מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

שאלתיאל האט געשריבן:דער פראגע ''צו זאל מען געבן פאר קרישעבסקי נהנה צו זיין פון דעם ספק בשעת וואס ער געבט עס נישט אונז'' קוקט מיר אויס מאדנע. ס'טייטש די פארשטייסט אז עס קען זיין אז ער איז אומשולדיג, די פארשטייסט אז ס'קען מעגליך זיין ער איז געפאלן א קרבן צו א טעות אדער גאר א אויסעגרעכנטע בלבול נאר די זאגסט 'לאמיר זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם נאר אויסנוצן דעם פאקט אז ער האט זיך פארפלאנטערט כדי אים צו באצאלען פאר זיינע מעשים'.
דאס קען מעגליך בארואיגן א צייטווייליגן נקמה רייץ וואס פלאטערט אין געוויסע אבער איגנארירט דעם הארבערן פראגע: וואס טוט מען ווען עס קומט ארויס ערשטע אויבערפלעכליכע באשולדיגונגען אויף א מענטש? צו קויפט מען עס באלד אפ און מען לאזט זיך ארויס אויף א קרייץ ציג קעגן דעם מענטש און מען הענגט אים אין צענטער פון שטאט אדער געבט מען אים דאס מינימום שבמינומום און מען ווארט ביז פאליציי און די אינסטאנצן וועלן אויספארשן די זאך. און דאס איז נוגע יעדן פון אונז וויבאלד ס'קען געשען צו יעדן איינעם ווי מען זעט צענדליגע אזעלכע געשענישן. היינט איז עס דער פארפיינטעטע קרישעבסקי און מארגן ביסטו עס.
מען רעדט נישט דא פין איינשפארען על סמך זה.
איך האב שוין כמה פעמים געזאגט אז איך בין נישט זיכער בנוגע זיין שולד, און גענוג אנדערע וואס האלטען זיך גאר שטארק מחולק מיט מיר עד כדי בזיון וכו', האבען אויך געשריבן אז זיי זענען נישט זיכער בנוגע זיין אומשולד. די שאלה איז נאר, אין קאפ, וואס נעמט מען אהן, יא אמת אדער נישט אמת? דאס איז עס, נישט קיין גרויסע נפק"מ למעשה, אוודאי טאמער מען זאל אים דארפען לייגען אין תפיסה פארדעם וואלט איך אפילו געשתדל'ט לטובתו.
אבער למעשה, היות ער איז א פ..., וואס לעבט אויף אונזער בלוט, און מען קען נאך מאריך זיין אין דעם, און א שטארקע ספק איז דאך דא, איז קומט אים נישט קיין סאך בעסער ווי אננעמען אז א שטארקע ספק איז דא.

פונקט ווי די לינקע נייעס האט געהאלטען אז יעדע עוולה פין טראמפ איז אמת לאמיתו, און מען דארף אויספארשען, און אזוי פארקערט בנוגע האנטער ביידען, אוודאי דארף מען וויסען דער אמת, אבער וואס האלט מען פארדעם, איז דא אויף וואס נאך צוגיין?

לדעתי יא, דער מענטש איז א בלוט דארשטיגער ועוד מדות מגונות, ממילא פארדינט ער נישט מער ווי ווען טאמער איז דא א קלאגע זאל ער מוזען אדורך גיין שבעה מדורי גיהנם און דארפען אפענטפערען יעדעס ראיה וואס איז דא כנגדו.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה

שליחה דורך טאמבל סאס »

לאמיתו של דבר פארשטיי איך נישט וואס איז די גאנצע קאכעניש. פארוואס ביז היינט ווען ער איז ארומגעגאנגען פארשעמען און באזידלען מענטשן ברבים על לא חטא האט זיך נאכנישט פארקאכט אזא היציגע געפעכט מיט איין צד צעשוידערט אדער אין געלעכטער אז א איד קען זיך אזוי באמאכן און א צווייטער צד פרובינדיג אים צו פארטיידיגן מיט אלע קרעפטן? איז נישט געמיינע אגרעסיע און שנאת בני אדם נאך אזא הארבע זינד אדער גאר ארגער פון א ארימען מענטשנ'ס נעבעכדיגע זוך פאר אביסל העפי טיימס?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

היסטאריע האט געשריבן:
קרעפלעך האט געשריבן:

ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין **** ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
א פלא ווי נידריג ביסט גרייט צו גיין פאר דיין מוטערלאנד
אבער דיין הסכמה אויף מיר איז א סימבאל פין דיין מהלך המחשבה. איך מאך עס מיין חתימה.


העי, וואס איז געשעין מיט @קאך_לעפעל'ס הסכמה אויף דיר? :lol: :lol: :lol: :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט