סובמישאן

מחשבה, השקפה ועיון
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

סובמישאן

שליחה דורך מונטסורי »

כ'גיב א קוש די אלטע פאר תפילין מיינע, ס'פילט גוט זיך צו טרעפן נאכאמאל, אזוי ליבליך, היימיש, ס'פילט ווי מיר האבן זיך קיינמאל נישט געשיידט.

כ'גיב זיך אונטער, גאטעניו, כ'בעט זיך איבער דיר. כ'זע שוין קלאר, צוויי און צוויי איז פינף, כ'דארף שוין נישט גלייבן מער, ווייל איך זע, כ'פיל, כ'בין אויסגעהיילט.

שיש בו יחודו ואחדותו יתברך שמו בעולם, כ'פארמאך די אויגן און איך זע מיך און דאס גאנצע יקום כחומר ביד היוצר. אזויווי דער קליינער של יד אין מיין האנט; אזוי האלטסטו מיר און די גאנצע יוניווערס. א מאמענט פון התגלות, א בליץ פון אלוקית, א בת קול וואס זאגט מיר אני הוא בעל הבירה! איך זע ווי ס'נעמט דיר צו גיין פון דא ביז דארט גיכער ווי די גיכקייט פון ליכט ווייל דו האסט באשאפן דא און דארט, גיך און ליכט, גרויס און קליין. כ'זע ווי די פיצינקע אטאם ענטהאלט א תבל ומלואה, און די גאנצע בריאה איז טאקע נישט מער פון די זעלביגע קליינע אטאם. ווייס איך טאקע נישט מיט וואס מיין שמירת שבת איז דיר ליבער פון דעם מוסעלמענער'ס תענית אין ראמאדאן, אדער דעם קאטאליק'ס תשובה אין די הייליגע וואך, אדער גאר מאסק'ס דערגרייכן מארס און איבערנעמען טוויטער, אבער כ'ווייס אז דו האסט באשאפן אלע געזעצען, פיזיקס, ביאלאגיע, און עוואלוציע, דו האסט געמאכט די הונטערליגענדע מענטשליכע נאטורן וואס האט געפירט צו אזויפיל רעליגיעס און אמת'ן, דו האסט באשאפען לאגיק און געפיל, וואס ווייס איך דען? טוט דען איין אמת אויסשליסן אן אנדערע אמת? אמת און ליגענט האסטו אויך באשאפן, און אין דיין סיסטעם האסטו מיר געמאכט א איד, א חסידישער איד, א סאטמארער, אן ארוני. כ'גיי מער נישט זיין קלוג, באשעפער זיסער, נפשי כגמול עלי אמו, כ'בין אין דיינע הענט, דא באלאנג איך, איינגעהילט אינם טלית, כ'קען קלאצן, שאקלען, דאווענען אויב כ'וויל אויך. וואס איז געווען איז געווען, פארגעסן, פארגעבן, מאמי, כ'בין דא אינדערהיים, צוריק.

ס'פילט אזוי זיס, ווי א קלארע חלום אין די היפנאגאגישע פארטאגס שעה'ן צווישען די סנוז'ן:

כי אתה סובב כל עלמין
ואתה מלא כל עלמין
אין לי אלו-ה מבלעדיך
ולית אתר פנוי מנך

כ'בין זיך גענצליך מכניע צו דיר און צו דיין פארבארגענע ווילן. צובראכענערהייט דריי איך מיר ווידער די רצועה'לעך אזויווי דו האסט געהייסן, דירעקט צו אומדירעקט, ס'גייט מיר שוין נישט אן. וארשתיך לי לעולם.

———

מה טובו אוהליך יעקב, ווי גוט און פשוט איז אין די פרומע געצעלטן, אלעס שטימט. בניך כשתילי זתים אשתך כגפן פוריה, די גאנצע משפחה אויף איין בלאט, די אשת חיל שטייט הכנעה'דיג פארן ראש המשפחה, בטח בה לב בעלה, פאראייניגט זענען די טאטע מאמע און אלע קינדער, יעדער פארשטייט אז מיר זענען דאס די בחיר היצירה, די שפיץ פון זיין רצון, די פאנדעמיע איז צוליב אונז און אויך די סטימיולעס, טשיינע און טייוואן, און די הרוגים אין סיריע. ער ווארט נאר מיר זאלן זיך כאפן ביים קאפ און אומקערן זיך צו זיין שויס, די פרויען זאלן זיך פירן בצניעות און דאן וועט ער שוין שיקן זיין משיח און אלע וועלן אונז דינען.

וואס האב איך געהאט פון זוכן אמת'ערע אמת'ן? וואס האט מיר דען געפעלט ווען זאכן זענען געווען פשוטים עד למאוד? די מלחמה איז געקומען פון ציונים, די חורבן פון די בריונים. למען השם, שווארץ און ווייס! החיים והטוב! המוות והרע! ווער דארף דאס די גרויע? צו וואס, טאטעניו? דו האסט ווען דאס אויך געקענט באשאפן, איינס איז איינס, דריי און זיבן איז איינס, חלה דעקל מיט איינס איז איינס, דו מיט איך זענען איינס, לשם יחוד, ה' אחד ושמו אחד.

ס'איז דיר גוט דארטן אויבן, הא? אחדות הפשוט? זאכן זענען סימפל, הא? פארוואס האסטו עס געמאכט אזוי קאמפליצירט דא אונטן?

כ'ווייס אז די ביטערניש איז מעשה יצר, אבער מעשה יצר איז דאך אויך מעשה יוצר, נישט אזוי? יוצר אור ובורא חושך, ס'משתמש בערבוביא, די ליכטיגע מאמענטן ברענגען מיט זיך אירע אייגענע פינסטערנישן. איך טראכט דא אויף דעם וועלט קוקט עפעס אויס ווי קושיות און סתירות זענען מסטרא דשמאלא, עפעס וואס מ'דארף פארענטפערן און בייקומען. ס'קוקט אויס פונדערווייטענס ווי א שיינע פוכיגע גרינע בארג אבער קומענדיג נענטער זעט מען די אנדערע זאכן, די שטיינער, די טויטע ביימער.

מ'זאגט דאך טאקע עושה שלום במרומיו, צווישן וועם און וועם? אז ס'איז נישטא קיין סתירות ברויך מען נישט קיין שלום. אין תוך גענומען איז טאקע אלעס איינס, עושה שלום ובורא את הכל, הכל! און כ'וועל טאקע אלעס אננעמען, אזא יאפאנעזע דזשו-דזשיטסו מאנעוורע, פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון, א טאפ די עבודה זרה'לע אויף די ברוסטען און א קוש דעם של ראש, תפילין און אייפון איז אויך איינס.

———

הללוי-ה הללי נפשי את ה', די הללוי-ה'ס וואס זענען עטליכע יאר צוריק געווען א הערליכע מישמאש פון פסוקים, א דערקוויקעניש פאר די נשמה, דארפען יעצט מאכן סענס. כ'מורמל מיר די ווערטער, זיי זענען אבער פרעמד און ליידיג, לארום איפסום בלא בלא בלא.

כי רוצה ה' את יראיו את המיחלים לחסדו, מהיכי תיתי? וויל ער טאקע אזוינע מעקעלעך? כ'בין סטאק, מיחלים לחסדו, וואס מיינט דאס דען בכלל? עפעס א דינטשיק גרויע ליניע צווישן השתדלות און בטחון. נישט צו סאך, נישט צו ווייניג, נאר אינמיטן, אזוי נארמאל, ווייסט וואס כ'מיין? ניין כ'ווייס נישט! נארמאל? נארמאל פאר וועם?

כ'דערמאן זיך די מעשה'לע פונם בעש"ט, אדער פון איינעם אנדערש, ער האט אנגעקלאפט דעם עושר'ס טיר און אוועקגעגאנגען נאך בעפאר'ן בעטן, איז ער א מייחל לחסדו? דער דאופ אויפן סובוועי, איז ער א מייחל לחסדו? און וואס בין איך? ווען גאט עקזיסטירט אין מיין לעקסיקאן פונקט פון ווען כ'פאנג אן זוכן פארקינג ביז כ'טרעף עס, בין איך דאס דער מייחל לחסדו?

דער עולם ארום איז דייקא יא צופרידן. יעדער דינט זיך זיין באשעפער, דער דרייט נאך די תפילין, דער גייט שוין מיט די פישקע, דער קלאצט. א קוואדער אין פושקע אריין, איז ער פון די מייחלים לחסדו? גייט ארום שנארן קוואדערס? אז ער קלאפט און לויפט אוועק ווי דער בעש"ט, איז ער נאכאלץ א מייחל לחסדו? און אז ער קלאפט אינגאנצן נישט גענוי ווי מיין שכן אויפן טרעין, איז ער א מייחל לחסדו? יעצט גייט דער רב פאר קמחא דפסחא, ער באקומט שוין צוואנציגערס, מייחלים לחסדו?

דער בעל תפלה זאגט שוין ה' אלקיכם אמת און ס'קען זיך דאכטן אז ער קוקט אנגעצויגן אויף מיר, ס'האקסטו אין טשייניק מיט חקירות? סקראול ווייטער צו די פשוט'ערע שטיקלעך, יהללו את שם ה' כי הוא צוה ונבראו, פראסט, לויב אים ווייל ער האט דיך באשאפן. וואלט איך געוואלט פארשטיין טאקע, באשעפער, דאס איז דאך אויך דיין באשאף, אז דער מענטש פרובירט זיך צו דערגרינטעווען, ניין? וואס איז די טעם פארוואס דו האסט דאס אלעס באשאפן, מ'זאגט מיר ווייל דו האסט געוואלט מטיב זיין דיינע ברואים, א מין גערעדאכץ? דו האסט באשאפן פאר מיר דעם אתה בחרתנו, אלזא איך גלייב און זאג אתה בחרתנו, אבער צו וואס, גאטעניו? וואלט נישט בעסער געווען אלע פעלקער האלטן זיך גלייך? מ'רצח'עט זיך איינער דעם צווייטן פאר אן אויסגע'דמיונ'טע אומזעבארע ליניע אין די ערד, דא איז אוקריינא און דארט איז רוסלאנד, טראך טראך טראך, פינף הונדערט קינדער אויסגעקוילעט, איז דאס די בעסטע וואס דו האסט געקענט אויפקומען?

טראכט איך מיר יעצט ביסט פשוט א ביג בראדער, פאוער לשם פאוער מלובש אין שיין קלינגעדיגע פראזן. צווישן מיר און דיר ביסטו אן אייפערזיכטיגער א-ל קנא ונוקם וואס באשטעלסט דיר מ'זאל דיר באזינגען שבטובו מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית, כאילו מיר זענען דא פאר אונזער טובה. אפנים האסט דיר באשאפן א וועלטעל וואו חנה טראסקעט זיך פון דאַך בשעת אירע זיבן קינדער ליגן אויסגעקוילעט און ברימסט דיך אונטער דארט אם הבנים שמחה. בין איך זיך משעבד פאר דעם אויך, כ'וועל נישט ווארטן דיינע ראַצן זאלן מיר מאכן פארראָטען מיינע באליבסטע, כ'שריי שוין איצט ואהבת מיט מיין גאנצע הארץ, בכל מאדך, בכל מדה ומדה שאתה מודד לי, נאדיר דיינע הללוי-ה'ס און גיידיר פון דאנעט, ביזט גליקליך איצט?

און ווי ווינסטאן בשעתו קום איך צוביסלעך צום פארשטאנד אז ס'איז קיינמאל נישט קיין געווען קיין איך מיט קיין ער, מצוות אדער עבירות, א רצונו יתברך און אן אנטי-רצונו, אלעס איז געווען ארקעסטרירט שוין מתחלה, מיינע פארבארגענע פעטישעס אזויווי די פחדים פון די ראַצן. נישטא קיין "גיי דיר פון דאנעט" ווייל ער איז איך, עין רואה און אוזן שומעת איז נאר אזא פארטושענדע פראזע צו פארדרייען די קאפ בשעת שמו יתברך זעלבסט שפילט זיך מיט מיינע הארמאנען און די נאכפאלגענדע יסורי הנפש, מסתמא לאכט ער זיך נאך אונטער דארט אויבן, האו קיוט!

כי אני ה' לא שניתי, זיין חסד מיט גבורה איז אלץ איינס, אחדות האמיתי, רצונו יתברך, שעשוע דמלכא, איי איי איי, איי איי איי, שעשוע דמלכא…

——————

ה' אחד ושמו אחד, אל תירא

ומלתם את ערלת לבבכם ולא תקשו עוד, איך פיל פריש גע'מל'עט, נישטא מער קיין קושיות, איך לייג מיר צוזאם דאס טלית און כ'נעם מיר א לחיים און נאך איינס. לחיים צום באשעפער! לחיים צו פּאוער! לחיים צו סובמישאן! לחיים צו איגנאראנץ און צו בליסס! לחיים צו רבי ישעי' בן רבי משה, זאל ער זיך מיען פאר אונז דארט אויבן.

די אלקאהאל הייבט אן זשומען אין קאפ, א איד פונם מנין זעצט זיך צו, ער רעדט כסדר הויעך און ער פליפּט הייזער אין נוארק, ער דערציילט בדידי הוי עובדא א מופת פון ר' ישעי'לע בימינו אלה, כ'שאקל צו די קאפ מיט עקסטאז, זכותו יגן עלינו! איך פארשטיי אז נישט אלעס דארף שטימען כדי צו קענען אנגיין. איך קען ווייטער לייגן תפילין און לעבן צופרידן אין די סאסייעטי וואו גאט'ס סיסטעם פון עוואלוציע האט מיר אריינגעלייגט, כ'קען זאגן תורה פאר מיינע קינדער און פרומעצען ווי עס שמעקט מיר, ווייל טיף טיף אונטער אלע אפיקורס'ישע דרע-ק ליגט מיר באהאלטען א פרומע נשמה וואס לעכצט פאר חסידישקייט צו ס'מאכט סענס אדער נישט. לחיים! לחיים!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

געוואלדיג! טעאיסטיק עקזיסטענשעליזם בתפארתו! ייש"כ!

זאגסט, דער בעל תפילה קוקט אויף דיר דייקא ביי "ה' אלקיכם אמת", וויבאלד אט אין דעם איז די חקירה, און די ווארט "אמת" האט מען דאך בעצם צוגעלייגט צום פסוק ביי ק"ש (ברכות יד:) וואס עס שטייט נישט אזוי אין די תורה.

אמת אמת תפסיה להאי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: סובמישאן

שליחה דורך טאמבל סאס »

ס'שמעקט @ונבנתה העיר

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

א גאלדענע פעדער. אה. די פאנטש ליין פון די לעצטע שורה איז געוואלדיג. טיף טיף אונטער אלע אפיקורס׳שע דרע-ק ליגט מיר באהאלטען א פרומע נשמה וואס לעכצט פאר חסידישקייט צו ס׳מאכט סענס אדער נישט. דאס איז דאך די תירוץ אויף אלע ספיקות.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

גינגאלד!

כ'האלט שוין לאנג אז @מונטסורי'ס פעדער איז פון די סאמע בעסטע דא אין שטיבל.

שוין, אזא שחרית ביניך גרייט איבערצולעבן, גיימיר דאווענען...
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

מי אני האט געשריבן:געוואלדיג! טעאיסטיק עקזיסטענשעליזם בתפארתו! ייש"כ!

זאגסט, דער בעל תפילה קוקט אויף דיר דייקא ביי "ה' אלקיכם אמת", וויבאלד אט אין דעם איז די חקירה, און די ווארט "אמת" האט מען דאך בעצם צוגעלייגט צום פסוק ביי ק"ש (ברכות יד:) וואס עס שטייט נישט אזוי אין די תורה.

אמת אמת תפסיה להאי.
איך נעם זיך ליינען וויקיפידיע איבער עקזיסטענשינאליזם און כ׳פארשטיי די טערמינאלעדזשי בערך אזויווי כ׳פארשטיי פילע פון דיינע תגובות, מ׳דארף מיר זיך זעצן לערנען, אדערווייל איז גוט צו וויסן אז דער עפיפעני מיינער האט עפעס א פילאזאפישע נאמען און א וויקי בלאט…
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

יישר כחם אלע קאמפלימענטען!
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'שמעקט @ונבנתה העיר
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
תוהו ובוהו האט געשריבן:גינגאלד!

כ'האלט שוין לאנג אז @מונטסורי'ס פעדער איז פון די סאמע בעסטע דא אין שטיבל.

שוין, אזא שחרית ביניך גרייט איבערצולעבן, גיימיר דאווענען...
גרויסע גרויסע שיך טוט עטץ מיר אן… הלואי כ׳זאל אנפילן מיין אייגענע שיך…
חדשים האט געשריבן:א גאלדענע פעדער. אה. די פאנטש ליין פון די לעצטע שורה איז געוואלדיג. טיף טיף אונטער אלע אפיקורס׳שע דרע-ק ליגט מיר באהאלטען א פרומע נשמה וואס לעכצט פאר חסידישקייט צו ס׳מאכט סענס אדער נישט. דאס איז דאך די תירוץ אויף אלע ספיקות.
דאס פינטעלע איד, דאס פינטעלע חסיד, אין טעם ברצון.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

אזוי גוט ארויסגעברענגט מיינע געפילן!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מונטסורי האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:געוואלדיג! טעאיסטיק עקזיסטענשעליזם בתפארתו! ייש"כ!

זאגסט, דער בעל תפילה קוקט אויף דיר דייקא ביי "ה' אלקיכם אמת", וויבאלד אט אין דעם איז די חקירה, און די ווארט "אמת" האט מען דאך בעצם צוגעלייגט צום פסוק ביי ק"ש (ברכות יד:) וואס עס שטייט נישט אזוי אין די תורה.

אמת אמת תפסיה להאי.
איך נעם זיך ליינען וויקיפידיע איבער עקזיסטענשינאליזם און כ׳פארשטיי די טערמינאלעדזשי בערך אזויווי כ׳פארשטיי פילע פון דיינע תגובות, מ׳דארף מיר זיך זעצן לערנען, אדערווייל איז גוט צו וויסן אז דער עפיפעני מיינער האט עפעס א פילאזאפישע נאמען און א וויקי בלאט…
איך האלט שוין לאנג אז מען דארף עפענען אן אשכול מיטן קעפל "אומבאקאנטע ווערטער פון מי אני, און זייער באדייט"
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

געגאנגען. ביזט מכובד צו לייגן די אבן הפינה.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

wow wow! דאס איז א מייסטערארבעט! די געפילן וואס מישט זיך אלס דא צאם... מוראדיג!
פארשפארט