בד"ה: הגרי"ט ווייס גאב"ד עדה החרדית זצוק"ל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אפיציעל איז ער געווען אומפארטייאיש. אינו דומה כלל צו ריח''מ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:סתם גענימען א וואוילע יוד און אים אנגעטוהן א גאלדעדנע בעקיטשע, ער איז אלעמאל געווען א שטילע יוד א דיין אין אנטווערפן , פלעגט צו דאווענען אין גערע שטיבל אלע יאהרן, געגעסן הערינג מיט די גרעסטע אגודיסטן, איינמאל ער האט באקומען די טיטל גאב"ד האט ער זיך אויסגעדרייט דעם היטל און אנגעהויבן שטיפן דעם קנאות וואגן, ווער עס קען אים פערזענליך ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער איז מיט קנאות גאר א ווייטע מחותן און מיט פירן די פאן פון מלחמות מיט די ציונים נאך ווייטער, ער פלעגט אויפטרעטן אלע יאהרן ביי די בעלזע דינערס אין אנטווערפן. זאל ער האבן א גאנצע רפואה, ער איז טייערע פיינע איידעלע יוד.
ללמדך אז ווען די באשעפער וויל איז ער ממליך מלכים און טיילט גדולה פאר וועם ער וויל. ממש א פלא אז די רב ז"ל איז געווארן גאב"ד ירושלים.
די עולם געדענקט שוין נישט די סיבה... דעמאלטס האט מען געוואלט אויפנעמען די סאטמער דיין הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה זצ"ל די ארונים האבן זיך קעגן געשטעלט כמובן און זיי האבן געברענגט די רב זצ"ל נאכדעם וואס די וואיטס פאר די דיין זצ"ל איז געווען מחצה על מחצה האט מיר אריינגוועלט די רב זצ"ל וואס האט גאנץ שנעל אנטוישט די ארוינישע קהילה און זיך מיר ווייניגער געשטעלט מיט צד רז"ל

די רב זצ"ל איז געווען עקסטרעים בכל אופן אנגעפאנגן ביי קרתא פארקינג לאט וואס דארט איז קיין פאליטיק נישט געווען
אז דו רעדסט פון קרתא פארקינג לאט דארף מען געדענקען אז די פארקינג לאט איז אנגעפיהרט און געמענדזשט געווארן דורך גויים. און דאס איז בעצם געווען א טובה פאר די חרד'ישע איינוואוינערס . ווייל די פרייע חברה (מערסטנס רוסישע אימיגראנטן, וועלכע רובם ככולם זענען בכלל נישט קיין אידן עפ"י הלכה) וועלכע זענען געגאנגען שאפינג אום שב"ק האבן געזוכט פארקינג. און אויב נישט דער לאט וואלטן זיי אראפגעקומען צו די אידישע געגנט. די הפגנות זענען געווען אן איבריגע זאך. ווייל די בחורימ'לאך וועלכע זענען ארויסגעגאנגען האבן צוערשט געמאכט קידוש אין ביהמ"ד. און זענען געווען אנגעשאשקעט. האבן זיי זיך גערייצט מיט די פאליס און די חילונים. האט מען זיי דאך ארעסטירט. און זיי זענען נישט אהיימגעגאנגען צו זייערע משפחות ביז מוצש"ק ווען עסקנים האבן זיי ארויסגענימען פן תפיסה.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

אינטערסאנט אזוי שוואך געדעקט אין יתד. המבשר באשרייבט דעם גאב''ד כאחד הגדולים.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
תוכו כברו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 16, 2022 8:01 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תוכו כברו »

