דאס בלאסע בלויע פינטל

מחשבה, השקפה ועיון
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

דאס בלאסע בלויע פינטל

שליחה דורך שמן למאור »

קארל האט גארנישט געוויסט וואספארא גרויסע איינדריק זיין באשלוס וועט איבערלאזן אויפן וועלט, און פאר די דורות הבאים. זיינע קאלעגע סייענטיסטן האבן לאו דוקה געהאלטן אז עס פעלט זיך עפעס אויס צו כאפן דעם בילד, אבער דאך האט ער באוואויגן זיינע מיטארבעטער אויסצודרייען די קעמארעס פונעם "וואיעדזשער 1" און כאפן איין לעצטע בילד פון אונזער פלאנעט.

שוין אין יאר 1972 האט די אסטראנאט העריסאן שמידט זייענדיג אויפן לבנה געכאפט די ערשטע בילד פונעם גאנצן ערד קיגל. און הגם די סייענטיסטן האבן שוין פונלאנג געוויסט אז די ערד איז איין גרויסע באלי, דאך איז אינו דומה שמיעה לראיה. א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, און קען אמאל אסאך טיפער אריינבאקן א ספעציפישן מעסעדזש ווי איידער מען זאל עס בלויז זאגן און מסביר זיין מיט ווערטער. די בילד האט בשעתו אויפגעשטורעמט די וועלט, און ארויסגעברענגט אז אונז אלע מענטשעלעך אויפן וועלט זענען מער אנגעוויזן איינער אויפן צווייטן און האבן אסאך מער און קאמען ווי מיר טראכטן. מיר קענען זיך נישט זארגן בלויז פאר אונזער מדינה אדער די אייגענע ד' אמות, ווייל אויב טוט יעדער בלויז וואס איז די בעסטע פאר זיך אהן קיין צוזאמענארבייט פאר די גלאבאלע ערייכונג. קען עס האבן ווייטגרייכענדע קאטאסטראפישע קאנסוקווענסן פאר אונז אלע.
יעצט אכצן יאר שפעטער, האט די סייענטיסט און אסטראנאמער קארל סעיגען געוויסט אז מען דארף עס נעמען צום קומענדיגן שטאפל.

די וואיעדזשער 1 איז א גאר פארגעשריטענע ספעיס פראוב סעטאלייט וואס איז ארויסגעשיקט געווארן צו די הויעכע ספערן דורך נאסא אין יאר 1977 צו מאכן פארשידענע פארשינגען און צירוקברענגען דאטא פאר די סייענטיסטן אויף די וועלט. עס האט אפגעקאסט אן ערך פון 250 מיליאן דאלער.
כהיום קרוב צו 45 יאר נאכן ארויסשיקן, פליט עס נאך ווייטער אהן קיין אויפהער אין די הויעכע ספערן ביי א שנעלקייט פון 38,000 מייל פער שעה! (דאס איז בערך 11 מייל פער סקונדע!) און געפינט זיך יעצט ביי א ווייטקייט פון בערך 14.5 ביליאן מייל פון אונזער וועלט!!!
עס איז די ווייטסטע חפץ אוועק פון אונז, וואס קומט פון אינזער וועלט.

( סתם פאר אינטערסאנטקייט במאמר המוסגר. איינע פון די מערקווירדיגע זאכן וואס ליגן ציגעטשעפעט צום ספעיסקרעפט, איז די "גאלדענע רעקארד" דאס איז א רעקארד וואס האט אויף זיך סיי צייכענונגען פון די ערד, א בערכ'דיגע סייענטיפישע צייכענונג ווי אונז געפינען זיך אין די קאסמוס. אזוי אויך איז דא דארטן ריקארדירונגען פון גריסונגען אין איבער 50 שפראכן, מיט נאך קולות פונעם ערד קיגל ווי א קינד וואס וויינט, קולות פון חיות, עופות, און פיש, דינערן און ווינטן. אלעס איז ארויפגעלייגט פאר א פאטענציאלע לעבן אדער מענטשהייט פון אן אנדערע פלאנעט צו טרעפן און מאכן קאנטאקט מיט אונז. זע מער איבער דעם דא)

הכלל, אין יאר 1990 פעביואר דעם פערצנטער, ביי א ווייטקייט פון 3.7 ביליאן מייל. האט מען געגעבן א דריי אויס די קאמערעס פונעם וואידזשער צום ערד קוגל און געכאפט איין לעצטן בילד. די ווייטסטע בילד וואס אונז פארמאגן היינט פון די וועלט. מען קען קוים באמערקן די קליינע פיטעלע אינעם בילד, און עס גיבט צו פארשטיין ווי קליין און נישטיג אונזער ערד קוגל איז כלפי די גאנצע מערכת השמים.
אין אונזער מילקי וועי געלאקסי אליין איז דא א געשאצטע 500 ביליאן שטערנס און דערנאך איז נאך דא הונדרעטע ביליאנע גאלאקסיס וואס יעדע איינע פאר זיך האט נאך הונדרעטע בליאנען שטערנס, און לויט טייל וויסנשאפטלער, איז די אלע גאלעקסיס בלויז א פיפטל פון די גאנצע ענדלאזע בריאה פון גאלעקסיס. און אלעס איז ענדלאז ריזיג, און טריליאנען פון ליכט-יארן מעכטיג גרויס.
די בילד איז באקאנט געווארן אלטס דעם pale blue dot. קארל סעיגן האט שפעטער געשריבן א ביך מיט אט דעם נאמען. און האט געגעבן א שטארקע לעקציע מיט א גאר שטארקע מוסר השכל פון וואס מען לערנט זיך פון דעם בילד.
הערט עס דא אויס מיט א כובד ראש.
איך וועל עס פראבירן איבערצוטייטשן אין אידיש מיט אביסל אייגענע אינפאט און עס אביסל פארהיימישן, צוליב די געוואלדיגע מעסעדזש וואס עס ליגט דערינען פאר די מענטשהייט.

אונעם קומענדיגע תגובה וועל איך ארויפשטעלן מיין איבערזעצונג מיט עטליכע שינוים. איך טייל עס אפ מחמת די געוואלדיגע וויכטיגקייט און שטארקייט וואס עס ליגט דערין, און עס פארדינט זיך אן אייגענע תגובה.

די בלאסע בלויע פינטל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דאס בלאסע בלויע פינטל

טייערע ברידער, טייערע שוועסטער, לעכטיגע נשמה. כאפט נאר א טיפן בליק און זיי דיך מתבונן אויף דעם פינטל. פון אזא ווייטקייט זעט עס נישט אויס צו זיין עפעס מער ווי א ברעקל זאמד ביים ברעג פונעם ים. אבער... כאפ נאך א בליק, דאס איז דא, דאס איז אונז, דאס איז אונזער וועלטל וואס אונז ריפן היים. אויף דעם קליינטשיגן פינטל האט יעדע מענטש וואס האט נאר אמאל געלעבן, זיך אויסגעלעבט זיינע יארן. פון אדם הראשון ביז משה רבינו, פון אברהם אבינו ביז דוד המלך, פון ר' שמעון בר יוחאי ביז רבי ישראל בעש"ט, פונעם רבמ"ם ביזן סאטמאר רב, פון ר' נחמן מברסלב ביזן חזון איש... אלע אהן קיין אויסנאם האבן אנגעהויבן און געענדיגט זייער לעבן אויף דעם שטיקל שטויב.

אלע געשעענישן וואס מיר ווייסן נאר צו זאגן וועגן זיי, פון די מבול ביז קריאת ים סוף, פון עקידת יצחק ביז די צווייטע וועלט מלחמה, פון די איקוועזיציע ביז די קרייציגלער, פון אלעקסיי מיטן בעש"ט ביזן שפאנישן פלו, פון יציאת מצרים ביזן חורבן בית המקדש, פונעם נס חנוכה ביזן ערפינדן אמעריקע, פון די קאנטעניסטן ביזן גרינדן מדינת ישראל, פון מלחמת נאפאליאן ביזן ערוויילונג פון טראמפ, פון מתן תורה ביזן גרינדונג פון השכלה, פון גירוש ספרד ביז ת"ח ות"ט, פון אליהו אויפן הר הכרמל ביז די באפרייאונג פון די קנעכט, פונעם דור הפלגה ביזן בירגער קריג, פון מלחמת סיסרא ביזן צוזאמפאל פון די צווילונג געביידעס, פון די נס פורים ביזן קאוויד אפעדעמיע, און אלעס אנדערש וואס קומט דיר נאר יעצט ארויף אויפן געדאנק, אלעס איז פארגעקומען אויף דעם קליינעם ברעקעלע.

יעדע פריץ און קעניג, יעדע פירער און דיקטאטור, יעדע פרעזידענט און פריים מיניסטער, יעדע מופטי און שעיך, יעדע גלח און פויפסט, יעדע רב און דיין, יעדע רבי און חסיד, יעדע ראש ישיבה און תלמיד, יעדע ביליאנער און שנארער, יעדע בעל עגלה און באס דרייווער, יעדע פארשער און סייעטיסט, יעדע ביזנעסמאן און מלמד, יעדע ערפינדער און ריוואליציאנער, יעדע מאסן מערדער און רוצח, יעדע מאפיאנער און שווינדלער, יעדע גלויביגע און כופר, יעדע טיפש און חכם, יעדע קולט פירער און זיינע מיטגלידער, יעדע קאנטראקטער און ריעל איסטעיט אגענט, יעדע צדיק און רשע, יעדע פאליטישן און סאלדאט, יעדע אקטיאר און שרייבער, אלע אלע האבן געמאכט זייער היים אויף דעם בלאסן פינטל.

אלע חיות און בהמות, פיש און עופות מענטשן און געוואוקסן, אינגעלייט און זיידעס, קינדער מיט בחורים, מיידלעך מיט באבעס, קאפעלס מיט גרושים, קארס און עראפלאנען, שטעט און לענדער, גאסן און מדבריות, בערג און אפגרינדן, געשעפטן און וואלקנקראצערס, פאלאצן און וועלדער, בתי חיים און פארקס, ימים און לעיקס, לופטפעלדער און פאבריקן, אלע געפינען זיך איצטער אויף דעם פיצינקע שטיקל זאמד אונעם שאטן פון א זונשטראל.

די וועלט איז גאר א קליינע חלק פון א מעכטיגע קאסמוס אימפעריע. טראכט פון אלע גרויזאמע מלחמות וואס האבן נאר דא פארגעקומען, ענדלאזע בלוט פארגיסונגען, אכזריות און רציחות, אלעס בלויז וועגן איינער האט געוואלט הערשן פאר א ביסל צייט אויף א קליינע חלק פון א פינטל. וויפול חצירות'ן האבן זיך געריסן, מענטשן האבן נישט גערעדט מיט משפחה, זיך צעקריגט ביי דיני תורות, זיך גערעגט און געשלאגן, אלטס צו פארדינען אביסל אנערקענונג און כבוד און דעם קליינעם שטיקל שטויב. איינער האלט שוין יארן חשבון מיט א צווייטן, ער גייט נישט צו יענעמס שמחות, איינער דערגייט פארן צווייטן די יארן, מען קומט זיך נישט אויס, מען מאכסט זיך נעריש און מען פילט זיך ב'גדול'ט און אינעם צענטער פונעם קאסמוס, ווען אין ווארהייט איז זיין גאנצע וועלטל נישט ווערט כקליפת השום.

ווי גרינג איז צו ווערן באליידיגט, ווערן ברוגז, ווערן געטשעפעט. מען וויל יעדעם באשטראפן, שלאגן, צופיקסן. וויפול מענטשן דרייען זיך ארום מיט צער און עגמת נפש, מען מאכט זיך ביטער די לעבן ווייל יענער האט דיר עפעס געזאגט, אדער אראפגעקלאפט. די איינרעדעניש אז די ביסט א יש, די ביסט עפעס ווערט, די שטייסט און שפיץ פון די וועלט, ווערט שנעל אפגעפרעגט מיטן בילד פונעם בלאסן בלויע פינטל.

יעדער איז זיכער מיט זיין מיינונג, מיט זיין מהלך המחשבה, מיט זיין רעליגיע און מיט זיינע פאליטיק. יעדער איז זיכער אז וואס ער ווייסט און האלט, דאס איז ווארשיינליך די ריכטיגע אמת און נאר ער איז די ריכטיגע אויסגעקאכטע חכם וואס פארשטייט אלעס, אבער אין ווארהייט פראסקעט אים אין פנים די בילד פונעם בלאסן בלויע פינטל.

כאפ אריין א גוטן טאג מיט דיין ווייב און קינדער, מיט דיין טאטע און מאמע און געשוויסטער. זיי אויפריכטיג און אחריות'דיג, בשמחה און גוטהארציג. בעפאר די גיבסט זיך א דריי ביסטו שוין אליין אפילו נישטא אין די קליינע וועלטל וואס איז ממילא אזוי קליין און נישטיג. פארוואס זיין פארנימען מיט שטותים און נערישקייטן, ווען אין די צייט קענסטו זיין פארנימען מיטן מאכן בעסער דאס בלויען פינטל, די איינציגסטע היים וואס מיר טוען פארמאגן.

קארל סעיגאן- עצי שטים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עצי שטים האט געשריבן:דאס בלאסע בלויע פינטל
כאפ אריין א גוטן טאג מיט דיין ווייב און קינדער, מיט דיין טאטע און מאמע און געשוויסטער. זיי אויפריכטיג און אחריות'דיג, בשמחה און גוטהארציג. בעפאר די גיבסט זיך א דריי ביסטו שוין אליין אפילו נישטא אין די קליינע וועלטל וואס איז ממילא אזוי קליין און נישטיג. פארוואס זיין פארנימען מיט שטותים און נערישקייטן, ווען אין די צייט קענסטו זיין פארנימען מיטן מאכן בעסער... (דאס בלויען פינטל, די איינציגסטע היים וואס מיר טוען פארמאגן.)
קארל סעיגאן- עצי שטים.
קארל סעיגאן- עצי שטים - הקטן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די ווידיאו האט בשעתו געעפנט מיין מוח צו מיין אויגן און ס'האט זיך נאכנישט פארמאכט. ס'האט צוטראסקעט מיין תמימות פאר אייביג.

די ווידיאו איז די גרעסטע נסיון אנטקעגן אמונה.

ווען מען איז זיך מתבונן אין די בילד ווי גרויס די סטעידזש איז איז אומעגליך צו זאגן אז די גאנצע יקום איז געבוירן געווארן נאר פאר אידן זיי זאלן קענען דינען דא גאט אויף די דיסטענט בלוי דאט. אמיטאמאל איז עס די צענטער. א פיצי פיצי בלוי דאט.

The stage is too big for the play.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאסל ראקאווער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך כאפ נישט די נקודה. פארוואס ווערט א מענטש אפגעפרעגט ווייל פון א ווייטקייט פון 3.7 ביליאן מייל איז די גאנצע וועלט א בלאסע פינטל?
אז עס איז פינטל, איז עס נישט ווערט כקליפת השום? אפשר ווייזט עס אויף די חשיבות פון א פינטל ווען עס שטייט 3.7 ביליאן מייל אוועק פון דיין אויג?
אז מיין איינרעדעניש מאכט מיר פילן אז איך בין עפעס ווערט אויף די וועלט וואס איך שעיר מיט 7 ביליאן + מענטשן און איך בין די שפיץ פון זיי אלע, וואס מאכט עס ווייניגער אז פון 3.7 ביליאן מייל אוועק איז עס נאר א פינטל?
אויב איך בין די ריכטיגע אויסגעקאכטע חכם וואס פארשטייט אלעס, פארוואס זאל מיר פראסקענען אין פנים א בילד פון 3.7 ביליאן מייל אוועק וואס דארט בין איך נאר א פינטל?

מאך די מוסר השכל פארקערט. שטיי נישט אזוי ווייט, שאץ מיך נישט אפ פון דארט. קום נענטער, און קוק ווי מעכטיג איך בין אין מיין וועלט.

די וועלט איז ריזיג, עס איז דא אזויפיל זאכן צו מאכן א גוטן טאג. די וועלט איז ריזיג, זיי נישט פארנומען מיט שטותים און נערישקייטן, עס איז דא אזויפיל זאכן צו מאכן בעסער. מענטשעלע, קום ארויס פון דיין פינטל, און פאנג אן צו קוקן ברייטער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חדשים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

דאס בלאסע בלויע פינטל

שליחה דורך עולם הזה »

הערליך שיין! עצי שטים.
א מעדיטאַציע פארן נשמה.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

חדשים האט געשריבן:איך כאפ נישט די נקודה. פארוואס ווערט א מענטש אפגעפרעגט ווייל פון א ווייטקייט פון 3.7 ביליאן מייל איז די גאנצע וועלט א בלאסע פינטל?
אז עס איז פינטל, איז עס נישט ווערט כקליפת השום? אפשר ווייזט עס אויף די חשיבות פון א פינטל ווען עס שטייט 3.7 ביליאן מייל אוועק פון דיין אויג?
אז מיין איינרעדעניש מאכט מיר פילן אז איך בין עפעס ווערט אויף די וועלט וואס איך שעיר מיט 7 ביליאן + מענטשן און איך בין די שפיץ פון זיי אלע, וואס מאכט עס ווייניגער אז פון 3.7 ביליאן מייל אוועק איז עס נאר א פינטל?
אויב איך בין די ריכטיגע אויסגעקאכטע חכם וואס פארשטייט אלעס, פארוואס זאל מיר פראסקענען אין פנים א בילד פון 3.7 ביליאן מייל אוועק וואס דארט בין איך נאר א פינטל?

מאך די מוסר השכל פארקערט. שטיי נישט אזוי ווייט, שאץ מיך נישט אפ פון דארט. קום נענטער, און קוק ווי מעכטיג איך בין אין מיין וועלט.

די וועלט איז ריזיג, עס איז דא אזויפיל זאכן צו מאכן א גוטן טאג. די וועלט איז ריזיג, זיי נישט פארנומען מיט שטותים און נערישקייטן, עס איז דא אזויפיל זאכן צו מאכן בעסער.

קום ארויס פון דיין פינטל, און פאנג אן צו קוקן ברייטער.
די געדאנק איז אז מ'פארשטייט אז ווען אונז קוקן, צב"ש, אויף א נמלה ווי זי האלט זיך גרויס נגד איר חברותא און פארארבייט אריין מעשים דערין אלס פאר מאכט וכדומה, און טאקע פון איר פּערספּעקטיוו, שטיי מיר אונז און אונז לאכן פון איר - פון אונזער פּערספּעקטיוו. דאס זעלבע דא: די לעהרע איז אז אונז זאלן זיך טאקע ארויסנעמען פון אונזער, אָלטימעטלי, קליינע אַנטראָפּאָסענטריק פּערספּעקטיוו אזוי ווי די נמלה אין די משל, און דאס באטראכטן פון די גרעסערע קאַסמיק פּערספּעקטיוו וואו דאס איז אָלטימעטלי גארנישט מיט גארנישט. ועיין כעי"ז במו"נ ח"ג פי"ג. די בילד איז דאס ממש ממחיש.
הקטן האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:דאס בלאסע בלויע פינטל
כאפ אריין א גוטן טאג מיט דיין ווייב און קינדער, מיט דיין טאטע און מאמע און געשוויסטער. זיי אויפריכטיג און אחריות'דיג, בשמחה און גוטהארציג. בעפאר די גיבסט זיך א דריי ביסטו שוין אליין אפילו נישטא אין די קליינע וועלטל וואס איז ממילא אזוי קליין און נישטיג. פארוואס זיין פארנימען מיט שטותים און נערישקייטן, ווען אין די צייט קענסטו זיין פארנימען מיטן מאכן בעסער... (דאס בלויען פינטל, די איינציגסטע היים וואס מיר טוען פארמאגן.)
קארל סעיגאן- עצי שטים.
קארל סעיגאן- עצי שטים - הקטן
ווי כ'האב געשריבן דא מער באריכות אויף אַן ענליכן קריטיסיזם, איז אפילו ממבט יהדות דארף אונזער פּערספּעקטיוו צו זיין אז עולם הזה איז דאס איינציגסטע עולם און דא איז וואס און וואו מ'דארף פארבעסערן; אונז זע'מיר נישט קיין טויט קאָלט. (דאס וואו מ'מישט אריין עוה"ב איז בעיקר צו קאַוּנטערן העדאניזם וקורת רוח, ועיין לדוגמא במעשה דאחר בחגיגה טו., ואכמ"ל.) וידוע המשנה באבות (ד יז) יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא ע"ש (און דאס איז גראד דערנאך וואס ר' יעקב האט אויך געזאגט פריער איבער התקן עצמך בפרוזדור וכו'). עכ"פ טאמער אויף קאסמאלאגישע ענינים ווערט געזאגט (חגיגה יג.) "במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור במה שהורשית התבונן אין לך עסק בנסתרות", וואס דארט למעשה זעה מיר אז ס'שייך צו חוקר זיין עמפּיריש אא"וו, איז כ"ש אויף דעם. איז בלייבן מיר במאמרו של וויטגענשטיין שציינתי שם, און @עצי שטים איז גערעכט מיט וואס ער האט געזאגט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מי אני, דאס איז וואס איך כאפ נישט. דו ביזט אין א אנדערע וועלט פון די מוריטשקע און וועגן דעם האסטו א אנדערע פערספעקטיוו. עס העלפט גארנישט פאר די מוריטשקע אז דו שטייסט אינדרויסן און לאכסט. אין זיין וועלט זענען די אלע זאכן וויכטיג און דאס איז וואס ער דארף. ווילסט אים זאגן אז די וועלט איז גרעסער פון דעם און עס איז דא א גרעסערע פערספעקטיוו. פיין, אמת, אבער איך בין נישט דארט. און איך קען קיינמאל נישט אנקומען דארט. סא יענע מיינדסעט רעדט נישט צו מיר אפילו עס איז אמת. דא אין מיין וועלט איז דא א אנדערע אמת. (ביידע קענען אפילו זיין אמת, אבער אים איז נאר נוגע וואס איז אמת אין זיין וועלט). והנמשל מובן מאליו.

עס איז ענליך צו די געדאנק פון, "הִלֵּל אוֹמֵר: אַל תָּדִין אֶת חֲבֵרְךָ עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ." (משנה אבות ב ד).
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

הערליך שטיקל עצי!

ס’איז נאר אינטרעסאנט אז די הויכשפיציגע נאס"א סייענטיסטן בלייבן אויך סטאק אין דעם קליינעם פינטל. אונז היינט, א קנאפע פופציג יאר שפעטער קוקן אן דעם רעקארד און האבן נישט קיין אנונג וואס ס’איז, אונזערע טשיפס אין די גרויס פון א העמד קנעפל, קען אנטהאלטן ביליאן מאל מער ווי די רעקארד.
שיקן זיי ארויף א רעקארד צו די גרינע מענטשעלעך דארט אויבן, אבער אלס מיט די צמצום פון אונזער בריאה. צו האבן יענע מענטשן/ברואים בכלל חושים? זיי קענען זען? הערן? זיי קענען אנכאפן בכלל אזא קליינע זאך ווי א רעקארד? אדער אזא גרויסע זאך? זיי ווייסן וואס די רמזים און אינסטרוקציעס מיינען, ווייל אונז קלוגע מענטשן פארשטייען עס?
איך פארשטיי אז ס’איז ס’מערסטע זיי האבן געקענט טון, אבער די האפענונג זיי לייגן אויף דעם איז קוריאז.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאכט זיך אז ליפא שמעלצער האט לעצטנס געפארבט א פעינטינג באזירט אויף דעם פינטל.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

חדשים האט געשריבן:איך כאפ נישט די נקודה. פארוואס ווערט א מענטש אפגעפרעגט ווייל פון א ווייטקייט פון 3.7 ביליאן מייל איז די גאנצע וועלט א בלאסע פינטל?
אז עס איז פינטל, איז עס נישט ווערט כקליפת השום? אפשר ווייזט עס אויף די חשיבות פון א פינטל ווען עס שטייט 3.7 ביליאן מייל אוועק פון דיין אויג?
אז מיין איינרעדעניש מאכט מיר פילן אז איך בין עפעס ווערט אויף די וועלט וואס איך שעיר מיט 7 ביליאן + מענטשן און איך בין די שפיץ פון זיי אלע, וואס מאכט עס ווייניגער אז פון 3.7 ביליאן מייל אוועק איז עס נאר א פינטל?
אויב איך בין די ריכטיגע אויסגעקאכטע חכם וואס פארשטייט אלעס, פארוואס זאל מיר פראסקענען אין פנים א בילד פון 3.7 ביליאן מייל אוועק וואס דארט בין איך נאר א פינטל?

מאך די מוסר השכל פארקערט. שטיי נישט אזוי ווייט, שאץ מיך נישט אפ פון דארט. קום נענטער, און קוק ווי מעכטיג איך בין אין מיין וועלט.

די וועלט איז ריזיג, עס איז דא אזויפיל זאכן צו מאכן א גוטן טאג. די וועלט איז ריזיג, זיי נישט פארנומען מיט שטותים און נערישקייטן, עס איז דא אזויפיל זאכן צו מאכן בעסער. מענטשעלע, קום ארויס פון דיין פינטל, און פאנג אן צו קוקן ברייטער.
חדשים האט געשריבן:מי אני, דאס איז וואס איך כאפ נישט. דו ביזט אין א אנדערע וועלט פון די מוריטשקע און וועגן דעם האסטו א אנדערע פערספעקטיוו. עס העלפט גארנישט פאר די מוריטשקע אז דו שטייסט אינדרויסן און לאכסט. אין זיין וועלט זענען די אלע זאכן וויכטיג און דאס איז וואס ער דארף. ווילסט אים זאגן אז די וועלט איז גרעסער פון דעם און עס איז דא א גרעסערע פערספעקטיוו. פיין, אמת, אבער איך בין נישט דארט. און איך קען קיינמאל נישט אנקומען דארט. סא יענע מיינדסעט רעדט נישט צו מיר אפילו עס איז אמת. דא אין מיין וועלט איז דא א אנדערע אמת. (ביידע קענען אפילו זיין אמת, אבער אים איז נאר נוגע וואס איז אמת אין זיין וועלט). והנמשל מובן מאליו.

עס איז ענליך צו די געדאנק פון, "הִלֵּל אוֹמֵר: אַל תָּדִין אֶת חֲבֵרְךָ עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ." (משנה אבות ב ד).
ווי געשריבן, איז א בילד מער ווערט ווי טויזענט ווערטער. דאס מיינט נישט אז די בילד איז דיר מחדש עפעס וואס די ווייסט נאכנישט. ווען די זעסט למשל א קארוקאטור פון ביידען ווי ער פאלט פון א בייק מיט א לענגליכע נאז מיט א צעמישטע שטערן, האט עס דיר פאקטיש גארנישט מחדש געווען. האסט שוין געוויסט אלעס פון פריער, נאר די מעסעדזש אז ער איז אן אלטע שוואכע צעמישטע זקן דאס ווערט אסאך מער אריינגעבאקן פונעם בילד ווי איידער די גאנצע לאנגע ארטיקל וואס וועט דיר עס מסביר זיין.

לענינינו. דאס אז מיר זענען גארנישט, דאס אז א מענטש איז א פארשטינקענע טיפה סרוחה, כאבק פורח וכחלום יעיף, יסודו מאפר וסופו לאפר, א גארנישט מיט א נישט. דאס אלעס ווייסן מיר שוין פון לאנג. יעדער וואס קוקט אריין אין די מוסר ספרים וואס רעדן פון ביטול היש, אדער איז זיך סתם מתבונן דערינען קומט אן צו אזא מסקנה, נאר וואס דען? אזוי ווי די זאגסט אליין די מענטש מאכט זיך א "אייגענע" "אמת'ע" מציאות, ער לעבט און לאכט און רעדט זיך איין אז זיין מציאות איז עפעס, ער פארגעסט אינעם טאג טעגליכע לעבן אז ער איז א גארנישט... אויף דעם האט מען דעם בילד וואס גיבט דיר א פראסק אין פנים און ערוועקט דיר צום ריאליטעט.

די זאגסט אז די וועלט איז יא גרויס... לאמיר דאס צונעמען, וואס איז טייטש גרויס און וואס איז טייטש קליין?? אלעס איז נאר און א קאנטעקסט צו עפעס אנדערש.
דהיינו אז איך פרעג דיר אויב אן עפל איז גרויס וועסטו זאגן אז נישט. אויב איך פרעג דיר אויב א וואלקן קראצער איז גרויס וועסטו ענטפערן אז יא. ווייל די קוקסט דיך אליין אהן ווי די עוורידזש זאך אין גרויסקייט, ממילא איז כלפי דיר א עפל קליין און א וואלקנקראצער גרויס, אבער אליבא דאמת איז א עפל ריזיג כלפי א מוריטשקע פינקט ווי די וואלקנקראצער איז גרויס כלפי דיר.
ובכן פאר עוג מלך הבשן, אדער כלפי די לויתן, איז א וואלקנקראצער טאקע קליין, דאס הייסט ווי גרעסער די אנערקענסט אז בריאה איז, אלס קלענער ווערסטו פאקטיש. דיין גוף גייט טאקע נישט פלוצלונג שרינקן נאכן געוואר ווערן ווי ריזיג די קאסמאס איז. אבער דעם אמת'ן פראספעקטיוו פון ווי גרויס די ביסט באמת כלפי אלע אנדערע ריזיגע זאכן וואס איז דא, דאס ברענגט די בלאסע בלויע פינטל צו אנערקענען.
די מוריטשקע וואס האלט זיך גרויס איז פינקט אזוי איינגערעדט און לעבט פשוט אין א פאלטשע אילוזאציע פונקט ווי די מענטש וואס האלט זיך גרויס. עס איז נישט רחכטיג צו זאגן אז ביידע זענען אמת פון זייער מבט אויפן וועלט, עס איז נאר דא איין אמת'ע מושלמ'דיגע גרויסקייט וואס פאקט איין דיר מיטן מוריטשקע אינאיינעם.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

חדשים האט געשריבן:מי אני, דאס איז וואס איך כאפ נישט. דו ביזט אין א אנדערע וועלט פון די מוריטשקע און וועגן דעם האסטו א אנדערע פערספעקטיוו. עס העלפט גארנישט פאר די מוריטשקע אז דו שטייסט אינדרויסן און לאכסט. אין זיין וועלט זענען די אלע זאכן וויכטיג און דאס איז וואס ער דארף. ווילסט אים זאגן אז די וועלט איז גרעסער פון דעם און עס איז דא א גרעסערע פערספעקטיוו. פיין, אמת, אבער איך בין נישט דארט. און איך קען קיינמאל נישט אנקומען דארט. סא יענע מיינדסעט רעדט נישט צו מיר אפילו עס איז אמת. דא אין מיין וועלט איז דא א אנדערע אמת. (ביידע קענען אפילו זיין אמת, אבער אים איז נאר נוגע וואס איז אמת אין זיין וועלט). והנמשל מובן מאליו.

עס איז ענליך צו די געדאנק פון, "הִלֵּל אוֹמֵר: אַל תָּדִין אֶת חֲבֵרְךָ עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ." (משנה אבות ב ד).
די געדאנק איז אז דא קענסטו זיך בעצם מצייר זיין, ווען מ'טוהט די אינטראספעקשאן, אויף מקומך נגד הקאסמאס, משא"כ מיט'ן נמלה נגד האדם. אין אנדערע ווערטער, א מענטש קען צאמברענגען אין די קאנטעקסט ביידע וועלטן צוזאמען, משא"כ די נמלה (און טאקע אט דאס איז שויו יא מעליותו של האדם, עכ"פ נגד הנמלה). דאס איז די געדאנק וואס די בילד ברענגט ארויס.

כמובן באדייט דאס נישט אינגאנצן אריינצוגיין אין צו א סארט נייהיליזם וכדומה; עס איז נאך דא אן אחוזה פאר'ן מענטשליכע וועלט. די געדאנק איז אבער צו געבן פערספעקטיוו אויף דעם אז וואס ער גלייבט really matters איז כאפס ווען ער באטראכט דאס ברייטער כנ"ל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

מי אני האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:מי אני, דאס איז וואס איך כאפ נישט. דו ביזט אין א אנדערע וועלט פון די מוריטשקע און וועגן דעם האסטו א אנדערע פערספעקטיוו. עס העלפט גארנישט פאר די מוריטשקע אז דו שטייסט אינדרויסן און לאכסט. אין זיין וועלט זענען די אלע זאכן וויכטיג און דאס איז וואס ער דארף. ווילסט אים זאגן אז די וועלט איז גרעסער פון דעם און עס איז דא א גרעסערע פערספעקטיוו. פיין, אמת, אבער איך בין נישט דארט. און איך קען קיינמאל נישט אנקומען דארט. סא יענע מיינדסעט רעדט נישט צו מיר אפילו עס איז אמת. דא אין מיין וועלט איז דא א אנדערע אמת. (ביידע קענען אפילו זיין אמת, אבער אים איז נאר נוגע וואס איז אמת אין זיין וועלט). והנמשל מובן מאליו.

עס איז ענליך צו די געדאנק פון, "הִלֵּל אוֹמֵר: אַל תָּדִין אֶת חֲבֵרְךָ עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ." (משנה אבות ב ד).
די געדאנק איז אז דא קענסטו זיך בעצם מצייר זיין, ווען מ'טוהט די אינטראספעקשאן, אויף מקומך נגד הקאסמאס, משא"כ מיט'ן נמלה נגד האדם. אין אנדערע ווערטער, א מענטש קען צאמברענגען אין די קאנטעקסט ביידע וועלטן צוזאמען, משא"כ די נמלה (און טאקע אט דאס איז שויו יא מעליותו של האדם, עכ"פ נגד הנמלה). דאס איז די געדאנק וואס די בילד ברענגט ארויס.
אבער דאס איז ווייטער אין קאנטראסט, אויב גייסטו ווייטער צו עולמות ווי אבי”ע איז די מענטש נישט אזוי סאך קלוגער פונעם נמלה. כאטש א מענטש האט די ידיעה אין די מציאות פון די עולמות, גייט עס נישט צופיל ווייטער פון דעם. זיין השגה איז מוגבל צום ידיעה פונעם עקזיסטענץ און נישט הבנה בפרטות
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:די ווידיאו האט בשעתו געעפנט מיין מוח צו מיין אויגן און ס'האט זיך נאכנישט פארמאכט. ס'האט צוטראסקעט מיין תמימות פאר אייביג.

די ווידיאו איז די גרעסטע נסיון אנטקעגן אמונה.

ווען מען איז זיך מתבונן אין די בילד ווי גרויס די סטעידזש איז איז אומעגליך צו זאגן אז די גאנצע יקום איז געבוירן געווארן נאר פאר אידן זיי זאלן קענען דינען דא גאט אויף די דיסטענט בלוי דאט. אמיטאמאל איז עס די צענטער. א פיצי פיצי בלוי דאט.

The stage is too big for the play.
קארל איז געווען איגנאסטיק און האט טאקע ארויסגעברענגט זיין מעסעדזש אויף דעם אויפן. איך האב בכוונה אויסגעלאזט און נישט פארטייטשט זיינע פאלגענדע ווערטער:
Our posturings, our imagined self-importance, the delusion that we have some privileged position in the Universe, are challenged by this point of pale light. Our planet is a lonely speck in the great enveloping cosmic dark. In our obscurity, in all this vastness, there is no hint that help will come from elsewhere to save us from ourselves.
זיינע ווערטער ווערן טאקע געזאגט אין א כפירה'דיגן זין, אז די וועלט איז פינקט געווארן, און די גאנצע מענטשהייט איז א צופאל. ער זאגט אז די וועלט איז נישט בעצם קיין תכלית און אונז פארמאגן נישט קיין פריווילעגישן מעמד מער ווי סיי וועליכע אנדערע פלאנטעט.
דאס מוז אבער נישט זיין ריכטיג. ממבט התורני איז די וועלט די תכלית הבריאה, און אלעס ארום איז נאר געבויט ארום דעם, איי פארוואס פעלט עס אלעס אויס? וואס פעלט אויס אפאר ביליאן גאלעקסיס פאר אונזער וועלטל צו שטיין? און די סייענטיסטן קוקן עס טאקע אהן ווי א נערישקייט צו טראכטן אז אונז זענען די צענטער און תכלית הבריאה. אבער כלפי א מאמין, איז דאס בלויז נאך עפעס וואס ער פארשטייט נישט כלפי גאט. ער פארשטייט נישט די תכלית פון די קאסמוס איינאיינעם מיטן נישט פארשטיין די תכלית פונעם אפענדיקס. איך זע לאו דוקה פארוואס דאס מוז אפפרעגן אידישקייט מער ווי סיי וועליכע אנדערע זאך וואס אונז פארשטייען נישט.

