מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה
איך בין נישט אויסן דא איבער צולייגן הרב קרישבסקי און אריינגעבן אין איהם מנה אחת אחוריים, סך הכל וויל איך דא אויסקלארן מיינע מחשבות און געפילן ארום די פרשה וה׳ יעזור שהאמת יהיה נר לעטי.
איך קען דעם ראש ישיבה און משפיע נישט פערזענליך, א בילד האב איך געזען פון איהם, דמות דיוקנו יש לדרשו לשבח, ער ענדעלט אסאך צו די בני עליה וואס זיצן אויפן מזרח וואנט, פון דער אנדערע זייט ענדעלט ער אויך אין די אידן וואס הענגן לדראון עולם אויף די ווענט פון בושה. אז מען רעדט שוין פון דן זיין א מענטש אויף זיין צורה, מוז מען קלאר מאכן אז א פעדעפייל האט נישט קיין ספעציפישע אויסזען. ביז דערווייל, האבן סייענטיסטן נאך נישט געטראפן קיין קאלאראציע צווישן געוויסע שטריכן און א מענטשס געזיכט, ביז זיין אויסזיכטן צו זיין א פעדעפייל, זיי קענען אויסקוקען ווי דיין טאטע אדער זיידע, אדער ווי דיר אליין.
בכלל. בין איך נישט זיכער אז פעדעפיליע קומט אריין דא. עס קען זיין אז די מדוברת איז שוין בא בשנים ומבוגרת בגופה, און זי האט שוין אלע סימנים פון שלמה המלך׳ס שיר השירים. איי די אמעריקאנער געזעץ זאגט אז ביז די אכצן, יום לשנה, האט מען א דין ווי א קטנה, נו דאס קען זיין ווייל מען גייט בתר רוב. לענינו ווען איינער קוקט אן דעם בילד און זאגט, יא דאס שטימט! ער זעט אויס ווי א חזיר, בארואיגט אייך, להוי ידיעה אז דאס איז געבויט אויף דיינע בייעסעס און האט מיט קיין דאטא קיין שייכות.
יעצט די גאנצע חידוש אין קאך אין די מעשה קומט פון דעם אז מען רעדט פון א איד וואס איז באקאנט פאר א לוחם מלחמת ה' ומקנא קנאותיו בפרט און ענייני סמארטפאון ואביזרייהו. מאנכע גלייבן די מעשה, מאנכע ווילן גלייבן, מאנכע גלייבן נישט די מעשה, און מאנכע ווילן נישט גלייבן. און דאכט זיך אז עס לויפט ארום צוויי שטארקען קעגענזייטיגע נגיעות, פון איין זייט וויל מען נישט גלייבן זאכן וואס מאכט די וועלט נישט פראדיקטיבל, ווייל אז מען וועט אננעמען בדבר שנזהר בו אותו צדיק, נכשל בו בעצמו, איז דאך אויס וועלט, ווייל ווער איז נעקסט? מארגן קען עס זיין דיין רבי אדער טאטע, קיינער איז נישט פארזיכערט.
פון דער אנדערע זייט איז דא די נגיעה אז עס זאל יא האבן פאסירט, אוועקצונעמן די ״הייליגער ווי דיך״ עטיטוד וואס קומט פון יענע לאגער. ווי כאילו צו זאגן אנע אינטערנעט ביסטו הרב קרישבסקי אנגעקומען, ווי איך בין נישט אנגעקומען מיט אינטרנעט, סא וואס שרייסטו זעץ זיך אראפ ,פאררייכע א זשוינט, און מאך א בורא נפשות.
עס איז דא נאך נקידות וואס לויפט דורך די מח בשעת מען הערט אזא מעשה. אבער לאמיר זיך האלטן צו די אובנדערמאנטע צוויי זייטן, לענית דעתי האט א געזונטער מענטש ביידע זייטן בנשימה אחת, אז איר זענט צופיהל גענויגט אויף איין זייט קומט עס בבחינת והשנאה או אהבה מקלקלת את הבעלענס.
לאמיר אריינקריכן און די ביידע נגיעות וואס פון זיי איז ריכטיג ,און וואס איז ווישפול טינקינג. דער צד וואס שרייט אין מח אז עס איז נישט אמת, קומט ווייל מיר ליבן פראדיקטביליטי, איז כדי צו זיין באוויסטזיניג אז פרדיקטיביליטי גייט צוזאמן מיט פראבאביליטי, דאס מיינט אז עס איז אמת אז עס איז ווייניגער פראבעבעל אז א איד ווי קרישבסקי זאל האבן באגאנגענן אזא מעשה, אבער אן אויסנאם קען אייביג זיין און עס מאכט נאך נישט די וועלט אויס פרדיקטיבעל.
וביתר ביאור אודאי קען מען אננעמן אז עס איז דא ווייניגער שאנסן אז אזא מעשה זאל פאסירן מיט ר' זלמן לייב פילאפף למשל ,ווי מיט דער עווערזש עמך איד, ווייל די אידן זענען מלומדי מלחמה מיטן יצר הרע שנדמה כהר, זיי פירן מערכות מיט אים יעדען איינציגען טאג, אזש ער האט נישט קיין מנוחה. אבער פון די אנדערע זייט ברויך מען וויסן אז דער גרעסטער צדיק קען האבן שדים און די קלאזעט.
נאכדעם איז דא די נגיעה אז עס איז יא אמת, וואס ווי ערווענט קומט פון וועלן צוריק ווארפן די פיילן פון "איך בין הייליגער ווי דיר" וואס קומט פון דארט. יעצט עס איז אמת אז זיי שיסן אזעלכע עטיטוטד, די שאלה איז נאר ווי ראצינאל די צוריק שיס איז, ווייל קרישעבסקי איז דורכגעפאלען מיינט נישט אז די אלע וואס שרייען אז סמארטפאון איז א פתח פון גיהנום פאר אידן וואס ווילן זיין ריין און עניני שמירת עיניים והברית, אז עס איז נישט ריכטיג. חיים ולדר פסלט נישט אלע טערעפיסטן, משי זהב פסלט נישט אלע עסקנים, בערלאנד פסלט נישט אלע רבנים, און קרשיבסקי פסלט נישט אלע אנטי סמארט פאון אידן.
ובדוחק קען איך זען א א שטיקל לאגיק, אז אפשר ווען קרישבסקי וואלט געהאט א סמארט פאון וואלט ער נישט געטוען וואס ער האט געטוען ווייל ער וואלט מדחה געוון זיין יצר מיט הרהרי עבירה אנשטאט די עבירה אליין, דאס הייסט אז אינטערדריקן דעם יצרא דעריות אויפן וועג וואס מחנה קרשיבסקי טוען איז פשוט נישט געזונט און רעליסיטיק און צומאל ברענט עס נאכווייען וואס קען זיין וואלט נישט געקומען ווען מען האט מער א ליבעראלא צוגאנג צו די גאנצע נושא, קען זיין. און קען אויך זיין אז אויב ארבעט עס פאר ניין און נייציג אידן און איינער קראכט לוינט זיך דאס געשעפט, נישט אזוי איז אונזער גאנצער סיסטעם אוועק געשטעלט ?.
יעצט צו קרישבסקי האט געוואלט א קליניג לעדי, אדער א טעקסי דרייווערטע פאר דאס ווייב צום מקוה, אדער ער האט געזוכט א שידוך פאר בחור מיט א סמארט פאון, אדער האט מען אים סתם אזוי פארטוישט מיט א צווייטע צעלאטשטע בארד, איז נישט נוגע ווייל די נקידות זענען אדער ריכטיג אדער נישט, מען ברויך נאר זיין באוויסטיזניגט און אפען אנערצוקענען אונזער נגיעות מחשובות און רצונות און זוכן דעם אמת אויף וויפיל עס אזי שייך און יעדע זאך.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
לבנימן אמר, בנימין זאגט. ידיד ה'- איז דא א שטערקערע פראביליטי אז, ישכן לבטח עליו. אדער פארקערט, ווייל עס איז, חפף עליו כל היום- ער איז אזא אנטי און האקט א גאנצן טאג. איז, ובין כתפיו שכן- ליגט ער צווישן די.. א פורים תורה.
תכלית, א געוואלדיגע רעיון. קוקסט עס אן ברייט און אבזשעקטיוו. און ווי די רבי האט אנגעווינטשן, די אמת זאל ארויפשווימען..

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
ברענגסט ארויס שיינע נקודות, אבער ווען די שרייבסט
פארוואס זאל מען דאס אבער טוהן מיט א איד וואס טוט עס נישט מיט אונז?מען ברויך נאר זיין באוויסטיזניגט און אפען אנערצוקענען אונזער נגיעות מחשובות און רצונות און זוכן דעם אמת אויף וויפיל עס אזי שייך און יעדע זאך
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
ווייל ער טוט עס נישט, ווילסטו נישט אנקוקן די זאך מיט א זעלבסטשטענדיגע בליק? ווילסט נישט וויסן די אמת?היסטאריע האט געשריבן:ברענגסט ארויס שיינע נקודות, אבער ווען די שרייבסטפארוואס זאל מען דאס אבער טוהן מיט א איד וואס טוט עס נישט מיט אונז?מען ברויך נאר זיין באוויסטיזניגט און אפען אנערצוקענען אונזער נגיעות מחשובות און רצונות און זוכן דעם אמת אויף וויפיל עס אזי שייך און יעדע זאך
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
די נקודה אז אויף א פעדעפייל זעט מען נישט אויפ'ן פנים עפעס באזונדער, האלט איך ביסטו זייער גערעכט. ווייל יעדע 'געזונטע' מענטש האט א צורך פאר אהבה און אויך פאר געשלעכט.
נאר וואס דען? איינער האט חתונה און ס'פארט בשלום, ער באקומט בהיתר וואס ס'וויל זיך מצד הגוף. און ער קען זיין א פלאמער, צו א רב, אן קיין אונטערשייד.
א צווייטער, סיי א רב, סיי א בחור, סיי א גרוש, סיי א ''צדיק'', אויב ס'פעלט עהם ווי צו ערפילן בהיתר, און... ער איז געזונט! דהיינו ס'פעלט עהם בטבע אויס, און ער איז 'נישט' קיין מלאך.
(און ער האט נישט קיין אינטערנעט... [דאס רינגל איך איין, וואס ס'דא אזעלכע 'מיט' אינטערנעט אויך...])
- און ס'פאסירט אויך ביי א באווייבטער, וואס זי טראגט די הויזען, און ער באקומט נישט פון איר קיין פתיחת שערים - ווען ס'דארף זיך עהם - צו בכלל...
פאסירט אז ער באקומט עווענטועל דעם נאמען פעדעפייל, ווייל, ער ווערט געטריבן ווי א הונגעריגע בער נאך א שטיקל בשר.
איז דאס קלאר?
נאר וואס דען? איינער האט חתונה און ס'פארט בשלום, ער באקומט בהיתר וואס ס'וויל זיך מצד הגוף. און ער קען זיין א פלאמער, צו א רב, אן קיין אונטערשייד.
א צווייטער, סיי א רב, סיי א בחור, סיי א גרוש, סיי א ''צדיק'', אויב ס'פעלט עהם ווי צו ערפילן בהיתר, און... ער איז געזונט! דהיינו ס'פעלט עהם בטבע אויס, און ער איז 'נישט' קיין מלאך.
(און ער האט נישט קיין אינטערנעט... [דאס רינגל איך איין, וואס ס'דא אזעלכע 'מיט' אינטערנעט אויך...])
- און ס'פאסירט אויך ביי א באווייבטער, וואס זי טראגט די הויזען, און ער באקומט נישט פון איר קיין פתיחת שערים - ווען ס'דארף זיך עהם - צו בכלל...
פאסירט אז ער באקומט עווענטועל דעם נאמען פעדעפייל, ווייל, ער ווערט געטריבן ווי א הונגעריגע בער נאך א שטיקל בשר.
איז דאס קלאר?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
מלא דמיונות.באהעלפער האט געשריבן:די נקודה אז אויף א פעדעפייל זעט מען נישט אויפ'ן פנים עפעס באזונדער, האלט איך ביסטו זייער גערעכט. ווייל יעדע 'געזונטע' מענטש האט א צורך פאר אהבה און אויך פאר געשלעכט.
נאר וואס דען? איינער האט חתונה און ס'פארט בשלום, ער באקומט בהיתר וואס ס'וויל זיך מצד הגוף. און ער קען זיין א פלאמער, צו א רב, אן קיין אונטערשייד.
א צווייטער, סיי א רב, סיי א בחור, סיי א גרוש, סיי א ''צדיק'', אויב ס'פעלט עהם ווי צו ערפילן בהיתר, און... ער איז געזונט! דהיינו ס'פעלט עהם בטבע אויס, און ער איז 'נישט' קיין מלאך.
