ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:די מעשיות זענען נישט ידוע פאר טשאדעלע באדעלע.
איך דארף נישט לייקענען קיין מעשה אז הרב וואזנער האט געפליקט וואס קיינער האט קיינמאל נישט געוויסט, אין סאיז נישט דא קיין וועג אז נאר די זאלסט פינקט וויסען דערפין, אזווי די צעטיל פין ר"מ בראנסדארפער האט צופליקט וואס בדרך נס אנגעקומען צי דיר,

דיסקלעימער, מיין ציטיר גייט ארויף אויף מיליאנערס ארגינעלע תגובה פאר עדיטן,
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220801-014001_Chrome.jpg
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

הקדים ראשעקאל רפואה למכה, מיט א decade צוריק
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=680
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

לאמיר איבערגיין וואס זענען די קוואליפיקאציעס פון ר' משה שטערענבוך צו ווערן גאב"ד.
איז ער די גרעסטע גאון צווישן חברי הבד"ץ? לכאורה יא
וואס נאך מעלות האט ער צו ווערן רב? עניבאדי?


דאס אז מ'מישט אריין די סאטמערע חזיריי אין די עדה"ח רבנות איז א מין פערדישקייט. איך האב אזוי געהאלטן שוין ווען די זלונים האבן געוואלט מ'זאל אויפנעמען ריח"מ פרידמאן. מ'הרגט אפ די ביסול רעספעקט וואס איז נאך דא פאר די ביד"ץ עדה"ח.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

למען האמת. זאל מען נעמען דעם ניקלעסבורגער. כלל ישראל'ס רבי
אדער טאקע דער מאכעליסטער, וואס האט מיילע נישט קיין דזשאב
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שמעון וואלף האט געשריבן:לאמיר איבערגיין וואס זענען די קוואליפיקאציעס פון ר' משה שטערענבוך צו ווערן גאב"ד.
איז ער די גרעסטע גאון צווישן חברי הבד"ץ? לכאורה יא
וואס נאך מעלות האט ער צו ווערן רב? עניבאדי?


דאס אז מ'מישט אריין די סאטמערע חזיריי אין די עדה"ח רבנות איז א מין פערדישקייט. איך האב אזוי געהאלטן שוין ווען די זלונים האבן געוואלט מ'זאל אויפנעמען ריח"מ פרידמאן. מ'הרגט אפ די ביסול רעספעקט וואס איז נאך דא פאר די ביד"ץ עדה"ח.
הרב שטערנבוך עס ווי ספיק פירט די עדה החרידית פאר די לעצטע יארן -ער איז דער ראש ביי די וועכנטליכע מיטינגען ער שטייט בראש פון כשרות שחיטה און אלע אנדערע פונקציעס אינערהאלב די עדה חוץ די פראטעסטן יעדע שני וחמישי וואס דעס ווערט מער ווייניגער געפירט דורך א עקסטערע אפטיילונג אין די הנהלת עדה החרידית,- בפרט די לעצטערע יארן ווען דער גאבד איז שוין נישט געווען בכח און ער האט קיין סאך נישט אריינגערעדט

ממילא די שאלה וואס די פרעגסט איז אירעלעווענט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הרב שטערנבוך האט נישט קיין גרויסע שאנסן צו ווערן גאבד צוליב די געוואלדיגע טעראר פון די סיקריקים וואס האבן דערווייל א שטארקע ווארט אין די הנהלה

זיי גייען לכוארה זוכן א פרעמדן אזא שטייגער ווי דער פריערדיגער גאבד זצל

וועלן זיי טרעפן ?
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יושב אהל »

איך האב געהערט פון קראנטע מקורות אז מ'וויל אויפנעמען הגהצ מבראד שליט"א נאך וואס ער איז גדול בנגלה ובנסתר און אויך אן עתיר נכסים וואס מ'טרעפט אין חזל אלס א מעלה צו קענען ווערן א כהן גדול.
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

מיליאנער האט געשריבן: לגבי זיין באזוך ביי די זאליס תשס''ג, זענען טאקע די ארוינים געווארן ברוגז, ס'האט טאקע בכלל נישט געמאכט קיין סענס ער זאל אהינגיין נאכדעם וואס די ארוינים האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל פאר זיין פאזיציע און ווען נישט זיי וואלט ער עס נישט געהאט, און די זאליס זענען דאן געווען נישט מער ווי א פרישע נארוואס געגרינדעטע שפלינטער-גרופע וואס האט געקעמפט קעגן די צענטראלע לאנגיעריגע קהילה. אבער מהר''א פאר זיך האט טאקע נישט געהאט קיין פראבלעם דעמאלטס, ער האט גערופן די גאב''ד רעדן אין קרית יואל'ע ישיבה שוין נאכדעם וואס ער איז געגאנגען צו די זאליס (נאך די קבל''פ אין ביהמ''ד) און ער האט אים נאך אלס אפגעגעבן כבוד מלכים טראץ וואס מ'האט אים פרובירט צו בעטן פארדעם אז ער זאל קענסלען דעם באזוך.
ווער עס געדענקט וואס ר' יצחק טובי' האט גערעדט ביי די קבלת פנים אויף 5 גארפיעלד געדענקט אז עס איז געווען בושות, ער האט גערעדט אז ער האט געדאווענט היינט אינדערפרי אין ישיבה גדולה דא אין קרית יואל בראשות דעם רב .... נאך דעם האט ער גערעדט בשבח המרא דאתרא הדין. ער פריוואט איז געווען מורא'דיג תמימות'דיג אין די ענינים, סך הכל איז זיין גבאי געווען גוט מיט משה גבאי.
תוכו כברו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 16, 2022 8:01 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תוכו כברו »

להעמיד הדברים על אמיתתם: ביד"צ העדה החרדית ווערט היינט געפירט און קאנטראלירט הויפטזעכליך דורך קהילת דושינסקיא, תולדות אהרן און סאטמאר מהרי"י. דושינסקיא און תולדות אהרן בזכות דער גרויסער ציבור וואס זיי פארמאגן (יעדער איינער ארום טויזנט משפחות בליעה"ר) און סאטמאר מהרי"י בזכות די מאכטפולע געלט און טעראר מאשין וואס זיי פארמאגן, טראץ וואס זיי פארמאגן נישט מער ווי עטליכע הונדערט פאמיליעס אין ירושלים לכל הדיעות.
בנוגע ר' משה שטערנבוך'ס קאנדידאטור אלס גאב"ד איז די מעשה אזוי: הרב שטערנבוך געניסט פון די פולע שטיצע פון תולדות אהרן, דושינסקיא און סאטמאר מהר"א ולאידך גיסא סאטמאר מהרי"י מיט נאך אסאך אנדערע רעכטע מינאריטעטן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד.
וועלן מיר זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן... ונזכה ונחיה ונראה...
געזונטערהייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך געזונטערהייט »

בימים הראשונים שהגרי"ט ווייס זצ"ל הוכתר לגאב"ד ירושלים, נכנסו אליו משלחות מכל קהילות ירושלים וכו'.
ביום הראשון הגיעו הנהלת תפארת ירושלים.
מי אתם? שאל הגאב"ד החדש..
ענו חברי המשלחת: אנחנו לא משתתפים בבחירות, לא לוקחים כסף מהציונים, לא הולכים למתמידים, ונגד חיטוטי שכבי.
למחרת נכנסו משלחת מקהילת "אנשי ירושלים"
'ומי אתם' שאל הגאב"ד?
ענו חברי המשלחת: אנחנו לא משתתפים בבחירות, לא לוקחים כסף מהציונים, לא הולכים למתמידים, ונגד חיטוטי שכבי.
יום שלישי, קהל חסידי ירושלים.
מי אתם?
אנחנו לא משתתפים בבחירות, לא לוקחים כסף מהציונים, לא הולכים למתמידים, ונגד חיטוטי שכבי.
יום רביעי, הנהלת 'טוב ירושלים'
שוב אותו סרט
יום חמישי אנשי 'פרושים ירושלים'
שוב
יום שישי אנשי 'בנות ירושלים'
מי אתם?
אנחנו לא משתתפים בבחירות, לא לוקחים כסף מהציונים, לא הולכים למתמידים, ונגד חיטוטי שכבי.


בשבת שאל הרב את עמרם שפירא
תגיד, מה זה הדבר הזה?
מה ההבדל ביניהם?
ענה עמרם: *הצד השווה שבהם, שדרכם לילך ולהזיק, ושמירתן עליך*

זכותו יגן עלינו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בריוו פין נאמני עדה החרדית
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20220801_190929_485.jpg
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

איינער ווייסט אפשר טאמער אדמו'ר מ'סדיגורא-ירושלים איז א קאנדידאט?
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

תוכו כברו האט געשריבן:להעמיד הדברים על אמיתתם: ביד"צ העדה החרדית ווערט היינט געפירט און קאנטראלירט הויפטזעכליך דורך קהילת דושינסקיא, תולדות אהרן און סאטמאר מהרי"י. דושינסקיא און תולדות אהרן בזכות דער גרויסער ציבור וואס זיי פארמאגן (יעדער איינער ארום טויזנט משפחות בליעה"ר) און סאטמאר מהרי"י בזכות די מאכטפולע געלט און טעראר מאשין וואס זיי פארמאגן, טראץ וואס זיי פארמאגן נישט מער ווי עטליכע הונדערט פאמיליעס אין ירושלים לכל הדיעות.
בנוגע ר' משה שטערנבוך'ס קאנדידאטור אלס גאב"ד איז די מעשה אזוי: הרב שטערנבוך געניסט פון די פולע שטיצע פון תולדות אהרן, דושינסקיא און סאטמאר מהר"א ולאידך גיסא סאטמאר מהרי"י מיט נאך אסאך אנדערע רעכטע מינאריטעטן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד.
וועלן מיר זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן... ונזכה ונחיה ונראה...
חוץ סאטמאר מהר"י און חוץ סתם ירושלימ'ער אידן וואס באדערט אז זיינע קינדער און אייניקלעך לערנען עברית וכדומה, איז דא נאך א גרויסע קהילה וואס איז אינטער די עדה וואס וויל נישט בשום אופן זיך אינטערווארפן אינטער אזא איינעם ווי ר' משה שטערנבוך. זיי האבן עפעס אן אלטע אנגעגעסענע ווייטאג אויף אים נאך פון די פרשת הדין תורה פון תולדות אהרן ותולדות אברהם יצחק.
תוכו כברו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 16, 2022 8:01 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תוכו כברו »

גערעכט. תולדות אברהם יצחק איז קעגן. (כשכתבתי שיש קומץ המועט שמתנגדים היתה כוונתי עליהם...) אבער זיי האבן נישט קיין שום כח אויף די באשלוסן פון די עדה. זיי זענען א קליינטשיגע קהילה פון ארום דריי הונדערט משפחות אין ארץ ישראל אן קיין געלט, מאכט א.א.וו. און די הנהלת העדה רעכנט זיך נישט קיין סאך מיט זיי...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גאנצל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:לאמיר איבערגיין וואס זענען די קוואליפיקאציעס פון ר' משה שטערענבוך צו ווערן גאב"ד.
איז ער די גרעסטע גאון צווישן חברי הבד"ץ? לכאורה יא
וואס נאך מעלות האט ער צו ווערן רב? עניבאדי?


דאס אז מ'מישט אריין די סאטמערע חזיריי אין די עדה"ח רבנות איז א מין פערדישקייט. איך האב אזוי געהאלטן שוין ווען די זלונים האבן געוואלט מ'זאל אויפנעמען ריח"מ פרידמאן. מ'הרגט אפ די ביסול רעספעקט וואס איז נאך דא פאר די ביד"ץ עדה"ח.
הרב שטערנבוך עס ווי ספיק פירט די עדה החרידית פאר די לעצטע יארן -ער איז דער ראש ביי די וועכנטליכע מיטינגען ער שטייט בראש פון כשרות שחיטה און אלע אנדערע פונקציעס אינערהאלב די עדה חוץ די פראטעסטן יעדע שני וחמישי וואס דעס ווערט מער ווייניגער געפירט דורך א עקסטערע אפטיילונג אין די הנהלת עדה החרידית,- בפרט די לעצטערע יארן ווען דער גאבד איז שוין נישט געווען בכח און ער האט קיין סאך נישט אריינגערעדט

ממילא די שאלה וואס די פרעגסט איז אירעלעווענט
אזוי ארויסגעריגט "פאקטן" פון ארבל, יעצט גיי פרעג מיך אפ.

אבער לאמיר שוין זאגן אז ער האט יא עפעס געפירט דארט, איז נאכאלץ נישט קיין שכל'דיגע זאך אויפצונעמען א רב אין די יארן.

למעשה זענען זיי אין א פלאנטער וואס צו טון. ס'דאך נישט קיין שיינע זאך אזוי צו באזייטיגן ר' משה. די בעסטע וואלט געווען ווען ער איז מודיע אז צוליב זיין עלטער זאגט ער זיך אפ פון די גאנצע בי"ד, און רעטייערט.
ס'וועט זיין א ווין ווין.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

וואס זאל מען טון אז דאס איז די פאקט? חוץ די הפגנות דעפארטמענט איז ר' משה געשטאנען בראש פון יעדע מערכה, יעדע מושב בית דין, יעדע שאלה. אלעס האט ער געפירט.
געזונטערהייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך געזונטערהייט »

פאלגזאם האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר טאמער אדמו'ר מ'סדיגורא-ירושלים איז א קאנדידאט?
:lol: :lol:
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

תוכו כברו האט געשריבן:גערעכט. תולדות אברהם יצחק איז קעגן. (כשכתבתי שיש קומץ המועט שמתנגדים היתה כוונתי עליהם...) אבער זיי האבן נישט קיין שום כח אויף די באשלוסן פון די עדה. זיי זענען א קליינטשיגע קהילה פון ארום דריי הונדערט משפחות אין ארץ ישראל אן קיין געלט, מאכט א.א.וו. און די הנהלת העדה רעכנט זיך נישט קיין סאך מיט זיי...
שאץ זיי נישט אונטער טאקע אסאך קלענער ווי תולדות אהרן אבער דאך א קהילה פון איבער טויזענט משפחות ארום די וועלט
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

צווישן די נעמען וואס ס'פארט ארום שמועות אלץ א קאנדידאט אלץ ממשיך פון די גאב"ד

הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה שאול קליין שליט"א לכאורה די שטערקסטע אויסוואל זייענדיג איינער פון די גרעסטע פוסקים אין דור ווי גדולי ישראל שיקן צו אים שאלות און זיינס א פסק ווערט אנגענומען גאר שטארק

הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד שווער צו גלייבן אז ס'גייט געשעען סיי צוליב זיין עלטער און צוליב וואס געוויסע ווילן אים נישט זעען אויף דעם אמט טראץ ער איז א גאון אדיר מיט אלע מפרשים
הגאון האדיר רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א די לענגסטע פון די יעצטיגע חברי ביד"ץ
הגאון האדיר רבי חיים אורי פריינד שליט"א די עלטסטע אין יארן פון די חברי ביד"ץ
הגאון האדיר רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א טאקע די יונגסטע פון די חברי ביד"ץ אבער דאך א פרישע אויפגייענדע שטערן אין די עדה און איז געווען גאר נאנט מיט די גאב"ד רבינו שערי טובי' זצוק"ל

דערנאך זענען דא רבי שלום פאללאק שליט"א חבר ביד"ץ בשיכון סקווירא שוין געווען א רעדע אים צו נעמען יארן צוריק ער איז א צדיק וקדוש און א פוסק מובהק רבות בשנים
ער איז טאקע נישט די ראש המדברים בכל מקום אבער זיין קדושה וועגט עס איבער

הגאון רבי בנימין לאנדא שליט"א דומו"ץ טאהש
גאב"ד פריימאן שליט"א
הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט"א פון לאנדאן
געזונטערהייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך געזונטערהייט »

בעל דרשן האט געשריבן:צווישן די נעמען וואס ס'פארט ארום שמועות אלץ א קאנדידאט אלץ ממשיך פון די גאב"ד

הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה שאול קליין שליט"א לכאורה די שטערקסטע אויסוואל זייענדיג איינער פון די גרעסטע פוסקים אין דור ווי גדולי ישראל שיקן צו אים שאלות און זיינס א פסק ווערט אנגענומען גאר שטארק

הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד שווער צו גלייבן אז ס'גייט געשעען סיי צוליב זיין עלטער און צוליב וואס געוויסע ווילן אים נישט זעען אויף דעם אמט טראץ ער איז א גאון אדיר מיט אלע מפרשים
הגאון האדיר רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א די לענגסטע פון די יעצטיגע חברי ביד"ץ
הגאון האדיר רבי חיים אורי פריינד שליט"א די עלטסטע אין יארן פון די חברי ביד"ץ
הגאון האדיר רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א טאקע די יונגסטע פון די חברי ביד"ץ אבער דאך א פרישע אויפגייענדע שטערן אין די עדה און איז געווען גאר נאנט מיט די גאב"ד רבינו שערי טובי' זצוק"ל

דערנאך זענען דא רבי שלום פאללאק שליט"א חבר ביד"ץ בשיכון סקווירא שוין געווען א רעדע אים צו נעמען יארן צוריק ער איז א צדיק וקדוש און א פוסק מובהק רבות בשנים
ער איז טאקע נישט די ראש המדברים בכל מקום אבער זיין קדושה וועגט עס איבער

הגאון רבי בנימין לאנדא שליט"א דומו"ץ טאהש
גאב"ד פריימאן שליט"א
הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט"א פון לאנדאן
רבי משה שאול זאל ווערן א קנאי......?
מממ... גאר גאר שווער צו גלייבן
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

לייגט די אלע פאליטיק אין אז זייט. מיר באדערט אסאך א וויכטיגער זאך.

וואס וועט זיין מיט אלע פירצות נוראות, חילולי שם שמיים, חורבן הבית, גזירות השמד?

ווער וועט לוחם זיין די פייערדיגע גורל'דיגע מלחמות הקודש און מקנא זיין קנאת השם צבקות קעגן די שונאי ישראל, מלכות הרשעה, מינים, כופרים, זדים, עלטער-זדים, מסיתים, מחבלים, מתחברים לרשעים, סגני רשעים, סתם רשעים, בייתוסים, שבתאים, משכילים, ציונים ועוד . און בפרט יעצט ווען שלומי אמוני ישראל שטייען אויס די אלע מזימות ווען די סטרא אחרא פראווט צו צוברעכן די וועדת הרבנים היה לא תהיה? און אויך ווי מ'שטייט יעצט פאר די טמא'נע בחירות הטמאות רח"ל הס מלהזכיר, הא?

און ווער וועט ווארפן טעראר אויף די מחטיאי הרבים פון די סלולאר געשעפטן, ווער וועט פאברענען מיסטקאסטענעס אפצושטעלן דעם רכבת הטומאה, ווער וועט פארשפרייטן פאשקעווילן ערב שבת להוציא מלבן של צדוקים ימ"ש, און ווער וועט דערמאנען כלל ישראל אז אלע צרות קומען פון די שייטלעך רח"ל הל"ת?

און צום לעצט : ווער וועט הייסן פאר ארץ ישראל זיך מזדזעזע זיין ת"'ק פרסה על ת"ק פרסה, פאר די אויערן צו מצילנה זיין און פאר די מענטשן זיך מתחלחל זיין און מביע זיין שאט נפש ווען די 'לוחמים' זענען פארנומען זיך צו הארגענען צווישן זיך????

