איך בין אויך א מענטש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

איך בין אויך א מענטש

שליחה דורך מי ימצא »

די נושא פון פרויען זאלן מעגן דרייוון, ליגט שוין אין מיין מח צוקוועטשט פון די 16 יאר.

איך וואלט הנאה געהאט אויב דער עולם קען אריינקומען מיט זייערע תגובות. ווי למשל -

וואס איז דער מקור פון דעם, - סאיז בכלל דא?

פארוואס אין די חסידישע וועלט איז עס אזוי אפגעפרעגט, - און ביי אלע אנדערע נישט.

האסטו אדער דיין ווייב עס דורך געבראכן, - געב ארויס עצות פאר אנדערע.

ביי מיך איז עס נישט געווען שייך ביז יעצט, נאר די חלק פון לאמיך אליינס מאכן מיינע באשלוסן אליין. ווארף נישט אלעס ארויף אויף אידישקייט.

לעצטנס איז מיך עס יא געווארן זייער נוגע, וואס עס וועט מיך אסאך פארגרינגערן און טאג טעגליכן לעבן. למעשה אבער ציטערט מיין מאן זייער שטארק פון די היט, וואס עס גייט קומען פון זיינע עלטערן אז אונז טראכטן אויב עס איז ווערד. (נישט גע'דאגה'ט דערווייל לערנט ער מיך אלעס אויס. שא! זאגטס נישט אויס.)

למעשה האבן אונז אפגעמאכט יא זיך צו ריקן ווייטער מיט די פלענער, נאך א זיסע מעשה'לע פון איינע פון אונזערע קינדער.

וואוינענדיג אין א גוישע געגנט, ווי ביי יעדע הויז איז דא געפארקט (ווייניגסטנס) צוויי קארס, איז כמעט נישט דא קיין קאר סערוויס. אובער ארבעט בכלל נישט.

איין טאג דארפענדיג ערגעץ צוגיין מיט א קינד, האט מיין מאן פלוצלינג נישט געקענט מיך נעמען. פאר מיינע קינדער איז עס געווען א גרויסע אנטוישונג. און אזוי אינמיטן טראכטן וואס צו טאהן ווייטער, רופט זיך אן דאס קינד ''מאמי, פארוואס קענסטו נישט זיין א נארמאלע מאמע אזוי ווי אלע מאמעס וואס דרייוון? ווען דו וואלסט געקענט דרייוון וואלסטו אונז געקענט נעמען.''

איינער קען מיך ביטע מסביר זיין וואס הרב 'אידישקייט' האט חוטא געווען, מיט דעם וואס מען ווארפט ארויף אלעס אויף זיינע שוואכע פלייצעס?

איך ווייס נישט, אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער מיט וועלכע חלק זענען פרויען אנדערש אז זיי טארן נישט דרייוון. ווער רעדט נאך פון טראכטן, השם ישמרנו ווי אזוי דיינע קינדער וועלן אויסקוקן, שרייען אנדערע. ווער זאגט אז דאס איז ריכטיגע אידישקייט? פארוואס זאל איך נישט קענען אויפציען מיינע טייערע, מיט א געשמאקע אידישקייט?!
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: איך בין אויך א מענטש

שליחה דורך פרנס החודש »

די מקור פון דעם איז אז בעצם האבן זיי נישט געגליכן אז די מענער דרייוון אויך נישט, נאר די מענער האבן זיך אנגעפיפן. מער ווייניגער
אזוי ווי די סמארטפאוינס היינט, א נייע זאך געווען און עס איז געווען א סטיגמע דערויף.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

ס'האט נישט מיט אידישקייט. ביי די אראבערס איז אויך אפגעפרעגט אז פרויען זאלן דרייוון, סאודי אראביע האט הערשאפט לעצטנס אנגעהויבן דאס ערלויבן. קען אפילו זיין אין אמעריקע איז עס אויך געווען פארבאטן, איך בין נישט באקאנט.

זעט אויס אז אמאל האט יעדער פארשטאנען צוליב א געוויסע סיבה אז פרויען דרייוון נישט, און חסידים זענען פשוט געבליבן ארגינעל. אין אנדערע ווערטער: ס'נישט אז חסידים האבן עס גע'אסר'ט, נאר זיי האבן עס פשוט קיינמאל נישט מתיר געווען.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

מיין טעאריע אויף דעם איז אזוי.
אמאל האט קיינער נישט געדרייווט אויסער די בעלי עגלות און אויב איינער האט געהאט אסאך געלט האט ער געהאט פריוואטע פערד און א אייגענע בעל עגלה. איינמאל עס איז שוין געווען קארס איז נישט געווען קיין סיבה פאר פרויען צי דרייוון די מענער האבן געדארפט פארן אין ארבעט און אוודאי איז אזוי געווען פאר די היימישע אידן/עס
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן ארבעטן/איינקויפן און נאך
ביי די ליטווישע און לינקס פון דעם האבן זיי נישט געהאט קיין כח אדער סיבה עס צי אסר'ן ביי די חסידישע האט מען געקענט האלטן קאנטראל און א יעדע נייע זאך איז דאך אסור בטעם חדש אסור מן התורה און אלס מער צייט איז אריבער איז דער איסור שטערקער געווארן.

נאך מיין חתונה האט מיך מיין ווייב געפרעגט וואס איך זאג צי די איידיע אז זי זאל זיך לערנען דרייוון, איך האב עס אוועקגעמאכט אז ביי אונז פירט מען נישט אזוי אבער עס האט מיך אנגעהויבן צי באדערן פארוואס טאקע נישט א שטיק צייט שפעטער האט זי מיך נאכאמאל געפרעגט און איך האב עס מתיר געווען,

די זעלבע די אויב ווילסטו דרייוון הייב אן פרעג קיינעם נישט וואס צי טוהן דארפסטו נאר זיין גרייט מיט די קאנסעקווענצן וואס קענען קומען דערמיט
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

היסטאריע האט געשריבן:איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
ליובאוויטש
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

היסטאריע האט געשריבן:איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
אין באבוב אין בארא פארק פלעגן פרויען אלס דרייווען (עכ"פ ביז אפאר יאר צוריק)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כ’האב געהערט פון הגאון ר’ שמואל ניימאן אז די מוסדות וואס לאזן נישט די מאמעס דרייווען קומט פון צד סטרא אחרא, ס’איז א פרומקייט / קרומקייט פון איינע פון די זשיהאד מוסדות אין שטאט מאנסי און אלע מוסדות טאנצען זיי נאך...
ס’איז א פארברעך בפרט אין א שטאט ווי מאנסי וואס טראנפארטאציע מיטלען זענען דארט זייער שוואך,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:מיין טעאריע אויף דעם איז אזוי.
אמאל האט קיינער נישט געדרייווט אויסער די בעלי עגלות און אויב איינער האט געהאט אסאך געלט האט ער געהאט פריוואטע פערד און א אייגענע בעל עגלה. איינמאל עס איז שוין געווען קארס איז נישט געווען קיין סיבה פאר פרויען צי דרייוון די מענער האבן געדארפט פארן אין ארבעט און אוודאי איז אזוי געווען פאר די היימישע אידן/עס
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן ארבעטן/איינקויפן און נאך
ביי די ליטווישע און לינקס פון דעם האבן זיי נישט געהאט קיין כח אדער סיבה עס צי אסר'ן ביי די חסידישע האט מען געקענט האלטן קאנטראל און א יעדע נייע זאך איז דאך אסור בטעם חדש אסור מן התורה און אלס מער צייט איז אריבער איז דער איסור שטערקער געווארן.

נאך מיין חתונה האט מיך מיין ווייב געפרעגט וואס איך זאג צי די איידיע אז זי זאל זיך לערנען דרייוון, איך האב עס אוועקגעמאכט אז ביי אונז פירט מען נישט אזוי אבער עס האט מיך אנגעהויבן צי באדערן פארוואס טאקע נישט א שטיק צייט שפעטער האט זי מיך נאכאמאל געפרעגט און איך האב עס מתיר געווען,

די זעלבע די אויב ווילסטו דרייוון הייב אן פרעג קיינעם נישט וואס צי טוהן דארפסטו נאר זיין גרייט מיט די קאנסעקווענצן וואס קענען קומען דערמיט
איך האב אפאר שאלות -

1. חדש אסור מן התורה - פארוואס אויב אזוי איז א וואש מאשין נישט חדש?

2. די שרייבסט די האסט מתיר געווען. מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון מילכיג און פליישיג, וואס מען דארף מתיר זיין א טאפ, צו א לעפל. למען השם וואס האט פרויען דרייוון מיט אידישקייט איינגעלייגט?!

3. אדרבה אז די האסט עס דורך געבראכן, געב ארויס אפאר עצות ווי אזוי צו דילען מיט די קאנסעקווענצן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אין קורצן איז אזוי.
די מקור פארשטייט זיך איז נישטא אזאנס אין די גאנצע זאך איז ב.ס. פינקט אזוי ווי די סמארטפון מערכה, נאר די מענער האבן זיך נישט געלאזט איז עווענטשעלי האט מען אויפגעגעיבען די מערכה און געפאוקעסט אויף די פרויען, ווי זאגט יענער, פארוואס באגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

בדידי הווא עובדא, מיין ווייב האט אנגעהויבען דרייווען, און איך האב אנגעהויבען באקימען היט פון מיין משפחה, איך האב געשפילט באליידיגט אויף זיי פאר אפאר טעיג און זיי זענען אלע געקימען לויפן זאגן סאררי זיי האבן נישט געמיינט צי טשעפענען און זייט דעמאלטס הער איך נישט מער קיין ווארט דערוועיגען.
לגבי מוסדות, ביי די הייליגער בעלזא מוסד ווערט מותר צי דרייוון אויב געט מען א יערליכע נדבה פון לכה"פ 10k (א היכי תמצא ווי איינער פון די ג' חמורות קען מותר ווערן) און וויבאלד איך האלט נישט ביים צאלן די פרייז שיק איך טאקע און א צווייטע מוסד וואס לאזט פרויען דרייון.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

מי ימצא האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:מיין טעאריע אויף דעם איז אזוי.
אמאל האט קיינער נישט געדרייווט אויסער די בעלי עגלות און אויב איינער האט געהאט אסאך געלט האט ער געהאט פריוואטע פערד און א אייגענע בעל עגלה. איינמאל עס איז שוין געווען קארס איז נישט געווען קיין סיבה פאר פרויען צי דרייוון די מענער האבן געדארפט פארן אין ארבעט און אוודאי איז אזוי געווען פאר די היימישע אידן/עס
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן ארבעטן/איינקויפן און נאך
ביי די ליטווישע און לינקס פון דעם האבן זיי נישט געהאט קיין כח אדער סיבה עס צי אסר'ן ביי די חסידישע האט מען געקענט האלטן קאנטראל און א יעדע נייע זאך איז דאך אסור בטעם חדש אסור מן התורה און אלס מער צייט איז אריבער איז דער איסור שטערקער געווארן.

נאך מיין חתונה האט מיך מיין ווייב געפרעגט וואס איך זאג צי די איידיע אז זי זאל זיך לערנען דרייוון, איך האב עס אוועקגעמאכט אז ביי אונז פירט מען נישט אזוי אבער עס האט מיך אנגעהויבן צי באדערן פארוואס טאקע נישט א שטיק צייט שפעטער האט זי מיך נאכאמאל געפרעגט און איך האב עס מתיר געווען,

די זעלבע די אויב ווילסטו דרייוון הייב אן פרעג קיינעם נישט וואס צי טוהן דארפסטו נאר זיין גרייט מיט די קאנסעקווענצן וואס קענען קומען דערמיט
איך האב אפאר שאלות -

1. חדש אסור מן התורה - פארוואס אויב אזוי איז א וואש מאשין נישט חדש?

2. די שרייבסט די האסט מתיר געווען. מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון מילכיג און פליישיג, וואס מען דארף מתיר זיין א טאפ, צו א לעפל. למען השם וואס האט פרויען דרייוון מיט אידישקייט איינגעלייגט?!

3. אדרבה אז די האסט עס דורך געבראכן, געב ארויס אפאר עצות ווי אזוי צו דילען מיט די קאנסעקווענצן.
1. ווי די איסור פון חדש גייט יא אדער נישט אן בין נישט איך מחליט
2. איך האב נאר געניצט די לשון פון מתיר זיין אלס מליצה
3. די איינציגסטע קאנסעקווענצן וואס איך ווייס פון איז מוסדות איז שיק איך טאקע אין אנדערע מוסדות
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

עס האט נישט קיין מקור. עס האט מיט קאנטראל.
ווי לאנג מיר וועלן זיך לאזן קאנטראלירן, וועט מען אונז קאנטראלירן.
.I got voices in my head.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

בת קול האט געשריבן:עס האט נישט קיין מקור. עס האט מיט קאנטראל.
ווי לאנג מיר וועלן זיך לאזן קאנטראלירן, וועט מען אונז קאנטראלירן.
א יעדע יחיד קען און דארף עס אפשטעלן אויב גייסטו ווארטן אז דער עולם זאל טוהן עפעס קענסטו ווארטן ביז משיח וועט קומען
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

יין שרף האט געשריבן:כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
דאכט זיך אז ער ברענגט פאר דעם א מקור פון די גמ' אנהייב פסחים אז ביי זיבה דערמאנט נישט די תורה מרכב ביי פרויען אזויווי ביי מענער, נאר מושב. די פראבלעם איז אז 1) אדרבה משם ראיה, דארט איז די גאנצע נידון נאר לשון נקייה, און אויב ס' וואלט געווען א ענין אז פרויען זאלן ענדערש נישט "רוכב" זיין, וואלט די גמרא גארנישט געקענט ברענגן א ראיה פון דארט אז די תורה האט געוואלט רעדן לשון נקייה, 2) דארט רעדט זיך פון רכיבה אויף א בהמה ווי ס' דא פיסוק רגליים אזויווי רש"י זאגט דארט אז דאס איז די פראבלעם (אויך נאר לגבי די לשון נקייה), וואס דאס איז נישט דא ביי א קאר.
אמת מארץ תצמח
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

פרויען מען אפשר דרייווען, אבער זיי קענען דאך נישט פארקען, ממילא האט מען גע'אסר'ט דרייווען.

ווי אויך וואלט מען געמעגט אסר'ן פרויען פין דרייווען שאפינג קארטס, זיי קענען נישט קאנטראלירן, און ווען זיי נעמען עפעס שטעלען זיי זיך אן אינמיטן דער אייל, און דער גאנצע עולם דארף ווארטן. אמת, מענער טוהן עס אויך, אבער מענער מעגן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יין שרף האט געשריבן:כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
אויף אייוועלט האבן זיי א שמועס דערוועגן עטליכע בלעטער
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p3459700
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יין שרף האט געשריבן:כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
אגב, א עקסטערע לייק פאר דיין מליצה לנ(פ)שותיכם....
וירח ה' את ריח הניחוח
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

סהאט נישט קיין שום פשט פיריעד . אגב עלטערע בחורים טארן אויך נישט דרייווען... נאר וואס דען זיי פייפן אן . טוסט די זעלבע זאך פייפטסט אויפן סיסטעם . זעצט ענק אריין אין קאר און פייפטס...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

שפילער האט געשריבן:סהאט נישט קיין שום פשט פיריעד . אגב עלטערע בחורים טארן אויך נישט דרייווען... נאר וואס דען זיי פייפן אן . טוסט די זעלבע זאך פייפטסט אויפן סיסטעם . זעצט ענק אריין אין קאר און פייפטס...
האסט ווייטער די זעלבע פראבלעם פון די מוסדות ווי ווייט איך ווייס שיקן בחורים נישט קיין קינדער אין מוסדות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בשיטה אויס האלט איך טאקע אז פרויען מעגן דרייוון, אבער אין איין אטעם זאג איך אז איך האלט אז זיי זאלן נישט דרייוון. נאר אויב זיי וועלן נעמען א טעסט אויף אכציג מייל א שטונדע אן גליטשן פון איין ליניע צום צווייטן, אדער אפשר שטיין ביי א סטאפ סיין פאר ווייניגער ווי דריי מינוט, און אויך דארף מען זיכער מאכן אז זיי זאלן נישט שארט סטאפן דעם וויהיקל אויף א פארנומענע שאסיי.

מיין חרם אויף פרויען דרייוון איז נאר צוליב זיכערהייט סיבות. (פאר די וואס וועלן נעמען פערזענליך, ביטע נעמט אין אכט אז דאס איז געשריבן געווארן אין א הומאריסטישן ליכט).
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
ליובאוויטש
ס'דא א תשובה פונ'ם ליובאוויטש'ער רבי אז ס'איז געוואנדען אין מנהג המקום
און בכלל דער ליובאוויטש'ער רבי האט נישט אזוי געגליכען דאס פירן אן אויטא אויך נישט בא מענער
פארשפארט