מתבודד האט געשריבן:דערמאנסט פון די סאטמערע אינגערמאן, א משיח’יסט האט אים געפרעגט וואס ער וועט טון אויב משיח קומט, און אויפ’ן אייזל זיצט נישט קיין צווייטער ווי די רבי (הרמ’’מ), האט ער אים געענטפערט וואס וועסטו טון אויב משיח קומט און אויפ’ן אייזל זיצט גאר יאשקע אליינ’ס. והה’’ד לענינינו...עצי שטים האט געשריבן:קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?מתבודד האט געשריבן:איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
א אינטערעסאנטע שאלה, אבער די תשובה איז זייער פשוט, ס'דא געוויסע זאכן וואס פארלאנגט זיך פון איינעם אויף צי זיין דעם משיח (כדאיתא ברמב"ם)
איז ממה נפשך, אויב קומט יוזל נישט נאך די פארשריפטן קענען רייטן אויפן אייזל ביז מארגן ער איז דאך נישט משיח, ווידער אויב קימט ער נאך די פארשריפטן, איז ער דער משיח ביי דיפאלט, ווי מאדנע ס'הערט זיך צי זאגן יחי אדוננו מורינו יאשקע מלך המשיח לעולם ועד, וועט מען דארפן מקבל מרות זיין, און ער וועט זיין פארנימען ווייזן מיטן פינגער....