כלל ישראל מה תהא עליה?!
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:יעצט הייסט עס אז הגר''מ שטערנבוך ווערט גאב''ד
איך קען דאס נאך נישט אזוי שנעל גלייבן.


למעשה האט ער זיך אליינס אנגעפאנגען אינטערצושרייבן מיט די טיטל "ראב"ד" און אלס כבודו איז מען געבליבן שטיל. יעצט שרייטס אלע אז איך בין א שקרן, אבער דאס איז די פאקט וואס יעדער וואס עס וויל קען דאס מברר זיין, עס איז א פאקט אז מען האט אים קיינמאל נישט אפיציעל אויפגענומען פאר ראב"ד, ער האט זיך בלויז פון זיך אליינס אינטערגעשריבן אזוי, און אזוי איז געווארן זיין טיטל.

.
:D
אזא גיטס.... איך פלאן זיך צו רופן באלד גאב''ד
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

מיליאנער האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:יעצט הייסט עס אז הגר''מ שטערנבוך ווערט גאב''ד
איך קען דאס נאך נישט אזוי שנעל גלייבן.

די פאקט איז אז דער רבי משה שטערנבוך האט זיך ארויסגעשטעלט אפיציעל אלס אן ארויני מער ווי סיי וועלכע חבר הבד"ץ. למשל ווען עס איז שוין געווען א פארטיגע נוסח פון די עדה לטובת די אסיפה פון מהרז"ל קעגן גיוס אין בארקלעיס, האט עס הגר"מ שטערנבוך אפגעשטעלט. ער האט גענומען די צעטל און דאס אריינגעלייגט אין טאש זאגנדיג אז דאס איז נאר פון איין זייט אין סאטמאר ממילא קען מען דאס נישט שטיצן אלס פאליטיק.
נישט מער ווי א יאר שפעטער איז פארגעקומען אן ענליכע אסיפה אויך פון איין זייט אין סאטמאר איז דעמאלס הגר"מ שטערנבוך אליינס געקומען צו פארן צו די אסיפה און אויפגעטרעטן. (פארדעם האבן די רבני סאטמאר ביי אן אסיפה מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א דעמאלס באשלאסן אז מען גייט אים נישט אויפנעמען פאר א באזוך בשעת ער קומט צו יענעם אין די זעלבע צייט וואס א צייט פארדעם האט ער נישט צוגעלאזט א בריוו פון די עדה פאר זייער זייט מיט די אויסרייד אז די עדה קען נישט זיין פארמישט נאר אין איין זייט).

קהילת סאטמאר מהרז"ל האט א שטארקע קהילה אין ירושלים, און אז מען נעמט אויף איינעם וואס האט זיך מער ווי איינמאל ארויסגעשטעלט אפיציעל פאר די אנדערע זייט אין זייער מחלוקה, מיינט דאס אז די הנהלת העדה רעכנט זיך בכלל נישט מיט איינס פון די גרעסטע קהילות וואס איז א חלק פון זיי.

ועוד, פאר א סיבה האט מען נישט אויפגענומען הגר"מ שטערנבוך פאר גאב"ד אין די ערשטע מינוט נאך הגרי"מ דושינסקיא.

נ.ב. אין א זייטיגע קרישקעלע איז נישט דא קיין איין פראטאקאל פון די עדה ווי מען נעמט אפיציעל אויף הגר"מ שטערנבוך אלס ראב"ד העדה. ווען זיינע מענטשן האבן אים געוואלט אויפנעמען, האט מען ביי אן אסיפה מיט די חברי העדה ארויסגעברענגט אז מען קען נישט אויפנעמען אלס ראש בית דין איינער וואס זיינע אייניקלעך לערנען אין גע'אסר'טע שקולעס, חדרים וואס מען לערנט עברית וואס איז געאסרט און אין חרם דורך די רבני העדה החרדית הקודמים.
למעשה האט ער זיך אליינס אנגעפאנגען אינטערצושרייבן מיט די טיטל "ראב"ד" און אלס כבודו איז מען געבליבן שטיל. יעצט שרייטס אלע אז איך בין א שקרן, אבער דאס איז די פאקט וואס יעדער וואס עס וויל קען דאס מברר זיין, עס איז א פאקט אז מען האט אים קיינמאל נישט אפיציעל אויפגענומען פאר ראב"ד, ער האט זיך בלויז פון זיך אליינס אינטערגעשריבן אזוי, און אזוי איז געווארן זיין טיטל.

נאכאמאל, דאוואדאוויטש מיט בלוי קענען אויפנעמען סיי וועם זיי ווילן, אבער זיי קענען נישט איגנארירן א ריזיגע קהילה פון טויזנטער מענטשן וואס איז אינטער די עדה החרדית, וואס גייט קיינמאל נישט מסכים זיין צו זיין אינטער די סמכות פון הגר"מ שטערנבוך אלס גאב"ד. ממילא גלייב איך נישט אז דאס גייט פאסירן, און טאמער יא איז דאס זעלבסטמארד פאר די עדה, ווייל זיי פייפן זיך מיט דעם אן אין איינעם פון די גרעסטע קהילות וואס איז אינטער זיי.
איך האב נישט קיין אנונג די ראב''ד'ס היסטאריע און צו ער איז יא לעגאל ראב''ד אדער נישט.

אבער איין זאך ווייס איך יא: די ראב''ד'ס קעגנערס זענען עלול אויף די ערגסטע זאכן, פון פארברענען זיינע ספרים ביז'ן אים אנרופן שר''י און זקן ממרא און אים נאכשרייען אין די גאסן.

דאס קוקט מיך נישט אויס ווי די גערעכטע צד. סאו איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן מיט די קעגענערס.

און אגב ר' יצחק טובי' האט אינטערגעשריבן קעגן מהר''א פערזענליך. סאו ס'האט שוין פאסירט ערגערס.


כ'מיין אז ענק גייען דשאסט מוזן טון דעיס וואס די ארונים האבן געטון במשך די לעצטע צוואנציג יאר, און זיך אויפפירן שיין דרך ארץ'דיג און נישט בלאזן ווי קליינע קינדער און זיכער נישט ווארפן קיין פאשקעווילן און מאכן א חילול השם. לאמיר זען צו די זאליס קענען זיך אויך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן.

כ'בין זיכער אז עטס קענטס.

און סתם אינטרעסאנט, פארוואס קען נישט ר' משה זיך דשאסט אנהייבן צו אינטערשרייבן גאב''ד?

חוץ מזה גלייב איך נישט אז א נייטראלע רב (וואס איז דאך דעיס וואס דו זוכסט) וועט אָננעמען די פאזיציע בחייו פון ר' משה.
די מעשה איבערן אויפנעמן די ראב''ד ווייסט אויף די נאמנות פין דעם @אינטערסאנטער
די גאב''ד איז נישט געווען איינזייטוג פאר מהז''ל, נאר מלחמה געהאלטן פאר זיי, סיי ביי די הצלה רבינו פרשה אין סיי ביי בג''ץ פרשה וכו', (אבער מהר''א איז געווארען אנגעווייטוגט ביי די זינלאזע מערכות אין וואס ער האט אריינעשלעפט די עדה, ווי ער האט זיך טיילווייז ציקריגט אויך מיט תו''א אין דושינסקיא)
אינטערסאנט אז די רעדסט, ווען ענק האבען געוואלט מ'זאל אויפנעמן ריח''מ פאר גאב''ד אדער רמ''וו זארגער פאר חבר ביד''ץ האבען ענק נישט געהאט קיין פראבלעם ווואס סאטמאר מהר''א וועט זאגען, נאר דא וויל מהרז''ל מ'זאל מבזה זיין דעם ראב''ד
אפילו אפרים שטערן טענהט 'לפנים' אז מהרז''ל פארשטייט אז די ראב''ד דארף ווערן גאב''ד אין אויב זיי גייען עס למעשה בלאקירן וועט דעיס אסאך מער חרוב מאכען די עדה
פארשפארט