בושה וחרפה: יעצט ביי די לוי' פון הגה"ק דער גאב"ד זצ"ל, האט בשעת די דברי הספד פונעם ראב"ד הגאון ר' משה שטרנבוך אויסגעבראכן גאר שווערע מהומות ווען א קליקע פון ארום צוואנציג דרייסיג ראדיקאלע פארשוינען, (סיקריקים) האבן אנגעהויבן שרייען און פארפירן מיטן ציל צו שטערן דעם ראב"ד פון מספיד זיין און א גרויסער טומל האט אויסגעבראכן אויפן ארט ווען דער אלגעמיינער ציבור פרובירט זיי אראפצוהאלטן פון ממשיך זיין מיט זייערע מעשים תעתועים. בסופו של דבר האט זיך דער ברייטער ציבור ב"ה געשטארקט אויף די קופה של שרצים און באוויזן זיי צו מאכן אומשעדליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דארף מען קענען פארשידענע סוגיות הש"ס צו פארשטיין די חילוק פון די "יתד" ביז "המבשר".
אויפן שפיץ גאפל:
יתד איז קאנטראלירט ביי די "שטיינמאן" פארטיי, וועלכע קענען נישט מוחל זיין די ירושלימער עדה'ניקעס בראשות הגאב"ד, וועלכע האבן ביי די גיוס מלחמה אפגעמאלן הרב שטיינמאן אלס א צווייטער "קוק".
המבשר איז אונטער מאיר פרוש, וואס כאטשיג ער איז ווייט פון א קנאי, אליינס א ח"כ פון אגודה, דאך פאר די דיפלאמטיע לוינט זיך אים צו שרייבן שיין אויפן גאב"ד.
קרעפלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 10:41 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך קרעפלעך »

שרייבט מען דארט וייס אדער וויס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

סמבטיון האט געשריבן:סתם גענימען א וואוילע יוד און אים אנגעטוהן א גאלדעדנע בעקיטשע, ער איז אלעמאל געווען א שטילע יוד א דיין אין אנטווערפן , פלעגט צו דאווענען אין גערע שטיבל אלע יאהרן, געגעסן הערינג מיט די גרעסטע אגודיסטן, איינמאל ער האט באקומען די טיטל גאב"ד האט ער זיך אויסגעדרייט דעם היטל און אנגעהויבן שטיפן דעם קנאות וואגן, ווער עס קען אים פערזענליך ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער איז מיט קנאות גאר א ווייטע מחותן און מיט פירן די פאן פון מלחמות מיט די ציונים נאך ווייטער, ער פלעגט אויפטרעטן אלע יאהרן ביי די בעלזע דינערס אין אנטווערפן. זאל ער האבן א גאנצע רפואה, ער איז טייערע פיינע איידעלע יוד.
ער איז אלעמאל געווען אן איידעלער איד, און וועגן דעם האט ער זיך אין אנטווערפן נישט געשלאגן מיט קיינעם, געדאווענט אין גור'ע שטיבל ווי מען האט אים זייער מעריץ געווען.

דאך איז ער נאך אין אנטווערפן געווען זייער שטארק ביי אלע ענינים פון אידישקייט, ער האט געהאט אין זיך שטענדיג א מין שטארקייט וואס איז זעלטן געווען צו זעהן, דאס זענען מעיד אלע אנטווערפענע אידן, אז ער האט זיך געהאלטן צו פרינציפן וואס ער האט אוועקגעשטעלט אין די קהילה, און קיין שום רוח שבעולם האט אים נישט געקענט רירן.

אין פריוואטן לעבן איז ער געווען זייער זייער איידל און צוגעלאזן, אבער ביי די שחיטה און כשרות און סיי וואס איז ער געווען זייער שטארק און שטרענג, ער האט געפירט די קהילה דארט ביד רמה אין אנטווערפן, ער איז געווען ממש א מאשין דארט אין אנטווערפן וואס האט צוזעמען מיט'ן רב געטראגן די שטאט אויף די פלייצעס.
ווען רבי חיים קרייסווירטה איז נפטר געווארן האבן די מער בעלבתישע סארט ציבור אין אנטווערפן אים נישט געוואלט ווייל ער איז געווען צו פרום פאר זיי. שפעטער ווען ירושלים האט אים געכאפט איז דאס געווען א שטיקל פאטש פאר זיי אז זיי האבן אים פארלוירן.

ממילא איז שווער צו זאגן אז ער האט נישט געהאט מיט קיין קנאות קיין שייכות, ער איז שטענדיג געווען קנאיש געשטימט. די מיינסט מסתמא צו זאגן אז ער איז נישט געווען דוקא סאטמאר, יא דאס איז אמת אז ער איז נישט געווען דוקא א סאטמארער, אבער ער איז שטענדיג געווען ווי א פארצייטישע אונגארישע רב און האט שטארק אריינגעפאסט אין סאטמאר. חוץ מזה איז סאטמאר רב שטענדיג ביי אים געווען א הויכע נומבער, און שטענדיג איז ער געווען אויסגעשפראכן קעגן ציונות (נישט געוואלט אריינגיין אין די בניני הקהילה אין די טאג פון ה' אייר, און נאך אזעלכע סארט מעשיות וואס אלע אנטווערפענע אידן געדענקן דאס גוט)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיליאנער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:סתם גענימען א וואוילע יוד און אים אנגעטוהן א גאלדעדנע בעקיטשע, ער איז אלעמאל געווען א שטילע יוד א דיין אין אנטווערפן , פלעגט צו דאווענען אין גערע שטיבל אלע יאהרן, געגעסן הערינג מיט די גרעסטע אגודיסטן, איינמאל ער האט באקומען די טיטל גאב"ד האט ער זיך אויסגעדרייט דעם היטל און אנגעהויבן שטיפן דעם קנאות וואגן, ווער עס קען אים פערזענליך ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער איז מיט קנאות גאר א ווייטע מחותן און מיט פירן די פאן פון מלחמות מיט די ציונים נאך ווייטער, ער פלעגט אויפטרעטן אלע יאהרן ביי די בעלזע דינערס אין אנטווערפן. זאל ער האבן א גאנצע רפואה, ער איז טייערע פיינע איידעלע יוד.
ללמדך אז ווען די באשעפער וויל איז ער ממליך מלכים און טיילט גדולה פאר וועם ער וויל. ממש א פלא אז די רב ז"ל איז געווארן גאב"ד ירושלים.
די עולם געדענקט שוין נישט די סיבה... דעמאלטס האט מען געוואלט אויפנעמען די סאטמער דיין הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה זצ"ל די ארונים האבן זיך קעגן געשטעלט כמובן און זיי האבן געברענגט די רב זצ"ל נאכדעם וואס די וואיטס פאר די דיין זצ"ל איז געווען מחצה על מחצה האט מיר אריינגוועלט די רב זצ"ל וואס האט גאנץ שנעל אנטוישט די ארוינישע קהילה און זיך מיר ווייניגער געשטעלט מיט צד רז"ל

די רב זצ"ל איז געווען עקסטרעים בכל אופן אנגעפאנגן ביי קרתא פארקינג לאט וואס דארט איז קיין פאליטיק נישט געווען
פארוואס האט מען בכלל געוואלט אויפנעמען אזא פארטייאישע מענטש ווי ריח''מ? דאס וואלט דאך אינגאנצן חרוב געמאכט די עדה.
ווער האט געוואלט? טאקע נאר אזעלכע וואס פארטייאישקייט שטייט ביי זיי העכער אלעס,אדער אזעלכע וועם מ'האט צוגעזאגט גאלדענע גליקן טאמער וועט מען דאס שטיצן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

פורים קטן האט געשריבן:דארף מען קענען פארשידענע סוגיות הש"ס צו פארשטיין די חילוק פון די "יתד" ביז "המבשר".
אויפן שפיץ גאפל:
יתד איז קאנטראלירט ביי די "שטיינמאן" פארטיי, וועלכע קענען נישט מוחל זיין די ירושלימער עדה'ניקעס בראשות הגאב"ד, וועלכע האבן ביי די גיוס מלחמה אפגעמאלן הרב שטיינמאן אלס א צווייטער "קוק".
המבשר איז אונטער מאיר פרוש, וואס כאטשיג ער איז ווייט פון א קנאי, אליינס א ח"כ פון אגודה, דאך פאר די דיפלאמטיע לוינט זיך אים צו שרייבן שיין אויפן גאב"ד.
מער ווי דעם.
מאיר פרוש האלט זיך אלס פארטרערער פון "אנשי ישוב הישן". אסאך ירושלמי'ס וועלכע געהערן נישט צו א ספעציפישע קרייז האלטן זיך כפוף צום ביד"ץ עדה"ח למחצה לשליש ולרביע און אסאך פון זייערע קינדער גייען צו בחירות, וויל ער זיי האבן אויף זיין גוטע זייט.
פארשפארט