@מי אני איז גערעכט,
@העניך איז גערעכט און
@בת קול איז גערעכט.
@סמבטיון איז נישט גערעכט און רעדט ווי א טיפישער בעלזער "פאר דער גאס".
איך בין אן איקס בעלזער (טאמער איז דאס נישט קיין סתירה מיניה וביה) און איך בין געווען א פולקאמער חסיד מן השורה, וואס האט א דאפלטער באדייט טאמער קען מען דעם בעלזער אויסשפרעך פון "שטיין אין דער שורה". איך בין שוין היינט נישט דארט בגוף אבער בנפש קען איך נישט און וויל איך נישט מיך געזעגענען. און פאלג נאך די ענטוויקלונגען דארט און אויך פון דעם רב'ס פערזענליכן וואוילזיין.
דער רב איז פון די איינציגסטע רבי'ס בדורנו וואס הרבי הזה אומר דרשוני. ער איז ווערד די צייט און אנשטרענג אים צו באשרייבן. נישט צוליב זיין צדקות, גדלות אדער אנדערע רבי'שע זאכן נאר ווי איינס פון די שטערקסטע נאך-קריג חרדי'שע פירער. עס איז אפגערעדט אז צווישן די מורישקעס פון היינטיגע מנהיגים בכלל און חסידישע רבי'ס בפרט איז ער משכמו ולמעלה. ער זעט און פארשטייט די פגעי הזמן און ער דערשרעקט זיך נישט פון לעזונגען אפילו ווען לויט אונזערע מושגים זענען זיי ראדיקאל.
ער איז צום ערשט און צום לעצט א פירער. אינגאנצן זעלבסטשטענדיג, טוט מה שלבו חפץ, רעכנט זיך ווייניג מיט אנדערע, און בדרך כלל דורך זיין שטארקן כאראקטער פירט ער אויס. ער איז אויך זייער גוט אין אידענטיפירן טאלאנט אין אנדערע און זיי מחזק זיין און זיי לאזן זיך ענטוויקלען און פערזענליך וואקסן. אהרן פרידמאן און זיינע ביכער, יהושע פינק און זיינע חינוך דרשות, ירמיה דאמען און בכלל מוזיק און זינגען, מחברי ספרים ווי שפת אמת (יא, דער גערער!) וואס א בעלזער האט באארבעט, אסאך פאר דעם האט א בעלזער אויך באארבעט און איבערגעדרוקט ראשית חכמה נאך איידער אס איז געווען די מאדע איבערצודרוקן יעדער אלטער ספר. אן אריינצוגיין אין דער איכות, זענען די אויבנדערמאנטע פאפולאר אין דער חרדי'שער גאס און ער האט זיי אויפגעהאדעוועט און מחזק געווען. נישט נאר האט ער ליב טויש, "טשעינדז'", נאר ער זוכט עס אויס. ער פארעקלט זיך פון פאר'עיפוש'עכץ, ער קען נישט סובל זיין שמאלקעפיקייט און זיין גאנצער לעבן האט ער אויסגעקערט שפינגעוועבעכץ. אסאך מאל איז ער מהרס פשוט לשם הירוס און אסאך מאל אויף אריינצוברענגען עפעס פריש. אין דעם זינען איז ער גאר מאדערן.
א לאנגע צייט פאר אנדערע, האט ער פארשטאנען דער סוד פון "ברענדינג" (branding) און אין זיינע פריע יארן האט ער געמאכט פאר בעלז א לאוגו פון א קרוין און א פייער, זיין ערשטער רעקארד\קאסעט איז געווען א היט בימים ההם מיט מונה ראזנבלום, זיינע חנוכה קאפעליע ספעקטעקאלן, מאכן פון דער "שטייעדיגע תורה" אן אינסטיטוציע פאר א יערליכער keynote address ווי איידער אפאר געזעגענען ווערטער וואס עס איז אמאל געווען. דאס אלעס האט אויסגעפיקעוועט די אויגן פון די צוקוועטשטע כאניאקעס און צוגעצויגן צו אים חסידים מיט א מער מאדערנערע אויסקוק.
