נייע געפינסן איבער די ביג בענג טעאריע

מחשבה, השקפה ועיון
סודני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:46 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך סודני »

פונקט פארקערט אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט איז נישט א באשאף , עס איז אייביג גיווען , מיט סייענס ווייסן מיר קלאר אז די וועלט איז א אזאך וואס איז נישט אייביג גיווען,אין עס איז א פרישע זאך,אין נאך אמאל איך בין נישט דא צי פרעדיגן רעליגיע אדער אמונה
איך פרעג בסך הכל צי לעת עתה, איז דא א בעסערע הסבר ווי גאט,
סודני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:46 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך סודני »

געפילטע איר זאגט אז גאט איז אזאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין , איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר מיינט אוודאי קענען מיר נישט אינגאנצן משיג זיין גאט , אבער פארוואס זאלן מיר נישט קענען פארשטיין, אז עפעס האט געמיזט מקדים זיין די בריאה וואס די זאך אליין איז נישט קיין נברא . וואס איז אזוי שווער דא צי פארשטיין , אין בכלל צי זאגן אז אלעס האט זיך געמאכט פין זיך אליין מיט נא טור איז דען יא צי פארשטיין ווער האט געמאכט אז mass זאל האבן גרעוואטי, אין נישט פארקערט, דאס ווארט נאטור ענטפערד באמת לאמיתו גארנישט די קשיא בלייבט ״ווער האאט געמאכט די נאטור״, איז נישט מער מסתבר צי זאגן אז עס איז דא א גאט , והדברים פשוטים , אין לויט סייענס
איז פארוואס טאקע איז אויף אונזער וועלט דא מענטשן, ווייל טאקע נאר דא קענען בעלי חיים לעבן , אזוי ווי געפילטע איז מסביר , נו דאס אליין איז דאך שווער פארוואס איז אויף אנדערע פלאנעטן האט זיך נישט געמאכט בעלי חיים צי געפאסט לויט יענעם פלאנעט ,
יידל. איר זאגט אז ווען מען איז מסביר די בריאה מיט גאט ריקט מ׳ען ארויף די שאלה, וואספארא שאלה ריקט מען ארויף ?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מאטי האט געשריבן:כ'מיין אז מ'דארף ארויסברענגן א נקודה אז דאס וואס מ'ווייסט אז א נברא מוז בע"כ האבן א בורא, דאס איז נאר אויף חומר וואס איז מוגבל און דארף האבן א מגביל אונז קען מיר דאס זען. אבער ביי גאט וואס איז נישט מוגבל, און מ'קען אים נישט משיג זיין, דאן איז נישט שייך צו פרעגן, וויאזוי, און וואס איז געווען פארדעם, ווייל דאס איז אן הגבלה.
אלזא אויב סייענס קומט אויף מיט א פארשטענדליכע הסבר לויט די חוקי הטבע וואס האט גורם געווען ביג בענג וועט אלץ איבערבלייבן די שאלה; "און וואס האט גורם געווען דער גורם" עד אין סוף. ממילא אז מ'שטעלט דאס אפ מיט גאט איז דאס גאנץ שכל'דיג.

אין אנדערע ווערטער סייענס ענדיגט זיך אלץ א רגע פארן פארשטיין און איין מאל מיר פארשטייען איז דאס שוין מוגבל וואס פארלאנגט א מגביל, עד אין סוף.

אגב פון אבן עזרא אין עטליכע פלעצער, ובפרט אין בראשית קומט אויס אז די וועלט איז א קדמון און מיט דעם פאלט מיין גאנצע טעאריע אוועק.
מ׳קען אויף דעם לכאורה פרעגן אַן ענליכע פירכא ווי די קשיא אויף אבן סינא׳ס הוכחה למציאותו: אפשר איז די יוּניווערס על הכלל כולו טאקע א בלתי מוגבל?

און אז מ׳רעדט שוין וועל איך ציטירן א שמועס אין די נושא וואס איך האב געהאט מיט א חשוב׳ן מיטגליד:
חשוב׳ע מיטגליד האט געשריבן:די חובת הלבבות גייט מיט א מהלך, אז יעדע מוגבל מוז האבן איינער וואס איז איהם מגביל, און ממילא היות אונז זענען מוגבלים, און אונזער שכל איז מוגבל, מוז זיין אז איינער האט זיי געמאכט, און יענער קען נישט זיין א מוגבל. דאס איז בערך זיין מהלך, ער האט נאך נקודות דארט, אבער איך מיין אז דאס איז די שטערקסטע נקודה.

יעצט די קשיא וואס מ'קען פרעגן אויף דעם איז, אז קען זיין דאס איז נאר און אונזער גבול וויאזוי אונז פארשטייען עס, אבער ווען מ'גייט ארויס דערפון מוז דאך נישט זיין אז דאס זענען די כללים, און ממילא איז דאס נישט א ראיה.

