די אידן און פסיכאלאגיע
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
די אידן און פסיכאלאגיע
אריינפיר
א באקאנטע פאלקס ווערטל לויטעט אז פינף אידן האבן פארמורלירט די כללים פון די מענטשליכע געזעלשאפט ''משה האט געזאגט אז דער תורה איז אלעס. ישו האט געזאגט אז ליבשאפט איז אלעס. מארקס האט געזאגט אז געלט איז אלעס. פרויד האט געזאגט אז **** איז אלעס. און איינשטיין האט געזאגט אז אלעס איז רעלאטיוו''. לייגענדיג דעם געלעכטער אין א זייט קען מען נוצן דעם קלישע ''אסאך פעדערן זענען שוין צובראכן געוווארן און אסאך טינט אויסגעגאסן '' אויפן מערקווערדיגן פראגע פון דער אידישע 'געניוס'. דער פאקט אז אידן צייכענען זיך אויס אין אזויפיל פעלדער אין זייערע איינפלוס איז טויזענט מאל מער אין פראפארציע צו זייער פיצי פראצענט אין דער באפעלקערונג. אין וועלכע פעלד מען נייגט נאר דעם בליק באגעגנט מען די אידישע פינגערפרינטס, זאל עס זיין פילאסאפיע ( לעווינאס, פאפער, לודוויגשטיין, אראנדט, קארל מארקס, בערלין, רוזנצווייג, הארבערט מארקאזע די פראנקפורטע חבורה ) ליטעראטור און פאעטרי (קאפקא, היינע, פראוסט, שלום עליכם, יצחק באשעוויס זינגער, אלי וויזל, דזשאסעף העלער) דיפלאמאטיע און פאליטיק (ד'יזראעלי, הערצל, טראצקי, קיסינדזשער, אלברייט) סייענס (איינשטיין, סילארד, אפענהיימער פרענקלין און דער מאנהעטן פראיעקט) טעכנאלאגיע און הייטעק ( לארי פעידזש און סערגיי ברין, מארק צוקערבערג, יאן קים ) ביזענסלייט און עשירים (ראטשילד פאמיליע, העלענא רובינשטיין, אסתי לאודער, שלדאון עדלסאן, ספרא פאמיליע, דזשארזש סאראס) קאמידיען ( עימי שומער, דזשאן סטאיארט, לארי דייוויד און דזשערי סיינפעלד) ווייטער האבן מיר קארל לאנדשטיינער, פאול ארליך, יונה סאלק, זיגמונד מארקוס, פעליקס מענדעלסאן, הארי האדיני, זיגמונד פרויד, פריץ האבער, אמאמדו מודיאליאני, מארק שאגאל, נועם חאמסקי, דניאל כנהמן, יובל נוח הררי, ליזה מייטנער, און דב מורן . פון אטאם ביז גוגל, פון USB ביז כימאטעראפיע, פון אטאמאביל ביז סנאפטשאט, וואצאפ, גוגל, וועיז, כעמישע וואפן, פילן און שחמט. פון ציוניזם ביז מארקסיזם, סאציאליזם און קאמיניזם און כ'שטעל מיך דא אפ פאר איך פיל אן עטליכע בלעטער מיט אידישע טעאריעס, ערפינדונגען און אינפלוסרייכע פיגורין פון אידישן אפשטאם. 1
דא אין קאווע שטיבל איז שוין פארהאן אן אשכול וועלכע טוט דורך דעם נקודה און ברענגט ארויף פארשידענע טעאריעס און שפעקולאציעס איבער דעם ערשיינונג. היינט וויל איך מאכן א קלאוז-אפ אויף איינער פון די פעלדער ווי די אידעלאך האבן זיך עקסטער אויסגעצייכנט אפילו אין פארגלייך צו אנדערע פעלדער און דאס איז : פסיכאלאגיע.
ווען מען ליינט, שטודירט אדער מען טוט אין פסיכאלאגיע שטייט מען געפלעפט אנטקעגן דעם סיטואציע וואס שפילט זיך איבער נאכאנאנד. א ריזיג טייל פון טעאריעס, שיטות, און עקספערימענטן גייען צו בערך אזוי '' שמערל האט געטראפן בערל און האבן פאבריצירט א טעאריע. שפעטער זענען געקומען זייערע תלמידים זרח און ברוך און פארברייטערט דעם טעאריע אדער זיך געקריגט דערויף און זיך ארומגעאמפערט צווישן זיך''. דער שילדערונג איז אביסל איבערגעטריבן אבער דער באשטייערונג פון אידן צו פסיכאלאגיע איז פרעצעדענטלאז און גענצליך פראפארציעלאז. צום ביישפיל, אין 2002 האט דער .American Psychological Association פובליצירט א ברייטע אנקעטע איבער די הונדערט מערסט איינפלוסרייכע פסיכאלאגן פונעם 20'טע סענטרי. 38 דערפון זענען אידן. אין פאקט האבן די דייטשן אנגערופן פסיכאלאגיע אלץ דער ''אידישע סיייענס'' און האבן דערפאר פאברענט פרויד'ס ביכער ווי מיר וועלן זען שפעטער.
די קומענדיגע סעריע ארטיקלען איז איבער פסיכאלאגיע און איבער די אידאלעך וועלכע האבן איר בייגעשטייערט אירע מערסט פרעסטזישפולע טעאריעס, מעטאדן און עקספערימענטן. מיר וועלן דורכשפרייזן בשבילי הפסיכאלאגיע און ווען מיר וועלן באגעגנען די אידעלאך וועלן מיר זיך באקענען אביסל מיט זייער ביגראפיע און זייערע באשטייערונגען צום אנטוויקלונג פון דער פסיכלאגישע פעלד.
פרויד און פסיכאנאליזע
אנהייב די 19'טע יאר הונדערט ווען פסיכאלאגיע האט אנגעהויבן שטעלן אירע ערשטע טריט און באקומען איר אנערקענונג אלץ א נייע באזונדערע פעלד אין סייענס איז דער שיטה און צוגאנג וואס האט שטארק געוועלטיגט (בעיקר אין אייראפע) געווען דער ''פסיכאנאליזע'. דער גרינדער פון דעם שיטה איז געווען דער בארימטע עסטרייכישע- אידישער נויראלאג און פסיכאלאג ד"ר זיגמונד שלמה פרויד (1856-1939) פרויד א זון צו א אידישע סוחרים פאמיליע ווערט פארעכנט ביז היינט צוטאגס אלץ ''דער פאטער פון פסיכאלאגיע''. ער איז געווען דער טעארעטיקאן פון דער רעוואלוציאנערישן פסיכאדינאמישע טעאריע וועלכע האט געשאקעלט א וועלט און איבערגעלאזט א מעכטיגן אייינדרוק אויף דער מערב קולטור. פסיכאנאליזע רעכנט אריין א פסיכאלאגישע טעאריע, און א פסיכאטעראפישע טעראפי מעטאד. אין אלגעמיינע אויבערפלעכליכע שטריכן לויטעט דער טעאריע אז דער זעלבסט דערקלערטע ''ראציאנאליסטישע'' מענטש איז אינאמת'ן קאנטראלירט און מאטאוואציאנירט דורך חיה'שיע אינסטינקטן און דורך קאנפליקטן וועלכע האבן זיך ערווארבן אין די גאר אינגע יארן און האבן זיך קווארטירט אין דעם ''סאב- קאנטשענס'', פון דארט מאנעווירן זיי דעם מענטש. דער מענטשליכע זעל איז ווי א אומבאוויסטזיניגע שלאכטפעלד ווי עס אמפערן זיך דעם מענטשן'נס נאטורליכע אינסטינקטן און די מאראלישע באגרעניצונגען פון דער סאסייעטי, דער מענטש איז א קרבן פון דעם שלאכטפעלד. סאב-קאנטשענס''' איז איינס פון די פולע מושגים פון פרויד'ס טעאריעס וועלכע זענען באקאנט פאר יעדן. ווי פרויד אליין האט געטענה'ט, דריי אויפדעקונגען אין לויף פון היסטאריע האבן מצליח געועון צו אויפשאקלען די מענטשהייט און באיינדרוקן זייער קולטור ערשטנס איז דער אויפדעקונג פון קאפערניקאס אז דער ערד קוגל איז נישט דער צענטער פון דער יוניווערס נאר איינס פון עטליכע פלאנעטן וועלכע דרייען זיך ארום דעם זין. צווייטנס איז דער אויפדעקונג פון טשארלס דארווין אז דער מענטש איז נישט קיין ספעציעלע מין נאר איז איינער פון די באשעפענישן וועלכע האבן זיך אנטוויקלט פון פריערדיגע בעלי חיים אין לויף פון די יארן ,און דריטנס דער אויפדעקונג פון פרויד זעלבסט אז דער מענטש איז נישט באלעבאס אויף זיך נאר איז א רעזולטאט פון זיינע אינערליכע שוואכקייטן.
פרויד האט אנטוויקלט זיין טעאריע צוזאמען מיט זיין אידישן פריינד דער עסטרייכישע נוירא-פיזיאלאג ד"ר יוזף ברויער דערנאך וואס זיי האבן באהאנדלט א ספעציפישע פאציענטין מיטן נאמען אנה או, וועלכע איז געווען דער צונאמען פון די אידישע מיידל בערטא פאפענהיים, פאפענהיים איז לכאורה דער מעסט באוויסטע פאציענט אין היסטאריע פון פסיכאלאגיע . זי איז צוליב דעם געווארן בארימט און איז געווארן שפעטער א פעמיניסטישע אקטיוויסטיקע.
פרויד'ס טעאריע און מעטאד איז אין אנהייב אנגענומען געווארן מיט גרויס פארדאכט סלעש פאראכטונג אבער צוביסלעך איז עס אריין אין דער קאנצענזוס און גענאסן פון שטארקע פאפולאריטעט. אבער אין היינטיגן אמפירציסטישע סייענטיסטישע סארט צוגאנג וועלכע הערשט אין דער פסיכאלאגישע וועלט איז איר גלאנץ היבש אראפ ווארום זיין טעאריע און טעראפי מעטאד איז קיין סייענטיסטישע, שטייט נישט אויס קיין עקספערימענטן און קען נישט ווערן אפגעפרעגט. עס איז געבויעט בעיקר אויף פרויד עקספיריענס ,השערות און זעלבסט פארשונג. די דאזיגע צוגאנג צום פסיכאנאליזע האבן געפירט די צוויי אידישע פילאסאפן פון סייענס קארל פופער און אדאלף גרינבאום און איז אנגענומען היינט צוטאגס. דאס פארמינערט נישט אבער כהוא זה פון זיין ברייטע מאגישע איינפלוס וואס זיין טעאריע האט געהאט סיי אויף פסיכאלאגיע און בכלל אויף דער אויפגעקלערטע מערב וועלט קולטור. פינגער אפדרוקן פון פרויד'ס טעאריע קען מען טרעפן אין סאצילאגיע, אנטראפאלאגיע, פילאסאפיע, פאעזיע, און ליטעראטור. נישט בחינם ווערט ער פארעכנט אלץ איינער פון די מערסט איינפלוסרייכע וויסענשאפטליכע און אינטעלעקטואלן פון דער 20 יאר הונדערט צוזאמען מיט אנדערע אידן ווי איינשטיין.
פרויד באציאונגען מיט זיין אידישן אידענטיטעט איז געווען אמבילעוואנט. פון דער רעליגיעזן שטאנדפונקט איז ער געווען א אויסגערופענע אטעאיסט וועלכע האט געהאלטן אז רעליגע איז א ''קאלעקטיווע נויראזע''. זיין ווייב וועלכע האט געשטאמט פון א רבני'שע משפחה האט ער נישט געלאזט צינדן לעכט און געצווינגן צו עסן חזיר פלייש. שוין אפגערעדט פון זיין קאנטערווערסיאלע סלעש קאריאזע בוך איבער משה רבינו ווי ער צעהאקט און צושטיקלט דאס מערסטע הייליגסטע פאר גלויביגע אידן . פון דער אנדערע זייט אבער האט ער נישט אויפגעגעבן אויף זיין אידישן אידענטיטעט און נאציאנאליטעט און זיך געהאלטן שטאלץ דערמיט ביי יעדן געלעגנהייט. אנדערש ווי אנדערע געלערנטע אין זיין צייט האט ער זיך נישט אסימולירט נאר געבליבן א איד ווי ער שרייבט איינפאך אין זיין אטאביאגראפיע ..'' מיינע עלטערן זענען געווען אידן, איך בין געליבן א איד''. זיין שטארקע הערצה צום אידישן פאעט דער מומר היינריך היינה און צום אידישן פילוסוף ברוך שפינוזה האט אויסגעדרוקט זיין באלאנגונג צום נייע סארט איד וועלכע האט זיך געזען אלץ א איד נישט מכוח זיין רעליגיעזע אמונה אין גאט נאר מכוח דער נאציאנאלע אידישע קולטור און דער היסטארישע געמיינזאמע שיקזאל פונעם אידישן פאלק.
אינטערסאנט: פון דער טאגבוך פון דער לעצטע ליובאוויטשער רבי איז מען געוואור געווארן אז דער רבי ר' שלום בער דער 'רש"ב' האט באזוכט פרויד אין וויען און 1903 ווען ער האט געליטן פון דעפרעסיע און איז באהאנדלט געווארן דורך אים. דער רש"ב איז ווארשיינליך אויך באהאנדעלט געווארן דורך אן אנדערן אידישע פסיכאלאג ד"ר ווילהעלם שטעקל פון פרויד'ס תלמידים. 2
אינטערסאנט: טראץ די קאנפליקט לכאורה צווישן פסיכאנאליזע און אידישקייט זענען דא מאנכע וועלכע ציען א פארלעל צווישן פארשידענע מאטיוון פון פרויד'ס פסיכאנאליזע צו קבלה און חסידות ווי למשל צווישן דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אינסטינקט צו דער נפש הבהמית פון דער בעל התניא 3. דער אידישער שרייבער און דזשורנאליסט נארמאן לעברעכט טענה'ט אז די ווארצלען פון די זעקס הויפט מאטיוון אין פרויד'ס טעאריע טרעפט מען אין מקרא, תלמוד און אין די אידישע ספרים. 4
פרויד האט צוזאמענגעקליבן ארום זיך א גרופע געקליבענע תלמידים וועמען ער האט געלערנט זיין שיטה און האט זיי קוואליציפירט. טייל פון זיי האבן פאברייטערט זיין טעאריע, טייל האבן זיך געקריגט דערויף. כמעט אלע פון זיי זענען געווען אידן. דער איינציגסטע גוי אין דער חבורה איז געועון קארל יונג. אין א בריוו צו איינער פון די תלמידים האט פרויד זיך אויסגעדרוקט מיט צופרידנהייט איבער דעם הצטרפות פון יאנג צו זיין חבורה האפענדיג אז דאס וועט אים געבן דער אזוי געגארטן שטעמפל פון כשרות פארן אלגעמיינע גאס . איבער זיינע תלמידים און זייער באשטייערונגען צום אנטווויקלונג פון פסיכאלאגיע וועלן מיר זען קומענדיגע ארטיקל.
1 צו באקומען א שטיקל בליק אויף דעם ערשיינוג באקענט אייך מיט די פאלגענדע ציפערן : די אידן זענען היינט צוטאגס 0.2% פון דער אלגעמיינע באפעלקערונג און 22% פון די נאבעל פרייז חתנים זענען אידן, 25% פון די געווינער פון די פרעסזשפולע ACM Turing פרייז פאר קאמפיוטער סייענס זענען אידן. און 11% פון פארבס מיליארדערן ליסטע זענען אידן. אין אמעריקע איז עס שטארק מערבאר, די אידן דארט זענען פונקט 2% פראצענט פון דער באפעלקערונג און פארט ציילן זיי 10% פון די סענאט מעמבערס, 23% פון די 500 רייכסטע מענטשן אין אמעריקע, 60% פון צווישן די הויעכראנגיקע פאזיציעס אין האליוואד, 26% פון די Law פראפעסארן, 27% פון די נאבעל פרייז געווינער און 60% פון די סטודענטן פאר פארגעשריטענע דעגריס אין דער פרעסטזשפולע YALE אוניווערסיטי. פאר מער איבער דער אידישע געניוס לייענט דא
2 לייענט דא איבער פרויד און ליובאוויטשער רבי.
ווי אויך דא.
3 פאר מער לייענט דא און אין דער בוך פסיכואנליזה ויהדות פון פרופ' חביבה פדיה.
4 https://www.amazon.com/Genius-Anxiety-C ... 1786076675

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ייש"כ פאר דעם ארטיקל!
דר. בנימין בית-הלחמי שרייבט: ובכלל שרייבט ער פריער דארט: דא (צום סוף) האב איך אראפגעברענגט א סיבה פארוואס דער רש"ב איז געגאנגען צו טעראפי.
זיין טעזע לגבי די שולד געפיהלן פונעם דור המדבר איבער זייער מארד פון משה און דאס פארדעקן דערפון, און אז דאדורך, אלס א סארט סאָבּקאַנשעס אפצאל, איז אויסגעוואקסן מאנאטעאיזם, גייט אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינע געדאנק פון ווי אלעס ווערט דירעקטירט ביי אינדיווידואלן דורך סאָבּקאַנשעס אימפּאָלסעס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
דא קען מען הערן א שמיעס פון rabbi Jacobson די מעשה מיט די רבי די רש"ב
https://www.theyeshiva.net/jewish/63/mo ... inspire-us
https://www.theyeshiva.net/jewish/63/mo ... inspire-us
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די אידן און פסיכאלאגיע
Wow! הערליכע ארטיקל געליינט אין איין אטעם
ייש"כ!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
ייש"כ!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ס'איז אלץ פוסטע נארישקייטן און הוילע פאנטאזיעס. סייקא-אנאליסיס איז ווערט א רעטעך. אלצדינג וואס ס'טוט איז פארגרעבערט דעם 'איך' און נישט אויף א גוטן וועג - צו טראכטן אויף להבא, נאר אויף א שלעכטן און אויסגעווארפענעם וועג - צו טראכטן פון דעם עבר, און ווי חשוב און צענטראל דער אפגעריסענער 'זעלבסט' איז אויף א וועלט פון 7 ביליאן מענטשן. איבערקייען און איבערזחר'ן ככלב שב על קיאו יעדעס פארשטונקענעם פשלה וואס האט פאסירט אויף זיך פונעם ארויסגעקוועטשט ווערן פון שליה, און אזוי ברעטשען און זיך באנעבעכן לעולמי עולמים, ביז'ן מען קומט אהן שאולה. וואט עי וועיסט אף עי פּאַטעטהיק לייף. דער פרויד האט צופיהל צייט געהאט אויף זיינע הענט צו דרימען..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איך גלייב אז איר דארפט נישט קיין טעראפי, ווייל איר הערט זיך ווי גאר א מושלם. אבער אויב ח"ו יא, זעהט אויס פון אייער רענטינג אז איר וואלט דוקא יא ענדזשויט סייקא-אנאליסיס.טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז אלץ פוסטע נארישקייטן און הוילע פאנטאזיעס. סייקא-אנאליסיס איז ווערט א רעטעך. אלצדינג וואס ס'טוט איז פארגרעבערט דעם 'איך' און נישט אויף א גוטן וועג - צו טראכטן אויף להבא, נאר אויף א שלעכטן און אויסגעווארפענעם וועג - צו טראכטן פון דעם עבר, און ווי חשוב און צענטראל דער אפגעריסענער 'זעלבסט' איז אויף א וועלט פון 7 ביליאן מענטשן. איבערקייען און איבערזחר'ן ככלב שב על קיאו יעדעס פארשטונקענעם פשלה וואס האט פאסירט אויף זיך פונעם ארויסגעקוועטשט ווערן פון שליה, און אזוי ברעטשען און זיך באנעבעכן לעולמי עולמים, ביז'ן מען קומט אהן שאולה. וואט עי וועיסט אף עי פּאַטעטהיק לייף. דער פרויד האט צופיהל צייט געהאט אויף זיינע הענט צו דרימען..
למעשה, נישט אלעס איז הונדערט פערסענט גוט, אבער סייקא-אנאליסיס דינט גוט פאר ערענסטע טראומא. פארשטייט זיך מיט א מאס.
נ.ב. טראכטן פון "איך" איז גאנץ א געזונטע זאך
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
הערליך שיין. אסאך יסודות פון פסיכאלאגיע טרעפט מען שוין אין תורה וחז”ל. וואס לאזט זיך שפעקולירן אז דר. פרויעד’ס אידישע ווארצלען זענען פון די הויפט שפילער אין זיין מהלך אין פסיכאלאגיע. ליין דא https://www.gpsych.org/articles/the-rol ... psychology א לייכטע ארטיקעל פון דר. אנא לעווי ווי זי שמועסט עס שיין אויס.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
פרק 2 א'
אריינפירווי מיר האבן געזען אין ערשטע פרק האט פרויד שווער געאקערט און איינגעפלאנצט די ווארצלען לייגענדיג די גרונדען פאר דעם רעוואלוציאנערישן פסיכאנאליטישע טעאריע, אבער עס האט זיך נישט אפגעשטעלט דארט נאר האט זיך צעוואקסן צו א גרויסע באוועגונג מיט פיל אנהענגער און תלמידים וועלכע האבן עס בעארבעט, צוגעלייגט און פארברייטערט דעם טעאריע אויף פארשידענע ריכטונגען די צד השווה פון אלע פסיכאנאליטישענס איז געווען דער פראוו צו אנאליזירן דעם זעל און די דינאמישקייט פון דעם מענטשליכן פערסאניליטי. גאר עמאציאנעל איז געווען דער באשעפטיגונג און דער נושא, עס איז געווען באגלייט מיט אינערליכע קריגערייען און פאליטיק וועלכע זענען אפטמאל אראפ צו פערזענליכע רעלסן, פרויד דער גרינדער האט זיך אנטזאנגט פון אראפנייגן כהוא זה פון זיין ארגינעלע מהלך און זיך קעגנגעשטעלט צו די פראוון פון זיינע נאכפאלגערס ארייצברענגען חידושים (טראץ וואס ער אליין האט יא עטליכע מאל איבערגעפרישט זיין טעאריע) .דאס האט עווענטואל צוגעברענגט צו אנגעצוינגקייט צווישן אים און זיינע נענטסע תלמידים און זיי האבן אים פארלאזט אדער געווען געצווינגן צו פארלאזן אזוי אז צום ענד איז פרויד געבליבן כמעט אליין איינזאם. מעגליך אז די אידישע אידענטיטעט פון רוב העוסקים במלאכה האט צוגעגעבן אן עקסטערן שמאלץ צום סאמעטוכע.
משל למה הדבר דומה ? מען קען עס צוגלייכן צו א קליינע פרישע חסידות וועלכע קומט אויף מיט א רעוואלוציאנערישן קאנטערווערסיאלע אייגנארטיגע מהלך וואס פאראורזאכט א שטורם אין דער יהדות החרדית. טשעלענדזשינג דער באקאנטע מציאות און דער מעינסטרים שטייט זי אויס שווערע אטאקעס פון אלע זייטן און אירע עקזיסטענץ זעלבסט איז וואקלדיג און ברעכבאר. דער כאריזמאטישע אדמ"ר ר' שלמה פרויד שליט"א גייט אין שפיץ מיט א הייפעלע געטרייע נאנטע חסידים און מעריצים וועלכע גלייבן אין רבי'ן און אין זיין שיטה און פירן א קליינע האלב מיסטישע הויף ארום אים און זענען עוסק צוזאמען בעבודת השם. אינערהאלב די חסידות איז די לופט אינטימיש, נאנט און אייניג אבער פארט הערשט א געוויסע אנגעצויגנקייט און א באווארנטקייט פון אינערליכע מרידות און דערפאר ווען געוויסע חסידים הייבן אן ארויסצוווייזן זעלבסשטענדיגקייט און פארן נישט מיט מיטן רבין גייט דער רבי ארויס מיט זיינע פארבינדעטע און זענען לוחם קעגן די מורדים ביז מען פארטרייבט זיי פון דער חסידות. עס טוט זיך אמפערייען, אינטריגעס, געהיימע קאמיטעס, עסקנים און ס'גייט א רויעך.
אין די קומענדיגע ארטיקל וועלן מיר זיך באקענען מיט פרויד'ס נאנטע אידישע קליקע און וויכטיגסטע שיכט פון תלמידים, אין דעם חלק וועלן מיר זיך באקענען מיט פרויד'ס צוויי מערסט איינפלוסרייכע און בארימטע תלמידים : קארל יאנג און אלפרעד אדלער. מיר וועלן דורכגיין זייערע זייערע באשטייערונגען צום פסיכאליטישע באוועגנוג און זייערע באציאונגען מיט פרויד ווי אויכט די אידישע אידענטיטעט וועלכע איז געפלאכטן כחוט השני אין די השתשלשלות פון פסיכאלאגיע.
פסיכאנאליז: פרויד'ס תלמידים א'
קארל יאנג
דער צווייטע מערסט איינפלוסרייכע פסיכאלאג אינערהאלב דער פסיכאנאליטישע באוועגונג נאך פרויד איז געווען זיין תלמיד קארל גאסטאב יאנג ( 1961 - 1875). יאנג איז געווען א יונגע שוייצער קאטולישע פסיכיאטער וואס האט געארבעט אין דער פרעסטזשפולע פסיכיאטערישן Burghulzliו שפיטאל אין ציריך ווען ער איז אנטפלעקט געווארן צו פרויד'ס ארטיקלעך מיט וועלכע ער האט זיך זייער אידענציפיטירט, איבערהויפט האט ער געגליכן דער געדאנק פונעם ''אונטערן באוויסטזיין'', אט דעם רוישיגע מיסטעריעזע ראיאן ווי עס ברויזט מיט קאנפלינקטן אונטערן טעפיך פונעם באוויסטזיין. יונג האט אפגעהאלטן א בריוון אויסטויש מיט פרויד וועלכע האט עווענטואל געפירט צו א באגעגעניש צווישן די ביידע אין וויען אין יאר 1906. דער באגעגעניש האט זיך פארצויגן פאר א קנאפע 13 שעה'ן רציפות און ביים ענדע זענען ביידע ארויס באגייסטערט אייינער פון אנדערן. ''איך האב באגעגנט אינטיליגענט צום שטוינען, שארף און אן גענצליך אויסעגעווענטליכע פערשוין '' האט יאנג געשריבן אין זיינע מעמוארן. דאס באגייסטערונג איז געווען צוויי-זייטיג און פרויד האט זיך געאיילט אויצסרופן יונג'ן אלץ זיין פארגייער נעמענדיג אים אונטער זיין שוץ. זייענדיג א געלערנטע פסכיאטאר און א גוי (א יקר המציאות און די פסיכאנאליטישע באוועגונג בימים ההם) האט פרויד געלייגט האפענונג אז יאנג וועט זיין דער פארגייער וועלכע וועט קענען אויספירן דאס וואס ער זעלבסט האט נישט געקענט נעמליך פארשפרייטן דעם בשורה פון פסיכאנאלזיע אין דעם פסיכיאטרישן וועלט און דורכברעכן די מויערן פון דער וויענער אידישע געטא אין וועלכע ער האט זיך געזען פארשפארט . ''אויב בין איך משה'' - האט ער געשריבן צו יאנג “דעמאלט ביזטו ווי יהושע וועלכע וועט איינעמען דעם צוגעזאגטן לאנד פון פסיכיאטריע וועלכע איך קען זעהן נאר פונדערווייטנס''.זייער שנעל האט יאנג אנגעהויבן ערפולן וויכטיגע פאזיציע פאזיציעס אינערהאלב די וויענער פסיכאנאלזיער פארבאנד און ווען פרויד האט געגרינדעט דעם אינטערנאציאנאלע פסיכאנאליטישע קענגרעס האט ער אויפגענומען יאנג'ן צו שטיין אין שפיץ .
אבער דער טיפע עמאציאנאלע קשר וועלכע האט זיך אנגעפאנגן מיט גרויס אייפער און באגייסטערונג האט זיך געענדיגט בכי רע. וואס האט פאסירט? חילוקי דעות האבן אנגעפאנגן ארויסגשפראצן, זיי האבן געשטאמט פון פארשידענארטייגע השקפות אויפן נאטור פון דער מענטש. יאנג, אלץ א זון פון א קאטוילישער גלח האט שטענדיג געצויגן צו מיסטיסיזם און אקאלטיזם (תורת הנסתר) און האט פון אנפאנג אן נישט אנגענומען דער געוויכט וואס פרויד האט געלייגט אויפן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אינסטינקט, דער ''ליבידא'', אלץ דער הויפט טרייבקראפט און ענערגיע פון דעם מענטשליכן זעל. אויך האט ער נישט געגליכן דאס הארטנעקיגקייט פון פרוידס טעאריע וועלכע גרעניצט דאס גאנצע אנטוויקלונג פונעם מענטש צו די גאר יונגע יארן. פרויד דאקעגן איז געווען טיף איינגעפלאנצט אין דער ראציאנאליסטישע מאטריאליסטישע ערד מיט א דגוש אויפן סעקסואלן שטח און געזען דערין דער יסוד און קלימאקס פון זיין טעאריע.
די באציאונגען זענען געווארן היבש אנגעצויגן און קאמפליצירט ביז עס האט געפלאצט אין יאר 1912 און יאנג האט זיך אפגעזאגט פון דער פסיכאנאליטישע פארבאנד. די ליבע געשיכטע צווישן יאנג און פרויד איז געקומען צו אן האסטיגע ענדע מיט א שברון לב פאר ביידע זייטן , סיי פרויד און סיי יונג האבן עס אנגענומען שווער און ביידע האבן געליטן פון דעפרעסיע אין יענע טעג. באזונדער יאנג וועלכע איז אריבער א שווערע מענטאלישע קריזיס און איז געווען איינגעשפארט אינדערהיים פאר עטליכע יארן איינזינקענדיג און נאכאנאדע זעלבסט פארשונג. דארט האט ער אנטוויקלט זיין אייגענע צוגאנג.
עטליכע יאר שפעטער אין 1916 האט יאנג פארעפנטליך זיין אייגענע צוגאנג מיטן נאמען אנאליטישע פסיכאלאגיע. ער האט פראבירט אונטערשטרייכן די מער אפטימישע חלקים פון דער מענטשליכע זעל און עס באפרייען פון פרויד'ס טונקעלע 'פאגרעבטע' שטריכן. געבויעט אויפן באזיס פון פרויד איבערן אונטערן באוויסטזיין און די קאנפליקטן האט ער צוגעלייגט דער 'קאלעקטיווע אונטערן באוויסטזיין'' פונעם מענטשהייט וועלכע גייט אריבער אין די DNA און ענטהאלט אין זיך מיטס און געדאנקען וועלכע זענען אייגנארטיג צו יעדער פאלק און קולטור און זענען משפיע אויפן זעל. יאנג האט אויך צוגעלייגט מעבר פון די אנטוויקלונג אין די יונגע יארן, ווי פרויד האט געטענה'ט, אויך די אנטוויקלונג פון דער מענטש במשך זיין גאנצע לעבן לקראת דאס אויספירונג פון זיין אינדווידיאלע אייגנארטיגע פאטענציאל. אנדערש פון פרויד האט אויך אונטערגשטראכן די וויכטיגקייט פון דער רעליגיעזע לעבן אלץ אויסדרוק פון דעם 'איך'. סוף ימיו האט ער גענויגט צו מער מיסטיש- רעליגיעזע ריכטונג און זיין טעאריע איז געווארן מער פארנעפלט.
יאנג האט געהאט א מאסיווע השפעה אויף פארשידענע פעלדער ווי אנטראפאלאגיע, רעליגע, מיטאלאגיע, מיסטיסיזם, ארט, ליטעראטור און פילאסאפיע. ער האט אסאך פארברייטערט אונזער וויסנשאפט פונעם מענטשליכן זעל מעבר פון קאנבענציאלע סארט וועגן פון טראכטן און האט אקצעפטירט אסאך אומקאנבענציאלע מהלכים ווי פאגאניזם, שמאניזם, פאראפסיכאלאגיע. ער האט אויך געשטיצט דאס באניצונג פון יאגע, כיראלאגיע (ליינען כף יד) און אסטראלאגיע אלץ א חלק פון טעראפי.
זיינע באציאונגען מיט אידן: פון איין זייט ווי צו פארגיטיגן אויפן פאקט אז ער איז געווען דער איינציגסטע קאטולישע אין דער חבורה איז יונג געווען ארומגענומען מיט אידן, צו איז עס זיין פארגייער עריך נוימאן, זיין סעקרעטארשע און מיטארבעטער אניאלה יפה אדער זיין פאציענט-תלמידה סאבינא שפילריין מיט וועלכע יאנג האט געפירט א האלב טעראפיסטישע-האלב ראמאנטישע רילעשענשיפ. פון דער אנדער זייט, אויף יאנג'ן אליין האט זיך אנגעקלעבט אן אנטיסעמיטישע גערוך ווארום בעת די נאציס זענען ארויף צום הערשאפט האט ער אויסגעדרוקט שטיצע אין די ראסע רעינות און האט זיך געלאזט הערן מיט פרייד קעגן דער אויפשטייג פון היטלער. פרויד איז געווען באוויסטזיניג צו דעם פאקט און האט עס אויסגענוצט פאר אינערליכע פאליטישע צוועקן זיך ארומגעווארפנדיג מיט אזוינע האלבע רמזים אין ריכטונג פון יאנג. למעשה האט ער שפעטער צוריקגעצויגן פון זיין שטיצע און איינגעזען די סכנה פון דער נאצישע רעזשים. יארן שפעטער האט מען אויפגעדעקט אז יאנג האט גאר געדינט אלץ געהיימע אנאליסט פאר די CIA אין די מלחמה יארן, ער איז רעקרוטירט געווארן דורך דער בארימטע אגענט און סי איי עי דירעקטאר אללען דאלעס, זיין קאוד נאמען איז געווען 'אגענט 488'. זיין אויפגאבע איז געווען צו אנאליזירן פסיכאלאגיש די דייטשע פירער, און דערפאר האט ער געהאט צוטריט צו גאר געהיימע אינטעלידזשענס מאטרעיאלן און זיינע ווערק האבן געהאט א שטארקע איינפלוס אויף די אמעריקאנער מיליטער שישקעס, גענעראל אייזענהאוער האט געזען זיין רעפארט בעפאר דער אמעריקאנער מיליטערישע אבלאווע אין אייראפע. אין ראם פון זיינע אנאליזן האט יאנג פאראויסגעזאגט אז היטלער וועט באגיין זעלבסטמארד. 1
אן ענדליכן טרעק צו יאנג'ן איז אדורכגעגאנגען נאך א בארימטע תלמיד פון פרויד דער דאקטער און פסיכיאטער אלפרעד אדלער (1870-1937) ער איז אויך געווען שטארק נאנט צו פרויד, זיך צוקריגט, רעזיגנירט און געפנט אן אייגענע פראקציע. אדלער איז געבוירן אין וויען צו א מיטלקלאסיגע אידישע פאמיליע, פון קינדווייז אן האט ער געליטן אויף א שוואכע געזונט און שווער געקענט זיך רירן דאס האט עס אים געשטופט צו באשעפטיגען און שטודירן געזונטהייט. מיט א שטארקע ווילן האט ער מצליח געווען צו גראדואירן אלץ דאקטער. אין לויף פון זיין ארבעט אלץ דאקטער האט זיך ערוועקט אין אים וואנדערונגען און פראגעס איבער הארטנעקיגע סימפטאמען אין זיינע קליענטן און דאס האט אים צוגעברענגט זיך אינטרעסירן אין פסיכאלאגיע, פסיכיאטערע און אין פילאסאפיע פראווענדיג צו פארשטיין נישט נאר די פיזישע ווארצלען פון זיינע פאציענט פראבלעמען נאר אויך די סאציאלע און פסיכאלאגישע סיבות.