ער פארשטייט אויך דער כוח פון "ווייכער מאכט" (soft power) מיט עלים לתרופה, אור הצפון, ניגונים און מוזיק. זיינע טישן און אריינקומען און ארויסגיין ביים דאווענען זענען שטארק טיאטעריש, מיט שושקעס און ווארעס (היינט שוין ווייניגער וויבאלד עס איז גרעסער און די טיר איז נאנט צו זיין זיץ) און קלאפן ביים דאווענען מיט א paddle אויף א קישן. איידער ער האט געבויט זיין גרויסער שול האט ער געמאכט אלע סארט עקספערימענטן אין דער אלטער ישיבה אין רח' אגריפס איבער אקוסטיקס און שפעטער נאך ער איז אוועקגעגאנגען האט ער עס גערופן בלשונו הזהב א "שטאל". און ווער קען פארגעסן די טעלעוויזיע קאמערעס וואס ער האט געברענגט צום ובאו כולם טיש וואס מען האט בשעתו געווערטלט "ובאו פילעם". כאטש ער איז א פיינער רעדנער איז עס אויך אויף א מאדערנער אופן. זיינע תורה'ס זענען שוואך. אויסגעצויגן אפילו אויף שעות מיט סתם געטייטשטע פסוקים און מדרשים אבער גארנישט בליצנדיג און קוים אויף נאכצוזאגן. ווי ער צייכנט זיך יא אויס איז מער אויף א מאדערנעם אופן יאז ביי זיינע דרשות מיט א שיינער מליצה אדער turn of phrase וואס רעדט נישט אזוי שטארק צו אונזער עולם און נאך ווייניגער צו זיין עולם. דעריבער גייען טאקע אסאך פון זיין פעהיגקייט, אפנהייט, און מאדערנקייט לאיבוד. נישט יעדער האט געליינט און איינגעזאפט וואס ער האט געליינט און זיינע בליצן פאלן אויף טויבע אוירן. עס האט אבער אן עפעקט או פארדעם טאנצן די בעלזער הויך אשרינו מה טוב חלקנו, נאך א פאפוליסטישע און רעכט זינענדיגע ניגון וואס מען האט פארפאסט אין זיין חצר.
רוב פון די אויבנדערמאנטע זאכן זענען אבער לכשעצמם נוטראל כלפי אידישקייט, נישט פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו, און פשוט א געוויסער סטיל. נאר בדורנו וואס די וועלט טוישט זיך אזוי שנעל און אזוי עקסטרעם, האט א מנהיג ווי אים וואס ווערט נישט נתפעל פון טויש און פארקערט ער כאפט עס און האלצט עס צו זיך צו א געוואלדיגע מעלה. נישט נאר שעדיגט עס אים נישט נאר ער טוט עס נאך פאראידישן און פארהיימישן און אזוי איז ער כלומר'שט מעלה דערפון די ניצוצות. מרדכי בן דוד האט געהאט זיינע ערשטע היטס סוף פון די זיבעציגער יארן, האט בעלזא באלד געהאט זייערע אייגענע און אנגעהויבן מיט א הקפה ניגון בקבלה פון רבי ר' בער און שאו שערים פון דעם יושב ר' מרדכי פעלץ. ער האט געהייסן ארויסגעבן א סידור וואס קיינער קען נישט חושד זיין אז ס'איז נישט נשפע פון ארטסקראל, אבער ס'פארדינט אויך א שיינע הכנסה פון אלע בעלזער שילן און ישיבות און יחידים וואס קויפן נאר דעם היימישן סידור.
דאס אלעס ווייזט אז ער האט אמביציע, ער איז חיטרע, א געניטער חברה'מאן, טאקע א פירער אויך, אבער, ווי
@העניך האט מרמז געווען, דאס האט נישט קיין סאך מיט א פערזענלעכער כאראקטער וואס פארלאנגט "הערצה". אסאך דיקטאטרון אדער קאמפאני דירערקטורן בויען אויף און מאדערניזירן זייערע מדינות אדער ביזנעסן און דאס מאכט זיי נאכנישט קיינע בני עולם הבא. עם בי עס פון סאודיע אראביע מאדערניזירט זיין קעניגרייך אבער אויך האט ער צוזעגט זיינס א געגענער.
איבער זיין פערזענלעכן לעבן איז דער בעלזער אויך פיל מער פראבלעמאטיש. ער יאגט נאך זיינע באקוועמליכקייטן עד דיוטא התחתונה, ער האט נישט קיין טראפ עמפאטיע צו אנדערע, ער פלעגט לאזן ווארטן שעות ביי ברית'ן און חופות ווען חתן־כלה, באבעס און זיידעס און געסט שטייען אלע און ווארטן פאר משיח, לאזן ווארטן ביים דאווענען און נאך און נאך וואס יעדער בעלזער חסיד ווייסט דערפון צי עס שטערט אים יא אדער נישט. ער פארברענגט כמעט נישט סתם מיט יחידים. קוויטלעך איז א גרויסער עולם מיט אמאל, ווען ער רעדט איז עס געציילטע ווערטער און געמורמלט אז קוים הערט מען, א שמייכל איז זעלטן, ער האט נישט קיין געדולד פאר שיחת חולין (small talk), און רוב צייט איז ער פארשלאסן מיט די וואס ער פארשטייט זיך מיט זיי. עס איז טאקע היינט א ריזיגער עולם און פארדעם איז טאקע דער דיסקאנעקט גרויס. נאר וויבאלד דער ברענד איז שטארק און בעלז שטייט היפש בעסער ווי אנדערע שפירן זיך די בעלזער גוט. נאך א סוד זיינער איז אז ער הונגערט אויס זיינע חסידים פון ליבשאפט. יעדער בעלזער חסיד חלש'ט פאר זיינעס א גוט ווארט אדער א שמייכל אדער כאטש אים צו אנערקענען אבער ער געט נישט קיין אינטש. די חברה האלטן אין איין נאכלויפן פאר דאס וואס זיי ווייסן זיי וועלן קיינמאל נישט באקומען.
איינער האט דא געשריבן איבער זיין תלמיד חכם'שאפט און לאמיר נישט איבערטרייבן. קיין עם הארץ איז ער נישט און טאקע ווייט דערפון, ער קען גוט מדרשים און דער סחורה וואס ביי א רבי איז עס stock in trade אבער דאס מאכט אים נאך נישט קיין תלמיד חכם. ער האט נישט ליב צו לערנען און ער רעדט כמעט נישט מיט בחורים אין לערנען. ער איז אן איש המעש, ער האט ליב צו בויען, חרוב מאכן אלטע זאכן לשם אויפצופרישן אדער סתם ווייל ער דארף כסדר טויש און שינויים. עס איז אויך א מיטל צו פלעקסן מוסקלען בפרט אין א געזעלשאפט וואס הענגט זיך אן אין היסטאריע און מנהגים בהררי קדם און דווקא ער ווייזט אז ער קען שאפן אייגענע מנהגים און ער אליין איז אויך פון די הררי קדם. און דאך איז ער מצליח איבעראל אנצוקומען מיט אן ארמעי פון שיך און זאקן יונגעלייט. מאידך, האלט עס אויך דעם עולם אינטערעסירט און ענגעיד'זד ווייל יעדער מאנטיג און דאנערשטיג איז דא א נייער עובדא מיט א ניגון אדער אן "על ידי" און דאס גלייכן.
המשך יבוא בל"נ