אבער איך מיין אז די תשובה דערויף איז, אז היות אונז זענען מוגבלים איז נישט מעגליך פאר אונז ארויסצוגיין פון אונזערע הגבלות, און וואס אונז וועלן נאר טראכטן וועט עס אלעמאל זיין מיט אונזערע הגבלות, און ממילא פון אונזער אלע צדדים איז מוכרח אז ס'איז דא א בלי גבול ארום אונז, און אונז קענען נישט ארויסקרוכען דערפון, עס איז אזוי ווי מ'ווערט געבוירן אין א פארמאכטע באקס, וואס נישט קיין חילוק וויאזוי מ'טראכט איז עס אלס נאר אין דעם באקס.
וואס כ׳האב געקלערט און צוריקגעשיקט:
מי אני האט געשריבן:די קשיא דיינער איז א גוטער והוא בעיני קצת כעין די קשיא אויף אבן סינא׳ס הוכחה למציאותו. ואפילו דער רמב״ם קען מען זאגן נוצט אויך אביסל אַן ענליכע פירכא נגד אריסטו׳ס ראיה לקדמות נגד בריאת יש מאין במו״נ (ח״ב פי״ז) בנוגע לקיחת ראיה מטבע המיושב מקודם שיהיה על טבעו ע״ש. אין אנדערע ווערטער, ״מאן יימר אז די כללים וואס דו האסט [על הפרטיים, על הבריאה כמו שהיא עכשיו במיושב, און אין דיין פאל כמו שהיא בגבולי] גייען ארויף אויף די כלל וואו דו ווילסט זיי שטעלן וואס איז דאך אינהערענטלי אנדערש וכפי ההנחה בעצם בהגדרתה מיניה וביה?״
(הגם מ׳קען זאגן אז דאס איז נישט דומה: דער רמב״ם׳ס סארט קשיא וכדומה גייט אָן ביי עי פּאָסטעריארי עמפירישע סארט פאקטן. משא״כ ביי לאגישע עי פּריארי סארט פאקטן, כעין די כל מוגבל צריך מגביל, איז די קשיא נישט חל. ועיין לדוגמא באשכול זו קצת מענין זה.

איך גלייב אז די מעגליכע דעפענס אויף דאס צו ענטפערן איז אויך אביסל ענליך צו אבן סינא׳ס תירוץ דארט. והיינו, אז די פירכא פארלאנגט מיניה וביה צו מוזן זאגן אז, צו ציטירן דיין לשון (מיט מיין עמפאסיס):
קען זיין דאס איז נאר און אונזער גבול וויאזוי אונז פארשטייען עס, אבער ווען מ'גייט ארויס דערפון מוז דאך נישט זיין אז דאס זענען די כללים, און ממילא איז דאס נישט א ראיה.
אין אנדערע ווערטער, אין די עצם קשיא ליגט די הנחה אז אונזער השגה אין די כללים גרייכט נישט ביז אהין ״על הכלל כולו״ צו מכריח זיין אז דאס זאל נאך אלס גילטיג זיין דארט. אין קורצן, עס פארלאזט זיך אויף, און איז בהכרח מודה צו, א ״למעלה מהשגתינו״ (אין אַן אנטאלאגישן סענס). אט די ״למעלה מהשגתינו״ גרידא רופט (שוין) דער טעאיסט המוכיח בשם ״ג-ט״ - אדער געב אים נאך א ״מגביל״ אדער געב אים נאך א ״למעלה מהשגתינו״.

אזויפיל יא, דער טעאיסט המוכיח׳ס ״הוכחה״ איז געווארן היפש שוואכער אין דעם אז חוץ פון א הוכחה צו א (נעסעסערי עקזיסטענט געדאנק פון) ״למעלה מהשגתינו״ זאגט עס בעצם גארנישט. די תוארים פון ״פּערפעקשאנס״ וואס מ׳וויל דאס געבן גייט נישט גרינג; עכ״פ נישט פון די ״הוכחה״.

דיין תשובה איז אויך א גוטער. הגם עס איז אביסל שווער דערויף ווייל, ווי איך פארשטיי, וויל מען דאך מאכן א קלעים באזירט אויף בתוך אונזער בּאַקס פון הגבלות אויף אַן ענטיטי וכו׳ וואס איז לגמרי אינדרויסן מזה; אינדרויסן פון דעם ״בּאַקס״. איינמאל דו עפענסט דאס אויף, עפענסטו דיך צום ליין פון אטאקע אז אפשר ״דארט״, צו וואו און אויף וואס דו מאכסט דיין קלעים, איז עס דאך נישט אזוי ווי עס קומט דיר פאָר ווי אין דיין ״בּאַקס״ פון הגבלה וכו׳. ועדיין אפשר ליישב, ועדיין אפשר להקשות, ועדייין אפשר ליישב, וכן הלאה עד אינפינייטום (״בלי גבול״…).
ולגבי די ״גאַד אָוו די געפּס״ מהלך שרייבט דר. מיכאל אברהם:
אלא שלמטבע הזה יש שני צדדים: אם אכן קיומו של פער בידע המדעי לא מוכיח שיש אלוקים, בה במידה סגירה של הפער הזה לא מוכיחה שאין אלוקים. שאלת קיומו של אלוקים לא תלויה בפערים בידע המדעי, ובעצם בהסברים מדעיים בכלל. קיומו של אלוקים לא היה נכון יותר בעבר (כשהפער היה גדול יותר) מאשר היום, אבל הוא גם לא היה אז פחות נכון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט