גוי'שע תאוות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מתבודד האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
דערמאנסט פון די סאטמערע אינגערמאן, א משיח’יסט האט אים געפרעגט וואס ער וועט טון אויב משיח קומט, און אויפ’ן אייזל זיצט נישט קיין צווייטער ווי די רבי (הרמ’’מ), האט ער אים געענטפערט וואס וועסטו טון אויב משיח קומט און אויפ’ן אייזל זיצט גאר יאשקע אליינ’ס. והה’’ד לענינינו...

א אינטערעסאנטע שאלה, אבער די תשובה איז זייער פשוט, ס'דא געוויסע זאכן וואס פארלאנגט זיך פון איינעם אויף צי זיין דעם משיח (כדאיתא ברמב"ם)
איז ממה נפשך, אויב קומט יוזל נישט נאך די פארשריפטן קענען רייטן אויפן אייזל ביז מארגן ער איז דאך נישט משיח, ווידער אויב קימט ער נאך די פארשריפטן, איז ער דער משיח ביי דיפאלט, ווי מאדנע ס'הערט זיך צי זאגן יחי אדוננו מורינו יאשקע מלך המשיח לעולם ועד, וועט מען דארפן מקבל מרות זיין, און ער וועט זיין פארנימען ווייזן מיטן פינגער....
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איינער האט דא א תאוה פאר פעפעראני פיצא?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

וואלווי האט געשריבן:איינער האט דא א תאוה פאר פעפעראני פיצא?
נאר אויב ס'האט טשיז!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איין מינוט, לאמיר דאס צולייגן. בעצם וואלט דא נישט געדארפט זיין קיין איסור. דאס ווייסט א יעדער בר בי רב אז עשה דוחה לא תעשה, מילא קומט די עשה פון טשיז און איז דוחה די ל"ת פון די פעפעראני. נאר ביי דעם פאל קומט ארויף א קאמפליקאציע, ווייל עשה דול"ת איז נאר אויב אלעס איז פשוטע ל"ת'ס, אבער פעפעראני ערהאלט אין זיך חלב וואס איז א כריתות, און לגבי כרת איז דא א כלל אז אין עושה דוחה ל"ת שיש בו כריתות.

אמנם, דא איז אויך דא די איסור פון בשר וחלב. אבער אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור קען זיין אז מ'וועט קענען מאכן אזא מאך אוועק דעם פעפעראני מק"ו, מה-דאך ס'איז אויס כריתות, אודאי און אודאי איז עשה דוחה ל"ת, ויאכלו ענוים וישבעו.

וואס זאל איך אבער טוהן אז די איסור וואס ווערט נגרם מצד די טשיז, איז חל אויף דעם איסור פעפעראני דורך שטיקלעך טשיז וואס זענען חל אזוי פליעדיגערהייט ארויס פון צווישן די אפגעארבעטע און דיקע ציצילישע גבוירענע פינגער שפיצן, און ערשט נאך אזא שוועב, טרעפט די קעז אביסל מנוחה פון העכער די פעפעראני, איז אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור, דעמאלטס ווערט מותר דוקא די קעז, וויבאלד מ'קען טענה'ן אז אין איסור חל אויפ'ן איסור ארויף, וא"כ איסור פעפעראני עדיין קיימת.

***

טייערע @דער גאלדענער אדלער,

כ'האב שטארק פרובירט דורך ע' פנים לתורה, אז כ'זאל דיך מעגן מכבד זיין מיט א הייסע, טשיז באבעלדיגע, קריספי טייגעדיגע, צונג אפבריעדיגע פערסאנעל פיי. אוי לי ולך אז די טויערן אויבן אין הימל זענען פארשפארט געווען. זעהט אויס אז עדיין השטן מרקד און ס'איז נישט געווען באשערט.

מסתם ווייל ס'נישט געווען די ריכטיגע זמן...

יום ה' לסדר והר סיני עשן כולו וגו'
דיין פריינד, וואלווי
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן: ניין!!
מענער ווילן אויך קויפן קליידער וואס איז נישט שחור/לבן און נישט אזוי חסידישע
אויסמישן צווישן מילכיגס און פליישיגס איז אויך לאו דווקא נוגע פאר ווייבער מער ווי א צווייטע גענדער
לצערי איז דא אסאך פרויען וואס מיינען אז נאר זיי ליידען, און נאר זיי פייניגט מען.

אנטשולדיגט אויב מי ימצא איז נישט פון די.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואלווי האט געשריבן:איין מינוט, לאמיר דאס צולייגן. בעצם וואלט דא נישט געדארפט זיין קיין איסור. דאס ווייסט א יעדער בר בי רב אז עשה דוחה לא תעשה, מילא קומט די עשה פון טשיז און איז דוחה די ל"ת פון די פעפעראני. נאר ביי דעם פאל קומט ארויף א קאמפליקאציע, ווייל עשה דול"ת איז נאר אויב אלעס איז פשוטע ל"ת'ס, אבער פעפעראני ערהאלט אין זיך חלב וואס איז א כריתות, און לגבי כרת איז דא א כלל אז אין עושה דוחה ל"ת שיש בו כריתות.

אמנם, דא איז אויך דא די איסור פון בשר וחלב. אבער אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור קען זיין אז מ'וועט קענען מאכן אזא מאך אוועק דעם פעפעראני מק"ו, מה-דאך ס'איז אויס כריתות, אודאי און אודאי איז עשה דוחה ל"ת, ויאכלו ענוים וישבעו.

וואס זאל איך אבער טוהן אז די איסור וואס ווערט נגרם מצד די טשיז, איז חל אויף דעם איסור פעפעראני דורך שטיקלעך טשיז וואס זענען חל אזוי פליעדיגערהייט ארויס פון צווישן די אפגעארבעטע און דיקע ציצילישע גבוירענע פינגער שפיצן, און ערשט נאך אזא שוועב, טרעפט די קעז אביסל מנוחה פון העכער די פעפעראני, איז אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור, דעמאלטס ווערט מותר דוקא די קעז, וויבאלד מ'קען טענה'ן אז אין איסור חל אויפ'ן איסור ארויף, וא"כ איסור פעפעראני עדיין קיימת.

***

טייערע @דער גאלדענער אדלער,

כ'האב שטארק פרובירט דורך ע' פנים לתורה, אז כ'זאל דיך מעגן מכבד זיין מיט א הייסע, טשיז באבעלדיגע, קריספי טייגעדיגע, צונג אפבריעדיגע פערסאנעל פיי. אוי לי ולך אז די טויערן אויבן אין הימל זענען פארשפארט געווען. זעהט אויס אז עדיין השטן מרקד און ס'איז נישט געווען באשערט.

מסתם ווייל ס'נישט געווען די ריכטיגע זמן...

יום ה' לסדר והר סיני עשן כולו וגו'
דיין פריינד, וואלווי
האף מיר אז די תשובה וועט אריינגיין אין שו"ת זאב יטרף חלק כ"א.
וירח ה' את ריח הניחוח
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

קהל'ס נער האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן: האסטו נאך א גויאישע תאווה. ווערן זאט פון איין 16oz Dunkin קאווע זיבן אזייגער אינדערפרי
פארוואס א גויאישע תאווה?
מותר לכתחילה ,(לשיטת הגר"מ פיינשטיין)!

אגב א טעיסטערטשויס קאווע פון בעסמעדריש איז בעסער פון א דאנקין קאווע, ס'זעיט נאר אויס גיט ווייל מען טאר נישט.
ס'איז א ווערטל אויף די אידישע נטי' פון מאכן פיר ביז זיבן קאפיס א טאג...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: גוי'שע תאוות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ידידי היקר @וואלווי

דו מאכסט א שיינעם פעפעראני טשיז פשט'ל, און אזוי ליינענדיג און עס אפלערנען'דיג זעה איך דיך קעגן איבער מיר ווי דו זיצט דארט אזוי ערענסט מיט דיין פעדער'ל אין דיין רעכטע האנט און יעדע פאר סעקונדעס טינקסטו איין די שפיץ פונעם פעדער אין די שווארצע טינט קוקסט אויס ממש ווי דזשעימס מעדיסאן ווען ער איז געזעצן פארטיפט שרייבענדיג דעם אמעריקאנער קאנסטיטוציע.

טראכסט פאר א מינוט, גיבסט א הייב אויף דיין לינקע האנט און גיבסט א שארפע דריי מיט די קאפ פון רעכטס צו לינקס כאילו דו האסט געכאפט דעם טוטער! א גוטע סברה פארוואס יא מתיר זיין. אבער גלייך דערנאך באמערק איך ווי דיינע אויגן דרייען אנה ואנה (ווי @שאלתיאל'ס אויגן) און א לאנגע אנגעצויגענעם אטעם קומט ארויסצוגיין פון דיינע נאז לעכער, בשעת דיינע לעפצן זענע הערמאטיש פארמאכט איינס אויפן צווייטן און נאר די שפיצן פון דיין לאנגע בארד האט געהאט פראטעקציע חוצץ צו זיין צווישן דיינע לעפצן.

מ'קען ממש שפירן אין די לופט די אנגעצויגענקייט פון דיין מוח ווי ס'שליט על הלב. דיין הארץ זוכט א היתר און וויל זיך באלעקן מיט די פיינע ווייסע הייסע ציענדיגע טשיז וואס איז צוגאסן איבער די לענג און ברייט אויפן רויטע פעפעראני, ווי הייסע קאכעדיגע פארעמלויזע לאווא וואס גאלאפירט ווי א נחלה בלי מצרים, און ווערט פארקלעבט אויף די הייסע ווייכע טייג ווי מיין שוויציגער פייכטער אינטערהעמעד אויף מיין קלעבעדיגער נאסער לייב נאכ'ן שבת נאכמיטאג שפאציר, מ'קען ליינען אין די לופט דיין תאווה אריינצובייסן אין די ראפאגאש טייג וואס ליגט דארט אויפן הולצערנעם טאץ ווי א פארשלאפענעם עצל.

לאז אפ דיין מח פאר א טשעינדזש און ארבייט מיט דיין הארץ אולי ואולי, אפשר דאך עפעס א היתר, אפשר קענסטו עפעס אויסארבייטן עפעס א היתר בדרך פרד"ס? זוהר, עפעס, פארט איז פארהאן ע' פנים לתורה. אפשר קענסטו אינאיינעם מיט @מי אני געפונען עפעס א מאטעמאטישע וועג אריין אין א פעפעראני ?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הערליך הערליך מיסטער אדלער.

יותר ממה שקראתי כאן אכלתי שם.

ס'איז אן אור חוזר. ווען די וואלסט גוט געקוקט, וואלסטע באמערקט אז די פאפיר איבער וואס איך שרייב איז גאר אנגעפילט פון פעטע קעז'דיגע פינגערפרינטס. די זקנים געבן דאך אלס איבער דעם כלל "אז פאר א קראנקען פרעגט מען און פאר א געזונטען געבט מען". גלייב מיר, ווען מיר שמעקען נאר די ריח ניחוח פון די פרישע טייג און קעז, גייען מיר זיך נישט אראפזעצן נישט מיט קיין פעדער און נישט מיט קיין פארמעט, נישט אסר'ן און נישט מתיר'ן, נישט פרעגען און נישט פארענטפערן. נאר תיכף ומיד, אזוי ווי די הייליגע בארדיטשוב'ער דעם ערשטען טאג סוכות ביים עלות, ווערען מיר אריינגעטוהן אינעם לא תחסום בדישו, די מכלות שיניים ומשיבות נפש'דיגע סארט, און ווי וואס ווען גייט ארויף די ריח ניחוח פונקט ווי פון די פרים הנשרפים נאך תרומת הדשן.

ערשט נאך אזא high קומען חידושים...

לחיים.

-----
נישט פארקרוכען פון גוי'אישע תאוות צו יודישע תאוות
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

מי ימצא האט געשריבן:
קענען קאכן חופשי, אן דארפן פונאנדערשיידן בין מילכיג לפליישיג.
דעיס איז מער אז דו האסט נישט ליב א געוויסע הלכה.
איך האב געפענט די אשכול פאר תאוות וואס א איד גייט קינמאל נישט פארשטיין און טון.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

~ טוישן די רעדלעך פון די קאר, און ארויפלייגן על אי די לייטס, שבת על הבוקר.
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
~ וואוינען אין די בראנקס.
~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
~ זיך כתובת קעקע'ן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: גוי'שע תאוות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קהל'ס נער האט געשריבן:~ טוישן די רעדלעך פון די קאר, און ארויפלייגן על אי די לייטס, שבת על הבוקר.
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
~ וואוינען אין די בראנקס.
~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
~ זיך כתובת קעקע'ן.
בקיצור, צו זיין א פאטריקאנער אדער א טונקל הויטיגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

פארוואס טאקע איז די איינציגסטע piercing ביי ווייבער אויעררינגליך?
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

די אמהות האבן זיך יא געפירט צו האבן מער
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

מיינע גוי'שע תאוות איז
קענען האבן אינטערנעט אן א פילטער
עסן עכטע פאטין
גיין מיט קאלירטע קליידער/קורצע הויזן
נישט דארפן דאווענען
אן קיין גילטי פילינגס
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

קהל'ס נער האט געשריבן:~
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
איך ליג נישט אין געימס אבער איז נישט ביידע די זעלבע געדאנק; א געים פון ווידיא סאפטוועיר? עניוועי, געימינג האב איך שוין דערמאנט...
קהל'ס נער האט געשריבן: ~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
מיר האבן ב"ה פילע חסידים פון רבנים ודיינים, מעריצים פון משפיעים; זילבערבערג, בידערמאן, פראנק, (שפיטיווקא?) וכו' פענס פון זינגערס וילדי פלאים, אוהדים פון דרשנים, אנהענגער פון דזשורנאליסטן... און די ליסט גאוס אן.

שוין געזעהן פרויען מיט קאלירטע שייטלען פורים מער ווי איינמאל, ואידך פרישא זיל גמור.

כ'גיב דיר רשות זיך צו נעמען איבער מיינע עצמות בכבוד גדול

-------
נאך א זאך: מיי ספעיס איז א נושא ביי מילעניעלס, זיי רעדן דערפון מיט נאסטאלגיע. קוקט אויס דער עולם בענקט זיך שטארק דערויף
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

סאנטיאגא האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:~
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
איך ליג נישט אין געימס אבער איז נישט ביידע די זעלבע געדאנק; א געים פון ווידיא סאפטוועיר? עניוועי, געימינג האב איך שוין דערמאנט...

קהל'ס נער האט געשריבן: ~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
מיר האבן ב"ה פילע חסידים פון רבנים ודיינים, מעריצים פון משפיעים; זילבערבערג, בידערמאן, פראנק, (שפיטיווקא?) וכו' פענס פון זינגערס וילדי פלאים, אוהדים פון דרשנים, אנהענגער פון דזשורנאליסטן... און די ליסט גאוס אן.

שוין געזעהן פרויען מיט קאלירטע שייטלען פורים מער ווי איינמאל, ואידך פרישא זיל גמור.

כ'גיב דיר רשות זיך צו נעמען איבער מיינע עצמות בכבוד גדול

-------
נאך א זאך: מיי ספעיס איז א נושא ביי מילעניעלס, זיי רעדן דערפון מיט נאסטאלגיע. קוקט אויס דער עולם בענקט זיך שטארק דערויף
ויש לחלק.
א געימער.
איז א מהות פון א מענטש, אזוי א ר' חיים קנייבסקי ביי אינז, איז ביי זיי דא א געימער, ער ארבעט נישט, עסט נישט, שלאפט נישט, ער קען זיין 40 יאר אלט און וואוינט אין זיין טאטע'ס הויז, זיי האבן א טענדענסי צי זיין אביעס, ער געימט יום ולילה ולא ישבותו א מתמיד עצום אין אונזער שפראך.

שפילן מיינקרעפט.
איז פשוט א נער'ישע געים וואס אפילו (א.ג.) נערמאלע גויים שפילן.

סאנטיאגא: גלייב מיר ס'טיט מיר מער וויי :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט