שמשון הגיבור פון פאריגן דור: זושא ברייטבארד

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שמשון הגיבור פון פאריגן דור: זושא ברייטבארד

שליחה דורך טיכטיגער »

זיין נאמען איז נישט ספעציעל באקאנט היינט צוטאגס, אבער מיט בערך הונדערט יאר צוריק איז דער נאמען זושא ברייטבארד געווען וועלט-בארימט אלס א פארשטעלער און גיבור עצום. לויט טייל איז ער אפילו באטיטלט געווארן אלס דער שטערקסטער מענטש אין דער וועלט.

א סטריקובער אינגל
זושא ברייטבארד איז געבוירן צו זיינע פרומע חסידישע עלטערן אין סטריקוב, פוילן. פאר פרנסה האט זיין טאטע עוסק געווען אלס א שמיד. פון אלס קליין קינד האט ער זיך געדרייט צווישן אייזן און קייטן; אז מיט די יארן האט ער ערווארבן א ליבשאפט צו עסן אייזן... נישט ממש, אבער מיט זיין בלויזע מויל האט ער ווי געביסן און געבויגן אייזן.

דער קליינער זושא'לע האט אנגעהויבן צייגן קונצן פאר זיינע ארומיגע. ער איז געבוירן מיט אומנאטירליכע מאסיווע כח, און מיט זיינע בלויז הענט פלעגט ער צעבייגן אייזן ווי כאילו זיי זענען פשוט'ע פאפירענע רערן.
אין חדר האבן זיינע רבי'ס און חברים פארשטענדליך מורא געהאט אים צו שלאגן.

ווען ער איז געווען אן עלטערער בחור האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט-מלחמה און ער איז געצוואונגען געווארן זיך צו שטעלן צו דער רוסישער ארמיי (פוילן איז דאן געווען אונטער'ן צאר'ס הערשאפט). אין לויף פונעם קריג איז ער געכאפט געווארן דורך די דייטשן און ער איז גענומען געווארן אין ארעסט אין דייטשלאנד.

נאכ'ן קריג, אין דייטשלאנד, האבן זיינע אוממענטשליכע גיבור'דיגע כוחות געווארן באקאנט, און ער האט זיך אנגעשלאסן אין א לאקאלער צירקוס גרופע. ער האט זיך דאן געטוישט זיין נאמען, פאר א מער דייטשן נאמען, צו זיגמוינד.

שמשון הגיבור פון סטריקוב
זיגמוינד האט זיך אנגעשלאסן אין דער בוש צירקוס גרופע, און ער איז ארומגעגאנגען מאכן פארשטעלונגען ארום אייראפע, און אפילו אין די פאראייניגטע שטאטן.
ער פלעגט פארשטעלן זיינע מוסקלען און צייגן קונצן ווי: בייגן און צעברעכן שווערע אייזנס; אויפהייבן גאר שווערע וואג, אריינגערעכנט א קליינע עלעפאנט; ער האט געביסן און צעבראכן אייזן מיט זיינע ציין; מיט זיינע בלויזע ציין האט ער געשלעפט א וועגענער צי קארן פול מיט מענטשן; מיטארבעטער האבן צעבראכן גראבע ציגל מיט א האמער אויף זיין ברוסטקאסטן; און פיל אנדערע קונצן.

ער פלעגט גיין אנגעטאן אין א פארצייטישן רוימישן מונדיר. מיט דער צייט האט ער אויפגעבויט א שטארקע נאכפאלגערשאפט ("פען בעיס"), בפרט אידן, וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם אידישן העלד, וועלכער איז געווען שטאלץ מיט זיין אידישן אפשטאם.
ער פלעגט טראגן א מגן דוד סימבאל ביי רוב פון זיינע פארשטעלונגען. ער פלעגט פארטיילט אסאך געלט פאר אידישע צדקות. ער פלעגט אנטייל נעמען אין פיל אקטיוויטעטן פון די דעמאלטיגע יידישיסטישע ארגאניזאציעס. אזוי אויך איז ער ארומגעגאנגען אין שפיטעלער אדער שולעס פאר נישט געזונטע קינדער און געשפילט פאר זיי, און אויפגעהויבן זיבן קינדער אויף אמאל...

לויט געוויסע באריכטן האט ער ווייטער געלעבט א פרומע לעבן פון שבת און כשרות, און איז אויך אפילו געפארן צום ראדזינער רבי'ן ז"ל, און אים געגעבן געלט.

א טראגישע ענדע
זיין סוקסעספולע קאריערע איז אבער פריצייטיגע געקומען צו אן ענדע, ווען בלויז זעקס יאר נאכ'ן אנהייבן מאכן פארשטעלונגען איז ער ל"ע נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון בלויז 32 יאר אלט.

ביי איינס פון זיינע פארשטעלונגען אין ראדעם, פוילן, האט ער געמאכט א פאטאלן טעות וואס האט געקאסט זיין לעבן. ער האט גענומען א ראד מיט עטליכע שפיציגע העלצעלעך און ער האט געוואלט מאכן א קונץ, אבער בטעות האט ער זיך געשטאכן אין זיינע לענדן.
ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו עס איז דורכגעפירט געווארן אומצאליגע אפעראציעס, אריינגערעכנט צוויי וואו מען האט אראפגעשניטן זיינע פיס ל"ע, אבער טראץ אלע פרואוון איז ער ל"ע נפטר געווארן קורצלעך דערנאך פון בלוט פארפעסטיגונג.

זיין לויה איז פארגעקומען אין בערלין, מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער אידן. דער רב פון קהילת עזרת תורה, הרב עזרא מאנק, האט אים מספיד געווען און ער איז באערדיגט געווארן אין בערלין.

נאך זיין פטירה האבן צוויי פון זיינע ברידער – יוסף און גרשון – וועלכע זענען אויך געווען גיבורים, האבן פרובירט נאכצוגיין אין זיינע דרכים און ווייטער פארזעצן מיט זיינע קונצן, אבער אן ערפאלג - א זושא איז געווען נאר איין.
בייגעלייגטע פיילס
זישא.png
ביים שלעפן א וואגן מיט די בלויזע ציין
ביים שלעפן א וואגן מיט די בלויזע ציין
153_4.jpg

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר