פרשת שערי חמלה - פאבליק סקול

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מונטסורי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:בילד
מיי גאד :lol: די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איז אנריעל :lol:

מען ווייסט ווער די שרייבערס פון די סארט פאשקיווילים האבן געקענט זיין?
די האסט גוטע סחורה איך דארף זעהן דיינע אוצרות
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

berlbalaguleh האט געשריבן:
חד גדיא האט געשריבן:כ'ווייס איין זאך אז אויב בעלז וואלט געהאט קאמאן קאור און א סקול דיסטריקט און נישט סאטמאר, וואלטן קאמאן קאור און סקול דיסטריקט געווען כפירה באלוקי ישראל.

כ'געדענק נישט ווער ס'האט עס געזאגט דא אויף קאווע שטיבל: סאטמאר איז מחמיר אויף יעדע זאך אין די וועלט. די פאר זאכן וואס סאטמאר איז מקיל, איז נאר זאכן וואס די מענטשען ביים שיסל פון די קהילה שארן גאלד.
חד גדיא: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. איינס פון די סיבות וואס דער עולם איז געווארן אזוי אנגעהיצט אויף סאטמאר איבער שערי חמלה/סקול דיסטריקט. ווייל א יעדע זאך וואס איינער א יחיד אדער קהילות טוען אין אידישקייט איז סאטמאר אקעגן. וויבאלד זיי פיהרן עס נישט אן. און ס'איז נישט געווען איינגעפיהרט ביים רבי'ן זיכרונו לברכה. וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו. אבער סאטמאר איז דא נישט געווען אזוי שטארק אומגערעכט. ווייל די שערי חמלה/סקול דיסטריקט (סקול) האט געראטעוועט א סאך אידישע קינדער מיט ספעציעלע געברויכן פון אריינפאללן אין גוי'אישע הענט. ס'זענען דא פארשידענע מעשיות. ווי אז אזא ספעציעל קינד וועלכער איז געגאנגען אין די גוי'אישע סקול האט געזינגען פסח ביים סדר א גוי'אישע סאנג. (רח"ל). נאר איך האב אליין צוגעזעהן א טראגישע סצענע. איך בין אמאל געווען אין געז סטעישן אין מאנרא. נעבן דעם איז דא א טריפה'נע מעקדאנאלד רעסטאוראנט. און ס'איז געקומען א טיטשער פון די גוי'אישע סקול מיט א גרופ ספעציעלע קינדער. און צווישן די גרופ זענען געווען 2 קינדער מיט קאפעלעך. (ה' ישמרנו) און דאס איז דער (אידישער) סקול דיסטריקט געקומען ראטעווען...!
בערל איז 100% גערעכט.
אין מאנסי ווי עס איז נישט דא א יודישע סקול דיסטריק גייען אסאך ספעציעלע נשמות אין פובליק סקול ( viola rd)
אין געזעצליך טאר מען נישט לערנען מיט די קינדער סיי וואס איבער יודישקייט, למשל פרשה, ברכות וכו
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט קיין פארגלייך, אין קרית יואל איז געווען שערי חמלה בעפאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעקעדיג האט געשריבן:נישט קיין פארגלייך, אין קרית יואל איז געווען שערי חמלה בעפאר.
ממילא?
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

signout האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:א וויזניצער האט מיר געזאגט אז ר' מאטעלע האט געבאדערט אז מ'באשמיצט חשוב'ע רבנים פאר'ן חטא פון זאגן זייער דעת תורה, און דאס האט ער שטארק פארדאמט. קען זיין בתוך הדברים האט ער אויך דערמאנט פראבלעמען וואס איז דא מיטן פובליק סקול, איך ווייס נישט ווייל איך האב נישט געהערט אדער געזעהן זיינע דרשות. אדרבה, טאמער איינער קען עס ברענגן וועט מען קענען דערגיין די אמת

סתם א תירוץ, ר' מאטעלע איז די לעצטע וואס האט זיך צירוקגעהאלטן פין מוחה זיין ביי יענעם, אין לויט דיר אז דעיס איז געווען זיין פראבלעם ווער געוואר וויאזוי די בני יואל אין סאטמארע קעגנער האבען מוחה געווען אויפן ברך משה אין לאמיר וויסן ווי ר' מאטעלע האט אויף דעם מוחה געווען, קומסט מיט אזא ליצנות
וואס קען מען טוהן? אלע מיאוס'ע דרשות וואס קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער האבן געזאגט זענען עפעס מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן, נאר די דרשות פון טאטן און זון זענען געבליבן.

די מיאוס'ע פאשקעווילן זענען עפעס אויך נאר דא צו באקומען פון איין זייט, עכ''פ די עכט מיאוס'ע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיליאנער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט קיין פארגלייך, אין קרית יואל איז געווען שערי חמלה בעפאר.
ממילא?
ממילא וואלטן די קינדער נישט אנגעקומען אין פובליק סקול.
וירח ה' את ריח הניחוח
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעקעדיג האט געשריבן: ממילא וואלטן די קינדער נישט אנגעקומען אין פובליק סקול.
פיין וואלטן זיי אנגעקומען אין פאבליק סקול. איך זע אז דו ביזט נישט אזוי קלאר אין די היסטאריע פון דעי מוסד.

שערי חמלה איז געגרינדעט געווארן דורך ר' וואלף לעפקאוויטש וואס האט ליידער געהאט א קינד וואס האט געדארפט צוקומען צו דעם, און זייענדיג א איד א נגיד האט ער באשלאסן צו עפענען די ערשטע אידישע מוסד פאר אזעלכע קינדער.

ס'איז דאן געווען פלאצירט אין עטליכע טרעילארס און איז אפיציעל געווען אינטער די פירערשאפט פון בני יואל, און לעפקאוויטש האט עס אויסגעהאלטן.

למעשה ווי פארשטענדליך אזא מוסד איז נישט מעגליך אנצוגיין אן רעגירונג'ס פאנדן, לעפקאוויטש האט נישט געוויסט אין וואס ער שפרינגט אריין, און ער איז אריינגעפאלן אין חובות, די מוסד האט געהאט ביים אינטערגיין.

דאן האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן אז שערי חמלה זאל גיין אינגאנצן אינטער די רעגירונג, אדער כאטש באקומען פאנדס צו קענען אנגיין. אבער פארשטייט זיך די אנטווארט איז געקומען אז די רעגירונג קען נישט שטיצן א רעליגיעזע אינסטיטוציע, איז די בני יואל'ע פירערשאפט געגאנגען און אראפגענומען די מזוזות, און זיך דערקלערט אלס א אפיציעלע פאבליק סקול.

למעשה האט קהל יטב לב איבערגענומען די גוסס'דיגע וואקלדיגע מוסד און זיי האבן באוויזן צו גרינדן א אייגענע סקול דיסטריקט, און אזוי גיין גענצליך אינטער די רעגירונג.

פאר עטליכע יאר איז אלעס געפארן א מחי', יעדער האט איז געווען צופרידן אז אזא וויכטיגע מוסד קען עקזיסטירן, און אין איינוועגס האט מען נאך געהאט אומזיסטע באסעס נאך אויך.

נאך אפאר יאר האט בני יואל אנגעהויבן צו פארפירן און ווארפן א הייליגע טענטראם, אז מ'רייסט אויס אידישקייט, דאס האט געברענגט אז די פרייע אקטיוויסטן האבן אנגעהויבן צו פארפירן פונקט קאפויער, אז די מוסד איז גאר א רעליגיעזע מוסד און די רעגירונג טאר עס נישט שטיצן. די גאנצע לאנד האט מיטגעהאלטן די קאורט קעיס, ווי סאטמאר האט עטליכע מאל פארלוירן ביז מ'האט געווינען אין סופרים קאורט מיט די הילף פון דעמאלטסדיגע גאווערנאר מאריא קאמאו וואס האט געמאכט א ספעציעלע געזעץ אז קרית יואל זאל קענען גרינדן א אייגענעם סקול דיסטריקט.

יעצט פארשטייסטו אליינס אז צו זאגן אז שערי חמלה האט שוין עקזעסטירט פארן סקול דיסטריקט איז לעכערליך ביז גאר. ס'איז נישט מעגליך אנצוגיין מיט אזא מוסד אן די רעגירונג! די אסטראנאמישע קאסטן פון טעראפיסטן וכו' איז נישט מעגליך צו דעקן פונעם ציווילן בירגער. און עס וואלט נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג.

איינע פון די קונטרסים וואס איז דעמאלטס ערשינען האט טאקע געפרעגט מיט איראניע פון די קעגנערס אויב זיי וועלן זיין צופרידן אויב מ'וועט אריינשטעלן אין שערי חמלה אפאר גואישע קינדער און אהינברענגען אפאר שווארצע גויטעס פאר טיטשערס... אויב זייער גאנצע פראבלעם איז אז דאס אז א ריין אידישע מוסד... קרית יואלע רב האט זיך דאן געבעטן ביי אלע רבנים וואס זענען ארויסגעקומען דערקעגן אז זיי זאלן אריבערקומען קיין קרית יואל און זען מיט די אייגענע אויגן וואס די מוסד איז, אדער כאטש זיך דורכשמועסן און הערן די אנדערע צד איידער מ'קומט ארויס פארפירן מיט שלש חמורות, אבער קיינער איז נישט געווען אינטרעסירט צו דערגיין די אמת.

היינט זעט שוין יעדער אז דאס איז געווען א פשוט'ע מלחמה מיט סאטמאר, יעדער מיט זיינע אינטערעסן, די מכלומרשטע פראבלעמען פונעם מוסד עקזיסטירט נאך ביז'ן היינטיגן טאג, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט היינט, מ'שיקט אהין קינדער פון אלע קרייזן אפילו פון די גרעסטע לוחמים, יעדער נעמט באסעס פונעם עבודה זרה'דיגע סקול דיסטריקט, די יערליכע מחאה קעגן די ג' עבירות חמורות ביים כפרות שלאגן ציט אן א מאסן פון צווישן פיר און פינעף פארשוינען.

ווי האט מהר''א געזאגט יעצט נאכ'ן סופרים קאורט אורטייל? ס'איז שוין העכסט צייט אז די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די מערכה זאלן ארויפגיין צום ברך משה'ס ציון און בעטן מחילה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך הער. ייש"כ פאר'ן קלאר מאכן.
כ'האב טאקע נישט געוואוסט אלע פרטים אזוי קלאר, עס איז מיר נאר געליגן אין קאפ פון לעפקאוויטש אז אלעס איז געווארן געפירט על טהרת הקודש און סאטמאר האט עס אריבערגעטראגן צו די רעגירונג און גע'חתמ'ט אז שם ה' לא יזכר ולא יפקד.
מסתמא קענסטו היסטאריע בעסער ווי מיר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיליאנער: דאס איז אויב די אלע וועלכע האבן געהאקט אויפ'ן ברך משה און דעם סקול דיסטריקט, האבן געהאט אגענדעס און חשבונות. אפילו ר' יחזקאל ראטה ז"ל, וואס 2 פון זיינע אייניקלעך ( זיין זון'ס קינדער) זענען געגאנגען אין שערי חמלה. נאר ער האט נישט געוויסט. אבער זיין פאליטיק איז דאמאלס געווען אקעגן סאטמאר...!
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

וואס האט דאס א שייכות צו די לעצטע סופרים קארט אורטייל?
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ביי די היימשטאט פין די וואך פרשת בלק, קען מען זעהן אביסל פין פעיזש 72-76
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פרשת שערי חמלה - פאבליק סקול

שליחה דורך החוקר »

מיליאנער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, ווייסט איינער פארוואס די זאליס האבן אנגעהויבן נעמען באסעס פונעם סקול דיסטריקט נאך דרייסיג יאר?
אוי ביסטו א moron.

דו ביסט באוואוסטזיניג אז 'זאלי'ס' זענען חסידים (פארטיי) פון רז"ל בן הרב ר' משה טייטלבוים ז"ל מח"ס ברך משה. יא דער זעלבער וואס האט געבויט די סקול דיסטריקט.

יא אמת, אסאך (געוועזענע) בנ"י שיקן היינט צו ויואל משה. ווי אויך זענען זיי מער קיצונים/קנאים בדרך כלל, האט זיי גענומען עטליכע יאר (ניין נישט 30!) צו דורכברעכן די סטיגמא און אנהייבן נעמען באסעס.

בדרך כלל וועט מען נישט טרעפן מיינע תגובות אין קינדערישע פאליטישע טינופת. אבער דער פראבירט דאך צו מכחיש זיין שמש בצהרים מיט זיינע פארדרייטע נקודות. איי מיען גיוו מי עי ברעיק!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

החוקר האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, ווייסט איינער פארוואס די זאליס האבן אנגעהויבן נעמען באסעס פונעם סקול דיסטריקט נאך דרייסיג יאר?
אוי ביסטו א moron.

דו ביסט באוואוסטזיניג אז 'זאלי'ס' זענען חסידים (פארטיי) פון רז"ל בן הרב ר' משה טייטלבוים ז"ל מח"ס ברך משה. יא דער זעלבער וואס האט געבויט די סקול דיסטריקט.

יא אמת, אסאך (געוועזענע) בנ"י שיקן היינט צו ויואל משה. ווי אויך זענען זיי מער קיצונים/קנאים בדרך כלל, האט זיי גענומען עטליכע יאר (ניין נישט 30!) צו דורכברעכן די סטיגמא און אנהייבן נעמען באסעס.

בדרך כלל וועט מען נישט טרעפן מיינע תגובות אין קינדערישע פאליטישע טינופת. אבער דער פראבירט דאך צו מכחיש זיין שמש בצהרים מיט זיינע פארדרייטע נקודות. איי מיען גיוו מי עי ברעיק!
ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז''ל ראב''ד פון די זאליס האט ארויסגעגעבן א בריוו אז ער ציט צוריק פון זיין היתר פאר די סקול דיסטריקט.

ס'האט נישט גענומען דרייסיג יאר? אקעי, ס'האט גענומען קרוב צו צוואנציג יאר. נישט משנה צופיל.

די זאליס זענען חסידים פון ברך משה? כ'זע אז דו אליין זאגסט עס ניטאמאל, סך הכל זאגסטו אז זיי זענען חסידים (פארטיי) פון זיין זון....

ס'איז א פאקט וואס די זאליס אליין לייקענען נישט אז זיי זענען קנאפע חסידים פונעם 'ברך' וויאזוי זיי רופן אים...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט קיין פארגלייך, אין קרית יואל איז געווען שערי חמלה בעפאר.
ממילא?
ממילא וואלטן די קינדער נישט אנגעקומען אין פובליק סקול.
אבער ווער האט עס (שערי חמלה) אויסגעהאלטן. ס'נישט דא אזויפיהל (פרייוועט) געלט וויפיהל די אלע סערוויסעס (וואס די סקול דיסטריקט שטעלט צו) קאסטן.

לאמיר פרעגן א פשוט'ע שאלה. וואס איז בעסער אז די קינדער וועלכע זענען בעצם פטור פון די מצוה פון תלמוד תורה. זאללן לערנען וועגן אידישקייט און מאכן ברכות אלס היסטאריע (און נישט רעליגיע). אדער אז זיי זאללן גיין אין די עכט גוי'אישע סקולס. און עסן טריפות, רח"ל. אויך. וואס איז בעסער אז די קינדער זאללן זיצן אין א קלאס צימער וואו ס'איז דא א מזוזה. נאר פארדעקט. אדער זיצן (ח"ו) אין א קלאס צימער פון א גוי'אישע סקול וואו ס'איז אינגאנצן נישט דא קיין מזוזה.
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

Re: פרשת שערי חמלה - פאבליק סקול

שליחה דורך סלינקי »

מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

מיטן ברכות שמים
בייגעלייגטע פיילס
קאשוי.jpeg
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מיליאנער האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, ווייסט איינער פארוואס די זאליס האבן אנגעהויבן נעמען באסעס פונעם סקול דיסטריקט נאך דרייסיג יאר?
אוי ביסטו א moron.

דו ביסט באוואוסטזיניג אז 'זאלי'ס' זענען חסידים (פארטיי) פון רז"ל בן הרב ר' משה טייטלבוים ז"ל מח"ס ברך משה. יא דער זעלבער וואס האט געבויט די סקול דיסטריקט.

יא אמת, אסאך (געוועזענע) בנ"י שיקן היינט צו ויואל משה. ווי אויך זענען זיי מער קיצונים/קנאים בדרך כלל, האט זיי גענומען עטליכע יאר (ניין נישט 30!) צו דורכברעכן די סטיגמא און אנהייבן נעמען באסעס.

בדרך כלל וועט מען נישט טרעפן מיינע תגובות אין קינדערישע פאליטישע טינופת. אבער דער פראבירט דאך צו מכחיש זיין שמש בצהרים מיט זיינע פארדרייטע נקודות. איי מיען גיוו מי עי ברעיק!
ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז''ל ראב''ד פון די זאליס האט ארויסגעגעבן א בריוו אז ער ציט צוריק פון זיין היתר פאר די סקול דיסטריקט.

ס'האט נישט גענומען דרייסיג יאר? אקעי, ס'האט גענומען קרוב צו צוואנציג יאר. נישט משנה צופיל.

די זאליס זענען חסידים פון ברך משה? כ'זע אז דו אליין זאגסט עס ניטאמאל, סך הכל זאגסטו אז זיי זענען חסידים (פארטיי) פון זיין זון....

ס'איז א פאקט וואס די זאליס אליין לייקענען נישט אז זיי זענען קנאפע חסידים פונעם 'ברך' וויאזוי זיי רופן אים...
רבונא דעלמא כולי וויפיל נארישקייטן איך ליין דא.

עטליכע קלייניקייטן. נעמען באסעס, הייסט נישט ווי מאכן א פובליק סקול. אפילו בנוגע שיקן אין פובליק סקול פלעגט קאשויער רב מיט רבי אברהם לייטנער ביידע האלטן אז מעיקר הדין איז נישט קיין פראבלעם צו שיקן דארט ווען עס איז ליידער דא א צורך השם ירחם. זיי האבן געהאלטן אז די עיקר פראבלעם איז ווען אידן מאכן דאס, אלס חילול השם וכדומה, אבער דער מענטש וואס שיקט אהין איז נישט עובר אויף קיין איסור אפילו לויט זיי.

בנוגע די באסעס, איז אויך אן ענליכע זאך, אז נעמען סערוויסעס פון די פובליק סקול איז נישט גע'אסרט געווארן דורך די גרעסטע אוסרים, ממילא ווי קומט אריין בכלל דא די צוריקצי פון די היתר אויף די פובליק סקול פון דער סאטמאר'ער ראב"ד רבי ישראל חיים מנשה???

נאך א זאך, פרעגסט פארוואס עס האט גענומען עטליכע יאר ביז דאס איז צושטאנד געקומען. די תירוץ איז זייער פשוט, עס האט בכלל גענומען עטליכע יאר ביז עס איז בכלל געווארן א מוסד, דהיינו אפילו ווען די מוסד איז שוין געשטאנען עטליכע יאר, איז געווען דארט א צופארעניש אז השם ירחם. טשעקס האבן געקראכט כסדר, די רעכטע הענט האט נישט געוויסט פון די לינקע הענט, און די חובות פון די מוסדות איז געווען ביז'ן דאך אריין, און קיינער האט נישט גענומען קיין אחריות אויף זאכן, עס איז אן אריכות, אבער דאס איז געווען ליידער א פאקט פאר א שיינע פאר יאר.

היינט צוטאגס האט די מוסד באקומען בסייעתא דשמיא א גוטע אדמיניסטראטאר וואס האט גענומען די זאך אין די הענט, און האט אנגעפאנגען צו מסדר זיין זאכן אויפ'ן פלאץ, מען האט מסדר געווען פילע זאכן, און איינס פון די ערשטע זאכן וואס ער האט געטוהן איז געווען צו מסדר זיין די באסעס פון די מוסדות אז עס זאל נישט פאלן אזויפיל צו לאסט אויף די קאסע.

פאר די זעלבע סיבה וואס די גאנצע מוסד איז געווען צופארן ווי צופארן קען נאר זיין, און מען האט גארנישט געטוהן בכלל אין די מוסד צו מסדר זיין זאכן, פאר די זעלבע סיבה איז נישט געווארן מסודר די נושא פון די באסעס. די רגע וואס מען האט אנגעפאנגען אלעס צו מסדר זיין האט מען בהתייעצות די רבני הקהילה ובראשם דער רבי שליט"א אויך מסדר געווען די באסעס.

יעצט שפינט ווייטער די שפינוועבאכטס קייט
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

הער מיך צו אינטערעסאנטער, אז דו ווילסט אנהייבן א פרישע בלאט דאן אדרבה, איך האב הנאה צו הערן דיין מיינונג איבער שערי חמלה, אבער ביטע פרוביר נישט איבערצושרייבן היסטאריע, און מכחיש זיין שמש בצהרים.

די אוסרים האבן געשריגן אז דאס איז עבודה זרה ממש, און אז מ'טאר נישט אריינטרעטן דארט.

דו האלסט אז מ'איז געגאנגען צאמנעמען חתימות פון אלע רבנים און ראשי ישיבות צו מוחה זיין אז א רבי מאכט א חילול השם? די בירורים וואס מ'האט אפגעשריבן איז געווען צו מברר זיין חילול השם? מ'האט אראפגעריסן סאטמאר רבי כאחד הרקים אלעס ווייל ער מאכט א חילול השם?

שערי חמלה איז געשטאנען עטליכע יאר שטיל, און פלוצלינג האט מען אנגעהויבן איבערדרייען די שטאט מיט פאשקעווילן און דרשות און חתימות, אז וואס? אז די מוסד וואס שטייט שוין עטליכע יאר שטיל איז א חילול השם? און אזוי באקעמפט מען א חילול השם? וואט עי קידוש השם...

זיי מוחל כאפ א בליק אין די היסטאריע. כ'האב נאר הנאה אז ענק פרובירן שוין היינט צו מינימיזירן די מערכה כאילו ס'גארנישט געווען.

זאגסט אז מ'האט נישט גענומען די אומזיסטע באסעס פאר צוואנציג יאר ווייל די מוסד איז געווען צופארן? מאכסט ליצנות? שטייט איינער און טיילט אומזיסטע באסעס, און פאר צענדליגע יארן נעמט מען עס נישט ווייל די מוסד איז צופארן...

יעדער האט אלע יארן געוויסט פארוואס בני יואל און די זאליס נעמען נישט קיין באסעס און די ארוינים יא, און די אלטגעזעצענע זאליס דארט האט טאקע געשטעלט א ווידערשטאנד ווען עסטרייכער האט באשלאסן לעצטנס צו אנהייבן נעמען באסעס פונעם סקול דיסטריקט, אבער ער האט זיי געזאגט אז ענק ווילן קענט עטס קעיר נעמען פון די מוסד איך נעם באסעס. און יעצט קומט מען זינגען, 'עה, אונז האמיר אייביג געוואלט נעמען נאר מ'איז פשוט נישט אנגעקומען דערצו... האהאהא.... דו מיזט נאך ווארטן נאך עטליכע יאר אז די עולם זאל אנהייבן צו גלייבן דיינע ספינ'ס.

דאס איז חוץ א מעשה וואס בני יואל האט בפועל גענומען באסעס פונעם סקול דיסטריקט פאר עטליכע יאר ביז זיי האבן אנגעהויבן פארפירן, און ווען מ'האט זיי קאנפראנטירט איבער זייער היפאקריטיע אז זיי שרייען אז ס'איז עבודה זרה און ג' חמורות און אז מ'טאר נישט נהנה זיין דערפון און דא נעמען זיי באסעס, האבן זיי דאן אויפגעהערט.

די ראב''ד זצ''ל האט צוריקגעצויגן פון זיין היתר אויפן סקול דיסטריקט! וואט עי שעים! כ'האב נישט קיין מושג וואס דו ענטפערסט מיר אויף דעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבער דער עולם האט נאכאלץ נשט פארענטפערט וויאזוי הרה"ק מ'ויזשניץ דער תורת מרדכי זצוק"ל האט געקענט שטארק מוחה זיין אקעגן סקול דיסטריקט ווען זיינע יונגעלייט האבן גענימען טייטל וואן געלטער. וואס איז א סאך ערגער און א גרעסערער חילול ה'...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער עולם קען נאך מיינען אז די "פאקטן" וואס ווערן געברענגט דא האבן א שייכות צום אמת. וויל איך דא מודיע זיין פאר מיינע קינדער און אייניקלעך וואס וועלן ליינען דעם אשכול יארן ארום אלץ א שטיק היסטאריע: זייט וויסן אז געוויסע ניקים פארשטייען אז מ'דארף באקן א. ג. פאקטן צו שטופן זייער אג'ענדע און בויען זייער רבי/חסידות.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: פרשת שערי חמלה - פאבליק סקול

שליחה דורך פרנס החודש »

כ׳גלייב זייער שווער אז שמעון וואלפ׳ס אייניקלעך גייען זיין אינטערעסירט אין די גארבידש, וועלכע רב האט געזאגט וואס. און דאס אלץ אויב זיי וועלן בכלל קענען ליינען אידיש (לכאורה נישט).
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש: וואס ווייסן מיר אונז וואספארא עבודה זרה ס'וועט זיין דאמאלס. און אקעגן וואס די דאמאלסדיגע רבנים וועללן האקן. פונקט אזוי ווי בימי רביה"ק מ'סאטמאר איז די גרעסטע עבודה זרה געווען טעלעוויזשן. ווער האט געחלומ'ט אז ס'וועט ארויסקומען ווידיא, סי.די. און אינטערנעט. און ועל כולם סמארטפאונס... אקעגן וואס די היינטיגע רבנים צדיקים, קדושים וטהורים האקן שטענדיג.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

די יערליכע פראטעסט קעגן שערי חמלה במעמוד רבבות
בייגעלייגטע פיילס
FZl-Da0XoAMnNb7.jpg
פארשפארט