בית המקדש עפפ”ס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

בית המקדש עפפ”ס

שליחה דורך מתבודד »

לרגל די ניין טעג איז ווערט צו כאפן א בליק וויאזוי ס’וועט אויסקוקן בקרוב ממש ווען משיח וועט קומען, אין א תקופה ווען טעכנעלאגיע דאמינירט די חיי יום יום, וויאזוי וועט אויסקוקן די טעג בביהמ”ק השלישי אין א עפאכע ווען די כהן גדול וועט פאוסטן אויף טוויטער א ווידיאו ווי די עזאזל טראסקעט אראפ די קליף, (גענומען דורכן גוי), און ווען יעדע איש ואשה מישראל פאלאוט די אידישע מלך אויף אינסטעגראם...
~ ~ ~
אין ישיבת פומפודיתא איז יענע דינסטאג געווען פאר נאכטמאל עפעס וואס גרשי כהנא האט נישט ליב געהאט. אבער גרשי איז א בחור כהלכה, ער גייט צו צום משגיח און בארגט פון אים זיין טעלעפאן צו ”וויכטיג רופן זיין טאטע...” ער לויפט אריין אין זיין צימער און עפנט אויף וואטסעפפ. זיינע פינגער ווישן פלינק ארויף און אראפ, ביז ער האט עס! ער טרעפט די ”מתנות כהונה גרופ” דא לייגן מענטשן ארויף אז זיי האבן פון די פלייש וואס דארפן גיין צום כהן, זרוע לחיים והקיבה, און כהנים קומען עס אויפפיקן. גרשי שיקט א וואיסנאוט מיט א לאקאציע פרעגנדיג ווער אין די געגנט האט איבעריגע זרוע’ס...
גייט נישט אדורך קיין גאנצע 2 מינוט און א לאקאציע ווערט צוריקגעשיקט, צוזאמען מיט א בילד פון א זאפטיג שטיק בשר אזש די מויל ווערט אים נאס. נאכ’ן קאנפירמען אז ער קומט עס נעמען גיבט ער שנעל צוריק די פאון, נישט פאר ער מעקט אויס די אלע מעסעזשעס...
צען מינוט שפעטער שטייט שוין גרשי ביים טיר פונעם אנגעגבענעם אדרעס א ציטערדיגער, און קלאפט אין טיר. ר’ יצחק משה עפנט אויף און בעט גרשי זיין ID קארטל, ער לייגט שנעל אריין גרשי’ס אינפא אינעם ”כהנים סוירטש” עפפ, וואס האט א דאטא בעיס פון אלע סערטיפייד כהנים, מפני הגנבים, און נאך זיין נאמען ווערט קאנפירמד אלס כשר’ע כהן שפאצירט גרשי צוריק אין ישיבה מיט זיין סאפיר. די שטיקל איז געלונגען!
~ ~ ~
ר' משה יענקל איז פון די עלטערע אידן וואס גייען שוין מיט א וואלקער מיט די געלע באליס פון אונטן. ויהי היום איין שבת אינדערפרי פארגעסט ער זיך אז ס'איז שבת און צינדט אן די לעקטער מיט א פלינקקייט צו כאפן די וותיקון מנין... זיין ווייב סערל וועקט זיך אויף און נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות אז די שכנים פון אונטן ווינדערן זיך וואס איז געשען מיט די פארפאלק וואס די געווענליכע קולות און טענה'רייען קומען פאר מער אין די נאכט שטונדען.
יענע מוצ''ש גייט משה יענקל ארויף אויפ'ן ''בית המקדש וועבסייט'', אין באשטעלט אן אפפוינטמענט פאר זיין חטאת אויף קומענדיגן מיטוואך נאכמיטאג פיר אזייגער.
ביום הרביעי לאזט ער זיך ארויס מיט זיין פארעלטערטן קעמרי אויף די גאסן פון ירושלים, ווען אין בעק סיט ליגט צוגעבינדן די ציגעלע וואס ער האט געקויפט דורכ’ן ”קרבנות עפפ”. היות ער איז נישט פון די וואס קענען זיך אויס אין וועגן אזוי גוט וויל ער אנצינדן וועיז. אבער די סיסטעם וואס כאפט אויף אז ער פארט יעצט מקריב זיין א קרבן לאזט אים נישט עפענען וועיז, וכמעשהו בוועיז כך בגוגל מעפס, עפנט זיך נישט פאר קיין געלט אפי’ נאכ’ן ריפרעשן עטליכע צענדליג מאל. האט משה יענקל נישט קיין ברירה און פרעגט דירעקציעס פון מענטשן בשעת די עולם באהאלט זייערער שמייכלען אויף דעם זקן וואס האט געמווזט אריינכאפן אן עבירה אויפ’ן עלטער.