אנצוקומען דורך דעם בילד צום ענגילטיגן מעסעדזש פון ביטול היש, און תכלית ההכנעה און מידות טובות, קען מען אויך דורך אויסקרוזן די כפירה. איך מאך נישט אוועק דיינע ספיקות וואס דאס ברענגט, עס איז קלאר אז עס ברענגט ארויף ספיקות אויף תכלית הבריאה און אידישקייט. אבער צו זאגן אז דאס בילד צייגט אז עס איז "אוממעגליך" אז אידישקייט זאל זיין די תכלית איז לדעתי נישט ממש ריכטיג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:דאס בלאסע בלויע פינטל
כאפ אריין א גוטן טאג מיט דיין ווייב און קינדער, מיט דיין טאטע און מאמע און געשוויסטער. זיי אויפריכטיג און אחריות'דיג, בשמחה און גוטהארציג. בעפאר די גיבסט זיך א דריי ביסטו שוין אליין אפילו נישטא אין די קליינע וועלטל וואס איז ממילא אזוי קליין און נישטיג. פארוואס זיין פארנימען מיט שטותים און נערישקייטן, ווען אין די צייט קענסטו זיין פארנימען מיטן מאכן בעסער... (דאס בלויען פינטל, די איינציגסטע היים וואס מיר טוען פארמאגן.)
קארל סעיגאן- עצי שטים.
קארל סעיגאן- עצי שטים - הקטן
מי אני האט שוין גוט געענטפערט. איך האב נישט געמיינט שולל צו זיין עולם הבא, איך האב גערעדט צו די גוף וועגן די גוף כלפי הנהגות הגוף.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מתבודד האט געשריבן:הערליך שטיקל עצי!

ס’איז נאר אינטרעסאנט אז די הויכשפיציגע נאס"א סייענטיסטן בלייבן אויך סטאק אין דעם קליינעם פינטל. אונז היינט, א קנאפע פופציג יאר שפעטער קוקן אן דעם רעקארד און האבן נישט קיין אנונג וואס ס’איז, אונזערע טשיפס אין די גרויס פון א העמד קנעפל, קען אנטהאלטן ביליאן מאל מער ווי די רעקארד.
שיקן זיי ארויף א רעקארד צו די גרינע מענטשעלעך דארט אויבן, אבער אלס מיט די צמצום פון אונזער בריאה. צו האבן יענע מענטשן/ברואים בכלל חושים? זיי קענען זען? הערן? זיי קענען אנכאפן בכלל אזא קליינע זאך ווי א רעקארד? אדער אזא גרויסע זאך? זיי ווייסן וואס די רמזים און אינסטרוקציעס מיינען, ווייל אונז קלוגע מענטשן פארשטייען עס?
איך פארשטיי אז ס’איז ס’מערסטע זיי האבן געקענט טון, אבער די האפענונג זיי לייגן אויף דעם איז קוריאז.
זיי אליין האבן טאקע נישט געגעבן ציפול האפענונג אז ציקומפטיגע עיליאנס וועלן עס טרעפן, נאך אלעמען פליט די וואיעדזשער נישט צו קיין ספעציפישן פלאנעט אדער גאלעקסי. און וויפול מען זיכט און וויפול שטראלען און סיגנאלן מען שיקט נאר, טרעפט מען נאכנישט קיין שום צייכן פון לעבן אויף אנדערע פלאנעטן.

די געדאנק איז מער א סימבאלישע אקט מיט אביסל האפענונג צו דער זייט.

לויט ווי די סייענטיסטן קוקן עס אהן, איז די גאנצע וועלט א צופאל, עס איז פינקט געווארן א וועלט, און פון אפאר לעבעדיגע באצילן אין א וואסער איז געווארן איוואלווד א גאנצע לעבן פון מענטשן מיט חיות ועופות ודגים.

עס קען מעגליך זיין אז ביליאנען ליכט יארן אוועק פון אונז, איז פארהאנען פינקט אזא וועלט ווי עס איז דא ביי אונז מיט מענטשן און חיות ועופות, הגם די שאנסן אז עס איז דא אזא זאך איז זייער קליין, דאך איז עס מעגליך.
עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז זיי האלטן ביי גאר אן אנדערע שטאפל פון אונז, עס קען זיין אז זיי האלטן דארטן ווי אונז האבן געהאלטן צען טויזנט יאר צירוק אהן קיין טעכנעלאגיע. אדער גאר ווי מיר זענען געווען דריי הונדרעט טויזענט יאר צירוק אהן קיין געהעריגע שכל, אדער האלטן זיי אפילו נאך פריער ביי די פראסעס פון די אוועלושן פון די באצילן צו פיש. אדער גאר זענען זיי שוין אזוי פארגעשריטן אז זיי האלטן שוין ווי מיר וועלן האלטן א מיליאן יאר ארום, און זיי ניצן שוין נישט די אלטמאדישע רעקארדס.

די גאלדענע דיסק איז דיזיינט צו קענען אנגיין פאר מער ווי א ביליאן יאר, לויט די קאלקולאציעס פון די סייענטיסטן וועלן אונז נישט קענען לעבן פאר צו לאנג אויף דעם וועלטל (למשל און בערך פינעף ביליאן יאר וועט די זון לויט זיי ווערן אויס) מען וועט מוזן טרעפן א נייע פלאנעט אדער עפעס ענדליך, הגם ווער ווייסט וואס די וויסנשאפטלער וועלן נאך אויפקומען ביז דעמאלטסט. און לויט זיי וועט די מזל פון די יקים פון מענטשהייט לאו דוקה אנהאלטן פאר צו לאנג. פינקט ווי דיינעסארן וועליכע האבן דימאנירט די וועלט מיט מיליאנען יארן צירוק זענען אויסגעראטן געווארן דורך נאטור, וועט וויירשיינליך פריער אדער שפעטער די זעלבע געשען צו די מענטשהייט. און בשעת מיר וועלן פארטיליקט ווערן לעד, וועט נאך און די ספערן ערגעץ ווייט אוועק פליען א גאלדענע דיסק אן אנדענק פון פלאנעט ערד מיט די פראוויזירטע רייכע היסטאריע צו פארציילן פאר די לעבן פון קומענדיגע מענטשהייטן וואספארא שיינע וועלט עס האט אמאל עגזעסטירט.

(אנטשולדיגט פאר די ווערטער וואס זענען מעגליך כפירה דא. איך רעד נאר די גאנצע תגובה ממבט הסייענטיסטן)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

צ/ק יעצט געטרפן אין ונבנתה’ס אן אשכול
דער פרעזידענט פון אייווערי קאוסט, כתב לאמר:

"... איך האף ספעציעל אז ער [דער 'פאסאדזשיר אין הימל'] וועט זיך אויסדרייען צו אונזער פלאנעט ערד, און אויסשרייען ווי אומוויכטיג זענען די פראבלעמען וועלכע פייניגען מענטשן, ווען באטראכט פון דארט אויבן."

וואס מער מען זאומט ארויס פון דעם קליינעם, שמאלן מאלד אין וועלכען מיר לייגן זיך אריין, אלץ מער קלארט זיך אויס ווי נישטיג די הגבלות זענען.

ווי קליין און שמאל, איז דער אויסבליק פון אן ערדלינג.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מתבודד האט געשריבן:אבער דאס איז ווייטער אין קאנטראסט, אויב גייסטו ווייטער צו עולמות ווי אבי”ע איז די מענטש נישט אזוי סאך קלוגער פונעם נמלה. כאטש א מענטש האט די ידיעה אין די מציאות פון די עולמות, גייט עס נישט צופיל ווייטער פון דעם. זיין השגה איז מוגבל צום ידיעה פונעם עקזיסטענץ און נישט הבנה בפרטות
ווען מ'זאגט דא "וועלט" מיינט עס מער אזויווי "פרעימווארק" צי "מיינדסעט\פערספעקטיוו"; מער דאס פילאזאפישן זין פונעם טערמין, ווי איידער כעין "עולמות העליונים" וכדומה.

די געדאנק איז אז אפילו ממבטו, ווען ער קוקט פון די קאסמאס אראפ כנ"ל, טוישט זיך דאך זיין פערספעקטיוו איבער וואס מאכט טאקע אויס - עס איז יא בתוך גדר השגתו לגמרי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:די ווידיאו האט בשעתו געעפנט מיין מוח צו מיין אויגן און ס'האט זיך נאכנישט פארמאכט. ס'האט צוטראסקעט מיין תמימות פאר אייביג.

די ווידיאו איז די גרעסטע נסיון אנטקעגן אמונה.

ווען מען איז זיך מתבונן אין די בילד ווי גרויס די סטעידזש איז איז אומעגליך צו זאגן אז די גאנצע יקום איז געבוירן געווארן נאר פאר אידן זיי זאלן קענען דינען דא גאט אויף די דיסטענט בלוי דאט. אמיטאמאל איז עס די צענטער. א פיצי פיצי בלוי דאט.

The stage is too big for the play.
כ'פארשטיי דיין געפיל.

אבער ס'איז מיר מאדנע די לאגיק. דו ביסט אוקיי מיט'ן קאנצעפט אז מיר אידן זענען מובחר הבריאה מיט א געשטאפטע כינע אדער אז דער מין האנושי איז דער צענטער פון די בריאה מיט א היפש-פארנומענע אמאזאן זשאנגל און ענדלאזע אקעאנען אדער אפילו א קליין שטיקל אנטארטיקע, אבער דו דערשרעקסט דיך פון נאך אפאר ביליאן מייל?

ס'דערמאנט מיר אין ישיבה ווען די הנהלה האט מחליט געווען צו רופן איינעם רעדן וועגן די קאסמאס - ווארשיינליך צו איבערצייגן די בחורים אז די טרפה'נע סייענס איז עכט אויף אונזער זייט - הכלל, דער כאניאקישער יוגערמאן קומט אן און הייבט אן שיסן נומערן - וואס ער האט אמאל נאכגעהערט פון ר' עזריאל טויבער צי ר' מ"ב ווייסמאנדל - "ס'נעמט אכט מינוט פאר די זונ'ס ליכט שטראלן צו גרייכן אונזער פלאנעט" שרייט ער מיט פאטאס "דער נענסטער שטערן צו אונז איז מער פון פיר ליכט יארן אוועק ס'שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך השם און איז אוודאי א שניידענדע הוכחה אויף א געטליכע דעזיין און ברענגט ארויס דאס אבסורד פון די טפשי אומה"ע וואס קענען זאגן אויף אזא ריזיג וועלט אז ס'איז געשען אליין".

און איך שטיי און וואונדער מיך. אוקיי, כ'פארשטיי דער מענטשליכער פעטיש פאר גרויסקייט, סייז, ענדלאזיגקייט און גראנדיעזקייט. אבער וואס זאגט דאס? איז א מיליאן ליכט יארן אנדערש ווי צוויי מילימעטער? מאכט דאס גאט שטערקער? איז דאס מער מכריח דער עקזיסטענץ פון גאט? ס'נישט קיין גרעסערער וואונדער אן איבריג שטיקל האר ווי איבריגע גאלאקסיען.

מעגליך מיינט @חדשים ענליך.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

תוהו ובוהו האט געשריבן: כ'פארשטיי דיין געפיל.

אבער ס'איז מיר מאדנע די לאגיק. דו ביסט אוקיי מיט'ן קאנצעפט אז מיר אידן זענען מובחר הבריאה מיט א געשטאפטע כינע אדער אז דער מין האנושי איז דער צענטער פון די בריאה מיט א היפש-פארנומענע אמאזאן זשאנגל און ענדלאזע אקעאנען אדער אפילו א קליין שטיקל אנטארטיקע, אבער דו דערשרעקסט דיך פון נאך אפאר ביליאן מייל?

ס'דערמאנט מיר אין ישיבה ווען די הנהלה האט מחליט געווען צו רופן איינעם רעדן וועגן די קאסמאס - ווארשיינליך צו איבערצייגן די בחורים אז די טרפה'נע סייענס איז עכט אויף אונזער זייט - הכלל, דער כאניאקישער יוגערמאן קומט אן און הייבט אן שיסן נומערן - וואס ער האט אמאל נאכגעהערט פון ר' עזריאל טויבער צי ר' מ"ב ווייסמאנדל - "ס'נעמט אכט מינוט פאר די זונ'ס ליכט שטראלן צו גרייכן אונזער פלאנעט" שרייט ער מיט פאטאס "דער נענסטער שטערן צו אונז איז מער פון פיר ליכט יארן אוועק ס'שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך השם און איז אוודאי א שניידענדע הוכחה אויף א געטליכע דעזיין און ברענגט ארויס דאס אבסורד פון די טפשי אומה"ע וואס קענען זאגן אויף אזא ריזיג וועלט אז ס'איז געשען אליין".

און איך שטיי און וואונדער מיך. אוקיי, כ'פארשטיי דער מענטשליכער פעטיש פאר גרויסקייט, סייז, ענדלאזיגקייט און גראנדיעזקייט. אבער וואס זאגט דאס? איז א מיליאן ליכט יארן אנדערש ווי צוויי מילימעטער? מאכט דאס גאט שטערקער? איז דאס מער מכריח דער עקזיסטענץ פון גאט? ס'נישט קיין גרעסערער וואונדער אן איבריג שטיקל האר ווי איבריגע גאלאקסיען.

מעגליך מיינט @חדשים ענליך.
מעגליך אז יענער האט געמיינט ארויסצוברענגען די קאמפליצירקייט פון דער יוניווערס און האט געצילט דערמיט צו דער Teleological argument אדער צו Intelligent design ארגומענט צום עקזיסטענץ פון גאט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
ואידך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2020 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שליחה דורך ואידך »

תוהו ובוהו האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:די ווידיאו האט בשעתו געעפנט מיין מוח צו מיין אויגן און ס'האט זיך נאכנישט פארמאכט. ס'האט צוטראסקעט מיין תמימות פאר אייביג.