(און ער האט נישט קיין אינטערנעט... [דאס רינגל איך איין, וואס ס'דא אזעלכע 'מיט' אינטערנעט אויך...])
- און ס'פאסירט אויך ביי א באווייבטער, וואס זי טראגט די הויזען, און ער באקומט נישט פון איר קיין פתיחת שערים - ווען ס'דארף זיך עהם - צו בכלל...
פאסירט אז ער באקומט עווענטועל דעם נאמען פעדעפייל, ווייל, ער ווערט געטריבן ווי א הונגעריגע בער נאך א שטיקל בשר.
איז דאס קלאר?
דער ווייב האט נישט קיין שייכות מיט מאלעסטערס.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
ביסט אבער מודה אז קרישבסקי איז אונז דן מיט א בליק וואס איז מלא נגיעות?מיליאנער האט געשריבן:ווייל ער טוט עס נישט, ווילסטו נישט אנקוקן די זאך מיט א זעלבסטשטענדיגע בליק? ווילסט נישט וויסן די אמת?היסטאריע האט געשריבן:ברענגסט ארויס שיינע נקודות, אבער ווען די שרייבסטפארוואס זאל מען דאס אבער טוהן מיט א איד וואס טוט עס נישט מיט אונז?מען ברויך נאר זיין באוויסטיזניגט און אפען אנערצוקענען אונזער נגיעות מחשובות און רצונות און זוכן דעם אמת אויף וויפיל עס אזי שייך און יעדע זאך
דער שאלה איז נישטא אמת אדער שקר. דער שאלה איז צו מען זאל אים געבען דער בענעפיט אוו דער ספק, אזוי ווי מענטשן טוהן איינער פאר דער אנדערע. היותַ ער טוט עס נישט מיט אונז, איז ער נישט ראוי מען זאל עס טוהן מיט אים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...היסטאריע האט געשריבן:ביסט אבער מודה אז קרישבסקי איז אונז דן מיט א בליק וואס איז מלא נגיעות?מיליאנער האט געשריבן:ווייל ער טוט עס נישט, ווילסטו נישט אנקוקן די זאך מיט א זעלבסטשטענדיגע בליק? ווילסט נישט וויסן די אמת?היסטאריע האט געשריבן:ברענגסט ארויס שיינע נקודות, אבער ווען די שרייבסטפארוואס זאל מען דאס אבער טוהן מיט א איד וואס טוט עס נישט מיט אונז?מען ברויך נאר זיין באוויסטיזניגט און אפען אנערצוקענען אונזער נגיעות מחשובות און רצונות און זוכן דעם אמת אויף וויפיל עס אזי שייך און יעדע זאך
דער שאלה איז נישטא אמת אדער שקר. דער שאלה איז צו מען זאל אים געבען דער בענעפיט אוו דער ספק, אזוי ווי מענטשן טוהן איינער פאר דער אנדערע. היותַ ער טוט עס נישט מיט אונז, איז ער נישט ראוי מען זאל עס טוהן מיט אים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 124
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 03, 2022 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
He is confusing molestation with regular lust. But his overall point is trueהיסטאריע האט געשריבן:מלא דמיונות.באהעלפער האט געשריבן:די נקודה אז אויף א פעדעפייל זעט מען נישט אויפ'ן פנים עפעס באזונדער, האלט איך ביסטו זייער גערעכט. ווייל יעדע 'געזונטע' מענטש האט א צורך פאר אהבה און אויך פאר געשלעכט.
נאר וואס דען? איינער האט חתונה און ס'פארט בשלום, ער באקומט בהיתר וואס ס'וויל זיך מצד הגוף. און ער קען זיין א פלאמער, צו א רב, אן קיין אונטערשייד.
א צווייטער, סיי א רב, סיי א בחור, סיי א גרוש, סיי א ''צדיק'', אויב ס'פעלט עהם ווי צו ערפילן בהיתר, און... ער איז געזונט! דהיינו ס'פעלט עהם בטבע אויס, און ער איז 'נישט' קיין מלאך.
(און ער האט נישט קיין אינטערנעט... [דאס רינגל איך איין, וואס ס'דא אזעלכע 'מיט' אינטערנעט אויך...])
- און ס'פאסירט אויך ביי א באווייבטער, וואס זי טראגט די הויזען, און ער באקומט נישט פון איר קיין פתיחת שערים -
ווען ס'דארף זיך עהם - צו בכלל...
פאסירט אז ער באקומט עווענטועל דעם נאמען פעדעפייל, ווייל, ער ווערט געטריבן ווי א הונגעריגע בער נאך א שטיקל בשר.
איז דאס קלאר?
דער ווייב האט נישט קיין שייכות מיט מאלעסטערס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 124
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 03, 2022 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Kreplech: It has nothing to do with revenge. But rather with the klal of "bemida sh'adam moded kach modedin loy" so cut the crap-lichביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן
וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דאמאלס וואלט געדארפט שטיין אנדערש אין פסוק...(ובין כתפי' שכן)חדשים האט געשריבן:לבנימן אמר, בנימין זאגט. ידיד ה'- איז דא א שטערקערע פראביליטי אז, ישכן לבטח עליו. אדער פארקערט, ווייל עס איז, חפף עליו כל היום- ער איז אזא אנטי און האקט א גאנצן טאג. איז, ובין כתפיו שכן- ליגט ער צווישן די.. א פורים תורה.
תכלית, א געוואלדיגע רעיון. קוקסט עס אן ברייט און אבזשעקטיוו. און ווי די רבי האט אנגעווינטשן, די אמת זאל ארויפשווימען..
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
ס'דא א פרט פון מאלעסטערס, וואס זענען קראנק סתם אזוי, אבער רובא דרובא איז עס 'יא' צוליב חסרון דרך ההיתר.היסטאריע האט געשריבן:מלא דמיונות.באהעלפער האט געשריבן:די נקודה אז אויף א פעדעפייל זעט מען נישט אויפ'ן פנים עפעס באזונדער, האלט איך ביסטו זייער גערעכט. ווייל יעדע 'געזונטע' מענטש האט א צורך פאר אהבה און אויך פאר געשלעכט.
נאר וואס דען? איינער האט חתונה און ס'פארט בשלום, ער באקומט בהיתר וואס ס'וויל זיך מצד הגוף. און ער קען זיין א פלאמער, צו א רב, אן קיין אונטערשייד.
א צווייטער, סיי א רב, סיי א בחור, סיי א גרוש, סיי א ''צדיק'', אויב ס'פעלט עהם ווי צו ערפילן בהיתר, און... ער איז געזונט! דהיינו ס'פעלט עהם בטבע אויס, און ער איז 'נישט' קיין מלאך.
(און ער האט נישט קיין אינטערנעט... [דאס רינגל איך איין, וואס ס'דא אזעלכע 'מיט' אינטערנעט אויך...])
- און ס'פאסירט אויך ביי א באווייבטער, וואס זי טראגט די הויזען, און ער באקומט נישט פון איר קיין פתיחת שערים - ווען ס'דארף זיך עהם - צו בכלל...
פאסירט אז ער באקומט עווענטועל דעם נאמען פעדעפייל, ווייל, ער ווערט געטריבן ווי א הונגעריגע בער נאך א שטיקל בשר.
איז דאס קלאר?
דער ווייב האט נישט קיין שייכות מיט מאלעסטערס.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה
קודם שלום עליכם. ס'זעהט נישט אויס ווי דו ווייסט אינטערצושיידן צווישן ליב האבן זיך און ליב האבן אנדערע. צווישן ********* אינסטינקט און מענטשליכע אהבה. שוין, גיי מענטשל דיך אויס אביסל..באהעלפער האט געשריבן:די נקודה אז אויף א פעדעפייל זעט מען נישט אויפ'ן פנים עפעס באזונדער, האלט איך ביסטו זייער גערעכט. ווייל יעדע 'געזונטע' מענטש האט א צורך פאר אהבה און אויך פאר געשלעכט.
נאר וואס דען? איינער האט חתונה און ס'פארט בשלום, ער באקומט בהיתר וואס ס'וויל זיך מצד הגוף. און ער קען זיין א פלאמער, צו א רב, אן קיין אונטערשייד.
א צווייטער, סיי א רב, סיי א בחור, סיי א גרוש, סיי א ''צדיק'', אויב ס'פעלט עהם ווי צו ערפילן בהיתר, און... ער איז געזונט! דהיינו ס'פעלט עהם בטבע אויס, און ער איז 'נישט' קיין מלאך.
(און ער האט נישט קיין אינטערנעט... [דאס רינגל איך איין, וואס ס'דא אזעלכע 'מיט' אינטערנעט אויך...])
- און ס'פאסירט אויך ביי א באווייבטער, וואס זי טראגט די הויזען, און ער באקומט נישט פון איר קיין פתיחת שערים - ווען ס'דארף זיך עהם - צו בכלל...
פאסירט אז ער באקומט עווענטועל דעם נאמען פעדעפייל, ווייל, ער ווערט געטריבן ווי א הונגעריגע בער נאך א שטיקל בשר.
איז דאס קלאר?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה
ווייל איך לכשעצמי וויל זיין אן אויפריכטיגער, לאגישער מענטש וואס פרובירט גיין דאס מערסטע מיטן אמת ווי ווייט מעגליך. איך טו עס נישט פאר אים, איך טו עס פאר מיר.היסטאריע האט געשריבן:פארוואס זאל מען דאס אבער טוהן מיט א איד וואס טוט עס נישט מיט אונז?
גענוג א גוטע סיבה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה
סיריעסלי?! דו לעבסט אין לאלא לאנד.נוח האט געשריבן:אבער סטראטעגיש, ווען מ'שלאגט זיך אויף אונזער עקזיסטענץ, אפשר דארף מען יא גיין אן רחמנות און טאקע יא אריינשטעכן א מעסער אין רוקן פון א רשע מרושע וואס ווינטשט אונז דאס ערגסטע, און טאקע נאך דרייען דעם מעסער אויך בתוך גופו אז ער זאל אריינהייבן די מערסטע צער וואס מ'קען אים געבן.
די פאר אשכולות אויף קאווע שטיבל זענען ביי דיר א מלחמה אויף אונזער עקזיסטענץ? וואס רייכערסטו?
קום אראפ פון ווי די ביסט. סך הכל איז דאס א גוט, זאפטיג שטיקל גאסיפ, אויף איינעם וואס האלט זיך א קאפ העכער פון רוב מנין ובנין פון כלל ישראל. און עס וואלט געווען א זיסע נקמה העטעס ווען געווען אמת.
נישט קיין מלחמה נישט קיין עקזיסטענץ .
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה
החוקר, דו זעסט עפעס אויס פארווייטאגט. געב ארויס וואס באדערט דיך? וואס איז געשען אז דו האסט געכאפט פונקט אן עקזיסטענשל פחד אטאקע?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
אויף וועלכע פאנטאזירטע עקזיסטענץ שלאגט איר זיך אזוי ביטערליך?נוח האט געשריבן:
אבער סטראטעגיש, ווען מ'שלאגט זיך אויף אונזער עקזיסטענץ, אפשר דארף מען יא גיין אן רחמנות און טאקע יא אריינשטעכן א מעסער אין רוקן פון א רשע מרושע וואס ווינטשט אונז דאס ערגסטע, און טאקע נאך דרייען דעם מעסער אויך בתוך גופו אז ער זאל אריינהייבן די מערסטע צער וואס מ'קען אים געבן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 124
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 03, 2022 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Well just one small example. If they catch any bocher with a smartphone in any random yeshiva, even if it has a filter he usually goes flying for Good. And hisשאלתיאל האט געשריבן:אויף וועלכע פאנטאזירטע עקזיסטענץ שלאגט איר זיך אזוי ביטערליך?נוח האט געשריבן:
אבער סטראטעגיש, ווען מ'שלאגט זיך אויף אונזער עקזיסטענץ, אפשר דארף מען יא גיין אן רחמנות און טאקע יא אריינשטעכן א מעסער אין רוקן פון א רשע מרושע וואס ווינטשט אונז דאס ערגסטע, און טאקע נאך דרייען דעם מעסער אויך בתוך גופו אז ער זאל אריינהייבן די מערסטע
צער וואס מ'קען אים געבן.
religion might very well be over. And it's all to thank the extreme take that our "leaders" took on the subject. So fighting with the extremists like rabbi kershevski, my very well be a fight for Jewish rational survival
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי חלק הבאלאנס האט דא הרב דר. מיכאל אברהם א מחלוקת מיט איינער מתן בנימין. בנימין האט גע׳טענה׳ט אז די געדאנק פון דן לכף זכות איז אָנצונעמען דוחקים וואס ״קענען״ זיין אמת, הגם לדונו לכף חוב איז מער מסתבר. אין אנדערע ווערטער, מ׳זוכט נישט דייקא די ״אנטאלאגישע אמת״ [ולכאורה הכוונה לקארעספּאַנדענס] ווי איידער אַן ״אמת קיומית״ [ולכאורה הכוונה צו עפעס ענליך צו פּרעגמעטיזם]. בנימין וויל דאס מקשר זיין מיט אקאם׳ס רעיזאר אז דארט אויך זוכט מען פשטות, אלס דאס ״קיומית״, אפילו וואו די מער קאמפליצירטע הסבר וואלט געווען מער אמת אלס ״אונטולוגית״. ער ברענגט אראפ:
און טאקע אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט:
וכמובן דארף מען אלס זיין קאגנייזענט צו די אייגענע פערזענליכע בּייעסיס אין דעם און וואס מ׳וויל זאל זיין די אמת.
הרב דר. אברהם דינגט זיך דערויף און האלט אז די געדאנק פון דן לכף זכות איז בעצם ווען על הכלל כולו איז עס באלאנצירט: צי ער איז אַן אדם פשוט ויש לדונו לכאן או לכאן, אדער אז זיין סארט זיין א מענטש איז אויך נכנס לחשבון, לדוגמא זיין זיין א צדיק מאכט שוין א מער דוחק לזכות מער פּראבּעבּל.ניתן לצרף כאן את הסיפור הידוע על הגר”ח מבריסק ששאלו אותו: לכל דבר שנברא יש סיבה ותכלית. לשם מה, אם כן, נברא שכל עקום? הגר”ח ענה: כדי ללמד זכות. הנחתו של הגר”ח היא שלימוד זכות אמור להיעשות בשכל עקום.
און טאקע אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט:
ער דינגט זיך אויך אויף דעם און זאגט אז די געדאנק פון אקאם׳ס רעיזאר איז צוצוברענגען צום מער מסתבר׳דיגן אמת אונתולוגית (וג״כ ממבט התלמודי).העולה מדברי כל הראשונים הללו, שגם בעת שדנים לכף זכות אין לעקם את השיקול ההגיוני. כאשר אנחנו רואים צדיק גמור רודף אחר נערה המאורסה, הפירוש שאשתו שלחה אותו להשיב לה משהו שהיא שכחה אצלה הוא הפירוש הסביר. לעומת זאת, אם נראה רשע שעושה זאת, הפירוש הסביר הוא שהוא רוצה לפגוע בה.
וכמובן דארף מען אלס זיין קאגנייזענט צו די אייגענע פערזענליכע בּייעסיס אין דעם און וואס מ׳וויל זאל זיין די אמת.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
א פלא ווי נידריג ביסט גרייט צו גיין פאר דיין מוטערלאנדקרעפלעך האט געשריבן:
ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
אבער דיין הסכמה אויף מיר איז א סימבאל פין דיין מהלך המחשבה. איך מאך עס מיין חתימה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
דער פראגע ''צו זאל מען געבן פאר קרישעבסקי נהנה צו זיין פון דעם ספק בשעת וואס ער געבט עס נישט אונז'' קוקט מיר אויס מאדנע. ס'טייטש די פארשטייסט אז עס קען זיין אז ער איז אומשולדיג, די פארשטייסט אז ס'קען מעגליך זיין ער איז געפאלן א קרבן צו א טעות אדער גאר א אויסעגרעכנטע בלבול נאר די זאגסט 'לאמיר זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם נאר אויסנוצן דעם פאקט אז ער האט זיך פארפלאנטערט כדי אים צו באצאלען פאר זיינע מעשים'.
דאס קען מעגליך בארואיגן א צייטווייליגן נקמה רייץ וואס פלאטערט אין געוויסע אבער איגנארירט דעם הארבערן פראגע: וואס טוט מען ווען עס קומט ארויס ערשטע אויבערפלעכליכע באשולדיגונגען אויף א מענטש? צו קויפט מען עס באלד אפ און מען לאזט זיך ארויס אויף א קרייץ ציג קעגן דעם מענטש און מען הענגט אים אין צענטער פון שטאט אדער געבט מען אים דאס מינימום שבמינומום און מען ווארט ביז פאליציי און די אינסטאנצן וועלן אויספארשן די זאך. און דאס איז נוגע יעדן פון אונז וויבאלד ס'קען געשען צו יעדן איינעם ווי מען זעט צענדליגע אזעלכע געשענישן. היינט איז עס דער פארפיינטעטע קרישעבסקי און מארגן ביסטו עס.