי די העל קומט סדום ועמורה אריין אינעם בילד? די ברענגסט זייער גוט ארויס ביידע זייטן, פון איין זייט מוז מען עס האבן היינטיגע צייטן, און אויף די צווייטע צד, איז אלעמאל געווען און גייט אלעמאל זיין כח אויסניצער'ס און מענטש'ן וואס עביוזען די כח וואס די המון עם האט זיי געגעבן, יעצט וועגן דעם זאל מען אוועקנעמען די מוז.
יעדער היינטיגע צייטן ווייסט אז מ'ווערט אפגעכאפט 24/7, מ'דערהערט עס נישט, און אזעלכע ארטיקל'ן מזמן לזמן זענען גוט צו דערמאנען די מענטשהייט פון די עין רואה, און דעט'ס איט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאן: איך בין אמאל, אריינקומענדיג אין פאליש פון ביהמ"ד ביי די סינקס, געפיהרט א היציגע דעבאטע מיט איינעם פון מיין משפחה. מיין רבי האט מיר דעם נעקסטן טאג דערמאנט וועגן דעם ענין. ווען איך וואלט נישט געווען דער סקעפטיק וואס איך בין, וואלט איך געזאגט אז די רבי האט רוח הקודש. און ר'איז א יודע מחשבות...!

אפילו פאר מיין טאטן האט מע נישט געקענט איינרעדן אזעלכע באבע מעשיות. אפשר פאר מיין זיידע. ווייל אין זיינע צייטן זענען נאכנישט געווען קלאוזד סירקוט קעמערעס...!
באניצער אוואטאר
זייגערל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 04, 2022 11:46 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל

שליחה דורך זייגערל »

יאפ האסט א פוינט
זרחי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 5:01 am
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך זרחי »

די קאמערעס זענען א גרויסע עוולה, סיי אין בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, חדרים און שולעס. דאס נעמט אוועק דאס PRIVACY פון א מענטש און מאכט פון א מענטש א שמאטע. אלץ סעיפט"י איז גענוג השתדלות אז מען לייגט ביים אריינגאנג א קאמערע. באלד וועט מען נאך לייגן קאמערעס אין די בית הכסא'ס מיט א תירוץ פון סעיפט"י. אין די מקואות זאגט מען אז מען מוז דאס האבן וכו' אבער איך בין שטארק מסופק צו ס'איז נישט רב הנזק מן התועלת, אפשר איז דא אויך גענוג א קעמערא ביים אריינגאנג און די רעשט זאל מען ניצן די אלטע מעטאדן, ווי נישט שיקן קינדער אליין, מענטשליכע השגחה אד"ג. די גבאים דארפן נישט שטיין פאר'ן נסיון און דארפן נישט קענען זען ווי אזוי מענטשן זענען אין מקוה.

איך מאך נישט אוועק די תועלת פון קאמערעס, אבער סיי וועלעכע תועלת קען נישט קומען אויפן חשבון פון מענטשהייט. מען האט 5750 יאר זיך א עצה געגעבן אנדעם, און לדעתי אפילו אויפן גאס דארף נישט זיין קיין קאמערעס, חוץ אין דעזיגנירטע פלעצער.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די אלגעמיינע וועלט איז גארנישט הינטערשטעליג. די עמאונט אף ריסאורסעס וואס גייט היינט אויס אויף מאניטירינג און סוירוועילענס ווען רוב דערפון איז סתם מענטשן גייען זיך אן מיט זייערע טאג טעגליכע געברויכן, איז האר אויפשטעלנד. ווען די אלע וואס גיבן זיך אפ מיט סוירוועילענס, אנגעהויבן פון os ארכיטעקטס, פראגרעמערס, דאטא אינדזשענירס, סיסטעם'ס מענעדזשערס, קלאוד ספעשעליסטס, iot אינסטולירער, קריפטא עקספערטס און דיסייפערערס, טרענסלעיטערס, ווייער טעפפערס און עקשועל פעלד, אויפ'ן סצענע, אגענטן -- זאלן ווען גיין טוהן די אייגענטליכע ארבעט פון די מענטשן וועמען זיי זענען ביזי נאכצוקוקן נאך וואלט שוין לאנג געווען אן עולם השלם. מיט ווייניגער ריסאורסעס געוועיסטעד.. א ריזיגע פארציע פון IT איז בלויז געווידמעט און געניצט אויף נאכצושפיאנירן אנדערע אבי אין די וועלט אריין.
אבער וואס קען מען טוהן. זכו, מלאכתם נעשית ע"י אחרים..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אנטשולדיגט, אבער איר רעדט פון א צווייטע נושא אינגאנצן.
דאס וואס דו רעדסט זיך אפ, איז אויף זאכן און צייטן ווען מ'שפיאנירט אין דיין פריוואטן לעבן, און מ'קוקט נאך די מעשים וואס דו טוסט ביי דיר אין אפיס/קאר/קאוטש אויפן פאון.
דאס איז בכלל נישט דומה צו א בית מדרש, וואס איז א פובליק ספעיס, און ווי דו דרייסט דיך אין די היינטיגע עפאכע און די דרויסענדיגע וועלט ווערסטו אפגעכאפט, אלזא איך זעה נישט פארוואס א בית כנסת זאל האבן אן אנדערע דין.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

זרחי האט געשריבן:די קאמערעס זענען א גרויסע עוולה, סיי אין בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, חדרים און שולעס. דאס נעמט אוועק דאס PRIVACY פון א מענטש און מאכט פון א מענטש א שמאטע. אלץ סעיפט"י איז גענוג השתדלות אז מען לייגט ביים אריינגאנג א קאמערע. באלד וועט מען נאך לייגן קאמערעס אין די בית הכסא'ס מיט א תירוץ פון סעיפט"י. אין די מקואות זאגט מען אז מען מוז דאס האבן וכו' אבער איך בין שטארק מסופק צו ס'איז נישט רב הנזק מן התועלת, אפשר איז דא אויך גענוג א קעמערא ביים אריינגאנג און די רעשט זאל מען ניצן די אלטע מעטאדן, ווי נישט שיקן קינדער אליין, מענטשליכע השגחה אד"ג. די גבאים דארפן נישט שטיין פאר'ן נסיון און דארפן נישט קענען זען ווי אזוי מענטשן זענען אין מקוה.

איך מאך נישט אוועק די תועלת פון קאמערעס, אבער סיי וועלעכע תועלת קען נישט קומען אויפן חשבון פון מענטשהייט. מען האט 5750 יאר זיך א עצה געגעבן אנדעם, און לדעתי אפילו אויפן גאס דארף נישט זיין קיין קאמערעס, חוץ אין דעזיגנירטע פלעצער.
פארגעס פון אז זאך פרייוועסי, ווען די ביסט אין פובליק, ס'עקזיסטירט נישט אזאנס היינט.
כ'וואלט געקענט באשטיין ס'זאל זיין אזאנס, אבער די מציאות איז אז ס'איז נישטא.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: סדום ועמורה - עין רואה

שליחה דורך החוקר »

א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

איך זעה נישט וואס די פראבלעם איז. אלע ביישפילן וואס דו האסט געגעבן, האבן פאסירט אין פאבליק פלעצער, יא?

נחום יעקב האט אנגעטון דעם גרינעם היטל פארנט פון אנדערע. דער וואס קראצט די פיס, צו דער וואס שטעלט זיך אויף מלא קומתו בלויז מיט די הינטערשטע בגדים, טוען עס אין א צימער ווי עס איז דא פילע אנדערע וואס זענען עדות צו דעם מחזה הוד.

חוץ אפשר דער יונגערמאן וואס שערט זיך אליין אין א צימער, זענען אלע אנדערע ביישפילן זאכן וואס פאסירן ממילא אין פובליק ווי אנדערע זענען. און אפילו דער וואס שערט זיך, ווייסט אויך אז עס איז דא די מעגליכקייט אז סיי ווער קען אריינשפאצירן אין צימער בשעת מעשה. פונקט אזוי, איז דא א מעגליכקייט אז איינער זעט פונקט דעם סקרין.

טאמער דיין ברידער טוט עס כסדר איז אן אנדערע מעשה. דארף מען אים שיקן ליפטערן פון זיין פאסטען ASAP.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

א לייק פארן ארטיקל, אפגעזעהן איר תוכן איז עס גאר גוט געשריבן. און כמיין אז סאיז שוין צייט צו פארגעסן פון די טראלל סטאטוס זיינע, יעדער מעג באקומען זיין שאנס און מיט אזאנע פארגרעסערונג גלעזער ווערט די שוין אזוי שוואכע הארמאניע דא אין שטיבל נאך מער שוואכער.

בנוגע די תוכן קען איך נישט מיר ווי דיסערגריען, אין רוב פעלער דארף דיר עס נישט אנגיין, א זאך וואס די שעמסט דיר צו טון אין פובליק טוה נישט פרייוועט, אין די פעלער וואס סמעג שוין יא נערוועז מאכן דארף מען זיך פארט רעכענען אז מרעדט דא פון א פובליק פלאץ און נישט ביי זיך אין באדע צימער, ווער רעדט נאך פון א שוהל וואס דארף זיין אונטער שטענדיגע מאניטערינג פאר מאלעסטערס וכולהו.

אדער דער ארטיקל איז הערליך גוט געשריבן, קיפיראפ.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מאלעסטערס וכולהו
וואס איז דער וכו'?

פאר מאלעסטערס וואלט טאקע גוט געוועהן דער עין רואה, אבער מען טוט דאך גארנישט מיט דעם!
מען קען פטור ווערן פון דעם עין רואה, עס וועט נישט אויסמאכן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

קעמרעס איז א וויכטיגע זאך און די תועלת איז מער ווי די חסרונות איך האב שוין איינמאל צוריקבאקומען א גענומענע (בטעות) זאך פון מקווה דורך די קעמרעס
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט אויסנוצן די פאוער און ארומלאכן מיט אנדערע איבער דעם

היינט בין איך אויף די זייט וואס קוקן קעמרעס אין מיין ארבעטס פלאץ
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

היסטאריע האט געשריבן:
מאלעסטערס וכולהו
וואס איז דער וכו'?

פאר מאלעסטערס וואלט טאקע גוט געוועהן דער עין רואה, אבער מען טוט דאך גארנישט מיט דעם!
מען קען פטור ווערן פון דעם עין רואה, עס וועט נישט אויסמאכן.
מ'טוט יא, איך האב שוין פערזענליך מיטגעהאלטן עטליכע פעלער ווי מהאט אפגעשיקט מענטשן צו ריהעבס און געהאלטן אן אויג אויף זיי.

דער וכולהו קען מיינען גנבים.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

"מ'האט" "געהאלטן א אויג". ווער פונקטליך? גלייבסט אין דער ב"ש?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

היסטאריע האט געשריבן:"מ'האט" "געהאלטן א אויג". ווער פונקטליך? גלייבסט אין דער ב"ש?
איך דארף נישט גלייבן קיין זאכן וואס כהאב אליינס מיטגעהאלטן.

סאיז אמת אז מטוט נישט גענוג אבער צו זאגן אז מטוט נישט מוז מען זיין אדער א נביא אדער א מאלעסטער.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:"מ'האט" "געהאלטן א אויג". ווער פונקטליך? גלייבסט אין דער ב"ש?
איך דארף נישט גלייבן קיין זאכן וואס כהאב אליינס מיטגעהאלטן.

סאיז אמת אז מטוט נישט גענוג אבער צו זאגן אז מטוט נישט מוז מען זיין אדער א נביא אדער א מאלעסטער.
א מין אנשיקעניש, פארקערט, צו זאגן אז מען טוט יא מוז מען זיין א מאלעסטער, ווייל אונז, אויף דער זייט פון די וואס ווערען מאלעסטירט, ווייסן אז גארנישט ווערט געטוהן, טאמער עפעס איז פארקערט, פראביר נאר צו גיין צו דער פאליציי וועגן איינער האט מאלעסטירט דיין זוהן, און "מ" וועט דיר רופען ווי קיינמאל פריער.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

כווייס נישט פארוואס כהאב געמוזט באטיטלט ווערן אלס אנשיקעניש פארן זאגן זאכן וואס איך האלט און ווייס.

כהאב ספעציעל אונטערגעשטראכן אז מטוט נישט גענוג אבער צו זאגן אז מטוט בכלל נישט איז נישט גערעכט, עגעין נאר פון זאכן וואס כהאב מיטגעהאלטן מכלי ראשון. כווייס נישט וואס די האלטסט אנדערשט פון מיר.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
פארשפארט