ענדליך דערזעט ער זיך אינעם ריזיגן פארקינג לאט אונטן פונעם הר הבית ווי ער פארקירט און שלעפט זיך צופוס ס’איבעריג שטיקל וועג ווען זיין קרבן שלעפט זיך אונטער אים ווי א וואוילע אייניקל. אנקומענדיג צום מאיעסטעטישע שער פונעם חצר כאפט זיך א ווערימיל פון קנאה אריין אין זיין הארץ זעענדיג די ראלס ראוז פונעם כהן גדול שטייענדיג בתפארתו הארט נעבן דעם טיר פון בית המקדש. משה יענקל גייט צו צום גזבר וואס גיט אים א נייעם עירפאונס אנצוטוהן, דארט הערט ער אינסטרוקציעס וואס צו טון און אזוי אויך בשעת’ן שחיטה וזריקה שפילט אין זיינע אויערן א פון פריער צוגעגרייטן פלעיליסט פון ניגונים וואס זענען אים מעורר צו תשובה, אנגעפאנגן מיט א שטייטע תנועה פון שלמה’לע דערנאך א שברון לב ניגון פון מיכאל און צום לעצט שפילט די באקאנטע התעוררות רחמים רבים פון די זלאטשובער, א ניגון צו וואס משה יענקל איז שטארק מקושר. נאך די גאנצע פראצעדור איז פארטיג יאגט זיך משה יענקל אהיים צו ענדיגן מיט די משפחה די גאנצע פלייש נאך פאר חצות.
~ ~ ~
אסתר מלכי קומט אהיים נאך א לאנגע טאג פון שאפינג, אבער אריינקומענדיג אין איר דיינינג רום ווערט איר שווארץ, אדער בעסער געזאגט ווייס פאר די אויגן. אויפ’ן וואנט האט ארויסגעשפראצט א ווייסן נגע. זי נעמט שנעל איר טעלעפאן און מאכט א בילד דורך די ”נגעים עפפ” קאמערע, וואס האט ספעציעלע פונקציעס צו אויפכאפן די ריכטיגע און פונקטליכע סייז און קאליר פונעם נגע. זי שיקט עס ארויס אויפ’ן פלאטפארמע, ווי צענדליגע כהנים מומחים זענען קאנעקטיד, און די כהן וואס איז ערשט עוועילעבל וועט פסק’ענן דערויף. נאך צען מינוט ווארטן באקומט זי א נאטיפיקאציע אז א כהן האט עס בודק געווען און ס’איז כשר. אה, ברוך השם...
~ ~ ~
תנחום איז א פרישע אינגערמאן קוים חתונה געהאט צוויי חדשים.
יענע נאכט באקומט ער אן אימייל אז ער האט באקומען דירעקט מעסעזש אויף טוויטער, פונעם כהן גדול אליינ’ס!
בעצם האט תנחום נישט קיין נערוון פאר טוויטער, אבער די רב אין זיין שטאט האט גע’פסק’נט אז יעדע אינגערמאן מוז האבן טוויטער כדי צו באקומען די וויכטיגע הודעות פונעם מלך, כהן גדול, סנהדרין ועוד, איבער קידוש החודש, מלחמות, עלי’ לרגל וכו’. מיט גרויס עקסטאז עפנט ער אויף די מעסעזש און זעט ווי די כה”ג באדאנקט זיך פאר תנחום פאר’ן אים פאללאווען, זייענדיג משלים די מספר העוקבים צו ”הונדער מיליאן’’. ”זו רגע של שמחה ושלימות מסויימת”, שרייבט צו אים די כהן גדול צווישן אנדערע. תנחום פארווערד שנעל די טוויט אויף זיין פעמילי גרופ און די גאנצע משפחה איז אויף מיט די אינטרעסאנטע זכי’ שנפלה בגורלם.
~ ~ ~
יצחק ווייס ומשפחתו שפאנען ארויף אויפ’ן פליגער מיט א שמחה עילאית. ”מ’גייט עולה רגל זיין” זינגט זיך חנה’לע אונטער איינמאל אין נאכאמאל. מ’קען טאפן די שמחה אין די לופט, יצחק דערמאנט זיך די נוסח התפילה פון די אלטע מחזורים, ”ומפני חטאינו גלינו מארצינו...” א הייסע טרערל פון התרגשות באנעצט אים די אויגן, ווער וואלט זיך געגלייבט אז איין טאג וועט מען האלטן דא!
צוויי שעה אריין אינעם פלייט לאזט זיך דער פילאט הערן: ”און 5 מינוט וועט זיך אנפאנגן א לייוו בראדקעסט ווי מען שחט די תמיד של בין הערבים, אויף טשעניל יב” ספאנטאן צינדן זיך אלע סקרינ’ס אן און דער התרגשות איז אין לשער!

~
לאמיר זיך צוגרייטן צום גרויסן טאג הממשמש ובא, במהרה דידן אמן!
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

:like :like

מתבודד האט געשריבן: נאך די גאנצע פראצעדור איז פארטיג יאגט זיך משה יענקל אהיים צו ענדיגן מיט די משפחה די גאנצע פלייש נאך פאר חצות
א חטאת עסן נאר די כהנים
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אפשר איז ער א כהן?

