פעלאוסי בליץ באזוך אין טייוואן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

פעלאוסי בליץ באזוך אין טייוואן

שליחה דורך מתבודד »

ווער געדענקט נאך די אלטע גוטע צייטן ווען אונזער אראנזשער ענערגישער פרעזידענט האט אונז נישט געלאזט באורד קיין איין מינוט?
אבער אמעריקאנע בירגער האבן מחליט געווען צו נעמען סליפינ פילס פאר עטליכע יאר, אדער נישט, און אריינגעברענגט פון מושב זקנים אלס פרעזידענט איינער וואס זיין עיקר אויפגאבע פלעגט זיין זיך צו דרייען אין די זייטיגע שטיבלעך פון בית המדרש און ארפנעמען די גמרות פון העכער די חומש, אדער די קדושת לוי פונעם תהלים, אדער מעורר זיין א יונג בחור’ל אז די תפילין שטייט אים נישט פונקט אינמיטן. האט מען אים אפגרעיטעד צו גוטן און היינט טוט ער עס ווייטער בנאמנות אינעם חב’’ד שטיבל אינעם לעפט ווינג, וירד שינה על הארץ, די צייט האט אנגעפאנגן גיין אויף סלאו מאשען.

האט זיך די באבע מרחם געווען און דערציילט אז זי גייט מאכן פרייליך, ”כ’פאר קיין טייוואן, און כ’שרעק זיך נישט פאר קיינעם!” שרייט זי מיט פאטאס צו די אייניקלעך און די נייגעריגע שכנים וואס שטייען ביים פענסטער. די גרויסע כינע אבער איז אויפגעברויזט ביז גאר. ס’הייסט דו גיסט לעגיטימאציע פאר איינער וואס זיין גאנצע יקום איז גניבה פון מיר?? שיקן זיי ארויס מיליטערישע העליקאפטער וואס דארפן צו פארעמען אין די הימלען א זויערע שמייכל, און האפן אז פעלאוסי וועט ארויסקוקן פון איר פליגער פענסטער און כאפן די מעסעזש.

וויל מען יעצט הערן די מיינונג פון די חשובע חברים, וואס האלטן ענק גייט דא ווייטער געשען??
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

nothing
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גארנישט!

וואס זיי קענען טוען זיי שוין סייווי. שפיאנירן אויף אמעריקאנער אינטעלידשענס, טעכנאלאגיע, און אויף מיליטער. און נאכדעם נעמען זיי און מאכן עס אליין און פארקויפן עס פאר אנדערע לענדער.

כינע איז פון די געמיינסטע לענדער אין דער וועלט ווען ס'קומט צו מענטשן רעכטן. אזא לאנד ווי כינע אנשטאט זיי שטיצן און אויפבויען מיט'ן איינקויפן אירע פראדוקטן וואלט מען ווען געברויכט איר צו באיקאטירן און אראפ ברענגן צו אירע קניען.

א חרפה און א בושה ווי אמעריקע און די איבעריגע פרייע וועלט האט באפרייט קנעכטשאפט און אין דעם זעלבן צייט טוהן זיי פארקנעכטעווען איבער א ביליאן אמשולדיגע מענטשן וואס זענען געבוירען היומען ביאינגס פונקט ווי דעם פעטען אמעריקאנער עושר וואס טוט פארקנעכטעווען טויזענטער כינעזער אין זיינע פארבריקן און צאלן קוים אויף צו האבן ברויט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין די העכסטע צייט צו וויסן און פארשטיין, אז קיינער אין אמעריקא קימערט נישט קיין קנעכטשאפט, ראסיזם, אנטי-סעמיטיזם, גלאבאל ווארמינג, אינסערעקשאן וכו' וכו'. יעדער מיינט נאר זיך, די אייגענע פאליטיק, מאכט, געלט און איטענשאן. מ'נוצט נאר די אלע ווערטער אלס מיטל און שפראך, נישט אלס אמת'דיגע צוועק און ציל.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:nothing,
אמת, אין שארט טערם גייט די יעצטיגע באזוך גארנישט אויסמאכן און זיי גייען זיך נישט וואגן צו טון עפעס, אבער אויב אין אין די לאנג ראן גייען זיי זיך צופירן די הענט גייט דאס למפרע זיין איינע פון די זאכן וואס האט זיי געטריגערט און אויפגעברויזט.

סתם אזוי בין איך נייגעריג אויב דער שי (טשי, קשי, זשי,קסזשי, סשי, וואטעווער) איז א יושב על כסא ממלכתו און טוט מה שלבו חפץ אזוי ווי פוטין, אדער איז מער משועבד צו זיינע שושבינים און אדמיניסטראציע אזוי ווי ביידן?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פעלאוסי בליץ באזוך אין טייוואן

שליחה דורך החוקר »

צופירן די הענט אויף וועם? אמעריקא? טייוואן?
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אויף טייוואן. א מלחמה צווישן אמעריקא און טשיינע וועט זיין א cyber war, און דאס וועט אויך מסתמא נישט זיין אזוי שנעל
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
פארשפארט