אין 1902 אויפן איינלאדענונג פון פרויד האט זיך אדלער אנגעשלאסן אין די וועכנטליכע מיטינגס אין הויז פון פרויד. שפעטער האט ער אויך געדינט אלץ פרעזידענט פון דער פסיכאנאליטישע פארבאנד. טראץ וואס אדלער ווערט אנגעקוקט אלץ תלמיד פון פרויד איז ער למעשה געווען א קאלעגע פון פרויד היטענדיג די גאנצע צייט אויף זיינע אייגענע באזירטע געדאנקען וועלכע האבן נישט אלעמאל געשטימט מיט פרויד'נס. מיט דער צייט האט זיך דער לאך פארברייטערט און צווישנשייד איז געווארן צו גרויס און אין יאר 1912 האט ער רעזיגנירט און אנטוויקלט זיין אייגענע צוגאנג גערופן אינדוווידיאלע פסיכאלאגיע.
זיין צוגאנג איז געווען מער א הומאניסטישע און מער א האליסטישע. אינדווידיאלע פסיכאלאגיעע קוקט אן דער מענטש אלץ א האליסטישע קאמפלעקס וועלכע איז א בעל בחירה און קען אויסוועלן וויאזוי צו לעבן זיין לעבן, עס נישט נוגע וואס האט פאסירט מיט דער מענטש (ווי פרויד און יאנג'ן האבן געטענה'ט) נאר וואס דער מענטש איז מחליט צו טון דערמיט. אדלער איז באיינפלוסט געווארן פון דעם פילאסאף עמנואל קאנט און האט געהאלטן אז דער מענטש עקספיריענסד דער וועלט בלויז מיט זיין סאביעקטיווע בליק און ערקלערונג וואס ער גיבט דערצו און דערפאר ווען דער מענטש טוישט זיך אליין טוישט זיך אויך דער מציאות. אין צייט וואס פרויד האט אונטערגעשטראכן די סע קסואלע און אגרעסיווע אינסטינקטן אלץ דער טרייבקראפט פונעם מענטש און האט געפאקעסד אויף די אינערליכע באציאונגען פון דער מענטש האט אדלער אונטערגעשטראכן דער דראנג צו שלמות, הנאה ,און אויבערהאנט אלץ די זאכן וואס דער מענטש זוכט און דאס ברענגט אים פרייהייט און באפרייען אים פון די הילפלאזע און inferiority געפילן וועלכע זענען איינגעקריצט אין יעדער מענטש נאך פון זיינע יונגע יארן ווען ער איז געווען הילפלאז. די פרייהייט און שלימות דעגרייכט דער מענטש דורך סאציאלע באציאונגען מיט פריינד. און האט דערפאר געפאקעסד אויף די אויסערליכע באציאונגען פון דער מענטש מיט אנדערע מענטשן. אדלער האט אריינגברענגט דער טערמין inferiority complex און געזען דערין דער מקור פון מענטאלישע קאמפלעקסן און נויראזע.
זיינע טעאריעס האבן געהאט שטארקע איינפלוס אויפן פסיכאלאגישן וועלט און זיינע געדאנקן איבער דער שאיפה צו שלימות און Self-actualization האט געדינט אלץ אינספיראציע פאר קארל ראזשערס און אברהם מאסלו ביי זייער הומאניסטישע צוגאנג (ווי מיר וועלן זען שפעטער אי"ה).
אויב זאלן מיר אפרעכטן א קורצע טאטל פון די צווישנשיידן פון פרויד מיט אדלער ביים פארשטיין דעם מענטשליכן זעהל וועט עס אויסקוקן אזוי:
פרויד האט אונטערגעשטראכן די-
- אביעקטיוויזם/פאזיטיוויזם
-דעטערמיניזם (יעדער איינציגע געשעעניש האט א סיבה אין דער פארגאנגענהייט)
-אומבאוויסטזיין
-סע קסואלע און אגרעסיווע אינסטינקטן
-פארגאנגענהייט
-אנאליטיזם (צוטיילן דעם זעהל צו עטליכע חלקים)
- -סאביעקטיוויזם
-פרייע אויסוואל
-באוויסטזיין
-סאציאלע באציאונגען
-דראנג צו שלימות, אויבערהאנט און Self-actualization
-צוקונפט
-האליזם (זען דעם מענטש אלץ איין גרויסע ישות).
אין קומענדיגע ארטיקל וועלן מיר זיך באקענען מיט די צווייטע חלק פון די נאנטע שיכט תלמידים פון פרויד ווי: אטא ראנק, תיאדאר רייק, שנעדור פערענצי, האנץ זאקס, קארל אבראהאם.
1. דאלעס האט האט זיך אויסגעדריקט '' “nobody will probably ever know how much Professor Jung contributed to the Allied cause during the war… [and that his work needed to remain] highly classified for the indefinite future.
זעה דא איבער דעם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ייש״כ!
Fascinating
ווי דר. פּער מאגנוס יאהענסאן און דר. עליזאבּעט פּאָנזי ברענגען ארויס איז א חלק פון דעם וואס פרויד האט געוואלט יונג אין דעם פסייקאָאַנאליז בּאוועגונג איז כדי עס זאל נישט ווערן באטראכט ווי דייקא א ״אידישע״ סייענס:

Sigmund Freud and the majority of the early analysts were male physicians of Jewish origin. Psychoanalysis was described as a ‘Jewish science’ by critics and anti-Semitism was a part of Freud’s life. Freud stated that psychoanalysis must be protected from becoming a Jewish science, and he considered non-Jewish psychoanalysts important for the development and the acceptance of psychoanalysis. Freud is also reported as telling his Jewish psychoanalytic colleagues that the non-Jewish, Swiss psychiatrist and psychoanalyst Carl Gustav Jung (1875–1961) ‘will save us’. We know that Jung and Freud broke with each other in 1913, and that the former later expressed anti-Semitic opinions
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
געוויסע חרדים היינט לאוו פרויד צוליב זיין אומגעזונטע אבסעסיע מיט סאקס און זיין קלעים אז דאס דרייווט א מענטש. ספעציעל די חרדים וואס גלייכן זיך צומישן אין פאמיליע געפעכטן ווי קינדער זענען אינוואלווד און און אריינמישן אזוי גערופענע פסיכאלאגן, דוגלי שיטת פרויד.. זיי האבן שוין אהן א צאל שאדן אנגעמאכט. פעך.. זיי ציטערן פשוט צו בלייבן אומרעלעוואנט און פארלירן פרנסה. איר ווייסט ווער ס'נוצט זיי? די רויעל פעמילי, די פאנאטישע מוסלעמענער און אפאר סאטמערע חסידים [emoji1]. מען שטאפט זיי מיט געלט און אסאך פון זיי זענען אפשטאמיגע פון דייטשלאנד, האבן זיי במילא אויך א גילט טשיפ אויף זייער שאולדער, גייען זיי ארויס פון וועג צו ווידערגוטמאכן די חרדישע טראדיציאנעלע צד אין א פעמילי מחלוקת. עספעשעלי ווען דער רעבל איז דאך סתם א סאקס געטריבענער מאניאק וואס האט געוואלט שלאפן מיט זיין מאמע און אפשניידן זיין טאטע'ס וויזוי הייסטעס.. לול
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
@טאמבל סאס פסיכאנאליז איז א ריזיגע ברייטפארצווייגטע פעלד וועלכע האלט זיך און איין פארברייטערן און באקומט לעצטנס אסאך שטיצע פון דער סייענטיסטישע וועלט. סייקא אנאליסיס אלץ א טעראפי מיטל ווערט אלץ מער און מער אויפגעוויסן עמפיריש אלץ אן ווירקזאמע מיטל בעיקר אין פארשידענע סיטואציעס. און בכלל, פילע איינפלוסרייכע און סייענטיסטישע טעאריעס אין פסיכאלאגיע וועלכע געפינען זיך היינט אין קאנצענזוס זענען געבויעט אויף פרויד'ס ''נארישע'' טעאריעס. ווי צום ביישפיל, Erikson's stages of psychosocial development פון אריק אריקסון אדער דער מעכטיגע Developmental stage theories פון דזשאן פיאדזשע אדער דער ברייט באקאנטע Self psychology פון היינץ קאהאט.
איך מיין מען וואלט מען זיי געדארפט אויפקלערן אז דער וועלט בארימטע פסיכאלאג און סייענטיסט פראפ' @טאמבל סאס קריגט זיך אויף פרויד און ברענגט ארויף מערקווערדיגע מוח-שטורעמנדע טענות ווי למשל ''נאר פאנאטישע מוסלעמענער און סאטמערע אידן באנוצן זיך דערמיט'' אדער '' ס'אלץ פוסטע און הוילע נארישקייטן'' איך גלויב זיי וואלטן גלייך משוכנע געווארן און צוריקגעצויגן פון זייערע טעאריעס.
אנטשולדיגט פארן זיין סארקאסטיש אבער עס איז נישט דער ערשטע מאל וואס איר קומט דא מיט הוילע לאזונגען, אדרבא אז איר האט א ספעציפישע טענה זענט איר מכובד עס אראפצולייגן בטוב טעם ודעת
איך מיין מען וואלט מען זיי געדארפט אויפקלערן אז דער וועלט בארימטע פסיכאלאג און סייענטיסט פראפ' @טאמבל סאס קריגט זיך אויף פרויד און ברענגט ארויף מערקווערדיגע מוח-שטורעמנדע טענות ווי למשל ''נאר פאנאטישע מוסלעמענער און סאטמערע אידן באנוצן זיך דערמיט'' אדער '' ס'אלץ פוסטע און הוילע נארישקייטן'' איך גלויב זיי וואלטן גלייך משוכנע געווארן און צוריקגעצויגן פון זייערע טעאריעס.
אנטשולדיגט פארן זיין סארקאסטיש אבער עס איז נישט דער ערשטע מאל וואס איר קומט דא מיט הוילע לאזונגען, אדרבא אז איר האט א ספעציפישע טענה זענט איר מכובד עס אראפצולייגן בטוב טעם ודעת
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
פסיכאלאגיע איז א גרויס וועלט מיט אסאך לאגערן וועלכע געפינען זיך אויפן continuum צווישן פילאסאפיע ביז הארטע סייענס ווי נאטור סייענס, מוח סייענס און ביאלאגיע. רוב פון זיי זענען פלאצירט אויפן קעסטל פון ווייכע סייענס אין ראם פון סאושעל סייענס. נאר די ראדיקאלע ביהעוויוריסטן האלטן אז פסיכאלאגיע דארף פאקוסען בלויז אויף דער אויסערליכע אויפירונג פון דער מענטש און זיין סביבה, און נאר אזוי קען פסיכאלאגיע ווערן אנגערופן אלץ סייענס. עס אינטערסירט זיי נישט וואס טוט זיך אפ אינעווייניג אין דעם מענטש. (דערפאר זענען זיי נישט קיין 'פסיכאלאגן' וויבאלד זיי האנדלען נישט מיט דער 'פסיכא'.)
אבער זיי זענען די איינציגסטע וואס האלטן אזוי. אין פאקט איז דא אסאך אנדערע וועגן וויאזוי מען קען ריסורטשן אינערליכע זאכן אויף אן סייענטיסטישע וועג און אזוי קען מען אויפווייזן רוב טעאריעס.
אנבאלאנגט פסיכאנאליז, נישט אלעס קען מען אויפווייזן. אבער אסאך חלקים דערפון יא און אסאך טעאריעס וועלכע בויען זיך אויף פרויד'ס טעאריע ווי אויך פסיכאנאליז אלץ טעראפי מיטל.
אבער זיי זענען די איינציגסטע וואס האלטן אזוי. אין פאקט איז דא אסאך אנדערע וועגן וויאזוי מען קען ריסורטשן אינערליכע זאכן אויף אן סייענטיסטישע וועג און אזוי קען מען אויפווייזן רוב טעאריעס.
אנבאלאנגט פסיכאנאליז, נישט אלעס קען מען אויפווייזן. אבער אסאך חלקים דערפון יא און אסאך טעאריעס וועלכע בויען זיך אויף פרויד'ס טעאריע ווי אויך פסיכאנאליז אלץ טעראפי מיטל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
אויסשניט פון צייטונג ''היינטיגע נייעס'' פון דאטום 25 מערץ 1938 וואס מעלדעט איבער די ארעסט פון פרויד דורך די נאציס. מערקט אז פרויד ווערט באטיטלט אלץ ''חלום-באשיידער'' און זיי ראטן אים (הומאריסטיש לכאורה) פונקט ווי יוסף צו אנטשיידען די חלום פון פיהערער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
זעהט אויס אז קאניע וועסט, ווען ער טענה'ט אז די אידישע פסיכילאגען האבן אים איינגעשפארט, איז יא אביסל גערעכט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
פרק 3: פסיכא-אנאליטישע באוועגונג דורכאויס די נאצי יארן און נאך פרויד'ס טויט
אין 1933 ווען נאצי-שטיצער האבן פאברענט זיינע ביכער אין בערלין האט פרויד געשריבן צו א קאלעגע : '' וואס פאר א פראגרעס! אין די מיטעל-אלטער וואלטן זיי מיך אליין פאברענט, יעצט באגענוגען זיי זיך כאטש מיטן פאברענען מיינע ביכער''..מיטן אויפשטייג פון די נאצישע רעזשים איז דער פסיכאָ-אַנאליטישע באוועגונג אין אייראפע אריבער א שווערע קריזיס. רוב פון אירע מיטגלידער זענען געווען אידן און גערודפ'ט געווארן דורך די נאציס וואס האבן, ווי זאל איך עס אנרופן? נישט ממש ''סימפאטיזירט'' פסיכאלאגיע א זאך וואס זיי האבן פארעכנט, און אין אנקלאנג מיט יענע תקופה מיט היבש רעכט, אלץ א ''פסאדאו- אידישע סייענס''. רוב פון די הויעכראנגיקע פסיכאנאליטיקער האבן צוליב דעם אימיגרירט קיין אמעריקע און ענגלאנד.
אין פרילינג פון יאר 1938 האבן אלע אינערהאלב פרויד'ס נאנטע צירקל איינגעזען אז דער סוף איז נאנט. אלע חוץ פרויד, ער איז געווען 82 יאר אלט און געליטן אויף קין קענסער אבער געווען אנטשלאסן נישט אריינצוגיין אין פאניק. בכלל, אנבאלאנגט די נאצישע אויפשטיייג האט פרויד געהאט זייער א קורצע פאראויסזעאונג. ער האט נישט געוואלט גלייבן אין די ערנסקייט פונעם געפאר. ער האט גענאסן פון כבוד, פרעסטיזש און פינאנציעלע ברייטקייט און נישט געוואלט אזוי גרינג אויפגעבן דערויף. אין מערץ האבן די נאציס אריינמארשירט אין וויען און עסטרייך איז איינגעשלאסן געווארן צו נאצי דיישטלאנד. פרויד, האט זיך פארשלאסן אין זיין הויז אוף בערגגאסה 19 אין דער ניינטע קווארטל פון וויען. טראץ וואס ער איז געווען אויפן צימבל פון די נאציס וועלכע האבן געחלש'ט לייגן א הענט אויפן בארימטן פרעפעסאר און בעיקר אויף זיין פארמעגן, האט ער נאך אלץ נישט געהאלטן ביין פארלאזן דאס לאנד.
געטוישט מיינונג האט ער נאר נאך וואס זיין באליבטע טאכטער אנא איז ארעסטירט געווארן דורך די געסטאפאו אין מערץ 1939. זי איז באפרייט געווארן נאך שווערע פרעשור בעיקר פון צוויי נאנטע פריינט פון פרויד: פרינצעסין מארי בענאפערטא א תלמידה פון פרויד און וויליאם בוליט דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין פראנקרייך. באלד דערנאך איז א ברייטפארצווייגטע אפעראציע איז אונטערגענומען געווארן צו ארויסראטעווען פרויד מיט זיין פאמיליע פון עסטרייך און זיי אימיגרירן קיין לאנדאן. אין די ''רעסקיו יוניט'' זענען געווען מאכטפולע פיגורין א שטייגער ווי פרינצעסין בונפערטה, ערנסט דזשאנס- פרויד'ס ביאגראף און נאך. ''דאס זענען געווען א הייפעלע קאלירפולע פערזענליכקייטן'' שרייבט דער דזשורנאליסט Andrew Nagorski אין זיין בוך Saving freud איבער פרויד'ס רעטונג געשיכטע ''זיי האבן אבער אלע געהאט א געמיינזאמע אינטערסע: אַן איבערגעגעבנקייט צו פרויד און צו זיינע טעאריעס'' [1]
די קשרים זענען אבער נישט געווען גענוג, דא איז אריינגעקומען אין בילד אן איבעראשענדע פיגור וואס האט עווענטועל געהאלפן פרויד אנטלויפן פון עסטרייך. ד"ר אנטאן סאורוועלד, א נאצי לופטוואפע אפיציר איז געשיקט געווארן צו אנעקסירן די פארמעגן פון פרויד פאמיליע. סאורוועלד איז געווען א געלערנטע מענטש, פארמאגט א דאקטאראט פון וויענער אוניווערזיטעט און אין עלטער פון 24 יאר שוין פובליצירט אקאדעמישע ארטיקלען אין פרעסטזשפולע אויסגאבעס אין פעלד פון כימיע, ער האט געוואלט ליינען פרויד'ס ביכער כדי צו אויספילן זיין תפקיד ווי עס דארף צו זיין. די ביכער האבן איבערגעלאזט א טיפע איינדרוק אויף אים או האט באשלאסן צו העלפן פרויד. ער האט באהאלטן אנקלאגענדע באווייזן אויף באהאלטענע בענק אקאונטס אין פארשידענע לענדער און ערלעדיגט פאר פרויד און 16 פון זיינע פאמיליע מיטגלידער סערטיפיקעטס ארויסצופארן פון לאנד קיין ענגלאנד. פאר פרויד און זיין פאמיליע איז געשטאנען נאך איין ביראקראטישע שטער, די געסטאפאו האט זיך געקשנ'ט אז פרויד זאל אונטערצייכענען אז ער איז פיין באהאנדעלט געווארן. א פאפולער אנעקדאט האט געלויטעט אז פרויד האט געשריבן '' “I most warmly recommend the Gestapo to everybody,” אבער דער ארגינעלע דאקומענט וואס איז אויפגעדעקט געווארן אין 1989 האט אפגעפרעגט די דאזיגע אנעקדאט. סאוערוואלד האט אויך געהאלפן ארויסראטעועון א חלק פון פרויד'ס ארכיוו פון עסטרייך. פאר פיר פון פרויד'ס געשוויסטער ער האט נישט מצליח געווען ערלעדיגן וויזעס און זיי זענען אומגעקומען אין די לאגערן.
( מערקוועדיג איז אז דער סאוערוועלד איז ארעסטירט געווארן נאכן קריג דורך א נעפיו פון פרויד, הארי, וועלכע האט געגלייבט אז סאוערוועלד האט באראבעוועט זיין פאמיליע'ס פארמעגן. סאוערוואלד איז באשולדיגט געווארן אין קריג פאברעכנס און געשיקט געווארן אין תפיסה. נאכן אפזיצן 18 מאנאטן האט ער געשיקט א בריוו צו אנא פרויד אין לאנדאן זי זאל זיך אננעמען פאר אים, זי האט געקווענקלט אבער עווענטועל אפגעשריבן א בריוו ווי זי שילדערט זיינע וואולטעטיגע טהאטן. ער איז באפרייעט געווארן און אויסגעלעבט זיינע יארן אין אינסברוק, עסטרייך) [2]
איין יאר נאכן אנקומען קיין לאנדאן אום 23 סעפטעמבער 1939 איז פרויד געשטארבן נאכן ליידן אויף לונגען קענסער און דער פסיכאנאליטישע געזעלשאפט אין ענגלאנד איז געווען אויף מיט דער שארפע קריגעריי צווישן די ''ניאו-פרוידיאנס''- די דור ההמשך, וואס האט איר צוריסן אין צווייען. אין א געוויסע זין איז עס געווען א קריגעריי איבער דער ריכטונג פונעם פסיכאנאליזע נאך פרויד'ס עפאכע. די קריגעריי איז געווען זייער עמאציאנאל און האט אריינגערעכנט פערזענליכע אטאקעס פון איין צד אויפן אנדערן. איבעריג צו זאגן אז אין שפיץ פון די צוויי לאגערן זענען געשטאנען אידן, אין אונזער פאל- אידענעס. פון איין זייט איז געשטאנען פרויד'נס יונגסטע טאכטער אנא פרויד (1895- 1982) זי האט געוואלט פארקירעווען דעם טאטנ'ס טעאריע צו מער א ריאליסטישע ריכטונג, דהיינו ווייניגער פאקוס אויף פאגרעבטע אינסטינקטן, ווייניגער פאקוס אויף פאנטאזיעס און קאנפליקטן פונעם פארגאנגענהייט און מער פאקוס אויפן הווה אויף דער 'EGO'- דער גייסטישע סטרוקטור וואס איז ממונה צו דילן מיטן ריאליטעט און איז דער פארמיטלער צווישן די אינסטינקטן און דער מציאות. מיט דעם האט זי געלייגט דער גרונד פאר אסאך אנדערע פסיכאנאליטיקער וועלכע זענען געקומען נאך איר און פארברייטערט פרויד'ס ארגינעלע טעאריע צו די מער געזונטערע חלקים פונעם נפש. וויבאלד זיי האבן געלייגט דער געוויכט אויפן איגא- זענען אנגערופן געווארן ''דער איגא- פסיכאלאגיע שטראם''.
פון דער אנדערע זייט איז געשטאנען מעלעני קליין (1882-1960) א תלמידה פון קארל אבראהאם און שנדור פערענצי [3] צוויי נאנטע תלמידים פון פרויד. אין צייט וואס פרויד'ס נאכגייער האבן זיך דערווייטערט פון זיינע פארנעפלטע און אומקאנבעניציאלע מאטיוון און געצויגן צו מער א קלארע ריאליסטישע ריכטונג מיטן פאקוסן אויפן איגא האט קליין דווקא דעפאקוסד אויפן ID- דער ווילדע גייסטישע קאנסטרוקור אין פרויד'ס טעאריע, דער וואס איז אחראי אויף די בהמה'ישע אינסטינקטן, דער 'טראבל מעיקער', דערביי האט זי גענומען פרויד'ן נאמכער עקסטרעם ווי ער אליין. אויב פרויד'ס טעאריע הערט זיך פאר מאנכע אביסל מיסטיש און פאנטאזירט איז קליינס בגדר ''סייענס פיקשן''. (אפשר איז דאס דער דראנג צו דראנג צו זיין 'פרומער פונעם רבי'ן'..) עכ"פ, זי האט געטענה'ט אז דער פערסאנעליטי ווערט אנטוויקלט נישט אין די יונגע יארן ווי פרויד נאר שוין אזוי פרי ווי אין דער ערשטע יאר. א קינד אין דער ערשטע יאר פון זיין לעבן איז שוין פארוויקלט אין קאמפליצירטע באציאונגען און ספראווועט זיך מיט שווערע ענקזייעטיס וואס קומען פאר בעיקר אין זיין פאנטאזיע און דורך דעם פארמען זיין פערסאנעליטי. קליין און אירע פארגייער אינערהאלב די פסיכאנאליז ווערן גערופן : Object relations theory.
קליין האט אמיגרירט קיין ענגלאנד פון בערלין נאך אין יאר 1926 עטליכע יאר פאר דער קריג און עסטעבלישט אירע פאזיציע אינערהאלב דער בריטישע פסיכאנאליטישע געזעלשאפט. נאך די מלחמה אבער ווען אסאך הויעכראנגיקער פסיכאנאליטיקער פון אנדערע אייראפעאישע לענדער זענען ערשינען אין לאנדאן, אריינגערעכנט פאמיליע פרויד, האט זיך ערווארבן א שווערע מחלוקה. צוגעגעבן האט דער פאקט אז פרויד איז טויט און דער באוועגונג האט זיך געזען אָן אַן אטאריטעט אין שפיץ.
עס איז געקומען צו אן ענדע אין 1940 ווען דער בריטישע פסיכאאנאליטישער געזעלשאפט האט זיך צוטיילט צו צוויי שטראמען די ''פרוידיענס'' און די ''קלייניעס''. עס האט אויך אנטוויקלט א דריטע ''זעלבסטשטענדיגע'' פראקציע וואס האט נישט געזייטיגט אין קיינער פון די ביידע פון די וויכטיגע טעארעטיקאנס פון די פראקציע זענען דונאלד וויניקוט און דזשאן באלבי וואס איז ברייט בארימט פאר זיין Attachment theory איינער פון די מערסט איינפלוסרייכע אנטוויקלונג טעאריעס אין די לעצטע צענדליגע יארן.
[1] https://www.amazon.co.uk/Saving-Freud-V ... 1785788760
[2] ליינט מער איבער פרויד'ס רעטונג אקציע אין דער בוך פון דוד כהן https://www.amazon.co.uk/Escape-Sigmund ... 1906779236
און אין די פאלגענדע ארטיקל
https://www.thejc.com/lifestyle/feature ... ud-1.13679
[3] שנדור פערענצי איז געווען אומבאקאנט פאר לאנגע יארן וויבאלד ער איז, פונקט ווי אסאך אנדערע, 'פארמעקט' געווארן פון די פסיכאנאליטישע היסטאריע. דער עסטעבלישמענט האט נישט געגליכן זיינע זעלבסטשענדיגע טעאריעס וואס זענען נישט עולה בקנה געווען מיטן רבינ'ס. ג'ונתן ערענסט פון פרויד'ס פארבינדעטע און זיין ביגראף האט פראבירט באשמוצן פרנצי'ן און אים אראפלייגן אלץ א תימהוני. בלויז אין די לעצטע יארן איז ער אנדטעקט געווארן פון פריש און ציט אינטערעסע צוליב עטליכע אייגנארטיגע געדאנקן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
אין ספר ''החלום ופתרונו'' פון האדמו"ר הרה"ק מנחם נחום מאיצקאן זי"ע פרק ו' ברענגט ער אראפ פרויד'ס טעזע איבערן חלום און איר באדייט און פראבירט עס אילוסטרירן דורך מאכן א סעלף-אנאלייז אויף זיינע אייגענע חלומות.
ער ברענגט דארט א ראי' צו פרויד אז דער חלום טוט אויסדרוקן א אינערליכע ווינטש אדער דראנג וואס דער מענטש קען נישט אויספירן בייטאג, פון די חלומות פון שר המשקים און שר האופים. ביידע האבן געוואלט צוריק אויפגענומען ווערן צו זייערע שטעלע און האבן דאס טאקע געחלומט כאילו ס'ווערט מקויים.
ער איז אויך מסביר מיט דעם פארוואס די ברודער פון יוסף האבן אים אזוי פיינט געהאט נאך וואס ער האט פארציילט זיין חלום מיט די אלומים, וואס איז יוסף שולדיג אז ער האט זיך געחלומ'ט אזא חלום? נאר וויבאלד זיי האבן געוויסט פון אייגענע עקספיריענס אז דער חלום דרוקט סה"כ אויס דער מענטשנ'ס ווינטשן דערפאר האבן זיי געזאגט ''המלך תמלוך עלינו אם משל תמשול בנו'' דאס זענען דיינע שאיפות און דער חלום איז עס נאר געקומען ערפולן.
ער ענדיגט צו דער פרק דארט: '' הוא פרויד מדבר בספרו מכמה תאוות וחשקים שלא נתמלאו עדיין ובאו בחלום לידי פרעון, ומביא כמה וכמה משלים וספורים, אבל לא פה המקום לדבר מדברים כאלה''....
דער פוהלע שטיקל קען מען זען אויף hebrewbooks
https://hebrewbooks.org/20338
ער ברענגט דארט א ראי' צו פרויד אז דער חלום טוט אויסדרוקן א אינערליכע ווינטש אדער דראנג וואס דער מענטש קען נישט אויספירן בייטאג, פון די חלומות פון שר המשקים און שר האופים. ביידע האבן געוואלט צוריק אויפגענומען ווערן צו זייערע שטעלע און האבן דאס טאקע געחלומט כאילו ס'ווערט מקויים.
ער איז אויך מסביר מיט דעם פארוואס די ברודער פון יוסף האבן אים אזוי פיינט געהאט נאך וואס ער האט פארציילט זיין חלום מיט די אלומים, וואס איז יוסף שולדיג אז ער האט זיך געחלומ'ט אזא חלום? נאר וויבאלד זיי האבן געוויסט פון אייגענע עקספיריענס אז דער חלום דרוקט סה"כ אויס דער מענטשנ'ס ווינטשן דערפאר האבן זיי געזאגט ''המלך תמלוך עלינו אם משל תמשול בנו'' דאס זענען דיינע שאיפות און דער חלום איז עס נאר געקומען ערפולן.
ער ענדיגט צו דער פרק דארט: '' הוא פרויד מדבר בספרו מכמה תאוות וחשקים שלא נתמלאו עדיין ובאו בחלום לידי פרעון, ומביא כמה וכמה משלים וספורים, אבל לא פה המקום לדבר מדברים כאלה''....
דער פוהלע שטיקל קען מען זען אויף hebrewbooks
https://hebrewbooks.org/20338
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: די אידן און פסיכאלאגיע
אין די ערשטע חלק פון די Lecture פון עלן וואטס לייגט ער אראפ ציניש וויאזוי סייקא-אנליסיס (און פסיכאלאגיע בכלל) האט אין א געוויסע זין באקומען די פארם פון די אינסטיטיושענל וועסטערן רעליגעס (בעיקר קריסטענטום):
ס'איז דא א 'Apostolic succsesion' ווי ס'ווערט אריבערגעפירט די ספעציעלע הייליגע כוח צו פרעקטיסן סייקאטעראפי פון די 'Founding father'- פרויד צו זיינע 'Apostles'- א ריזיגע גרופע פון ארכי-בישאפס און בישאפס.
צווישן זיי זענען דא 'Heresies'- יונג, רייך און ראנק- וואס ווערן אויסגעשלאסן און געלייגט אין חרם.
ס'זענען דא ריטועלס ווי 'of the couch the Sacrament' (די סייקאטעראפי קאוטש).
ס'איז דא די 'מיסטישע וויסנשאפט' פון ערקלערן די חלומות. ווי דארט איז פארהאן די צוויי גרויסע סימבאלישע ''Fetishs'' - די לאנגע און די רונדיגע ...
דאס איז טראץ וואס ער טענה'ט אז פסיכאלאגיע האט יא אין קאממען מיט די איסטערן רעליגעס לפחות אין זייערע מטרות- ביידע זוכן צו טוישן די סטעיט אוו קאנסשעסנעס פונעם מענטש.
(ביי מינוט 9:18)
ס'איז דא א 'Apostolic succsesion' ווי ס'ווערט אריבערגעפירט די ספעציעלע הייליגע כוח צו פרעקטיסן סייקאטעראפי פון די 'Founding father'- פרויד צו זיינע 'Apostles'- א ריזיגע גרופע פון ארכי-בישאפס און בישאפס.
צווישן זיי זענען דא 'Heresies'- יונג, רייך און ראנק- וואס ווערן אויסגעשלאסן און געלייגט אין חרם.
ס'זענען דא ריטועלס ווי 'of the couch the Sacrament' (די סייקאטעראפי קאוטש).
ס'איז דא די 'מיסטישע וויסנשאפט' פון ערקלערן די חלומות. ווי דארט איז פארהאן די צוויי גרויסע סימבאלישע ''Fetishs'' - די לאנגע און די רונדיגע ...
דאס איז טראץ וואס ער טענה'ט אז פסיכאלאגיע האט יא אין קאממען מיט די איסטערן רעליגעס לפחות אין זייערע מטרות- ביידע זוכן צו טוישן די סטעיט אוו קאנסשעסנעס פונעם מענטש.
(ביי מינוט 9:18)
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: די אידן און פסיכאלאגיע
אן אינטערסאנטע סטעיטמענט פון קארל יונג איבער דער מגיד פון מעזריטש. (פון א אינטערוויו לכבוד זיין 80'טע געבורטסטאג)
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: די אידן און פסיכאלאגיע
זייער אינטערסאנט, איז ער מבאר פארוואס די מגיד האט צוגעטראפען צו זיינע טעאריעס?
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: די אידן און פסיכאלאגיע
ניין, ער זאגט נישט דארט מער ווי דעם. זוכענדיג אן עקלערונג האב איך געטראפן די ווידעא פון Seekers of unity יוטיוב טשענעל ווי ער איז זייער שיין מסביר וואס יונג האט געמיינט:
ער האט נאך צוויי ווידעאס איבער יונג און אידיש מיסטסיזם און איבער יונג און קבלה
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: די אידן און פסיכאלאגיע
נאך א אינטערסאנטע אויסדרוק פון יונג (וואס מאנכע דא גייען נישט גלייכן..) אין די זעלבע אינטערוויו : ''די אידן און פּראטעסטאנטן זענען אויף די טאפּ פון נוירויסעס סטאטיסטיקס וויבאלד זיי האבן נישט קיין בילד פון ג-ט און קענען דערפאר נישט רעפזענטירן די ארכיטיפייס אין זייער מיינד''
(אויב איך פארשטיי גוט איז 'ג-ט' לויט יונג אַן ארכיטייפ אין די קאלעקטיוו unconscious פון די מענטשהייט וואס דער מענטש מוז ארויפברענגען צו זיין consciousness און זיין באוויסטזיניג פון דעם כדי ס'זאל נישט בלייבן Repressed און ווערן א קאמפלעקס)
וואס מיינט ער מיט Mitigated Jews? פרייע? וועסטערן-קולטור אידן?