פארוואס האט א פרוי נישט געטארט עדות זאגן? פארוואס האט ר' שמעון בר יוחאי געזאגט נשים דעתן קלה עליהן? אוודאי ווייל ס'שטייט דאך קלאר כל כבודה, חכם איינער... איי וואס איז די שייכות? ווייל ס'איז שענער פאר א בת מלך צו זיין אינעווייניג איז זי מיטאמאל incompetent צו קומען טעסטיפייען אז זי האט געזעהן זעהן א לבנה, אדער אז זי האט געזעהן ווי ראובן מאכט א האלד אפ אויף שמעון און ווען שמעון האט פרובירט זיך קעגנצושטעלן אים גוט אנגעבויקערט - אזוי ווי דער מאן קען? וואס האט הודו מיט כוש? דאס האט נאר איין איינציגן לאגישע תירוץ: ווייל די וועלט (נישט נאר אידן) האבן אמאל געזעהן פרויען inferior צו מענער
אלס עד אחד נאמן באיסורים האט זי יא נאמנות, צו עדות זאגן אויף א גט בפני נכתב ונחתם איז א פרוי אויך באגלייבט, אפגערעדט אלס פה שאסר פה שהתיר איז זי באגלייבט פונקט ווי א מאן, און איך מיין אז די ליסטע גייט ווייטער.
און איך מיין נישט מיט דעם דיר צו כאפן ביים ווארט, נאר צו ווייזן אז די סיבה פארוואס פרויען זענען בד’’כ פסול לעדות איז נישט ווייל זיי זענען (ח”ו) אפגעריסענע housekeepers.
פארוואס יא ווייס איך נישט, אדרבה זאלן די ת”ח אריינקומען מיט וואס די מפרשים זענען מסביר, און נישט היימישע סברות.
אגב, אפגעזעהן ווער ס'איז דא גערעכט, די סטעיטמענט פון נשים דעתן קלות, ווען איינער זאגט דאס היינט אויף עני גרופע, וואלסטו גראד פארדעכטיגט צו יענער איז נישט פון די קו-קלוקס קלען... סא איך האלט ס'איז אביסל נאאיוו וואס דו ציטירסט פון חז"ל.
קען זיין ווען א באקאנטע סעלעב, אדער א פאליטישאן וועט זאגן אזא סטעיטמענט וועט עס גענוצט ווערן אלס א שטעקן אים צו שלאגן אז ער איז א סעקסיסט וכו’, אבער זוך ארום אביסל אויף סאשעל מידיע וועסטו טרעפן הונדערטער וויצן און quotes חוזק צו מאכן פון פרויען אויף אט די נושא פון דעתם קלה, און דאס קומט נישט פון אונז היימישע, נאר פון די גוי וואס הייבט אויף די טעלעפאן ווען מען רופט ווערייזען וכו’. נישט פון קיין kkk מעמבער. פאר יעדע וויץ אויפ’ן חשבון פון ביידנ’ס געזונט, וועסטו טרעפן פינף אויפן חשבון פון די פרויען.
: די פאקט אז דו דארפסט צוקומען צו די טענה פון אומגעוואונטשענע עלעמענטן טעקסי דריווערס איז שלעכטע נייעס, פארוואס דארף מען אפילו אזא justification? דאס איז א פרייע לאנד, קענסט נישט איינטיילן א גאנצע גרופע וואס יא און וואס נישט! בפרט ווען יעדער עגריט אז דאס האט נישט קיין שום פשט
די טעקסי נושא האב איך נישט געברענגט אלס א סיבה צו לאזן פרויען דרייוון, נאר צו ארויסשרייען די היפאקריסטוויע (קרעדיט: יצחקלאר) פון רבנים בימינו אז אפי’ ווען ס’איז א מצב פון באו מים עד נפש, האבן זיי נישט די גאטס, אדער כח, אדער שכל, צו ארויסקומען בקול רם מתיר זיין את אשר אסרו מדעתם.
וואס איז פונקט אזוי פונדאמענטליסטיש ווי א סאודי מוסלומענע גרופע - אין די זין
צום לעצט לאמיר נאכאמאל ארויסברענגן מיין פוינט.
על אף וואס ס’איז ביי אונז ליידער אויך איינגעווארצלט די אראפקוקן, צו אפי’ אביוז, אויף פרויען, טרעפן מיר נאכאלץ במשנת חז”ל הפלגות אויף פרויען שלא שיערום חברינו בטאליבאן ואפגניסטן. א שפחה כנענית איז איין זאך, און א ווייב, א פרוי, איז א צווייטע זאך.
קוק אביסל אויף די השפלות וואס די רעליגיעזע אראבער אין יענע לענדער טוען מיט זייערע פרויען וואס האבן זיך מכלומר’שט פארזינדיגט, און זאג מיר אויב ס’איז בכלל שייך צו טרעפן אין די אויגן פון זייערע איאטאלעס מיט שעיך’ס עפעס א משהו חשיבות און רעספעקט צום אנדערן מין.