עצי שטים האט געשריבן:לענינינו. דאס אז מיר זענען גארנישט, דאס אז א מענטש איז א פארשטינקענע טיפה סרוחה, כאבק פורח וכחלום יעיף, יסודו מאפר וסופו לאפר, א גארנישט מיט א נישט. דאס אלעס ווייסן מיר שוין פון לאנג. יעדער וואס קוקט אריין אין די מוסר ספרים וואס רעדן פון ביטול היש, אדער איז זיך סתם מתבונן דערינען קומט אן צו אזא מסקנה, נאר וואס דען? אזוי ווי די זאגסט אליין די מענטש מאכט זיך א "אייגענע" "אמת'ע" מציאות, ער לעבט און לאכט און רעדט זיך איין אז זיין מציאות איז עפעס, ער פארגעסט אינעם טאג טעגליכע לעבן אז ער איז א גארנישט... אויף דעם האט מען דעם בילד וואס גיבט דיר א פראסק אין פנים און ערוועקט דיר צום ריאליטעט.
די זאגסט אז די וועלט איז יא גרויס... לאמיר דאס צונעמען, וואס איז טייטש גרויס און וואס איז טייטש קליין?? אלעס איז נאר און א קאנטעקסט צו עפעס אנדערש.
דהיינו אז איך פרעג דיר אויב אן עפל איז גרויס וועסטו זאגן אז נישט. אויב איך פרעג דיר אויב א וואלקן קראצער איז גרויס וועסטו ענטפערן אז יא. ווייל די קוקסט דיך אליין אהן ווי די עוורידזש זאך אין גרויסקייט, ממילא איז כלפי דיר א עפל קליין און א וואלקנקראצער גרויס, אבער אליבא דאמת איז א עפל ריזיג כלפי א מוריטשקע פינקט ווי די וואלקנקראצער איז גרויס כלפי דיר.
ובכן פאר עוג מלך הבשן, אדער כלפי די לויתן, איז א וואלקנקראצער טאקע קליין, דאס הייסט ווי גרעסער די אנערקענסט אז בריאה איז, אלס קלענער ווערסטו פאקטיש. דיין גוף גייט טאקע נישט פלוצלונג שרינקן נאכן געוואר ווערן ווי ריזיג די קאסמאס איז. אבער דעם אמת'ן פראספעקטיוו פון ווי גרויס די ביסט באמת כלפי אלע אנדערע ריזיגע זאכן וואס איז דא, דאס ברענגט די בלאסע בלויע פינטל צו אנערקענען.
די מוריטשקע וואס האלט זיך גרויס איז פינקט אזוי איינגערעדט און לעבט פשוט אין א פאלטשע אילוזאציע פונקט ווי די מענטש וואס האלט זיך גרויס. עס איז נישט רחכטיג צו זאגן אז ביידע זענען אמת פון זייער מבט אויפן וועלט, עס איז נאר דא איין אמת'ע מושלמ'דיגע גרויסקייט וואס פאקט איין דיר מיטן מוריטשקע אינאיינעם.
איך מיין עס איז א שטיקל מישמאש צווישן ביטול לד’ און ביטול לגבי עצמו ובין אדם לחבירו. ספרי חסידות זענען פיל פון ביטול היש פאר’ן אייבירשטען. א מענטש דארף אנערקענען אז עס איז נישטא קיין מציאות אמיתות בלבדו והכל בטל אליו. וזהו ספירת החכמה. ביטול, העדר אנוכיות, ואור אין סוף אינו שורה במקום ישות, ועוד שאכמ”ל. נאכדעם איז דא די נקודה פון קארל סעיגאן אז ביטול היש כלפי הקאסמאס. און דאס דארף געבן א נייע פערספעקטיוו לגבי חשיבותו בעולמו. דאס זעה איך נישט וויאזוי עס ארבייט.מי אני האט געשריבן: די געדאנק איז אז דא קענסטו זיך בעצם מצייר זיין, ווען מ'טוהט די אינטראספעקשאן, אויף מקומך נגד הקאסמאס, משא"כ מיט'ן נמלה נגד האדם. אין אנדערע ווערטער, א מענטש קען צאמברענגען אין די קאנטעקסט ביידע וועלטן צוזאמען, משא"כ די נמלה (און טאקע אט דאס איז שויו יא מעליותו של האדם, עכ"פ נגד הנמלה). דאס איז די געדאנק וואס די בילד ברענגט ארויס.
כמובן באדייט דאס נישט אינגאנצן אריינצוגיין אין צו א סארט נייהיליזם וכדומה; עס איז נאך דא אן אחוזה פאר'ן מענטשליכע וועלט. די געדאנק איז אבער צו געבן פערספעקטיוו אויף דעם אז וואס ער גלייבט really matters איז כאפס ווען ער באטראכט דאס ברייטער כנ"ל.
משל למה”ד, איך און מיין בר פלוגתא קריגן זיך אויף א מיליאן דאלער. אונז דארף מיר עס ביידע וויכטיג צו קויפן א הויז, עס איז really matters ווער עס האט עס. ביי אילאן מאסק, איז א מיליאן דאלער א שווארצע פינטל, ער פאקט אונז איין ביידע צוזאמען. למעשה, ווען דו קוקסט אן די מיליאן דאלער, איז עס נאקעטע, קאלטע, פאקטישע מיליאן דאלער. אבער יעדער האט אויף דעם א צווייטע פערספעקטיוו. אילאן מאסק- שווארצע פינטל. חדשים ובר פלוגתתו- אייגענע דירה אדער נישט. יעצט וואס איז עס טאקע? ביידע איז אמת. עס ווענט זיך פארוועם.
עצי, דיין משל קומט דא גוט אריין. ווען דו ביזט דן אויף א זאך דארפן ביידע זיין אין די זעלבע קאטעגאריע. ווען א מוריטשקע מיט א מוריטשקע קריגן זיך אויף מאכט, זענען זיי ביידע אין די זעלבע קאטעגאריע. אפילו לאמיר זאגן ער קען יא קוקן מיט א ברייטערע בליק און צאמנעמען ביידע וועלטן (איני יודע כיצד ’מי אני’ יודע דנמלה אינו יכול לחשוב כן) אבער לגבי זיין יעצטיגע בר פלוגתא וואס ביידע דארפן יעצט די ווייצל, איז עס וויכטיג פאר זיי ביידע. ואיני רואה בזה אילוזיע או בלאף. אפילו דער מענטש פאקט איין ביידע מוריטשקעס אינאיינעם. דאס אז אנדערע האבן א ברייטערע פערספעקטיוו וועט נוגע זיין ווען מ’איז דן די מוריטשקע לגבי די מענטש נישט איין נמלה צום צווייטן.
מי אני, דו וואלסט דאס גענוצט צו מנחם זיין א צובראכענע אבל?...