די ווידיאו איז די גרעסטע נסיון אנטקעגן אמונה.

ווען מען איז זיך מתבונן אין די בילד ווי גרויס די סטעידזש איז איז אומעגליך צו זאגן אז די גאנצע יקום איז געבוירן געווארן נאר פאר אידן זיי זאלן קענען דינען דא גאט אויף די דיסטענט בלוי דאט. אמיטאמאל איז עס די צענטער. א פיצי פיצי בלוי דאט.

The stage is too big for the play.
כ'פארשטיי דיין געפיל.

אבער ס'איז מיר מאדנע די לאגיק. דו ביסט אוקיי מיט'ן קאנצעפט אז מיר אידן זענען מובחר הבריאה מיט א געשטאפטע כינע אדער אז דער מין האנושי איז דער צענטער פון די בריאה מיט א היפש-פארנומענע אמאזאן זשאנגל און ענדלאזע אקעאנען אדער אפילו א קליין שטיקל אנטארטיקע, אבער דו דערשרעקסט דיך פון נאך אפאר ביליאן מייל?

ס'דערמאנט מיר אין ישיבה ווען די הנהלה האט מחליט געווען צו רופן איינעם רעדן וועגן די קאסמאס - ווארשיינליך צו איבערצייגן די בחורים אז די טרפה'נע סייענס איז עכט אויף אונזער זייט - הכלל, דער כאניאקישער יוגערמאן קומט אן און הייבט אן שיסן נומערן - וואס ער האט אמאל נאכגעהערט פון ר' עזריאל טויבער צי ר' מ"ב ווייסמאנדל - "ס'נעמט אכט מינוט פאר די זונ'ס ליכט שטראלן צו גרייכן אונזער פלאנעט" שרייט ער מיט פאטאס "דער נענסטער שטערן צו אונז איז מער פון פיר ליכט יארן אוועק ס'שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך השם און איז אוודאי א שניידענדע הוכחה אויף א געטליכע דעזיין און ברענגט ארויס דאס אבסורד פון די טפשי אומה"ע וואס קענען זאגן אויף אזא ריזיג וועלט אז ס'איז געשען אליין".

און איך שטיי און וואונדער מיך. אוקיי, כ'פארשטיי דער מענטשליכער פעטיש פאר גרויסקייט, סייז, ענדלאזיגקייט און גראנדיעזקייט. אבער וואס זאגט דאס? איז א מיליאן ליכט יארן אנדערש ווי צוויי מילימעטער? מאכט דאס גאט שטערקער? איז דאס מער מכריח דער עקזיסטענץ פון גאט? ס'נישט קיין גרעסערער וואונדער אן איבריג שטיקל האר ווי איבריגע גאלאקסיען.

מעגליך מיינט @חדשים ענליך.
איך share די זעלבע געפיל ווי @יאסל ראקאווער.

איך מיין אז די חידוש פון די בלויע פינטל איז טיפער ווי איר indication אויף די גרויסקייט פון די יוניווערס. ס'ליגט באגראבן אונטער דעם א חשש אז אפשר איז דא נאך אינטעליגענץ\בחירה ערגעצוואו, און דאס איז שוין יא א דירעקטע געפאר צו די מבחר הבריאה קאנסעפט.

ווילאנג די מאדעל פון די יוניווערס איז מער ווייניגער א וועלט מיט אפאר מיליאן שטערן וכו', קען מען נאך אלס טעארעטיש אריינקוועטשן אז סוף כל סוף זענען human beings די איינציגסטי בעלי בחירה וממילא די focal point פון אלעס ארום.

די בלויע פינטל געבט אבער אנצוהערן אז ס'נישטא קיין סבה צו טראכטן אז ס'נישטא נאך ביליאנען אזעלכע גאנצע סיסטעמס, אינקלודינג אלע סארטן לעוועלס פון אינטעלידזשענס אינע'ם יוניווערס, ווי @עצי שטים שרייבט:
עס קען מעגליך זיין אז ביליאנען ליכט יארן אוועק פון אונז, איז פארהאנען פינקט אזא וועלט ווי עס איז דא ביי אונז מיט מענטשן און חיות ועופות, הגם די שאנסן אז עס איז דא אזא זאך איז זייער קליין, דאך איז עס מעגליך.
עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז זיי האלטן ביי גאר אן אנדערע שטאפל פון אונז, עס קען זיין אז זיי האלטן דארטן ווי אונז האבן געהאלטן צען טויזנט יאר צירוק אהן קיין טעכנעלאגיע. אדער גאר ווי מיר זענען געווען דריי הונדרעט טויזענט יאר צירוק אהן קיין געהעריגע שכל, אדער האלטן זיי אפילו נאך פריער ביי די פראסעס פון די אוועלושן פון די באצילן צו פיש. אדער גאר זענען זיי שוין אזוי פארגעשריטן אז זיי האלטן שוין ווי מיר וועלן האלטן א מיליאן יאר ארום, און זיי ניצן שוין נישט די אלטמאדישע רעקארדס.
איך מיין אז דאס איז די לאגיק אונטער די צוטראסקעטע תמימות פון ר' יאסל. און פון מיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ואידך: הער אויס, אפילו מיר וועלן אננעמען אז עס איז טאקע דא א לעבעדיגע וועלט ביליאנע ליכט יארן אוועק, איז עס דען טאקע אזא סתירה מיט אונזער אידישע גלויבונג?
אפילו די געדאנק פון אוועלוציע איז בכלל נישט קיין דורעקטע סתירה מיט יהדות, אפשר מיט אונזער חרדישע חינוך יא, אבער מיט יהדות בכלליות? לאו דוקה.

צו קען דען נישט זיין אז די באשעפער האט באשאפן איין וועלט דא, און נאך אזא ענדליכע וועלט און א צווייטע ווייטע גאלעקסי?
מתאווה לו להקב"ה להיות לו ג"כ זומער הויז בגאליקסי אחרת!! ווער זאגט אז נישט? איי עס שטייט נישט אונערגעץ? נו..ער וויל נישט אז די זאלסט וויסן, פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס... נסתרים דרכי השם... אלעס ווילסטו פארשטיין? כי לא מחשבותי וכ'..
אפשר האט ער דארטן אויכעט אויסדערוועלט א פאלק אויף יענע פלאנעט און זיי געגעבן א תורה מיט מצוות, אפשר די זעלבע ווי תורה ווי אונזערע, אפשר איז עס גאר פארקערט. ביי זיי מעג מען נאר עסן מצה אגאנץ יאר און פסח עסט מען נאר חמץ. אפשר איז אינטערנעט דארטן גאר א מצווה.. ווער ווייסט וואס אלס טוט זיך דארטן אבער וואס איז דאס אלעס א סתירה מיט אונז???
וואו שטייט בכלל אז אונז זענען די מובחר'דיגע פלאנעט? יא, אפשר זענען מיר די מובחר הבריאה פון פלאנעט ערד, אבער ווער זאגט דיר וואס עס קומט פאר אויף אנדערע פלאנעטן, וואס גאט האט זיי נישט מגלה געווען פאר דיר..?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין די אשכול האט מען ארומגערעדט איבער אט די געדאנק און שאלה.

פארשפארט