למעשה איז עס א משנה וואס מ’זאגט יעדן טאג (?) און כ’האב עס פארזען. אדרבה אויב איינער האט א הערה קום אריין להגדיל תורה וכו’
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: בית המקדש עפפ”ס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א חטאת (יחיד) עסן נאר זכרי כהונה און אויך נאר אין די עזרה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זייער שיין! עס דערמאנט מיר פון מיין אשכול דא
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מתבודד: זייער שיין אראפגעלייגט. איך האב עטליכע נקודות מעורר צו זיין. ערשטנס דעם קרבן חטאת קענען נאר עסן זכרי כהונה. (אפשר גרשי כהנא) אזוי ווי דער געמעקטער ( לשעבר ולעתיד) גאלדענער אדלער האט שוין געזאגט. ועוד. דו רעדסט פון די טמא'נע כלים און די טריפה'נע טעכנאלאגיע וואס אונזערע חשוב'ע רע-בנים ווי דער הייליגער טערעזיענשטאטער, דער שאראש פאטאקי'ער און סאראש גאטיאש'ער האבן שוין פון לאנג צוריק געאסר'ט. אויך.. ווען דער ביהמ,ק וועט (אי"ה) שטיין על מכונו וועט מער נישט זיין קיין ותיקין מנין. און נישט קיין מונקאטשער מנין. ווייל מ'וועט שוין מער נישט דארפן דאווענען. ווייל די עכטע עבודה וועט געטון ווערן אין ביהמ"ק.

איך וויל בעיקר וויסן (פון משניות און מדרשים) אויב ס'וועט זיין שטארקע ספאטלייטס אזוי ווי על.אי.די.,למשל. וועלכע זענען אויך ענערדזשי סעיווינג. אויך. אויב ס'וועט זיין סענטראל עירקאנדישאנינג אין דעם הייליגן בית המקדש. אונז, ערליכע אידן וועללן ווייטער נוצן די כשר'ע פליפ-פאונס. מיט א פילטער. פארשטייצעך לצורך פרנסה. אויף די פושקעס אין די עזרה וועט שטיין מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אז נאר דער וואס האט נישט קיין סמארטפאון אדער אנדערע טמא'נע טעכנאלאגישע כלים מעג אריינווארפן געלט אין די פושקע. ס'וועט זיין א סענסאר וואס וועט אנצינדן א הויעכ'ן אלארם מיט בליצענדיגע רויטע לעמפלעך אויב איינער וועלכער האט צוטריט צו די טמא'נע כלים אפילו מיט א פילטער און לצורך פרנסה וועט אריינווארפן א מטבע. או די פרחי כהונה וועללן קומען צו לויפן און שפעטן פון איהם...!

נ.ב.: אויב דער חשוב'ער מנהל שליט"א וועט אנכאפן די גוסטע אויסצומעקן מיין תגובה וועל איך זיין זייער שטארק צופרידן. ער מוז אפילו נישט נוצן קיין תירוץ אז איך פארדריי דעם אשכול. און איך ניץ שמוציגע לשונות. ער קען אויסזאגן דעם אמת. אז ער האט נישט ליעב מיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. ער לייכט מים סתם אזוי נישט וועגן 2 וויכטיגע טעמים. איינס ווייל איך בין אן אהרוני. (און דא זענען רוב שפילערס זאלונים). און צווייטנס. נאך וויכטיגער. איך בין א ציוני. און אונז צענזוריר מיר א יעדע תגובה וועלכע איז נישט אין איינקלאנג מיט אונזער שיטה. נאכמער פון אייוועלט...!
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

און אזוי ליינענדיג דיין תגובה ר’ בערל, האב איך מיך פלוצים צוזינגען ”דוב בער, הייליגער דוב בער, יוא מאמיש סעיווד מיי לייוו... אוי דיבורים אוי דיבורים, יווווצאים מן הלב....”

היות די טומאה וועט בטל ווערן בביאת משיח, וועט אינטערנעט, וואס איז מקלי’ נוגה מעורב טוב ורע, בלייבן נאר מיט די חלק הטוב.
מ’וועט טאקע זען דעמאלט ווי אלע פליפ פאון אידן וועלן זוכן אויף יוטיוב ווידיאוס וואס זענען מסביר וויאזוי מ’באנוצט זיך מיט טוויטער אינסטעגראם....
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

עצי שטים האט געשריבן:זייער שיין! עס דערמאנט מיר פון מיין אשכול דא
יעצט דורכגעליינט, טאקע זייער שיין!
(כ’האב אייביג געמיינט פונעם שם האשכול אז האסט צובראכן דיין סמארטפאון ער”פ... האט עס מיר נישט געצויגן צו ליינען)


ווען כ’וואלט עס געליינט וואלט איך מיך נישט באמיט צו מאכן חזרה דא
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מתבודד האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:זייער שיין! עס דערמאנט מיר פון מיין אשכול דא
יעצט דורכגעליינט, טאקע זייער שיין!
(כ’האב אייביג געמיינט פונעם שם האשכול אז האסט צובראכן דיין סמארטפאון ער”פ... האט עס מיר נישט געצויגן צו ליינען)


ווען כ’וואלט עס געליינט וואלט איך מיך נישט באמיט צו מאכן חזרה דא
ס'איז בכלל נישט קיין חזרה... האסט עס זייער שיין ארויסגעברענגט מיט אן אייגענארטיגן געשמאק
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט